☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16273

Moshe itche » דאנערשטאג יוני 8, 2023 12:07 pm

· #527675
דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
"נעקסטע וואך מיטוואך, מאכט יואלי חתונה אין וויליאמסבורג" האט מיר די אשת חיל געלאזט וויסן.

אאאךךך, די קאשמארן הייבן זיך אן... די פארקינג, די טרעפיק, די טיקעטס, די ווילדע דרייווערס, די מענטשן-קארן מישמאש... אבער, יואלי מאכט דאך חתונה, קיין צוויי ברירות האט מען נישט. פארוואס דען האט מען קרובים אויב נישט זיך צו קענען באטייליגן ביי שמחות.

שוין, מיטוואך נאכט איז אנגעקומען, ענדליך נאך שווערע פלאגענישן און אומצאליגע טעלעפאון ריפן האט מיין ווייב פארשאפט א בעיביסיטער. ויסעו, מען לאזט זיך ארויס צום עיר הנדחת.

אנקומענדיג צום זאל, האב איך קודם אויסגעליידיגט די קאר פון מענטשן כנהוג, און דאן האב איך זיך גענומען צו מאכן הקפות; ווי גייט נאר דעם ווערטל? איך בין אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג זיכן פארקינג, און איינוועגס בין איך שוין אריין זאגן מזל טוב פאר מיין ברודער וואס מאכט חתונה.

די ערשטע פאר הקפות זיכט מען נאך ליגאלע פארקינגס, אפשר וועט די מזל שפילן היינט... דערנאך הייבט מען שוין אן צו זיכן פאמפס און מען פארברייטערט דעם פארימעטור, מען זיכט שוין און די ברייטערע ארום.

איך מאך נאך איין הקפה ארום די גאס פונעם זאל, און!!! פינדערווייטנס אנטפלעקט זיך צוויי (!!!) פארקינג פלעצער ממש פארנט פונעם זאל! מיין מויל הייבט ספאנטאן אן צו שעפשן קאפיטלעך תהלים, ווער ווייסט וואס עס קען נאך פאסירן ביז איך קום אן ביז אהין... און פופס! איינער מיט א שווארצע בעל גאווה וויהעקל, מיט טינקעלע פענצטערס, האט מיט גרויס חוצפה צוגעכאפט איינע פון די פארקינגס פארנט פון מיינע אויגן!

שוין, "ס'דאך דא א צווייטע פארקינג הארט דערנעבן" טראכט איך צו זיך... אבער דער יעניגער איז דאך א סדום געבוירענער, ער געבט זיך א שפרייט ארויס אן טראכטן קיין צוויי, אזוי אז מיין אדעסי האט שוין נישט געקענט געהעריג אריינפיטן. איך האב געמאכט נאך אן הקפה ארום דעם בלאק, און נאכן זען אז ס'איז כלו כל הקיצין האב איך מיר בלית ברירה אנגעהויבן אריינצוקוועטשן דארטן ביי דעם ספאט.

די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג ווי יענער האט נאך אסאך פלאץ פארנט פון זיך. מיסטער, פארוואס ביסטו אזא חזיר אז דו קענסט זיך נישט אביסל נענטער ריקן צום קאר פון פארנט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן?!?!

איך דריי דעם מיניווען אהער און אהין, מען דרייט די רעדל אינגאנצן אהער, און מען געבט א קליינע ריק, און דאן רירט מען שוין כמעט אן די קאר פון די בעק, מוז מען אינגאנצן ריקן די רעדל אויף פארקערט און זיך געבן נאך א פיצי ריק, וחוזר חלילה ביז ענדליך האב איך מיר אריינגעקוועטשט אין דעם קליינטשיגן לעכל.

איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)

איך האב גאנץ פיין באמערקט אז בשעת איך האב מיך ארויפגעריקט האט איך געמאכט א נשיקת אבר מיטן רשע'ס קאר פון פארנט. יא! מיין קאר האט יעצט "אנגערירט" דעם מנוול'ס קאר! איך וואלט נאך געקענט צוריק אריינגיין אין מיין קאר און צוריק בעקן א טראפעלע אזוי אז איך זאל חלילה נישט אנרירן דעם אכזר, אבער איך האב נישט געהאלטן אז עס קומט זיך אים. און בכלל האב איך נישט געוויסט אויב דער משוגענער וועט נאך זיין דארטן ווען איך וועל שוין גיין. און אויב יא וועל איך ווייטער דארפן אריינטאנצן און ארויסטאנצן פון מיין קאר זיך צו ריקן צו קענען צוריק אריינלייגן מיין שטריימל.

הכלל, איך האב געלאזט מיין קאר אזוי קישנדיג דעם דבר אחר'ס אויפגעריסטעטע עקל וואגאן, און אריין אינעם זאל זיך מיטצופרייען מיט יואלי'ן. מען האט געטאנצן, זיך מיטגעפרייט, אויסגעטוישט הענט דריקן, פארזיכט פונעם סעסעמי טשיקן, געטרינקען פון די וואסער מיטן צוקוועטשטן לעמאן דערין, און ארומשפאצירט אביסל אינעם זיידע רינג.

מען האלט שוין ביים אהיימגיין. איך גיי צוריק צו מיין קאר, פונדערווייטנס זעה איך אז דער שוטה רשע וגס רוח איז שוין נישט דארטן, ער האט שוין אפגעפיצט צו די בייזע רוחות. "זאל אים דער שלאק באטרעפן" טראכט איך צו מיר.

איך קום אן נענטער צו מיין קאר און עס ווארט מיר אפ א סערפרייז... דער פארשוין האט ארויפגעבויגן מיין גאנצע לייסנספלעיט אויף ארויף! (בעסער מסביר צו זיין, מיין פלעיט איז נאר אריינגעסקראוט פון אויבן מיט צוויי סקרואס, אבער פון הונטן הענגט עס אראפ געהעריג אן קיין סקראו, אזוי ווי אסאך פירן זיך. האט דער חיה רעה געגאנגען און ארויפגעבויגן דעם גאנצן פלעיט, פון נאך די סקראוס, אויף ארויף... אלעס פארן חוצפה פון נעבעך אנרירן זיין קאר.

(בלויז אנצומערקן, קיין גרינגע ארבעט איז עס נישט געווען פאר אים. יענער האט קודם געמוזט אריינגיין אין זיין קאר און זיך ארויפריקן, צוריק ארויסקומען פון זיין קאר און מיט די הענט צו וואס, בייגן א הארטע פלעיט אויף ארויף, און כנראה האט ער נאך שפעטער צוריק געבעקט מיט זיין קאר אריין אינעם געבויגענעם פלעיט עס צו באפעסטיגן)

איך האב זיך געדארפט מוטשענען אביסל צוריק אויסצוגראדן דעם פלעיט, מען קען דאך נישט פארן ווען מען קען נישט זען די נומערן... און, ויסעו, מען האט ארויסגעיאפעצט פון דעם שטאט ווי שנעלער מעגליך, שעלטנדיג דערביי די גאנצע וועג אויף די אומערצויגענע חיות מטורפות וואס ריפן זיך חסידים.

יא, איך פארשטיי אז ס'זענען דא איידעלע וואוילע אידן אין וויליאמסבורג, און דער מטורף רעפרעזענטירט נישט גאנץ כלל ישראל, דאך האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין דער גוי וואס שעלט אויף 'די דזשוס' ווען איין אידעלע באקריוודעט אים. אזוי גייט עס... ווי מער עפעס א סארט געזעלשאפט פירט זיך אויף א געוויסע וועג, בויעט עס דעם סטיריאטייפ.

און צו דיר דו שלעכטסקייט, אויב ליינסטו מיינע ווערטער לאמיר דיר דא זאגן אפען, "ביסט א קראנקער פארשוין"! גיי צו א פסיכאלאג ווי אומשנעלסטן! איינער האט נעבעך בארירט דיין איגו וואס באשטייט אינגאנצן פון א פענסי קאר, ווערסטו אזוי צעפידלט אזש צו גיין מזיק'ן יענעמס א זאך? ביסט פון קאפ געפאלן?!? דארפט א דאקטאר זאפארט!! און בכלל, פארוואס פארגינסטו נישט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן? פארוואס לאזטו נאר איבער פאר א צווייטן זיך צו קוועטשן? ס'איז א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל צו פארמאגן אזא מיטגליד ווי דיר בתוכינו.

Moshe itche » דאנערשטאג יוני 8, 2023 2:45 pm

· #527708
די ארטיקל אויף אייוועלט, צענזורירט פאר זייער גיידליינס.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=63013

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 8, 2023 7:17 pm

· #527737
100% מסכים. ממש א שאנדע אז מיר פארמאגן אזעלכע "בעלי חסד".

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יוני 8, 2023 9:50 pm

· #527753
זייער א ווייטאגליכע מעשה, גוט אראפגעלייגט די וויליאמסבורג'ע צופארענקייט און חי'שקייט.
אבער די שפראך איז אביסל צו ברייט און לויז, ''סדום געבוירענער, מנוול, חזיר, רשע,'' ווערטער מיינען עפּעס, יא, ער האט געטון אן אומרעכט, א געפערליכע עוולה, עפעס וואס איינער וואס האט אביסל געפילן און שכל וואלט נישט געטון, אבער.....

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג יוני 8, 2023 10:29 pm

· #527755
האסטו אים פראבירט צו זאגן אז ער זאל זיך ארויפרוקן?
דאס פעלט… בלויזע קאמיוניקאציע … אפילו ער האט דיר געזען
קען זיין ער וואלט דיר אנגעפיפן, אבער דאס קען מען נישט וויסן

Moshe itche » דאנערשטאג יוני 8, 2023 10:44 pm

· #527756
אלע צוזאמען
זייער א ווייטאגליכע מעשה, גוט אראפגעלייגט די וויליאמסבורג'ע צופארענקייט און חי'שקייט.
אבער די שפראך איז אביסל צו ברייט און לויז, ''סדום געבוירענער, מנוול, חזיר, רשע,'' ווערטער מיינען עפּעס, יא, ער האט געטון אן אומרעכט, א געפערליכע עוולה, עפעס וואס איינער וואס האט אביסל געפילן און שכל וואלט נישט געטון, אבער.....
אט אזוי... ס'איז דא אזאנע וואס דערהערן נאר די נקודה ווען מען ניצט די שארפסטע לשונות...

א געפערליכער באנדיט איז ער, קען זיין ביסט גערעכט אז עס קומט זיך אים נישט יעצט אלע לשונות של גנאי פונעם וואקאבולאר, ס'זענען פארהאנען גרעסערע רשעים ווי ער און גרעסערע עוולות זענען שוין אפגעטון געווארן אויף דעם וועלטל. אבער אז מען נעמט שוין יא די פעדער אין האנט, געב איך שוין ארויס מיין גאנצע ווייטאג אויף אים.

יעקב פאטאש » דאנערשטאג יוני 8, 2023 11:12 pm

· #527763
אלע צוזאמען
זייער א ווייטאגליכע מעשה, גוט אראפגעלייגט די וויליאמסבורג'ע צופארענקייט און חי'שקייט.
אבער די שפראך איז אביסל צו ברייט און לויז, ''סדום געבוירענער, מנוול, חזיר, רשע,'' ווערטער מיינען עפּעס, יא, ער האט געטון אן אומרעכט, א געפערליכע עוולה, עפעס וואס איינער וואס האט אביסל געפילן און שכל וואלט נישט געטון, אבער.....
ווי קימט דא אריין וויליאמסבורג צופארענקייט און חי'שקייט? איבעראל וועסטו טרעפן שלעכטע מענטשען. די מעשה איז גראדע געשען און ווילליאסבורג.

איציקל » פרייטאג יוני 9, 2023 12:10 am

· #527771
Moshe itche
איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)
ר' משה יצחק, איך פיל אייער ווייטאג און איך האב שטארק מיטלייד, אבער אביסל נוצן דעם קאפ קען נישט שאטן. אויסער אויב איר זענט שוין פון די חבורת אהבת קדומים, איז עפעס אזוי שווער זיך איבערצובייגן דער בעק סיט און אזוי ארויסנעמען דעם שטריימל?
(אויסטערליש גוט געשריבן, און מורא'דיג ארויסגעברענגט די נקודה, אבער ס'איז שווער צו לייקן אזא האספולע תגובה.)

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 9, 2023 1:09 am

· #527775
ערנסטגערעדט
האסטו אים פראבירט צו זאגן אז ער זאל זיך ארויפרוקן?
דאס פעלט… בלויזע קאמיוניקאציע … אפילו ער האט דיר געזען
קען זיין ער וואלט דיר אנגעפיפן, אבער דאס קען מען נישט וויסן
דאס איז אמת. אסאך פון די אומ-מענטשן פירן זיך אויף אזוי פשוט ווייל זיי טראכטן נישט פון א צווייטן. ווען מ'מאכט זיי אויפמערקזאם וועלן זיי גערן טון א טובה פאר א צווייטן, אבער פאר סאן ריזען איז זייער מוח נישט געפראגרעמט אליינס צו טראכטן דערפון.

לייביש לעבאוויטש » פרייטאג יוני 9, 2023 9:50 am

· #527790
אינטרעסאנטע מעשה דאס,

נאכדערצו אז אויף אייוועלט האט אן איד געהאט פונקט די זעלבע מעשה ממש אויפן האר. 😎

צוויבל קניפער » פרייטאג יוני 9, 2023 9:55 am

· #527791
Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
לייביש לעבאוויטש
אינטרעסאנטע מעשה דאס,

נאכדערצו אז אויף אייוועלט האט אן איד געהאט פונקט די זעלבע מעשה ממש אויפן האר. 😎
צדיק, ער אליין האט געשריבן אז ער האט עס אויך ארויפגעלייגט אויף אייוועלט

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk

לייביש לעבאוויטש » פרייטאג יוני 9, 2023 10:09 am

· #527793
צוויבל קניפער
לייביש לעבאוויטש
אינטרעסאנטע מעשה דאס,

נאכדערצו אז אויף אייוועלט האט אן איד געהאט פונקט די זעלבע מעשה ממש אויפן האר. 😎
צדיק, ער אליין האט געשריבן אז ער האט עס אויך ארויפגעלייגט אויף אייוועלט

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
גערעכט, פארזעהן. 😮

לייביש לעבאוויטש » פרייטאג יוני 9, 2023 10:10 am

· #527794
אינטרעסאנט פארוואס דארט שרייבט ער נישט אז ער האט עס געלייגט דא אויך,

(מן הסתם האב איך עס דארט אויך פארזעהן...)

צוויבל קניפער » פרייטאג יוני 9, 2023 10:11 am

· #527796
Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
לייביש לעבאוויטש
אינטרעסאנט פארוואס דארט שרייבט ער נישט אז ער האט עס געלייגט דא אויך,

(מן הסתם האב איך עס דארט אויך פארזעהן...)
דערמאנען ק"ש דארט איז א נאו נאו

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk

מילך טראק » פרייטאג יוני 9, 2023 10:37 am

· #527800
מסתמא איז ער א הצלה אין חברים און אויך א חסד מעמבער, אבער די רורסט אהן מיין קאר וועל איך דיר ווייזען ווער איך בין

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 9, 2023 11:17 am

· #527812
Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
מילך טראק
מסתמא איז ער א הצלה אין חברים און אויך א חסד מעמבער, אבער די רורסט אהן מיין קאר וועל איך דיר ווייזען ווער איך בין
טוהן חסד אויפן גאס מיט אנדערע איז בכלל נישט קיין סתירה מיט "כ'וועל דיר ווייזן מענטעליטי" טוהן חסד ביי זיך אינדערהיים מיט די אייגענע און מיט נאענטע קרובים, איז שוין יא א סתירה.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

yatzmachp » פרייטאג יוני 9, 2023 11:41 am

· #527818
איך וויל דא שרייבן עפעס וואס באדערט מיך שוין א לאנגע צייט. מען רעדט קעגן מענטשן וואס פארקן אן זיך רעכענען מיט אנדערע. אבער דער אמת איז אז עס מאכט זיך יעדן טאג און עס מאכט זיך ביי יעדן, מען פארקט ווי נארמאלע מענטש און מען גייט אוועק פאר א פאר שעה. אין די פאר שעה וואס דו ביזט אינעווייניג זענען די קארס פון פארנט פון דיר און פון אונטער דיר שוין לאנג אוועק געפארן, אנדערע סייז קארס האבן געפארקט און אוועקגעפארן. דו קומסט ארויס און דו זעהסט ווי דו האסט געפארקט ווי א חיה. איך זאג נישט אז עס עס איז נישטא קיין חיות, אבער נאר פון זעהן ווי אזוי יענער איז "יעצט" געפארקט מיינט נישט אז ער איז א חיה.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 11, 2023 4:34 am

· #527899
יצמח פי.: נאר משה איטשע טענה'ט אז ער האט געזעהן ווי דער בעל דבר האט לכתחילה געפארקט ווי א חיה. אויפנעמענדיג איינס און א האלב פלעצער.

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג יוני 11, 2023 9:34 pm

· #527962
משה איטשע קויף דיר אויך א סובורבען. אין מיין אז דאס שטערט דיר מער ווי אלעס….

צוזאמגעדרייט » זונטאג יוני 11, 2023 10:01 pm

· #527971
Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
געליינט אין איין שאס, שרייבסט געוואלדיג.

איך האב נישט ליב דעם זעלבסט-האַס פון דיין ארטיקל.

ס'איז דא געניג אנטיסעמיטן מען ברויך נישט נאך.

מתבודד » מאנטאג יוני 12, 2023 12:18 am

· #527989
איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר. א יונגערמאן האט געהאט א שווערע טאג, וואס האט זיך געענדיגט מיט א בהמה וואס האט אים צובויגען די פלעיטס ווייל מ'האט צוגערירט זיין גאוה. דער יונגערמאן האט א געבענטשטן פעדער גיבט ער זיך ארויס בפני החברים נישט שוינענדיג קיין שיינע טיטלען אויף דעם בהמה - וואס ער, דער שרייבער, וואלט זיך זיכער מוסר נפש געווען יענעם צו ארויסהעלפן בעת צרתו. אבער דא עקא אז די איידעלע עולם קען שוין נישט פארנעמען אזא שפראך, און פלוצלינג איז ער דער אגרעסאר פארן שרייבן אזוי... איך רעד שוין נישט פון די עטליכע תגובות דא (אנטיסעמיט גאר. וואוף!), אויף אייוועלט האט מען אים ממש אריינגע'מוסר'ט ווי א כ'ווייס נישט וואס...
בארואיגט'ס ענק, אז איינער קען זיך ארויסגעבן אויפן פאפיר מן הסתם איז ער איינגעהאלטן אין ריעל לייף.. זייטס נישט אזעלכע עדיני נפש פלוצלינג.

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יוני 12, 2023 12:29 am

· #527992
א צעבויגן פלעיט בייסט מען צוריק. און איך האב א חשד אז די מעשה איז סיי ווי פריש געבאקן!

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יוני 12, 2023 12:29 am

· #527993
א צעבויגן פלעיט בייסט מען צוריק. און איך האב א חשד אז די מעשה איז סיי ווי פריש געבאקן!

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יוני 12, 2023 12:30 am

· #527995
א צעבויגן פלעיט בייגט מען צוריק. און איך האב א חשד אז די מעשה איז סיי ווי פריש געבאקן!

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 12, 2023 1:00 am

· #528003
וואס??! זאג איבער ווייל איך הער נישט

וואולקאן עראפציע » מאנטאג יוני 12, 2023 1:48 am

· #528013
Moshe itche
ויסעו, מען לאזט זיך ארויס צום עיר הנדחת.
ביי אונז איז אנגענומען אז קרית יואל איז בגימטריא עיר הנידחת...
נישט וויליאמסבורג...

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יוני 12, 2023 2:38 am

· #528016
Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
אים דירעקט שעלטן איז אקעי, לייג די סאמע ערגסטע טיטלען אויף דעם קאָקאָ "באָפער".

עס האט אבער גארנישט מיטן אידישן פאלק אדער די וויליאמסבורגע איינוואוינער, און נישט דאס מאכט גוים שרייען "דזשוס" (וואס יא, איז טאקע א גוטע קשיא).

עניוועיס, גוט געשריבן, כ'האב נאר געהאט א קליינע באמערקונג (עפיניען).

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יוני 12, 2023 10:15 am

· #528029
פארפאלן, די מעשה שמעקט פריש געבאקן…. איך דרייוו שוין יארן אין וויליאמסבורג און קיינער האט נאך מיין פלעיט נישט געבויגן!

צוויבל קניפער » מאנטאג יוני 12, 2023 10:17 am

· #528030
יום טוב ליפמאן צונז
פארפאלן, די מעשה שמעקט פריש געבאקן…. איך דרייוו שוין יארן אין וויליאמסבורג און קיינער האט נאך מיין פלעיט נישט געבויגן!
קען זיין דו ביסט פון די בייגערס[emoji57]

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 12, 2023 10:17 am

· #528031
יום טוב ליפמאן צונז
פארפאלן, די מעשה שמעקט פריש געבאקן…. איך דרייוו שוין יארן אין וויליאמסבורג און קיינער האט נאך מיין פלעיט נישט געבויגן!
צום פערטן מאל!
יעדער האט שוין געהערט דיין מיינונג יונגערמאן.

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יוני 12, 2023 10:20 am

· #528032
זאג מיר נישט אינגערמאן…. איך מאך שוין חתונה אייניקלעך….. חוצפה פון היינטיגן דור!

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 12, 2023 10:21 am

· #528033
יום טוב ליפמאן צונז
זאג מיר נישט אינגערמאן…. איך מאך שוין חתונה אייניקלעך….. חוצפה פון היינטיגן דור!
דאן איז טעכנעלאגיע נישט פאר דיר.

Moshe itche » מאנטאג יוני 12, 2023 1:01 pm

· #528053
יום טוב ליפמאן צונז
זאג מיר נישט אינגערמאן…. איך מאך שוין חתונה אייניקלעך….. חוצפה פון היינטיגן דור!
פון דיין שרייבן זעט נישט אויס אזוי... ווען איך דארף געסן וואלט איך געזאגט אז ביסט א ישיבה קטנה בחור'ל.

און פאר ווער עס וויל וויסן, די מעשה איז אן אמת'ער, א מעשה שהיה פון לעצטע וואך.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2023 1:31 pm

· #528058
יום טוב ליפמאן צונז
א צעבויגן פלעיט בייסט מען צוריק. און איך האב א חשד אז די מעשה איז סיי ווי פריש געבאקן!
ביז ס'געשעהט צו דיר אליינס. דאמאלס פלוצלינג ביסטו שוין נישט אזא ארך אפיים.

די מעשה מיט די צוויי בערעלעך איז דאך זיכער באקאנט. (חוץ אויב דו ביסט אזא איפכא מסתברא אז ס'גייט דיר בכלל נישט אריין אין קאפ.).

ס'געווען אין א שטאט צוויי גוטע חברים. א יעדער פון זיי האט געהאט א זון בערעלע. איין טאג ווען ביידע חברים שפאצירן צוזאמען אויפ'ן גאס קומט איינער און זאגט אן א בשורה אז ראובן'ס זון בערעלע איז געקראכן אויף א בוים און ער איז אראפגעפאלן און זיך (ל"ע) צובראכן א פוס. ראובן נעמט זיך פארברעכן די הענט און הייבט אן יאמערן (כלשון ה'אלטע ירושלימ'ער אידישע ליכט , ע"ה)... אוי וויי... מיין בערעלע, וואס איז געשעהן צו איהם... זיין חבר בארואיגט איהם און ער זאגט אז ס'איז נישט אזוי געפערליך, מ'דארף האבן א ביסל בטחון, און אלעס וועט זיין גוט. זיי גייען אביסל ווייטער, קומט א צווייטער מענטש און ער זאגט אז ס'איז געווען א טעות, נישט ראובן'ס יונגל בערעלע איז אראפגעפאלן, נאר שמעון'ס יונגל. נעמט זיך שמעון קלאגן און וויינען... אוי וויי... וואס וועט דא זיין, מיין איינציג קינד נעבעך צובראכן א פוס... אוי וויי געוואלד... זאגט שמעון צו איהם, איך פארשטיי נישט, א מינוט צוריק האסטו מיר געטרייסט און געזאגט אז מ'דארף האבן א ביסל בטחון און אלעס וועט זיין גוט.... אוואו איז דיין ביטחון? ענטפערט איהם שמעון... יא... אבער ס'איז דאך מיין בערעלע...!

דעם נמשל פארשטייט א יעדער (אויסער ווער ס'איז אן איפכא מסתברא). אויך קענמען זאגן אזוי ווי דער דובנא'ער מגיד האט געזאגט פאר מענטשן וועלכע האבן נאר געוואלט הערן זיינע ווינדערליכע משלים, אבער נישט דעם נמשל, דעם מוסר השכל... האט ער געזאגט... נמשל, כבהמות נדמו. ביים דעם נמשל זענען זיי שטיל געווארן ווי די בהמות וועלכע ווילן נישט הערן דעם נמשל...!

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג יוני 12, 2023 1:36 pm

· #528060
שיין געשריבן. אבער ס׳דא אנגעווייטוגטע חברה וואס יעדע זאך וואס שמעקט פון ווילי מיט א סאבורבען, ברענגט עס ארויף ביי זיי די בליט אין קאפ. עד כדי כך אז זיי פארגעסן די חילוק פון דמיון און מציאות….

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2023 1:46 pm

· #528062
יום טוב ליפמאן צונז: ס'איז ווי די גמ' זאגט..."דיבר הכתוב בהווה"... דער פאקט איז אז אין וויליאמסבורג, אויסער די צושטופטקייט מיט וואס מ'וואוינט, איז דער עולם (בד"כ) נישט אויסגעארבעט (בלשון המעטה) אין מידות בין אדם לחבירו.

ס'איז בבחינת דער באקאנטער מאמר .."חטוף ואכול. חטוף ושתה כי מחר נמות"...מ'מיינט אז ס'איז די ענד פון די וועלט. א יעדער וויל אריינכאפן נאך און נאך עוה"ז.

ס'איז דא נאך א (חשוב'ע) שטאט וואו דער היימישער עולם דרייווט שרעקליך. דער מצב מיט פארקינג אז (דערווייל) נאכנישט אזוי געפערליך ווי אין ווילי און ב.פ. אבער די בהלה מיט וואס דער עולם דרייווט און מ'שטופט זיך אין סופערמארקעט איז ממש פחדים. מ'יאגט זיך...וואואהין?

שעפטאל » מאנטאג יוני 12, 2023 7:13 pm

· #528090
ס'דערמאנט מיך. ווען כ'האב געקויפט א נייע קאר און געפארקט לעבן א דרייוו-וועי פאר אפאר מינוט [נישט געבלאקט אבער ס'האט געוועהן א ביסל אריין]
כ'קום צוריק און די ווייפער'ס זענען אויסגעבויגן. [כ'האב עס פראבירט צו פאררעכטן. ס'ווישט נאך אלס נישט גוט]
כ'האב געקלאפט אויפן טיר פון יענע הויז. די ווייב און קינדער האבן זיך אנטשולדיגט. [זיי לעבן נעבעך מיט אזא איינער.]
כ'האב זיי געגעבן מיין נאמבער ער זאל קענען צוריק רופן און באצאהלן דעם שאדן. און כ'ווארט נאך!!
[גראדע איז דאס געוועהן אין לעיקוואד. א ספרדי.]
--

@Moshe itche:
פון טיעפן הארצן ווילן מיר אייך איבער בעהטן בשם דעם בייגער
ער האט אייך זיכער געוואלט פארשפארן די טאול'ס...
ביי זיי איז דאס די איינציגסטע וועג פון קאמיאניקירן. פונקט ווי כתה א' קינדער.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 13, 2023 12:44 am

· #528139
צוויבל קניפער
יום טוב ליפמאן צונז
פארפאלן, די מעשה שמעקט פריש געבאקן…. איך דרייוו שוין יארן אין וויליאמסבורג און קיינער האט נאך מיין פלעיט נישט געבויגן!
קען זיין דו ביסט פון די בייגערס[emoji57]
אדער פון די לייגערס 😛

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 13, 2023 12:45 am

· #528140
berlbalaguleh
ס'געווען אין א שטאט צוויי גוטע חברים, ביידע פון זיי האבן געהאט א זון בערעלע. איין טאג ווען ביידע חברים שפאצירן צוזאמען אויפ'ן גאס קומט איינער און זאגט אן א בשורה אז ראובן'ס זון בערעלע איז געקראכן אויף א בוים און ער איז אראפגעפאלן און זיך (ל"ע) צובראכן א פוס. ראובן נעמט זיך פארברעכן די הענט און הייבט אן יאמערן (כלשון ה'אלטע ירושלימ'ער אידישע ליכט , ע"ה)... אוי וויי... מיין בערעלע, וואס איז געשעהן צו איהם... זיין חבר בארואיגט איהם און ער זאגט אז ס'איז נישט אזוי געפערליך, מ'דארף האבן א ביסל בטחון, און אלעס וועט זיין גוט. זיי גייען אביסל ווייטער, קומט א צווייטער מענטש און ער זאגט אז ס'איז געווען א טעות, נישט ראובן'ס יונגל בערעלע איז אראפגעפאלן, נאר שמעון'ס יונגל. נעמט זיך שמעון קלאגן און וויינען... אוי וויי... וואס וועט דא זיין, מיין איינציג קינד נעבעך צובראכן א פוס... אוי וויי געוואלד... זאגט שמעון צו איהם, איך פארשטיי נישט, א מינוט צוריק האסטו מיר געטרייסט און געזאגט אז מ'דארף האבן א ביסל בטחון און אלעס וועט זיין גוט.... אוואו איז דיין ביטחון? ענטפערט איהם שמעון... יא... אבער ס'איז דאך מיין בערעלע...!
מיר האבן אונזער בערעלע וואס שרייבט שיינע משלים...

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 13, 2023 7:30 pm

· #528190
שמעקעדיג: ייש"כ. פאר דעם האביך געווארט. אז איינער זאל כאפן די קאנעקשן פון דעם משל פון די בערעלעך מיט בערל(ע) בעל עגלה.

נאר אבי ס'איז (ב"ה) פון די יש דורשין לשבח.

וואס זאל איך טון אז אין די מעשה וואס איך האב געליינט זענען געווען 2 בערעלעך.

איך אויך » מיטוואך יוני 14, 2023 9:29 am

· #528262
נישט 3?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 9:49 am

· #528264
שמעקעדיג
צוויבל קניפער
יום טוב ליפמאן צונז
פארפאלן, די מעשה שמעקט פריש געבאקן…. איך דרייוו שוין יארן אין וויליאמסבורג און קיינער האט נאך מיין פלעיט נישט געבויגן!
קען זיין דו ביסט פון די בייגערס[emoji57]
אדער פון די לייגערס 😛
די געלונגענע חברה טוהן ביידע

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 4:45 am

· #528414
Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג
איך מיין, א יעדעס גאסט אין וויליאמסבורג קען פארציילן אזא מעשה. דאס איז נישט אן איינמאליגער אינצידענט.
די פלעיט ארויף אדער אראפ איז נאר א קליינער פיצי אָפטיק פון די סטאנדארט. אבער באופן עקרוני אין וויליאמסבורג די איגאאיסטישע קארן מיט זייערע פירער זענען עטוואס מער ווי אין אלע אנדערע אידישע שטעיט.
פארוואס עס איז אזוי. אדער איז עס בכלל אזוי איז דיבעיטעבל. איך שפיר אויך די זעלבע. די לשונות איז נישט געוואנדען אינעם עולה אזוי שטארק ווי דער באוועלטער שפירט בשעת מעשה.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

חב''ד הויזן » דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:31 pm

· #528473
לייביששרייבער
איך מיין, א יעדעס גאסט אין וויליאמסבורג קען פארציילן אזא מעשה. דאס איז נישט אן איינמאליגער אינצידענט.
די פלעיט ארויף אדער אראפ איז נאר א קליינער פיצי אָפטיק פון די סטאנדארט. אבער באופן עקרוני אין וויליאמסבורג די איגאאיסטישע קארן מיט זייערע פירער זענען עטוואס מער ווי אין אלע אנדערע אידישע שטעיט.
פארוואס עס איז אזוי. אדער איז עס בכלל אזוי איז דיבעיטעבל. איך שפיר אויך די זעלבע. די לשונות איז נישט געוואנדען אינעם עוולה אזוי שטארק ווי דער בא'עוול'טער שפירט בשעת מעשה.
אבי ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך אויף וויליאמסבורג. בארא פארק איז פיל ערגער אין דעם הינזיכט מיט די הונדערטער דרייוו וועיס. ס'איז א באקאנטע כלל אין ב''פ אז ס'איז ענדערש צו פארקן ביי א פאמפ ווי פארקן א האלבע מינוט פאר איינעמ'ס דרייוו וועי. די טיקעט וועט אויסקומען ביליגער ווי פארריכטן די שאדן ווען יענער וועט טרעפן דיין קאר.

איך הער.. » דאנערשטאג יוני 15, 2023 2:07 pm

· #528480
גראדע אין בארא פארק מיט די אלע דרייוו וועיס איז גרינגער צו טרעפן פארקינג פשוט ווייל מ'וואוינט נישט אזוי צושטופט, און איינס צי צוויי אפארטמענט בילדינגס אין וויליאמסבורג וואוינען אזוי פיל מענטשן ווי א גאנצע גאס אין בארא פארק.

לייביששרייבער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 5:51 pm

· #528504
יעך זעה עס אנדערשט. קען זיין די מצב איז שווערער אבער די עגא איז אין וויליאמסבורג איז שטערקער.
דאס איז מיין חות דעת.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 15, 2023 8:31 pm

· #528534
לייביששרייבער: דאס נעמט נישט אוועק פון דעם פאקט אז אין וויליאמסבורג לעבט מען (זייער) צושטופט. און דאס ביסל פארקינג וואס איז יא דא איז בבחינת "אין הקומץ משביע את הארי"...!