☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » וואס האסטו געמעקט?

וואס האסטו געמעקט?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16283

תרמב » מאנטאג יוני 12, 2023 12:30 am

· #527996
וואס האסטו געמעקט?
אויף וואטסעפפ איז דא אן אפציע פון מעקן, איך מיין אז ס'איז נישט אייביג געווען, זינט די אפציע איז ארויסגעקומען איז ארויסגעקומען אסאך וואטסעפפ סטיקערס קעגן דעם דאזיגן אנשיקעניש, ווי "וואס האסטו געמעקט?" "די רבי ווייסט וואס דו האסט געמעקט" וכדומה אסאך אזעלכע געדאנקען, פשט דערפון איז אז א מענטש קומט אן צו א שמועס און ער זעהט א פייערדיגע טענה'ריי און אינמיטן פעלט אים א חלק פון די מחלוקה, ס'פעלט אים קאנטעקסט צו די נושא, וויל ער וויסן וואס ער האט פארפאסט, אז מ'זעט אז איינער האט געמעקט מאכט עס שפירן ארויסגעפאלן, ווי איינער וואס קומט אן צו א שמועס פונקט ווען די עולם פלאצט אויס אין א געלעכטער פון א וויץ וואס איינער האט נארוואס געענדיגט זאגן...

פארדעם מאכט אזא מעסעזש זייער נערוועז, וואס איז די געמעקאכטס? ס'איז נישט געלונגען? שרייב איבער! זאג איבער! מעק נישט! אז ס'איז נישט קלאר די ערשטע מעסעזש, זאג איבער און יעדער וועט כאפן אז דו האסט איבער געזאגט ווייל ס'איז נישט געווען גענוג קלאר, מ'וואלט געדארפט מאכן אן אפציע פון מעקן אן איבערלאזן קיין שפירן פון די אלטע מעסעזש אז מ'זאל נישט דארפן אריבער גיין די יסורי ספק ווען מ'ווינדערט זיך וואס יענער האט געקענט זאגן און יעצט צוריק געצויגן...

איך קלער אז דאס געבט צו צו די ציאונגס קראפט וואס סאושעל מידיא האט, מ'מוז טשעקן אפטער וואטסעפפ ווייל אפשר פארפאסט מען עפעס, אינגאנצן אוועק נעמען די אפציע פון מעקן טויג אויך נישט ווייל וואס וועט זיין ווען איינער וועט בטעות צוריק שיקן א סקרין שאט פון איינעם'ס מעסעזש און אנשטאט עס פארווארדן וועט ער עס שיקן צו דעם חבר וואס האט עס לכתחילה געשריבן...

פארוואס זאג איך עס, איך האב לעצטנס אנגעמערקט א געפערליכע אונטערגאנג פון געמעקאכצער אויף קאווע שטיבל, ס'קוקט אויס ווי איינער טוט עס אפט, איך מיין אז ס'איז אפילו קעגן די תקנות פון קאווע שטיבל, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך עכט, און די פראבלעם איז נאך נישט אריין אין געפערליכע פראפארציעס, אבער ס'קען זיך דערקייקלען, ס'איז דא איינע פון די אלטע ניקס וואס האט אזאנס געטון אמאל און אפגעווישט אזוי איבער טויזנט תגובות, און אסאך זענען נאך באלייקט אויך וואס ווייזט אז איך פארפאס דא א גוטס.

איך האב באמערקט אז די מנהל קען אויך מעקן און איבערלאזן פינטלעך, איך וויל נישט קריטיקירן די הנהלה, איך ציטער... אבער איך וואלט מציע געווען אז ווען מ'מעקט זאל מען אוועקנעמען די גאנצע תגובה אז איך זאל נישט האבן די שפיר פון פאומאו אז איך פארפאס עפעס א גוטע זאפטיגע לשון הרע וואס נאר דער וואס האט עס געלייענט פאר די מנהל מעג עס וויסן...

מתבודד » מאנטאג יוני 12, 2023 12:40 am

· #527998
איך וואונדער מיר שוין לאנג וויאזוי אביגדור האט באקומען די ספעציעלע רשות צו מעקן אזויפיל. (לכא' נישט געווען אין די ערשטע פאר טעג נאכן שרייבן)

מעקן גאנצע תגובות איז א זאך וואס ווערט אפט, (אדער טעגליך.. ) געטון אין אייוועלט און קריכט געפערליך אויף די נערוון, ווייל א' דיין געפלאגטע תגובה קען עט עני גיבען טיים פשוט אנקומען אין תהום אן איבערלאזן עני שפירן, און ב' גאר אסאך מאל פילט מען יא אין די שמועס אז עפעס פעלט.. דיין פאומאו איז נישט גענוג אז מ'זאל וועגן דעם באגראבן גאנצעטע תגובות... איים סארי 🙄

תרמב » מאנטאג יוני 12, 2023 12:53 am

· #528001
וואס איז פשט פון דעם? 📎 Screenshot 2023-06-12 004939.png אגב איך האב באמערקט לעצטנס אז די צענזור אויף קאווע שטיבל איז ארויף עטליכע שטאפלען.

איך גלייב אז ס'פעלט זיך אויס, און איך זיך נישט אונטערצורייסן, איך ווער נאר נערוועז ווען איך זע א אשכול מיט א שלאס וואס ווייזט אז עפעס האב איך פארפאסט דא, אדער תגובות וואס שטייט דערויף געמעקט אדער סתם א פינטל.

מ'דארף זיך צו מיר נישט צושטעלן, איך בין סתם מעורר א נקודה, אז מ'וויל ענדערש די וועג וועל איך נישט האבן קיין פאראיבל אויף קיינעם.

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 12, 2023 12:57 am

· #528002
מתבודד
איך וואונדער מיר שוין לאנג וויאזוי אביגדור האט באקומען די ספעציעלע רשות צו מעקן אזויפיל. (לכא' נישט געווען אין די ערשטע פאר טעג נאכן שרייבן)

מעקן גאנצע תגובות איז א זאך וואס ווערט אפט, (אדער טעגליך.. ) געטון אין אייוועלט און קריכט געפערליך אויף די נערוון, ווייל א' דיין געפלאגטע תגובה קען עט עני גיבען טיים פשוט אנקומען אין תהום אן איבערלאזן עני שפירן, און ב' גאר אסאך מאל פילט מען יא אין די שמועס אז עפעס פעלט.. דיין פאומאו איז נישט גענוג אז מ'זאל וועגן דעם באגראבן גאנצעטע תגובות... איים סארי 🙄
קען זיין אז איינער האט מגלה געווען ווער ס'שטייט אינטער זיין ניק, האט די הנהלה פארשטאנען אז מ'דארף אים לאזן אלעס מעקן.

שמן למאור » מאנטאג יוני 12, 2023 1:22 am

· #528006
איך וויל מוסיף זיין נאך א זאך וואס מאכט זייער נערוועז, און דאס איז אז אמאל ווען איינער שרייבט א תגובה און מען איז מגיב דערויף, דערנאך גייט יענער צוריק און רעדאגירט די ארגינעלע תגובה אויף אן אופן אז די המשך מאכט שוין נישט געהעריג קיין סענס. ולמזהיר ולנזהר וכ'

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 12, 2023 4:01 am

· #528021
Re: וואס האסטו געמעקט?
יא כ'בין געבליבן שטיל אנדערש ווי אמאל ווייל למעשה בליעט די שטיבל ווי סיי ווען, אבער אז תרמ"ב האט עס שוין דערמאנט װעל איך אויך צולייגן.

די פרייהייט פונעם שטיבל רוקט זיך שטארק צו לינקס, מיט בלויז צוויי יאר צוריק איז נאך יעדע מעקונג געווען אן ארטיקל, און די מנהל האט געטראכט אפאר מאל פארן מעקן (און זיך אסאך מאל פארענטפערט)

אמת, ווען מ'מעקט איז עס נאך דערווייל בלויז ווען עס איז אפיציעל קעגן די תקנות, אבער פאר יארן איז עס קלאר נישט געווען אזוי, מ'האט שטארק פארקוקט אויף גרויע עריע און אויף גוטע שרייבער פארן ציל פון האלטן די צענזור אויף נאר ווען ממש נויטיג.

אזוי אויך איז אויסשפארן באנוצער און פארמאכן אשכולות געווען א בדחילו ורחימו.

אלעס הייבט זיך אן מיט גוטע כוונות....

***********************

ייש"כ פארן מנהל פאר די איבערמידליכע ארבעט פון פארבעסערן די שטיבל שלא על מנת לקבל פרס!
איך קען עס נישט טוען!

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2023 2:22 pm

· #528064
פאליטיקאנט

פאליטיקאנט: ס'איז דא איינער א (געוועזענער?) ניק אויף קאווע שטיבל וועמענ'ס תגובות מ'מעקט זייער א סאך.ווען ער זאגט עפעס א שארף ווארט. אדער רירט אן איינעם'ס נערוו. נישט פערזענליך. נאר אידעאלאגיש. זעלסטפארשטענדליך מיט א "גוטן" תירוץ. אז ס'פארדרייט דעם שמועס אדער די נושא. איך זאג נישט ווער דאס איז.

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 12, 2023 2:53 pm

· #528065
Re: וואס האסטו געמעקט?
[ציטאט אראפגענומען]
טאקע דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען, אבער למעשה ווען מען פארלאזט זיך שוין אויף טראסט און און עס איז נישטא קיין אקאונטעביליטי, צוביסלעך פארן זאכן אראפ פון די רעלסן.

בלויז די אידעאלאגיע פון פרייהייט פון ווארט איז אויך א סיבה צו נעמען יעדע תגובה ערנסט.

נאכאמאל, ק"ש איז באמת אין סאך א בעסערע פלאץ, און די מנהל טוט א פיינע ארבעט, כה לחי.

חב''ד הויזן » מאנטאג יוני 12, 2023 4:03 pm

· #528067
berlbalaguleh
פאליטיקאנט
יא כ'בין געבליבן שטיל אנדערש ווי אמאל ווייל למעשה בליעט די שטיבל ווי סיי ווען, אבער אז תרמ"ב האט עס שוין דערמאנט װעל איך אויך צולייגן.

די פרייהייט פונעם שטיבל רוקט זיך שטארק צו לינקס, מיט בלויז צוויי יאר צוריק איז נאך יעדע מעקונג געווען אן ארטיקל, און די מנהל האט געטראכט אפאר מאל פארן מעקן (און זיך אסאך מאל פארענטפערט)

אמת, ווען מ'מעקט איז עס נאך דערווייל בלויז ווען עס איז אפיציעל קעגן די תקנות, אבער פאר יארן איז עס קלאר נישט געווען אזוי, מ'האט שטארק פארקוקט אויף גרויע עריע און אויף גוטע שרייבער פארן ציל פון האלטן די צענזור אויף נאר ווען ממש נויטיג.

אזוי אויך איז אויסשפארן באנוצער און פארמאכן אשכולות געווען א בדחילו ורחימו.

אלעס הייבט זיך אן מיט גוטע כוונות....

***********************

ייש"כ פארן מנהל פאר די איבערמידליכע ארבעט פון פארבעסערן די שטיבל שלא על מנת לקבל פרס!
איך קען עס נישט טוען!
פאליטיקאנט: ס'איז דא איינער א (געוועזענער?) ניק אויף קאווע שטיבל וועמענ'ס תגובות מ'מעקט זייער א סאך.ווען ער זאגט עפעס א שארף ווארט. אדער רירט אן איינעם'ס נערוו. נישט פערזענליך. נאר אידעאלאגיש. זעלסטפארשטענדליך מיט א "גוטן" תירוץ. אז ס'פארדרייט דעם שמועס אדער די נושא. איך זאג נישט ווער דאס איז.
דארט איז געווענליך די פראבלעם 'כפירה' אישוס. אויב דו רעדסט פון יענעם.