☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ענדליך! איר קענט שנעלער טרינקען דאס קאווע

ענדליך! איר קענט שנעלער טרינקען דאס קאווע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1621

קורץ און שארף » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:16 pm

· #39104
ענדליך! איר קענט שנעלער טרינקען דאס קאווע
אינטרעסאנט אז אזעלכע גרויסע נייעס איז נאך נישט באריכטעט געווארן דא! [אויב יא ביטע, ביטע, צוזאמשמעלצן, אזש עס זאל ווערן ממש איין אשכול].

נאך לאנגע יארן וואס מען פלעגט זיך דארפן מוטשען דערמיט, איז אנגעקומען די גאר פאזיטיווע נייעס.

נישט איינמאל האט מען געקענט זעהן דער אינגערמאן שטייענדיג אין [די עכטע, כמיין די פאלשע] קאווע שטיבל אין בית המדרש, די הייסע וואסער איז שוין ארייגעגאסן אויפן קאווע. יעצט ברויך מען זיך נעמען צום מילך!
ער גיבט א קוק אויף די מילך, און נישט מער און נישט ווייניגער, נישטא קיין איין אפענע מילעך!
אנשטאט צו קענען גיבן א עפן די נייע באטעל מילך, האט מען געמוזט נעבעך אראפלייגן די קאפ קאווע, און נוצן די גאנצע קראפט, קאפ און מח, וויאזוי צו עפענען די געדרייטע קאווער פונעם מילעך.

דאס איז געקומען צו א ענדע!

די באקאנטע פירמע גאלדען פלאוי, האט אין א היסטארישע שריט געטוישט די דעקלעך פון די מילעך, און פון היינט אין ווייטער גייט מען קענען עפענען די קאווער, אפילו די ערשטע מאל, מיט בלויז איין הענט.

וישתו ענוים קאווע עם מילך וישבעו.

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:26 pm

· #39108
טאקע א מוידריגע דעגריכונג איך מיין מ'קען זאגען שהחינו דערויף.....

a1b2 » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:31 pm

· #39110
לעמיל
טאקע א מוידריגע דעגריכונג איך מיין מ'קען זאגען שהחינו דערויף.....

מיטען שם המלכת אדדער אן?

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:33 pm

· #39111
a1b2
לעמיל
טאקע א מוידריגע דעגריכונג איך מיין מ'קען זאגען שהחינו דערויף.....

מיטען שם המלכת אדדער אן?

דאס דארפסטו שוין פרעגען א דיין

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:18 pm

· #39134
זיי פלעגן אלץ זיין אזוי, אין די גוטע צייטן.
די נייע געדרייטע קאווער איז נאר א בחינה פון להחזיר עטרה ליושנה...

אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:27 pm

· #39139
שמעקעדיג
דיינע לייקס פון אנדערע פאר דיר און די פאר אנדערע שטייען אייניג
כל המכבד את הבריות מכובד על הבריות
כה לחי

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:36 pm

· #39143
ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן. 🙂
מ'דארף מאכן א סקרין שאט און עס איינפרעמען, ווייל די זאכן זענען סובזשעקט טו טשענדזש אן עי דעילי בעיסיס.... אפילו אפטער פון דעם, ביי די מינוט!

טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:38 pm

· #39144
שמעקעדיג
זיי פלעגן אלץ זיין אזוי, אין די גוטע צייטן.
די נייע געדרייטע קאווער איז נאר א בחינה פון להחזיר עטרה ליושנה...

ווען מיין רבי און חדר פלעגט מסביר זיין ווי אזוי יעקב האט אראפגעקוילערט די שטיין פין די ברינען, פלעגט די משל גיין אויף די דעקל וואס מען האט געקענט אראפנעמען מיט איין פינגער. א שטיק צייט איז עס געגאנגען אויף די גאלענדיגע באטלעך.

גוטזאגער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:21 pm

· #45112
פארוואס האט גאלדען פלאו באשלאסען צו טוישען די דעקיל און טא טאזעינט און טיעלף? אפשר אלץ תשובה אויף די ברייט געפרעגטע קשיא ווי איז די קאווער פון די ......

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:31 pm

· #45119
יעצט איז צייט צו טוישן די אומב'חנ'טע פאפירענע (4\1 גאלאן) פלעשער...