☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » וויכטיגע מעלדונג וועגן טראלס און סקעמערס

וויכטיגע מעלדונג וועגן טראלס און סקעמערס

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16219

שמן למאור » דינסטאג מאי 23, 2023 9:15 pm

· #525847
איך האב גראדע נאר עטליכע מאל באקומען מעסידזשעס פון ניקים אז זיי ווילן שמועסן. כזע נישט וואס די גרויסע פראלעם איז. מיין נאמען, טעלעפאון נעמער, סאושל, און אדרעס וועט מען עניוועי נישט ארויסבאקומען, פארוואס נישט שמועסן מיט אחים לדעה, סך הכל דארף מען וויסן די גבולים.

איך האב שוין יא געקאנטעקט אסאך חשובע ניקים אין אישי אז איך וויל כאפן א שמועס, עס ענדיגט זיך רוב מאל זייער פיין. בפרט אז מען רעדט פון א ניק וואס האט שוין עטליכע הונדרעט תגובות דא אין שטיבל, וואס מער ווייניגער קען מען זיך שוין, מען ווייסט שוין אז יענער איז א ערנסטע ניק, דאן זע איך נישט די גרויסע פראבלעם.

מיט געציילטע גאר ערנסטע ניקים האבן מיר זיך שוין אפילו מגלה געווען, און געווארן חברים אין ריל לייף.

כמובן אז דאס טו איך נאר מיט אזא איינעם וואס 'איך' וויל זיך באקענען (און כמובן אז יענער קען אויך באשטיין) להדיא נישט מיט איינער וואס וויל 'מיר' קענען. בקיצור, מען דארף ניצן די שכל.

אויב זעט מען אז יענער וויל נישט, צי ער זאגט קלאר אז ער האלט נישט ביים שמועסן, אדער סתם אזוי ער איגנארירט, דאן איז נישט. מען קען נישט צווינגען א מענטש צו רעדן צו דיר. אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן זע איך נישט פארוואס דו וואלסט בכלל געוואלט רעדן צו אים.

וכאן הקריאה יוצאת, רבותי, קאנטאקטס מיר נישט אין אישי צו שמועסן, אויב וועל איך זיין אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן וועל איך דיר שוין קאנטאקטן.

בעל אחריות » דינסטאג מאי 23, 2023 9:58 pm

· #525853
שמן למאור

אויב זעט מען אז יענער וויל נישט, צי ער זאגט קלאר אז ער האלט נישט ביים שמועסן, אדער סתם אזוי ער איגנארירט, דאן איז נישט. מען קען נישט צווינגען א מענטש צו רעדן צו דיר. אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן זע איך נישט פארוואס דו וואלסט בכלל געוואלט רעדן צו אים.
מה הפשט?

רביה"ק אלערט

שעפטאל » דינסטאג מאי 23, 2023 10:03 pm

· #525855
אלעס ווי אזוי צו מאכן חברים דורך ק"ש האט @אנאנים הערליך אפגעשריבן. כולל די סקעם ווארענונג.
(למעשה 16 וקנה לך חבר)
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=9472#p296643

שמן למאור » דינסטאג מאי 23, 2023 10:25 pm

· #525859
שעפטאל
אלעס ווי אזוי צו מאכן חברים דורך ק"ש האט @אנאנים הערליך אפגעשריבן. כולל די סקעם ווארענונג.
איינער געדענקט ווי זיין אשכול איז? כ'וויל ציטירן די לשונות און כ'קען עס נישט טרעפן
אפשר מיינסטו די קנה לך חבר אשכול פון אנאנים?

שמן למאור » דינסטאג מאי 23, 2023 10:26 pm

· #525862
בעל אחריות
שמן למאור

אויב זעט מען אז יענער וויל נישט, צי ער זאגט קלאר אז ער האלט נישט ביים שמועסן, אדער סתם אזוי ער איגנארירט, דאן איז נישט. מען קען נישט צווינגען א מענטש צו רעדן צו דיר. אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן זע איך נישט פארוואס דו וואלסט בכלל געוואלט רעדן צו אים.
מה הפשט?

רביה"ק אלערט
וואס איז דיין קשיא דא? איך כאפ נישט.

איך שמועס אויס די נושא באופן כללי.

בעל אחריות » דינסטאג מאי 23, 2023 10:30 pm

· #525863
מיי מיסטעיק, איך האב נישט געכאפט די ערשטע מאל וואס דו זאגסט, ואתכם הסליחה.

שמן למאור » דינסטאג מאי 23, 2023 10:32 pm

· #525864
וואו איז רביה"ק אריינגעקומען אינעם בילד כאפ איך נישט.

אגב, מיט רביה"ק האב איך מסתמה געשמועסט מער ווי מיט סיי וועלכע אנדערע ניק. שעות על גבי שעות האבן מיר זיך אויסגע'טענה'ט...

שעפטאל » דינסטאג מאי 23, 2023 10:41 pm

· #525865
שמן למאור
שעפטאל
אלעס ווי אזוי צו מאכן חברים דורך ק"ש האט @אנאנים הערליך אפגעשריבן. כולל די סקעם ווארענונג.
איינער געדענקט ווי זיין אשכול איז? כ'וויל ציטירן די לשונות און כ'קען עס נישט טרעפן
אפשר מיינסטו די קנה לך חבר אשכול פון אנאנים?
שכח
רעדאגירט

מתבודד » דינסטאג מאי 23, 2023 11:44 pm

· #525875
איך ווייס נישט פונקטליך וועם מ'מיינט, אבער כ'האב שוין באקומען אישי'ס פון עטליכע ניקס וואס א קורצע זוך אין זיייערע תגובות דערציילט שוין פונקט פון וועם מ'רעדט... דאס איז אייביג די נקודה, קוק וואס ער שרייבט און צו ער שרייבט בכלל, וועסטו זען ווער ער איז.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2023 1:15 am

· #525914
און א סאך זענען "גילגולים" פון פריער'דיגע טראללס למחצה, לשליש ולרביע...! אזוי ווי---!

שפילער » מיטוואך מאי 24, 2023 2:09 am

· #525929
עס דערמאנט מיר פון ביי די דיביעיט אין 2016 ווען די קאנדידאטן האבן זיך ארימגעאמפערט צווישן זיך האט זיך בען קארסען אנגערופן פארוואס טשעפעט מיך קיינער... די זעלבע זאך פרעג איך פארוואס באקימים איך נישט דעי אישי'ס....

הייליגע קאקאש קעיק » מיטוואך מאי 24, 2023 11:44 pm

· #526052
באמת א שכוח, מנהל.
ב"ה איך האב נאכנישט געהאט צוטון מיט די חברה, אבער איך פיל מיר זייער פארזיכערט צו שרייבן און פארברענגען אין א פלאץ וואס ווי אפן עס איז נאר האט עס א שטארקע השגחה.

בעל אחריות » מיטוואך מאי 24, 2023 11:56 pm

· #526053
איך שוין נעבעך דעם אינגערמאן, פון די לשון פונעם בריוו זעהט אויס ווי ער איז א נארמאלע קלוגע מענטש, אבער ער איז נעבעך קראנק, איך האב מיך גערעכנט אז ער איז עפעס א צויוזשילטער פארשוין...

איך צווייפל נישט אין די גערעכטיקייט פון די מנהל'ס החלטה, איך זאג נאר אז איך שוין אים און איך וואונטש אים א רפואה שלימה.

איינעראליינס » דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:06 am

· #526096
פארוואס האט מען מיך פארמאכט מיין פרווייטע הוודאות ?

וואו קען איך פרעגן ?

איינעראליינס » דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:17 am

· #526098
[ציטאט אראפגענומען]

איך זע.

שכוח

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 29, 2023 2:42 pm

· #526371
איך פיל מיך זייער געטראפן פון דיינע תגובות וועגן א.ג. סקעמערס וואס זוכן צו "פארכאפן" מענטשן אין א "נעץ" דורך שמועסן אין אישי וכו'...

איך בין דער געוועזענער "....." ניק וואס דו האסט אויסגעשפארט... האסט געשריבן זייער שארף אז מ'זאל זיך אכטונג געבן פון מיר אז איך האב עפעס א "נעץ" ארויסצובאקמען פריוואטע אינפארמעישאן פון די מעמבערס...

איך בין מודה אז איך האב גענוצט די פורום פאר נישט ריכטיגע זאכן, און געשמועסט פריוואט נישט אויסגעהאלטענע זאכן, אבער דאס איז עס. איך האב נישט קיין אנונג וועגן וואספארא "נעץ" דו רעדסט וועגן, יא איך האב פרובירט צו פירן א שמועס און אנקומען דארט, אבער עס זענען געווען פלענטי ניקס וואס אדער האבן מיך פלעין איגנארירט, אדער מיך געזאגט אפען אז זיי ווילן נישט שמועסן פון די זאכן, און איך האב זיי טאקע אפגעלאזט, די מיט וועמען איך האב יא געשמועסט האבן געווענטליך מסכים געווען און זיי האבן עס אויך ענדזויט... ווי מ'זאגט it takes two to tangle...

נאכאמאל, האסט געהאט רעכט מיך אויסצושפארן אלס נישט פאלגן תקנות פון קאווע שטיבל, פיין, אבער מיך אזוי צו באשמיצן כאילו איך האב אימיצער בא'עוועל'ט, איז נישט געווען ריכטיג, איך האב קיינעם נישט בא'עוועלט, יא איך האב געוואלט שמועסן פון די זאכן, אבער נאר מיט דער וואס איז אויך געווען אינטערסירט!! איך האב נישט קיין שום "מהלך" צו צווינגען מענטשן ארויסצוגעבן פריוואטע אינפארמעישאן!!

יעצט דו קענסט מיך נאכאמאל אויסשאפרן פון מיין נייע ניק, און אדער קען איך נאכאמאל מאכן א דריטע ניק, אדער וועל איך מיך באגיין אן קאווע שטיבל..

מיט ווייטאג
א טייל פון מיין ענטפער:
אנטשולדיגט מיר, ס'איז פרעך פון דיר נאך צו קומען דא מיט טענות. ועוד, די ביסט ליידער נישט דער איינציגסטע וואס האט דאס געטוהן.

אז די האסט א פראבלעם/אבסעשאן/אדיקשאן גיי צו ספעשאליסט וואס זאל דיר געבן טעראפי דערפאר. לאז אפ אונזערע מעמבערס!

אז די ווילסט אינטערטעינען דעם עולם ברבים אויף א וועג וואס איז אפראפרעיט, געזונטערהייט. אבער נוצן אונזער פלאטפארמע אריינצושלעפן אנדערע אין דיין חזיריי קען נישט טאלערירט ווערן בשום פנים ואופן.

נאכדעם וואס די ליינסט דעם מעסעדזש גיי איך דיר אויסשפארן.
Wow איז דאס אן אומבאלומפערטע קריפ. פון אזעלכע אומגעוואנטשענע געסט דארף מען שטיין ווייט. קריפס און מנובלים למיניהם, און אפילו ווען ס'מאכט זיך א שמועס און ביידע זענען מסכים דערצו ארבעטן אויף boundaries איז נאך אלס אן עיקר. נישט קומען מיט קיין אינוועסטיגעשנס און קאנפראנטאציעס נאך צוויי תגובות, ווי כאילו איינער קומט דיר עפעס... רעספעקטן א צווייטן'ס פערזענליכע ספעיס איז פון די ווייניגסטע - אויב בכלל - דיסקוטירטע נושאים אין אונזערע קרייזן...

וועל איך טאקע ליינען יענעם ארטיקל פון אבוטולמוס, שכח פארן לייגן.

אז מ'רעדט שוין יא, וואלט איך צוגעלייגט א באזונדערע נקודה וואס איך האלט מ'זאל מעגן אויסשפארן פאר דעם: די שנארער קאמפיינס אין אישי דארף זיך סטאפן, אפשר אין בית מדרש איז אפיעלס אן אקצעפטירטער זאך, אבער דא קומט מען צו שרייבן, ליינען און פארברענגען. אישי איז געמאכט פאר א שיחה, א פריוואטע קאמענט וואס אפשר איז אביסל צו בייסיג צו זאגן הויעך לאל, אז איינער וויל נישט אויפנעמען א גאנצע אשכול מיטן זיך אויסטענה'ן מיט א צווייטן איז אויך נישט קיין פראבלעם, אבער אישי איז נישט געמאכט צו לאקערן אדער צו ספעמען מיט שנארער לינקס, ס'אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג וואס די צוועק איז. אריינמארשירן צו יענעם אין די פריוואטע "דא האסטו... געמיר געלט!" איז א גרויליגע זאך. דעס איז ווי איך זאל יעצט געבן א כאפ עני ניק און אים מזכה זיין מיט א לינק צו יוטוב אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען.. העלא? א גוטן, ווער ביזטו? וואס ביזטו? איך האב עפעס מיט דיר?
...בפרט ווען איך האב מיט יענעם ניק אפשר גערעדט 2 מאל פריוואט אין מיין ק"ש היסטאריע. באג אף! איך זאג נישט ווער ס'איז, ווער ס'ווייסט ווער ס'איז, ווייסט און קום מיך נישט יעצט פרעגן פריוואט איך זאג נאר יענעם א הערה איך גיי דיר נישט געבן, איך האב נישט געגעבן, און גיי דיר קיינמאל נישט געבן איז אז דו קענסט זעהן מיך אראפצונעמען פון דיין ליסטע וואלט איך אפרישיעטעד. און אז די הנהלה קען שטיין אויף דעם וואלט איך אויך אפרישיעטעד.

מונטסורי » מאנטאג מאי 29, 2023 5:45 pm

· #526376
גוט צו וויסען! ווען אימער איך בין גרייט אפצוהאקען מיט @סאנטיאגא שיק איך אים א גאו פאנד מי, וחסל

איך אויך » מאנטאג מאי 29, 2023 11:06 pm

· #526423
א גוטן

מיין אישי קעסטל איז מיסטעריעז נעלם געווארן. איך האב קיינעם נישט געסקעמט אדער געטראלט און שוין נישט געשיקט קיין אישי פאר לפחות א שיינע פאר חדשים.

@אנאנים וואס גייט פאר?

איך אויך » מאנטאג מאי 29, 2023 11:14 pm

· #526427
א דאנק. That was quick

סאנטיאגא » דינסטאג מאי 30, 2023 2:00 pm

· #526494
מונטסורי
גוט צו וויסען! ווען אימער איך בין גרייט אפצוהאקען מיט @סאנטיאגא שיק איך אים א גאו פאנד מי, וחסל
כ'וואלט דיר געגעבן א לייק ווייל כ'ווייסס'קומט דיר אבער היות ס'איז א איוון נומבער גיי איך עס נישט יעצט פאר'האגענען...

הייליגע קאקאש קעיק » דינסטאג מאי 30, 2023 2:18 pm

· #526498
סאנטיאגא
מונטסורי
גוט צו וויסען! ווען אימער איך בין גרייט אפצוהאקען מיט @סאנטיאגא שיק איך אים א גאו פאנד מי, וחסל
כ'וואלט דיר געגעבן א לייק ווייל כ'ווייסס'קומט דיר אבער היות ס'איז א איוון נומבער גיי איך עס נישט יעצט פאר'האגענען...
איך האב דיר געלייקט נישט ווייל איך זוך מיר אנצונעמען פאר דיר נאר ווייל איך האב הנאה פון די געדאנק