☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » היים מוזיק שפילער

היים מוזיק שפילער

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16333

צקון לחש » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:35 pm

· #529422
היים מוזיק שפילער
איך האב אינדערהיים אן אלטע סידי פלעיער וואס מ'קען אריינשטעקן דערין א USB אבער ס'איז זייער נישט פראקטיש, זינט די סקרין איז זייער קליין און עס ליינט אויך נישט עברית, און דאס באוועגט מיר צו זוכן עפעס א נייע כלי, וויל איך וויסן, וואס נוצט דער עולם היינטיגע צייטן?

איך דארף עפעס וואס נעמט איינע פון די צוויי, א USB אדער אן SD.

עס דארף קומען מיט אן אויטפוט ספיקער.

עס מוז נישט נעמען קיין סידי (ז"ל).

איך גלייב אז ס'איז אן עמהארצישע שאלה אבער מיין לאקאלע עלעקטראניק סטאר ארבעטער איז געווארן צומישט פון מיין (אפשר צו פשוט'ע) שאלה, סאו פרעג איך דא...

@ערנסטגערעדט

מיט דאנק פון פאראויס.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:43 pm

· #529424
איך האב געקויפט ביי בעסט ביי א צוויי דריי יאר צוריק א Sony MHC-V21
ס'נעמט א CD און א USB א SD ווייס איך נישט. אויך ארבייט עס מיט Bluetooth.
די סאונד קוואליטעיט איז סופער. ס'געמאכט סיי פאר אינדרויסן און סיי פאר אינווענדיג.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:51 pm

· #529428
איך נוץ דאס מיט בלוטוטה, וואס זאגן די מבינים איבער דעם?

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:12 pm

· #529445
א דיווייס וואס נעמט USB ווייס איך נישט, דאס איז שוין אויך זייער אלטמאדיש.
אבער פאר SD קענסטו נוצן סיי וואספארא MP3 פלעיער.
בעט דאס פון דיין געשעפטסמאן.
אויב דארפסטו א גרעסערע ספיקער קענסטו דאס קויפן מאך זיכער די פלעיער האט א העדפאון דזשעק דארטן שטעקט מען איין די ספיקער

ערנסטגערעדט » פרייטאג יוני 23, 2023 12:18 am

· #529457
ברוך שפינוזה
איך נוץ דאס מיט בלוטוטה, וואס זאגן די מבינים איבער דעם?
דאס איז א בלויזע ספיקער און סקוקט אויס ווי א גוטס, אבער דאס אליין שפילט נישט קיין מוזיק, מברויך א פלעיער וואס זאל האבן דערין די מוזיק און דערנאך קען מען עס מחבר זיין דורך בלוטוט צו שפילן אויף דעם באמבאסטישן סאונדבאר, ער דארף די פלעיער קודם…

ברוך שפינוזה » פרייטאג יוני 23, 2023 4:30 am

· #529467
כ'האב פארשטאנען אז ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, איך קאננעקט דעם ספיעקער צו מיין רעקארד פלעיער 😂 😂 עה, אוודאי סטריעם איך מוזיק פון מיין פאון דורך יוטיוב אדער ספאטיפיי, וואס דען? 😕

ערנסטגערעדט » פרייטאג יוני 23, 2023 8:32 am

· #529478
Re: היים מוזיק שפילער
ברוך שפינוזה
כ'האב פארשטאנען אז ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, איך קאננעקט דעם ספיעקער צו מיין רעקארד פלעיער 😂 😂 עה, אוודאי סטריעם איך מוזיק פון מיין פאון דורך יוטיוב אדער ספאטיפיי, וואס דען? 😕
[mention]צקון לחש [/mention] איז נאכנישט אזא שגץ ווי דיר איי געס… אויך אויב דארפסטו עס פאר דיינע קינדער מוזטו שטענדיג דארט בלייבן? אויב ווילסטו אוועק גיין האקט זיך אפ דער מוזיק?

סקעפטיקער » פרייטאג יוני 23, 2023 11:21 am

· #529493
פונקט די וואך געזען אדווערטייזט
https://www.overtoneonline.com/

צקון לחש » פרייטאג יוני 23, 2023 12:03 pm

· #529495
סקעפטיקער
פונקט די וואך געזען אדווערטייזט
https://www.overtoneonline.com/
איך זעה אז זיי זאגן אז עס האט נישט קיין ווייפיי, בין איך נייגעריג, איז דא אן ענליכע כלי וואס האט יא ווייפיי? און בעיקר: וואס טוט דער ווייפיי אויף?
(איך האב נאכנישט בודק געווען די רעקאמאנדאציעס פון אויבן אין דעם אשכול)

ברוך שפינוזה » פרייטאג יוני 23, 2023 2:16 pm

· #529503
היים מוזיק שפילער
ברוך שפינוזה
כ'האב פארשטאנען אז ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, איך קאננעקט דעם ספיעקער צו מיין רעקארד פלעיער 😂 😂 עה, אוודאי סטריעם איך מוזיק פון מיין פאון דורך יוטיוב אדער ספאטיפיי, וואס דען? 😕
איך האב נישט קיין ״גרויסע״ קינדער אז ס׳זאל זיין אן אישו אבער געווענליך משפחות מיט קינדער האבן א טאבלעט מיט עקסעס צו יוטיוב א.ד.ג. פון וואס מ׳קען שפילן מוזיק.

צקון לחש » פרייטאג יוני 23, 2023 4:11 pm

· #529507
ברוך שפינוזה
געווענליך משפחות מיט קינדער האבן א טאבלעט מיט עקסעס צו יוטיוב א.ד.ג. פון וואס מ׳קען שפילן מוזיק.
נאר רבנים קדושים!