☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן

געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16300

צפת » דאנערשטאג יוני 15, 2023 9:36 am

· #528424
געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן
איך האב זיך לעצטנס באקאנט געמאכט מט די וועלט פון געטשקעס, די גריכישע, רוימישע און עגיפטישע געטשקעס, זייערע גלויבונגען אין וואס זיי האבן געגלויבט מיט טויזנטע יאר צוריק און וואס מען האט דעמאלס געדינט.

איך קען אייך איין זאך זאגן, איר וועט נישט גלויבן וואס איך האב געפינען. דאס איז א גאנצע וועלט פאר זיך, וואס פאדערט שיעורים על גבי שיעורים דאס צו ערקלערן. דאס איז א גאנצע מערכה, געבויט אויף א טאטע געטשקע, א מאמע געטשקע מיט קינדער געטשקעס, טייל פון זיי זענען האלבע מענטשן האלבע געטער וכדומה וכדומה. יעדער געטשקע האט זיך זיין אויפגאבע וואס ער האט געהאט צו טון. פון די גרעסטע געטער זענען "זאוס" און "יאטעפאס".

איך וועל זיך אפשטעלן אצינד אויף די געטשקעס וואס אונזערע זיידעס האבן געדינט אין כנען, און ווארשיינליך אויך פריער אין מצרים, ביז שפעטער נאכן חרבן בית-המקדש הראשון.

דער "אל" געטשקע, נאך וועמען דער שטאט "בית אל" ווערט גערופן, און לויט מאנכע האט דער קעניג "מלכי צדק" געדינט צו אים אלס "כהן עליון", האט חתונה געהאט מיט דעם "אשרה", פון זיי איז ארויסגעקומען פיל קינדער געטשקעס. די מערסט באקאנטע פון זיי זענען דעם "בעל" (וואס פון אים זענען ארויסגעקומען עטליכע בעל געטער, בעל ברית, בעל דגון, בעל פעור און נאך אסאך אנדערע), דער "ים" (דער געטשקע פון די וואסערן), די עשתורת (וואס איז ממונה אויף דאס פרוכטבארן זיך), און די "ענת" (וואס איז ממונה אויף די מלחמות). די ערשטע צוויי געטער זענען מענער געטער (בעל מיט ים), די לעצטע צוויי זענען נקבות (עשתורת מיט ענת). למעשה האט דער בעל געהייראט זיין שוועסטער עשטורת און זיי זענען געווארן א פאר (מאנכע טענה'ען אז אסתר המלכה האט געהייסן נאכן עשתורת געטשקע, טראגנדיג א גריכישע נאמען).

דער עשתורת האט פון אנהויב געקעניגט אויף די וועלט און איז געווען די געטשקע פון די וועלט, בשעת דער "ים" געטשקע האט געהערשט איבער ימים און איז געווען אונטערגעווארפן אונטער זיין שוועסטער די עשתורת. אבער ווען דער ים געטשקע האט געוואלט בויען פאר זיך א פאלאץ אויף די יבשה, און דער עשתורת האט אים נישט געלאזט, האט ער שטארק געברויזט און אראפגעווארפן דעם עשתורת פון איר קעניגרייך איבער די וועלט. איר ברודער דער "בעל" האט זיך אנגענומען פאר זיין שוועסטער און ווייב, די עשתורת, דערקלערנדיג קריג קעגן זיין ברודער, דער "ים". זייער טאטע "אל" האט זיך אנגענומען פארן ים, בשעת בעל און עשתורת זענען קעגן דעם טאטע'ן אל מיטן ברודער דער ים. די שוועסטער "ענת" האט זיך קודם געמאכט אז זי איז אויפן זייט פון דעם פאטער און ברודער ים, זי האט געמאכט א מאלצייט פאר אלע זעלנער אינעם קריג, אבער זייענדיג ביי די מאלצייט האט זי אלעמען דערדרוקט און צוריבן מיט די עסצייג וואס האט זיך געפינען אויפן ארט. זי האט אנגעפירט דעם קריג פאר איר ברודער דער בעל, הרג'ענענדיג דעם לוויתן און דער נחש מיט זיבן קעפ וואס לעבט אונטער די וואסערן.

ערגעצוואו אינמיטן די מלחמה, האט זיך דער בעל שטארק צעבוזשעוועט און כמעט געמאכט א גרויסן חורבן אויפן גאנצן עקזיסטענץ, אבער זיין ווייב די עשתורת און זיין שוועסטער די ענת האבן אים צוגעהאלטן די הענט אז ער זאל גארנישט קענען טון, און זיי האבן אים בארואיגט.

ביים ענדע פון די מלחמה האט דער בעל געוואלט בויען פאר זיך א גרויסן פאלאץ, אבער ער האט געדארפט האבן דערפאר רשות פון זיין פאטער דער "אל". וויסנדיג אז ער איז ברוגז אויף די מלחמה וואס ער האט אנגעפירט, האט ער איינגעשפאנט זיין שוועסטער די ענת, אז זי זאל גיין רעדן מיטן פאטער איבער דעם פאלאץ. זי האט זיך גענומען שטויסן אין די ערד, גראבנדיג טיפער און טיפער, ביז זי איז צוגעקומען צו די וואוינונג פון דער אל. דארט האט זי אנגעהויבן צו רעדן זייער חוצפה'דיג און געמיין, ביז דער אל האט אנגעהויבן מורא צו האבן, איז ער אנטלאפן און זיך פארשפארט אין אן אינדערווייניגסטע צימער, פון דארט האט ער גערעדט מיט זיין טאכטער. זי האט אים געסטראשעט מיט קריג, אבער ער האט גע'טענה'ט אז טאמער וועט זי עפעס טון, וועט קומען א שרעקליכער חרבן און טראגעדיע אויף די ערד. זי האט זיך נישט דערשראקן און ממשיך געווען צו סטראשען. ווען דער אל האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה, האט ער איר געפרעגט וואס איז איר באגער.זי האט דאן אנגעהויבן מיט א גאנצע דברי שיר, אויסלויבנדיג די חכמה פון דעם אל און אים אנוואונטשנדיג אז ער זאל בלייבן לעבן אויף שטענדיג (...), דאן האט זי געבעטן רשות פאר דעם פאלאץ, וואס דער אל האט איר נאכגעגעבן.

די המשך ציעט זיך ווייטער און ווייטער. שפעטער האט די טויט געטשקע גע'הרג'עט דעם בעל. אבער דער עשתורת האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל אים באפרייען פון דעם טויט אינדזל... בקיצור, דער בעל איז צוריקגעקומען... ס'איז א לאנגע מעשה.

...
דאס איז בלויז איינע פון די פילע מעשה'לעך איבער געטער. דאס זענען מעשיות בלי שיעור ובלי ערך. איינע פון די מעשיות לויטעט, אז איינע פון די געטשקעס פלעגן זיך פירן, אז ווען ער האט געהאט א קינד, האט ער איינגעשלונגען דאס קינד, כדאי זיי זאלן נישט גרויס ווערן און רעוואלטירן קעגן אים. ביי איינער פון די קינדער, האט זיין ווייב אים אויסגעפאפט און אריינגענארט א שטיין אנשטאט דעם קינד. דאס קינד איז גרעסער געווארן און געווארן א קנעכט ביי זיין טאטע'ן, נישט וואוסנדיג וועמען ער דינט.

שפעטער, ווען דאס קינד האט זיך דערוויסט פון דעם סוד, האט ער אריינגעלייגט אין די עסן פון זיין טאטע, עפעס א געווירץ וואס מאכט אז מען זאל אלעס אויסברעכן. דער טאטע געטשקע האט דאן אויסגעבראכן אלע זיינע קינדער, וועלכע האבן זיך תיכף אויפגעשטעלט און ארויסגעגאנגען אין א שלאכט מיט זייער טאטע, וועמען זיי האבן געוואונען און גע'הרג'עט...

אן אנדערע געטשקע איז פארהאן, וועמען די גרויסע געטשקע האט אים אריינגעווארפן אין שאול תחתית, און זינט דעמאלס ביז היינט האלט יענער אין איין פאלן טיפער צום אפגרונד, און איז נאכנישט אנגעקומען צום סוף. יענער האלט נאך אינמיטן פאלן אין די טונקל, טיפער און טיפער, אן קיין ענדע... נעבעך...

אן אנדערע געטשקע איז פארשאלטן געווארן, אז ער מוז האלטן די וועלט אויף זיין רוקן. זינט דעמאלס האלט יענער די וועלט אויף זיין רוקן. דאס איז די סוד אויף וואס די וועלט האלט זיך, אויף דער רוקן פון א געטשקע...

וכהנה וכהנה רבות.

ווער עס האט נאך געטשקע מעשיות, איז מכובד ארויפצולייגן.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יוני 15, 2023 10:12 am

· #528429
Re: געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן
אתה פוררת בעזך ים, שברת ראשי תנינים על המים. דאס רעדט צו בעל וואס האט צוברעקלט דעם גאט ים-נהר מיט זיינע שלוחים, און אזוי איז דאך נאך אסאך.

צפת » דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:10 am

· #528436
רָאוּךָ מַּיִם, אֱלֹהִים--רָאוּךָ מַּיִם יָחִילוּ; אַף, יִרְגְּזוּ תְהֹמוֹת.
זֹרְמוּ מַיִם, עָבוֹת--קוֹל, נָתְנוּ שְׁחָקִים; אַף-חֲצָצֶיךָ, יִתְהַלָּכוּ.

נאך א פסוק, וואס ווייזט אויף די גבולות פון דער ים מיט די יבשה, וואו צוויי אנדערע געטער זענען געווען דערויף:
גְּבוּל שַׂמְתָּ בַּל יַעֲבֹרוּן, בַּל יְשֻׁבוּן לְכַסּוֹת הָאָרץ

ס'איז דא נאך אסאך.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:34 pm

· #528461
כ׳האב זיך אייביג געוואונדערט וואס די גרויסע תאווה צו ע״ז האט געדארפט צו זיין, כ׳האב זיך נישט געקענט פארשטעלן וויפיל כ׳האב נאר פראבירט... איצטער זאג איך אז כ׳האב טאקע ערענסט מורא אז ווען איך וואלט דארט געווען וואלטיך זיך נישט געקענט איינהאלטן און כ׳וויל אויסדריקן מיין טיפע הכרות הטוב פאר די הייליגע חז״ל וואס האבן דאס מסלק געווען באצייטענס. יישר כח ששברתם היצר!

אגב; לאור זה קעמען פארשטיין אז די היינטיגע תאוות זענען פונקט אזוי שטותים, און ווען מ׳קריכט ארויס דערפון און מ׳זעט עס מיט א ניכטערן בליק קעמען נישט פארשטיין וואס די אש התאוה האט געדארפט צו מיינען...

צפת » דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:06 pm

· #528467
[ציטאט אראפגענומען]
דו וועסט נישט גלויבן וויפיל געדאנקען און מוסר, וואס מיר לערנען אין מוסר ספרים, קומען פון די געטשקע מעשה'לעך.

איך וועל געבן בלויז איין דוגמא. דוכט זיך אז דער שבט מוסר ברענגט עס, און אויב נישט ברענגט עס א צווייטער. אז עס איז געווען א מענטש, וואס האט געבעטן דעם אויבערשטן אז אלעס וואס ער רירט אן זאל פארוואנדלט ווערן אין גאלד. דער אויבערשטער האט אויסגעהערט זיין תפילה און אלעס וואס ער האט אנגערירט איז טאקע געווארן גאלד. אבער פון די אנדערע זייט האט ער מער גארנישט געקענט טון: ער האט נישט געקענט מער עסן, ווייל אלע עסן זענען געווארן גאלד, ער האט נישט געקענט שלאפן, ווייל זיין געלעגער און דאכענע זענען געווארן גאלד. די סוף איז געווען אז דער מענטש איז געשטארבן פון הונגער.

די מעשה קומט פון די עובדי-עבודה זרה ביכער, פון דעם סארט.

עס איז דא נאך מעשיות פון דעם סארט, פון רבי יהודה החסיד אדער אנדערע מוסר ספרים, וואס קומט פון דארט.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:36 pm

· #528474
געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן
ס׳איז קלאר אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן געליינט די אלע ביכער, דער חתם סופר ברענגט אפילו אין א פלאץ א מימרא פון יאשקע בשם ׳חז״ל׳, נאר פאר פארשטענדליכע סיבות האבן זיי נישט געפינען פאר וויכטיג עס מיטצוטיילן מיט אונז. אז דו ווילסט זיין פרומער פון זיי, בכבוד, פאבריציר מיר אבער נישט קיין לאוין פון ארבעל ארויס, מיר האבן בה גענוג.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:37 pm

· #528475
צפת
עס איז דא נאך מעשיות פון דעם סארט, פון רבי יהודה החסיד אדער אנדערע מוסר ספרים, וואס קומט פון דארט.
אגב, אז דו ברענגסט שוין צו רבי החסיד. האב איך לעצטענס געוואטשט א לענגערע אויספארשונג איבער ספר חסידים וואס איז געשריבן געווארן דורך רבי יהודה החסיד. פון א פראפעסערין אין טורא קאלעדזש Dr. Susan Weisman.
איבער די אטענטישקייט פון די היינטיגע ווערסיע פון ספר חסידים וואס מיר פארמאגן היינטצוטאגס, וואס איז פיל אנדערש פון די ארגינעלע און ערשטע ווערסיע.

איינע פון די נקודות וואס זי ברענגט ארויס, אז די קריסטלעכע קאלטור איז געווען שטארק אריינגעפלאכטן אינעם אידישן קאלטור און היפש זאכן פון יענעם ערשטן ווערסיע איז געבויעט אויף קריסטליכע יסודות.
איך בין נישט קיין מבין אין די זאכן, ס'מיר פארט געווען גאר אינטערעסאנט אויסצוהערן.

https://youtu.be/CakZq3rbbOk

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:47 pm

· #528477
ברוך שפינוזה
ס׳איז קלאר אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן געליינט די אלע ביכער, דער חתם סופר ברענגט אפילו אין א פלאץ א מימרא פון יאשקע בשם ׳חז״ל׳, נאר פאר פארשטענדליכע סיבות האבן זיי נישט געפינען פאר עס מיטצוטיילן מיט אונז. אז דו ווילסט זיין פרומער פון זיי, בכבוד, פאבריציר מיר אבער נישט קיין לאוין פון ארבעל ארויס, מיר האבן בה גענוג.
פרטים?

סיסטעם » דאנערשטאג יוני 15, 2023 2:21 pm

· #528481
דער גאלדענער אדלער
אגב, אז דו ברענגסט שוין צו רבי החסיד. האב איך לעצטענס געוואטשט א לענגערע אויספארשונג איבער ספר חסידים וואס איז געשריבן געווארן דורך רבי יהודה החסיד. פון א פראפעסערין אין טורא קאלעדזש Dr. Susan Weisman.
איבער די אטענטישקייט פון די היינטיגע ווערסיע פון ספר חסידים וואס מיר פארמאגן היינטצוטאגס, וואס איז פיל אנדערש פון די ארגינעלע און ערשטע ווערסיע.

איינע פון די נקודות וואס זי ברענגט ארויס, אז די קריסטלעכע קאלטור איז געווען שטארק אריינגעפלאכטן אינעם אידישן קאלטור און היפש זאכן פון יענעם ערשטן ווערסיע איז געבויעט אויף קריסטליכע יסודות.
איך בין נישט קיין מבין אין די זאכן, ס'מיר פארט געווען גאר אינטערעסאנט אויסצוהערן.

https://youtu.be/CakZq3rbbOk
אויב איז זי א קריסט איז נישטא קיין סיבה איר צו גלייבן.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 2:31 pm

· #528484
זי איז א אידישע פרוי א שומרת שבת און זי איז א פראפעסערין אין טורא קאלעדזש. וואטש דעם קליפ און נאכדעם וועלן מיר ממשיך זיין איבער דעם טאפיק. סתם צו דעבאטירן דעם מעסענדזשער האט סתם נישט קיין פשט.

מי אני » דאנערשטאג יוני 15, 2023 3:10 pm

· #528488
[ציטאט אראפגענומען]
דער רמב״ם ברענגט דאס צו אלס א לאו בספר המצות לאו י, ובהל׳ עבודה זרה פ״ב ה״ב (וע״ש בה״ג). ועיין בחינוך מצוה ריג. אבער דער אגרות משה ביו״ד ח״ב (סימן קיא) איז מתיר טאמער עס איז להבין ולהורות ולא למעשה, וכעין מש״כ הרמב״ם שם בהל׳ ע״ז פ״ג ה״ב (וע״ש באור שמח), ובפרט כשמבינים מהספרים ומסיגנונם שהם שטותים והבלים (כבזמנינו) ע״ש.

עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער תפארת ישראל (סנהדרין פ״י מ״א) באמערקט אז דער רמב״ם אליינס האט געליינט די ספרי עבודה זרה של אומת הצאבה, ווי ער ברענגט דאס צו במו״נ ח״ג פכ״ט ע״ש.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 3:27 pm

· #528490
כ'האב געוויסט אז פריער אדער שפעטער וועט @מי אני אריינקומען און אויסקלארן.
ייש"כ.

דיכטער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 3:36 pm

· #528493
ברוך שפינוזה
אתה פוררת בעזך ים, שברת ראשי תנינים על המים. דאס רעדט צו בעל וואס האט צוברעקלט דעם גאט ים-נהר מיט זיינע שלוחים, און אזוי איז דאך נאך אסאך.
מען קען עס אויך אפלערנען אז דאס איז דווקא א פראקלעמאציע צו מאנאטאיזם. ״אתה״ דו גאט, פוררת און שברת און נישט ווי די עובדי ע״ז וואס זאגן אז עס זענען עטליכע אנדערע. דאס הייסט אז די אלע מעשיות און עלילות זענען געווען ברייט-פארשפרייט און אנגענומען איבעראל אבער די כותבי המקרא (כ׳שרייב דווקא נישט ״נביאים״ כדי ס׳זאל סאונדן מער פארשעריש) האבן געצילט דייקא אלעס אנצוצייגן צו איין גאט בערך אזויווי יוצר אור ובורא חשך עשה שלום ובורא רע קעגן זאראטוסטראאיזם.
ע״ע בפירושי משה דוד קאסוטו.

מי אני » דאנערשטאג יוני 15, 2023 4:12 pm

· #528497
[ציטאט אראפגענומען]
צו אויסברייטערן דיין שאלה איז דא די פראגע וואס פונקטליך איז די גדר פון ״להבין ולהורות״? ווי איך פארשטיי זענען דא דריי סוגים:

1). ווען ער פארשט ווייל ער האט אַן ״אָפּען מיינד״. דאס איז זיכער גערעכענט ווי ״למעשה״, הגם נישט דאס איז זיין כוונה תחילה, ווייל עס ליגט דארט פארט טמון אפילו ביי אים אז עס איז פארט א מעגליכקייט

2). ווען ער פארשט עס כעין כל שאר חכמות והיסטאריע ואנטראפּאלאגיע. דאס איז ״להבין״ אליין

3). ווען ער לערענט דאס כדי צו וויסן ווען א חוטא איז מחוייב אַן עונש ביי עבודתה, וכעין דיין בסנהדרין. או לשום שאר תועלת בעבודת ה׳. דאס איז זיכער גערעכענט ווי ״להבין ולהורות״

די שאלה איז לגבי סוג ב׳. איז עס אזוי ווי סוג א׳ ואסור או כסוג ג׳ ומותר?

פונעם לשון בספר המצות שם לאו י:
שהזהירנו מנטות אחר עבודה זרה ומהתעסק בסיפוריה. רוצה לומר, בזה העיון ברוחניות. כלומר, הכוכב פלוני ירד על תאר כך ויעשה כך, והפלוני יקטירו לו ויעמדו לפניו על תאר כך, ויעשה הדבר הפלוני ומה שילך על הדרך הזה. כי המחשבה באלו הדברים והעיון באלו הלשונות הוא מה שיעורר האדם לבקש אותם ועבודתם.

וכן אמר "פן תדרוש לאלהיהם" (דברים יב ל) יזהיר מלדרוש איכות עבודתם אע"פ שלא יעבדם שזה כולו מביא לטעות בהם.
און פונעם לשון בהל׳ עבודה זרה פ״ב ה״ב:
ספרים רבים חברו עובדי כוכבים בעבודתה היאך עיקר עבודתה ומה מעשיה ומשפטיה צונו הקדוש ברוך הוא שלא לקרות באותן הספרים כלל ולא נהרהר בה ולא בדבר מדבריה ואפילו להסתכל בדמות הצורה אסור שנאמר אל תפנו אל האלילים ובענין הזה נאמר ופן תדרוש לאלהיהם לאמר איכה יעבדו שלא תשאל על דרך עבודתה היאך היא אף על פי שאין אתה עובדה שדבר זה גורם להפנות אחריה ולעשות כמה שהן עושין שנאמר ואעשה כן גם אני.
און פונעם לשון בספר החינוך מצוה ריג:
שלא לפנות אחר עבודה זרה במחשבה או בדבור ולא אפילו בראייה לבד, כדי שלא יבוא מתוך כך לעבוד אותה, שנאמר (ויקרא יט ד): "אל תפנו אל האלילים". ואמרו זכרונם לברכה בספרא (קדושים פרשה א מ"יא) אם פונה את אחריהם את עושה אותם אלוהות, כלומר אם אתה מתעסק בעניניה כלומר להרהר אחרי השגעונות אשר יאמרו המאמינים בה, שמזל פלוני או כוכב פלוני יעשה פעולה כן, וכן בקטורת פלונית או בעבודה פלונית, או תביט תמיד בצורות שעושין עובדיה כדי לדעת איכות עבודתה, מכל זה יהיה סיבה שתהיה נפתה אחריה ותעבדה.
קען משמע זיין אז די געדאנק איז נאר ווען ס׳איז כסוג א׳ איז אסור. ובפרט וואו דער אגרות משה איז מתיר ווען ס׳איז כעין ווי אזוי מ׳לערענט דאס אין א ״קורס״/course (זיין לשון) וואס איז דאך סוג ב׳.

חדשים » דאנערשטאג יוני 15, 2023 5:10 pm

· #528502
זהו דברי עמינדב. וגדול אחד ור’ משה פיינשטיין שמו אמר ”אבל לקרוא מספרים שמבינים משם שהם דברי הבל ושטות אין בזה שום איסור.”

ספינקא » דאנערשטאג יוני 15, 2023 5:41 pm

· #528503
ברוך שפינוזה
ס׳איז קלאר אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן געליינט די אלע ביכער, דער חתם סופר ברענגט אפילו אין א פלאץ א מימרא פון יאשקע בשם ׳חז״ל׳, נאר פאר פארשטענדליכע סיבות האבן זיי נישט געפינען פאר עס מיטצוטיילן מיט אונז. אז דו ווילסט זיין פרומער פון זיי, בכבוד, פאבריציר מיר אבער נישט קיין לאוין פון ארבעל ארויס, מיר האבן בה גענוג.
ווי אין חת׳׳ס???

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יוני 15, 2023 6:39 pm

· #528511
אפאר נקודות.

א. איך בין נישט קיין גרויסער בקיא אין מיטאלאגיע פון אנדערע רעליגיעס (מיר האבן בה גענוג אייגענע 🙂 ), כ'האב סך הכל געליינט איין בוך פון כנענ'ישע מיטאלאגיע וואס כ'האב באשטעלט אויף אמאזאן, די מעשה'לעך אליין זענען נישט אזוי ווייט אינטערעסאנט ווי די הערות פונעם מחבר וואו ער ציהט פאראלעלן צום תנ"ך וואס זענען ממש שטוינענד (ווי אויך אפאר הערות וואס כ'האב אליין געכאפט און דער פראפעסאר האט נישט...), ס'נאר דא איין פראבלעם מיט דעם בוך אז די הערות זענען ביים ענדע און מ'דארף האלטן אין איין מישן אהין און צוריק.

ב. וואו טרעפט מען בעל אין די גמרא? אינעם ניינטן פרק אין מסכת בבא מציעא רעדט די גמרא ארום פון צוויי סארטן פעלדער, א "בית השלחין" וואס דארף נישט צוקומען צו רעגן ווייל ס'ווערט באוואסערט דורך irrigation, און א "בית (אדער שדה) הבעל" וואס דארף צוקומען צו רעגן. וואס האט א פעלד איינגעשטויסן מיט'ן גאט בעל? פשוט, ווייל בעל איז דער גאט פון רעגן, דערפאר הייסט עס "שדה הבעל", א פעלד פון בעל!

ג. דער גאט "אל" (וואס טראגט אויך די צונעמען "אל שדי" [בראשית לה יא], און "אל עליון" [בראשית יד יח]) איז דער זעלבער וואס האט זיך שפעטער מגלה געוועהן צו משה מיט'ן tetragrammaton, ווי סשטייט אין פסוק "וארא אל האבות באל שדי, ושמי הוי"ה לא נודעתי להם."

ד. וואס אנבאלאנגט דער חת"ס וואס ציטירט יאשקע בטעות בשם חז"ל קוק דא https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 9:18 pm

· #528551
ברוך שפינוזה
ד. וואס אנבאלאנגט דער חת"ס וואס ציטירט יאשקע בטעות בשם חז"ל קוק דא https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144
די חת"ס אליין האט עס מסתם גענומען פון ר"י יעב"ץ, איך גלייב נישט ער האט עס אליינס געזעהן פון יאשקע

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 15, 2023 10:55 pm

· #528564
זייער אינטערסאנט די אלע געטשקעלע מעשיות, כמובן איז אלעס אויסגעטראכטע מעשיות פון מענטשן. איך בין נאר נייגעריג פון וואו דאס ווערט גענומען? ווער גלייבט היינט אז די אלע מעשיות האבן פאסירט, די הינדאוס? זיי האבן ביכער וואס פארציילן די מעשיות? פון וואו זענען די מעשיות וואס די פותח האשכול האט געשריבן נאכגעברענגט פון?

צפת » פרייטאג יוני 16, 2023 12:08 am

· #528586
אז דו ביסט ביזי, אז ס'קען נישט זיין אז דער חת"ס האט גענומען פון יאשקע. דברי חז"ל זענען פול מיט זאכן וואס שטייט שוין אין דער נייער טעסטעמענט. ס'מוז נישט זיין אז חז"ל האבן גענומען פון אים, ס'איז זייער מעגליך אז ער האט גענומען פון חז"ל. אט זענען עטליכע ביישפילן.

טול קורא מבין עיניך - האט יאשקע געזאגט ביי איינע פון זיינע ערשטע דרשות, "ווי אזוי קענסטו זאגן פאר דיין ברודער, הרף ואסירה שבבים מעיניך, בשעת דו האסט א קורה צווישן דיינע אויגן? - נעם קודם אוועק דעם קורה, און דערנאך וועסטו שוין זען אוועקצונעמען די שבבים פון צווישן די אויגן פון דיין ברודער.

על קן ציפור יגיעו רחמיך - האט יאשקע געזאגט. דאס איז די סיבה פארוואס חז"ל זאגן אז דאס איז אפגעפרעגט צו זאגן. יאשקע האט גע'טענה'עט, די פוקסן האבן לעכער, די פייגל האבן א נעסט, און מענטשן האבן נישט וואו אראפצולייגן די קעפ?

עמך מיינט עושה מעשי עמך - האט יאשקע געזאגט, צולייגנדיג, מיינע ברידער זענען די וואס זענען מיינע ברידער אין היטן תורה ומצוות.

די משל מיט די פוקס וואס האט געזאגט פאר די פיש ארויסצוקומען פון וואסער, זיך צו ראטעווען פון אירע פאנגער, האט יאשקע געזאגט.

אין נביא בעירו - האט יאשקע געזאגט. גראדע שטייט עס נישט אין חז"ל, נאר אנדערע ברענגען עס בשם חז"ל. עס קומט פון ברית החדשה.


,

דיכטער » פרייטאג יוני 16, 2023 7:24 am

· #528619
שמן למאור
זייער אינטערסאנט די אלע געטשקעלע מעשיות, כמובן איז אלעס אויסגעטראכטע מעשיות פון מענטשן. איך בין נאר נייגעריג פון וואו דאס ווערט גענומען? ווער גלייבט היינט אז די אלע מעשיות האבן פאסירט, די הינדאוס? זיי האבן ביכער וואס פארציילן די מעשיות? פון וואו זענען די מעשיות וואס די פותח האשכול האט געשריבן נאכגעברענגט פון?
די געשיכטעס זענען מערסטענס באזירט אויף רעלאטיוו נייע ארכיאלאגישע געפונסן.

די ספעציפישע געשיכטע וואס @צפת האט געברענגט, קומט, מיין איך, בעיקר פונעם Baal Cycle.

עס איז צו שטוינען וויפיל די ארכעאלאגן האבן באוויזן צו אנטפלעקן אין דער לעצטער יאר-הונדערט, דורך אויפדעקן איר אלטע שריפטן און רואינען וועלכע שטעלן צוזאם א פאזל - צוזאמען מיט די לעגענדעס וועלכע זענען פארציילט געווארן דורך אמאליגע היסטאריקע און איר אלטע טראדיציעס, איבער די פארגעסענע מיטאלאגיעס.

כמעט אלע פעלקער האבן גאנצעטע געשיכטעס און נאראטיוון וועלכע קורסירן ארום און ווערן פארציילט מדור לדור. די הינדוס פון וועלכע די בודאיסטן שטאמען, האבן גאנץ אן אנדערע מיטאלאגיע וועלכע גייט נאך צוריק לכאורה פריער פון די פיניקן (כנענים).

איבער דעם וואס דו זאגסט אז דאס זענען אויסגעטראכטע מעשיות, דאס איז זעלבסט פארשטענדליך אבער דאך צייגן זיי אן וויאזוי די מענשטן און יענער צייט האבן אנגעקוקט זיך און דער וועלט פון א רעליגיעזע און פילאסאפישע שטאנדפונקט וועלכע האט אלס רעזולטאט, געהאט א שטארקע ווירקונג אויף זייערע לעבנסשטייגער.

שעפטאל » מוצ"ש יוני 17, 2023 11:06 pm

· #528695
ס'קומט נישט ממש אריין.. סתם א אינטרעסאנטע ידיעה.
דעי מעשיות זענען נישט פון די מיצרישע סטייל געטשקע, וואס איז געוועהן דער וואס האט כלומר'ש באשאפען די וועלט, מ'קען נאר האבן איין באשעפער.

נאר די כנענים סטייל וואס האבן געהאט זייער אסאך מינע געטשקעס, יעדע געטשקע האט זיך זיין כח, דער ברענגט רעגן, דער ברענגט ארויס די זון. וכו'.
פארדעם האט תרח געהאט כל ערליי מינע געטשקעס.

אזוי ווי אלע אכשר דרא'ס, איינמאל ס'געלונגט צו אסר'ן א זאך, וועט מען עס מער נישט דארפן דערמאנען בכלל, ווייל ס'שוין ארויס פון די סיסטעם אינגאנצען.
אבער אמאל [ווען ס'איז נאך געוועהן א מדובר] האט מען נאך גערעדט פון די אידישע גאט אין קאנטראסט פון להבדיל די געטשקעס

מי כמוך באילים ה'
הבו לה' בני אילים
וכדו'