☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעקונג! שיסערי ביי די עמפייער סטעיט בילדונג

ברעקונג! שיסערי ביי די עמפייער סטעיט בילדונג

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1633

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:57 am

· #39397
ברעקונג! שיסערי ביי די עמפייער סטעיט בילדונג
א שיסערי איז יעצט פארגעקומען פארענט פון די עמפייער סטעיט בילדונג איינער איז זיכער טויט
פרטים וועט נאכפאלגען

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:09 am

· #39400
די שיסער איז געווארען געשסען דורך די פאלציי
בילד פון די סצענע

gehlungen » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:11 am

· #39401
לעמיל
א שיסערי איז יעצט פארגעקומען פארענט פון די עמפייער סטעיט בילדונג איינער איז זיכער טויט
פרטים וועט נאכפאלגען

2 dead about 10 injured (wins news)

טראכט » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:30 am

· #39404
מיטציהאלטן לעבעדיג
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/112334/2012/08/24/live-video-shooting-near-the-empire-state-building">http://www.vosizneias.com/112334/2012/0 ... e-building</a>

טראכט » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:38 am

· #39405
יעצט
📎 1757358_G.jpeg

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:50 am

· #39409
נישט טעראריסטיש.
ער איז געפייערט געווארן פון זיין דזאשב.
2 טויט (אינקלודינג דער טעראריסט)

טראכט » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:55 am

· #39412
זר זהב
טעראריסטישע אטאקע?

די עף בי איי האט באשטעטיגט אז עס איז נישט געווען ציגעבינדן מיט א טעראריסטישע אטאקע

טראכט » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:58 am

· #39415
לויט עטליכע נייעס קוואלן האט די שיסעריי אויסגעבראכן נאך א ארבעטס געפעך

טראכט » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:06 am

· #39421
זר זהב
נישט טעראריסטיש.
ער איז געפייערט געווארן פון זיין דזאשב.
2 טויט (אינקלודינג דער טעראריסט)

מיינסט אוואדע אינקלודינג דער מערדער 😉

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:09 am

· #39422
ער האט טעראריזירט די מאסן. פארוואס איז ער נישט קיין טעראריסט?

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:21 am

· #39423
זר זהב
ער האט טעראריזירט די מאסן. פארוואס איז ער נישט קיין טעראריסט?

דעיס איז דאך וואס די ארבערס זאגען אז נאר ווען זיי טוען עפעס הייסט עס טעראריסט אבער ווען איינער אנדרעש טוט עס איז עס נישט א טעראריסטשע אטאקע.....

גאלד » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:45 pm

· #39459
דער מערדער א ווייסער מאן אין די 50'ער יארן האט מען אויפגעזאגט פון זיין ארבעט א יאר צוריק,
ער האט געארבעט און fashion accessories (קליידער געצייג) עקספארט פירמע, לעבן די עמפייער סטעיט בילדינג
היינט אינדערפרי האט ער אפגעווארט אויפן גאס אינדרויסן פון די פירמע, איינע פון זיינע אלטע מיטארבייטער, א 42 יעריגער מאן, וועם ער האט געצילט צי הארגענען,
9:03 אינדערפרי האט ער איהם באגעגנט, ער האט ארויסגעצויגן זיין ביקס, געשאסן אין קאפ 3 מאל פון גאר נונט, און אוועקגעפאלן א טויטער,
דער מערדער האט אנגעהויבן אנטלויפן,
א קאנסטראקשן ארבייטער האט עס ציגעזעהן, און תיכף אלאראמירט 2 פאליסלייט וואס זענען דארט געשטאנען ביי די קארנער, און אנגעוויזן אויפן מערדער
די פאליס האבן תיכף אנגעהויבן נאכיאגן דעם פארשוין,
דער מערדער האט זיך אויסגעדרייט ארויסגעצויגן נאכאמאל זיין ביקס צי שיסן אויף די פאליסלייט,
די פאליסלייט האבן זיך גענומען צוריק שיסן,
דער מערדער איז געשאסן געווארן אויף טויט
אין די פייער אויסטויש זענען ציווילע מענטשן געכאפט געווארן אין די שיסעריי, און 8 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, טייל פון די פאליס בולעטס,
קיין איינע פון די 8 זענען נישט פארוואונדעט אין קיין לעבנסגעפאר,

נ.ב. ווען דער אינצידענט וואלט פאסירט אין הארלעם וואלט קיינער געוויסט דערפין,

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:14 pm

· #39507
נאך אפאר דעטאלן. זיי ביידע האבן זיך שוין נישט פארטראגן א יאר צייט, זיי האבן ביידע געפיילט קאמפלעינט איינער קעגן אנדער'ן.
נאכן אראפשיסן זיין קאלעגע, האט ער זיך גענומען אוועק גיין (ער איז נישט "אנטלאפן") מיט די גאן אין האנט! פארוואס האט ער עס נישט באהאלטן??

ווען ער האט דורכשפאצירט א ליידיגן פאליציי קאר האט ער פארפאקט דעם גאן אין זיין רוקזאק. א קאנסטאראקשן ארבעטער האט אים אבער געזען נאך
מיט'ן גאן אין האנט, און ער האט אלאמירט צוויי פאליציי לייט וועלכע זענען געשטאנען פארנט פונעם עמפייער בילדינג, זיי האבן אים קאנפראנטעד און ער
האט ארויסגעצויגן זיין גאן פוינטעד צו די פאליציי וועלכע האבן אים באשאסן מיט 14 רונדן הרג'נענדיג אים.
9 ביישויער זענען פארוואונדעד געווארן פון די פייער אויסטויש.

No_name » זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:41 am

· #39629
וואו לערנען זיי זיך שיסן רבונו של עולם.

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:18 pm

· #41986
ווידיא: עמפייער סטעיט גאנמאן ווערט אפארגעשאסן. ער האט נישט געהאט בעסער וואס צו טון ווי צו פוינטן זיין גאן?

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:31 pm

· #41997
איך זעה עס קלאר ביי 0:16