☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער

עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16259

כלבאשבוע » מאנטאג יוני 5, 2023 3:13 pm

· #527239
עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
עפל האט היינט אנאנסירט זייער שפאגל נייע פראדוקט, א virtual reality גלעזער דעווייס וואס רופט זיך Vision Pro, די אנאונסמענט זאגט פאר א דורכברוך פאר XR טעכנאלאגיע נאכדעם וואס אסאך אנדערע ווי למשל פעיסבוק האבן שוין פרובירט אבער אן קיין באזונדערע גרויסע הצלחה

סאיז ערווארטעט אז יעצט אז עפל איז אריין אין די מארקעט וועט virtual reality אויסגעברייטערט ווערן און טאקע ווערן א רעאליטי נישט בלויז פאר געימערס וואס האבן דאס שוין געניצט ביז יעצט נאר סוועט ווערן א נארמאלע ערשיינונג צו זען מענטשן איבעראל זיך ארומדרייען ווי זאמביס און טראגן די מאדנע גלעזער (מקען שוין אנגרייטן די איסורים)

סוועט נאך ווארשיינליך נעמען א שטיק צייט (די דעווייס איז היבש טייער יעצט אין אנהויב), אבער געווענליך ווען עפל קומט אריין אזוי שטארק אין א קאטאגאריע זענען זיי גורם א מהפיכה
📎 IMG_6552.jpg 📎 IMG_6553.jpg 📎 IMG_6551.jpg 📎 IMG_6554.jpg

חתן בחור » מאנטאג יוני 5, 2023 3:52 pm

· #527242
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
א פּאר אינטערעסאנטע איינצלהייטען:

ווער ס׳טראגט גלעזער וועט דארפן קויפן עקסטערע לענזעס פאר די עפל וויזשען.

ס׳האט א סקרין פון די פארענט וואס קען ווייזען די אויגן פאר די מענטשן ארום.

די עפל וויזשען פארמאגט נישט קיין באטערי אין זיך. ס׳דארף זיין קאנעקטעט מיט א קעבּל צו א באטערי וואס ארבייט בלויז פאר צוויי שעה. אדער מוז עס זיין איינגעפּלאגט אין וואנט.

ס׳האט נישט קיין האנט קאנטראלער, א קאמערע מוז קענען זעהן די האנט צו אויפכאפן די באוועגונגען.

אנשטאט Touch אדער Face ID פארמאגט עס אן אייריס סענסאר צו אידענטיפיצירען די באנוצער.

לך לך » מאנטאג יוני 5, 2023 4:10 pm

· #527243
גייט קאסטן א שיינע פאר אלפים

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יוני 5, 2023 5:08 pm

· #527246
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
כ'האף אז סעמסאָנג און גוגל זאלן זיך א שאָקל געבן.

עס גייט ערשט זיין צו באקומען אין אנהייב 2024 זאגן זיי.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יוני 5, 2023 5:10 pm

· #527247
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
שטעלט אייך פאר נוצן AI אויף דעם עפל גלעזער זיצענדיג אין א טעסלא! מען וועט בלייבן אין גיהנום אויף אייביג!

יעל קגם » מאנטאג יוני 5, 2023 5:44 pm

· #527248
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
גייט קאסטן $3500

גייט ערשט זיין אוועילעביל נעקסטע יאר


Sent from my iPhone using Tapatalk

קהל'ס נער » מאנטאג יוני 5, 2023 5:58 pm

· #527249
יעצט פארשטייט שוין יעדער דעם ווייטער בליק פונעם רבין, ס׳הייבט זיך אן מיט די מאדערנע העלף פרעים גלעזער דערנאך מיטן טמא׳נע רימליס, און איינמאל מען איז שוין פארכאפט ביים שטן געט ער אזא נישט מיר נישט דיר א ריק אריין די עפפעל גלעזער, און פון דא ביז ציונות איז נישט מער ווי א שפאן אוועק……..

אבטח ולא אפחד » מאנטאג יוני 5, 2023 6:17 pm

· #527250
הנה הגלעזער החדשים שהרשעים להכעיס (שמהם יש לצערינו מאחב"י שהם מומרים להכעיס וציונים ממש) בודאי שאסורים בתכלית, ואין לי להאריך בדברים הפשוטים ומובנים מאליהם לכל הברכים שלא קראו ולא שנו ולא כרעו לבעל תאוה.
אולם באשר פטור בלא כלום אי אפשר להתקיים ולעמוד לפניך אפילו שעה אחת בתשובה ומעשים טובים ולשלום נפרט כמה איסורים הכרוכים בלבישת אלו הגלעזרים שהרשעים חידשו בזמנינו.
ראשית כיון שאין להם רימס מתחתון ומעליון הרי זה באיסור הישן מתקיפי קדמאי ואין שום בן אדם בדורנו שיכול להתיר מה שבי"ד גדול בחכמה אסר
ברור שאם היו חז"ל בזמננו (שאז הם היו לא חז"ל אלא חשליט"א כמובן) הם היו אוסרים זה
פשוט שזה לא מופקע מאיסור אינטערנעט שכבר גזרו עליו כל הגדולים מכל החוגים שאסור באיסור גמור מלבד לצורך פרנסה או שאר צרכים
וכל דבר שאסור חכמים משום מראית עין אפילו בחדרי חדרים אסור. מי פתי ולא מבין שהם ז"ל התכוונו על כלי טמא ומתועב זה שהוא נמצא בחדרי חדרים ויש בו רק מראית עין.
וכל הנכשל ומשים זה עובר על מקרא מפורש אחרי עיניכם אשר אתם וכו' שאנחנו לא רוצים לכתוב על גליון וד"ל
ויש לידע כי זהו נסיון האחרון לפני סיום הגלות המר והנמהר ואשרי מי שיעמוד בנסיון ולשומעים ינעם ותבוא עליהם כל טוב

דיכטער » מאנטאג יוני 5, 2023 6:35 pm

· #527252
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
בייגעלייגט דער ווידיאו וואו עס ווערט אינטראדוסט.

https://youtu.be/TX9qSaGXFyg

דיכטער » מאנטאג יוני 5, 2023 6:41 pm

· #527254
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
ס'קוקט ערענסט אויס ווי דער נעקסטע ביק טינג אין דער טעכנאלאגישע וועלט, זייטס גרייט פאר אן אויגן-פארמאסקירטע ציוויליזאציע...

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יוני 5, 2023 6:58 pm

· #527257
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
@דיכטער
אויף ווידעא-קאלל וועט מען זעהן א געהעריגע פנים, מיט די הילף פון AI. דאס זעלבע קען זיין אויפן גאס, יעדער וועט האבן די גלעזער און דער עולם וועט זעהן איינער דעם צווייטן ווי כאילו זיי טראגן גארנישט אויפן געזיכט.

דיכטער » מאנטאג יוני 5, 2023 7:10 pm

· #527258
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
בקיצור, ס'קומען גוטע צייטן...
דער געדאנק איז אז ס'איז א גלאז, אז מען וויל דווקא קען מען דורך זען און ווען מ'וויל קאטן אף, איז מען אין א רגע אין א וועלט פאר זיך.

ששון ושמחה » מאנטאג יוני 5, 2023 7:26 pm

· #527260
כ'זעה נישט די מעלה פון דעם. גוט פאר אינטערטעינמענט, אבער איך קען נישט זעהן ווי אזוי א ערענסטע מענטש קען גיין מיט אזא זאך

ישר בעיניו » מאנטאג יוני 5, 2023 7:33 pm

· #527263
קהל'ס נער
יעצט פארשטייט שוין יעדער דעם ווייטער בליק פונעם רבין, ס׳הייבט זיך אן מיט די מאדערנע העלף פרעים גלעזער דערנאך מיטן טמא׳נע רימליס, און איינמאל מען איז שוין פארכאפט ביים שטן געט ער אזא נישט מיר נישט דיר א ריק אריין די עפפעל גלעזער, און פון דא ביז ציונות איז נישט מער ווי א שפאן אוועק……..
איך האלט גאר פארקערט,מען וועט קענען גיין אויפן גאס און אנשטאטס אלע גויטעס ווען מען קענען אנשטאטס דעם זעהן חסידישע מענער

קהל'ס נער » מאנטאג יוני 5, 2023 9:16 pm

· #527277
ישר בעיניו
קהל'ס נער
יעצט פארשטייט שוין יעדער דעם ווייטער בליק פונעם רבין, ס׳הייבט זיך אן מיט די מאדערנע העלף פרעים גלעזער דערנאך מיטן טמא׳נע רימליס, און איינמאל מען איז שוין פארכאפט ביים שטן געט ער אזא נישט מיר נישט דיר א ריק אריין די עפפעל גלעזער, און פון דא ביז ציונות איז נישט מער ווי א שפאן אוועק……..
איך האלט גאר פארקערט,מען וועט קענען גיין אויפן גאס און אנשטאטס אלע גויטעס ווען מען קענען אנשטאטס דעם זעהן חסידישע מענער
די פילטער קאמפאניס וועלן מאכן אז אלע קינדער מיט שמאלע הויזן זאל עס אויסזעהן ווי ברייטע הויזן 😂
יעצט כאפ איך אז ס׳גייט ארבעטען דורך AI סאו ס׳איז יצא שכרו בהפסדו.

מן הסתם » מאנטאג יוני 5, 2023 10:05 pm

· #527284
ס'קומט א נייע טעלעקאנפערענס פון מוסדות מהר"א און אפאר וואכן שפעטער פון מהרי"י איבער די טמאנ'ע סטרא אחרא גלעזער

עלטערן וועלן מוזן אונטער שרייבן אז מהאט נישט זאנע גלעזער.

ערנסטגערעדט » מאנטאג יוני 5, 2023 10:06 pm

· #527285
סאיז א געהעריגע כמו קאמפיוטער אויפן פנים נישט סתם א געימינג טוי, עס איז טאקע נישט ערווארטעט אז מזאל גיין אין גאס דערמיט, ווארשיינליך וועט אין די נעקסטע פאר יאר ארויסקומען נאך ביליגערע וואס האבן ווייניגער פיטשערס און נאך טייערע וואס וועט יא זיין ווי גלעזער מיט וואס מוועט יא קענען ארומגיין אין גאס.
מדארף אויך זען ווי באקוועם עס איז צוגיין מיט אזאנס, שוין אמאל פראבירט אן אנדערע אבער יענס האט שרעקליך אראפגעוואויגן
מדארף אויך ווארטן צו זען וואס די כינעזער קאמפעניס גייען ארויסגעבן עס נאכצומאכן, אגב צו נוצן אזא כלי וואס וועט האבן גאר אסאך אינפארמאציע, פון ממש הנעשה והנשמע ביי דיר אינדערהיים
וועלן גאר אסאך נישט געטרויען די כינעזער.

מן הסתם » מאנטאג יוני 5, 2023 10:08 pm

· #527286
ערנסט גערעדט פארשטיי איך נישט פארוואס זאל דאס איבער נעמען די דעילי לייף. בסך הכל א אינטערעסאנטע GADGET

מילך טראק » דינסטאג יוני 6, 2023 11:58 am

· #527352
תשצ"ג. יענקעלע, ווען איך בין געווען א בחור ווען מ'איז געגאנגען אויף די גאס האט מען גזעהן יעדע פרוי וואס ווארט אריבער ס'איז נאך נישט געווען די אלע שמירות עינים גלעזער,

כלבאשבוע » דינסטאג יוני 6, 2023 5:52 pm

· #527399
זייער רעאליסטיש....
📎 IMG_6569.JPG

הערשער » דינסטאג יוני 6, 2023 9:35 pm

· #527442
שוין געאסרט?

אלבערט איינשטיין » דאנערשטאג יוני 8, 2023 5:46 am

· #527629
מיין שאלה איז, 10 יאר צוריק איז גוגל ארויסגעקומען מיט אזא פראדוקט און עס האט נישט מצליח געווען. מיט וואס וועט דאס זיין אנדערש?

האלט איר אז מענטשן וועלן גיין אויפן גאס דערמיט?

אינדערהיים איז דא א קאמפיוטער.

מיין אפשאצונג איז עס וועט זיין א כלי מער פאר די טעק ליבהאבער. פאר די סארט חברה וואס האבן די געימינג קאמפיוטערס מיט קאלירטע לייטס, און וועט לכאורה נישט זיין א זאך וואס וועט זיין די סטאנדארט פאר יעדעם.

עפל וויל שטארק אז יעדער וואס ארבעט אויפן קאמפיוטער זאל ארבעטן אויפן גלעזער. אבער די סארט זאכן וועלן לכאורה נישט געשעהן צוליב פראקטישע אורזאכן. איי טי קאמאפניס וועלן עס זיכער נישט אינסטאלן אין אפיסעס.

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג יוני 11, 2023 9:58 pm

· #527969
איז עפל די איינציגסטע וואס קומט ארויס דערמיט?

קל וחומר » זונטאג יוני 11, 2023 10:31 pm

· #527975
Re: עפל אנאנסירט Vision Pro גלעזער
אלבערט איינשטיין
מיין שאלה איז, 10 יאר צוריק איז גוגל ארויסגעקומען מיט אזא פראדוקט און עס האט נישט מצליח געווען. מיט וואס וועט דאס זיין אנדערש?

האלט איר אז מענטשן וועלן גיין אויפן גאס דערמיט?

אינדערהיים איז דא א קאמפיוטער.

מיין אפשאצונג איז עס וועט זיין א כלי מער פאר די טעק ליבהאבער. פאר די סארט חברה וואס האבן די געימינג קאמפיוטערס מיט קאלירטע לייטס, און וועט לכאורה נישט זיין א זאך וואס וועט זיין די סטאנדארט פאר יעדעם.

עפל וויל שטארק אז יעדער וואס ארבעט אויפן קאמפיוטער זאל ארבעטן אויפן גלעזער. אבער די סארט זאכן וועלן לכאורה נישט געשעהן צוליב פראקטישע אורזאכן. איי טי קאמאפניס וועלן עס זיכער נישט אינסטאלן אין אפיסעס.
איך ווייס נישט אויב איר האט געזען דעם ווידאו.

דער דעווייס וועט איבערנעמען דעם לעפטאפ אין אן אויגנבליק.
גרעסערע סקרין.
גרינגער צו שלעפן.
פולקאמע פריוואטקייט.
צו דעם האט עס אויך די מעלה פון 3d קאמערע וואס מיינט אז מ'וועט ממש איבערלעבן ווען מ'קוקט איבער דעם קליפ, (ס'גייט לכאורה צוברענגן א נייע זשאנאר פון מאוויס וואס דער מענטש וועט שפירן ווי ער איז ממש דארט בשעת מעשה.)

גוגל ברילן איז געווען א גאר אומבאלימפעטן חפץ וואס האט נישט געהאט כמעט קיין איינע פון די מעלות וואס דאס האט.

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג יוני 11, 2023 10:42 pm

· #527976
דאס וועט ריפלעסן דשי פי עס, סמארט פאון ועוד ועוד.