קורץ שארף צום פוינט!וואס דארף א מענטש צו טוהן ווען ער ווערט דיסאפוינטעד אין זיין רבי, זיין מנהיג, זיין רב, זיין ראול-מאדעל?
עס קען זיין סתם א דיסאפוינטמענט. אדער ער איז געווארן אפגעפרעגט אינגאנצן אין זיינע אויגן אדער עכ"פ אסאך קלענער ווי פריער.
אסאך מאל געשענט עס ווייל עפעס האט פאסירט און דער מנהיג איז ארויסגעקומען מיט זיינע "אמת'ע" קאלירן.
אדער ווייל ס'איז נתגלה קלונו ברבים.
טיילמאל ווערט א מענטש עלטער און קלוגער און זעט זאכן קלארער און טיפער. ער זעהט אז ער האט א טעות ג'האט!
וואס זאל אזא מענטש טוהן?
זאל ער פארבלייבן אין זיין חסידות און ווייטער מיטשפילן, אדער זאל ער נעמען פאקטישע שריט צו לעבן לויט זיין אמת?
זאל ער זיך אפרייסן פון זיין משפחה?
איך האב אמאל געהערט זייער א שיינע מעשה פון א גדול איש אלוקים וואס קען אפשר ווארפן א משהוא פערספעקטיוו אויף דעם ענין.
דער הייליגער רשנ''נ מלעלוב פון ב''ב וואס איז אוועק כל נדרי ביינאכט בשעת שיר היחוד האט געהאט א מחותן א ראחמעסטריווקער חסיד.
עס איז באקאנט בין חסידי לעלוב אז דער רבי די נאכט פון אשפוזא דמשה חוה''מ ביין שמחת בית השואבה פלעגט ער טאנצען מיט אבוקות בידו (אנדערע האבן געזאגט אז דער ישמח משה דערמאנט שוין דעם מנהג. איך ווייס נישט ווי) דער רקידה איז געווען ביים רשנ''נ אויסארארענדליך ממש התפשטות הגשמי.
הונדערטער אידן מכל קצבי א''י פלעגן קומען מיטהאלטן דעם שמחת בית השואבה נאכט אין ב''ב שיכטן ה' בבית מדרשו צו קענען זעהן דעם ריקוד פון די אבוקות בידו און אבוקות פניו.
דער מחותן זיינער דער ראחמעסטריווקער חסיד וואס האט געוואוינט אין ירושלים האט געוואלט פארן צום מחותן מיטהאלטן דעם ספעקטאל. איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון זיין רבין דער ראחמעסטריווקער רבי. אריין גייענדיג האט ער אים אויף געהאלטן מיט יו''ט'דיגע שמועסן און פארברענגט מיט אים. דערנאך האט ער עים געזעגנט זאגענדיג שיק א גריס און א גוט יו''ט פארן לעלובער רבי'ן.
דער מחותן קומט אן אין שוהל ווי די הקפות זענען פארגעקומען פארשפעטיגענדיג די רקידה. און ווי נאר ער קומט אריין אין שוהל איז דער לעלובער רבי זי''ע ארויס פון שיהל צו זיין שטיבעל זיך אביסעל אפריען פון די גרויסע עבודה זיינער.
ער גייט צו צום טיר איבער צו געבן דעם גריס, און זאגט דעם גבאין ער האט א שליחות צום רבי'ן אבער דער גבאי זאגט אים איידעלערהייט מען קען נישט איצטערט אריין גיין. מען דארף דאך איבער געבן דעם גריס וואס טוהט מען דא. האט דער מחותן ווי אנגרויסער חסיד מחליט געוועזען און איבער געגעבן דעם גריס אינדעראויסען פונעם טיר.
אפאר מינוט שפעטער זוכט דער גבאי דעם מחותן און זאגט מען קען שוין אריין. זאגט דער מחותן צום גבאין איך האב שוין איבער געגעבן דעם שליחות עס פעהלט נישט אויס מער אריין צו גיין. אבער פארט דער רבי רופט אריין צו זאגן א גוט יו''ט פארן מחותן. דער מחותן גייט אריין און שמועסט מיט דעם הייליגער לעלובער עניינים פון יו''ט. וכ''ו
דאן פרעגט ער, נא וואס איז מיטן גריס, איך האב שוין געזאגט אינדעראויסן ביים טיר. ממה נפשך איז דער רבי א רבי האט דאך שוין דער רבי באקומען דעם גריס, איז דער רבי נישט רבי איז די גריס נישט פאר עים.
האט דער רשנ''נ מלעלוב געענפערט און דאס איז די קנאק. אסאך מאל איז דער רבי נישט מיטן שטערקסטער דרגה און נישט אייביג איז ער אין די הויכע מדרגה אבער אויס רבי איז ער נאך נישט געווארן.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk