☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ק"ש התוועדות

ק"ש התוועדות

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16291
בלאט: 1 2

שעפטאל » דינסטאג יוני 13, 2023 9:38 pm

· #528210
ק"ש התוועדות
התוועדות כל הניקים חדשים גם ישנים. זקנים עם נערים. בחורים וגם בתולות(?) [כ'מיין גראדע ס'דא וואס זענען יאוז'ד ריסייקעלט ענד ריאוז'ד]
לייוו הוקאפּ אין דעם אשכול. ס'געשעהט יעצט בשעת דו ליינסט.

הנהלת ק"ש האט צוגעשטעלט דעם פלאץ. אבער עסן מיט דרשות האבן זיי ליבעראל'יש אפן געלאזט פאר אונז ניקים. תש"ח להם.

ס'הערט זיך אזעלכע לאכערייען. ס'קופקעט זיך אין גרויסן. די ליבשאפט קען מען טאַפּן אין די..

דאס ביסטו @רויטע וואנצעס? יוש. דו ביסט דאך טאקע ריזיגע רויטע וואנצעס.

גלייך דערקענט מען דעם @ליטוואק פון בודאפעסט מיט זיין ישיבה'שע לבוש. ער האלט זיך ווייטער שא שטיל. אבער ער צייגט פון צייט צו צייט מיט דעם אגודל ארויף כלומר כ'געב א לייק.

@הייליגע קאקאש קעיק ווי ביסטו? כ'רוף עם שנעל. וואס? דו קומסט נישט?
:זעהסט נישט פון מיינע תגובות אז כ'האב ענק אלע אין בּאָד? כ'לאך מיט ענק פון ענק...
[עטץ וועץ זעהן. ניטאמאל צום האוק אָפּ וועט ער קומען אזוי שנעל.]

זעהסט יענער. ער איז @יואב. יוש ער שטומט אזוי גוט מיט זיינע תגובות. ער איז א שטילער. ער שמייכלט האלבוועג'ס צו זיך. ער באבאכט אלעס ארום. באלד קומט א יואב אשכול איבער דעם מסיבה.

אין די זייט זיצט א איידעלע נשמה'לע מיט א פלאטשיק'ס, א קליינע בארד. קוק'ט אויס ווי ער קען נישט טשעפן קיין פליג. אבער זיינע אויגן זענען פיהל מיט זיכערקייט. ער סודות'ט זיך ארום מיט א ברייטער איד וואס האט א גרויסע ארענדשע בארד. וואס הארגעט זיך פאר געלעכטער יעדע פאר סעקונדעס. יא @רביה''ק מיט @שמן למאור.

אין צענטער פון א געזעמל זיצט איינער מיט געקראזעלטע פאות, ער שמייכלט, ס'איז ניכר אז אלע ארימיגע ניקים לאוו'ן עם, און זענען זיינע תלמידים. זיינע אויגן דערציילן אז ער האט זיך שוין אסאך געספראוועט מיט'ן סיסטעם ביז ער איז אנגעקומען צו א מהלך וואס ארבעט פאר אים און זיינע ארומיגע. ווער איז דער? אה, ער איז זיך נישט מגלה.
הע. כ'ווייס ס'איז דיך @שמעקעדיג.

@אנאנים רעדט ווייטער מיט קאנפידענס: כ'בין אויסגעקאכט אין די היסטאריע פון דעם סוגיא. לאמיך ענק קלאר מאכן.

לעבן אים שטייט א שטילער אידל וואס צייגט א ביכל פון אריסטא ווען די עולם שאקלט מיט'ן קאפ אז מ'פארשטייט @מי אני'ס ווערטער פונקט ווי מ'לאכט פון א טיפע דזשאק וואס מ'האט נאכנישט געכאפט.

אפאר ק"ש דזשאק'ס, לשונות, קאמענט'ס. וואס ווערן דא איבערגעקייעט עד שתחטפנו שינה, גייען שוין מיט נאמבער'ס. ווי צום ביישפיל. 1. שטייצעך. 2. ס'עולם. 3. כ'געב דיך א דיסלייק. 4. דריי סמייליס אדער דריי לייק'ס. 5. דעם אשכול איז געווידמעט פאר דעס אבער נישט יענץ. 6. שלום עלייכעם. וכו'


שעפטאל. כעת איז ער גראבּ, [יעדע האלבע יאהר גייט ער אויף א מעסיוו דייעט צו מאכן פלאץ פאר מער] שטעלט זיך אויף ביים שטענדער, זיין טערעפיסט האלט זיין האנט צו האלטן רואיג זיינע פּעניק אטאקע'ס.
זיין פנים בלאשט, ער שמייכלט שעמעדיג. ער האלט די מייק, זיינע הענט ווארפן זיך ווי יענע זינגער וואס ציטערט און די מייק שאקעלט זיך מיט.

עהם. שלום עליכם. די מנהג דא אויף ק"ש איז - מ'איז זיך אליין'ס מכבד צו רעדן.

כ'וויל ענק אלע דאנקען פאר מיך סובל זיין. ענק זענען א גרויסע פאקטאר אין מיין הילינג פּראַסעס. נאכדעם וואס כ'זעה ענקער לייק'ס און ווארימע קאמענט'ס שעם איך זיך ווייניגער צו רעדן צו מענטשן. מיינע ארומיגע זעהן שינויים לטובה.
[דער טעראפיסט וואס גלייכט נישט אז כ'געב ענק קרעדיט איבער אהים, שאקלט בע"כ מיט'ן קאפ.]

אבער דא האט שעפטאל געכאפט א קדחת און שנעל איבערגעהיפט צו זיין פאנטש ליין: ענק פרעימען די מהלך המחשבה פון כלל ישראל אין די קומעדיגע דורות.

אָם. נאך איין זאך. פּליז מעקט'ס אויס די ווידיאו פון מיין דרשה, כ'שעם זיך.

הילכיגע קלאטשערייען... האסט זיך נישט מיט וואס צו שעמען.. שעפטאל וויינט ווי א קינד פון גרויס התרגשות...

די טיר פראלט אויף און @בערל בעל עגלה קומט אריין. די שומר הפתח רוימט אים אריין אין אויער: ביים מסיבה איז ראטזאם זאלסט נאר רעדן די 5 פראצענט פון דיינע תגובות וואס זענען נישט שטותים.

איינער שרייעט אויס: וועלקאם זיידי! ר' בערל'ן קום דא ס'דא פלאץ. [וואס איז געוועהן די רעאקציע פונעם עולם. און וואס האט ר' בערל צוריק גענטפערט?]

@לייביששרייבער מיט זיין שטאפן היט רעדט מיט אפאר ניקים וואס האבן שוין פון לאנג אויסגעטוהן דעם היטל.

אנטשולדיגט. כ'מוז גיין.
ארויסלויפנדיג באגעגען איך @יעקב פאטאש. [דו הייסט טאקע פאטאש? אבער נישט יעקב. דיין.. הייסט דאך יעקב] העי מעגסט אויך שרייבן. האסט דאך אסאך סחורה.

די חשובע ניקים זאלען ביטע ווייטער אפדעיטן ס'עולם וואס גייט דארטן פאר.
וואס איז די מעניו?
ווער נאך איז דא? ווי אזוי קוקט ער אויס?
ווער רעדט? וואס זאגן זיי?
די @אנאנים באקומט אסאך קרעדיט אבער צוזאמען מיט אביסל קריטיק. ווער נעמט זיך אהן פאר'ן מנהל. און ווער האט נישט מורא זיך צו טענה'ן?
סדר המעמד?
באלד גייט זיין א וואלי געים ביים פָּאל סייד בּארבּיקיאו. ווער בלייבט ביי די קליינע וואסער אבער ער קען עכט שווימען? ווער וועט בכלל נישט אריינגיין אין פָּאל?
ווער שטייט ביים גריל? קען ער טאקע די מלאכה?

ושערי דמיונות לא ננעלו

======

הבהרה. מיר האבן באקוקט די אייער. זיכער געמאכט אז ס'נישט דא קיין בליט'ס טראפ פון קיין שום ניק. ס'סתם גע'וואט'עווער'ד. ווי א גוטע קליק וואס מ'מעג זיך ווערטלען אויף יענעם אהן דעם וואס ס'זאל אים בכלל שטערן. הרבה ביצים נשפכו ע”פ הוראת בי”ד מחשש גזל שינה.
אויב איינער שפירט זיך געטראפן זאל ער אונז ביטע אישי'ן. מ'וועט נעמען שריט. [מכאן ולהבא]
ווי אויכעט. ביטע אליין פסק'נען פאר מ'איז מגיב. דורך גיין מיט י"ג נפין. כדי יעדער זאל קענען מיט לאכן. וד"ל.
אבער אויף זיך געב איך די פילסטע הסכמה. נאר בהאי אשכלתא.

ערנסטגערעדט » דינסטאג יוני 13, 2023 10:07 pm

· #528213
מסתם איז יעדער שטיל און איינגעזינקען אין זייערע אייגענע טיפע מחשבות,
אויף די טישן איז דא נאר שווארצע קאווע מיט גרויסע טרויבן (אשכולות) צוזאמגעפלאכטן מייסטערהאפטיג
סאיז דא א חלוקת הפרסים ווי @שעפטאל טיילט לייקס, אזעלכע גרויסע לייק הענטעלעך. רוב עולם לויפט אוועק פון די ווידיאו חברה וואס כאפן אלץ אפ.
די מעניו איז ווייטער הייסע בארכעס טאמעיטא דיפ קאטשעניו מיט פאטעיטא קוגל און טשולענט און די @אנאנים איז מסביר אז ביטווין מי ענד אל אף יוּ איז יעדער טאקע פעסט אויפגעקלערט אבער לאמיר זיך נישט נאריש מאכן חסידישע פרעס איז נאך אלץ די זאך, און קיינער ווערט מיר נישט קיין vegans סדא א שיעור צו אויפגעקלערטע אויך…
די סדר המעמד הייבט זיך אן 8:09 ווייל די ערשטע בעל דרשן איז @מי אני וואס קודם לייגט אראפ א שווערע חקירה אויב סאיז טאקע 8:09 אדער בלויז א דמיון, דערנאך ענדיגט ער צו מיט די שאלה פון די נאכט, איינער קען מיר פראָוון אז אונז זענען אלע דא פאר עכט? אדער איז עס בלויזע פאנטאזיעס, דער עולם האט ביז סוף פון די נאכט צו ענטפערן ריכטיג

שמן למאור » דינסטאג יוני 13, 2023 10:15 pm

· #528215
שעפטאל
אין די זייט זיצט א איידעלע נשמה'לע מיט א פלאטשיק'ס, א קליינע בארד. קוק'ט אויס ווי ער קען נישט טשעפן קיין פליג. אבער זיינע אויגן זענען פיהל מיט זיכערקייט. ער סודות'ט זיך ארום מיט א ברייטער איד וואס האט א גרויסע ארענדשע בארד. וואס הארגעט זיך פאר געלעכטער יעדע פאר סעקונדעס. יא @רביה''ק מיט @שמן למאור.
איך טריי צו כאפן אויב איך בין דער איידעלע נשמה מיטן קליינע בארד, אדער דער מיטן גרויסן ארענדזשע בארד וואס הארגעט זיך פאר געלעכטער. דארפסט אויסקלארן ווער איז רביה"ק און ווער איך בין.

לייביששרייבער » דינסטאג יוני 13, 2023 10:47 pm

· #528219
שעפטאל
@לייביששרייבער מיט זיין שטאפן היט רעדט מיט אפאר ניקים וואס האבן שוין פון לאנג אויסגעטוהן דעם היטל.
בדרך אגב גראדע גיי איך א ווינער היטל.

אבער אלץ אן אורח טוה איך אבזערווירן, א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל. איך בין נאך אזוי זייטיג און שעמעדיג נישט קיין סאך קאמפאני אבער אוועקגיין פון אזא ווייב, נישט מעגליך.
וואס דא גייט פאר, מי ומי ומי ההולכים ווער איז דא ווער נישט, ווער עסק'נט און העלפט ארויס צום סוקסעס און ווער נעמט וואס און וויפיל מען קען נאר, בחנם איז צוויי.
נישט מער און נישט ווייניגער @רביה''ק אויפן אויבן אן מיט דריי גבאים דערונטער זיך שעפעשען און גלעטן די ברייטע בארד וואס ליגט אויף זיין ברייטליכער רבנישער געזיכט.

@berlbalaguleh זיצט אויף די אויבן אן נעבן רבי'ן אלץ די פני הקהלה פון די פריערדיגע דור. איז מכבד רביה''ק אלץ מ''מ און גיבט כבוד פארן פריעדיגער רבי זי''ע דורכן מכבד זיין דעם זוהן. אבער פארט דענקט ער אז דער רבי זי''ע האט זיך אנדערש געפירט און איז טאקע דערויף מעורר דעם רבין ביי די אסיפה רוימענדיג אין זיין אויער א גאנצער אסיפה.

די דרשות גייען אן, נאר די פאדערשטע רייעס לייגן צו אן אויער. צווישען די שורות דרייט זיך דער שלאנקער @דער גאלדענער אדלער און קאמפלעמענטירט און קריטיקירט וועם עס קומט און וויפיל עס קומט, פארשטייט זיך נאר קאנסטראקטיוו.

@דיכטער ממש א פלעדזשער עם צו טרעפן ביי די מסיבה פריש און מונטער, א יעדער באקומט א פריינטליכער קלאפ אין פלייצע מיט א גוט ווארט. העי אפשר וועסטו קומען כאפן א ציגאר, די דרשות קריכען מיר שוין אויף די געהירן פון רוב פארזאמלטע ניקים, אדער פארשטייט מען נישט אדער איז עס לאנגווייליג.

אינדרויסן:

די ניקים גרייטן זיך פאר א פיינע בארבעקיו @שעפטל הייבט אן ברענגען די סחורה,
@רויטע וואנצעס שמירט אן די באנס און גרייט אן די מערינעיט זאפט אין די בעקן. ביר קאלא סאדע, מאסטערד און קעטשאפ מיט סעסימי סידס (דייעט קאוק דוקא, דאס ברעכט אויף די פלייש אין די מערינעישאן גייט גוט אריין) מישט פיין אויס. דאן קומט ר' @הייליגע קאקאש און סארטירט די פראנקען שטאק אויף שטאק איינס אויף צוויי שיף ווי א פערעמיד.

אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 13, 2023 10:55 pm

· #528220
שמן למאור
שעפטאל
אין די זייט זיצט א איידעלע נשמה'לע מיט א פלאטשיק'ס, א קליינע בארד. קוק'ט אויס ווי ער קען נישט טשעפן קיין פליג. אבער זיינע אויגן זענען פיהל מיט זיכערקייט. ער סודות'ט זיך ארום מיט א ברייטער איד וואס האט א גרויסע ארענדשע בארד. וואס הארגעט זיך פאר געלעכטער יעדע פאר סעקונדעס. יא @רביה''ק מיט @שמן למאור.
איך טריי צו כאפן אויב איך בין דער איידעלע נשמה מיטן קליינע בארד, אדער דער מיטן גרויסן ארענדזשע בארד וואס הארגעט זיך פאר געלעכטער. דארפסט אויסקלארן ווער איז רביה"ק און ווער איך בין.
סארא שאלה, אוודאי מיט די קליינע בארד און פלאטשיק'ס!
@רביה''ק דרייט זיך מיט די לאנגע ארענדזשע בארד, און לאכט פון די עולם (גולם) וואס איז נאך אין די סיסטעם.

שעפטאל » דינסטאג יוני 13, 2023 11:43 pm

· #528228
@שמן למאור קענסט זיך אליין אויסוועלן כיד הדמיון הטובה.

גראדע האב איך דיך דערקענט אלס דער ברייטער
און @רביה"ק לויט ווי ער טענה'ט [ביי זיין אינטערוויא] ער איז בעצם א גוטער.
נאר די פלאטשיק'ס האט עם אונזער @כוואליעס אנגעטוהן לכבוד ס'מעמד

@ברוך שפינוזה האט בכלל נישט געגליכן דעי כפירה. ער האט דיך אנגעזאגט מיט ווייטאג: נא. אל תתחבר לרשעים!

===
ערנסטגערעדט
סאיז דא א חלוקת הפרסים ווי @שעפטאל טיילט לייקס, אזעלכע גרויסע לייק הענטעלעך. רוב עולם לויפט אוועק פון די ווידיאו חברה וואס כאפן אלץ אפ.
זיי מסביר מיט באקציינער, ווייל כ'פארשטיי נישט 😂
===

@לייביששרייבער גלייב מיך אויפן ווארט @הייליגע קאקאש קעיק איז נישטא, ער וועט אנקומען זייער שפעהט צום התוועדות. כ'בין גרייט זיך צו וועטען דערויף!
===

רבותי די מעמד איז אין פיהלן שוואנג, ברענגט'ס אפדעיט'ס ביטע.

צומישט און צוחישט » דינסטאג יוני 13, 2023 11:49 pm

· #528229
שעפטאל
@שמן למאור קענסט זיך אליין אויסוועלן כיד הדמיון הטובה.

גראדע האב איך דיך דערקענט אלס דער ברייטער
און @רביה"ק לויט ווי ער טענה'ט [ביי זיין אינטערוויא] ער איז בעצם א גוטער.
נאר די פלאטשיק'ס האט עם אונזער @כוואליעס אנגעטוהן לכבוד ס'מעמד

@ברוך שפינוזה האט בכלל נישט געגליכן דעי כפירה. ער האט דיך אנגעזאגט מיט ווייטאג: נא. אל תתחבר לרשעים!
===

רבותי די מעמד איז אין פיהלן שוואנג, ברענגט'ס אפדעיט'ס ביטע.
יויש איך זוך שוין לאנג אביסל מער רקע איבער דאס לעבן און שאפן פון רביה"ק נישט געוויסט אז ס'פארהאנען א אינטערוויו מיט'ן רבי'ן אליין דא אין שטיבל.
ביטע אויב שייך צוצייכנען אוואו דאס איז קווארטירט,יש"כ.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 14, 2023 1:23 am

· #528247
איך בין אויפ'ן וועג. האלט מיך א פלאץ דארטן

לייביששרייבער » מיטוואך יוני 14, 2023 1:48 am

· #528249
בדרך אגב בין איך שטארק איינשטימיג צו מאכן אן עכטע התוועדות.
וואס האלט איר ערגעץ ווי אינמיטן זומער א ליל שישי?

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 14, 2023 2:19 am

· #528252
Re: ק"ש התוועדות
לייביששרייבער
בדרך אגב בין איך שטארק איינשטימיג צו מאכן אן עכטע התוועדות.
וואס האלט איר ערגעץ ווי אינמיטן זומער א ליל שישי?
אין!

ווענדט זיך אין די ניקים, אז געזעצטע שכל'דיגע ניקס מיט פיינע רעפוטאציעס קומען האב איך נישט קיין פראבלעם מיט גילוי.

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 14, 2023 8:58 am

· #528257
@שעפטאל נישטא וואס צו זאגן, דיין טעראפיסט מאכט א גוטן ארבעט מיט דיר.
Keep it Up

דערהויבענע איד » מיטוואך יוני 14, 2023 9:01 am

· #528258
לייביששרייבער
בדרך אגב בין איך שטארק איינשטימיג צו מאכן אן עכטע התוועדות.
וואס האלט איר ערגעץ ווי אינמיטן זומער א ליל שישי?
איך בין in פאר א ליל שישי, און אויך פאר א פול פלעזשט שבת התוועדת....

@פאלאצ'ינטאגייט זאגן ווערטלעך מוצאי שבת, @רביה''ק גייט זאגן של''ש תורה אויפן חטא הידוע, בפרט אין די זומער וואכן, @שבת אחים גייט פירן באטע....

@שמעקעדיג גייט ברענגען זיין רעשוואלקע אפילו אין די קאנטרי, ווייל זוי גייסטו א גאנץ יאר, און די באשעפער איז דא אפילו אין די קאנטרי, אונז ווארטן פון דיר א שיעור אין על הגאולה... מוצ''ש גיימיר גיין אויף א הויכן טריפ מיט @וואלווי'ן....יו לאקן מיר פפארווערד.

@שעפטאל די אלע וואס האבן דיר געגעבן ביזנעס עדווייס זאלן עס באצאלן...

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 9:02 am

· #528259
לייביששרייבער
בדרך אגב בין איך שטארק איינשטימיג צו מאכן אן עכטע התוועדות.
וואס האלט איר ערגעץ ווי אינמיטן זומער א ליל שישי?
גא"מ

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 9:03 am

· #528260
פאליטיקאנט
ווענדט זיך אין די ניקים, אז געזעצטע שכל'דיגע ניקס מיט פיינע רעפוטאציעס קומען, האב איך נישט קיין פראבלעם מיט גילוי.
סעים היר!

שעפטאל » מיטוואך יוני 14, 2023 6:30 pm

· #528300
.

הערשער » מיטוואך יוני 14, 2023 6:38 pm

· #528301
ניקס אין blue קענען קומען?

חדשים » מיטוואך יוני 14, 2023 7:08 pm

· #528303
דער גאלדענער אדלער
פאליטיקאנט
ווענדט זיך אין די ניקים, אז געזעצטע שכל'דיגע ניקס מיט פיינע רעפוטאציעס קומען האב איך נישט קיין פראבלעם מיט גילוי.
סעים היר!
אינטערסאנטע איידיע.

גייט עס נישט אוועקנעמען די געשמאק פון שרייבן אנאנים? זייער אסאך וואלטן נישט געשריבן וואס זיי שרייבן ווען מען ווייסט ווען ווער זיי זענען... בהסתרה עפענט מען זיך אויף גרינגער און מען איז מער אמת’דיג...

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 7:26 pm

· #528304
אמת! אבער פון די אנדערע זייט איז פארהאן א געשמאק זיך צו באקענען מיט אנדערע שרייבערס אויך. עט ליעסט אזוי שפיר איך.

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 14, 2023 7:37 pm

· #528305
חדשים
גייט עס נישט אוועקנעמען די געשמאק פון שרייבן אנאנים? זייער אסאך וואלטן נישט געשריבן וואס זיי שרייבן ווען מען ווייסט ווען ווער זיי זענען... בהסתרה עפענט מען זיך אויף גרינגער און מען איז מער אמת’דיג...
מען קען קומען מיט א מאסק....
דער גאלדענער אדלער
חדשים
אינטערסאנטע איידיע.

גייט עס נישט אוועקנעמען די געשמאק פון שרייבן אנאנים? זייער אסאך וואלטן נישט געשריבן וואס זיי שרייבן ווען מען ווייסט ווען ווער זיי זענען... בהסתרה עפענט מען זיך אויף גרינגער און מען איז מער אמת’דיג...
אמת! אבער פון די אנדערע זייט איז פארהאן א געשמאק זיך צו באקענען מיט אנדערע שרייבערס אויך. עט ליעסט אזוי שפיר איך.
יא, מען קען האבן ביידע וועלטן, אנאנים פאר רוב, און אביסל קענען דיר.

אסאך גרויסע אקאונטס אויף טוויטער זענען אזוי.

דיכטער » מיטוואך יוני 14, 2023 8:04 pm

· #528309
@שעפטאל, איך בין נאכנישט גענוג לאנג דא צו קענען זאגן אויף זיכער, אבער איך מיין אז דו נעמסט קאווע שטיבל צו נייע שטאפלען וואו ס׳נאך נישט געווען בעפאר.

דו ברענגסט אריין דא, מיט א ריכטיגע באלאנס, א געשמאקע אטמאספער און א היימישע באקוועמקייט, ווי דער זיסע אינגערמאן וואס קען זיך ווויצלען מיטן דיין אדער טשעפענען מיטן ראש הקהל און אזוי פארטרייבן אלע איבעריגע אָקוואָרדנעס (awkwardness) און אומאיינגענעמליכקייטן. דו ברעכסט דער אייז און דערמיט דערווארעמסטו די הערצער.

איך מיין אז קאווע שטיבל גייט יעצט אריין, צוזאמען מיט זיינע מיטגלידער, אין א נייע עפאכע פון נייע הויכפונקטן און עררייכונגען.

ויראו שנאי ויבשו כי אתה ה' עזרתני ונחמתני. (תהלים פו יז)

שעפטאל » מיטוואך יוני 14, 2023 8:15 pm

· #528321
@דיכטער ריזיגע שכח!!! 😃
כ'האב דיך געזיכט ביים מאַק התוועדות, האסט אבער געוועהן אין די בעק יארד. דערציילט א נאוועל פארזעצונג. @צוזאמגעדרייט איז געוועהן צו ביזי צו איבער נעמען, ווייל האט ארייגעדייוו'ד אינעם פָּאל צעזאמען מיט @וואלווי
--

אויב ס'גייען נישט קומען מער פון 15 ניק'ס בין איך פאָלי אין.
בתנאי. אז גילוי בלייבט ווייטער אסור.

ס'גייט זיין גאר אינטרעסאנט. כ'זעה זיך שוין פרעגן מיט ברייטע אפענע אויגן: דו ביסט עס??
אפשר זאל מען דארטן מאכן א געסינג געים. א לעבעדיגע געס האו?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 8:28 pm

· #528323
קען גאר זיין אז שעפטאל מיט דיכטער זענען דו פרצופים בגוף אחד. שוין לאנג וואס כ'האב אזא חשד.

שעפטאל » מיטוואך יוני 14, 2023 8:37 pm

· #528326
דערווייל איז די ענטפער
ניין.

==
בדוו. כ'קען דיך נישט מוחל זיין פאר'ן ווילען אוועק נעמען @דיכטער'ס הערליכע קאמפלמענט
אבער כאטש גלייכסטו מיך צו צו עהים מיט זיינע הערליכע ווערק 😃

נ.ב. כ'האב דיך געזוכט ביים התוועדות [ווייל דו פארדינסט זיך ערליך אטענשען. ביסט אונז אלע אזוי מהנה] אבער כ'האב דיך נאכנישט גענוג ארויסגעהאט. אבער @לייביששרייבער האט דיך שוין געקאווערט

שערי יושר » מיטוואך יוני 14, 2023 8:41 pm

· #528327
Re: ק"ש התוועדות
דיכעטער מיט שעפטאל, זענען צוויי אנדערע אנדערע פירסענעלעטיס, דיכטער איז מער א פראפעשענעל מיט א א הויכע קאליבער פעדער, שעפטאל איז א געפילישע מענטש מיט א צעשטורומטע נשמה, וואס שרייבט מיט א געשמאקע פעדער

שעפטאל » מיטוואך יוני 14, 2023 8:46 pm

· #528330
שערי יושר
דיכעטער מיט שעפטאל, זענען צוויי אנדערע אנדערע פירסענעלעטיס, דיכטער איז מער א פראפעשענעל מיט א א הויכע קאליבער פעדער, שעפטאל איז א געפילישע מענטש מיט א צעשטורומטע נשמה, וואס שרייבט מיט א געשמאקע פעדער
פונקטלעך אזוי. האסט נישט געקענט זיין מער קאררעקט! 😂 😂 😂

---
נאכן ארויפלייגן האב איך באמערקט אז ס'איז נישט אין אישי.
זאל שוין זיין אזוי.
--

די מאדנע חלק איז. בשעת כ'שרייב בינעך אינגאנצען דארט. 5 מינוט שפעהטער געדענק איך ניטאמאל ווי אזוי מיין קערעקטער דארף צו פיהלן.
כ'בין מודה על האמת. רוב פון מיינע פערזענדליכע פרטים וואס כ'פאק ארויס זענען בלויז פרי הדמיון 😂
אבער אין אישי פיהל איך א חיוב צו שרייבן אמת'דיג אהן איבערטרייבען אזויפיהל [ע"פ רוב]

מתבודד » מיטוואך יוני 14, 2023 8:48 pm

· #528331
זיך טרעפן ביי א התוועדות מוז נאך נישט מיינען א גאנצע גילוי, למשל איינער קומט אן ער זאגט איך הייס משה ווייס און מיין ניק איז @שעפטאל, דערווייל הייסט ער אין ריעל לייף שמעון און זיין ניק איז @דיכטער... (אקעי די משל שטימט נישט...)

עניוועי לאזט מיר וויסן ווען די בשר גרילט זיך..

דיכטער » מיטוואך יוני 14, 2023 9:09 pm

· #528337
שערי יושר
דיכעטער מיט שעפטאל, זענען צוויי אנדערע אנדערע פירסענעלעטיס, דיכטער איז מער א פראפעשענעל מיט א א הויכע קאליבער פעדער, שעפטאל איז א געפילישע מענטש מיט א צעשטורומטע נשמה, וואס שרייבט מיט א געשמאקע פעדער
ש׳כח שערי יושר. כ׳מוז אבער צולייגן א קליינע הערה. מיין נשמה איז נישט ווייניגער צעשטורעמט און פון שעפטאל׳ס פעדער פעלט נישט קונסט.

שעפטאל » מיטוואך יוני 14, 2023 9:19 pm

· #528339
@שערי יושר מיינט מן הסתם די חלק, ווי כ'שפרינג פון אשכול וואס כ'וויין ווי די וועלט איז גענדיגט. כ'מאך זיך אזוי וואנערבול. ממש א רחמנות. צו אשכול וואס כ'לאך.

ב"ה אין ריעל לייף בין איך נישט אזוי געפיהליש צעשטורעמט. [מיינע נאנטע חלום'ען נישט אז כ'וואלט געשריבן אויף ק"ש.] כ'טוה עס דא ווי א עקטער וואס לייגט זיך באמת אריין אין די מצב. ס'איז באגראבענע הרגשים וואס יעדער בעל רגש קען פיהלן.

דאס אליין איז א חלק פון דעם שעפטאל קערעקטער, ער לייגט זיך אויפן טיש. אויף א צעקלאפטע אויפן.

==

כ'מיין ס'שוין טאקע צייט צו עפענען א באזינדערע ניק. נאר פאר געהעריגע תגובות. איינמאל @דער גאלדענער אדלער האט זיך אריינגעמישט 😃

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 9:29 pm

· #528344
שעפטאל
נ.ב. כ'האב דיך געזוכט ביים התוועדות [ווייל דו פארדינסט זיך ערליך אטענשען. ביסט אונז אלע אזוי מהנה] אבער כ'האב דיך נאכנישט גענוג ארויסגעהאט. אבער @לייביששרייבער האט דיך שוין געקאווערט
קו"כ ייש"כ פאר'ן קאמפלימענט.
יעצט מאכסטו מיך פאר דו פרצופים מיט @לייביששרייבער? וויאזוי האט ער מיך געקאווערט? סתם נייגעריג.

שעפטאל » מיטוואך יוני 14, 2023 10:47 pm

· #528363
דא
לייביששרייבער
צווישען די שורות דרייט זיך דער שלאנקער @דער גאלדענער אדלער און קאמפלעמענטירט און קריטיקירט וועם עס קומט און וויפיל עס קומט, פארשטייט זיך נאר קאנסטראקטיוו.
===

גראדע האב איך קיינמאל נישט געחלום'ט אז דער עולם וועט דערקענען דעם שעכטער - דיפטאל. ווי אזוי האסטו עס באמערקט?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 11:50 pm

· #528380
שעפטאל
דא
לייביששרייבער
צווישען די שורות דרייט זיך דער שלאנקער @דער גאלדענער אדלער און קאמפלעמענטירט און קריטיקירט וועם עס קומט און וויפיל עס קומט, פארשטייט זיך נאר קאנסטראקטיוו.
===

גראדע האב איך קיינמאל נישט גע'חלום'ט אז דער עולם וועט דערקענען דעם שעכטער - דיפטאל. ווי אזוי האסטו עס באמערקט?
הערשט יעצט באמערקט!

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:04 am

· #528382
שעפטאל
@דיכטער ריזיגע שכח!!! 😃
כ'האב דיך געזיכט ביים מאַק התוועדות, האסט אבער געוועהן אין די בעק יארד. דערציילט א נאוועל פארזעצונג. @צוזאמגעדרייט איז געוועהן צו ביזי צו איבער נעמען, ווייל האט ארייגעדייוו'ד אינעם פָּאל צעזאמען מיט @וואלווי
--

אויב ס'גייען נישט קומען מער פון 15 ניק'ס בין איך פאָלי אין.
בתנאי. אז גילוי בלייבט ווייטער אסור.

ס'גייט זיין גאר אינטרעסאנט. כ'זעה זיך שוין פרעגן מיט ברייטע אפענע אויגן: דו ביסט עס??
אפשר זאל מען דארטן מאכן א געסינג געים. א לעבעדיגע געס האו?
אן איידיע אזוי עמעזינג נישטא קיין ווערטער אין מיין לעקסיקאן ארויסצוברענגען די געוואלדיגקייט פון די איידיע.
איך בין פולי אין. אויב מאכטצעך עפעס וועל איך אי''ה מאכן א סורפרייז.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:09 am

· #528383
אויב עפעס ברענג איך בוירבאן פאר א לחיים!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:10 am

· #528384
שעפטאל
גראדע האב איך קיינמאל נישט גע'חלום'ט אז דער עולם וועט דערקענען דעם שעכטער - דיפטאל. ווי אזוי האסטו עס באמערקט?
דו מיינסט שעכטער-דיפאלט

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:10 am

· #528385
פאליטיקאנט
חדשים
גייט עס נישט אוועקנעמען די געשמאק פון שרייבן אנאנים? זייער אסאך וואלטן נישט געשריבן וואס זיי שרייבן ווען מען ווייסט ווען ווער זיי זענען... בהסתרה עפענט מען זיך אויף גרינגער און מען איז מער אמת’דיג...
מען קען קומען מיט א מאסק....
אזוי ווי אין די מאווי eyes wide shut...

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:18 am

· #528387
איך בין נייגעריג וויזוי דער עולם קוקט דא אויס…
ווער גייט זיין די גרעסטע סורפרייז?ֿ

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:19 am

· #528388
שעפטאל: ייש"כ. דו האסט מיר געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. די אנדערע האלב פון פסוק ווייסטו שוין מסתמא אליינס.

2 הערות: דו געסט מיר צופיהל קרעדיט אז נאר 5 % פון מיינע תגובות זענען נישט קיין שטותים. איך וואלט געזאגט אז ס'האלט קוים ביי 1%.

ווען בערל בעל עגלה האט געשמועסט מיט לייביששרייבער. אין וועלכע קאטעגאריע איז ער? די וואס האבן (נאכאלץ) אן דעם שטאפן הוט. אדער די וועלכע האבן עס שוין אויסגעטוהן?

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:37 am

· #528394
ערנסטגערעדט
איך בין נייגעריג וויזוי דער עולם קוקט דא אויס…
ווער גייט זיין די גרעסטע סורפרייז?ֿ
נו לאמיך הערן דיינע השערות וויאזוי דער עולם קוקט אויס, לבוש וכו'

שעפטאל » דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:02 am

· #528399
berlbalaguleh
שעפטאל: ייש"כ. דו האסט מיר געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. די אנדערע האלב פון פסוק ווייסטו שוין מסתמא אליינס.

2 הערות: דו געסט מיר צופיהל קרעדיט אז נאר 5 % פון מיינע תגובות זענען נישט קיין שטותים. איך וואלט געזאגט אז ס'האלט קוים ביי 1%.
זיידי. דו האסט אונז אויסגעזאגט די פונקטליכע נאמבער וויפיל פראצענט איז אמת און וויפיהל איז שטותים והבלים
זעה דא
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=394589#p394589
berlbalaguleh
ווען בערל בעל עגלה האט געשמועסט מיט לייביששרייבער. אין וועלכע קאטעגאריע איז ער? די וואס האבן (נאכאלץ) אן דעם שטאפן הוט. אדער די וועלכע האבן עס שוין אויסגעטוהן?
זיידי בערליא פלעגט טראגן א קוטשמע ביים דרייווען. היינט צו טאג'ס איז מער נישט אזוי קאלט. און מ'ווערט נישט קלענער. ער טראגט א היט נאר ביי מנחה מעריב. ס'ליגט אין זיין קאר.

לכבוד זיידי עמער לייגן דריי לאכער'ס 😂 😂 😂

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 15, 2023 2:30 am

· #528406
דערהויבענע איד
@שמעקעדיג גייט ברענגען זיין רעשוואלקע אפילו אין די קאנטרי, ווייל זוי גייסטו א גאנץ יאר, און די באשעפער איז דא אפילו אין די קאנטרי, אונז ווארטן פון דיר א שיעור אין על הגאולה...
אויש, אזא גילוי אקציע, איך שעם זיך צו טרעפן מיט ענק, ענק ווייסן תיכף ווער איך בין, אנה מפניך אברח...
רעזשוואלקע... קאנטרי... על הגאולה... די אויגן שווינדלט מיר! (אודאי, אזוי שפעט ביינאכט...)
על הגאולה האב איך אביסל געקענט אלס בחור... היינט קען איך געבן א שיעור, עם... אפשר אין ק"ש?
בושות!!!

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:31 am

· #528440
דער גאלדענער אדלער
ערנסטגערעדט
איך בין נייגעריג וויזוי דער עולם קוקט דא אויס…
ווער גייט זיין די גרעסטע סורפרייז?ֿ
נו לאמיך הערן דיינע השערות וויאזוי דער עולם קוקט אויס, לבוש וכו'
כ'טראכט אז מ'קען אנהייבן א שטאפל פריער,
צאמברענגן דעם עולם אויף א קאנפרענץ קאל, יעדער קען בלייבן אנאנים ארויפקומען מיט'ן ניק, און מ'טרעפט זיך נישט פנים אל פנים,
כ'האלט אז בלויז צו הערן די שטימעס פון די ניקס וועט זיין גאר אינטערעסאנט און סורפרייזיש...

שעפטאל » דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:03 pm

· #528451
אפדעיט
טישן באדעקט, טייערע וויינען, רייכע מעבל, פולע טעלערס מיט נערהאפטיגע פארציעס פון וועלכע עס גייט א געשמאקע רויך. די בענקלעך שיין סארטירט.

דער אויבן אן איז דעזיגנירט פאר די עליטע, די הויכע פון צווישן אונז. צווישן זיי מערקן זיך אן עטליכע פנים'מער, אומבאקאנט, צומאל שאקירענד, וועלכע זיצן ביים טיש, פארנט פון זיי - אן איבערגעבויגענע צעטל אויף וועלכע עס איז געשריבן, מיט גרויסער אותיות, זייערע ניק באגלייט מיטן שוין אזוי היימישן אוואטאר. דער צייכן ביי זייערע פראפיל אז זיי געפינען זיך אנליין איז אפוועזענד וועלכע לאזט דעם באטראכטער צעמישט, איז וויאזוי זענען זיי דא יעצט? אפשר געטיקט דער "ערלויבט-נישט-אנדערע-באניצער-צו זען-אז-איך-בין-דא" אפציע? זאלן אנדערע מיינען אז א צווייטע איז דא?..

ביי די מנהלים טיש זיצן זיך ערענסטע אידן אין די מיטעלע יארן, סודות'ן זיך ארום מיט זייערע דיקע שטימע וועלכע פארלאנגט רעספעקט און געבן א ליבליכע שמייכל פאר די וואס קומען אריין פארלוירן און זוכן זייער פלאץ.

צוביסליך פארמירן זיך קיפקעס און גרופעס. דא דארט טרעפן זיך אזעלכע וואס זוכן נאך וואו זיי באלאנגען.

איין טיש איז פאר די וואס האלטן זיך קלוג. אנטשולדיגט, נישט קלוג, איבערגעקליגט.

דער אנדערע טיש האט נישט פינקטליך א דעפינישן וואס ס'איז. בערך איז עס א זאמלונג פון אלע סיסטעם שטויסערס.

און דאן ביים עק, נאנט צו די טיר איז פארהאן א טיש, גאנץ א קליינער, וואס דארטן זיצן זיך איידעלעהייט, אן קיין באזונדערע פראפאגאנדע, די לייבן, דער רוקן-ביין פונעם שטיבל, וואס אן זיי קען מען פארמאכן אירע טויערן. פארהאן אזעלכע וואס פרובירן כאפן מיט זיי א שמועס, זיי זענען פארט העכסט-פריינטליך און געבן די בעסטער געפיל אבער נאכן זוצן און הערן אומפארשטענדליכע ווערטער און אומענטשיידענע פראזן פאר צען מינוט, פארלירט זיך דאס געדולד און מיט אן אנטשוליגונג לויפט מען צוריק פארברענגען מיט די אנדערע.

דיכטער » פרייטאג יוני 16, 2023 11:12 am

· #528632
אפסס. טעות גוררת טעות. כ'האב גענוצט דעם נישט ריכטיג'ן ניק.
@דער גאלדענער אדלער אוי גייסטו כאפן!
עמער שרייבן נוסח שעפטאל בירך דיכטער
---

וואס האלט דער עולם. וועלכע ניק קערעקטער זאלעך ניצן מער.
1. מיין צושטארעמטע @שעפטאל
2. מיין הויכע @דיכטער
3. אדער גאר צוריק אויפלעבן מיין דריטען אלטען ניק (הידוע ליודעי חן)
4. אנהייבן מיט א פיליסופישע כאראקטער וואס איז נאר עוסק אין @מי אני'ס עניינים. כ'וועל פראבירן דורך צו לערנען זיינע זאכן און צולייגן פשוטע שפראך. משלים. בבחינת דער חוזר השיעור. [אפשר זאלעך עס רופן @חוזר] און מי אני וועט מיך קאררעקטן ווען כ'האב נישט גוט פארשטאנען.
5. אנהייבן מיט א ניק וואס איז עקסטרעים בעד אידישקייט. בדרכו פון @ליטוואק פון בודאפעסט שליט"א פארטיידיגען אונזער אמונה. הלכה. השקפה. [מיט'ן נאמען @אמת מארץ]
6. אנהייבן מיט עפעס גאר אינדערויסן פון די בּאַקס וואס ק"ש האט נאכנישט געזעהן. ס'וועט זיין אזוי טריקי. אז קיינער וועט נישט קענען צוזאם שטעלן. (כ'האף אזוי)

כדי צו וויסן וואס דער עולם האלט. אויב זענט איר אינטרעסירט אין איינ'ס פון דעי 6 אפציעס. געבט מיך דא א לייק, און אויך ביי מיין שעפטאל ניק, ווי אויך ביי מיין תושב ניק.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 16, 2023 11:30 am

· #528635
נאך ניטאמאל אנגעהויבן און מיין קאפ דרייט זיך שוין ווי אויף א לעוועל 5 ראללער קאוסטער אין הערשי פארק!

דיכטער » מאנטאג יוני 19, 2023 7:19 pm

· #528912
למעשה @שעפטאל, זעמער דער זעלבע מענטש אדער נישט?
כ׳מיין מ׳עט עס מוזן לאזן פאר דעם עולם מחליט צו זיין.

שעפטאל » מאנטאג יוני 19, 2023 7:31 pm

· #528913
ביים התוועדות איז געזעהן געווארן א גראבער וואס גייט ארום און זאגט ער הייסט שעפטאל, האט זיך איינער צוגעשארט און ארויפגעשריבן אויף זיין ריקן: @דיכטער.

@שערי יושר האט עס גלייך אפגעווארפן טענה'נדיג. שעפטאל איז צושטורעמטע נשמה דיכטער איז א הויכע פעדער.
שעפטאל האט א קליינע, און דיכטער האט א גרויסע דיכט.

עבירה גוררת עבירה. שעפטאל האט דא אויבן געשריבן צום זאך, בשעת דיכטער האט זיך צעשטורעמט.

קען מיך איינער מסביר זיין וואס גייט פאר? בין איך טאקע נח מיט זיבן ניקים?

אדער ווי כ'האב פריער געשריבן: כ׳מיין מ׳עט עס מוזן לאזן פאר דעם עולם מחליט צו זיין.

וואלווי » מאנטאג יוני 19, 2023 8:00 pm

· #528922
שעפטאל

קען מיך איינער מסביר זיין וואס גייט פאר? בין איך טאקע נח מיט זיבן ניקים?
.
מה כל הרעש? טוה די זעלבע ווי אליהו הנביא. װען דו באווייזט זיך אין מינסק ביסטע אן אויסגעדארטער שטיל שעפשעדיגער שמע-ע-ע-ע קרייצער. אין גרינוויל נ. דזש. ביסטע א מלא וגדיש'ער געבוי וואס שטורעמט וועלטן.

A tale of two cities...

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 19, 2023 9:23 pm

· #528926
דיכטער
למעשה @שעפטאל, זעמער דער זעלבע מענטש אדער נישט?
כ׳מיין מ׳עט עס מוזן לאזן פאר דעם עולם מחליט צו זיין.
כאניש (איך האב נישט)געוויסט אז דיכטער און שעפטאל איז ,,,ווי מיין רבי פלעגט צו זאגן...היינו הך
ס'איז די זעלבע זאך...! לאל. בגן עדן תהא מנוחתו. דו טראכטסט אז נישט. קיין שום נוירסינג האום נעמט נישט אריין א 135 יעריגן מענטש...!

נאך א מזל אז אין שמייכל לאזט מען אלעס צו. ספעציעל נאך אריינרוקן יותר משתי רביעיות (7 אונץ. לפי שיטת החזו"א) משקה המשכר.
(192.5 proof Smoke Wagon straight bourbon whiskey)

שעפטאל » מאנטאג יוני 19, 2023 9:28 pm

· #528927
זיידי. פליז. גענוג געטרינקען פאר היינט. ס'נישט געזונט פאר דיין הארץ. באבי האט געהייסן כ'זאל באהאלטן דעם באטל פון דיך...

וואלווי » מאנטאג יוני 19, 2023 9:32 pm

· #528928
דער גאלדענער אדלער
אויב עפעס ברענג איך בוירבאן פאר א לחיים!
פיינעלי איינער וואס איז גרייט צו גיין צום טיש. צווידען צענדליגע תגובות האט מען נישט געקענט אריין לייגען אביסל נזקי שן? הזאת נעמי? ווי אזוי וועט זיין א קשה עלי פרידתכם אויב ס'איז נישטא קיין משל למלך שעשה סעודה..?

לחיים @דער גאלדענער אדלער
בלאט: 1 2