☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאנסטיטושינעליטי פון אסר'ן אונטער-עלטער בילדער

קאנסטיטושינעליטי פון אסר'ן אונטער-עלטער בילדער

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16314

אבטח ולא אפחד » דינסטאג יוני 20, 2023 2:13 pm

· #529016
קאנסטיטושינעליטי פון אסר'ן אונטער-עלטער בילדער
קען מיר איינער אפשר געבן צו פארשטיין פון א לעגאלן שטאנדפונקנט וואס איז דע קאנסטיטושינעליטי פון אסרן בילדער פון קינדער אין געוויסע מצבים און פעולות (וועלכע טארן דא נישט דערמאנט ווערן)?

אבטח ולא אפחד » דינסטאג יוני 20, 2023 2:13 pm

· #529017
איך פארשטיי די עוולה פון דעם עצם זאך.
איך פארשטיי אויך אז האבן בילדער קען גורם זיין אז מענטשן זאלן דאס מער טוהן, ממילא קומט אויס אז בעקיפין איז מען גורם צו דעם קריים. על אף וואס אויף דעם קאן מען זיך שטארק דינגען; לכאורה איז עס גענוג אוועקגעריקט פון דעם קריים אז איך זאל נישט טראגן קיין שולד. אזוי ווי דער גאן פאבריצירער איז נישט שולדיג (דערווייל, כהיום) אוף פארברעכנס וועלכע ווערן געטוהן מיט אט דער גאן וואס ער האט פאבריצירט. אבער כ'קען הערן אז דער געזעץ אסר'ט עס. שוין א געזעץ איז א געזעץ.
אבער וויאזוי קען מען מאכן אזא געזעץ וועלכער איז קעגן די קאנסטיטושן פון אוועקנעמען פרייהייט פון די פרעססע און פון אויסדרוק?

סקעפטיקער » דינסטאג יוני 20, 2023 2:23 pm

· #529022
עס איז צו באשיצן די קינדער, זיי קענען נישט געבן קיין קאנסענט פאר אזעלכע זאכן

אבטח ולא אפחד » דינסטאג יוני 20, 2023 2:35 pm

· #529025
סקעפטיקער
עס איז צו באשיצן די קינדער, זיי קענען נישט געבן קיין קאנסענט פאר אזעלכע זאכן
מיטן גאנצן כבוד האט איר נישט פארענטפערט מיין שאלה. בכלל נישט!
לאמיר אסר'ן צייטונגען, צו באשיצן די וועלכע ווערן דארט באשמוצט. לאמיר אסר'ן גאנס, צו באשיצן די וויקטימס.
עס איז דא א קאנסטיטוציע ביי אידן!

אבטח ולא אפחד » דינסטאג יוני 20, 2023 3:00 pm

· #529031
[ציטאט אראפגענומען]
קלארצושטעלן:
איך דיסקוסיר בלויז דער לעגאלער זייט דערפון.
דער וואס קען נישט האנדלען געזעץ מיט א קלארע קאפ זאל ביטע נישט אריינקומען אין דעם אשכול (בד"וו, זאל אויך איבערהיפן אויף כמה סוגיות הש"ס)

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 3:02 pm

· #529034
די ערשטע אמענדמענט האט זיך אויך זיינע גרעניצן, די סופרים קאורט האט דאך שוין גע'משפט אז שרייען פייער אין א פולע שטוב גייט נישט אריין אין די כלל פון פרייע געשפרעך.

און אפילו בלאו זה פארשטייט יעדע בר דעת אז הגם פרייע אויסדריק איז טאקע זייער וויכטיג, דארף מען האבן שכל ווי איין און ווי אויס, מען קען נישט מיט געשפרעך פאקטיש שעדיגן מענטשן שלא ביושר. צייטונגען האבן נישט קיין רעכט צו זאגן ליגנט אויף א מענטש מיטן תירוץ פון פרייע געשפרעך. אלעס האט גבולים.

אין דעם פאל וואס דו פרעגסט, פארשטייט יעדער אז כדי צו באשיצן קינדער איז וויכטיג צו אסר'ן אזעלכע זאכן מכול כול. ס'איז אנדערש ווי א גאן פראדעצירער וואס א גאן קען מען ניצן פאר גוטע זאכן און דער פראדעצירער טוט נישט קיין עוולה מיטן עס מאכן. אנדערש איז אבער ביי דעם נושא ווי די עצם בילד איז געמאכט געווארן שלא ברשות ושלא על פי מענטשליכקייט און דאס טוט פאקטיש שעדיגן די קינדער. די איינציגסטע וועג צו באשיצן קינדער פון אזעלכע זאכן איז דורכן עס מאכן אומלעגאל צו מאכן, האבן, שיקן, און פארקויפן, וא"כ האט די גאווערמענט אלע רעכטן דאס צו טון.

דערהויבענע איד » דינסטאג יוני 20, 2023 3:53 pm

· #529054
שמן למאור
די ערשטע אמענדמענט האט זיך אויך זיינע גרעניצן, די סופרים קאורט האט דאך שוין גע'משפט אז שרייען פייער אין א פולע שטוב גייט נישט אריין אין די כלל פון פרייע געשפרעך.

און אפילו בלאו זה פארשטייט יעדע בר דעת אז הגם פרייע אויסדריק איז טאקע זייער וויכטיג, דארף מען האבן שכל ווי איין און ווי אויס, מען קען נישט מיט געשפרעך פאקטיש שעדיגן מענטשן שלא ביושר. צייטונגען האבן נישט קיין רעכט צו זאגן ליגנט אויף א מענטש מיטן תירוץ פון פרייע געשפרעך. אלעס האט גבולים.
מ'קען סוען אין אמעריקע אויב א צייטונג האט געשריבן ליגענט?

איך רעד בלויז פארן שרייבן, נישט אויב מ'קען זאגן אז ס'האט שאדן געמאכט.

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 6:11 pm

· #529095
סתם א ליגנט וואס שאדט פאר קיינעם נישט גלייב איך נישט אז מען קען סוען וועגן דעם. אז א צייטונג האט באריכטעט אז יענקל עסט שבת עפל קאמפויט און באמת עסט ער בארן קאמפויט, דאן וואס איז די גרויסע אישו? אפילו זיי האבן ליגנט געזאגט בכוונה, אויב שטערט עס קיינעם נישט דאן הא קעירס? הגם כ'בין נישט קיין לעגאלע עקספערט און קען זיין אז סתם זאגן ליגנט בכוונה איז אויך א פראבלעם, אבער סוען איז שוין א צווייטע זאך.

אויב אבער שאדט עס, קען מען שוין איינמאל סוען, דאס ריפט זיך defamation. די גאנצע דאמיניאן לאו סאוט קעגן פאקס איז געווען וועגן דעם.

קהל'ס נער » דינסטאג יוני 20, 2023 6:50 pm

· #529105
ריכטיג, אבער חוץ פון שאדן האבן דורך ליגענט דארף מען אויכעט אויפווייזן אז די צייטונג האט געהאט א מעלישיס אינטענט (התכוון להזיק) און טאקע דערפאר איז דא אין אמעריקא זייער שווער צו סוען אויף פאלשע נייעס ווייל מילישעס אינטענט איז זייער שווער אויפציווייזן.
משא"כ אין ארץ ישראל, וואו מען דארף נישט אויפווייזן מאלישיס אינטענט, קען מען אסאך גרינגער סוען, און טאקע דערפאר גיבן זיך די ישראלישע צייטונגען מער אכטונג צי זיין אויפריכטיג.