☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » ווי אזוי מאכט מען דעם אינטערגעשטרייכטן דא

ווי אזוי מאכט מען דעם אינטערגעשטרייכטן דא

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16319

שעפטאל » דינסטאג יוני 20, 2023 11:19 pm

· #529156
ווי אזוי מאכט מען דעם אינטערגעשטרייכטן דא
זאכן וואס כ'מוז וויסן..

ס'האט זיך אויפגעקאכט א אשכול אין א גוטע גוסטע (כ'מוז עס ארויפלייגן, ווייל ווילאנג נישט - קענעך נישט טראכטן פון עפעס אנדערש..)

כ'וויל ציטירן לינק'ס (-אשכולות) מיט אזא דא

טייערע חברים הגדולים ממנו בחכמה, האט'ס רחמנות און זייט'ס מסביר מיט באקציינער ווי אזוי שרייבט מען אויף די לינק ווערטער.

תודה רבה

קורץ שארף צום פוינט! » דינסטאג יוני 20, 2023 11:27 pm

· #529157
זעסט דעם URL? גיב איהם אזא קיצל אזא והוא יאמר לך את אשר תעשה
📎 Capture.JPG

שעפטאל » דינסטאג יוני 20, 2023 11:39 pm

· #529160
ביסט טאקע קורץ שארף צום פוינט!!!

האסט מיך געהאלפן אנגרייטן מיין 300'סטע תגובה

שכח

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 11:42 pm

· #529164
אן עצה טובה וואס איז האב געניצט אין מיינע בראשית יארן דא אין שטיבל, ווען איך האב געזען ווי די אלע לייט ניצן עפעס פיינע טריקס אין זייער תגובות און כ'האב עס אויך געוואלט נאכמאכן, האב איך געטון ווי פאלגנד: איך האב ציטירט די תגובה אוו אינטרעסט, און געקוקט דארטן ביי די ווערטער ווי עס איז געווען די אינטערסאנטע פיטשער וועלכע זאך עס שטייט ביי יענע ווערטער, פאר דעם און נאכדעם, שפעטער האב איך זיך גענומען קוועטשן קנעפלעך פון אויבן, געקוקט וואס מאכט וואס, און אזוי אויסגעפינען וועלכע קנעפל מען דארף דריקן.

איין זאך האב איך נאכנישט אויסגעפיגערט, און דאס איז ווען מען שרייבט א לענגערע ארטיקל און מען וויל אריינשטעלן אינמיטן בילדער, ווייס איך נישט וויאזוי דאס צו טון. כ'ווייס וויאזוי מען קען צום סוף עטעטשן אסאך בילדער איינס נאכן אנדערן, אבער אינמיטן אן ארטיקל ווייס איך דערווייל נאכנישט וויאזוי אריינצושטעלן מער ווי איין בילד.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 21, 2023 12:14 am

· #529183
ווען דו אטעטשט א בילד צו א תגובה (בעפאר דו שיקסט "שיק") קומט ארויף אונטן לעבן די אטעטשטע בילד א נייע אפציע, אריינצושטעלן די בילד אין א געוויסע שורה.

דו לייגסט דיין קארסור אויף די פלאץ וואו דו ווילסט לייגן דעם בילד (כאילו דו ווילסט טייפן דארט) און דאן דרוקסטו דעם קנעפל.
📎 לייג אריין אין שורה.jpg

שמן למאור » מיטוואך יוני 21, 2023 1:11 am

· #529202
שמעקעדיג
ווען דו אטעטשט א בילד צו א תגובה (בעפאר דו שיקסט "שיק") קומט ארויף אונטן לעבן די אטעטשטע בילד א נייע אפציע, אריינצושטעלן די בילד אין א געוויסע שורה.

דו לייגסט דיין קארסור אויף די פלאץ וואו דו ווילסט לייגן דעם בילד (כאילו דו ווילסט טייפן דארט) און דאן דרוקסטו דעם קנעפל.
די פראבלעם איז, אז דער אפציע פון 'לייג אריין די פייל אין די שורה' קומט נאר ארויף ביי מיר ווען איך אטעטש א בילד, און איך שרייב גארנישט קיין ווערטער, און נאר שפעטער ווען איך דריק שיק קומט ארויף א error אז די תגובה פארמאגט צו ווייניג אותיות, ערשט דאן באקום איך די אפציע אריינצולייגן די פייל אין די שורה. אבער נאך איך האב דאס שוין איינמאל געטון איז דאך שוין דא ווערטער אין די תגובה און די אפציע קומט שוין מער נישט ארויף.

וואס איך קען דערווייל יא טון לפי זה איז, קודם אריינשטעלן אין די שורה איין בילד. און שפעטער צולייגן אן אטעטשמענט ביים סוף פון די תגובה. אבער כ'האב נאכאלץ נישט די אפציע פון לייגן מערערע בילדער אינמיטן אן ארטיקל.

שמן למאור » מיטוואך יוני 21, 2023 2:25 am

· #529211
שכח שמעקעדיג פארן מיר אזוי שיין ארויסהעלפן און מסביר'ן אין אישי.