☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16287

שעפטאל » מאנטאג יוני 12, 2023 9:10 pm

· #528114
עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
כ'געב חומש שוין א גוטע פאר יאהר. לכו"ע חומש געלט מאכט רייך (גר"א) און גארנישט. כ'האב אפי' פארלוירן אסאך געלט דעם יאהר נאכן אויפגעבן א סייד דשאב. [כ'קען נאך איינער וואס טענה'ט די זעלבע].
א גוי וואלט געזאגט: דער אייבישטער לאכט מיך אין פנים. ער זאגט ובחנוני און ער האלט נישט ווארט.
אבער אונז אידן ווייסן דאך קלאר אז מ'פארשטייט נישט דעם אייבירשטען'ס חשבונות.
---

שיידוועג
כ'שטיי אין א מצב. מיט דעי ביסל אפגעשפארטע געלט קען איך קויפן א הויז, אדער עס (דער)לייגן אין דעם סטאק מארקעט. און ווייטער ארבעטן ווי א פערד פאר נאך א הונדרעט קעי א יאהר. אדער. עפענען א ביזנעס.

מיינע מחשבות טראגן מיך פון איתמר גינזבערג'ס ביזנעס קורס, צו אהרן גאטליב'ס ריעל עסטעיט'ס קורס. פון דארט צו Rich dad

דאן קומט ארויף די פחדן אין מיך וואס זאגט: לאז געמאך. בלייב ביי דיין דשאב, אינוועסט אין ריעל עסטעיט דורך קאמפעני'ס. צו קויף זיך אליין א הויז. פון עפענען אליין'ס ווייסטו קלאר אז דו וועסט ניטאמאל מאכן קיין פופציגער די ערשטע יאהר צוויי. דו האסט ניטאמאל קיין ביזנעס איידיע.

אבער מיין אינערליכע מיך נאגט. כ'וויל ווערען רייך. כ'וויל אנקומען צו פיינענשיל פרידאם. לאמיך כאטש פראבירן.
קיין יתקיימו שניהם איז נישטא. ווייל מיין דשאב טראגט אזויפיהל אחריות אז כ'בין צו דרעינד אוט צו טראכטן פון עפענען עפעס אליין אין די זייט.

כ'גלייב אז דא אויף ק"ש דרייען זיך גענוג חברה וואס לעבן פון רענט, א ביזנעס, אהן צופיהל ארבעטן. כ'וויל זייער שטארק הערן ענקער מיינונג.
אויב איר זענט נישט סוקסעספול פיינענשעלי, ביטע זייט נישט מגיב. ס'מיר גענוג מיין אייגענע פערענויע!

ברוך שפינוזה » מאנטאג יוני 12, 2023 10:00 pm

· #528124
אז דו זוכסט סתם financial freedom קענסטו קויפן א triplex אין די סובורבס, וואוין אין אייינס און פארדינג די אנדערע צוויי. אז דו קענסט אויך צובויען אן airbnb אין די בעק און עס מאכן פראפיטעבל וועסטו נאך א צוויי יאר האבן אפגעשפארט גענוג געלט צו קויפן נאך איינס, וחוזר חלילה...

טמיר » מאנטאג יוני 12, 2023 10:30 pm

· #528127
מיינע 2 סענט: וואס מיינסטו מיט עפענען א ביזנעס? רובא דרובא ביזנעסער זענען נישט מצליח. אבער טאמער האסטו א פאך אין די האנט און אנשטאט ארבעטן פאר יענעם קענסטו טון די זעלבע סערוויס פאר קליענטן דירעקט (און נישט דיין בעה"ב זאל מאכן געלט אויף דיין פיקל), דאס מאכט שוין אסאך סענס.

נאכדעם איז דא האנדלן מיט ריעל עסטעיט, מיין איך האט יא א הויכע סוסקעס רעיט.

הנלענ"ד (באמת עניות) כתבתי, ואין לסמוך ע"ז.

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 12, 2023 10:36 pm

· #528128
טמיר

נאכדעם איז דא האנדלן מיט ריעל עסטעיט, מיין איך האט יא א הויעכע סוסקעס רעיט.

הנלענ"ד (באמת עניות) כתבתי, ואין לסמוך ע"ז
ריעל עסטעיט און די סטאק מארקעט האבן בערך די זעלבע סוקסעס ראטע אינעם לאנגן טערמין.

שעפטאל » מאנטאג יוני 12, 2023 10:46 pm

· #528130
אלע צוזאמען
ריעל עסטעיט און די סטאק מארקעט האבן בערך די זעלבע סוקסעס ראטע אינעם לאנגן טערמין.
קליינע הערה. ס'דא סוקסעס און ס'דא מער געלט. ריעל עסטעיט איז מער געלט. איך זיך די מערסטע!!

סעיף סטאק'ס גייען טאקע ארויף, אבער ס'טאפלט זיך נישט אזוי שנעל ווי ריעל עסטעיט.
[הגם קאמפאינד איז שייך ביי ביידע]

טעקס איז ביי ריעל עסטעיט א מחיה קעגען סטאק מארקעט וואס מ'נעמט פון יעדע פעני וואס דו מאכסט.

ביי ריעל עסטעיט מאכסטו אויך געלט אויף די חלק המארגעדש משא"כ סטאק'ס וואקסט נאר וואס דו האסט אריינגעלייגט.

נאך א ריפיינענס הייבט מען אהן מיט א נאך דירה בשעת מ'מאכט נאך געלט אויף די אלטע [דאס קען געשעהן יעדע 3-4 יאהר אויב מ'גייט מיט א קלארע סטראטעיגיע]

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 12, 2023 11:06 pm

· #528132
שעפטעל זיסער;
קו"כ שאקל דיך אפ פון סגולות, ס'פירט דעם מענטש אין באד אריין. ס'פארהאן א ספעשל יצר הרע וואס הייסט סגולות, ער נער'ט אונז אריין דערין און נאכדעם לאכט ער אונז אין פנים.

דער פסוק פון מלאכי פרק ג', "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם את ארבות השמים והריקתי לכם ברכה עד בלי די". לכאורה פון די גמ' אין מס' תענית דף ח. און פון די מעשה וואס תוס' ברענגט דארט צו איז משמע אז דער ובחנוני נא בזאת גייט נאר אן ביי מעשר ארץ וואס איז א דאורייתא.

ס'האט מיר גענומען א שיינע פאר ובחנוני נא בזאת צו געוואר ווערן אז דאס גייט נישט אן ביי די חומש וואס א מענטש גיבט פון זיינע רווחים אדער פעי טשעק וואס מ'פארדינט.
בכלל וועסטו כמעט נישט געפונען עשירים וואס גיבן א חומש אדער אפילו מעשר פון זייערע פארדינסטן, נאר די סגולות נאכלויפערס, ארימעלייט וואס פאנטאזירן פון עשירות בין בגלגול זה בין בגלגול אחר, אדער די וואס לויפן קיין ראדאשיץ, עמוקה, אדער קערעסטיר דריי מאל א יאר צו קענען קריגן זייער משאלות לבם.

די אלע פשט'לעך וועלכע פרובירן אויפווייזן אז דער ובחנוני גייט אויך אן ביי מעשר כספים קען איך אויך. אינטערעסאנט אבער איז אז דער מציאות הדברים ארבייט פארקערט. כ'געדענק מיט יארן צוריק האב איך אויך געגעבן א חומש פון עפעס רווחים און טאקע יענע געלט פון וואס כ'האב אראפגענומען אזוי עהרליכערהייט דעם חומש און געשטיצט א יוד א ת"ח דערמיט, יענע געלט האב איך אנגעזעצט!!
דאס טאר אבער נישט אוועקנעמען דעם אפעטיט צו געבן און טיילן צדקה ביד רחבה וברוח נדיבה, איש איש כמתנת ידו וכברכת ד' אלקיך אשר נתן לך. אבער נישט בדרך סגולה. גוטס מיט א צווייטן איד איז מען שטענדיג מחויב צו טוהן.

יעצט צו דיין שאלה וואס דו זאלסט טוהן לגבי עפענען אליין א ביזנעס אדער אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט. ס'שווער צו עצה'נען יענעם, כ'קען דיך נישט און כ'קען נישט דיינע נאטורן, וויפיל דו ביסט גרייט צו שוויצן, דיין משפחה סייז, ווי אלט דו ביסט וכו' וכו'. אין דזשענעראל וואלט איך געזאגט אזוי, אויב פארדינסטו שיין, ד"ה אז דו קענסט נאך אוועקלייגן אין סעיווינגס, דאן וואלט איך דיר געראטן, סעיוו דיר אן ווי מער, און די סעיווינגס לייג נישט אריין אין סטאק מארקעט, ווייל גאר ווייניג האבן מצליח געווען דערין. און אויב קענסטו דיך נישט גאר גוט אויס דערין דאן איז עס א זיכערע פארלוסט!

לייג עס אריין אין ריעל עסטעיט, הייב אן מיט קלענערע זאכן און ארבייט דיך ארויף דעם לייטער. פרוביר נישט צו קייען דעם דריטן קיי פאר דו שלינגסט אראפ דעם ערשטן. געדענק פרוטה פרוטה מצטרפת, קיינער האט נישט געמאכט דעם דריטן מיליאן פאר די ערשטע הונדערט טויזענט דאללער. מענעדזש עס אליין אין די איבעריגע צייט וואס דו האסט, און גיי צום נעקסטן און אזוי ארום צוביסלעך וועסטו זיין א שיינער עושר. לאז דיך נישט איבעררעדן פון די פליפערס און קנאקערס, גיי צוביסלעך.

זאלסט מצליח זיין און אינדזשויען דיין הצלחה!!

שעפטאל » מאנטאג יוני 12, 2023 11:22 pm

· #528133
דער גאלדענער אדלער
שעפטעל זיסער;
פיינעלי איינער רופט מיך אהן זיס!! 😃
דער גאלדענער אדלער
די סעיווינגס לייג נישט אריין אין סטאק מארקעט, ווייל גאר ווייניג האבן מצליח געווען דערין. און אויב קענסטו דיך נישט גאר גוט אויס דערין דאן איז עס א זיכערע פארלוסט!
כ'האב גראדע געפאלאיט די מאלטי פאָל. כ'בין שוין געוועהן דאין מיט 24K יעצט בין איך ב"ה נאר דאין מיט 3 טויזענט. די ראילער קאוסטער איז געוועהן גענוג מיך צו דערשרעקן און זיך ווילען אפ'גט'ן פון זיי
דער גאלדענער אדלער
לייג עס אריין אין ריעל עסטעיט, הייב אן מיט קלענערע זאכן און ארבייט דיך ארויף דעם לייטער. פרוביר נישט צו קייען דעם דריטן קיי פאר דו שלינגסט אראפ דעם ערשטן. געדענק פרוטה פרוטה מצטרפת, קיינער האט נישט געמאכט דעם דריטן מיליאן פאר די ערשטע הונדערט טויזענט דאללער. מענעדזש עס אליין אין די איבעריגע צייט וואס דו האסט, און גיי צום נעקסטען און אזוי ארום צוביסלעך וועסטו זיין א שיינער עושר. לאז דיך נישט איבער רעדן פון די פליפערס און קנאקערס, גיי צוביסלעך.

זאלסט מצליח זיין און אינדזשויען דיין הצלחה !!
אמן ואמן!

טראפעלע » דינסטאג יוני 13, 2023 12:14 am

· #528138
שעפטאל
כ'גלייב אז דא אויף ק"ש דרייען זיך גענוג חברה וואס לעבן פון רענט, א ביזנעס, אהן צופיהל ארבעטן. כ'וויל זייער שטארק הערן ענקער מיינונג.
אויב איר זענט נישט סוקסעספול פיינענשעלי, ביטע זייט נישט מגיב. ס'מיר גענוג מיין אייגענע פערענויע!
כ'קען דיר נישט ענטפערן אויף דיין שאלה אבער ביטע לאזט אונז וויסן דא ווען דו האלטסט ביי דיין ערשטע מיליאָן בעז"ה בקרוב.

בילדינג פליפער » דינסטאג יוני 13, 2023 12:48 am

· #528141
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
קענסט קומען צו מיר פאר "פיינענטשעל עדווייס", $1300 א שעה. לאל.

תכלית, זאלסט האבן סוקסעס אין וואס דו טוסט!

ברוך שפינוזה » דינסטאג יוני 13, 2023 12:51 am

· #528142
בילדינג פליפער
קענסט קומען צו מיר פאר "פיינענטשעל עדווייס", $1300 א שעה. לאל.

תכלית, זאלסט האבן סוקסעס אין וואס דו טוסט!
וויפיל שעה דארף מען זיצן ביי דיר אויף צו קענען צוריקמאכן די געלט? 😂

תנחום » דינסטאג יוני 13, 2023 12:52 am

· #528143
פיינענשעל פרידאם פון ריעל עיסטעיט האט מען נישט פון א טרייפלעקס אין די סובארבס. פארקערט, נאר עגמת נפש. צו מאכן צוויי הונדערט טויזענט א יאר נעט פון ריעל עיסטעיט דארף מען האבן א שיינע פארטפאליא און א נישטיגע דאון פעימענט פון אפגעשפארטע געלט גייט דיך נישט נעמען צו ווייט נאכדערצו יעצט ווען אפילו די בעסטע און געשולטע לענדלארדס בלוטיגן. ריעל עיסטעיט איז אינוועסטמענט נישט קיין ביזנעס.

צו עפענען א ביזנעס, אויב קומסטו מיט אן ערנסטע פלאן דאן קענסטו גרינגעהייט טרעפן א געלט שותף. דארפסט נישט נעמען די גאנצע ריסק.

שמן למאור » דינסטאג יוני 13, 2023 1:19 am

· #528148
קויפן הייזער איז א גוטע אינוועסטמענט פאר די לאנג טערם. לייגסט יעצט אראפ א 100k דאונפעימענט פאר א הויז וואס איז ווערט 500k, און דרייסיג יאר ארום, אפילו די ווערט פונעם הויז בלייבט די זעלבע און דו האסט דורכאויס די גאנצע 30 יאר נישט געמאכט קיין פעני, האסטו 500k אייגענע געלט, דאס הייסט האסט געהעריג צוריקגעמאכט 5 מאל דיין געלט. ווער רעדט נאך אז די פרייז פון הייזער גייען ארויף, און מען מאכט יא א אינקאם פון די רענט איז עס ממש א שטארקע אינוועסטמענט.

דעט באינג סעד, די ריעל עסטעיט מארקעט איז זייער טריקי און בכלל איז יעצט נישט די בעסטע צייט צו אינוועסטירן. פרייזן זענען געפערליך ארויף און די ראטעס זענען הויעך ווי קיינמאל בעפאר. א הויז וואס מען האט געקענט קויפן בערך צוויי יאר צוריק, און מען וויל קויפן ממש די זעלבע הייזקע היינט, וועט די פרייז יעצט זיין מיט איבער 100k מער, און די ראטעס זענען טאפלט די הייעך. דאס עסט ממש אויף די גאנצע ריווח, און מען מאכט כמעט נישט קיין געלט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, מיט אפאר הונדערט אלפים קען מען עכט נישט היינט קויפן הייזער און לעבן דערפון, עס איז א גוטע אינוועסטמענט אויף חתונה צו מאכן די קינדער, אבער אויף צו לעבן דארף מען א דזשאב אדער א ביזנעס.

ברוך שפינוזה » דינסטאג יוני 13, 2023 1:34 am

· #528149
שמן למאור
פרייזן זענען געפערליך ארויף און די ראטעס זענען הויעך ווי קיינמאל בעפאר.
אויף די איסט קאוסט גייט עס לכאורה נאר ארויפגיין נאך העכער.

קורקלענד » דינסטאג יוני 13, 2023 1:44 am

· #528151
אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר. וואס איז א נישטיגע סומע ווען מען פארגלייכט עס צו די אינדעקס פאנד מארקעט ריטורנס. ספעציעל ווען מ'נעמט ריזיקע אינאכט.... איך פארשטיי אז ס'דא מעגליכקייט אז ס'זאל זיין מער פארדינסטן אין מערערע פעלער. איז אבער אויך וויכטיג צו פארשטיין אז א שטעקן האט צוויי זייטן.

ווייניג מענטשן רעדן פון זייערע דורכפעלער, און דעריבער איז די עולם איינגערעדט אז יעדער וואס קויפט ריעל עסטעיט ווערט רייך. ס'איז א גראבע שקר.

האיך שיהיה, אויב האסטו א בּעד עקספיריענס, זייט אזוי גוט און אפדעיט אונז אויך.

שמן למאור » דינסטאג יוני 13, 2023 2:10 am

· #528154
קורקלענד

גערעכט אז בלויז צו מאכן 500k פון די גאנצע שפיל איז גאנץ ווייניג. אבער מען דארף נעמען אין באטראכט צוויי זאכן, קודם כל וועט די ווערט לכאורה זיין אין 30 יאר ארום לכה"פ 700k אויב נישט מער. בנוסף לזה מאכט מען אויך ריווח חודש'ליך, און די רענט גייען נאר ארויף. דאס הייסט אז אפילו אויב יעצט מאכט מען גארנישט, אדער בלויז 500 דאלער א חודש ריווח, קען מען אין 5 יאר מאכן טאפלט.

שלמה משנתו » דינסטאג יוני 13, 2023 2:27 am

· #528156
קורקלענד
אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר.
אפשר ביסטו מרחיב פארוואס עס הייסט געמאכט 5 און א האלב פראצענט פער יאר?

אויב לייגט ער אראפ 100 מאות און ער האט נאך 30 יאר 500 מאות, קומט אויס אז ער האט געמאכט 400,000 דאלער דורכאויס 30 יאר. דאס קומט אויס בערך 13,000 דאלער ריווח א יאר.

פארוואס ריפט מען דאס 5.5 פראצענט און נישט 13 פראצענט?

הערסטע » דינסטאג יוני 13, 2023 3:23 am

· #528158
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
שעפטאל
כ'געב חומש שוין א גוטע פאר יאהר. לכו"ע חומש געלט מאכט רייך (גר"א) און גארנישט. כ'האב אפי' פארלוירן אסאך געלט דעם יאהר נאכן אויפגעבן א סייד דשאב. [כ'קען נאך איינער וואס טענה'ט די זעלבע].
א גוי וואלט געזאגט: דער אייבישטער לאכט מיך אין פנים. ער זאגט ובחנוני און ער האלט נישט ווארט.
אבער אונז אידן ווייסן דאך קלאר אז מ'פארשטייט נישט דעם אייבירשטען'ס חשבונות.
---

שיידוועג
כ'שטיי אין א מצב. מיט דעי ביסל אפגעשפארטע געלט קען איך קויפן א הויז, אדער עס (דער)לייגן אין דעם סטאק מארקעט. און ווייטער ארבעטן ווי א פערד פאר נאך א הונדרעט קעי א יאהר. אדער. עפענען א ביזנעס.

מיינע מחשבות טראגן מיך פון איתמר גינזבערג'ס ביזנעס קורס, צו אהרן גאטליב'ס ריעל עסטעיט'ס קורס. פון דארט צו Rich dad

דאן קומט ארויף די פחדן אין מיך וואס זאגט: לאז געמאך. בלייב ביי דיין דשאב, אינוועסט אין ריעל עסטעיט דורך קאמפעני'ס. צו קויף זיך אליין א הויז. פון עפענען אליין'ס ווייסטו קלאר אז דו וועסט ניטאמאל מאכן קיין פופציגער די ערשטע יאהר צוויי. דו האסט ניטאמאל קיין ביזנעס איידיע.

אבער מיין אינערליכע מיך נאגט. כ'וויל ווערען רייך. כ'וויל אנקומען צו פיינענשיל פרידאם. לאמיך כאטש פראבירן.
קיין יתקיימו שניהם איז נישטא. ווייל מיין דשאב טראגט אזויפיהל אחריות אז כ'בין צו דרעינד אוט צו טראכטן פון עפענען עפעס אליין אין די זייט.

כ'גלייב אז דא אויף ק"ש דרייען זיך גענוג חברה וואס לעבן פון רענט, א ביזנעס, אהן צופיהל ארבעטן. כ'וויל זייער שטארק הערן ענקער מיינונג.
אויב איר זענט נישט סוקסעספול פיינענשעלי, ביטע זייט נישט מגיב. ס'מיר גענוג מיין אייגענע פערענויע!
נישט יעדער איז געמאכט צו פירן אן אייגענע ביזנעס, פרעג זיך נאך ביי דיינע חברים וואס האבן געעפנט ביזנעסער וועסטו זעהן אז נישט יעדער איז מצליח, זיי ארבעטן ביטער שווער און שלאפן נישט קיין נעכט.

דאס מיינט אבער נישט אז דו דארפסט בלייבן ביי דיין הונדערט קעי א יאר, אז דו האסט א טאלאנט (ביי די וועי, יעדער האט, נישט נאר זינגערס און שפילערס) שארף עס אויס און מאך זיכער אז דו ווערסט באצאלט דיין ווערט אדער דורכן עס פארקויפן דירעקטלי צו דיין קאסטומער, דיין אייגענע ביזנעס, אבער סקומט מיט אלע דיטעלס פון האבן אן אייגענעם ביזנעס, סעיל'ס, פעיראל, אפעראשאון, פיינענשאלס, טעקסעס וכו'. אדער קענסטו גיין ארבעטן ביי א צווייטן וואס די קענסט פאוקעסן אויף דיין טאלאנט אין ארויס קעשן דיין ווערט, דיין דזשאב וואס דו טוסט יעצט מיינט נישט אז ס'איז דיין טאלאנט, קען זיין ביסט פונקט אנגעקומען אהין אבער באמת וואלסטו ווען געווען אסאך בעסער ערגעץ אנדערש.

יעדנספאל, אז דו גייסט יא אליין אריין אין ביזנעס, איך האט אויסגעהערט the emyth revised פון מייקל גערבער, זייער הנאה געהאט.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

קורקלענד » דינסטאג יוני 13, 2023 9:58 am

· #528164
שלמה משנתו
קורקלענד
אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר.
אפשר ביסטו מרחיב פארוואס עס הייסט געמאכט 5 און א האלב פראצענט פער יאר?

אויב לייגט ער אראפ 100 מאות און ער האט נאך 30 יאר 500 מאות, קומט אויס אז ער האט געמאכט 400,000 דאלער דורכאויס 30 יאר. דאס קומט אויס בערך 13,000 דאלער ריווח א יאר.

פארוואס ריפט מען דאס 5.5 פראצענט און נישט 13 פראצענט?
איך האב גערעכנט אויפן חשבון וואו די געלט וואקסט סטעדי פאר דרייסיג יאר און יעדעס יאר פארדינט מען אויך צינזן אויפ'ן פאריאריגע פארדינסטן.

איך הער.. » דינסטאג יוני 13, 2023 11:14 am

· #528167
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
שווער צי זאגען וואס איז בעסער ווייל פירען א ביזנעס איז נישט פאר יעדעם

אבער ווי איך קיק עס אן איז לאמיר זאגען אז איינער איז שוין פון די אויבערטשטע צען פראצענט פון ארבעטער'ס וויפעל קען מאכן 250k? אפשר אויב די ביסט ממש ביי די לייצס 300k? (וואס אגב איז גארנישט שלעכט מיט דעם) און פארדעם וועט שוין דער בע"ה ערווארטען די זאלסט אוועק געבען דיין לייב און לעבען פאר די ביזנעס, אבער ווען די האסט דיין אייגענע ביזנעס האסט די פאטענציעל מיט די זעלבע מאס ארבעט צי מאכן אסאך מער ווי דעם.

די איינציגסטע אויסנאם וואלט געווען א
סעילסמאן וואס האט פון ביידע וועלטן, סיי די פאטענציעל פון מאכן גאר שיין און סיי די מנוחת הנפש פון אן ארבעטער, אויב איז מען מצליח אלס א סעילסמאן קענסטי זיך ארימדרייען מיטען שווים כאלאט און מאלדיוויס בעת דיין בע"ה זיצט און אפיס און שוויצט זיכער מאכן אז דיינע ארדערס גייען ארויס און צייט

לגבי קויפן א אייגענע הויז, איז מענטשען צימישען א הויז אלס א asset דער אמת איז א הויז איז א liability, איז פארוואס נעמען א liability אויף זיך פאר מ'איז פיינעטשעלי מסדר.

און לגבי א הויז פאר איוועסטמענט איז אזוי יעצט איז אייגענטליך נישט די בעסטע צייט, פרייזן זענען הויך אינטרעסט ראטע'ס אויך הויך און דיין ROI אדער cap rate אדער ווי אזוי די ווילסט עס ריפען וועט נישט זיין ווער ווייסעך וואס, אויך ערווארט נישט צי מאכן גרויס געלט מיט דעם קליינעם הויז וואס די ווילסט קויפען, ריעל עסטעטע איז גיט פאר איינער מיט איבריג געלט וואס קען פארקן זיין געלט פאר א לאנגע צייט אין קען ווארטען אז די פראפערטי זאל עפרישיעטען אין די מארטגעדזש זאל זיך אראפ צאלן

נ.ב. אן עצה טובה פון א גיטע פריינט לאז דיך אפ פון די ווארט "רייך" קודם לאמיר פאקעסען אויף מאכן געלט נאכדעם וועלן מער זיך זארגען אויף זיין "רייך"

דערהויבענע איד » דינסטאג יוני 13, 2023 11:20 am

· #528168
שלמה משנתו
קורקלענד
אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר.
אפשר ביסטו מרחיב פארוואס עס הייסט געמאכט 5 און א האלב פראצענט פער יאר?

אויב לייגט ער אראפ 100 מאות און ער האט נאך 30 יאר 500 מאות, קומט אויס אז ער האט געמאכט 400,000 דאלער דורכאויס 30 יאר. דאס קומט אויס בערך 13,000 דאלער ריווח א יאר.

פארוואס ריפט מען דאס 5.5 פראצענט און נישט 13 פראצענט?
איך גלייב אז ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן דערלייגט די הויזן, אבער פון די אנדערע זייט איז דא מענטשן ווואס האבן געמאכט גראב געלט.

טראכט פון די הייזער אין די היימישע געגנטער, איז דא יארן ווי ס'גייט ארויף אזויפיל ווי 15 -25 % א יאר, אויב קענסטו עס קאווערען - למשל אין מאנסי - קען זיך אויסצאלן. קענסט אין ווייניגער פון 10 יאר מאכן דאפעלט פון די הויז.

אין עני קעיס, איז נישטא אזא זאך ווי ''די ריעל עסטעיט מארקעט'' אדער ''דיעי געיגענט'', אלעס ווענד זיך וואספארא דיעל דו האסט געטראפן, בעזר הבורא.

נאכאמאל, נעם נישט קיין עדווייס פון דא, און ס'איז דא מענטשן וואס דערלייגן געלט אין ריעל עסטעיט, איך ברענג נאר ארויס די אנדערע זייט.

קורקלענד » דינסטאג יוני 13, 2023 11:37 am

· #528169
מ'קען נאר דן זיין ווען מ'קען זעהן די פול פיקטשער, כמעט אלע סברות און ראיות פון הצלחה אין ריעל עסטעיט זענען אין בעסטן פאל פשוט אנאקטאודל, אין מערערע פעלער איז עס איבערגעטריבן, אדער סתם שקר אויך.

אפי'אין די היימישע געגענטער, קוקסטו אויף די לעצטע פאר יאר. האסטו פרובירט די לעצטע פופציג יאר? הונדערט יאר? וואס איז דאן די עווערידזש? פיק חזו

ערנסטגערעדט » דינסטאג יוני 13, 2023 12:47 pm

· #528171
הונדערט קעי א יאר? געוואלד געשריגן וויאזוי קען מען לעבן פון דעם ?
נאך דערצו ווען די ווייב הערט אויף ארבעטן

טמיר » דינסטאג יוני 13, 2023 2:54 pm

· #528172
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן

קורקלענד » דינסטאג יוני 13, 2023 3:05 pm

· #528175
טמיר
דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 13, 2023 4:45 pm

· #528180
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
קורקלענד
טמיר
דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
אדער בכלל נישט. איינמאל מ'הייבט אן דערמיט איז שווער זיך אפצושאקלן דערפון

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

טמיר » דינסטאג יוני 13, 2023 5:41 pm

· #528181
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
קורקלענד
טמיר
דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
א דאנק פאר די וויכטיגע אינפארמאציע.

איך האב געפרעגט צי רוב עולם (אידיש רעדנדע מענטשן. צי זיין קלארער) פארדינט 100ק. אויב האט איר די ענטפער וואלט איך מיך זייער געפרייט

טמיר » דינסטאג יוני 13, 2023 5:42 pm

· #528182
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
דער גאלדענער אדלער
קורקלענד
טמיר
דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
אדער בכלל נישט. איינמאל מ'הייבט אן דערמיט איז שווער זיך אפצושאקלן דערפון

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
דבריך צריכים ביאור

קורקלענד » דינסטאג יוני 13, 2023 5:48 pm

· #528183
טמיר
קורקלענד
טמיר
דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
א דאנק פאר די וויכטיגע אינפארמאציע.

איך האב געפרעגט צי רוב עולם (אידיש רעדנדע מענטשן. צי זיין קלארער) פארדינט 100ק. אויב האט איר די ענטפער וואלט איך מיך זייער געפרייט
רוב אידיש רעדנדע משפּחות מיט בערך פיר קינדער קאסט א יאר מער ווי הונדערט טויזנט, און די געלט דארף קומען פון ערגעץ.....

החוקר » דינסטאג יוני 13, 2023 5:57 pm

· #528184
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
איך האב שוין אסאך מאל געשמועסט מיט מענטשן דערוועגן און איך האלט אז עס איז נישט וואר אז מען 'קען נישט' לעבן מיט ווייניגער.

לענינינו, @טמיר פרעגט צו די רעאליטעט איז אז רוב עולם, אידיש רעדנדע ווי ער שרייבט, מאכן די נאמבערס. נישט אויב מען וואלט ווען געדארפט מאכן.

איך וויל שוין לאנג מאכן אן אשכול דערוועגן. דארף איך זיך טאקע צופלייסן און נישט אפשטופן.

שערי יושר » דינסטאג יוני 13, 2023 5:57 pm

· #528185
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
צוליב מיין שוואכע מצב הפרנסה וועל איך נישט מגיב זיין

טמיר » דינסטאג יוני 13, 2023 6:16 pm

· #528187
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
קורקלענד
טמיר
קורקלענד
טמיר
דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
א דאנק פאר די וויכטיגע אינפארמאציע.

איך האב געפרעגט צי רוב עולם (אידיש רעדנדע מענטשן. צי זיין קלארער) פארדינט 100ק. אויב האט איר די ענטפער וואלט איך מיך זייער געפרייט
רוב אידיש רעדנדע משפּחות מיט בערך פיר קינדער קאסט א יאר מער ווי הונדערט טויזנט, און די געלט דארף קומען פון ערגעץ.....
גערעכט, און טאקע וועגן דעם האבן א גרויסע מערהייט פראגראמען, וואס איז געווענליך מער פון 50ק.

כ'בין זייער נייגעריג וויפיל פראצענט היימישע אין ביזנעס (אייגענע אדער נישט כלי-קודש דזשאב) פארדינען איבער 100ק.

קורקלענד » דינסטאג יוני 13, 2023 7:33 pm

· #528191
ווען איך האב געשריבן הונדערט טויזנט האב איך נישט אריינגערעכנט פראגראמען, נאך אלע פראגראמען קאסט נאכאלץ דאס לעבן א מאיאנטעק. רוב האבן היינט נישט מער קיין סעקשאן אכט, און די אנדערע פראגראמען חוץ העלטה קעיר דעקן נישט.

דערהויבענע איד » דינסטאג יוני 13, 2023 7:49 pm

· #528194
קורקלענד
מ'קען נאר דן זיין ווען מ'קען זעהן די פול פיקטשער, כמעט אלע סברות און ראיות פון הצלחה אין ריעל עסטעיט זענען אין בעסטן פאל פשוט אנאקטאודל, אין מערערע פעלער איז עס איבערגעטריבן, אדער סתם שקר אויך.

אפי'אין די היימישע געגענטער, קוקסטו אויף די לעצטע פאר יאר. האסטו פרובירט די לעצטע פופציג יאר? הונדערט יאר? וואס איז דאן די עווערידזש? פיק חזו
איך האלט אז אסאך וואס האבן אינוועסטעט פינעף יאר צוריק אין מאנסי - לינדען - סעטעטן איילענד - לעיקוואד האבן שיין פארדינט, און ס'איז נישט ענעקדאויטעל.

ווען ער טראכט פון געלט טראכט ער נישט פון 50 יאר צוריק אדער 100 יאר צוריק, מ'טראכט פון 30-40 יאר. קיינער ארבעט נישט פאר די ירושה, נאר פאר ווען מען איז דא.

אבער אדרבא, אויב דו קענסט ביטע ברענגען דיינע געפינסן לגבי ריעל עסטעיט פון די לעצטע 100 יאר.

קורקלענד » דינסטאג יוני 13, 2023 11:28 pm

· #528225
דערהויבענע איד
איך האלט אז אסאך וואס האבן אינוועסטעט פינעף יאר צוריק אין מאנסי - לינדען - סעטעטן איילענד - לעיקוואד האבן שיין פארדינט, און ס'איז נישט ענעקדאויטעל.

ווען ער טראכט פון געלט טראכט ער נישט פון 50 יאר צוריק אדער 100 יאר צוריק, מ'טראכט פון 30-40 יאר. קיינער ארבעט נישט פאר די ירושה, נאר פאר ווען מען איז דא.

אבער אדרבא, אויב דו קענסט ביטע ברענגען דיינע געפינסן לגבי ריעל עסטעיט פון די לעצטע 100 יאר.
איך האב אסאך צו רעאגירן, אבער די צייט און געדולד לאזן נישט. דעריבער, וועט מען עס מאכן אויפן שפיץ גאפל.
יא, אסאך וואס האבן אינוועסטירט אין די פאר געגענטער האבן געזעהן די ווערד פון זייערע פראפערטיס ארויפגיין אסאך. אבער די שאלה איז, פארוואס איז עס פונקט איצט ארויף? איז דאס א טרענד וואס גייט שוין אן וויפיל יאר? און ווילאנג קען עס אזוי דיין ווייטער. דאס אז מענטשן האבן פארדינט אין די עבר, איז שוין אצינד נעכטיגע נייעס. וואס גייט זיין אין די נעקסטע פאר יאר?

אויב קוקט מען צוריק אויף לענגערע תקופות, זעהט מען אבער א אנדער בילד אינגאנצן. מ'זעהט אז אזעלכע יארן מאכן זיך נישט אפט, און אויב האלט מען דרייסיג פערציג יאר איז עס מעגלעך א שוואכע אינוועסטמענט.

אויך דארף מען אינאכט נעמען די פאקטאר פון אינפלאציע, צו רעכענען וואספארא השפעה ס'האט געהאט אויף די אפרישיעשאן.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 14, 2023 1:38 am

· #528248
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
פון דיינע ווערטער איז משמע אז די פארמאגסט נאכנישט קיין אייגן הויז (אדרבה correct me if I'm wrong). אויב דאס איז די קעיס דאן וואלט איך געזאגט אז צום ערשט זאלט איר דאס טוהן. אנשטאט לייגן טויזענטער דאלער לטמיון באצאלענדיג רענט, און אנהייבן צאלו מארגעדש צוואנציג יאר צו שפעט, וועט יעדע דאלער בלייבן ביי דיר און דיר צוגעבען ריזיגע סכומים in the long run.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

Ford » מיטוואך יוני 14, 2023 7:04 am

· #528254
The following is based on my experience
Real estate is very profitable, If you can survive the swings, it usually dosen't work according to plan and you need to be able to fund It, expenses are usually more than you think, you get stuck with bad Tennant's however almost any property bought 5 years ago, can be sold for a nice profit,

If you have enough funds and time, buy something that needs to be renovated, many times you can get a mortgage for the full investment, sometimes for more then what you invested, and you can buy again with the same funds

Getting advice on a public chat is risky. Because for all I know, your maximum potential is packing boxes at a grocery

קורקלענד » מיטוואך יוני 14, 2023 10:08 am

· #528265
פונדאַמענטאַל
פון דיינע ווערטער איז משמע אז די פארמאגסט נאכנישט קיין אייגן הויז (אדרבה correct me if I'm wrong). אויב דאס איז די קעיס דאן וואלט איך געזאגט אז צום ערשט זאלט איר דאס טוהן. אנשטאט לייגן טויזענטער דאלער לטמיון באצאלענדיג רענט, און אנהייבן צאלו מארגעדש צוואנציג יאר צו שפעט, וועט יעדע דאלער בלייבן ביי דיר און דיר צוגעבען ריזיגע סכומים in the long run.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
איינער פון די גרעסטע פאַלאַסיס אין אזא שמועס איז אז 'געלט וואס מ'צאלט פאר רענט גייט לטמיון', ס'איז פשוט נישט קיין אמת'ע סטעיטמענט. די סטעיטמענט קען אפשר געזאגט ווערן אויף די 'קליינע' חלק פון די רענט וואס בלייבט ריוח פארן בעל הבית. ווידער ס'רעשט חוץ די ריוח איז די זעלבע געלט וואס גייט פאר די קאסטן אויפצוהאלטן דאס שטוב פונקט ווי ווען איר זענט דער בעל הבית. ס'וועט כמעט אייביג קאסטן פיל טייערער צו קויפן ווי צו דינגען (פאר די ערשטע פאר יאר) און ס'דא א סיבה דערפאר. מערסטנס ווייל א הויז איז באקוועמליכקייט פיל מער ווי א אינוועסטמענט. ספעציעל אז ווען מען וואוינט דארט קען מען אויף דעם קיין ריוח נישט ארויסנעמען.

איך האלט זייער שטארק פון קויפן א הויז. אבער אינוועסטמענט איז נישט די אויסשליסליכע דעטירמינג פאקטאר ַ

ישראל הלוי » מיטוואך יוני 14, 2023 2:10 pm

· #528282
א גוטע פראגע,

איך האב פראבירט עפענען אליינס א ביזנעס, אבער נאך א שטיק צייט האב איך געזען אז דאס איז נישט געמאכט פאר מיר.
נישט וועגן סטרעס און נישט ווייל עס האט נישט אויס געזען ווי איך גיי נישט מאכן געלט. נאר פשוט עס איז נישט מיין כאראקטער פון זיצן און אפיס.

למעשה איך וויל נישט זאגן ווי אלט איך בין און אויך נישט און וועלעכע אינדרוסטי. אבער איך טוה סעילס. ב’’ה הקב’ה האט מיר באשאנקען מיט א גוטע שפראך און אויך זיין א עקסיקיוטער. ולמעשה שטיי איך היינט צוויי יאר שפעטער און איך האב פארדינט איבער א מיליאן דאללער פון סעילס.
איך האב נישט קיין שום אויווערהעד איך קען נעמען וואקאציע ווען איך וויל. סא אויב האסטו די שפראך גיי אריין און סעילס.

קורקלענד » מיטוואך יוני 14, 2023 2:48 pm

· #528284
עס איז גראדע באקאנט אז סעילס לייט זענען די העכסטע פארדינער, אפטמאל מער ווי די בעל הבית.

מענטשן מיינען אויך אז ווען איינער האט א אייגענע ביזנעס איז מען פיל פרייער, געווענליך איז פארקערט.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 14, 2023 5:42 pm

· #528296
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
קורקלענד
פונדאַמענטאַל
פון דיינע ווערטער איז משמע אז די פארמאגסט נאכנישט קיין אייגן הויז (אדרבה correct me if I'm wrong). אויב דאס איז די קעיס דאן וואלט איך געזאגט אז צום ערשט זאלט איר דאס טוהן. אנשטאט לייגן טויזענטער דאלער לטמיון באצאלענדיג רענט, און אנהייבן צאלו מארגעדש צוואנציג יאר צו שפעט, וועט יעדע דאלער בלייבן ביי דיר און דיר צוגעבען ריזיגע סכומים in the long run.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
איינער פון די גרעסטע פאַלאַסיס אין אזא שמועס איז אז 'געלט וואס מ'צאלט פאר רענט גייט לטמיון', ס'איז פשוט נישט קיין אמת'ע סטעיטמענט. די סטעיטמענט קען אפשר געזאגט ווערן אויף די 'קליינע' חלק פון די רענט וואס בלייבט ריוח פארן בעל הבית. ווידער ס'רעשט חוץ די ריוח איז די זעלבע געלט וואס גייט פאר די קאסטן אויפצוהאלטן דאס שטוב פונקט ווי ווען איר זענט דער בעל הבית. ס'וועט כמעט אייביג קאסטן פיל טייערער צו קויפן ווי צו דינגען (פאר די ערשטע פאר יאר) און ס'דא א סיבה דערפאר. מערסטנס ווייל א הויז איז באקוועמליכקייט פיל מער ווי א אינוועסטמענט. ספעציעל אז ווען מען וואוינט דארט קען מען אויף דעם קיין ריוח נישט ארויסנעמען.

איך האלט זייער שטארק פון קויפן א הויז. אבער אינוועסטמענט איז נישט די אויסשליסליכע דעטירמינג פאקטאר ַ
די סטעיטמענט אז געלט וואס מען צאלט פאר רענט גייט לטמיון איז געזאגט געווארן באופן וואס מען פלאנט צו קויפן א הויז שפעטער. אויב פלאנט איר צו צאלן רענט כל ימי חייך דאן קענסט איר זיין גערעכט אז עס איז לאו דווקא א גרעסערע געלט פארדינסט אלס א אינוועסטמענט (כאטש וואס עס איז נאכאלץ דא אנדערע בענעפיטן, ווי למשל - איר האט א הויז אין אייער בעלות וואס וועט בלייבן פאר אייערע קינדער). אבער אויב פלאנט איר צו קויפן א הויז - לאמיר זאגן נאך צוואנציג יאר צאלן רענט, דאן יא! די אלע געלטער וואס איר האט געצאלט די אלע יארן וואלט יעצט געקענט זיין אין דיין אייגן הויז - און נאך צען יאר אינגאנצען אויסגעצאלט, אנשטאט איר זאלט הערשט יעצט אנהייבן צו צאלן פאר אייער אייגן הויז - און די אלע געלטער וואס איר האט געצאלט ביז היינט איז נישט צום געפינען. קען זיין אז איך בין נישט געניג באקאנט מיט די פאקטן, אבער איז די מציאות אזוי אז עס קאסט אויפצוהאלטן א הויז (חוץ פון די מארגעדש) אזוי פיל ווי עס קאסט צו צאלן רענט?

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 14, 2023 6:41 pm

· #528302
קורקלענד
ס'וועט כמעט אייביג קאסטן פיל טייערער צו קויפן ווי צו דינגען (פאר די ערשטע פאר יאר) און ס'דא א סיבה דערפאר.
אין די געגנד וואו איך וואוין איז מארטגעדש+אינשורענס געווענליך ביליגער ווי רענט. (זעלבסטפארשטענדליך אז אויב דו פעקטארסט אריין די דאון פעימענט און די געלט וואס וואס מ'לייגט סתם אזוי אריין אין די הויז ווייל ס'דאך סייווי מיינס דאן קומט עס יא אויס טייערער...)

כפתור » מיטוואך יוני 14, 2023 11:34 pm

· #528375
א הויז און א אידישע געגנט וועט אלעמאל אפרישיעטן, פארשטייט זיך אויב מ'צאלט נישט איבערגעטריבן. אדרבה, איינער ווייסט פון א הויז וואס האט זיך פארקויפט ווייניגער ווי מ' האט עס געקויפט?
אפילו און מאנטיסעלא געגנט זענען די הייזער גאנץ שיין ארויף די לעצטע פאר יאר.
אויך ארום אידישע געגנטער, ווי נייעק, העוועסטרא, ניובורג אד"ג זענען שטארק ארויף.
איך קען נישט טראכטן פון איין געגנט וואס די פרייזן זענען אראפ.
דאס מיינט נישט מ' זאל קויפן אן א חשבון.
ס' איז אסאך בעסער צו קויפן ווי מ'קען אליינס מענעזשען, ווייל מענעזשמענט עסט אויף אסאך פראפיט, סיידען אז מ' קויפט א גרעסערע אינוועסטמענט
אויב ביסט נישט הענדי, קויף א נייערע בילדינג וואס ברויך נישט אסאך מעינטענענס
נאך דא אסאך צו שרייבן אבער נישטא צופיל צייט, ועוד חזון