☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה הגאון ר' ירחמיאל גרשון אדלשטיין זצ"ל

בד"ה הגאון ר' ירחמיאל גרשון אדלשטיין זצ"ל

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16233

חדשים » דינסטאג מאי 30, 2023 9:59 am

· #526467
ברוך דיין האמת.

ווער איז נעקסט אין די רייע צו ווערן מנהיג ורבן של כל בני הגולה?

שמן למאור » דינסטאג מאי 30, 2023 10:11 am

· #526468
וועמען די יתד וועט אפמאכן...

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 30, 2023 10:45 am

· #526471
בשעת די פטירה, איז געבוירן געווארן אן איר אייניקל ביי אים, און ס'שוין דא א קינד מיט א נאמען נאך אים.

תשפג » דינסטאג מאי 30, 2023 10:53 am

· #526472
ברוך דיין האמת, ר׳ גרשון איז געווען אן אמתע פאצייטישע גדול פון די אמאליגע דור, אנטלאפן פון יעדע מין פובליסיטי אין געלעבט בלויז פאר׳ן באשעפער.
יהא זכרו ברוך.

חקרן » דינסטאג מאי 30, 2023 11:12 am

· #526475
אין גור לייגט מען גרויס לחץ, אז דער קומענדיגע מרן זאל נישט זיין הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, אזוי אז האדמו"ר מגור השני שליט"א זאל נישט האבן קיין מאכט אויף די וועלט, ודו"ק.

שאלתיאל » דינסטאג מאי 30, 2023 12:17 pm

· #526478
די ליטוויקעס האבן עפעס א געהיימע דיעל מיטן מלאך המוות אדער וואס? וואס פשט זייערע מרנים אלע אָן אויסנאם דעגרייכן די מאה +?

צקון לחש » דינסטאג מאי 30, 2023 12:45 pm

· #526483
שאלתיאל
די ליטוויקעס האבן עפעס א געהיימע דיעל מיטן מלאך המוות אדער וואס? וואס פשט זייערע מרנים אלע אָן אויסנאם דעגרייכן די מאה +?
ס'דא אפשר אסאך געלט און עסקנות פאר די בעסטע דאקטוירים וכדו', און זיי היטן אפשר אויף א בעסער דיעטע און עקסערסייז
הכל בדרך אפשר

צומישט און צוחישט » דינסטאג מאי 30, 2023 2:34 pm

· #526507
כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.

חדשים » דינסטאג מאי 30, 2023 3:18 pm

· #526512
לצים...
📎 unnamed (4).png

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 30, 2023 6:02 pm

· #526537
צומישט און צוחישט
כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
רחמנא ליצלן. ווען א פריוואטער מענטש באגייט ליידער אזעלכע נארישקייטן ביי זיך אינדערהיים איז עס זיין אייגן ביזנעס וויייל ער גרייט זיך צו זיין אייגענעם גיהנם, אבער ווען א פאבליק פיגור טוט עס ווער ווייסט וויפיל נאאיווע מענטשן גייען זיך נעבעך אפלערנען דערפון, און ס'איז אלעס אויף זיין אחריות, ירחם המרחם על נשמתו המסכנה.

צומישט און צוחישט » דינסטאג מאי 30, 2023 6:56 pm

· #526545
רביה''ק זי''ע

רביה"ק,על מה יצא הקצף? וואס איז די גרויסע נארישקייט דא? סה"כ א קיוט ליטוואק,,

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 30, 2023 7:05 pm

· #526546
באראבעווען מענטשן קען אויך זיין קיוט, ביז מ'קומט אן אויבן אין עולם האמת, דאן איז עס שוין גארנישט אזוי קיוט.

בעל אחריות » דינסטאג מאי 30, 2023 7:59 pm

· #526557
רביה''ק זי''ע
צומישט און צוחישט
כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
רחמנא ליצלן. ווען א פריוואטער מענטש באגייט ליידער אזעלכע נארישקייטן ביי זיך אינדערהיים איז עס זיין אייגן ביזנעס וויייל ער גרייט זיך צו זיין אייגענעם גיהנם, אבער ווען א פאבליק פיגור טוט עס ווער ווייסט וויפיל נאאיווע מענטשן גייען זיך נעבעך אפלערנען דערפון, און ס'איז אלעס אויף זיין אחריות, ירחם המרחם על נשמתו המסכנה.
עס איז דערנאך, איך האב מיך שוין אפגעלערנט, יעצט אז דו ווילסט מיך ראטעווען פון גיהנם מוזטו קומען מיט עפעס מער ווי סעים אלד רביה"ק ליצנות....

סיסטעם » דינסטאג מאי 30, 2023 8:46 pm

· #526569
די נערישסטער ויכוח וואס איך האב אמאל געזעהן

דערהויבענע איד » דינסטאג מאי 30, 2023 8:51 pm

· #526571
סיסטעם
די נערישסטער ויכוח וואס איך האב אמאל געזעהן
איך גאראנטי דיר אז דו האסט שוין געזען נארישער.

שוין ווייטער א וויכיח.

סיסטעם » דינסטאג מאי 30, 2023 8:52 pm

· #526573
דערהויבענע איד
סיסטעם
די נערישסטער ויכוח וואס איך האב אמאל געזעהן
איך גאראנטי דיר אז דו האסט שוין געזען נארישער.

שוין ווייטער א וויכיח.
איך האב געמיינט צו זאגן אויף דער מינוט...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 30, 2023 9:51 pm

· #526580
בעל אחריות
עס איז דערנאך, איך האב מיך שוין אפגעלערנט, יעצט אז דו ווילסט מיך ראטעווען פון גיהנם מוזטו קומען מיט עפעס מער ווי סעים אלד רביה"ק ליצנות....
דארפסט מיך נישט גלייבן, קענסט גיין פרעגן סיי ווער וואס ווייסט וואס טוט זיך אויבן וואו מ'קומט אן מיט אזא מהלך, אפילו ביי די געציילטע חרדים (רבי'ס וכו') וואס האבן געוואוסט וואס טוט זיך דארט האט מען דאס נישט געזעהן.

בעל אחריות » דינסטאג מאי 30, 2023 10:07 pm

· #526583
רביה''ק זי''ע
בעל אחריות
עס איז דערנאך, איך האב מיך שוין אפגעלערנט, יעצט אז דו ווילסט מיך ראטעווען פון גיהנם מוזטו קומען מיט עפעס מער ווי סעים אלד רביה"ק ליצנות....
דארפסט מיך נישט גלייבן, קענסט גיין פרעגן סיי ווער וואס ווייסט וואס טוט זיך אויבן וואו מ'קומט אן מיט אזא מהלך, אפילו ביי די געציילטע חרדים (רבי'ס וכו') וואס האבן געוואוסט וואס טוט זיך דארט האט מען דאס נישט געזעהן.
די זעלבע רביהק וואס וויינט אויף די אינקאנסיסטענסי פון די חרדישע רבי'ס ווען עס קומט צו הלכה, ניצט אט דעי זעלבע רבי'ס פאר א רייע אז דעי רבנים וואס זענען יא קאנסיסטענט זענען נשמות מסכנות...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 30, 2023 10:11 pm

· #526584
א. איך האב קיינמאל נישט געוויינט אויף די קאנסיסטענסי פון הלכה, כ'האב עס ארויסגעברענגט אן וויינען, אפשר מיט טרערן פון פרייד.

ב. איך דארף נישט ברענגען קיין רייע פון חרדישע רבי'ס ווייל איך ווייס עס אן זיי, דו קענסט עס נוצן פאר א רייע אויב דו ווילסט, ביזט נישט מחויב.

בעל אחריות » דינסטאג מאי 30, 2023 10:24 pm

· #526586
איך ווייס אז מיטן היטן אויף הלכה מיט א קאנסיסטענסי קומט מען אן אין גן עדן אן קוקן אויף רבי'ס, אויב דו ווילסט דוקא א ראי' קענסטו קוקן אויף רב אדלשטיין ז"ל מיט די באקאנטע מעשה מיט די טאפ...

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 31, 2023 1:15 am

· #526612
אלע צוזאמען
בשעת די פטירה, איז געבוירן געווארן אן איר אייניקל ביי אים, און ס'שוין דא א קינד מיט א נאמען נאך אים.
זיי גיבן נישט די נאמען ביים ברית?

לייביששרייבער » מיטוואך מאי 31, 2023 5:42 am

· #526625
חדשים
ברוך דיין האמת.

ווער איז נעקסט אין די רייע צו ווערן מנהיג ורבן של כל בני הגולה?
איך האב ביז איצט געמיינט אז די גלות האבן זיך צוטיילט אין צווייען נאך וואס דער ברך משה איז אַוועק פון די וועלט.
איצטערט ווער איך געוואר איז די גולה איז גאר צוטיילט אין מערערע חלקים?

אמאהלגעקעננט » מיטוואך מאי 31, 2023 8:35 am

· #526631
צומישט און צוחישט
כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
איך פארשטײ נישט . די ברכה איז אױף די עירוב און דאס האט ער געמאכט ? װאס העלפט מישן א טאפ אין די װעלט ארײן ?

רוחין חדתין » מיטוואך מאי 31, 2023 11:42 am

· #526643
ביי בדיקת חמץ טרעפט מען אזא חומרא להניח פתיתי לחם על אף שהברכה הוא על עצם הבדיקה

צומישט און צוחישט » מיטוואך מאי 31, 2023 1:52 pm

· #526651
אמאהלגעקעננט
צומישט און צוחישט
כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
איך פארשטײ נישט . די ברכה איז אױף די עירוב און דאס האט ער געמאכט ? װאס העלפט מישן א טאפ אין די װעלט ארײן ?
ווען א מענטש פלאנט נישט צו קאכן מיו"ט לשבת דארף ער נישט מאכן קיין עירוב תבשולין,און א ברכה טאר ער נישט מאכן,, למשל אינגעלייט וואס עסן ביי עלטערן מאכן נישט קיין עירוב תבשולין,, (ס'דא מורי הוראה וואס זאגן אז אויב מ'גרייט צו הייס וואסער און מ'צינדט ליכט זאל מען מאכן אהן א ברכה,,)

רוחין חדתין » מיטוואך מאי 31, 2023 2:16 pm

· #526658
וואס הייסט? ער מאכט ע״ס פאר די קעכערטע וואס האט געקאכט פאר אים

צומישט און צוחישט » מיטוואך מאי 31, 2023 2:22 pm

· #526659
רוחין חדתין
וואס הייסט? ער מאכט ע״ס פאר די קעכערטע וואס האט געקאכט פאר אים
אז מ'האט אים אריינגעפירט די ערשטע נאכט יו"ט, פארשטיי איך אז מ'האט שוין נישט געקאכט פאר אים אינדערהיים,,

רוחין חדתין » מיטוואך מאי 31, 2023 3:53 pm

· #526669
דאס איז נישט נוגע, העיקר הוא אז מ׳פלאנט צו קאכן

יעקב פאטאש » מאנטאג יוני 5, 2023 9:37 pm

· #527279
אזוי ווי אן אשכל קען איך נישט עפענען, וועל איך דארפען דא רעאגירען. איך וואלט זייער געוואלט וויסען וואס די חכמי הקאווע שטיבל האבן וואס צי זאגען אויף די מחאה פון ישיבה ווארלד ניוס אויף די צייטונג "דער איד" פארן נישט באריכטען די פטירה אויפן פאדערשטע זייט.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 5, 2023 10:21 pm

· #527287
איך ווייס נישט וואס דער איד האט יא געשריבן אדער נישט געשריבן. איך האף נאר אז מ'האט נישט אויסגערופן קיין ביטול מלאכה אין בני ברק. ווייל אין ירושלים עיה"ק איז שוין דא א ביטול מלאכה נאך מימי הגרי"ח זאנענעפעלד זצ"ל.

ס'איז דאך א דבר ידוע אז אין ירושלים ארבעט מען נישט. ומעשה שהיה כך היה. ביי די לוויה פון הגרי"ח זאנענפעלד איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן "ביטול מלאכה". אבער ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן.