☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » וואס איז פשט פון 'קאלטענעס'?

וואס איז פשט פון 'קאלטענעס'?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16317

פלייש » דינסטאג יוני 20, 2023 4:29 pm

· #529073
וואס איז פשט פון 'קאלטענעס'?
אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?

Yesh » דינסטאג יוני 20, 2023 5:42 pm

· #529088
די האסט בילדער? וואל איך האב עס נאכניש גזען

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יוני 20, 2023 5:57 pm

· #529092
פלייש
אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?
דאס געשעהט אז מען קעמט נישט דעם בארד...

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 6:14 pm

· #529096
פון נישט קעמען געשעט עס נאכנישט. עס געשעט ביי די פרומאקעס וואס זענען מקפיד נישט צו טאטשן די בארד.

שעפטאל » דינסטאג יוני 20, 2023 6:19 pm

· #529097
הודעה לכל חסידי סטוטשין.
דער וואס דארף א קאלטענעס עמערדשענסי און קען נישט ווארטן אזו לאנג
קען מיך אישי'ן, כ'האב ב"ה אויסגעטראפן א מהלך, ס'נעמט נישט מער פון אפאר מינוט, און ס'קוקט אויס ווי עכט קאלטענעס.
אויב מ'לאזט עס אזוי פאר 2 וואכן (אהן קעמען) ווערט עס געהעריג קאלטענעס.
אכשר דרא, א שנעלע וועג צו ווערען הייליג 😃

פארווע חסיד » דינסטאג יוני 20, 2023 6:32 pm

· #529100
שעפטאל
הודעה לכל חסידי סטוטשין.
ולכל חסידי קאסוב

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יוני 20, 2023 7:54 pm

· #529117
שמחהלע קאפשטיק
פלייש
אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?
דאס געשעהט אז מען קעמט נישט דעם בארד...
איינער פון די גדולי ישראל וועלכער איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן. ער האט אויך געהאט קאלטענעס אין זיין בארד.

אלס יונגער בחור/יונגערמאן איז ער געגאנגען אנגעטון מיט דעם מאדערנעם (ליטווישן) לבוש. אן אראפגעבויגענעם גרויען היטל. א סינגל ברעסטעד סוט מיט א נעקטיי. און קליען שעיווען, פארשטייצעך. שפעטער ווען ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד האט ער מחמת רוב פרישותו נישט גענימען קעיר פון די בארד. און ער האט באקומען קאלטענעס. נאכדעים האט מען געמוט אפשערן א טייל פון זיין בארד.

ערנסטגערעדט » דינסטאג יוני 20, 2023 9:16 pm

· #529138
שמן למאור
פון נישט קעמען געשעט עס נאכנישט. עס געשעט ביי די פרומאקעס וואס זענען מקפיד נישט צו טאטשן די בארד.
מאדנע זאך געזען דעם שבת, טאקע א יונגערמאן וואס קוקט אויס ווי א סיריעס פרוש האט געהאט איין געהעריגע שיינע פאה, און דער צווייטער איז געווען קאלטענעס (אגב די ערשטע מאל וואס איך זעה דעם ווארט) זיין בארד איז יא געווען געהעריג, וצע״ג

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יוני 20, 2023 9:49 pm

· #529142
פלייש
אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגיענע ווי היינט
היינט איז אויך נישט דא ביי געוויסע...
ווייסטו דען נישט אז חדש אסור מן התורה?

חב''ד הויזן » דינסטאג יוני 20, 2023 9:51 pm

· #529143
שמחהלע קאפשטיק
שמחהלע קאפשטיק
פלייש
אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?
דאס געשעהט אז מען קעמט נישט דעם בארד...
איינער פון די גדולי ישראל וועלכער איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן. ער האט אויך געהאט קאלטענעס אין זיין בארד.

אלס יונגער בחור/יונגערמאן איז ער געגאנגען אנגעטון מיט דעם מאדערנעם (ליטווישן) לבוש. אן אראפגעבויגענעם גרויען היטל. א סינגל ברעסטעד סוט מיט א נעקטיי. און קליען שעיווען, פארשטייצעך. שפעטער ווען ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד האט ער מחמת רוב פרישותו נישט גענימען קעיר פון די בארד. און ער האט באקומען קאלטענעס. נאכדעים האט מען געמוט אפשערן א טייל פון זיין בארד.
פארוואס האט מען געדארפט אפשערן?

קורץ שארף צום פוינט! » מיטוואך יוני 21, 2023 12:50 am

· #529196
נעשה בלילה ע"י שד וסכנה להסיר

צפור בודד » מיטוואך יוני 21, 2023 12:59 am

· #529198
לרבים השואלים, קאלטענעס מאי הוא, גוגלתי ונושעתי: קאלטענעס היינו dreadlocks

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 21, 2023 1:23 am

· #529204
גוגל מעג זאגן ביז מארגן...! נאר ס'איז באוואוסט איבעראל אז קאלטענעס מיינט קניפן אין די האר. בארד אדער פיאות.

דער שרייבער חיים גראדע ברענגט א מעשה איבער א פרוי (מלכה, די גרושה. ר' חזקיה טייטלבוים דער שלאסער'ס טאכטער) וועלכע האט געהאט קאלטענס אין איהרע האר...דאס האט זי נישט באקומען אין ביוטי פארלאר. נאר ס'האט זיך געמאכט צוליעב א קראנקהייט. אדער פון נישט וואשן די האר געהעריג. מיט שעמפו און קאנדישיאנער...!

צפור בודד » מיטוואך יוני 21, 2023 1:34 am

· #529206

לייביששרייבער » מיטוואך יוני 21, 2023 1:45 am

· #529208
שמחהלע קאפשטיק
איינער פון די גדולי ישראל וועלכער איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן. ער האט אויך געהאט קאלטענעס אין זיין בארד.
דער קאסאווער רבי פון ב"פ האט קאלטענעס.

זיינוועל » מיטוואך יוני 21, 2023 4:48 pm

· #529283
יא, ר' יוחנן וואזנער דער סקווערער דיין פון קאנאדע האט נישט געמעגט צוליב א אפעראציע וואשן דעם קאפ, און ער האט דערפאר נישט געמאכט זיינע פיאות געהעריג, און וויבאלד ס'איז געווען אראפגעלאזט עטליכע חדשים אנע אנרירן, איז עס געווארן אזוי; קאלטענעס.

כ'קען נישט פארשטיין וואס זיי טראכטן, ס'איז דאך זייער נישט בכבוד'דיג פאר אנדערע מענטשן. איז נישטא א היתר עס מסדר צוזיין?