☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.

פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16305

אלע צוזאמען » פרייטאג יוני 16, 2023 3:04 pm

· #528664
פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.
פון די וועלט באשאף ביז היינט איז אייביג געווען קראנקע מענטשן, קרענק פיזיש און גייסטיש, אסאך מאל האט מען עס געכאפט פריער און פילע מאל, ליידער שפעטער, די פיין און ליידן זענען אויך געווען פארשידענארטיג, פון נארישע קאפ ווייען, ביז יסורי איוב וואס אויף קיין שום אידיש קאפ נישט געווינטשען.

די וועג וויאזוי מען האט באהאנדלט מחלות, האט זיך אויך געטוישט פון דור צו דור, פון דאקטאר צו פראפעסאר, ווען דער האט געהייסן לייגן באנקעס, האט דער אנדערער געזאגט צו צומאלן גראז, ווען ווען איינער האט האט געזאגט אפערירן האט דער צווייטער געהאלטן אז ס'נישטא וואס צו טון מער, די צד השווה איז אבער געווען אז יעדער, די פאציענט און אלע דאקטוירים, האבן אלע אנערקענט אז ס'איז פארהאן א מיחוש דא, און מ'מוז פראבירן צו ראטעווען דער קראנקער.

איינע פון די פילע קרענק וואס איז ליידער דא אויף דעם פלאנעט, איז אז געווענליכע מענטשן ווערן געבוירן מיט XY אדער XX קראמאזאנ'ס, איז אבער דא יחידים וואס ווערן געבוירן מיט ביידע סימנים אדער גאר קיין איינ'ס, און במשך די יארן האט מען אלץ געוויסט פון אזא קרענק, מ'האט פרובירט זיי צו העלפן וויאזוי מ'האט געקענט, נאכדעם איז פארהאן נאך א קרענק ל''ע, אז נארמאל ווערט א מאן צוגעצויגן צו א פרוי, און פארקערט, יעדע כלל האט א חוץ, אזוי אויך דא, געוויסע מענער ווערן נתחמם צו אן אנדערע מאן, און געוויסע פרויען גלייכן אנדערע נקבות, ס'איז א קרענק.

און דאס איז פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע, ווייל ס'איז געווארן א ''געמיינדע'', איך שטיי מיט דיר אלץ אן אינדיווידואל, אלץ א יחיד וואס מוטשעט זיך מיט שוועריקייטן, אפשר עפענט מען א 'נישט קיין פיס געמיינדע', וואס איז די משוגעת פון נעמען קראנקע, און זיי זאגן, יא אלעס איז גוט מיט ענק, און וואס איז געשען נאכדעם איז זייער פשוט, אויב ס'איז גוט צו זיין קראנק, זענען געקומען קריפי מענטשן, גרויסע מנוולים און חזרים, א שטייגער ווי 'דזשאן מאני' און איינגעפעדעמט די משוגעת אז מענער קענען ווערן פרויען און מיידלעך קענען ווערן יונגלעך.

אין די היינטיגע סאסייאיטי איז דא גענוג מח קראנקע מענטשן איז עס געווארן א סטייל, ס'א גרינגע וועג צו שנעלע פובליסיטי כבוד, און געלט, איז דעריבער ניין, איך שטיי נישט מיט און שטיץ נישט אזא געמיינדע, אויך נישט די היימישע.

שמן למאור » פרייטאג יוני 16, 2023 3:24 pm

· #528665
איך וויל פארשטיין אפאר זאכן, קודם כל פארוואס איז דאס א 'קרענק' ווען איינער ציעט צום זעלבן מין?

אויב רוב מענטשן אויפן וועלט האבן נישט ליב קאטעשדזש טשיז מיט באנאנעס, און בלויז א קליינע פראצענט האבן דאס ליב, ווערן זיי יעצט קלאסעפיצירט אלס קראנק? על טעם וריח אין להתווכח, ער האט ליב דאס דו האסט ליב יענץ, פארוואס הייסט דאס קראנק? אפשר זענען דזשינדזשיס 'קראנק'? רוב מענטשן האבן נישט קיין ארענדזשע האר...

ווערן געבוירן געי איז א געהעריגע נאטורליכע ערשיינונג און אין די וועלט פון חיות איז פינקט אזוי דא א פראצענט פון געיז.

נאך א זאך, נניח אז ס'איז יא א קרענק, פארוואס ביסטו קעגן מאכן א געמיינדע פון מענטשן וואס מוטשענען זיך מיט א מחלה? אז מען וועט מאכן א שבת התוועדות פאר די 'יענע מחלה' געמיינדע וועסטו אויך זיין דערקעגן? אז מען וועט מאכן א צאמקום פאר עלטערן וואס ליידן פון פערטילעטי וועסטו דאס נישט שטיצן? אז עס וועט זיך עפענען אן ארגעניזאציע פאר 'נישט קיין פיס געמיינדע' וועסטו זיין דערקעגן? כ'זע נישט פארוואס.

מען רעדט דא פון א געמיינדע וואס ציליב זייער נאטורליכע געבוירענע אריענטאציע, און זייער לעבן אויף א וועג וואס זיי געפעלט, (אדער אויב דו ווילסט, ריף עס מחלה) האט מען זיי פאר יארן לאנג גע'רצח'עט, דיסקרימענירט קעגן זיי, און זיי פארשריגן. יעצט אז די וועלט ריקט זיך פאראויס זע איך נישט פארוואס זיי זאלן נישט מעגן חוגג זיין זייער סטאטוס.

ביבער » פרייטאג יוני 16, 2023 4:03 pm

· #528667
איך שטיי מיט יעדע געמיינדע אחוץ פון די וואס שטייען אויף מיר אז איך מוז אדער טאר נישט שטיין מיט א געוויסע געמיינדע. דעמאלט שטיי איך אקעגן זייער צוגאנג אבער זיי מיינען אז איך שטיי אקעגן זיי אליינס.

ביבער » פרייטאג יוני 16, 2023 4:07 pm

· #528668
.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 16, 2023 6:23 pm

· #528684
יא. אבער וואס זאללן די יחידים טון. די וועלכע זענען באשאפן געווארן מיט אן אנדערע נאטור ווי די רוב וועלט. וואו זאללן זיי זיך ווענדן צופרידן צושטעללן זייערע גייסטיגע און עמאציאנעלע באדערפענישן. און אין די אמאליגע צייטן אויב סאסייעטי האט אויסגעפונען איבער א מענטש (מאן אדער פרוי) אז ער/זי איז געי, האט זיך זיין גאנצער סאציאלער סטאטוס און אנזעהן געענדיגט. מ'האט איהם אפילו אפגעזאגט פון די ארבעט. האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה ווי זיך צו ארגאניזירן אלס א גרופ.

נאר אין די היינטיגע צייטן האט זיך דער מצב (ליידער) דערקייקלט אז זיי האבן איבערגעטריבענע מאכט און צומאל טעראריזירן זיי (אליינס) אנדערע מענטשן. יחידים אדער גרופס וועלכע דערוואגן זיך ארויסצוזאגן א ווארט פון קריטיק איבער זייער אויפפאלענדע און מאדנע אויפפיהרונג. וועלכע גייט שוין איבער אלע גרעניצן פון נארמאלקייט און מענטשליכקייט.

ברוך שפינוזה » פרייטאג יוני 16, 2023 6:44 pm

· #528687
די פוינט איז נישט צו דו שטייסט מיט די דאזיגע געמיינדע צו נישט, די פוינט איז צו דו אנערקענסט אז די אנטי-געי סענטימענט איז א טייל פון די פארגאנגענהייט (הגם ס'גייט לכאורה צוריקקומען ערגעצוואו אינעם עתיד, פונקט ווי ס'איז צוריקגעקומען נאכ'ן גריכישן געי עפאכע, אבער פאר די נעקסטע טויזענט יאר איז דאס די מצב). די שווארצע האסע האבן זיך די Judeo-Christian פונדאמענטאליסן שוין אויסגעלערנט צו האלטן ביי זיך אין בויך, סיידן אז דו ביזט אן אנטיסאושעל KKK אדער נעא-נאצי קוקו דאן זאלסטו טאקע שטיין אין די גאסן און שרייען צוזאמען מיט סאנדיק און די נטורי קרתא און די Westboro Baptist Church, אדערווייז לערן זיך אויס אז סייג לחכמה שתיקה, ווילאנג דו עפנסט זיך נישט אויף דאס פיסקל וועט מען כאטש מיינען אז דו ביזט א חכם...

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 16, 2023 7:37 pm

· #528689
נעבעך, וואס טוען די מענטשן אין ביהמ"ד? זיי זענען כסדר עובר אויף ולא תתורו?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.

שמן למאור » פרייטאג יוני 16, 2023 7:51 pm

· #528691
שמעקעדיג
נעבעך, וואס טוען די מענטשן אין ביהמ"ד? זיי זענען כסדר עובר אויף ולא תתורו?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
זיי דארפן גיין מיט די אויגן אראפ אין ביהמ"ד אויך... זיי מוזן אלעמאל ארומגיין מיט שמירת עינים גלעזער... אדער אפשר גאר מיט א טלית איבערן קאפ...

דיכטער » מוצ"ש יוני 17, 2023 9:45 pm

· #528693
איך וויל פרעגן רשות פארצולייגן מיינע איינס-אהאלב סענט, בבחינת טעיק איט אר ליוו איט.
קודם וויל איך מקדים זיין אז איך גיי רעדן עטוואס ברמיזה, ודי לחכימא בהדין.

פון קינדווייז אן, זענען מיר געוואוינט אז דער וועלט איז הערליך צעטיילט. דער מאנליכן פון איין זייט און דער ווייבליכן פון דער אנדערע זייט. דער מאנליכן קומט מיט א פונקטליכע, פאראויס-באשטימטע כאראקטער און נאטור, אן אייגענארטיגע ביין געבוי און קלארע נייגונג אנבאלאנגט געשלעכט, אלעס איז קלאר און מסודר. פון א מענטש מיט אזא און אזא אויסערליכע ביין געבוי איז צו ערווארטן אזא און אזא כאראקטער און נייגונג. אזוי זענען מיר געוואוינט צו לעבן. עס איז פיל לייכטער זיך אומצוגיין אזוי צווישן מענטשן און פירן א געזעלשאפט מיט אזא גלויבונג.

אין אלגעמיין פארט אלעס אויסערליך, א מחיה. עס ווירבלט א לעבן, מען וואקסט אונטער, פארהייראט, טרעפט ליבע, בויעט זיך א נעסטל און עס איז פרידן אויף דער וועלט.

אבער וואס איז טאמער איר הערט אז איר קענט פארגעסן פון אלעס וואס איר האט געלערענט און זיך אזוי אריינגעבאקן, איבער געשלעכט און מין? אפשר איז צייט אנצוהייבן פון פריש, אנקוקן דער זאך מיט א ניכטערע בליק.

אין מערסטע פעלער קען מען צעטיילן די מענטשהייט אין צוויי גרופעס. איין איז דער וואס דער אויסערליכע, קערפערליכע אייגנשאפטן זענען איין סארט וועג און דער צווייטע איז אן אנדערע סארט וועג.

אין דער געזעלשאפט זענען מענער און פרויען צעטיילט, מענער האבן זיך זייערע אייגנארטיגע נאטורן, זיי זענען שטארק-געבויט, גלייכן ספארטס, קעמפפן און געוועלטיגן. פרויען פון דער אנדערע זייט, זענען מער געפיליש, זיי האבן א ווייכערע סארט כאראקטער און ארבעטן נישט אזוי פול, פיזיש.

ווען עס ווערט געבוירן א קינד, וועט מען איהם זאפארט אידענטיפיצירן אלץ מאנליכן אדער ווייבליכן, געוואנדן אין זיין קערפערליכע אויסשטעל, און פון דאן און ווייטער וועט מען אטאמאטיש ערווארטן פון איהם א געוויסע סעט פון נאטורן, געוואנדן אין דער אנגעגעבענע אידענטיטעט.

אבער נישט אלעמאל איז דאס ריכטיג. פארהאן אזעלכע וואס האבן ביים געבורט באקומען דער מאנליכע אידענטיפיקאציע צוליב זייערע פיזישע אויסערליכע קערפער, אבער אין פאקט אידענטיפיצירן זיי זיך נישט דערמיט. דאס שאפט זיי שווערע גייסטישע פראבלעמען און אין פיל פעלער וועלן זיי פראבירן און בייטן זייערע געבוי און אויסשטעל עס זאל בעסער צופאסן צו זייערע אינערליכע אידענטיפיקאציע. דאס איז אנבאלאנגט דער געזעלשאפטליכע אידענטיפיקאציע וועלכע ווערט געגעבן פאר א קינד ביי זיין געבורט.

אויסער דעם, איז פארהאן אן אינערליכע נייגונג אין א מענטש וועלכע וועט אין רוב פעלער ציען, אין געשלעכט, צו זיין קעגענער.

געווענליך וועט אזא איינער וואס איז געבוירן מיט דער סארט קערפער וועלכע געבט איהם ביי זיין געבורט דער מאנליכע אידענטיטעט, פארמאגן א נייגונג צו דער פארקערטע גרופע, און איינע וואס ווערט געבוירן מיט א ווייבליכע קערפער וועט האבן א נייגונג צו איר פארקערטע.

אבער דא ווערן זאכן קאמפליצירט. עס זענען פארהאן מענטשן, סיי ביי מענער און סיי ביי פרויען, אן קיין שום נייגונג. אזוי אויך זענען פארהאן מענער וואס נייגן צו מענער און פרויען צו פרויען, אדער מענער צו ביידע און פרויען צו ביידע, און אפילו א מענטש וואס געווענליך וועט ער נייגן צו איין מין, מיינט נאך נישט אז דאס איז אלעמאל דער פאקט. עס קען זיך מאכן אז עס וועט זיך בייטן זיין נייגונג.

כדי צו ווייזן אז דער זאך איז ווייט נישט אזוי איינפאך און קלאהר ווי עס וויל זיך דאכטן פונעם ערשטן בליק:
קען זיין א מענטש וואס ביים געבורט האט ער באקומען דער מאנליכע אידענטיפיקאציע צוליב זיין אויסערליכע קערפער. ער האט עס געביטן נאכדעם וואס עס איז נישט געגאנגען אין איינקלאנג מיט זיין אינערליכע אידענטיפיקאציע און דאן נייגט איר, אלס ווייבליכן, צו דער ווייבליכן צוליב איר נייגונג צו דעם זעלבן מין.

שמעקעדיג » מוצ"ש יוני 17, 2023 11:28 pm

· #528699
שמן למאור
שמעקעדיג
נעבעך, וואס טוען די מענטשן אין ביהמ"ד? זיי זענען כסדר עובר אויף ולא תתורו?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
זיי דארפן גיין מיט די אויגן אראפ אין ביהמ"ד אויך... זיי מוזן אלעמאל ארומגיין מיט שמירת עינים גלעזער... אדער אפשר גאר מיט א טלית איבערן קאפ...
דו האסט מיר אויפגעשאסן... 😂

ברוך שפינוזה » זונטאג יוני 18, 2023 1:04 am

· #528713
א. דו פרעגסט וואס האט די פאקט אז דיין געדאנקענגאנג איז א פארגאנגעהייט מיט'ן אמת, איך פרעג פארקערט, וואס האט די פאקט אז דיין געדאנקענגאנג איז אמת (לשיטתך) מיט'ן פאקט אז דיין מיינונג איז טאטאל איררעלעוואנט און אפילו די לאמפ צוקראצט זיך גאנץ ווייניג דערפון? איי דו האלטסט יא אזוי? ביזט הונדערט פראצענט גערעכט! אבער איך פרעג דיר, וואס וואלטסטו געראטן פאר א נאנטן חבר דיינער וואס איז א flatearther אדער האלט אז שווארצע דארפן זיין קנעכט אדער סיי וועלכע צוריקגעשטאנענע שיטה, וואלטסטו דען איהם נישט אויך געראטן זיך צו האלטן דאס מויל פשוט פאר זיין אייגן כבוד? קענסט די מעשה פון יענער וואס איז געפארן אויפ'ן הייוועי wrong way, אינמיטן הערט ער אויסרופן אויפ'ן ראדיו "דער עולם זאל אכט געבן ווייל ס'דא א משוגענער וואס פארט wrong way", גיבט ער א שריי אויס צו זיך "איין משוגענער? איך זעה הונדערטער משוגעים פארן wrong way", והנמשל מובן מאליו. הערסטו? די וועלט איז נישט משוגע, און אויב האלטסטו אז יא פאר דיין אייגן בענעפיט האלט דיינע טעאריעס ביי זיך אין בויך, סיידן אז דו האלטסט אז דו האסט ראיות חותכות צו דיין שיטה נישט סתם פסוקים פון א 2,000 יעריגן בוך, דאס איז נישט די וועג איבערצוצייגן מענטשן.

ב. דו פרעגסט צו דו דארפסט אויסלעשן דיין מוח ווייל דו טראכסט אנדערש פונעם צייטגייסט, איך האלט נישט אזוי, אדרבה, מאך זיכער צו האלטן דיין מוח אנגעצינדן די גאנצע צייט, אויך ווען דו הערסט ארגומענטן וואס זענען פארקערט פון דיין שיטה.

ג. האסע און פאביע איז נישט קיין שטרוימאן, ס'איז א ווארט וואס האט א דעפינישן אינעם ווערטערבוך. און איך וועל דיר זאגן אפן און גראב, איך בין א האמאופאוב, וואס קען איך דען טוהן, אזוי האט מיר גאט באשאפן. ווי אויך בין איך אן Arachnophob, און יא, ווען איך האב אמאל געזעהן א אינגל אין קעמפ זיך שפילן מיט א שפין האב איך געהאט nightmares דערפון פאר אפאר נעכט, איז מיר דען איינגעפאלן פאר איין מינוט איהם צו צוקייען דעם מוח דערוועגן? לאז לעבן, אני בשלי והוא בשלו.

ד. חכמה איז נישט קאפירייט ביי קיינעם, און חכמה מיינט נישט זיין גערעכט, חכמה מיינט זיין קלוג. צו די אנטי-געי פראפאגאנדירער זענען גערעכט צו נישט קען מען נאך דעבאטירן, אבער קלוג זענען זיי נישט, סיידן אז זיי ווערן באצאלט פאר די דעבאטעס.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 18, 2023 1:05 am

· #528714
שמעקעדיג
שמן למאור
שמעקעדיג
נעבעך, וואס טוען די מענטשן אין ביהמ"ד? זיי זענען כסדר עובר אויף ולא תתורו?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
זיי דארפן גיין מיט די אויגן אראפ אין ביהמ"ד אויך... זיי מוזן אלעמאל ארומגיין מיט שמירת עינים גלעזער... אדער אפשר גאר מיט א טלית איבערן קאפ...
דו האסט מיר אויפגעשאסן... 😂
דאס ברענגט מיר צו טראכטן איבער די סופער-הייליגע אידן וועלכע טוען אט די שטיק. אדער טוען זיי עס פאר אטענשן/פובליסיטי אדער ווילן זיי סתם פאפן די מענטשהייט ואין תוכם כברם. כמובא ב'ספר קב הישר ובספר חסידים.

ברוך שפינוזה » זונטאג יוני 18, 2023 10:19 am

· #528741
פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.
איך זאג איין זאך, מילא אז דו ביזט געי און דו ווילסט האבן רעכטן פארשטיי איך פארוואס דו חושסט ארום אין לגבט שטותים, אבער דו ביזט דאך יא מסודר מיט דיינע רעכטן (עכ״פ מה שנוגע איידענטיטי פאליטיקס). וואס ווילסטו פון מענטשן׳ס לעבן האבן? האסטו עפעס דערפון? האסטו שוין אמאל איינעמ׳ס לעבן פארבעסערט מיט דיין איצטיגן כח הטענה? וואס איז פשט פון דעם קאפ אין וואנט פונדאמענטאליזם לשם פונדאמענטאליזם? לאז אפ, תשחרר. האסטו עפעס צו ענטפערן דערויף וועל איך מיך פרייען צו הערן, די אנדערע פוינטס זענען נישט ממש רעלעוואנט צום אישו.

ברוך שפינוזה » זונטאג יוני 18, 2023 10:58 am

· #528748
[ציטאט אראפגענומען]
זייער שיין, יעצט פיר אויס, וואס האבן די אנטי-געי וויזויהייסטעס (ח"ו נישט פונדאמענטאליסטן ווייל ס'איז א שטרוימאן ארגומענט) ביז היינט פארבעסערט פאר דאס מענטשהייט מיט זייערע דברי חכמה? און וויאזוי פלאנען זיי צו הייבן אונזער לעבנסקוואליטעט אויף ווייטער? אויב אזא פלאן איז נישטא אויפ'ן האריזאנט איז דאס פונדאמענטאליזם ביי דעפינישן (און לשיטתך אויך א שטרוימאן).

מיין הנחה קדומה איז אז כדי א מענטש זאל אוועקגעבן זיין הארץ און/אדער אידענטיטעט פאר א cause מוז ער האבן א וויזיע וואו ער פלאנט אנצוקומען דערמיט, און איך זעה נישט וואו די אנטי-געי נישט-פונדאמענטאליסטן פלאנען אנצוקומען מיט זייערע פראפאגאנדע. און נאכאמאל, איך רעד פון פראפאגאנדע, נישט פון סתם האלטן דעם "אמת" ביי זיך אין בויך, איך רעד פון אקטיוו זיך ארומדרייען און שרייען אין טויבע אויערן אריין נוסח ציממערמאן סתם פאר די סעיק פון פיטערן דעם אידענטיטעט. מילא בען שפירא פארשטיי איך ווייל ער שארט מילליאנען דערפון, אבער די פשוט'ע מענטשן וואס דרייען זיך ארום און ס'שפריצט פון זיי די וויזויהייסטעס (ח"ו נישט פאביע אדער האסע ווייל ס'איז א שטרוימאן) אויף יעדע זאך וואס שמעקט נאר פון די לגבט און איבעראל טרעפן זיי רמזים וואו די דיעפ סטעיט פרובירט זיי צו ברעינוואשן א.א.וו., פארוואס? פארווען? פארוואו?

שמעקעדיג » זונטאג יוני 18, 2023 11:45 am

· #528753
ברוך שפינוזה
סיידן אז דו האלטסט אז דו האסט ראיות חותכות צו דיין שיטה נישט סתם פסוקים פון א 2,000 יעריגן בוך.
רבש"ע, וואס מיינען די ווערטער???

קבצו זקנים » זונטאג יוני 18, 2023 12:21 pm

· #528757
מיין חומש איז געדריקט געווארן אין יאהר 2023 😂

אבטח ולא אפחד » זונטאג יוני 18, 2023 1:43 pm

· #528763
די שקר (און רשעות) דא איז ווייל עס איז דא א סקעיל, כלומר נישט איינער וואס האט עפעס אזא געפיהל מיינט שוין אז ער/זי איז לגבט
(האבעך בארואיגט טייל פון אייך?)
און אפילו איינער וואס האט א משיכה צו זיין גענדער, מיינט נישט אז עס איז 100 פראצענטיג, מ'קען ארויף און אראפריקן, ווי אויך במשך דעם לעבן ריקט זיך עס ארויף און אראפ.
איך גלייב אז אין איראן איז באמת דא ווייניגער ווייל מענטשן ווייסן וואס דאס קען קאסטן, פארגייט זיי דער אפעטיט, און אז סנישט דא קיין אפעטיט איז דאך נישט דא קיין אפעטיט (פארשטאנען?)
ביי בחורים אין ישיבה איז פונקט פארקערט, איך רעד נישט פון דאס וואס איז באקאנט אז זיי דרייען זיך צווישן בני מינם ממילא וכו', נאר איך מיין א נייע סברא, וויבאלד טרעפן א נישט בני מינם ברענגט מיט זיך גרויסע ריזיקעס, פארגייט דער אפעטיט, מיילא האט מען ווייניגער אפעטיט.
כ'קעניש דא מסביר זיין מער.

אלע צוזאמען » זונטאג יוני 18, 2023 3:53 pm

· #528775
@ברוך שפינוזה בארואיג דיך, קיינער אטאקירט נישט דא, קיינער איז נישט דא דיך צו אונטערברענגען.
סיג לחכמה שתיקה גייט אן אויף ביידע וועגן, ס'זעהט מיר נישט אויס ווי די האלטסט דיך צום כלל.
פאר קיינעם היינט צוטאגס שטערט נישט דעם פריוואטן געי אדער לעיסביען, קיינער כהיום שטייט נישט און שרייט אויפן יחיד וואס לעבט זיך זיין לעבן, און שטערט נישט קיינעם, די קאנסערוואטיוון רעגן זיך אבער יא, ווען אינעם נאמען פון טאלעראנץ, צווינגט מען די גאנצע באפעלקערונג צו טאלערירן די משוגעת'ן אין פובליק, זאל עס זיין אויפן גאס, אין פובליק שולעס, אין מאוויס, אדער נאכמער, ווען מ'צווינגט אריין קינדער אין די חזעריי.

די וועלט איז נישט משוגע, גערעכט, און טאקע וועגן דעם איז 'באד-לייט' ביר געפאלן צום ערשטן מאל אין 'אמעריקע', אין היינט איז עס נאר די צווייט מערסט פארקויפטע ביר, אזוי אויך האט 'טארגעט' דערלייגט אזא $15 ביליאן אין צוויי קארגע וואכן, טאקע ווייל די וועלט איז נאכנישט אינגאנצן משוגע.
און ווייל די זעהסט נישט ווי די אנטי געי חברה פלאנען צו אנקומען מיט זייער פראפעגאנדע, מיינט נאך נישט אז זיי האבן נישט קיין cause.

יעצט נאכאמאל צירוק צום אנהייב, מ'רעדט נישט פון די מיעוט שבמיעוט וואס איז געבוירן געווארן מיט פארריקטע נאטורן און/ אדער קראמאזאנ'ס, זיי זענען נעבעך קראנק, פונקט ווי דער מענטש וואס איז ר''ל געבוירן געווארן מיט נאר איין פיס @שמן למאור, אפילו ס'איז א נאטורליכע ערשיינונג איז עס נאך אלץ א קרענק, די ווייטאג און חורבן איז ווען דער רבים מוז זיך צושטעלן צו א פענאמענען מיט וואס זיי זענען נישט מסכים.

שמן למאור » זונטאג יוני 18, 2023 4:22 pm

· #528778
אלע צוזאמען
זיי זענען נעבעך קראנק, פונקט ווי דער מענטש וואס איז ר''ל געבוירן געווארן מיט נאר איין פיס @שמן למאור, אפילו ס'איז א נאטורליכע ערשיינונג איז עס נאך אלץ א קרענק.
איך האב נאכנישט געהערט קיין הסבר פארוואס דאס הייסט א קרענק. ביי מיר הייסט א קרענק א פעלער אדער א מחלה וואס שטערט א מענטש פון לעבן זיין לעבן וויאזוי ער וואלט געוואלט. אז איינער האט ליב זיין מין און איז צופרידן צו לעבן אזא סארט לעבן, דאן פארוואס הייסט דאס קראנק? ווי שוין געפרעגט ענליך, אז איינער האט ליב א מאנדע עסן און ער איז צופרידן דערמיט הייסט דאס קראנק?

ביסט נישט גערעכט מיט דעם אז די להטבי"ם לעבן זיך זייער לעבן און קיינער שטערט זיי נישט. עס ווערט טאקע בעסער פון טאג צו טאג, אבער געדענק, זיי זענען נאכנישט אנערקענט געווארן אלס לעגאלע קאפלס ביז ממש געציילטע יארן צוריק. אבאמא האט עס געמאכט לעגאל! נישט jfk און נישט ראזעוועלט, נאר 'אבאמא'! און די חברה ווערן נאך דיסקרימענירט רעכטס און לינקס יעדן טאג ובפרט אין די רעכטע שטאטן.

שמן למאור » זונטאג יוני 18, 2023 4:32 pm

· #528779
אבטח ולא אפחד
איך גלייב אז אין איראן איז באמת דא ווייניגער ווייל מענטשן ווייסן וואס דאס קען קאסטן, פארגייט זיי דער אפעטיט, און אז סנישט דא קיין אפעטיט איז דאך נישט דא קיין אפעטיט (פארשטאנען?)
אין איראן איז אפשר דא ווייניגער מענטשן וואס פראקטיצירן אזא לייפסטייל וועגן די קאנסעקווענצן וואס דאס קען האבן, אבער דאס מיינט נישט אז ווייניגער מענטשן האבן אזא אפעטיט. זייער אריענטאציע טוישט זיך נישט בלויז ווייל עס איז פארבאטן, זיי וועלן זיך אפשר איינהאלטן מחמת פחד און זיך שטיפן צו לעבן מיט א ווייב (אזוי ווי די היימישע געיז) אבער קיין גוט לעבן האבן זיי נישט.

נאך א זאך, ס'זענען דא מענטשן וואס זענען אויסשליסלעך געי אדער לעסביען, זיי וועלן זיך ממש עקלען פון די אנדערע מין (ממש די זעלבע ווי א סטרעיט מענשט וועט זיך עקלען פון די זעלבע מין... אויב ביסטו גראד, דאן טראכט נאר א סקונדע וועגן געשלעכט מיט א באהאריגטע באבערדלטע חבר... פעך) נאר עס זענען דא אסאך חברה וואס זענען ביי, מען קען זיי סווינגען אהער און אהין, זיי קענען טעכניש לעבן מיט ביידע מינים. די סארטן וועלן זיך טאקע האלטן אין די ראמען אין לענדער אדער סעסייעטיס וואס זעלבע מין געשלעכט איז פארבאטן. ביי די סארטן חברה איז דיין קאמענט גערעכט, נישט אז ער וועט שוין נישט האבן קיין שלעכטע מחשבות אמאל וועגן די זעלבע מין, אבער ער קען אוועקשטעלן זיין לעבן מיט די פארקערטע מין.

אלע צוזאמען » זונטאג יוני 18, 2023 4:58 pm

· #528781
שמן למאור
אלע צוזאמען
זיי זענען נעבעך קראנק, פונקט ווי דער מענטש וואס איז ר''ל געבוירן געווארן מיט נאר איין פיס @שמן למאור, אפילו ס'איז א נאטורליכע ערשיינונג איז עס נאך אלץ א קרענק.
איך האב נאכנישט געהערט קיין הסבר פארוואס דאס הייסט א קרענק. ביי מיר הייסט א קרענק א פעלער אדער א מחלה וואס שטערט א מענטש פון לעבן זיין לעבן וויאזוי ער וואלט געוואלט. אז איינער האט ליב זיין מין און איז צופרידן צו לעבן אזא סארט לעבן, דאן פארוואס הייסט דאס קראנק? ווי שוין געפרעגט ענליך, אז איינער האט ליב א מאנדע עסן און ער איז צופרידן דערמיט הייסט דאס קראנק?

ביסט נישט גערעכט מיט דעם אז די להטבי"ם לעבן זיך זייער לעבן און קיינער שטערט זיי נישט. עס ווערט טאקע בעסער פון טאג צו טאג, אבער געדענק, זיי זענען נאכנישט אנערקענט געווארן אלס לעגאלע קאפלס ביז ממש געציילטע יארן צוריק. אבאמא האט עס געמאכט לעגאל! נישט jfk און נישט ראזעוועלט, נאר 'אבאמא'! און די חברה ווערן נאך דיסקרימענירט רעכטס און לינקס יעדן טאג ובפרט אין די רעכטע שטאטן.
איז ביז ווילאנג זיי זענען נישט צופרידן, הייסט עס נישט קיין קרענק?! מאדנע. ווען איינער ווערט געבוירן מיט 11 פינגערס אדער איין פיס, איז ער קראנק אפילו ס'שטערט אים נישט.
לעגאל, און מציאות איז צוויי אנדערע זאכן, יא טאקע 'אבאמא' האט עס לעגאליזירט, די מציאות איז אז זיי עקזיסטירן און גייען שוין אן לאנגע יארן כמעט אומגעשטערט, -ביז ווילאנג זיי לעבן פאר זיך-, יא פריוואטע מענטשן על'ן אלץ זיין וואס גייען דיסקרימינירן קעגן זיי, אבער מטעם די גאווערמענט מטעם די אינסטעטוציעס שטערט זיי נישט קיינער.

אבטח ולא אפחד » זונטאג יוני 18, 2023 6:14 pm

· #528789
שמן למאור
אבטח ולא אפחד
איך גלייב אז אין איראן איז באמת דא ווייניגער ווייל מענטשן ווייסן וואס דאס קען קאסטן, פארגייט זיי דער אפעטיט, און אז סנישט דא קיין אפעטיט איז דאך נישט דא קיין אפעטיט (פארשטאנען?)
אין איראן איז אפשר דא ווייניגער מענטשן וואס פראקטיצירן אזא לייפסטייל וועגן די קאנסעקווענצן וואס דאס קען האבן, אבער דאס מיינט נישט אז ווייניגער מענטשן האבן אזא אפעטיט. זייער אריענטאציע טוישט זיך נישט בלויז ווייל עס איז פארבאטן, זיי וועלן זיך אפשר איינהאלטן מחמת פחד און זיך שטיפן צו לעבן מיט א ווייב (אזוי ווי די היימישע געיז) אבער קיין גוט לעבן האבן זיי נישט.

נאך א זאך, ס'זענען דא מענטשן וואס זענען אויסשליסלעך געי אדער לעסביען, זיי וועלן זיך ממש עקלען פון די אנדערע מין (ממש די זעלבע ווי א סטרעיט מענשט וועט זיך עקלען פון די זעלבע מין... אויב ביסטו גראד, דאן טראכט נאר א סקונדע וועגן געשלעכט מיט א באהאריגטע באבערדלטע חבר... פעך) נאר עס זענען דא אסאך חברה וואס זענען ביי, מען קען זיי סווינגען אהער און אהין, זיי קענען טעכניש לעבן מיט ביידע מינים. די סארטן וועלן זיך טאקע האלטן אין די ראמען אין לענדער אדער סעסייעטיס וואס זעלבע מין געשלעכט איז פארבאטן. ביי די סארטן חברה איז דיין קאמענט גערעכט, נישט אז ער וועט שוין נישט האבן קיין שלעכטע מחשבות אמאל וועגן די זעלבע מין, אבער ער קען אוועקשטעלן זיין לעבן מיט די פארקערטע מין.
כ'האב דאך געשריבן וועגן דעם לייטער!

ברוך שפינוזה » זונטאג יוני 18, 2023 6:15 pm

· #528790
אלע צוזאמען
פאר קיינעם היינט צוטאגס שטערט נישט דעם פריוואטן געי אדער לעיסביען, קיינער כהיום שטייט נישט און שרייט אויפן יחיד וואס לעבט זיך זיין לעבן, און שטערט נישט קיינעם, די קאנסערוואטיוון רעגן זיך אבער יא, ווען אינעם נאמען פון טאלעראנץ, צווינגט מען די גאנצע באפעלקערונג צו טאלערירן די משוגעת'ן אין פובליק, זאל עס זיין אויפן גאס, אין פובליק שולעס, אין מאוויס, אדער נאכמער, ווען מ'צווינגט אריין קינדער אין די חזעריי.
ס'טוט מיר זייער שטארק וויי צו הערן אז דו פילסט נעבעך ווי מ'צווינגט נעבעך דיך מיט דיינע קינדער אריין אין די חאזעריי נעבעך, מיין הארץ גייט ממש אויס פאר דיר, נעבעך. און טאקע ווייל איך קען נישט צוקוקן דיין צער נעבעך וועל איך דיר פארציילן איבער א שאלת חלום וואס כ'האב געמאכט לעצטנס, אבער געדענק, ווען נישט וואס מיין הארץ בלוטיגט פאר דיין ווייטאג נעבעך אז מ'צווינגט דיר אריין אין א חאזעריי נעבעך וואלט איך דיר עס נישט פארציילט, נעבעך.

איז אזוי, מיט א שטיק צייט צוריק האב איך אנגעפרעגט אין הימל וואס איז די עצה פטור צו ווערן פונעם לינקן לגבט חאזעריי אנשיקעניש, האט מען מיר געענטפערט אז די מינוט וואס די קאנסערוואטיוון וועלן אויפהערן משוגע מאכן מענטשן איבער די נושא און אויפהערן זיך צו באציען צו לגבט מיט'ן patronizing "נעבעך קראנק" וועט זיך די גאנצע לגבט קרעיז ענדיגן, ויהי לפלא. האב איך צוריקגעפרעגט ווען גייט דאס געשעהן? מיטאמאל זעה איך דשאו ראוגען אין די צורה פון א housewife און בען שפירא אין די צורה פון א קאץ, און ביידע, די housewife מיט'ן קאץ לויפן ארום דעם הויז זוכן מייז. האב איך געפרעגט דעם מלאך וואס איז געשטאנען איבער מיר וואס איז פשט פון דעם מחזה? האט ער מיר געפרעגט וואס איז די חילוק צווישן א housewife און א קאץ, ביידע זוכן מייז, איא? אבער איין חילוק איז דא, די housewife זוכט מייז מיט'ן האפענונג אז ס'וועט קומען א טאג ווען די מייז וועלן אינגאנצן אויסגעראטן זיין און זי וועט קענען שלאפן רואיגערהייט, דער קאץ ווידער זוכט מייז מיט'ן האפענונג אז ס'וועלן אלץ איבערבלייבן גענוג מייז צו קענען אטאקירן... ויהי לפלא.

און נאכאמאל איך דאנק דער פון אויבן אז ער באשיצט מיך פון די חאזעריי ארויפצווינגער בדרך נס, און איך שפיר מיט מיט דיין ווייטאג נעבעך, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי יאשקע ועווענג'עליקעלס נעבעך.

שמן למאור » מאנטאג יוני 19, 2023 2:14 am

· #528844
אלע צוזאמען
איז ביז ווילאנג זיי זענען נישט צופרידן, הייסט עס נישט קיין קרענק?! מאדנע. ווען איינער ווערט געבוירן מיט 11 פינגערס אדער איין פיס, איז ער קראנק אפילו ס'שטערט אים נישט.
די משל מיט די פינגערס אדער אז עס פעלט א פיס, איז סתם אזוי נישט קיין גוטע צושטעל. דאס הייסט נישט קראנק, ס'איז א פעלער. איינער מיט א איבריגע פינגער איז נישט קראנק, ער האט א מאדנע זאך וואס כמעט קיינער האט נישט. אויב וואלט געווען אזא מציאות אז פון יעדע 100 קינדער ווערט געבוירן אפאר קינדער מיט 6 פינגער וואלט עס געווען א נארמאלע זאך, פונקט ווי געלינקטער. (אגב, אמאל פלעגט מען אנקוקן א געלינקטער אלס איינער מיט א פעלער).

קראנק איז איינער מיט א מחלה, א קאנדישן וואס מאכט אים נישט געזונט. איינע פון זיינע ארגאנען זענען אפעקטירט מיט עפעס וואס מאכט ער זאל נישט קענען לעבן א געהעריגע געזונטע לעבן. וואס דו זאגסט נאר איז אז האבן א נטיה צו זעלבע מין געשלעכט איז א קרענק ווייל ער קען נישט לעבן ווי 'נארמאלע מענטשן'. זאג איך, נו אויב אזוי איז דער געלינקטער אויך קראנק, ער קען נישט לעבן געהעריג ווי 'נארמאלע מענטשן'...

מטעם די גאווערמענט און אינסטיטוציעס האט מען דאך יא דיסקרימענירט קעגן זיי ביז ממש לעצטנס. לדוגמא א געי קאפל האט געדארפט פיילן טעקסעס אלס צוויי אינדעווידואלן אנשטאט א דזשוינט קאפל טעקס פיילינג, וואס קומט אויס אז זיי האבן געדארפט צאלן אסאך מער. בלויז איין דוגמא פון אסאך. ווער רעדט פון יארן צוריק ווי אפילו אין די אזוי גערופענע פרייע לענדער האט מען זיי געהעריג ערמארדעט אויף טויט. ווייסט אז אין די פופציגער יארן איז נאך אין ענגלאנד געווען אומלעגאל צו האבן זעלבע מין געשלעכט? יא אינעם בעדרום איז עס געווען אומלעגאל. ליין אביסל די טרויעריגע געשיכטע פונעם מאטעמאטישן און קאמפיוטער סייענטיסט אלען טארינג, ממש נישט נארמאל ווי מען האט גע'רודפ'ט די חברה פאר גארנישט און פאר נישט. און עד היום רודפ'ט מען נאך די חברה... און ווען זיי ווילן שוין יא אביסל סעלעברירן זייער פרייהייט ווערט מען ברוגז.

אונטער חכם » מאנטאג יוני 19, 2023 9:39 am

· #528857
ברוך שפינוזה
אלע צוזאמען
פאר קיינעם היינט צוטאגס שטערט נישט דעם פריוואטן געי אדער לעיסביען, קיינער כהיום שטייט נישט און שרייט אויפן יחיד וואס לעבט זיך זיין לעבן, און שטערט נישט קיינעם, די קאנסערוואטיוון רעגן זיך אבער יא, ווען אינעם נאמען פון טאלעראנץ, צווינגט מען די גאנצע באפעלקערונג צו טאלערירן די משוגעת'ן אין פובליק, זאל עס זיין אויפן גאס, אין פובליק שולעס, אין מאוויס, אדער נאכמער, ווען מ'צווינגט אריין קינדער אין די חזעריי.
ס'טוט מיר זייער שטארק וויי צו הערן אז דו פילסט נעבעך ווי מ'צווינגט נעבעך דיך מיט דיינע קינדער אריין אין די חאזעריי נעבעך, מיין הארץ גייט ממש אויס פאר דיר, נעבעך. און טאקע ווייל איך קען נישט צוקוקן דיין צער נעבעך וועל איך דיר פארציילן איבער א שאלת חלום וואס כ'האב געמאכט לעצטנס, אבער געדענק, ווען נישט וואס מיין הארץ בלוטיגט פאר דיין ווייטאג נעבעך אז מ'צווינגט דיר אריין אין א חאזעריי נעבעך וואלט איך דיר עס נישט פארציילט, נעבעך.

איז אזוי, מיט א שטיק צייט צוריק האב איך אנגעפרעגט אין הימל וואס איז די עצה פטור צו ווערן פונעם לינקן לגבט חאזעריי אנשיקעניש, האט מען מיר געענטפערט אז די מינוט וואס די קאנסערוואטיוון וועלן אויפהערן משוגע מאכן מענטשן איבער די נושא און אויפהערן זיך צו באציען צו לגבט מיט'ן patronizing "נעבעך קראנק" וועט זיך די גאנצע לגבט קרעיז ענדיגן, ויהי לפלא. האב איך צוריקגעפרעגט ווען גייט דאס געשעהן? מיטאמאל זעה איך דשאו ראוגען אין די צורה פון א housewife און בען שפירא אין די צורה פון א קאץ, און ביידע, די housewife מיט'ן קאץ לויפן ארום דעם הויז זוכן מייז. האב איך געפרעגט דעם מלאך וואס איז געשטאנען איבער מיר וואס איז פשט פון דעם מחזה? האט ער מיר געפרעגט וואס איז די חילוק צווישן א housewife און א קאץ, ביידע זוכן מייז, איא? אבער איין חילוק איז דא, די housewife זוכט מייז מיט'ן האפענונג אז ס'וועט קומען א טאג ווען די מייז וועלן אינגאנצן אויסגעראטן זיין און זי וועט קענען שלאפן רואיגערהייט, דער קאץ ווידער זוכט מייז מיט'ן האפענונג אז ס'וועלן אלץ איבערבלייבן גענוג מייז צו קענען אטאקירן... ויהי לפלא.

און נאכאמאל איך דאנק דער פון אויבן אז ער באשיצט מיך פון די חאזעריי ארויפצווינגער בדרך נס, און איך שפיר מיט מיט דיין ווייטאג נעבעך, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי יאשקע ועווענג'עליקעלס נעבעך.
קאנווערזשאן טעראפי איז שוין פארבאטן אין האלב אמעריקע, און אין קאליפארניע וויל מען שוין צווינגען עלטערן אנצונעמען אויב זייער זעקס יעריג קינד רעדט זיך איין אז עס איז די אנדערע דזשענדער.

איך רעד שוין אפי' נישט פון די פאבליק סקולס ווי זיי ווילן אויסלערנען יענעמס קינדער פון קליינווייז אן אז דזשענדער איז פלואיד, און אז חתונה האבן מיט א מאן איז די זעלבע ווי א פרוי.

די איינרעדעניש אז זיי ווילן נאר מען זאל זיי צורוה לאזן האט שוין לאנג עקספייערד.


(נ.ב. איך האב נישט קיין פראבלעם אז מען פארבאט צו געבן עלעקטעריק שאקס פאר קינדער, איך רעד פון פארבאטן סיי וועלכע קאנווערזשאן טעראפיע, וואס האט נישט ווייניגער עווידענס ווי טעראפיע פאר ADHD וכדו').

אונטער חכם » מאנטאג יוני 19, 2023 9:41 am

· #528858
.

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יוני 20, 2023 2:18 pm

· #529018
@שמן למאור
דאס אז להטב איז נישט פאררעכנט געווארן ביי די גאווערמענט אינסטיטוציעס ווי א לעגיטימע קאפל איז נישט קיין דיסקרימינאציע. עס איז נאר אז די דעפינאציע פון מערידש איז געווען דעפינירט אויף די טראדיציאנאלע אופן. איך האלט אז די גאווערמענט דארף ארויסשטיין פון פארבאטן סיי וועלכע געי געשלעכטס, אבער די דעפינאציע פון מערידזש דארף זיך נישט רעפארמירן - מערידזש מיינט עפעס און עס נעמט נישט אריין צוויי פון זעלבן מין. אויב ווערט א פראבלעם אז אזעלכע וואס גלויבן אין די געי אגענדע ווערן אומדירעקט געשעדיקט פון די אינסטיטוציע מערידזש דאן דארף מען מעגליך עס אינגאנצען מבטל זיין - און נישט ניצען מערידזש סטאטוס אלס די קובע. צו איבערמאכן די דעפיניציע פון מערידזש כדי צו ארייננעמען להטבים איז לדעתי אומריכטיג.

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 2:46 pm

· #529029
ווער האט אפגעמאכט וואס די דעפעניציע פון מערידזש איז? פארוואס גייט נישט צוויי די זעלבע מין אריין אין דעם גדר? פארשטייט זיך אז מען האט עס אלעמאל אנגעקוקט אזוי ווייל געי איז דאך סתם אזוי געווען אן אפגעפרעגטע זאך, און ווי געברענגט פריער איז די עצם מעשה אליין געווען אסור לויט די גאווערמענטס, אפילו בחדרי חדרים. די סיבה דערפאר איז כמובן ווייל דאס אלעס איז געווען געבויעט אויף רעליגיע, און אמאל איז דאך רעליגיע מיט סטעיט נישט געווען אפגעטיילט. היינט אבער אז די גאווערמענט מישט זיך נישט מיט רעליגיע דאן פארוואס זאלן צוויי געי חברה וואס וואוינען צוזאמען אין איין הויז און ווילן הייסן פארהייראט, נישט זיין פארעכנט אלס לעגאל חתונה געהאט?

ברוך שפינוזה » דינסטאג יוני 20, 2023 3:04 pm

· #529035
פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.
נישט אייביג, אין רוים האט מערידש אריינגערעכנט געי אויך.

שאלתיאל » דינסטאג יוני 20, 2023 4:44 pm

· #529076
ער שטייט *ממש* נישט מיט די לגבט געמיינדע.
📎 354982077_10160477816692570_879691365806191572_n.jpg

אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 20, 2023 6:45 pm

· #529103
ברוך שפינוזה
נישט אייביג, אין רוים האט מערידש אריינגערעכנט געי אויך.
איינע פון די דריי הויפט סיבות פארוואס רוים איז אונטערגעגאנגען איז וועגן ''סאציאלע פראבלעמען''.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 20, 2023 7:33 pm

· #529111
ברוך שפינוזה
נישט אייביג, אין רוים האט מערידש אריינגערעכנט געי אויך.
נו. וואו איז די מעכטיגע רוימישע און גריכישע אימפעריע/ס? דאס זיין העדאניסטיק האט אראפגעברענגט זייער מאראל און דיסציפלין אלס גרויסע מאכט(ן).

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יוני 20, 2023 7:42 pm

· #529114
Re: פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.
ווי איז דער שפאנישער אינקוויזיציע???

שפילער » דינסטאג יוני 20, 2023 8:26 pm

· #529121

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יוני 20, 2023 9:14 pm

· #529137
שמן למאור
ווער האט אפגעמאכט וואס די דעפעניציע פון מערידזש איז? פארוואס גייט נישט צוויי די זעלבע מין אריין אין דעם גדר? פארשטייט זיך אז מען האט עס אלעמאל אנגעקוקט אזוי ווייל געי איז דאך סתם אזוי געווען אן אפגעפרעגטער זאך, און ווי געברענגט פריער האט די עצם מעשה אליין געווען אסור לויט די גאווערמענטס אפילו בחדרי חדרים. די סיבה דערפאר איז כמובן ווייל דאס אלעס איז געווען געבויעט אויף רעליגיע, און אמאל איז דאך רעליגיע מיט סטעיט נישט געווען אפגעטיילט. היינט אבער אז די גאווערמענט מישט זיך נישט מיט רעליגיע דאן פארוואס זאלן צוויי געי חברה וואס וואוינען צוזאמען אין איין הויז און ווילן הייסן פארהייראט, נישט זיין פארעכנט אלס לעגאל חתונה געהאט?
ווער עס האט אפגעמאכט איז נישט רעלאוואנט. די רעאליטעט איז אז דאס איז געווען אנגענומען דורכאויס די גאנצע היסטוריה פון מענטשהייט, צו פאדערן פון די גאנצע וועלט צו טוישן די משמעות פון דעם איבערנאכט - בלויז ווייל אזוי איז איינגעפאלן פאר א געוויסע געמיינדע פאר פינף מינוט צוריק, איז אבסורד.
מערידזש איז עפעס פיל טיפער און רעפרעזענטירט א פיל טיפערע משמעות ווי בלויז די געשלעכטס פון צוויי בריאים. איר מעגט האלטן אז צוויי פונעם זעלבן מין האט די זעלבע אספעקטן ווי צוויי פון פארקערטע מין, און ביידע זענען בארעכטיגט צו די טערמין פון מערידזש. אבער צו אוועקמאכן די טראדאציאנאלע פארשטאנד פון די זאך וואס האט פארשטאנען אז מערידזש באדייט א צוזאמפאר פון צוויי מינים דווקא איז אומריכטיג.
דאס אז מען האט נישט פאררעכנט געי רילעישנשיפס אלס מערידזש איז נישט וויבאלד עס איז געווען אפגעפרעגט, נאר וויבאלד עס איז געווען פשוט ביי יעדן אז מערידזש איז עפעס וואס איז געבויט אויף צוויי מינים (קוק וואס איך שרייב ווייטער וואס ווייזט אויף די נקודה).
ברוך שפינוזה
נישט אייביג, אין רוים האט מערידש אריינגערעכנט געי אויך.
ברענגען א ראיה פון רוים איז אבסורד. אין רוים איז געי נישט געווען פאררעכנט אלס מערידזש, אין רוים איז געי געשלעכטס געווען אנגענומען אלס לעגיטים אינדרויסן פון מערידזש. אדרבה זיי האבן עס אפילו נישט געזען ווי א אקט וואס רעפרעזענטירט מערידזש - עס איז געווען אנגענומען פאר א לעגיטימע אקט פאר געהייראטע מענטשן אויך.
בכלל האט דאס ביי זיי געמיינט עפעס אנדערש אינגאנצן. עס איז געווען עפעס וואס די עליטע האבן געטון מיט קנעכט און מיטגלידער פון די נידריגע קלאסן אין סאסייעטי. עס האט געפאדערט די אספעקט פון מעיל דאמינענס אויף א צווייטן. פאר זיי איז דאס געווען בלויז א אנגענימענע ס* toy וד''ל.

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 11:58 pm

· #529174
פונדאַמענטאַל
שמן למאור
ווער האט אפגעמאכט וואס די דעפעניציע פון מערידזש איז? פארוואס גייט נישט צוויי די זעלבע מין אריין אין דעם גדר? פארשטייט זיך אז מען האט עס אלעמאל אנגעקוקט אזוי ווייל געי איז דאך סתם אזוי געווען אן אפגעפרעגטער זאך, און ווי געברענגט פריער האט די עצם מעשה אליין געווען אסור לויט די גאווערמענטס אפילו בחדרי חדרים. די סיבה דערפאר איז כמובן ווייל דאס אלעס איז געווען געבויעט אויף רעליגיע, און אמאל איז דאך רעליגיע מיט סטעיט נישט געווען אפגעטיילט. היינט אבער אז די גאווערמענט מישט זיך נישט מיט רעליגיע דאן פארוואס זאלן צוויי געי חברה וואס וואוינען צוזאמען אין איין הויז און ווילן הייסן פארהייראט, נישט זיין פארעכנט אלס לעגאל חתונה געהאט?
ווער עס האט אפגעמאכט איז נישט רעלאוואנט. די רעאליטעט איז אז דאס איז געווען אנגענומען דורכאויס די גאנצע היסטוריה פון מענטשהייט, צו פאדערן פון די גאנצע וועלט צו טוישן די משמעות פון דעם איבערנאכט - בלויז ווייל אזוי איז איינגעפאלן פאר א געוויסע געמיינדע פאר פינף מינוט צוריק, איז אבסורד.
מערידזש איז עפעס פיל טיפער און רעפרעזענטירט א פיל טיפערע משמעות ווי בלויז די געשלעכטס פון צוויי בריאים. איר מעגט האלטן אז צוויי פונעם זעלבן מין האט די זעלבע אספעקטן ווי צוויי פון פארקערטע מין, און ביידע זענען בארעכטיגט צו די טערמין פון מערידזש. אבער צו אוועקמאכן די טראדאציאנאלע פארשטאנד פון די זאך וואס האט פארשטאנען אז מערידזש באדייט א צוזאמפאר פון צוויי מינים דווקא איז אומריכטיג.
דאס אז מען האט נישט פאררעכנט געי רילעישנשיפס אלס מערידזש איז נישט וויבאלד עס איז געווען אפגעפרעגט, נאר וויבאלד עס איז געווען פשוט ביי יעדן אז מערידזש איז עפעס וואס איז געבויט אויף צוויי מינים.
ס'איז נישטא קיין שום סיבה שבעולם אנצוהאלטן אלטמאדישע טראדיציעס בלויז ווייל "פאר טויזנטע יאר האט מען אזוי געטון". פאר לאנגע יארן האט מען געטון אסאך מאדנע זאכן אבער די וועלט איז ב"ה געווארן קליגער און מער פארגעשריטן און אויב האט עפעס א מאדנע טראדיציע נישט קיין געהעריגן הסבר, דאן פארוואס זאל מען דאס דווקא אנהאלטן? ובפרט אז עס באקריוודעט מענטשן.

ביסט גערעכט אז מערידזש איז נישט סתם געשלעכט, ס'איז א טיפע אריינגעבויעטע אהבה וואס צוויי מענטשן האבן אחד כלפי השני, און מען בויעט עס אויף מיט א לענגערע קאמיטעד רילעישנשיפ (א זאך וואס אסאך סטרעיט קאפלס האבן לאו דווקא...) איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס זעלבע מין קאפלס קענען נישט אריינגיין אין דעם כלל.

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 21, 2023 12:02 am

· #529177
פונדאַמענטאַל
ברענגען א ראיה פון רוים איז אבסורד. אין רוים איז געי נישט געווען פאררעכנט אלס מערידזש
יע יע, האסט נאר פארגעסן פונעם רוימישן קייסער Nero וואס האט געהייראט א מאן מיט'ן נאמען Scorus מיט אפיציעלע חופה וקידושין, וואטעווער. ווי אויך זאגט עולא אין חולין צב: "שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה: אחת, שאין כותבין כתובה לזכרים. ואחת, שאין שוקלין בשר המת במקולין. ואחת, שמכבדין את התורה." ד.ה. אז הגם די גוים (אין די געגנד וואו עולא האט געוואוינט) פלעגן טוהן ס"ס מערידש, אבער א כתובה פלעגן זיי נישט שרייבן.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 21, 2023 12:05 am

· #529179
ברוך שפינוזה
פונדאַמענטאַל
ברענגען א ראיה פון רוים איז אבסורד. אין רוים איז געי נישט געווען פאררעכנט אלס מערידזש
יע יע, האסט נאר פארגעסן פונעם רוימישן קייסער Nero וואס האט געהייראט א מאן מיט'ן נאמען Scorus מיט אפיציעלע חופה וקידושין, וואטעווער.
איך האב נישט פארגעסן. אויסנאמען זענען יא געווען.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 21, 2023 12:31 am

· #529189
@שמן למאור איך האב נישט געניצט די ארגומענט אז "טויזנטע יאר האט מען אזוי געטון" אלס די סיבה פארוואס מען זאל דאס אנהאלטן. אזויווי איך האב געשריבן פריער איז די געניג סיבה צו האלטן אזוי פאר זיך אליין. די נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז איר קענט נישט האבן קיין טענות אויף מענטשען וואס טאנצען נישט מיט אין א חצי דקה מיט עפעס וואס עוקר אלטע אוועקגעשטעלטע דעות, עס איז נישט קיין דיסקרימינאציע צו האלטן די אינסטיטוציע פון מערידש אויף אירע אלטע כללים (ווילאנג מען לאזט דיר טון וואס די ווילסט. ס''ה באקומסטו נישט די טיטל פון מערידש).
מערידש איז אפילו טיפער פון "א טיפע אריינגעבויעטע אהבה וואס צוויי מענטשן האבן אחד כלפי השני, און מען בויעט עס אויף מיט א לענגערע קאמיטעד רילעישנשיפ". עס ליגט דעם אן עלעמענט פון חיבור וואס בלויז צוויי מינים צוזאמען קענען אהערשטעלן. עכ''פ אזוי האלטן געוויסע 'אלטמאדישע' מענטשען.

קורץ שארף צום פוינט! » מיטוואך יוני 21, 2023 12:40 am

· #529190
ברוך שפינוזה
פונדאַמענטאַל
ברענגען א ראיה פון רוים איז אבסורד. אין רוים איז געי נישט געווען פאררעכנט אלס מערידזש
יע יע, האסט נאר פארגעסן פונעם רוימישן קייסער Nero וואס האט געהייראט א מאן מיט'ן נאמען Scorus מיט אפיציעלע חופה וקידושין, וואטעווער. ווי אויך זאגט עולא אין חולין צב: "שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה: אחת, שאין כותבין כתובה לזכרים. ואחת, שאין שוקלין בשר המת במקולין. ואחת, שמכבדין את התורה." ד.ה. אז הגם די גוים (אין די געגנד וואו עולא האט געוואוינט) פלעגן טוהן ס"ס מערידש, אבער א כתובה פלעגן זיי נישט שרייבן.
נישט שרייבן כתובה = אז עס נישט געווען אפיציעל סאנקציאנירט.

שמן למאור » מיטוואך יוני 21, 2023 1:03 am

· #529200
פונדאַמענטאַל
@שמן למאור איך האב נישט געניצט די ארגומענט אז "טויזנטע יאר האט מען אזוי געטון" אלס די סיבה פארוואס מען זאל דאס אנהאלטן. אזויווי איך האב געשריבן פריער איז די געניג סיבה צו האלטן אזוי פאר זיך אליין. די נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז איר קענט נישט האבן קיין טענות אויף מענטשען וואס טאנצען נישט מיט אין א חצי דקה מיט עפעס וואס עוקר אלטע אוועקגעשטעלטע דעות, עס איז נישט קיין דיסקרימינאציע צו האלטן די אינסטיטוציע פון מערידש אויף אירע אלטע כללים (ווילאנג מען לאזט דיר טון וואס די ווילסט. ס''ה באקומסטו נישט די טיטל פון מערידש).
מערידש איז אפילו טיפער פון "א טיפע אריינגעבויעטע אהבה וואס צוויי מענטשן האבן אחד כלפי השני, און מען בויעט עס אויף מיט א לענגערע קאמיטעד רילעישנשיפ". עס ליגט דעם אן עלעמענט פון חיבור וואס בלויז צוויי מינים צוזאמען קענען אהערשטעלן. עכ''פ אזוי האלטן געוויסע 'אלטמאדישע' מענטשען.
איך האב נישט קיין טענות אויף חסידישע אידן וואס האבן נעכטן געוואויר געווארן פון די מושג פון זעלבע מין מערידזש און היינט מוז ער שוין פון איין מינוט אויפן צווייטן דאס אלעס פראסעסן. איך פארשטיי אז עס נעמט צייט אריינצונעמען פרישע מושגים אין קאפ. אבער ס'שוין 2023, געי מערידזש איז נישט קיין נייע זאך, און מענטשן מעגן זיך שוין אויפוועקן צום מציאות הדברים. און בפרט אז קיין נארמאלן ראציאנאלן הסבר האב איך נאכאלץ נישט מצליח געווען ארויסצושלעפן פון דיר פארוואס מען זאל זיך דווקא ווייטער אנהענגען אויפן אלטמאדישן אפטייטש פון מערידזש.

דיין טענה אז ס'איז דא עפעס אן "עלעמענט פון חיבור וואס בלויז צוויי (אנדערע) מינים צוזאמען קענען אהערשטעלן" איז טאקע -ווי דו אליין שרייבסט, נישט מער ווי אן 'אלטמאדישן' טענה, וואס איז סתם פיסטע שקר. מיליאנען פון געי קאפלס פון איבער די וועלט צייגן א פארקערטע בילד, און באמת בלויז די פאקט אז ס'איז דא מיליאנען פון מענטשן וואס טענה'ן אזוי איז שוין גענוג א גוטע סיבה אז די גאווערמענט זאל שטיין פון די זייט און נישט דיסקרימענירן אנטקעגן זיי, און זיי געבן די זעלבע סטאטוס ווי סטרעיט קאפלס.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך יוני 21, 2023 1:09 am

· #529201
Re: פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.
אויב די גאווערמענט זאל זיך שוין יא אריינמישן אין מערידזשעס, אפשר זאלן זיי נישט אנערקענען אין חסידישע "ערעינדזט" מערידשזעס?

Nanach » מיטוואך יוני 21, 2023 6:53 am

· #529216
מערידזש איז לכתחילה געמאכט כדי די מאן זאל וויסן ווער עס זענען זיינע קינדער, און די פרוי באקומט פארדעם באשיצונג עסן וכו׳
ביי געי האט מערידזש נישט קיין פשט

דערהויבענע איד » מיטוואך יוני 21, 2023 12:50 pm

· #529245
Nanach
מערידזש איז לכתחילה געמאכט כדי די מאן זאל וויסן ווער עס זענען זיינע קינדער, און די פרוי באקומט פארדעם באשיצונג עסן וכו׳
ביי געי האט מערידזש נישט קיין פשט
סאוי היינט וואס פרויען קענען זיך אליינס פראוואידען, וואס איז די פשט פאר מעריזש?

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 21, 2023 1:53 pm

· #529254
Re: פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.
ברוך שפינוזה
ווי אויך זאגט עולא אין חולין צב: "שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה: אחת, שאין כותבין כתובה לזכרים. ואחת, שאין שוקלין בשר המת במקולין. ואחת, שמכבדין את התורה." ד.ה. אז הגם די גוים (אין די געגנד וואו עולא האט געוואוינט) פלעגן טוהן ס"ס מערידש, אבער א כתובה פלעגן זיי נישט שרייבן.
אין כותבין כתובה מיינט צו זאגן דאס גופא אז זיי האבן דאס נישט געגעבן די לעגיטימאציע פון מערידש. אין לשון חז''ל איז א כתובה דאס וואס ברענגט ארויס די מעריטל סטאטוס.
פון די אנדערע זייט וועל איך יא ברענגען א ראייה צו דיין פאזיציע... איך האב עס נישט געזען פארדעם, אבער נאכן מאכן אביסל ריסורטש האב איך געזען אז עס איז דא א מדרש וואס רעדט פון די דור המבול אין דאס איז וואס עס שטייט: ויקחו להם נשים... מכל אשר בחרו – זה זכור ובהמה. ר' הונא בשם ר' יוסף: דור המבול לא נמחו מן העולם עד שכתבו גמומסיות (=שטרי נישואין) לזכור ולבהמה(-?)
(בראשית רבה )תיאודור־אלבק, פרשה כו, אות ב)
נאכאלץ טוט דאס נישט רעפלעקטירן די רעאליטעט פון אלגעמיינע היסטוריה (נאכן דור המבול). און ב.ד.וו. איז מבואר אין די מדרש אז די עצם געי געשלעכטס האט נישט גורם געווען די מבול - ביז זיי האבן עס געגעבן לעגיטימאציע אלס מערידש.

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 21, 2023 7:36 pm

· #529309
פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה
ווי אויך זאגט עולא אין חולין צב: "שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה: אחת, שאין כותבין כתובה לזכרים. ואחת, שאין שוקלין בשר המת במקולין. ואחת, שמכבדין את התורה." ד.ה. אז הגם די גוים (אין די געגנד וואו עולא האט געוואוינט) פלעגן טוהן ס"ס מערידש, אבער א כתובה פלעגן זיי נישט שרייבן.
אין כותבין כתובה מיינט צו זאגן דאס גופא אז זיי האבן דאס נישט געגעבן די לעגיטימאציע פון מערידש. אין לשון חז''ל איז א כתובה דאס וואס ברענגט ארויס די מעריטל סטאטוס.
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דאס, פון ירושלמי מסכת כתובות פרק ה הלכה ב קוקט אויס ווי כתובה איז א זייטיגע זאך, מ'קען זיין פארהייראט אהנע כתובה און מ'קען זיין אומפארהייראט מיט א כתובה, עיי"ש.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 21, 2023 9:00 pm

· #529325
Re: פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.
ברוך שפינוזה
[איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דאס, פון ירושלמי מסכת כתובות פרק ה הלכה ב קוקט אויס ווי כתובה איז א זייטיגע זאך, מ'קען זיין פארהייראט אהנע כתובה און מ'קען זיין אומפארהייראט מיט א כתובה, עיי"ש.
וויאזוי פארשטייסטו די כוונה פון די גמרא, וואס איז די מעלה פון דעם אז זיי האבן נישט געגעבן קיין כתובה?

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 21, 2023 9:14 pm

· #529329
איך האב אלץ פארשטאנען אז די בבליים פלעגן נישט געבן קיין כתובה פאר'ן זעלבן מין ווייל די גאנצע כתובה פעלט נאר אויס ביי צוויי אנדערע מינים וואס האבן אנדערע ראלעס אינעם רילעישנשיפ און די כתובה שטעלט אוועק די גבולים פון זייערע ראלעס. ביי ס"ס קאפלס אבער וואס ביידע דארפן פונקט אזוי יא אדער נישט טראגן די קינדער פאר 9 חדשים, ביידע קענען זיין פונקט אזוי יא אדער נישט געבויט צו טוהן שווערע פיזישע ארבעט, דאן פארשטייט מען אליין אז מ'גייט צוטיילן די ראלעס לויט ווי ס'קומט גוט אויס אויפ'ן מינוט. איז כתובה האבן זיי נישט געשריבן אין אזא פאל ווייל ס'האט נישט קיין פשט, אבער nuptials (חופה וקידושין בלעז) האבן זיי אוודאי געטוהן (ווען נישט וואלט עולא געקענט זאגן נאכמער, שאין נותנין טבעת לזכרים), עולא האט נאר געזעהן דערין א לימוד זכות כאילו אז עפעס היטן זיי נאך יא. בכל אופן כאפ איך נישט וואס דו ווילסט, און אז מ'וועט נישט שרייבן קיין כתובה פאר ס"ס קאפלס וועסטו יא צופרידן זיין? אויב יא שיק איך שוין א בליצפאסט קיין וואשינגטאן אנפרעגן צו זיי זענען גרייט איינצוגיין אויף א פשרה, חופה וקידושין יא אבער כתובה נישט...