☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארפרומטע מוסדות: וואס איז זייער היתר?

פארפרומטע מוסדות: וואס איז זייער היתר?

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16278

פלייש » פרייטאג יוני 9, 2023 2:51 pm

· #527844
פארפרומטע מוסדות: וואס איז זייער היתר?
וועלכע היתר האבן די מוסדות'ן, וואס אסר'ן פאר אנדערע - דאס וואס זיי אליינס נוצען עס, מיט'ן אויסרייד, אז ס'איז לצורכם. און ס'נישט מעגליך אנדערש.

וואס, איז, זייער, היתר???

די ערליכע נאכן האלאקאויסט האבן זיך צעריסן און שווער געפילעוועט, נישט צו נוצען סיי וועלכע זאך עס קען גרינגער מאכן די נייע דור - זיי אויפצוהאדעווען. און זיי וואלט אויך געקענט זיך איינרעדן, אז מ'מוז האבן ראדיע און טעלעוויזיע, ווייל מ'מוז! ס'איז א סכנה נישט צו מיטהאלטן וואס גייט פאר.

אבער היינט, איז אזוי.
איך מעג - ווייל איך מאך די איסורים, און איך דארף עס האבן.
דו מעגסט נישט. ווייל דו מוזט מיר פאלגן, און דו דארפסט עס נישט וויכטיג, און אז דו ווילסט נישט פאלגן - פלי ארויס פון מיינע מוסדות.

הלמאי?

קהל'ס נער » פרייטאג יוני 9, 2023 3:15 pm

· #527848
די זעלבע ווי די עדה לאזט נישט האבן קיין סמארטפאונס אבער זייערע משגיחים מעגן.
לקיים מה שנאמר, איך מעג, דו נישט.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 9, 2023 3:47 pm

· #527849
אין ענגליש הייסט דאס
Rules for thee but not for me

פאלגזאם » פרייטאג יוני 9, 2023 7:36 pm

· #527875
רוף זיי אן און פרעג.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 9, 2023 7:41 pm

· #527878
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. וועלכע היתר מיינסטו? די מוסדות האבן געפילטערטע אינטערנעט אין אפיס. זיי לאזן נישט די עלטערן האבן די זעלבע?

פונדאַמענטאַל » מוצ"ש יוני 10, 2023 10:35 pm

· #527887
יש לחקור אויב א מוסד הייסט לצורך פרנסה.

מילך טראק » מוצ"ש יוני 10, 2023 10:41 pm

· #527889
אוודאי איז עס לצורך פרנסה, זיי באדן זיך אין געלט

מילך טראק » מוצ"ש יוני 10, 2023 10:42 pm

· #527890
פלייש
וועלכע היתר האבן די מוסדות'ן, וואס אסר'ן פאר אנדערע - דאס וואס זיי אליינס נוצען עס, מיט'ן אויסרייד, אז ס'איז לצורכם. און ס'נישט מעגליך אנדערש.

וואס, איז, זייער, היתר???

די ערליכע נאכן האלאקאויסט האבן זיך צעריסן און שווער געפילעוועט, נישט צו נוצען סיי וועלכע זאך עס קען גרינגער מאכן די נייע דור - זיי אויפצוהאדעווען. און זיי וואלט אויך געקענט זיך איינרעדן, אז מ'מוז האבן ראדיע און טעלעוויזיע, ווייל מ'מוז! ס'איז א סכנה נישט צו מיטהאלטן וואס גייט פאר.

אבער היינט, איז אזוי.
איך מעג - ווייל איך מאך די איסורים, און איך דארף עס האבן.
דו מעגסט נישט. ווייל דו מוזט מיר פאלגן, און דו דארפסט עס נישט וויכטיג, און אז דו ווילסט נישט פאלגן - פלי ארויס פון מיינע מוסדות.

הלמאי?
ביי מיר איז עס שוין לאנג נישט קיין שאלה

פלייש » זונטאג יוני 11, 2023 3:48 pm

· #527930
פאלגזאם
רוף זיי אן און פרעג.
ס'דיר יעצט איינגעפאלן?...

פלייש » זונטאג יוני 11, 2023 3:52 pm

· #527931
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. וועלכע היתר מיינסטו? די מוסדות האבן געפילטערטע אינטערנעט אין אפיס. זיי לאזן נישט די עלטערן האבן די זעלבע?
צו וואס דארפן זיי עס האבן?
איינער וואס ארבעט אין אזא פאבריק וואס איז נישט מעגליך אנדערש, נישט אז ס'גרינגער אנדערש - אזא איינער האבן זיי מתיר געווען 'בדיעבד'.

די שארית הפליטה יודען וואלטן קיינמאל נישט גענוצט קיין קאמפיוטער, ווען זיי לעבן היינט, ווייל אויב ס'איז א זאך וואס האט א שייכות מיט סכנה נגד חינוך, וואלטן זיי געארבעט פען און פעיפער, אזויווי גענוג און נאך טוען עס נאך היינט!

נאר וואס דען?
מ'דארף האבן פראגרעמס... מ'דארף קענען שטאפן די טאשן פון די מיליאנען, און בויען און מאכן א מצב, יפיצו ולרומם ול.... כ'וויל נישט אויספירן....

ממילא איז עס פעיק פאויני!
ס'האט גארנישט מיט צורך, און מיט חינוך.
ס'איז א דוגמא, אז ווער ס'זיצט אויפ'ן שטייסל אינדערהייעך, ער האלט דעם שרביט הזהב, און מעלקט די טויזענטע קיען - ברצונם וכופין אותם לרצונם....

פלייש » זונטאג יוני 11, 2023 3:59 pm

· #527934
מילך טראק
פונדאַמענטאַל
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. וועלכע היתר מיינסטו? די מוסדות האבן געפילטערטע אינטערנעט אין אפיס. זיי לאזן נישט די עלטערן האבן די זעלבע?
יש לחקור אויב א מוסד הייסט לצורך פרנסה.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
אוואדע איז עס לצורך פרנסה זיי באדען זיך אין געלט
זייער פרנסה הייבט זיך אן פון די מוסדות, אז אלע קאמפאניס וואס ליפערן סחורה, האבן זיי א חלק דערין, און שפעטער נעמען זיי ווידער א מנה יפה פון די חלק וואס די רעגירונג באצאלט, און נאכדעם ארבעטן זיי נעבעך נעבעך אזוי שווער פאר'ן 'יערליכער' מגבית. ווייל די מוסדות האלט ביים צוזאמפאלן פון די וואג פון אזויפיל מיליאנען....

און די שרצים וואס ווערן געבוירן יערליך, ברענגען אריין רווחים, לשם שמים, און די שכר לימוד איז ממש א חיוב פאר ברויט אין שטוב.... פאלג מיר א גאנג...

אבער דו? וואס ביסט ערליך און ווילסט קענען לעבן ערליך, אנע קונצען, מעגסטו נישט! ווייל... ס'דאך באמת נישט לכתחילה...
די ביטערע געלעכטער שרייעט ביז'ן תהום - און פארשלעפט די מוחות ביז ס'נישטא קיין וועג ארויס פונעם ליגענט.

מ'זעט גרויסע ניסים, אז ווער ס'האט געגעבן פאר די מוסדות, און די זעלבע צייט 'נישט' געהאט קיין טעכעלאגע... און איינגעהאלטן 'אלע' תקנות המוסדות, און באצאלט די 'חובות' פון די מויזעס... האט ממש געזען ניסים איבער'ן נאז.
אז מ'האט יענעם נישט געפייניגט - כאטש די ערשטע דריי חדשים... פונעם נייעם זמן. און מ'האט אריינגענומען זיינע קינדער און אייניקלעך - לשם מצוה - אין ישיבה.

פאלגזאם » מאנטאג יוני 12, 2023 12:24 am

· #527990
פלייש
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. וועלכע היתר מיינסטו? די מוסדות האבן געפילטערטע אינטערנעט אין אפיס. זיי לאזן נישט די עלטערן האבן די זעלבע?
צו וואס דארפן זיי עס האבן?
איינער וואס ארבעט אין אזא פאבריק וואס איז נישט מעגליך אנדערש, נישט אז ס'גרינגער אנדערש - אזא איינער האבן זיי מתיר געווען 'בדיעבד'.

די שארית הפליטה יודען וואלטן קיינמאל נישט גענוצט קיין קאמפיוטער, ווען זיי לעבן היינט, ווייל אויב ס'איז א זאך וואס האט א שייכות מיט סכנה נגד חינוך, וואלטן זיי געארבעט פען און פעיפער, אזויווי גענוג און נאך טוען עס נאך היינט!

נאר וואס דען?
מ'דארף האבן פראגרעמס... מ'דארף קענען שטאפן די טאשן פון די מיליאנען, און בויען און מאכן א מצב, יפיצו ולרומם ול.... כ'וויל נישט אויספירן....

ממילא איז עס פעיק פאויני!
ס'האט גארנישט מיט צורך, און מיט חינוך.
ס'איז א דוגמא, אז ווער ס'זיצט אויפ'ן שטייסל אינדערהייעך, ער האלט דעם שרביט הזהב, און מעלקט די טויזענטע קיען - ברצונם וכופין אותם לרצונם....
טאקע אזוי?!
ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן צו טראכטן אין דער דירעקציע. קלערסט מיר אויף דא.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 12, 2023 1:53 am

· #528014
פלייש
מילך טראק
?
איך זעה דא אן ערנסטע שאלה פון בשר בחלב...

החוקר » מאנטאג יוני 12, 2023 9:17 am

· #528025
Re: פארפרומטע מוסדות: וואס איז זייער היתר?
וואה וואלט, באדי טשיל! וואס איז די האס דא? איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט, אבער א טיפע האס שפריצט.

ס'איז ממש א גרויל!

פלייש » מאנטאג יוני 12, 2023 12:14 pm

· #528048
דו ווייסט וואס די גרויל איז?
אז כלל ישראל האט ריכטיגע דאגות וואס מ'דארף באזארגן, און צרכים וואס מ'דארף שפענדען, און אנשטאט דעם, איז מען ביזי זוכען אונדערע עבירות, און לעכער ווי גאט האט אונז געכאפט ביים קארג.

ס'ליגענט, דער אייבירשטער וויל אז די וואס זענען בראש, זאלן אדרבה אויך מאכן געלט און כבוד, אבער לאז יענעם אויך לעבן, און געב יענעם אויך צושטייער.

יודען דארפן שידוכים, פרנסה, און מ'גיסט אויס געלטער פאר גדרים סייגים, שורים וחמורים, תקנות וחרמות.

איך זאג אויך, טשיל טשיל...

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2023 1:05 pm

· #528054
ואומר אני: ווען איך וואלט געווען א בעל רוח הקודש פון די פריער'דיגע דורות א שטייגער ווי דער ריזשינער אדער אפט'ער רב, וואלט איך געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט בעיקבתא דמשיחא ווען מ'וועט אריינלייגן דאס אידישקייט אין שטותים און מינדערוויכטיגע זאכן. און מ'וועט פארנאכלעסיגן דאס לערנען תורה און קיום המצוות.

ווען שטאטס זיין ביזי 24 שעה אין מעת לעת און מאכן נאכאנאנדע אסיפות און אונטערשרייבן קול קורא'ס איבער די שעדליכקייט פון טעכנאלאגיע (ס'קען זיין שעדליך ווען ס'איז נישט געצוימט און קאנטראלירט). ספעציעל סמארטפאונס און אנדערע כלים. וואלט מען זיך קאנצענטרירט אין חדרים און ישיבות צו לערנען לעבנסוויכטיגע זאכן אין וואס דאס אידישקייט איז באמת אפהענגיק. אזוי ווי פירוש המילות און דער באדייט פון ברכות און די תפילות. אויסער לערנען משניות און גמרא-תוספות מיט א ביסל עמקות און גרינטליכקייט. און דער באדייט פון ימים טובים און קיום המצוות. וואלטן אויפגעוואקסן דורות פון ערליכע אידן בעלי אמונה. און מ'וואלט נישט געדארפט די אלע קונמות וחרמות. ווייל אן ערליכער איד וואלט געוויסט וואס ער דארף יא אדער נישט טון. און ס'וואלטן געווען ווייניגער אוועקגעפאלענע קינדער פון אידישקייט.אויך לערנען אידישע היסטאריע. אז א אידיש קינד זאל וויסן אז די אידישע היסטאריע האט זיך נישט אנגעהויבן אויף בעדפארד עוועניו אדער אויף די 13'טע עוועניו.

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יוני 12, 2023 1:57 pm

· #528063
החוקר
וואה וואלט, באדי טשיל! וואס איז די האס דא? איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט, אבער א טיפע האס שפריצט.

ס'איז ממש א גרויל!
דו פארשטייסט נישט וואס ער וויל, דאן וויאזוי ווייסטו אז זיין האס איז אומבארעכטיגט?
די טיפע האס איז סך הכל אין איינקלאנג צו די טיפע האס פון די וואס טעראריזירן די אלגעמיינע באפעלקערונג אין ענייני טעכנאלאגיע פארמאגן. דו קענסט נישט ערווארטן די קרבנות פון האס צו ריספאנדען אהן האס.

החוקר » מאנטאג יוני 12, 2023 5:52 pm

· #528079
Re: פארפרומטע מוסדות: וואס איז זייער היתר?
איך ווייס וואס ער זאגט ער וויל פון די מוסדות. אבער די טאן און שפראך שמעקט מיט האס צו די גאנצע געמיינדע נישט נאר צו די וואס זיצן ביים רודער.

ספעציפיש וואס האט מיר געגרוילט...
פלייש
און די שרצים וואס ווערן געבוירן יערליך, ברענגען אריין רווחים, לשם שמים...
ואלו הצאן מה חטאו?

עס שמעקט ווי איינער וואס האט א פאראיבל און האס צום גאנצן כלל. מיר פערזענדליך האט די לשון געאיבלט. ביסט בארעכטיגט צו אן אנדערע מיינונג.

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יוני 12, 2023 5:57 pm

· #528080
איך מיין אז זיין כוונה איז געווען די אויסניצעריי פון די מוסדות - אז זייער אויפפירונג ווייזט אויף א נידעריגע בליק אויף די ערך פון די קינדער. שרצים - אין זייערע אויגן. אלנפאלס איך האב נישט געמיינט צו אינדארסירן יעדע ווארט, איך האב מיר באצויגן צו דיין ספעציפישע טענה.

פלייש » דינסטאג יוני 13, 2023 10:07 pm

· #528214
פונדאַמענטאַל
איך מיין אז זיין כוונה איז געווען די אויסניצעריי פון די מוסדות - אז זייער אויפפירונג ווייזט אויף א נידעריגע בליק אויף די ערך פון די קינדער. שרצים - אין זייערע אויגן. אלנפאלס איך האב נישט געמיינט צו אינדארסירן יעדע ווארט, איך האב מיר באצויגן צו דיין ספעציפישע טענה.
יפה כיוונת!
נאר דאס האב איך געמיינט, ווייל איך בין דאך אליינס פון די ציבור. ניין?
כ'מיין זייער פשוט, אז מיר מערן זיך, איז עס זייער רווחים... מ'נעמט מיין נאמען, מיין קינדס נאמען, און זיין קינדס נאמען, און אלעס גייט ארויף די נומערן פאר די מוסדות... אזויפיל סטודענטן האבן זיי, און וויפיל נעמען אויפ'ן וואך, אזויפיל מיליאנען פיילען זיי אן - אויף אונזער חשבון - פאר זייער קאנטע - ביז'ן דאך.

איר ווייסט בכלל א געשאצטע נומער וויפיל די מוסדות האבן פארדינט פון קאוויד א שטייגער?
די סומעס זענען גענוג און נאך מ'זאל נישט דארפן מער מאכן קיין שום אפיל פאר די נעקסטע ווייסעך וויפיל יאר... און???

גדרים וסייגים... וואס ווען וואו????
געב אהער דיינע גניבות, און נאכדעם וועט מען הערן וואס איך האב געזינדיגט

פלייש » דינסטאג יוני 13, 2023 10:17 pm

· #528216
ווילסט הערן מער?
איך מיין אז מ'דארף מאכן א לאנגע מגילה דערפון און עס פארשפרייטן איבעראל.

טאטעס דארפן צאלן ספעשל קער און פרייוועטס פאר זייערע קינדער, פארוואס? ווייל דיין קינד פיט נישט אריין אינעם געהעריגע כיתה....
אפשר זאל די מוסדות דאס באצאלען? אפשר געבסטו אהער די געלט וואס דו באקומסט פון פראגראמען, וואס איז פאר א טייל א סוד, אז די שטאט צאלט פאר יעדע מוסד פאר דעם..

און בכלל; די מלמדים וואס זענען איינגעשטעלט אין מוסד זענען עפעס מבינים און מומחים אויף עדיוקעישאן? אדער זיי האבן נישט קיין אנדערע דזשאב, זיצן זיי אין מוסדות און פרעפלען איבער פון א טייטש חומש, און שרייבן בחינות וואס א נביא פארשטייט נישט וואס זיי ווילן.

קוק אריין אביסל אינעם מסכתא וואס הייסט מוחות, קינדער אויפציאונג, וועסטו זען וואספארא וועלט דאס איז. און אז יעדע קינד האט א אנדערע מהלך פון לערנען און פארשטיין.

און זיי טראסקענען אריין ווי שעפעלעך אלעס אין וואגאן, און איינער פאלט ארויס - ער איז שוואך אין עברי, דיסלעקציע, פעקציע, רעקציע... אוודאי איז ער שוואך, ווייל דו קענסט מחנך זיין און אויסלערנען ווי א קאץ קען זאגן יקום פורקן...

ס'דאך א וויי געשריי וואס מ'ראבעוועט אוועק די קינדער יארן און מ'מאכט זיי אליינס פיינט האבן די תורה ותפילה, און גדרים וסייגים ווילסטו מיר לייגן?
ווי איז דאס אהבה, דאס ווארימקייט פאר יודישע נשמות, נישט מאני מעיקינג אינסטיטוד, און פארטי קאלעקטינג נאמבערס.
ס'איז געווארן א ביזנעס און א פארטי ככל קאמפאני בית חיינו