וואס איז די פראבלעם, אויפדעקן איינעמס אידענטיטעט? אדער שעדיגען א צווייטן. אדער ביידע צוזאמען, אדער יעדעס באזונדער
גילוי ניקים פון אנדערע פארומס
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16318
זייער פשוט, ווייל אויב מיר וועלן אויפדעקן ניקים פון א"וו, וועלן זיי אויפדעקן ניקים פון ק"ש. שמור לי ואשמור לך.
חוץ פון די עצם זאך אז ס'איז א גרויליגע מידה צו נישטערן אויסצוגעפונען יענעמס איידענטיטעט. "אויב מיין מאמע וואלט געוואלט דו זאלסט וויסן וואס ס'איז אינעם טאפ וואלט זי עס נישט באדעקט", האט דער ירושלימער יונגל ג'זאגט...
ווער רעדט נאך פון מפרסם זיין, דאס איז דאך סתם א רשעות. אפילו דער חפץ חיים האט נישט געדארפט רעדן קעגן דעם.

יא, אמת, מגלה זיין א ניק איז במקור א תקנה אין אלגעמיין.
אבער איך וויל הערן, צו דאס איז נכלל אינעם מצער זיין אנדערע, ווייל דאן איז די פראגע, אז באשמוצען אויך באקאנטע פיגורען איז מצער זייערע נאכפאלגער; אדער ניין, נאר בעצם אלץ אלגעמיינער תקנה, אז א ניק איז מען נישט מגלה.

באשמיצען אנדערע מיט א נאמען איז אויך נישט ערלויבט דא
[חוץ ווען ס'איז שוין גאר ידוע, אלע צייטונגען וכדו' רעדן דערפון. דאז מותר]
אגב. דעם תגובה האט מיך גאר אסאך געהאלפן דא אין ק"ש. קודם האבעך געכאפט מכות. כ'בעהט ענק, לערענט'ס זיך אויף מיינע ביינער!

בד"וו: די "סאושל מידיא" אין חפץ חיים'ס צייטן איז באשטאנען פון שרייבן הודעות און קול קורא'ס אויף צעטלעך און עס אויפהענגען אין ביהמ"ד...!
אזוי ווי חיים גראדע ברענגט (אין שטומען מנין) אז ר' שעפטל ( נישט צו פארטוישן מיט ר' שעפטאל פון קאווע שטיבל) דער געוועזענער מלמד און פייער'דיגער מתנגד פון חדר מתוקן פלעגט שרייבן צעטלעך מיט מחאות און עס אויפהענגען אין ביהמ"ד.