☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ר’ איד האט איר אביסל שעמפא?

ר’ איד האט איר אביסל שעמפא?

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1630

חכם מחוכם » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:53 am

· #39307
ר’ איד האט איר אביסל שעמפא?
איך שטיי אין שויער די מאטראץ איז נאך אויסגעצויגן אויף מיין גאנצן גוף, מיין פיס ווארפן זיך נאך פונעם חלום וואס כ’האב געהאט נעכטן נאכט, איך לויף אריין אין מקוה איך גיי צו צום שויער מיט מיין נארוואס געעפענטן שעמפא, קומט צו איינער צו מיר, און פרעגט מיר, האלא! ווילסט מיר געבן אביסל...
פון איין זייט האב איך געפיהלט, העי זיי נישט קיין חזיר געם אים, אפשר האט ער נישט קיין געלט צו קויפן, פון די אנדערע זייט טראכט איך, פוי!, קענסט דיר נישט קויפן פאר 50 צענט אביסל שעמפא??, ער האט מיך ממש ארויסגענומען פון די כלים, איך רעדט שוין נישט אז אין דעם נעקסטן שויער האט איינער זיך געבראשט די צאן, וואס פאר דעם קומט זיך אים אויך צוויי פלאמעס אז די וואנט זאל אים געבן די דריטע, אבער זאגטס מיר אידן, וואס דארף מען טוהן מיט אזא איינעם??

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:01 am

· #39309
געב עם שעמפא otherwise גייט ער שטינקען אגאנצן טאג, קען גאר זיין אז די וועסט דרפין ליידען.
אדער קענסט עם זאגן ס'איז נישט זיין הכשר.

משה רוקח » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:17 am

· #39319
אויב איז ער פון דער מין וואס בעט יעדן טאג שעמפו און ציגארעטליך פון אנדערע חברים, זאלסטו אים נישט געבן. דו דארפסט אים נישט אויסהאלטן.
ס'קען זיך אבער מאכן אמאל וואס איינער האט פונקט געדארפט גיין אין א צווייטע מקוה און האט נישט דארט זיין שעמפו, דעמאלס מעג מען א טובה טוהן און געבן.

חכם מחוכם » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:20 am

· #39321
איך האב מיך נאכדעם איבערצייגט אז ער איז סתם א אומענטש, איך בין געשטאנען ביים סינק מיט אים, ער האט זיך גענדיגט וואשן די הענט, האט ער ארפגעלאזט דעם טעפל אויפן אייזערנעם סינק, אז כ’האב געמיינט איך קען קדיש זאגן אויף מיינע אויערן

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:01 am

· #39358
ווער הייסט דיר גיין אין שאויער אין מקוה? - גיי אינדערהיים.

אן עקלדיגע זאך דאס שאוער גיין ברבים, אפן פאר דע פאבליק, יונגע מיט עלטערע אויף איין מאל. מען וואשט זיך און זייפט זיך... איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דאס אן אזוי גלייכגילטיק.

היסטאריקער » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:46 am

· #39407
משה רוקח
אויב איז ער פון דער מין וואס בעט יעדן טאג שעמפו און ציגארעטליך פון אנדערע חברים, זאלסטו אים נישט געבן. דו דארפסט אים נישט אויסהאלטן.
ס'קען זיך אבער מאכן אמאל וואס איינער האט פונקט געדארפט גיין אין א צווייטע מקוה און האט נישט דארט זיין שעמפו, דעמאלס מעג מען א טובה טוהן און געבן.


גערעכט, אויך געוואלט דאס שרייבן

ברוך שכוונת

אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:20 pm

· #39446
בדידי הוה עובדא איך האב אים גענטפערט איי עמ סארי עס איז נישט מיינס, איך האב עס געבארגט 😃
די זעלבע ביי בארגן א סעלפאון ענטפער איך, אז עס האט נישט קיין פילטער, איך טאר עס נישט בארגן

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:00 pm

· #39464
אזא הנהגה שטימט גאנץ גוט מיט דיין ניק. 😉

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:19 pm

· #39468
אויס מענטש
בדידי הוה עובדא איך האב אים גענטפערט איי עמ סארי עס איז נישט מיינס, איך האב עס געבארגט 😃
די זעלבע ביי בארגן א סעלפאון ענטפער איך, אז עס האט נישט קיין פילטער, איך טאר עס נישט בארגן


ענליך צו דעם האב איך געזען ביי א איד א נגיד הענגט א צעטיל פאר די משולחים, די הויז האט אינטערנעט, על פי הוראת הרבנים טאר מען אין אזא הויז נישט אריין גיין.....

zurich » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:45 pm

· #39502
מורינו הרב
ווער הייסט דיר גיין אין שאויער אין מקוה? - גיי אינדערהיים.

אן עקלדיגע זאך דאס שאוער גיין ברבים, אפן פאר דע פאבליק, יונגע מיט עלטערע אויף איין מאל. מען וואשט זיך און זייפט זיך... איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דאס אן אזוי גלייכגילטיק.

טאקע די מקווה אין תולדות אברהם יצחק באר"הק. האט קערטענס ביי די שויערס א זאך וואס מען וואלט געדארפט איינפירן אין יעדע מקווה

טראכט » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:17 pm

· #39508
חכם די ביסט נאך גאנץ גוט אנגעקומען מיט יענעם, איך וועל דיר פארציילן ווי אזוי מיין מקוה איז אדורך היינט.
איך ריק זיך אריין אין מקוה, איך צוה זיך צו א ליידיגע פלאץ איך זעצט מיר אראפ אויפן באנק, מיט איין האנט מאכט מען אויף דאס שיך און מיטן צווייטן האנט האלט מען דאס פאון און איך שפאציר זיך אזוי רואיג אין קאווע שטיבל אדורכגייענדיג פין איין אשכול צום צווייטן,
די בגדים זענען שוין אלע שיין מסדר ס'איז שוין צייט צו לייגן קאווע שטיבל אויף האלד, מען נעמט דאס פאון און מען שטעלט עס אראפ אויף מיינע בגדים, און געכאפט ס'זייף מיטן שעמפו און ס'האנטעך און איך שטעל מיינע טריט צום שויער (דאס מאל האב איך געהאט אביסל ווייניג שעמפו אבער פין מיין שכן "חכם'ען" גיי איך נישט בארגן נאך וואס איך האב באמערקט ווי ער גיט אוועק דאס לעצטע ביסל שעמפו פאר א צווייטן 😉 )
נאכן זיך טובלען דערנעטע איך זיך צו מיין פלאץ און נישט מער און נישט ווייניגער מיין פרישער שכן זיצט זיך אזוי רואיג און בלעטערט אדורך מיין פאון, און איך רוף זיך אן ר' איד אפשר גובסטו מיר צירוק מיין פאון, און דער איד ענפערט מיר מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, "ווארט אפאר מינוט, איך וויל נאך ענדיגן די ארטיקל"!
וואס טוט מען מיט אזא איינעם?

חכם מחוכם » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:22 pm

· #39512
מ’שלעפט אים אראפ דאס גאנצע מעשה........ וד"ל

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:31 pm

· #39517
טראכט, שוין צייט צו לייגן א לאק אויף דיין פאון. די פרעכהייט פון דעם איד איז אבער מוראדיג, איך ווייס נישט ווי איך וואלט מיך אומגעגאנגען מיט אזא איינעם, איך וואלט געווען ווערטערלאז.

קלאר » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:32 pm

· #39518
אוי, ווען ער בעט שעמפו איז שוין גיט
וואס טוט זיך מיט די אידן וואס 'נעמען' מיין שעמפו אדער זייף
איינמאל איך גיי אריין אין שאוער אין איך נעם אראפ די אויגן פין מיין זייף איז עס שוין נישטו
ער וועט זיין א גיטער אויב ער וועט מיר עס צירוקגעבן ווען איך וועל עס זוכן,
אין גאר א צדיק אויב ער וועט זיך מאכען ווי ער זעהט נישט אז איך זיך עס, אין איך וועל עס אים דארפן בעטן

אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:01 pm

· #39529
טאמבל סאס
אזא הנהגה שטימט גאנץ גוט מיט דיין ניק. 😉

איך האב נישט געוואוסט צו יענער דרייט זיך דא אין שטיבל אבער אז די ביסט שוין יא דא לאמיר דיר זאגן:
איי עם סארי נעקסט טיים ברענג דיין אייגענע שעמפאו
גענוג געווען די פאר חדשים וואס די ביסט געווען ביי מיר אויף קאסט, 😃

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:38 pm

· #39533
ער איז דער חזיר. אין א מקוה ווען מען איז אויסגעטוהן... טאר מען נישט שמועס'ן.

דבילה » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:48 pm

· #39536
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.myboyfriendisageek.gotya">https://play.google.com/store/apps/deta ... geek.gotya</a>

שטעל דאס איין אין טעלעפאן, 'עסטו האבן א בילד פונ'ם תנא קמא... פאר פרובירן צו עפענען! נאך אין מקוה אויך... אשפג

קליגער איד » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:50 pm

· #54762
די שאלה האט מיר איינער געפרעגט היינט אין מקוה וואלט איך געוואלט פרעגן די עולם דא איז עס מענטשליך צו שנארן פון יענעם שעמפא?? בעת ווען רוב מאל קען מען זיך נישט אפזאגן

איחוד פעלד » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:26 pm

· #54858
zurich
מורינו הרב
ווער הייסט דיר גיין אין שאויער אין מקוה? - גיי אינדערהיים.

אן עקלדיגע זאך דאס שאוער גיין ברבים, אפן פאר דע פאבליק, יונגע מיט עלטערע אויף איין מאל. מען וואשט זיך און זייפט זיך... איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דאס אן אזוי גלייכגילטיק.

טאקע די מקווה אין תולדות אברהם יצחק באר"הק. האט קערטענס ביי די שויערס א זאך וואס מען וואלט געדארפט איינפירן אין יעדע מקווה


ויש דורשים אז עס איז בעסער אהן א פורהאנג, ווייל ווער ווייסט וואס יענער טוט דארט אונטער די פורהאנג. וכן נוהגין.

קליגער איד » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:20 pm

· #54869
איחוד ווילאנג ער איז אליינס דארף מען נישט מורא האבן (מיט א פיהרהאנג)

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:32 pm

· #55316
חכם מחוכם
איך שטיי אין שויער די מאטראץ איז נאך אויסגעצויגן אויף מיין גאנצן גוף, מיין פיס ווארפן זיך נאך פונעם חלום וואס כ’האב געהאט נעכטן נאכט, איך לויף אריין אין מקוה איך גיי צו צום שויער מיט מיין נארוואס געעפענטן שעמפא, קומט צו איינער צו מיר, און פרעגט מיר, האלא! ווילסט מיר געבן אביסל...
פון איין זייט האב איך געפיהלט, העי זיי נישט קיין חזיר געם אים, אפשר האט ער נישט קיין געלט צו קויפן, פון די אנדערע זייט טראכט איך, פוי!, קענסט דיר נישט קויפן פאר 50 צענט אביסל שעמפא??, ער האט מיך ממש ארויסגענומען פון די כלים, איך רעדט שוין נישט אז אין דעם נעקסטן שויער האט איינער זיך געבראשט די צאן, וואס פאר דעם קומט זיך אים אויך צוויי פלאמעס אז די וואנט זאל אים געבן די דריטע, אבער זאגטס מיר אידן, וואס דארף מען טוהן מיט אזא איינעם??

געבן. ווייל ס'איז "זה נהנה וזה לא חסר". נאר אויב דער מענטש גייט בקביעות בעטן פון אנדערע ווייל ער איז צו קארג זיך אליינס צו קויפן א באטל שעמפאא דארף מען איהם ענטפערן אז פאר געלט פארקויפט מען א יעדן שעמפאא.

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:07 am

· #55435
שעמפא איז א מנהג גוים און איז אסור אלס ובחוקותיהם לא תלכו. ממילא איז פשוט אז געבען פאר א חבר שעמפא איז דא אן איסור פין לפני עוור לא תתן מכשול.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:51 am

· #55463
מ'קען דן זיין, ווייל בעצם איז דאך די שויער אליין אויך חוקת הגוי, איז אפשר אין איסור חל על איסור, די נ"מ וועט קלאפן ווען איינער בעט שאמפא אין די בור, וואס דעמאלס טאר מען לכאורה נישט געבן אלס ערקתא דמסאנא.

איך זאג דיר » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:38 pm

· #55551
טראכט
חכם די ביסט נאך גאנץ גוט אנגעקומען מיט יענעם, איך וועל דיר פארציילן ווי אזוי מיין מקוה איז אדורך היינט.
איך ריק זיך אריין אין מקוה, איך צוה זיך צו א ליידיגע פלאץ איך זעצט מיר אראפ אויפן באנק, מיט איין האנט מאכט מען אויף דאס שיך און מיטן צווייטן האנט האלט מען דאס פאון און איך שפאציר זיך אזוי רואיג אין קאווע שטיבל אדורכגייענדיג פין איין אשכול צום צווייטן,
די בגדים זענען שוין אלע שיין מסדר ס'איז שוין צייט צו לייגן קאווע שטיבל אויף האלד, מען נעמט דאס פאון און מען שטעלט עס אראפ אויף מיינע בגדים, און געכאפט ס'זייף מיטן שעמפו און ס'האנטעך און איך שטעל מיינע טריט צום שויער (דאס מאל האב איך געהאט אביסל ווייניג שעמפו אבער פין מיין שכן "חכם'ען" גיי איך נישט בארגן נאך וואס איך האב באמערקט ווי ער גיט אוועק דאס לעצטע ביסל שעמפו פאר א צווייטן 😉 )
נאכן זיך טובלען דערנעטע איך זיך צו מיין פלאץ און נישט מער און נישט ווייניגער מיין פרישער שכן זיצט זיך אזוי רואיג און בלעטערט אדורך מיין פאון, און איך רוף זיך אן ר' איד אפשר גובסטו מיר צירוק מיין פאון, און דער איד ענפערט מיר מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, "ווארט אפאר מינוט, איך וויל נאך ענדיגן די ארטיקל"!
וואס טוט מען מיט אזא איינעם?
הערט'ס וואס איך האב געהאט, איך זיץ מיר אזוי אין וויליאמסבורג לייברערי מיט מיין אייגענע קאמפיוטער זייענדיג פארנומען דא ביי אונז אין קאווע שטיבל, פלוצלונג וואקסט אויס לעבן מיר א יונגערמאנטשיק און ער בייגט זיך צו צי מיין קאמפיוטע און ער קוקט אריין, כ'האב נישט געוויסט צו איך בין משוגע צו ער, ווארטס דאס איז נאך נישט אלעס, איך קוק עם אזוי אן נישט גלייבענדיג וואס איך זעה, און ער קוקט ווייטער כאילו לא היה ווי ס'וואלט גארנישט געווען, ביי יענעם מאמענט איז מיין כעס געווען אויפן העכסטן שטאפל און ער זוכט און זוכט און נאכדעם זאגט ער אה דיין ניק איז "איך זאג דיר"?, איך דארף אייך נישט זאגן רבותי וויאזוי איך האב געפילט כ'האב עם פשוט געוואלט נעמען און צורייסן, איין תירוץ האב איך ביי מיר יא געהאט אז דער איז נעבאך א צורודערטער, נאכדעם ווען ער איז געזעצן ביי איינע פון די לייברעריס קאמפיוטער בין איך צוגעגאנגען און כ'האב אריינגעקוקט ביי עם און ער האט פונקט געהאלטן אימיטן אריינלייגען זיין ניק (לכאורה איז ער נישט פון קאווע שטיבל ווייל כ'האב געזען אז ער לייגט א ניק וואס ס'איז נישטא אין קאווע שטיבל, אדער האט ער זיך געוואלט רעגיסטרירן צו קאווע שטיבל) האב איך געגעבן א זאג אה די ביזט די ניק? ער איז געווארן אביסל צושאקלט ער האט אנגעהויבן זאגן עה איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן, כ'האב עם געזאט סארקאסטיש יא יא קיינמאל נאכנישט. קען מיר איינער זאגן וואס מ'דארף טון מיט אזא איינעם ? וואס וואלט איר געטון?

היסטאריקער » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:46 pm

· #55553
נעכטן איז א בחור צוגקומען אין מקוה בעטן אביסל שעמפא

איך געב זייער גערן, אבער ער האט מיך געברענגט לידי נסיון

אוי טאטי » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:50 pm

· #55556
דעמאלט וואלט איך דיר געראטן זאלסט נישט גיין אין מקוה, גיי ענדערש אין שויער אינדערהיים!
(אז נישט וועסטו נאך איין טאג האבן בזיונות..)

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:24 pm

· #55577
איך זאג דיר
הערט'ס וואס איך האב געהאט, איך זיץ מיר אזוי אין וויליאמסבורג לייברערי מיט מיין אייגענע קאמפיוטער זייענדיג פארנומען דא ביי אונז אין קאווע שטיבל, פלוצלונג וואקסט אויס לעבן מיר א יונגערמאנטשיק און ער בייגט זיך צו צי מיין קאמפיוטע און ער קוקט אריין, כ'האב נישט געוויסט צו איך בין משוגע צו ער, ווארטס דאס איז נאך נישט אלעס, איך קוק עם אזוי אן נישט גלייבענדיג וואס איך זעה, און ער קוקט ווייטער כאילו לא היה ווי ס'וואלט גארנישט געווען, ביי יענעם מאמענט איז מיין כעס געווען אויפן העכסטן שטאפל און ער זוכט און זוכט און נאכדעם זאגט ער אה דיין ניק איז "איך זאג דיר"?, איך דארף אייך נישט זאגן רבותי וויאזוי איך האב געפילט כ'האב עם פשוט געוואלט נעמען און צורייסן, איין תירוץ האב איך ביי מיר יא געהאט אז דער איז נעבאך א צורודערטער, נאכדעם ווען ער איז געזעצן ביי איינע פון די לייברעריס קאמפיוטער בין איך צוגעגאנגען און כ'האב אריינגעקוקט ביי עם און ער האט פונקט געהאלטן אימיטן אריינלייגען זיין ניק (לכאורה איז ער נישט פון קאווע שטיבל ווייל כ'האב געזען אז ער לייגט א ניק וואס ס'איז נישטא אין קאווע שטיבל, אדער האט ער זיך געוואלט רעגיסטרירן צו קאווע שטיבל) האב איך געגעבן א זאג אה די ביזט די ניק? ער איז געווארן אביסל צושאקלט ער האט אנגעהויבן זאגן עה איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן, כ'האב עם געזאט סארקאסטיש יא יא קיינמאל נאכנישט. קען מיר איינער זאגן וואס מ'דארף טון מיט אזא איינעם? וואס וואלט איר געטון?


שרעקליכע מעשה
שיק אים צו דעם אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1362">viewtopic.php?f=24&t=1362</a><!-- l -->

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:59 pm

· #55590
איך זאג דיר
הערט'ס וואס איך האב געהאט, איך זיץ מיר אזוי אין וויליאמסבורג לייברערי מיט מיין אייגענע קאמפיוטער זייענדיג פארנומען דא ביי אונז אין קאווע שטיבל, פלוצלונג וואקסט אויס לעבן מיר א יונגערמאנטשיק און ער בייגט זיך צו צי מיין קאמפיוטע און ער קוקט אריין, כ'האב נישט געוויסט צו איך בין משוגע צו ער, ווארטס דאס איז נאך נישט אלעס, איך קוק עם אזוי אן נישט גלייבענדיג וואס איך זעה, און ער קוקט ווייטער כאילו לא היה ווי ס'וואלט גארנישט געווען, ביי יענעם מאמענט איז מיין כעס געווען אויפן העכסטן שטאפל און ער זוכט און זוכט און נאכדעם זאגט ער אה דיין ניק איז "איך זאג דיר"?, איך דארף אייך נישט זאגן רבותי וויאזוי איך האב געפילט כ'האב עם פשוט געוואלט נעמען און צורייסן, איין תירוץ האב איך ביי מיר יא געהאט אז דער איז נעבאך א צורודערטער, נאכדעם ווען ער איז געזעצן ביי איינע פון די לייברעריס קאמפיוטער בין איך צוגעגאנגען און כ'האב אריינגעקוקט ביי עם און ער האט פונקט געהאלטן אימיטן אריינלייגען זיין ניק (לכאורה איז ער נישט פון קאווע שטיבל ווייל כ'האב געזען אז ער לייגט א ניק וואס ס'איז נישטא אין קאווע שטיבל, אדער האט ער זיך געוואלט רעגיסטרירן צו קאווע שטיבל) האב איך געגעבן א זאג אה די ביזט די ניק? ער איז געווארן אביסל צושאקלט ער האט אנגעהויבן זאגן עה איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן, כ'האב עם געזאט סארקאסטיש יא יא קיינמאל נאכנישט. קען מיר איינער זאגן וואס מ'דארף טון מיט אזא איינעם ? וואס וואלט איר געטון?

שרעקליך! קען מען קאמפלעינען צו די לייברערי אז דער יעניגער גייט ארום קוקען אין פריוואטע מענטשענס קאמפיוטערס? איך וואלט געלייגט א בילד פונעם פארשוין מיט מיין פאון און עס געפאוסד דא, דערנאך וואלט איך פארמעקט אלע תגובות וואס כ'וואלט נישט געוואלט מענטשען זאלן וויסן אז איך האב זיי געשריבן און פארמאכט די ניק און געעפענט א צווייטע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:03 pm

· #55629
הער מיך אויס, געפילטע. שכל קען מען נישט קויפן. חכמה זיכער נישט.
לייגן א בילד, עס קען אפשר העלפן טעמפארערי, אבער אז מען האט צו טון מיט אזא פאררוקטן פארשוין, זאל ג-ט אפהיטן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:06 pm

· #55631
נישט אויף אפצוטוהן, נאר מ'זאל וויסן זיך צו היטן פון דעם פארשוין, ווען מ'זעט עם זאל מען שנעל באהאלטן אלעס וואס מ'האלט פריוואט, בערזל, קרעדיט קארדס, טעקס ריטורן, בדיקות, וכו'.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:11 pm

· #55633
יא, מיט דעם ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:34 pm

· #55654
געפילטע פיש
טראכט, שוין צייט צו לייגן א לאק אויף דיין פאון. די פרעכהייט פון דעם איד איז אבער מוראדיג, איך ווייס נישט ווי איך וואלט מיך אומגעגאנגען מיט אזא איינעם, איך וואלט געווען ווערטערלאז.

ווערטערלאז איז נאך ווייניג געזאגט. איך וואלט יענעם אראפגעלאזט א פראסק אז ס'זאל קלינגען, אדער אריינגעשטופט גראד אין בור אריין.

טעפל » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 6:10 am

· #55710
ווער געדענקט?
איינער פון די גרעסטע רבי'ס אין היינטיגען דור פלעגט פרעגען אין מקוה "האסט זייף?...

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 10:57 am

· #55754
טעפל
ווער געדענקט?
איינער פון די גרעסטע רבי'ס אין היינטיגען דור פלעגט פרעגען אין מקוה "האסט זייף?...

וואסי. מען האט נישט געגעבן זייף אין מקוה?. איך געדענק, אלס בחור אין די אלטע סאטמאר מקוה אויף בעדפארד איז געלעגן גאנצע שטיקער כשר'ע קאוקוס זייף וואס מיין מאמע פלעגט ניצן צו וואשן די דישעס.

פרענטש וואנילע » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:10 pm

· #55778
און וואס טוט זיך מיט "דיאודערענט"? פארוואס זענען דא פיל היימישע אידן וואס נוצן נישט דעם געוואלדיגען און ווירקזאמען מיטל אקעגען שווייס און עווענטועל סירחון?

איך זאג דיר » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 4:35 pm

· #55860
דבילה
https://play.google.com/store/apps/details?id=com.myboyfriendisageek.gotya

שטעל דאס איין אין טעלעפאן, 'עסטו האבן א בילד פונ'ם תנא קמא... פאר פרובירן צו עפענען! נאך אין מקוה אויך... אשפג

ביי אונז הימיישע אידן איז בדרך כלל נישט שייך אז מ'גנב'ט א סעל פאון, פארקערט, אויב זעט מען א סעלפון און ביהמ"ד אדער סיי ווי אן א בעל הבית וועט מען באלד גיין מיט זארג זוכן דעם בעל הבית דערפון, אבער ס'איז א מוראדיגע זאך "גאטיע" פאר אזא איינעם וואס נעמט יענעם'ס סעל און האט נישט דאס מינדעסטע בושה, און פירט זיך אויף כאדם העושה בתוך שלו בעסערס נאך דערצו אין מקוה אן קיין שום געויסנסביסן אדער בושה, דאס אז ער האט בכלל נישט געטון אפילו א פינקל מיט די אויגן פאר בושה דאס אליין ווייזט אז דער פראבלעם מיט עם הייבט זיך נישט אן דא נאר ס'איז סאך ערגער פון דעם, רח"ל ואכמ"ל.