☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)

ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16223

Cheim » מיטוואך מאי 24, 2023 4:31 pm

· #525993
ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
ליפא שמעלצער האט יעצט ארויסגעגעבן א נייע צמישטע מעססעטש ווי ער וויל ארויסברענגען אז ער טוישט זיך....
די מעססעטש איז 15 מיניט אבער מען פארשטייט נישט פינקליך וואס ער וויל ארויסברענגען...
ער רעדט באמת אינגאנצן פון הארץ אבער צופיל הארץ אין ווייניגער הסברה....
ווי איך פארשטיי איז אז ער האט אנערקענט ווי אסאך מענטשן אז דער מין הענשי(אין ער אויך) איז פול מיט נארישקייטן אין פאלשקייט אין ער וויל ארויסקריכן דערפון...
דאס זעט אויס ווי די תמצית הדברים
וואס ער האט נאך נישט געכאפט איז אז עס איז נישטא קיין וועג ארויס..

ער האט עס ארויסגעגעבן אין אידיש עברית ענגליש
דא האט איר די אידישע ווערסיע
https://youtu.be/yj0cNNeFyts

Sent from my Pixel using Tapatalk

היכי דמי » מיטוואך מאי 24, 2023 4:42 pm

· #525996
אריין אין סייקידעליקס אשכול? 🙂

געוואטשט, פארט אסאך אוועק פון זיין מעסעדזש איז שווער צו כאפן וואס ער וויל, אבער אזויווי די פותח האשכול זאגט. עס איז פון הארץ

ערנסטגערעדט » מיטוואך מאי 24, 2023 5:05 pm

· #525998
זייער צומישט, ער זאגט אליינס אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל פונקטליך מיט די ווידיאו
אבער עטליכע פאוינטס וואס איך האב אבזערווירט

- דער גרויסער זינגער האט די זעלבע גייסטישע פראבלעמען ווי סיי ווער און מסתם נאכמער
- עס איז אקעי וויזוי זאכן זענען
- אקסעפטנס איז די שליסל פון היילונג
- ער וויל קענען טון וואס ער וויל אן טראכטן פון די עתיד
- סנישט קיין איין מאלעדיגע קראך ער גייט אייביג האבן די מחשבות און קיינמאל קענען אויספירן
- ער וויל נישט פייטן מער אבער סאיז עפעס פון וואס ער קען זיך נישט ארויסדרייען

Cheim » מיטוואך מאי 24, 2023 5:21 pm

· #526001
Re: ליפא שמעלצר'ס מעססעטש
אין א געוויסע זין כאפט דעס א יעדע מענטש איינער ביי די סטעטש אין איינער ביי א צווייטע...
אבער ווען א סעלעב ווי אים כאפט עס איז עס אטאמאטיש אסאך מער פאבליק....
ער זאגט אז דער עולם גולם דרייט זיך ארום מיט פרייליכע פניםער בשעת אינז ווייסען אלע אז יעדער איז א שטיק צמישטקייט....
אין 5 יאר ארום קימט צוריק פאללי געהיילט... מיי פאָט.
יעדער זיכט זיך זיין וועג ווי אזוי צו דורך שטיפן די וועלט..
זיין ביז יעצטיגע וועג גאט טא בארינג....

Sent from my Pixel using Tapatalk

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מאי 24, 2023 5:21 pm

· #526002
Re: ליפא שמעלצר'ס מעססעטש
איך האב גאנץ קלאר פארשטאנען וואס ער זאגט.

קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 24, 2023 5:22 pm

· #526003
אויב איך מעג ארויסברענגען אביסל ליפא'ס סטראגלס , ליפא איז אריבער א שווערע לעבן א גייסטישע שווערע יוגנט און געמיינט האט ער אז די וועג וואס גייט עים היילן איז פעים , מען האט מיך געפייניגט איך וועל זיי אלע ווייזן אז איך בין יא עפעס איך וועל זינגן ארטיסגעבן ניגונים און ווייזן און נאכאמאל ווייזן

למעשה ווי מער יארן גייען פארביי זעהט ער איין אז ווי א גרעסערע סטאר ער איז העלפט עס זירא פאר זיין נפש ער איז נאכאלטס די זעלבע נארישע ליפעלע אדער וויזוי ער רופט עס אלעזר ליפעלע דאס אינער טשיילד ווערט נישט קיין טראפ געהיילט אז מען ווערט מעכטיג . און דאס איז די שורש פון אלע מחלות בתורת הנפש די אינערטשיילד זיכט היילונג.

קען אפילו זיין אז יעדע מאל ער באקימט א פרישע שטאפל פון פעים ער ווערט נאכמער גרעסער טראכט זיין סאבקאנטשעס אה! פיינעלי יעצט וועל איך שוין יא פילן בעסער און דערווייל א נעכטיגן טאג נאך א שטיק צייט קימט ציריק די אלטע געפילן פון ליפעלע און ס'קען גאר זיין אז ווי מער ער ווערט גרעסער אלטס מער ווערט די ווייטאג די פאל נאכדעם!

Cheim » מיטוואך מאי 24, 2023 5:23 pm

· #526004
Re: ליפא שמעלצר'ס מעססעטש

שפילער » מיטוואך מאי 24, 2023 5:34 pm

· #526007
היכי דמי
אריין אין סייקידעליקס אשכול? 🙂

געוואטשט, פארט אסאך אוועק פון זיין מעסעדזש איז שווער צו כאפן וואס ער וויל, אבער אזויווי די פותח האשכול זאגט. עס איז פון הארץ
אריין אין מענדל ראטה'ס אשכול ... היינו טעמה דשופר והיינו טעמה דמגילה...

איך בין נאר נייגעריג וועמענס נשמה ליפא איז?... מענדל ראטה'ס נשמה איז שבתי צבי ווער ווייסט וועמענס ליפא איז...

Cheim » מיטוואך מאי 24, 2023 5:37 pm

· #526009
Re: ליפא שמעלצר'ס מעססעטש
אגב לגבי דער ענין פון היעלינג ביי סעלעבס ווייס איך אויף אסאך פאפולערער פיגורן וואס זענען אויף אלע מינע טערעפי... מער ווי פשוט'ע מענטשן....
די שאלה איז נאר
צו דער פשוטער מענטש מיינט נאך אז דאס אין יענץ וועט אים פריילעך מאַכן אין וועגן דעם גייט ער נישט אויף טערעפי... משא"כ דער כמו סיקסעספאל מענטש...
אדער איז טאקע דער פאפולערע מענטש נאר פאפולער ווייל ער האט זיך געשטיפט דערצו ווייל עס האט אים אייביג עפעס געפעלט אין ער האט געמיינט אז דארט איז די ישועה.. משא"כ דער פשוטער האט אים קיינמאל גארנישט געפעלט....

Sent from my Pixel using Tapatalk

שפילער » מיטוואך מאי 24, 2023 7:08 pm

· #526016
די ענגלישע מעסעדזש איז נאך מער הערליך און ווארעם און נאטירלעך און וואלנערבל

כרם זית » מיטוואך מאי 24, 2023 7:40 pm

· #526018
הייליגע ווערטער, אזוי לויטער און ריין.

ווי טיף און ארטיסטיש איך האב געמיינט ער איז ביז היינט, ווער איך געוואר אז ער איז א לעבעדיגע מוסר ספר.

ליפא כה לחי!

דיכטער » מיטוואך מאי 24, 2023 8:20 pm

· #526025
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
איינער קען אפשר אריינקומען מיט מער דיטעילס איבער דער נייע זאך וואס ער פלאנט אהער צו שטעלן פאר כלל ישראל, וואס איז נאכנישט געווען זייט ששת ימי בראשית?

שעפטאל » מיטוואך מאי 24, 2023 8:31 pm

· #526026
כ'קען איינער וואס האט געוועהן מיט עם ביי סייקידעליק'ס אפאר חדשים צוריק, גרויסע סיעקרעט'ס גייען אהן שוין א לאנגע צייט.

כ'בין מקנא די מענטשען וואס האבן נישט געליטן אלס קינד, און טרעפען זיך קיינמאל נישט מיט דעם אמת'דיגען פארלוירענעם זיך.

אמת45 » מיטוואך מאי 24, 2023 8:38 pm

· #526027
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
איך קען נישט טוישן דעם פתיחת האשכול, הגם איך וואלט ווען, בלויז פארן כבוד פונעם אינהאלטסרייכן קליפּ, אבער איך וועל פרובירן צו מינימיזירן די שאדן מיט א רעאקציע.

ליפא האט נישט ארויסגעגעבן "נאך א צומישטע מעסעזש" נאר זייער א קלארע מעסעזש מיט פילייכט צומישטע ווערטער.

אין זיינע העראישע פופצן מינוטע שמועס האט ער מיט א געוואלדיגע ריינקייט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים, אהן עס ארומנעמען מיט שיינע לבושים.

און הצד השווה פון זיינע געדאנקען איז אז ס'איז שווער פאר דעם מין האנושי בכלל, און פאר אונז - אלס א טייט-ניט קאמיוניטי בפרט, צו פשוט זיין אויפריכטיג מיט זיך און די ארומיגע, און זיך באהעפטן, באקוועם מאכן, מיטן מערסט וואלנעראבול פונקט פונעם זעהל, וואס איז די טרייב קראפט פאר מענטשהייט'ס לעכצעניש, נעמליך, דער אריגינעלער איך.

לבושים קען זיין די ווענט וואס מ'בויעט אויף, נאך פון די יונגע יארן, זיך צו שיצן פון פארשידענע פּיין, און ס'קען זיין אן אלטערנאטיווע אידענטיטעט וואס מ'שטעלט צופרידן, ווייל אהן דעם שפירט מען גארנישט.

איי שפּור יא, פרוביר צו טראכטן פון אינעווייניג ארויס, נישט פארקערט, דאס איז אבער ס'נישט קיין גרינגע מעשה.

זיין אויפריכטיג מיט זיך איז א שווערע און צומאל פּיינפולע עבודה. ס'שרעקעדיג זיך צו טרעפן מיטן נאקעטן זיך אהן די מעיקאפ.

אזוי שרעקעדיג איז עס אז ס'רוב לעבן ווייסט מען ניטאמאל וואס עכט איז.

נעם א שרייבער, א גביר, א שיינער איד, א מיאוסער איד, א בעלבוסטע, א לערערין, און נעם אראפ דעם קיטל, דעם טיטל, וואס פארבלייבט? נאר א מענטש צווישן מענטשן.
צומאל קומט צוריק דער צוקוועטשער געפיל פון חדר, די ראציגע נאז, די שוואכע קענער, און ס'רוישט א וועלט. אט פון דעם זענען דאך די אלע מיט די טיטלען אנטלאפן. אבער די טיטלען העלפן נישט דעם נאגנדן זעהל, וואס וויל פשוט שיינען פון געבורט.

אט דער ערשיינונג האט בכלל נישט מיט אונז דווקא, דאס אנטלויפן איז א מענטשליכער Condition. ס'איז גרינג, פראקטיש, און דראמא-לאז, אבער שווער איז עס איבערהויפט. ס'שווער צו זיך נישט צו קענען די אכציג יאר ביזן קבר.

ליפא אנטפלעקט אין דעם קליפ א זאפאס מיט שוואכקייט, נאקעטקייט, וואס איז לשם ולתפארת פאר זיך זעלבסט ואשרי לו, און פאר אונז מענטשן - א מתנה, זיך צו באקענען, באקוועם מאכן, מיטן מושג פון ריינקייט, Vulnerability, וואס קען העלפן ארויסקומען פונעם אור אלטן גלות קלאזעט, און ענדליך לעבן. ואשרי חלקו.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך מאי 24, 2023 9:04 pm

· #526033
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
קאצקע ציקער
נעבעך. אויב איך מעג ארויסברענגען אביסל ליפא'ס סטראגלס , און אפשר אז ער ליינט דא וועט ער עס זעהן . ליפא איז אריבער א שווערע לעבן א גייסטישע שווערע יוגנט און געמיינט האט ער אז די וועג וואס גייט עים היילן איז פעים , מען האט מיך געפייניגט איך וועל זיי אלע ווייזן אז איך בין יא עפעס איך וועל זינגן ארטיסגעבן ניגונים פייטן מיט די סיסטעם מיני ניגונים און ווייזן און נאכאמאל ווייזן

למעשה ווי מער יארן גייען פארביי זעהט ער איין אז ווי א גרעסערע סטאר ער איז העלפט עס זירא פאר זיין נפש ער איז נאכאלטס די זעלבע נארישע ליפעלע אדער וויזוי ער רופט עס אלעזר ליפעלע דאס אינער טשיילד ווערט נישט קיין טראפ געהיילט אז מען ווערט מעכטיג . און דאס איז די שורש פון אלע מחלות בתורת הנפש די אינערטשיילד זיכט היילונג.

קען אפילו זיין אז יעדע מאל ער באקימט א פרישע שטאפל פון פעים ער ווערט נאכמער גרעסער טראכט זיין סאבקאנטשעס אה! פיינעלי יעצט וועל איך שוין יא פילן בעסער און דערווייל א נעכטיגן טאג נאך א שטיק צייט קימט ציריק די אלטע געפילן פון ליפעלע און ס'קען גאר זיין אז ווי מער ער ווערט גרעסער אלטס מער ווערט די ווייטאג די פאל נאכדעם!

בקיצור השם יעזור ליפעלע געב נישט אויף אויף טערעפי סאיז ווי א צוויבל די מער מען היילט זיך קימט מען אן נענטער געב נישט אויף חזק ואמץ
די קוקסט עס אהן ווי ליפא'ס דרייוו איז בלויז פעים, פרובירט צו ווייזן - פרובירט צו פייטן די סיסטעם וכו' כדי צו אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען. לדעתי איז דאס אומריכטיג. טאקע צוליב מענטשען וואס האבן דאס געזאגט האט ער זיך געמיטשעט די אלע יארן. מענטשען וואס האבן נישט פארשטאנען זיין ארטיסטישע נפש און געזען אין איהם בלויז קאנפראטאציע און נישט זיין צורך פון קריעיטיוועטי.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 24, 2023 9:28 pm

· #526034
פונדאַמענטאַל

זיין צורך פון קריעטיוויטי קימט אויך צו היילן זיין נפש

צקון לחש » מיטוואך מאי 24, 2023 9:31 pm

· #526035
הייליגע ליפא, אנדערש ווי דיר האב איך ב"ה אלץ מצליח געווען אין חדר און אין ישיבה, מיינע עלטערן זענען שוין פון די נעקסטע דור, און איך האב רעלעטיוו(!) געהאט זאכן פיל גרינגער פון דיר, דאך אבער פיל איך דיר, איך פארשטיי דיר (אזוי מיין איך עכ"פ), דיינע ניגונים, מיט אלע קנייטשן, אלעס אלעס, רעדן צו מיר אזוי שטארק, אזוי אמת'דיג, אזוי הייליג, לך בכחך זה, דו ביסט א מתנה פאר כלל ישראל, ללא גוזמא.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2023 10:17 pm

· #526038
ליפא קומט אריין מיט זיין מעסעדזש זייער קלאר. די נקודה המרכזית וואס ער זאגט איז אז זיך גיין היילן איז א גוטע זאך. נאר שטאטס זיך היילן פון פרעמדע אידעאלאגיעס און טעראפיעס, האלט ער אז זאגן און שפירן דעם מעסעדזש פון שמע ישראל איז די בעסטע טעראפי פאר אמונה. און דאס העלפט איהם איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן. מיט וואס ער האט זיך באגעגנט א סאך אין זיין יוגנט.

אויך גלייבט ער אז זיין גורל איז אין די הענט פון באשעפער. און דער רצון ה' דאס ווערט מקויים...!

ליפא חזק ואמץ. דו געסט אריין חיזוק אין אונז אלע...!

Cheim » מיטוואך מאי 24, 2023 10:40 pm

· #526044
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
אמת45
איך קען נישט טוישן דעם פתיחת האשכול, הגם איך וואלט ווען, בלויז פארן כבוד פונעם אינהאלטסרייכן קליפּ, אבער איך וועל פרובירן צו מינימיזירן די שאדן מיט א רעאקציע.

ליפא האט נישט ארויסגעגעבן "נאך א צומישטע מעסעזש" נאר זייער א קלארע מעסעזש מיט פילייכט צומישטע ווערטער.

אין זיינע העראישע פופצן מינוטע שמועס האט ער מיט א געוואלדיגע ריינקייט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים, אהן עס ארומנעמען מיט שיינע לבושים.

און הצד השווה פון זיינע געדאנקען איז אז ס'איז שווער פאר דעם מין האנושי בכלל, און פאר אונז - אלס א טייט-ניט קאמיוניטי בפרט, צו פשוט זיין אויפריכטיג מיט זיך און די ארומיגע, און זיך באהעפטן, באקוועם מאכן, מיטן מערסט וואלנעראבול פונקט פונעם זעהל, וואס איז די טרייב קראפט פאר מענטשהייט'ס לעכצעניש, נעמליך, דער אריגינעלער איך.

לבושים קען זיין די ווענט וואס מ'בויעט אויף, נאך פון די יונגע יארן, זיך צו שיצן פון פארשידענע פּיין, און ס'קען זיין אן אלטערנאטיווע אידענטיטעט וואס מ'שטעלט צופרידן, ווייל אהן דעם שפירט מען גארנישט.

איי שפּור יא, פרוביר צו טראכטן פון אינעווייניג ארויס, נישט פארקערט, דאס איז אבער ס'נישט קיין גרינגע מעשה.

זיין אויפריכטיג מיט זיך איז א שווערע און צומאל פּיינפולע עבודה. ס'שרעקעדיג זיך צו טרעפן מיטן נאקעטן זיך אהן די מעיקאפ.

אזוי שרעקעדיג איז עס אז ס'רוב לעבן ווייסט מען ניטאמאל וואס עכט איז.

נעם א שרייבער, א גביר, א שיינער איד, א מיאוסער איד, א בעלבוסטע, א לערערין, און נעם אראפ דעם קיטל, דעם טיטל, וואס פארבלייבט? נאר א מענטש צווישן מענטשן.
צומאל קומט צוריק דער צוקוועטשער געפיל פון חדר, די ראציגע נאז, די שוואכע קענער, און ס'רוישט א וועלט. אט פון דעם זענען דאך די אלע מיט די טיטלען אנטלאפן. אבער די טיטלען העלפן נישט דעם נאגנדן זעהל, וואס וויל פשוט שיינען פון געבורט.

אט דער ערשיינונג האט בכלל נישט מיט אונז דווקא, דאס אנטלויפן איז א מענטשליכער Condition. ס'איז גרינג, פראקטיש, און דראמא-לאז, אבער שווער איז עס איבערהויפט. ס'שווער צו זיך נישט צו קענען די אכציג יאר ביזן קבר.

ליפא אנטפלעקט אין דעם קליפ א זאפאס מיט שוואכקייט, נאקעטקייט, וואס איז לשם ולתפארת פאר זיך זעלבסט ואשרי לו, און פאר אונז מענטשן - א מתנה, זיך צו באקענען, באקוועם מאכן, מיטן מושג פון ריינקייט, Vulnerability, וואס קען העלפן ארויסקומען פונעם אור אלטן גלות קלאזעט, און ענדליך לעבן. ואשרי חלקו.
פארוואס איך ריף עס אן צומישטע מעססעטש איז ווייל ער שיסט אריין זייער אסאך דעטאלן וואס קומען נישט אזוי שטארק אריין פאר די פוינט וואס ער וויל ארויסברענגען..
די סיבה דערצו איז ווייל די גאנצע פוינט פון די מעססעטש איז אז ער וויל זיין אינגאנצן זיך אין דאס "זיך" פראבירט ער צו זיין בשעתן זאגן די מעססעטש ממילא וואס עס קומט אים אריין אין קאפ בשעתן רעדן זאגט ער קלאר ארויס....
ווען ער פרעגט זיך אליינס פארוואס רעקארד איך יעצט א מעססעטש, פאר נאך חיזוק פון אנדערע?
ער פרעגט עס באמת פון זיך אין עס קומט אים אריין אפאר תירוצים אין ער ווייסט נישט וואס איז דער אמת...
ממש אזוי ארבעט א מענטשליכע מח אבער געווענליך ווען איינער רעדט קומט נישט ארויס די אינסיידס וואס איז אסאך מאל נישט נוגע פארן נושא...
ער האט ממש געפראווט די פוינט אז ער פראבירט צו גיין מיטן פילן זיך....
מען פילט עס....

Sent from my Pixel using Tapatalk

הבחור_הזעצער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:19 am

· #526055
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
כרם זית
הייליגע ווערטער, אזוי לויטער און ריין.

ווי טיף און ארטיסטיש איך האב געמיינט ער איז ביז היינט, ווער איך געוואר אז ער איז א לעבעדיגע מוסר ספר.

ליפא כה לחי!
איך האב נישט עספיעט צו פארשטיין גענוי וואס ער וויל. אפשר קענט איר דעשיפרירן די זאמלונג פון מיסטישע פראזן?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:41 am

· #526059
שעפטאל
כ'בין מקנא די מענטשען וואס האבן נישט געליטן אלס קינד, און טרעפען זיך קיינמאל נישט מיט דעם אמת'דיגען פארלוירענעם זיך.
קודם כל, ס'נישט דא קיין מענטש וואס האט נישט געהאט קיין טראפ צער אין זיין לעבן. כ'בין אמאל געוועהן ביי עפעס א טעראפיסט האט ער מיך געפרעגט וואס איז געוועהן די גרעסטע טראומע וואס איך האב געהאט אין מיין לעבן, האב איך איהם געענטפערט "זיין א קינד". וויפיל טעג און נעכט איך פלעג חלומ'ען פון די גראנדיעזע פראיעקטן וואס איך גיי טוהן ווען איך וועל "זיין גרויס" נאר זיך אויפצואוועקן צום פינסטערן רעאליטעט פון טוה נישט דאס און גיי נישט דארט אזש ביז איך בין טאקע "גרויס" געווארן האב איך שוין פארלוירן די גאנצע חשק און איך האלט נאך אלץ אינמיטן ארבעטן עס צוריק אויפצובויען. איך געדענק נאך ווי אלס קינד האב איך אמאל געליינט א קינדער ביכל איבער אפאר געשוויסטער יתומים וואס האבן נישט געהאט ווער ס'זאל זיי איינטיילן וואס צו טוהן, איי אין וואסערע דמיון דאס האט מיר אריינגעפירט... שעות על גבי שעות האב איך פשוט פאנטאזירט אויף דעם געדאנק...

צווייטנס, דעם אמת'דיגן זיך טרעפט מען נישט דורך ליידן, א מין גערעדאכץ דאס, אויב עפעס פארלירט מען עס דורך ליידן, דאס איז סתם א נאראטיוו מיט וואס "געליטענע" מענטשן פרובירן זיך צו ברעינוואשן צו פילן גוט מיט זיך.

שפילער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:01 am

· #526063

טראפעלע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:53 am

· #526071
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז דא אין עברית אויך, כ'האב עס נאכנישט געזען
https://youtu.be/wcvg_d0-rgg

חקרן » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:19 am

· #526083
ער זאגט אין אנדערע ווערטער: "איך בין זיך מכניע, איך גיב זיך אונטער די סיסטעם, איך גיב זיך אונטער די וועלט. איך האב געמיינט אז איך וועל אלעמען פייטן, איך וועל זיין קלוגער. איך האב געקלערט אז איך בין שטערקער און איך וועל זיי צונאר מאכן. איך האב געהאט א גאנצע מאוומענט און אלע האבן מיטגעלאכט מיט מיר. אבער... יוא קענט פייט סיטי האל, צום סוף בלייבסטו צו נאר. די בעסטע וועג איז, בייג אראפ דעם קאפ, שאקל מיט אויף אלעס קדוש, גלייב יא גלייב נישט, אבער דו קענסט זיך נישט שלאגן מיטן לעבן. אז א סאטמארע וועט קומען בעטן א ניגון אין עברית, וועט ער אים אויפקלערן אז לא זו הדרך, אבער אין ארץ-ישראל איז דאס ריכטיג. בקיצור, בלייב וואו דו ביסט, זוך זיך נישט קיין גליקן, דו וועסט עס סיי ווי נישט טרעפן".

ער גייט אריין נאכמער, און ער זאגט צווישן די שורות: "ווען איך האב געזען אז ס'גייט נישט מיין וועג, האב איך געטראכט, אקעי, איך וועל שפילן פרומער און זאגן אז איך טוה תשובה, אזוי וועט מען מיר עקספעקטן. דער עולם האט אבער אויפגעכאפט אז ס'איז נישט מיט אמת, ס'איז נאר א געים, דער ציבור האט דאס נישט עקסעפטעט. איך בין געקומען צו די מסקנא אז איך וויל זיין זיך אליין, דער אמת'ער אליעזר ליפא'לע, ארגינעל. נישט דער וואס שפילט פרום און נישט דער וואס בויט זיך אויף אלס אפלאכער און קלוגער פונעם סיסטעם. איך וויל זיין ווער איך בין באמת, דער קליינער אליעזר ליפא'לע, אן די טראומא און אן די אלע מלבושים".

דער מעסעדזש קומט ארויס צומישט, ווייל ער ברענגט זיך נישט גוט ארויס. אין קורצן מיינט ער צו זאגן אזוי:
ער האט נישט קיין חרטה אויף זיינע מיינונגען און דעות, ער האט חרטה אויף זיין וועג פון לעבן. ער פארענטפערט זיך מיט רעכט, אז מען האט אים דערליווערט אידישקייט מיט א טראומא און פאר דעם האט ער אזוי אויסגעקוקט. אבער סוף כל סוף איז ער מסכים אז מען קען נישט גיין קעגן דעם שטראם, עס לוינט זיך נישט.

Cheim » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:23 am

· #526084
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
אינטרעסאנט אנצומערקן אז די עולם דא קומט א גאנצע צייט אריין מיט נייע געדאנקן וואס ער וויל ארויסברענגען....
יעדער זעהט עפעס וואס איז ענדליך צו וואס ער האט אין קאפ....

Sent from my Pixel using Tapatalk

הערשער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:57 am

· #526094
ליפא איך וויין פאר דיר, איך ווינטש דיר א רואיגע סאלידע לעבן פון היינט עד מאה ועשרים.

קל וחומר » דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:26 am

· #526102
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
רוב עולם כאפט נישט די נקודה דא און ב"ה פאר דעם.
א מענטש וואס גייט אריבער די סארט טראומא וואס ליפא איז אדורך וועט ע"פ רוב אין אים זיך אנקלעבן אלע מיני אדיקשענס און קאמפערט זאונס וואס איז בעיקרון א שוץ מיטל פונעם זעהל זיך ארויסצוזעהן פונעם שרעקליכן פיינפולן געדאנק פון זיין מיט זיך מיט די אלע שווערע מיטמאכענישן.
דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען מ'וויל שוין יא צוריק אריינטונען און זיין מיט זיך איז שוין זייער שווער ווייל די קאמפארט זאונס און אדיקציעס שלעפן אויף אלע פארבארגענע דירעקציעס אבי נישט צו זיין מיט זיך און זיך בויען מיט פרישע כוחות.

ווער ס'איז אביסל באקאנט מיט די 12 שטאפלען ווייסט אז די שליסל צו מצליח זיין איז זיך ארויסגעבן דאס גאנצע פעקעדש פון אלף ביז תיו און עס קאנפראנטירן מיט אן אויפריכטיגן בליק.
דער ווידיאו איז גאר א שטארקע טעראפי פאר אים און פאר מענטשן וואס האבן מיטגעמאכט ענליכס.
זיין וואלנערעביליטי איז עד לב השמים און דאס איז טאקע וואס שטארקט דעם מענטש.

Cheim » דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:50 am

· #526105
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
שפילער
די ענגלישע ווערסיע איז געזאגט געווארן נאך די אידישע אין עס שוין מער איבערגעטראכט...
אויך ווייל עס איז נישט זיין מאמע לשון קומט עס נישט ממש גלייך פון הארץ אבער עס האט טאקע מער הסברה...

Sent from my Pixel using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:40 pm

· #526123
[ציטאט אראפגענומען]
די אור פון בודדהיזם האט זיך שוין אנגעפאנגען א שיינע פאר יאר צוריק, ס'געדוירט נאר צייט ביז ס'ווערט א יפוצו מעיינותיך חוצה, בכל אופן איז דאס נאר אן הקדמה פאר די נייע אור פון אידישקייט וואס גייט אראפקומען אין נאך אפאר יאר. ס'האט זיך שוין אביסל אנגעפאנגען און מ'ארבעט שוין דאס אראפצוברענגען (קוק דא וואו ס'ווערט אביסל אויסגעשמועסט ערגעץ אינמיטן), און זעלבסטפארשטענדליך אז ס'איז נישט די אידישקייט וואס מיר קענען פון חדר, ווי אויך נישט די אידישקייט וואס מיר קענען פון קאוועשטיבל אדער מורה נבוכים, ווי דער רוז'ינער האט געזאגט אויפ'ן בעש"ט "ס'איז גאר עפעס אנדערש", אבער ווען דאס וועט זיין גרייט פאר'ן יפוצו וועט עס אין שאטן לייגן די גאנצע בודדהיזם מיט אייאוואסקע ביינעזאם. און פרובירטס נישט צו פארשטיין וואס דיעס אור איז ווייל עטץ גייטס נישט פארשטיין ביז ווילאנג ס'נאכנישט אינגאנצן גרייט פאר ענק, נארר פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל אויב איינער פילט אז די בודדהיזם מיט אייאוואסקע לעהזט נישט אלע פראבלעמען 100% זאל ער נישט ווערן צובראכן און מיואש ווייל די אויבנדערמאנטע אור וועט זיין די מכה בפטיש וואס גייט אלעס פותר זיין, stay tuned.

ששון ושמחה » דאנערשטאג מאי 25, 2023 6:38 pm

· #526163
ליפא, אפאר ספרים אין דיין ספרים שאנק איז איבערגעדרייט
📎 Screenshot_20230525-183433~2.jpg

מילך טראק » דאנערשטאג מאי 25, 2023 6:59 pm

· #526166
נישט קלאר פונקטלעך וואס די מעסידש איז דא, אבער איך בין איבערגעצייגט געווארן נאך מער, וואס איך האב שוין פריער געוויסט, אז די אלע וואס מ'רופט, פארן-אפ, באמעס, וכו', זענען נישט ווי מקוקט עס אהן , רשעים, אנשי בליעל, ווייניג יראת שמים, שלעכטע מענטש, וכו'
פשוט זיי האבן א גרויס נפש, און עפעס דרוקט זיי, זיי זענען אריבער זייער א שווערע יוגענט, זיי ווילן באמת זיין גוט, סיי מיינען נישט קיין שלעכטס,

און די וואס די אייבערשטער האט דיר נישט געטראסט מיט אזא ניסיון קוקסט אראפ אויף זיי.

עליונים למטה , ותחתונים למעלה

הקטן » זונטאג מאי 28, 2023 12:06 pm

· #526204
איך האב געהערט די אידישע ווערשען
ער איז זייער קאהערענט און קלאר
און איך קאנעקט מיט א יעדע ווארט זיינע

[ציטאט אראפגענומען]

סייקעדעליקס, אין די מיינד-סעט פין אסך וואס נעמען דאס, איז אין זייער אסך פעלער א קוויק-פיקס
מיר קיקט אויס ער איז אין פאר די פראסעס וואס דאס איז ארבעט

פרייוויליג » זונטאג מאי 28, 2023 6:40 pm

· #526250
[ציטאט אראפגענומען]
חלילה צו זאגן אזא זאך.

בודהיזם איז עבודה זרה.

די בודהיסטישע פרעקטיס פירט צו אן אנערקענונג אז דער מענטש'ס עקסיזסטענץ איז בסך הכל א מיינד-באדי פראצעדור. קיינער איז נישט אונטער דעם, מ'דארף גארנישט טון, מ'באקומט גארנישט. אזוי ווי זייער ווארט גייט:
I think therefore I am - איך האב דירעקטילי ציטירט פון די living dharma teaching.

אייאוסקע מיינט נישט בודהיזם. סייקאדעליקס איז פשוט א means to an end, און ווי יעדע זאך ווענד זיך וואס די אינטענט איז. אויב די אינטענט איז צו נענטער ווערן צו ה' אלקי ישראל, נענטער צו ווערן מיטן נפש, קען מען אנקומען זייער הויעך בקדושה ובטהרה.

מענטשן וואס דיסקאווערן מעדיטאציע און היליניג און וואנדערן ארום אין יוטוב קען זיך דאכטן כאילו בודהיזם, הינדואיזם, אדער טעאיזם האבן אנדעקט אמעריקע. אפגערעדט פון דעם אז די 3 זענען געהעריג עבודה זרה, איז אלעס גערויבט פון אידישע ליטעראטור.

פאר די אומוויסענדע וואס ווייסן נישט אז אידן האבן א ריזן היסטאריע פון מעדיטאציע און קבלה קענען פארלוירן פון אזעלכע מענטשן ווי mooji אדער sadhguru, אבער אויב קוקן מיר אביסעלע נענטער באקענען מיר זיך מיט אונזערע רייכע היסטאריע.

איינער האט מיך לעצטענס אריינגעשיקט א לינק פון זייער א אינטערסאנטע אינטערוויו פון די קאנצעפט פון 3D און 5D. עס לוינט זיך צו וואטשען. ביי מינוט 19 רעד זי פון א Merkava קאנצעפט. א מגן דוד אין 3D. אבער עמיצער וואס ווייסט אביסעלע ווייסט אז דאס איז די באקאנטע מרכבה א אידישע ווארט, א אידישע קאנצעפט, א אידישע מעדיטאציע, און זיי האבן עס פארדרייט.

הקטן » זונטאג מאי 28, 2023 7:04 pm

· #526254
פרייוויליג
הרה"ג ר' דוד כהן האט מיר געזאגט ביז וואו לאנג מען שטייט אוועק פין זייערע טשענטניגס וכד' איז דאס נישט קיין פראבלעם
הגם דאס איז נישט מער וואו dog food פאר א נפש ישראל

זעה אויך תנאי הנפש להשגת החסידות
און דעם אנדערע ספר פין הרב איריה קאפלאן Jewish-Meditation-Practical-Aryeh-Kaplan

דעם המספיק לעובדי השם פין אברהם בן הרמב"ם איז א מאסט פאר ווער ס'איז עוסק אין דעם - ער ברענגט ארויס דאס דאס איז געווען די עבודה פין די אבות
הרב איתמר שווארץ שרייבט אין זיינע ספרים דאס ער נעמט גארנישט פין קיין דרויסענדיגע מקורת און ער האט בכלל נישט געקיקט דארט, אבער ער ברענגט ווייניג מקורות

פרייוויליג » זונטאג מאי 28, 2023 8:57 pm

· #526268
הקטן

איך האב ציטירט הרב קאפלען אין מיין תגובה. כ'בין נישט זיכער פארוואס דו ברענגסט דאס נאכאמאל. הרב קאפלען האב איך ציטריט ללמד אז מיר האבן אלעס אין אונזערע רייכע ליטעראטור.

כווייסט נישט ווער דוד כהן איז, אבער די סטעיטמענט זעט אויס צו זיין באזאר, אדער misconstrued. בודהיזם איז מיסט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג מאי 28, 2023 9:00 pm

· #526269
א שאד צו פארדרייען דעם אשכול.
אונז האמיר שוין א מעדיטעשען אשכול דא, ווער ס׳האט עפעס מגיב צו זיין ווערט געבעטן עס צו טון על מקומו.

פרייוויליג » זונטאג מאי 28, 2023 9:04 pm

· #526273
[ציטאט אראפגענומען]

דאן קען זיין אז מיר זענען ביידע מכוון צו די זעלבע זאך.

עס מיינט נישט צו זאגן אז איך גיי נישט ליינען א ספר וואס א בודהיסט האט פארפאסט. אבער מ'דארף וויסן אז מ'שפאצירט אויף א מסוכנ'דיגע ליניע, מיר ווילן אפילו נישט נעמען זייערע גוטע זאכן, ווייל צום סוף וועט זיין שווער מבחין צו זיין בין טוב לרע.

ווען א בודהיסט שרייבט א בוך אויף טראמע איז דאס נישט פון וואס איך רעד. נעם למשל eckhart tolle, ער האט געשריבן א בוך(כער) אויף היליניג, הפלא ופלא.

אבער צו זאגן אז בודהיזם דרינגט אריין צוליב דעם איז אביסל צו סאך. ניטאמאל די פראקטישע חלק. אויב א בודהיסט וועט ארויסגעבן א בוך וויאזוי צו דרייווען בעסער ווער איך נאכנישט קיין בודהיסט. סא די בודהיסטישע חושך דרינגט נישט אריין גארנישט.

תשפג » מאנטאג מאי 29, 2023 1:04 pm

· #526358
כ׳האב געהערט ליפא׳ס מעסעדיטש.. כ׳פארשטיי טאקע נישט וואס ער פרובירט ארויסצוברענגען אבער דאס איז זיכער אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב!

צמצום » מאנטאג מאי 29, 2023 2:10 pm

· #526365
רביה''ק זי''ע
צווייטנס, דעם אמת'דיגן זיך טרעפט מען נישט דורך ליידן, א מין גערעדאכץ דאס, אויב עפעס פארלירט מען עס דורך ליידן, דאס איז סתם א נאראטיוו מיט וואס "געליטענע" מענטשן פרובירן זיך צו ברעינוואשן צו פילן גוט מיט זיך.
פון וואנט נעמסטו דאס? דו קענסט נישט האבען א מיינונג איבער א צווייטענס עקספיריענס בפרט אויב דו ביזט נישט אליינס אדורך עכטע שוועריגקייטן.
מיר דאכט זיך דוקא צו זאגן פארקערט, דער מעגליכקייט און opportunity צו טרעפען דעם "אמת'ן זיך" שטעלט זיך פאר אסאך קלארער פאר דעם מענטש וואס איז פון די (וואס דו רופסט) "געליטענע".
די opportunities און challenges וואס א מיטגעמאכטער נפש גייט דורך, מיט די ריכטיגע כלים און פערספעקטיוו קען אים דאס הייבען און ברענגען צו א מדרגה פון אנערקענען און האפנטליך אראפווארפן די קליפה מיט וואס דער "נישט געליטענע" מענטש ווייסט אפילו נישט אז ער ליגט און לעבט אדורך זיינע פאר יאר בזה העולם אין דעם bubble.
"Ignorance is bliss"

איינער וואס אלעס גייט אים מער וויניגער כשורה האט בעצם נישט קיין שום סיבה וואס דרינגט עם אריינצוטראכטן טיפער אין וועלט. גארנישט וועט אים געבן אן עכטע טרייסל וואס שטופט אים צו אדורכטון זיינע values and priorities. וכו'.
יא, פאר אט די average מענטשן ארבעט אונזער system זייער גוט. אויפן עולם האמת טרעפט מען זיך אבער מיט א אומגלויבליכע רעאליטעט.

כי הא דיוסף בריה דר' יהושע חלש, אינגיד.
א"ל אבוה: מאי חזית?
א"ל: עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה.
א"ל: עולם ברור ראית. (ב"ב י' ע"ב)

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יוני 1, 2023 9:00 am

· #526808
קודאס פאר ליפא, פארן ארויסגעבן אזא מעסעדזש עס איז נישט גרינג און ווייניג וואלטן עס געקענט מאכן.
עס איז טאקע א טראפ צומישט אבער מען קען פארשייין די איידיע אינדעם.

נ.ב. איך האב נישט פארשטאנען פארוואס ער גייט דווקא נישט זינגען עברית פאר איינער וואס קומט פון סאטמאר אבער יא פאר א צווייטען, פארוואס איז ליפא מחליט וואס דער אייבישטער וויל פון יענעם?.

ישר בעיניו » דאנערשטאג יוני 1, 2023 9:43 am

· #526817
ליפא מיינט לכאורה צו זאגן אז ער גייט נישט זינגען ביי א סאטמערע משפחה ווען ס'אינוואלוד מחלוקת אין די משפחה

כרם זית » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:25 pm

· #546530
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)