☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » כִּי יִמָּצֵא חָלָל...

כִּי יִמָּצֵא חָלָל...

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16240

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יוני 1, 2023 4:06 am

· #526799
כִּי יִמָּצֵא חָלָל...
די אויגן דורכגעווייקט
דאס הארץ א שטיק בלוט

א יונג ביימל אוועקגעלייגט
אזא ביטערער אפשניט

צעשאסענע משפחה
און ארומיגע פריינט

א ניי-געבארן עופ'לע
קוים אויפגעשיינט

---

שטייט א הויכער בניין
קאלט, פון צעמענט

א קנין נאך א קנין
צווישן אירע ווענט

א נשמה גייט לטמיון
אזוי טראגיש אנגעווענדט

ניטאמאל קיין מנין
ביים שרעקליכן מאמענט

פאר'ן חומר הענין
אן אנטבלויזטע מאנומענט

---

וויפיל אומגעהויערע פיין
טרערן, שווייס און בלוט

וויפיל דארף מען דורכגיין
צו נעמען אזא שריט

א פיינפולע נשמה
אינגאנצן אויסגעלייטערט

זיכער טרעפן א נחמה
גן-עדן אויסגעברייטערט

---

לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן

מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג

נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן

-----

כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה ... נֹפֵל בַּשָּׂדֶה, לֹא נוֹדַע מָּה הִכָּהוּ. וְיָצְאוּ זְקֵנֶיךָ וְשֹׁפְטֶיךָ ... וְכֹל זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא הַקְּרֹבִים אֶל הֶחָלָל ... וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה וְעֵינֵינוּ לֹא רָאוּ.

יואליש » דאנערשטאג יוני 1, 2023 10:18 am

· #526821
[ציטאט אראפגענומען]
דאס בייגן און לייגן איז בעסטע באנוץ פון א קולטורליכע רעפרענס וועלכע, איראניש, איז געווענליך געניצט מיט א קאלטקייט און וואונטש פאר טויט.

די הומעניסטישע סטאנזא איז:
מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג יוני 1, 2023 10:24 am

· #526822
אוי האסטו מיר צושאקלט.

נאך מער פון אלע פיקטשערס און סטאטוס.

בת קול » דאנערשטאג יוני 1, 2023 3:00 pm

· #526850
😢

אינטיליגענטער » דאנערשטאג יוני 1, 2023 3:09 pm

· #526853
פרינט עס ארויס און שיק עס צו אלע עשירים און רביס

מונטסורי » דאנערשטאג יוני 1, 2023 5:52 pm

· #526867
עיני עיני ירדה מים! צר לי עליך אחי, מען קען פון זינען אראפגיין.

און ס׳איז שאַ שטיל, האמער, ווען עס געלונגט נישט, רעדט מען דאך נישט, ציוואס סתם מישען א קאשע? ווידער אז ס׳געלונגט רעדט מען ווייטער נישט, פארוואס סתם וויי טון די משפחה? איז מען שטיל, אלעס איז פיין, עולם כמנהגו נוהג, מ׳פּאַפּט קינדער ווי אין מצרים, סטאנדארטען ווי די נגידים אין מארטא׳ס וויינגארטען, און די לחץ איז אומדערטרעגליך, די הקרבה איז אין לשער, עולות תמימות אויפן מזבח פון אונזער פארק-קטע קולטור, דער באשעפער דארט אויבן זאל זיך מרחם זיין אויב ער קען, אריינשיקען אן אור פאר אונז אלע, אונז אויסלייזען פונם גלות קיין וואו מיר האבן זיך אליינס פארטריבען, במסתרים תבכה נפשי, קיין עצות האב איך נישט, אבער אפשר איז שוין צייט אז סורווייווערס זאלן ארויסקומען פון די קלאזעט, רעדן מער און שיינען א ליכט אויף א נושא וואס מיר באגראבען סתם אזוי אן קיין פארשטענדליכע סיבה.

חדשים » דאנערשטאג יוני 1, 2023 6:18 pm

· #526871
איך געדענק אז א שטיק צייט צוריק איז געווען א מענטאל העלט אויפוואכונג דורך ביקור חולים פון קרית יואל, און עס האט נאכגעפאלגט מיט א דערעפענונג פון א קריזיס ליין וואס שטעלט זיך אהער אלץ א ליין וואס איז גרייט 24 שעה א טאג ארויסצוהעלפן אידן ווען עס איז באו מים עד נפש. איז דאס געווען עפעקטיוו? גייט עס נאך אן היינט? ווערט עס אנגעפירט דורך בעלי דעת? העלפן זיי אז מען זאל נישט צוקומען צו אזא מצב?

דאס אליינס אז איך קען פרעגן די אלע קשיות ווייזט אז מען קען און מען דארף טון סאך מער. אנשטאטס אדער ווען מען ענדיגט וויינען דארף מען אויפקומען מיט סעלושענס אויף ווייטער.
מונטסורי
עיני עיני ירדה מים! צר לי עליך אחי, מען קען פון זינען אראפגיין.

און ס׳איז שאַ שטיל, האמער, ווען עס געלונגט נישט, רעדט מען דאך נישט, ציוואס סתם מישען א קאשע? ווידער אז ס׳געלונגט רעדט מען ווייטער נישט, פארוואס סתם וויי טון די משפחה? איז מען שטיל, אלעס איז פיין, עולם כמנהגו נוהג, מ׳פּאַפּט קינדער ווי אין מצרים, סטאנדארטען ווי די נגידים אין מארטא׳ס וויינגארטען, און די לחץ איז אומדערטרעגליך, די הקרבה איז אין לשער, עולות תמימות אויפן מזבח פון אונזער פארק-קטע קולטור, דער באשעפער דארט אויבן זאל זיך מרחם זיין אויב ער קען, אריינשיקען אן אור פאר אונז אלע, אונז אויסלייזען פונם גלות קיין וואו מיר האבן זיך אליינס פארטריבען, במסתרים תבכה נפשי, קיין עצות האב איך נישט, אבער אפשר איז שוין צייט אז סורווייווערס זאלן ארויסקומען פון די קלאזעט, רעדן מער און שיינען א ליכט אויף א נושא וואס מיר באגראבען סתם אזוי אן קיין פארשטענדליכע סיבה.
וואס דער באשעפער קען ווייס איך נישט, עיין בהאשכול ”א נחמה פאר א צובראכענע אבל.” די שאלה איז מער וואס קענען מיר טון? וואס איז טאקע די סעלושען? דאס אז מען בלייבט וויינען איז נאך באלד ערגער ווי די צרה אליינס. איך בין נישט קיין עקספערט אין די נושא. איך שטעל מיר פאר אז עס איז זיכער דא אויסגעארבייטע מהלכים אין די סעקולארע וועלט וואס אונז דארף מיר אדאפטירן ווי שנעלער. ואתה תבער הדם הנקי מקרבך כי תעשה הישר בעיני ה’.

חובב ציון » דאנערשטאג יוני 1, 2023 8:25 pm

· #526884
Re: כִּי יִמָּצֵא חָלָל...
ליידער נישטא קיין שום פלאץ ווי זיך צו ווענדן, און אפילו לאחר המעשה דערשטיקט מען עס אז די יונגווארג זאלן נישט וויסן, גיי ווייס וואס מען טוט אויף דערמיט..


Sent from my iPhone using Tapatalk

צקון לחש » דאנערשטאג יוני 1, 2023 8:32 pm

· #526886
אויב ווילן מיר נישט קיין לוזערישע אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום מיט סוסיידעל מחשבות, איז דאך די בעסטע עצה - - - זיי צו לאזן שפרינגען... נישט אזוי? :געוואלד:

רוחין חדתין » מוצ"ש יוני 3, 2023 10:15 pm

· #527021
אינטיליגענטער
פרינט עס ארויס און שיק עס צו אלע עשירים און רביס
וואס האלסטו דארפ׳ן זיי טוהן?

צקון לחש » זונטאג יוני 4, 2023 12:48 am

· #527032
רוחין חדתין
אינטיליגענטער
פרינט עס ארויס און שיק עס צו אלע עשירים און רביס
וואס האלסטו דארפ׳ן זיי טוהן?
גארנישט, טאקע פלעין & פריקען גארנישט, און לאזן די וואונדערליכע בריאה זיך פירן וויאזוי עס איז אינטענדעד טו

מן הסתם » זונטאג יוני 4, 2023 12:02 pm

· #527061
[ציטאט אראפגענומען]
ווייל די שפרינגעריי איז נישט פאר שוואוילטאג, ס'בערך ווי ווען איינער וואלגערט זיך פאר יסורים און איינער וועט זאגן לאז עם זיך וואלגערן פאר יסורים, אין די היינטיגע פרייע וועלט איז יעדער בארעכטיגט פאר אלעס, לאז דעם וואלגערער זיך וואלגערן.

רוחין חדתין » זונטאג יוני 4, 2023 8:14 pm

· #527137
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז טאקע די מהלך אין יוראפ און די ראדיקאלע לינקע אבער נאר דוריך פילן, טאנצן אפאר שטאק איז צו טראגיש פאר זיי

מתבודד » זונטאג יוני 4, 2023 8:46 pm

· #527144
יאפ. אין אמעריקא איז פשוט איליגעל צו זיך נעמען די לעבן, דארפן די אויטאריטעטן אים אפהאלטן פון טון עפעס אומלעגאל...

שעפטאל » זונטאג יוני 4, 2023 9:07 pm

· #527147
תוהו ובוהו
לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן

מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן

העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג

נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
@תוהו ובוהו: אייזענע מעסעדש!!!! ווער ווייסט וואס ליגט באגראבן אונטער א פאלשע שמייכל!

ר' ישעי'לע האט געראטעוועט א איד פון סאוסייד סתם פון ליבליך אדורך שמועסן יעדע סאוסייד אפציע. אירע מעלות און חסרונות.
ליבשאפט געבט לעבן. או חברותא או מ.

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 5, 2023 1:02 am

· #527186
מ'דארף טון דאס, מ'דארף טון יענץ. יא, די וועלכע האבן זיך זעלבסט באקרוינט אלץ די פארזארגער פאר'ן דור, ארויסקומען מיט קול קורא'ס יעדע שמי וחמישי און באצווינגן אנדערע זיך צוצושטעלן צו זייערע שוגענעס, זענען איצט מכובד צו אדרעסירן די פראבלעם און אויפקומען מיט א לעזונג. אבער כמובן, איז נישטא וואס צו ערווארטן ווייל פאר אזוינע מינדערוויכטיגע זאכן האבן זיי נישט קיין צייט.

בלייבט איבער פאר אונז פשוטע קאווע שטיבל ניקים צו טון מה שביכולתנו. אבער וואס קענען מיר שוין טון? מיר קאנטראלירן דאך נישט די היימישע אויסגאבעס. מיר האבן נישט מוסדות דורך וואס מ'קען צאמריפן אן עולם, איש בעל (פינג @berlbalaguleh) יעדר, פאר א וויכטיגע אסיפה. מיר קענען נישט טערעראזירן רבנים צו אינטערשרייבן א קול קורא.

נאר וואס יא?

יעדער פון אונז וואס קומט אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן, זאל דאס זיין ביי די ארבעט, אין שול, ביי א שמחה אדער סתם אויף די גאס, זיי מקיים דעם הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, אדער סתם א שמייכל. מענטשן כאפן נישט ווי סאך דאס קען מיינען פאר א מענטש אז מ'גיבט אים א גריס, אפילו א נערישקייט: ווייסט מיין טאכטער פון קינדערגארטן גייט אין דיין טאכטער'ס קלאס און זי הערט נישט אויף צו רעדן פון איר. אדער: איך האב געזעהן דיין בחור'ל און ער מאכט א גוטע אימפרעשאן. און אזוי אויך מיט אנדערע זאכן. איינער איז נישט געקומען פרייטאג צונאכטס אין שול, פרעג אים ווי ער איז געווען, גיב אים די געפיל אז ער איז א מענטש וואס מאכט אויס און מ'באמערקט אז ער פעלט.

אזויפיל מענטשן דרייען זיך ארום מיט א יאוש געפיל אז איך בין א נאבאדי מיט קיין שום האפענונג אויף די פיוטשער און מ'קען נישט וויסן וואס א גוט ווארט קען אמאל אויסמאכן. דאס קאסט נישט קיין געלט און מיטאמאל קיין סאך עפארד. מיט ארויסווייזן אנערקענונג פאר אנדערע מענטשן ווערט מען גארנישט ווייניגער. קארגטס נישט קיין גוטע ווערטער פאר א צווייטן.

שעפטאל » מאנטאג יוני 5, 2023 7:43 pm

· #527264
[ציטאט אראפגענומען]
העםם.. אמת'ע פוינט!!!

מן הסתם » מאנטאג יוני 5, 2023 9:27 pm

· #527278
[ציטאט אראפגענומען]
ווייל ער טוט עס נישט פונעם "פרייען" ווילן, ער טוט עס מתוך יסורים, פארוואס לאזט מען נישט קינדער זיך שפילן מיט שעדליכע זאכן ווי פייער מעסערס וכו' ער וויל, פארוואס לאזטו עם נישט ? די זעלבע מיט אנדערע ענינים וואס מען דארף זיין אן עדאלט, פארוואס לאזטו נישט מינדעריעריגע טון וואס זיי ווילן? דעמאקראטיע.. דער יונגל וויל גיין מיט איינעם.. פארוואס לאזטו עם נישט? פארוואס מעג ער נישט קויפן אלקאהאל און אנדערע ענינים?

די תירוץ איז, א קינד איז נישט רייף און האט נישט קיין דעת און מדארף אכטונג געבן אויף א וואלנערעבל מענטש, והיינו הך, ופשוט הוא. כפארשטיי באמת נישט פארוואס כבין עס אפילו מסביר, נאר אויב דו פארשטייסט עס באמת נישט האב איך דיר מסביר געווען, ס'קלאר?

צומישט און צוחישט » מאנטאג יוני 5, 2023 11:24 pm

· #527295
געהערט האב איך, אז דעיס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'זיך נישט נוהג היינטצוטאגס מיט אלע דינים וואס זענען נוגע ביי מאבד עצמו לדעת, ווייל מ'נעמט אהן אז ס'טאקע נישט געווען לדעת...

רוחין חדתין » מאנטאג יוני 5, 2023 11:40 pm

· #527298
ב׳׳איז מיר טאקע אינטרסנט צו וויסן וואס די געמאכטע תמימותדיגע יודן וואס שרייען אלעמאל טריקענע הלכה קאפ און וואנט און גארנישט ממש גארנישט טוישט זיך, כדוגמת הערן מוזיק א גאנץ יאר, וואס זאגן זיי לגבי מספיד זיין המאבד עצמו כו.. גייט זייער רשעות אזוי ווייט? סתם אינטרסנט

שעפטאל » דינסטאג יוני 6, 2023 12:46 am

· #527302
די הלכה איז נישט אזוי פשוט
ס'דא ראשונים וואס זענען מתיר זיך צו נעמען כדי פטור צו ווערן פון צער.
מ'דארף פרעגן פון דעם כשר'ן AI @מי אני פאר מקורות

צקון לחש » דינסטאג יוני 6, 2023 12:50 am

· #527303
שעפטאל
כשר'ן AI @מי אני
בקושי סטאר קעי

וואלווי » דינסטאג יוני 6, 2023 3:15 am

· #527313
שעפטאל
די הלכה איז נישט אזוי פשוט
ס'דא ראשונים וואס זענען מתיר זיך צו נעמען כדי פטור צו ווערן פון צער.
מ'דארף פרעגן פון דעם כשר'ן AI @מי אני פאר מקורות
מן הסתם מיינסטו צער פון עבירה על דרך תשובה אבער נישט סתם צער זאל זיין מותר לכתחילה

(ע"פ חיפוש מהיר בוויקיי ערך מאבד עצמו לדעת...)

חדשים » דינסטאג יוני 6, 2023 8:47 am

· #527316
נאכאמאל הערט מען די ערשטע פון אחב”י יושבי סאשעל מידיא, ברוך שנתן עולמו לשומרים. והרבנים ינוחו על משכבם בשלום.
📎 Screenshot_20230606_011752_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20230606_011758_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20230606_011801_WhatsApp.jpg

חדשים » דינסטאג יוני 6, 2023 8:48 am

· #527317
נאך
📎 Screenshot_20230606_011810_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20230606_011807_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20230606_011804_WhatsApp.jpg

חדשים » דינסטאג יוני 6, 2023 8:49 am

· #527318
נאך
📎 Screenshot_20230606_011815_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20230606_011813_WhatsApp.jpg

צקון לחש » דינסטאג יוני 6, 2023 10:07 am

· #527325
חדשים
נאכאמאל הערט מען די ערשטע פון אחב”י יושבי סאשעל מידיא, ברוך שנתן עולמו לשומרים. והרבנים ינוחו על משכבם בשלום.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=62956

צקון לחש » דינסטאג יוני 6, 2023 10:18 am

· #527327
צקון לחש
😮 דאס גייט לכאורה פליען פון דארט...
📎 Screenshot 2023-06-06 101650.png

רוחין חדתין » דינסטאג יוני 6, 2023 10:39 am

· #527331
ווער איז חיים בער מייזעלס?

שעפטאל » דינסטאג יוני 6, 2023 5:59 pm

· #527401
וואלווי
שעפטאל
די הלכה איז נישט אזוי פשוט
ס'דא ראשונים וואס זענען מתיר זיך צו נעמען כדי פטור צו ווערן פון צער.
מ'דארף פרעגן פון דעם כשר'ן AI @מי אני פאר מקורות
מן הסתם מיינסטו צער פון עבירה על דרך תשובה אבער נישט סתם צער זאל זיין מותר לכתחילה

(ע"פ חיפוש מהיר בוויקיי ערך מאבד עצמו לדעת...)
כ'דענק א לשון אז דער וואס טוהט דאס כדי פטור צו ווערן פון גאר גרויסע צער [הגוף או הנפש] הייסט נישט מאבד עצמו לדעת

חדשים » דינסטאג יוני 6, 2023 11:12 pm

· #527471
קאפי פעיסט א פארמעקטע תגובה פון אייוועלט למען יעמדו ימים רבים. (נישט מיינס...)

נייע שטאט האט געשריבן: ↑
דארף מען וויסן אז ס'דארף פאסירן א נס אז א יחיד/יחידים זאלן קענען ברענגן א טויש.

ווען ס'דא א פראבלעם קען א יחיד/יחידים בלויז מאכן אן אויפוואכונג און אנדרייען אז די ווייגעשריי זאל אנקומען צו די הויכע פענסטער - די וואס קענען עפעס טון. דערנאך בלייבט נאר צו האפן אז די וואס זענען ביכולת עפעס צו טון זאלן דערהערן די וויי געשריי און אויפקומען מיט א סאלושן

דער פאקט איז אז אלע גרויסע הילפס אגענטורן פון וואס כלל ישראל האט די מערסטע ניצן און איז היינט א "מוז" שאין כדוגמתו האט זיך געעפנט און אנגעפאנגען פון יחיד יחידים
אנגעפאנגען מיט "חברה הצלה" וואס ממש אפאר (ס'האט דאמאלט אויסגעקוקט) לא יוצלח אומטרענירטע אידן האבן אנגעפאנגען צו נעמען אקסידזשען טאנקען, אן קיין שום פערמיט אדער בעקינג פון קהלה גאווערמענט וכו' מ'קען עס הערן אויף קול מבשר חול המועד פראגראם, דערנאך שומרים, חברים, בוני עולם, אר סיסעס, ואחרון חביב ר' משה מארגערעטן ועוד .
אידן יחידים, אויב איר שפירט א פראבלעם, טוטס! והמקום יהי' בעזרכם, איין טאג וועט מען פרעגן וויאזוי האט מען אפילו געקענט אנגיין אנדעם!

מיין קליינע הוספה.
מרעדט אזויפיל פון אווערנעס (אויפמערקזאמקייט בלע”ז) צו א צווייטער איד צו זיינע געפילן צו ווען ער גייט אדורך צער וכדומה אים צו מחזק זיין און צו טון וואס אימער מקען.. אבער לאמיר זיך נישט פאפן דאס איז אלעס אלל טאלק.. קיינער טוט נישט בפועל גארנישט. יעצט גייט מען ספענדן 150 מיליאן דאללער ארויסצובויען די נייע גרויסע ביהמ”ד פון קהילה פלוני און נאך מיליאנען דאללער פאר מוסד אלמוני אבער מוועט נישט ספענדן אז סזאל זיין דיינים צו מגידי שיעור און משפיעים וואס קענען די נסיונות און סטראגלס פונעם עווערי דעי טיפישער איד וואס דארף סאם האו זיך פארמעסטן מיט די שווערסטע נסיונות אדער גאר פלעין מיט זיין אייגן לעבן.. ווען דער אינטערגעבראכענער אינגערמאן לויפט שוין מחמת הכרח צו קרבתנו אדער קשר נפשי. (ווהאטעווער די נאמען איז.. סאיז די נקודה) וועט רבינו שליט”א גלייך ווערן אינפארמירט איבער די פרישע פירצה אז אינגעלייטלעך גייען זיך אנהערן השקפה אין דער פרעמד.. דער אמת דארף געזאגט ווערן, קיינער גיבט נישט דעקל אז א פלעינער אינגערמאן זאל האבן עפעס א רוחניותדיגער גייד (מורה דרך בלה”ק), קיינער! מספענד מיליאנען דאללארן פאר אלע זייטיגע שטותים אבער סאיז קלאר אז יעדע אינגערמאן וואס האט נישט א נאנטער מורה דרך אדער משפיע מיט וועמען זיך אדורכצורעדן גייט דאון דע דרעין.. און מיר אלע ווייסן דאס.. סאו צו מדארף טון? אוואדע דארף מען טון! אבער אין אמתן אריין טוט קיינער גארנישט.. מדארף זיך אליינס העלפן! ווייל קיינער טוט נישט גארנישט. קיינער שטעלט נישט צו קיין מורי דרך וכו’ סאיז דא ”כשר צו נישט” דיינים אבער צו גיין צו עכטע שיעורים וואס דעקן די עכטע נסיונות החיים א שטייגער ווי קרבתנו וכו’ נעה.. זייער ווייניג, אויב עפעס.. נאר צו בויען ריזיגע בנינים וואס דו און איך דינען אלץ די פלייש באנק צו צייגן פאר אלמוני אז אונזער פלוני וואקסט.. און וויפיל יונגעלייט דרייען זיך ארום מיט פעין וואס קיינער ווייסט נישט.. קיינער קימערט זיך נישט דערמיט! כרעד פון פלעינע אינגעלייט. פלעינע אינגעלייט מיינט פלעינע אינגעלייט. נישט קיין כולל יונגעלייט, נישט קיין אהבת קידומים, נישט קיין ישיבה (וואס איז אויכעט פיין חרוב..). כרעד פון ארבעטס יונגעלייט וואס ארבעטן פון 9 צו 5 און שוויצן פאר פרנסה, זיי טוט קיינער נישט פרובירן אויפצובויען סאיז נישטא פאר זיי קיין ספעציעלע שיעורים, סאיז נישטא פאר זיי גארנישט, דער עיקר נאר חלילה גיי נישט צו א צווייטן.. די רייכסטע קהילות/חסידותער וואס האבן געלט פאר יעדע זאך אבער פאר די זאכן פשוט צו אויפבויען פלעינע יונגעלייט, מאכן זיכער אז זיי האבן א שיעור, זיי באגלייטן בגשמיות וכו’ נעה.. דאס נישט. אז דו ביסט די גרעסטע ביסטו טאקע דאס מערסטע סיסטעמייזד אבער דו האסט דאך בד בבד דאס מערסטע געלט.. אבער סגייט נישט שטיין קיין סיין זאת נדבת מילה קען מען עס נישט מאכן., אין דעם הינזיכט איז נישטא קיין שום פריאוו אפילו..

אמעריקע, די סעקולערע וועלט גייט אדורך א מאסיווע מענטל העלט קריזיס.. אזויווי סגואישט זיך אזוי אידישט זיך עס.. אמעריקע איז א לאנד וואס איז מגדל מענטעלי אומסטאבילע מענטשן., מענטל העלט איז א דעילי סטראגל פאר כמעט יעדער יחיד, יעדער מענטש. א יעדע שטוב האט זיך אירע מופרזדיגע קעיס.. סאיז ממש אין בית אשר אין שם וכו’ איז דא די נאלידזש דערפון אין די קהילות? איז דא די סופארט? איז דא די פארשטאנד? וויפיל א”ג שוואכע אינגעלייט סטראגלען פשוט אוועק מיט זיך אליינס? גייסט אים רידזשעקטן? גייסט אים ווייטון? סאיז נישט ווי אמאל אז די שוואכע זענען געווען סטאבילע פורקי עול.. דער עולם ליידט היינט פעסט אויף די נערוון! שלום בית און די בעיסיקס דארפן זיין די טעגליכע טאלק! ברכת הפירות, הלכות שבת, דיני או”ה וכו’ איז געגעבן געווארן פאר נארמאלע מענטשן.. אוואדע איז מען 100 פראצענט מחיוב אין דאס אלעס אבער מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען, לעולם יהא אדם.. קודם זיי א מענטש! די דיינים ופוסקים ווייסן דאס? קעיטערט מען דעם עולם אירע צרכים? אבסאלוטלי נישט! דער עיקר נאר אז רבינו שליט”א טיילט צו בתי מדרשים פאר די קינדער און אייניקלעך, בשעת וואס דער ציבור דארף דעספערטלי ערנסטע הנהגה..און זיי לייגן אראפ א נשמת ביים ברעטל ווי די זיידע זכרונו לברכה ולמעלה בקודש.. געהעריג מלעבט אין צוויי וועלטן, כמיין חלילה נישט צו אפחוזקן פון אן ערליכע דאווענען אבער סרייסט ביים הארץ צו זעהן ווי די עכטע פראבלעמען ווערן באדעקט הן מיטן לייגן אויף די וויכטיגסטע פאזיציעס מענטשן וואס קענען נישט ערפילן אירע פליכטן און הן מיטן פאקוסירן אויף זאכן וואס וועט אויף קיין שום וועג דערהייבן דעם פשוטער איד בשעת וואס דער ציבור בלוטיגט מיט עכטע און ברענעדיגע פראבלעמען

דאס איז פון אישי, סאיז צו שטארק געזאגט נישט עס ארויסצולייגן

ראטעוועט! כי באו מים עד נפש

מיר זענען אויף צרות! עס איז נישט קיין ווערטל, מיר הערן יעדן טאג פון נאך ד*** קעיסעס ביים היימישן ציבור, און מיר האלטן שוין אזוי ווייט אז איינמאל א חודש הערט מען פון א ס******. אבער וואס גייט פאר? וויאזוי האבן מיר זיך דערקייקלט אזוי נידריג אז מיר האלטן שוין ממש ביים נידריגסטן ארט?

איך גיי נישט יעצט מאריך זיין, איך וועל עס האלטן קורץ און שארף. דער תירוץ איז איין ווארט: נעגעטיוועטי. מיר לעבן זייער נעגעטיוו, און מיר לאזן נישט אריין קיין שום פאזעטיוועטי אין אונזער געמיינדע! יא, אזויווי איר הערט. מיר קעמפן קעגן פאזעטיוועטי ווי עס וואלט געווען טייוול, און דאן פרעגן מיר: וויאזוי זענען מיר אנגעקומען צו דעם מצב.

נעגעטיוועטי ברענגט אומצופרידענקייט. אומצופרידענקייט ברענגט אז מען זאל זיכן גליקן, און זיכן גליקן איז זייער ריזעקאליש. ווען איינער זיכט גליקן קען ער זייער שנעל פארפארן. ד**** איז איינע פון גרינגסטע גליקן וואס מען קען טרעפן, און פון דארט ביז ס****** איז א קאצנשפרינג.

אבער נישט טרעפן גליקן איז נאך ארגער! פון נישט טרעפן גליקן ביז ס****** איז א שנעלערע מהלך ווי פון ד****! און איך מיין אז איך דארף דאס נישט אויסשמועסן.

אבער איך וויל יא מאריך זיין א מינוט און די נעגעטיוועטי וואס קומט פאר במחנינו, און זען וואס מיר קענען טון.

יעדע קינד איז פרייליך, און פול מיט זעלבסטזיכערקייט. אבער מיט די יארן פארלירט מען עס, און ווען מען קומט ארויס פון די חדר יארן האבן רוב קינדער פארלוירן די זעלבסטזיכערקייט. דאס איז נישט קיין שטודיע אדער מיינונג, דאס איז א פאקט וואס יעדער טאטע פון קינדער קען מעיד זיין. אבער וואו ווערט די זעלבסטזיכערקייט פארלוירן?

דא קומען מיר צו ווייטאגליכן תירוץ, מען רויבט עס אוועק פון זיי בעל כרחם! יא, אונזער סיסטעם רויבט עס אוועק. עס זענען פארהאן מלמדים וואס זענען איין שטיק נעגעטיוו, און דאס נעמט אוועק פונעם קינד יעדעס ביסל זעלבסטזיכערקייט און יעדעס ביסל שמחה וואס ער האט נאך. איך וויל אז איר אלע, חתונה געהאטע אידן, זאלן טראכטן אמת'דיג פאר א מינוט, וואלט איך געווען גרייט צוריקצוגיין אין חדר? איך זאג אייך אז דער תירוץ איז ווייטאגליך.

איך וועל נישט זאגן, די עלטערן זענען זיך אויך שטארק שולדיג. עס זענען דא אסאך עלטערן וואס ווערן נשפע פונעם גאס און לעבן נעגעטיוו, און דאס איז משפיע אויף די קינדער.

פארוואס קען מען נישט זיין פארנומען ווי גוט די קינד איז, אנשטאטס ווי שלעכט ער איז? פארוואס זיין פארנומען מיט לערנען און נישט מיט ערליכקייט? פארוואס נישט געבן סתם אזוי א קאמפלעמענט פאר א קינד אפילו ער האט נישט געקענט די בלאט גמרא???

אבער די מלמדים און עלטערן זענען אויך נישט די שולד.

פארוואס זענען אונזער מנהגים פארנומען מיט אינטערנעט/טעלעפאנען/עי איי, און נישט מיט ווי גוט כלל ישראל איז??? פארוואס מאכט מען נישט קיין כינוס כלל ישראל מסביר צו זיין אז די היינטיגע דור איז אסאך אסאך שענער ווי די דורות ביפאר אונז??? האט איר שוין אמאל געהערט פון איינע פון די גרויסע רבי'ס רעדן פאזעטיוו???

(איך זאג נישט אז מען דארף נישט רעדן פון די זאכן, עס זענען זייער וויכטיגע זאכן, איך זאג נאר אז דאס איז נישט די יסוד הפראבלעם! די פראבלעם שטעקט אין לעבן נעגעטיוו!)

מיר רעגן זיך אויף ב**** פארן אוועקכאפן חלקים פון סאטמאר. ווייסט איר וויאזוי זיי כאפן? ווייסט איר פארוואס הרב ר’ **** **** האט טויזענטער סאטמארע צוהערער? ווייל ער רעדט פאזעטיוו! דעטס איט. דאס דארפן מענטשן!

אז איר ווילט פייטן ב****, איר ווייסט וואס איר קענט טון? רעדן פאזעטיוו! אז אייער קינד איז נישט הינדערט פראצענט ווי איר ווילט, אנשטאטס רעדן נעגעטיוו און ווארטן אז ער זאל לויפן צו ר' **** **** הערן אפאר פאזעטיווע ווערטער, קענט איר עס אים זאגן! און כ'זאג אייך צו אז ער וועט בלייבן ביי אייך!

יעצט קומט מיר נישט מיט קיין טענות פון דיין טאטע און דיין זיידע, ווייל עס אינטערעסירט מיר נישט! גייט מיר נישט אן! ביסט גרייט מקריב צו זיין דיין קינד על מזבח טאטע/זיידע? אויב עפעס ארבעט נישט טוט מען עס נישט! און אויב עס האט אמאל געארבעט, כל הכבוד, "היינט" ארבעט עס נישט. פינטל.

מיר ווייקן זיך אין נעגעטיוועטי, און מיר ווילן זיך נישט ארויסזען! לאמיר איינמאל פאר אלעמאל ארויסגיין פון דעם באקס און ראטעווען דורות! לאמיר אונז פראבירן צו זיין פאזעטיוו מיט אונזער קינדער, און מיט אונזער ארומיגע! אבער די עיקר איז איין זאך, לאמיר זיין פאזעטיוו מיט זיך אליין! מיר הערן אויס אלע נעגעטיוועטי וואס קומט פאר און מיר נעמען עס אריין אין זיך. לאמיר עס האלטן אינדערויסן, לאמיר עס נישט אריינלאזן אין זיך, לאמיר וויסן ביי זיך דער אמת: מיר זענען הייליגע גוטע אידן! אפילו מיר פאלן אמאל דורך, ס'איז גארנישט! עס איז דא א וועג ארויס! לאמיר באמת פארשטיין די חשובות פון א איד, און די חשובות פון א מענטשליך לעבן.

דאס איז דער איינציגסטע וועג דורכצושווימען דעם רוישיגן טייך!

רוחין חדתין » דינסטאג יוני 6, 2023 11:40 pm

· #527477
א לייק איז נישט גענוג, דברי אלוקים חיים!!! א קליינע הערה שינוי לטובה אין א געויסע קהילה, האט די מנהיג אנגעזעהן אז די רבנים קענען טאקע שו״ע זייער פיין דערהויבן און חשוב, אבער קנעקטן מיטן עולם איז א צוויטער פאך, וואס דאס האבן זיי נישט, האט מען געמאכט א נייע פאזיציע ״משפיע״ אין אויף דעם נעמט מען יונגעלייט וואס זענען אהוב ומעורב בין הבריות ויש להם יד בניסיון וחכמת החיים

כספי » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:16 am

· #534987
חדשים
קאפי פעיסט א פארמעקטע תגובה פון אייוועלט למען יעמדו ימים רבים. (נישט מיינס...)

נייע שטאט האט געשריבן:
... און וויפיל יונגעלייט דרייען זיך ארום מיט פעין וואס קיינער ווייסט נישט.. קיינער קימערט זיך נישט דערמיט! כרעד פון פלעינע אינגעלייט. פלעינע אינגעלייט מיינט פלעינע אינגעלייט. נישט קיין כולל יונגעלייט, נישט קיין אהבת קידומים, נישט קיין ישיבה (וואס איז אויכעט פיין חרוב..). כרעד פון ארבעטס יונגעלייט וואס ארבעטן פון 9 צו 5 און שוויצן פאר פרנסה, זיי טוט קיינער נישט פרובירן אויפצובויען סאיז נישטא פאר זיי קיין ספעציעלע שיעורים, סאיז נישטא פאר זיי גארנישט, דער עיקר נאר חלילה גיי נישט צו א צווייטן.. די רייכסטע קהילות/חסידותער וואס האבן געלט פאר יעדע זאך אבער פאר די זאכן פשוט צו אויפבויען פלעינע יונגעלייט, מאכן זיכער אז זיי האבן א שיעור, זיי באגלייטן בגשמיות וכו’ נעה.. דאס נישט. אז דו ביסט די גרעסטע ביסטו טאקע דאס מערסטע סיסטעמייזד אבער דו האסט דאך בד בבד דאס מערסטע געלט.. אבער סגייט נישט שטיין קיין סיין זאת נדבת מילה קען מען עס נישט מאכן., אין דעם הינזיכט איז נישטא קיין שום פריאוו אפילו..
זייער פיין געזאגט, אבער פון די אנדערע זייט על הראשונים אנו מצטערים גענוג וואס מ'ליידט שוין פון די קאנטראל פון די קהילות אויף יחידים, זאל מען מוסיף זיין אויך אויף די יונגעלייט?

אמת מ'וועט עס עפענען מיט גוטע כונות און נקודות, אבער גיי ווייס אין וועמענס הענט ס'וועט צום סוף אנקומען