☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די כח פון א טאטע

די כח פון א טאטע

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16293

צקון לחש » מיטוואך יוני 14, 2023 9:39 am

· #528263
די כח פון א טאטע
שווערע קאנדישאנס, הונגער און נויט, נישט דא קיין צייט, נישט דא די מעגליכקייטן,
ישכים אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב, אין רעגן און אין היץ,
{די נפש איז צוביילט און צובלוטיגט, מיט לאטעס ע"ג לאטעס,}
אבער מ'דארף גיין פאראויס, די נעקסטע דור דארף מיר,

מיר האט מען טאקע נישט געבויעט,
אבער עד כאן זאג איך, מיין קינד וועט יא זיין גליקליך,
איך וועל אים שיקן זעהן א וועלט, שטודירן, זיך אינטערסירן,

אין אדם מתקנא בבנו, נאר פארקערט כל אשר לו יתן בעדו,
מיין ארימע שיקזאל איז נישט א מאדעל וואס אזוי דארף מיין זוהן צו לעבן,
איך בין טאקע נישט געלערנט אבער איך בין די קלוגסטע מענטש אויף דער וועלט.
📎 Father.jpg

לייביששרייבער » זונטאג יוני 18, 2023 11:33 pm

· #528828
נא, טאקע ווי אזוי?

צקון לחש » מאנטאג יוני 19, 2023 2:04 pm

· #528886
לייביששרייבער
נא, טאקע ווי אזוי?
ש'כח פאר'ן ארויפברענגן דעם אשכול אום פאטער'ס טאג, אבער איך פארשטיי נישט דיין שאלה.

לייביששרייבער » מאנטאג יוני 19, 2023 6:17 pm

· #528905
נישט זיין געלערנט און פארט זיין דער קלוגסטער מענטש. וואונדערט מיך ווי אזוי עס פאסירט.

צקון לחש » מאנטאג יוני 19, 2023 7:56 pm

· #528920
קלוג לענינינו מיינט צו וויסן וואס איז גוט און ריכטיג (אזוי ווי תורה ווערט אנגערופען חכמה).