☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מהפיכה איבער מזונות ראלס

מהפיכה איבער מזונות ראלס

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16208

היכי דמי » זונטאג מאי 21, 2023 3:22 pm

· #525498
מהפיכה איבער מזונות ראלס
לעצטענס טוט זיך אסאך אין די חדרי הרבנים איבער די ענין פון מזונות ראלס. דא רבנים וואס טענהן אז עס איז נישטא אזא זאך, און די גאנצע געדאנק אז בעלי מכשירים שרייבן אויף ברויטן אז עס איז מזונות איז א פשוטע געלט סקעם.

אין די הליכות החיים גליון איז געווען געשריבן עטליכע מאל דערוועגן, אויך האט אנגעהויבן לויפן עדס אין די וויליאמסבורגע פאפירן.

איך ווייס נישט ווער עס שטייט דערונטער, אבער לויט ווי איך הער באקומען השגחות גאר אסאך פרעשור צו טוישן די הלכות און גענצליך אויסראטן דאס עצם געדאנק פון מזונות ראללס.

גיב עס א יאר צוויי, און די גרינע זעקלעך מזונות ברויט וועט ווערן א זאך פון היסטאריע ווי אונז וועלן מסביר זיין פאר אונזער אייניקלעך אז אינדערהיים איז געווען אזא מין זאך ווי מזונות ברויט

יין שרף » זונטאג מאי 21, 2023 3:30 pm

· #525499
סטריקלי שו"ע איז עס א שווערע זאך, אבער למעשה איז דא א של"ה וואס האלט אזוי, און אזוי פסק'נט די מהרש"ם.

היכי דמי » זונטאג מאי 21, 2023 3:40 pm

· #525502
אז וואס? לאיסור או להיתר?

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 21, 2023 3:44 pm

· #525503
קיצור שו"ע פסקנט להיתר.

מילך טראק » דינסטאג מאי 23, 2023 8:35 pm

· #525841
יין שרף
סטריקלי שו"ע איז עס א שווערע זאך, אבער למעשה איז דא א של"ה וואס האלט אזוי, און אזוי פסק'נט די מהרש"ם.
איך בין נישט קיין גרויסע תלמיד חכם , אבער וואס איך מיין איז אז אין שלחן ערך שטייט אז אויב ס'האט מיר פירות איז עס מזונות, אבער אויב איז מען קובע סעודה איז עס המוציא,די שאלה איז וואס די גדר סעודה איז.

געהערט בשם א דיין אז ווילאנג באזעצט זיך נישט אראפ צו א סעודה פאר א שעה צוויי ווי למשל סוואלט געווען א שבת'דיגע סעודה, אדער א ברית, חתונה וכו'
נאכדעם איז דא וואס זאגן אז אפי'מעסט עס אין די קאר אויפן וועג איז עס אויך א סעודה.

יין שרף » דינסטאג מאי 23, 2023 10:25 pm

· #525861
ע"פ די רמ"א מוז זיין סיי רוב מי פירות און סיי זיס (טעמו ניכר), ע"פ שו"ע עכ"פ טעמו ניכר אפי' מיעוט מי פירות.
רוב מאכט מען היינט מיט קאנסענטרעיט, און איז תלוי במחלוקת הנ"ל לויט כמה פוסקים.

כרם זית » דינסטאג מאי 23, 2023 11:07 pm

· #525868
@מילך טראק פון שלחן ערוך זעט אויס אז קביעות סעודה מיינט 'וויפיל' מען עסט, נישט 'ווי אזוי' מעסט. עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן די מקור פון די דיין.

@יין שרף די היתר פון ניצן קאנסנטרעיט איז זייער נישט מסתבר, זיכער נישט לויט די שיטה אז מען דארף שפירן די זיסע טעם. בכלל זענען דא אחרונים וואס קריגן זיך אויף די שלחן ערוך אז וויבאלד מען עסט היינט מזונות ברויט די זעלבע ווי המוציא ברויט דאן דארף מען זיך וואשן און מאכן המוציא וג' ברכות אפילו אויב מען עסט נישט די שיעור פון קביעות סעודה וויבאלד עס איז פינקט אזא חשובע עסן ווי סתם ברויט.

חדשים » דינסטאג מאי 23, 2023 11:49 pm

· #525878
עס איז דא א באקאנטע לענגערע תשובה פון הרב שמואל דוד סאקס שליט”א וואס ליגט אין די נושא שוין יארן און האלט אז ברכתו מזונות בוודאות. פאר יארן צוריק, ווען איך האב געלערנט די מקצוע, האב איך אסאך נו”נ געווען מיט אים און עס איז מיר אויך אויסגעקומען אז ברכתו מזונות בלי שום פקפוק. ליידער בין איך שוין היינט נישט אזוי אויסגעקאכט דערין און איך געדענק נישט אלע פרטים.
https://drive.google.com/file/d/1rz4hMT5hax9vmbg0wJjmCF_FuOdll22H/view?usp=share_link

מילך טראק » מיטוואך מאי 24, 2023 12:44 am

· #525905
כרם זית
@מילך טראק פון שלחן ערוך זעט אויס אז קביעות סעודה מיינט 'וויפיל' מען עסט, נישט 'ווי אזוי' מעסט. עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן די מקור פון די דיין.

@יין שרף די היתר פון ניצן קאנסנטרעיט איז זייער נישט מסתבר, זיכער נישט לויט די שיטה אז מען דארף שפירן די זיסע טעם. בכלל זענען דא אחרונים וואס קריגן זיך אויף די שלחן ערוך אז וויבאלד מען עסט היינט מזונות ברויט די זעלבע ווי המוציא ברויט דאן דארף מען זיך וואשן און מאכן המוציא וג' ברכות אפילו אויב מען עסט נישט די שיעור פון קביעות סעודה וויבאלד עס איז פינקט אזא חשובע עסן ווי סתם ברויט.
מקור ווייס איך נישט, אבער פארוואס האלטסטו קובע סעודה מיינט א שיעור? איך וואלט אויך פארשטאנען אויב דאס איז א סעודה קבועה

שלחן ערוך רופט עס נאך אלטץ 'פת' אפילו ס'איז זיס

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2023 1:03 am

· #525908
איך ווייס נישט וועגן "היינטיגע" פוסקים וואס פארדרייען און פארקרומען בפירוש'ע הלכות אין שולחן ערוך.

אין שו"ע שטייט קלאר אז א טייג וואס איז געקנעטן מיט מי פירות מאכט מען א "מזונות". אויסער אויב מ'עסט א גרויסן שיעור כדי שביעה. אדער מ'איז קובע א סעודה אויף דעם. די שו"ע רעדט אינגאנצן נישט פון זיסקייט אדער חשיבות און אויסזעהן ווי ברויט.

א יעדער קען "קוועטשן" און אריינטייטשן זיינע אייגענע בויך סברות. דאס מאכט עס נאכנישט פאר קיין הלכה...!

כרם זית » מיטוואך מאי 24, 2023 1:20 am

· #525916
מילך טראק
מקור ווייס איך נישט, אבער פארוואס האלטסטו קובע סעודה מיינט א שיעור? איך וואלט אויך פארשטאנען אויב דאס איז א סעודה קבועה

שלחן ערוך רופט עס נאך אלץ 'פת' אפילו ס'איז זיס
מחבר או''ח סימן קסח: ואם אכל ממנו 'שיעור' שאחרים רגילים לקבוע עליו. וע''ש מחצית השקל ושלחן ערוך הגר''ז מחלוקת בכמות השיעור.

עדיאל » מיטוואך מאי 24, 2023 1:25 am

· #525919
די תורה הקדושה זאגט, ואכלת ושבעת וברכת. דאס איז נישט קיין מנהג אדער חומרא. ס'איז מצות עשה פונקט ווי מצה און תפילת השל"ה ער"ח סיון. ס'איז א מענטשליכקייט אויכעט. האסט געהאט עסן צו דער זעט, איז בענטש למי שאכלת משלו.

חז"ל האבן מתקן געווען דריי צו פיר ברכות. רבי עקיבא האלט אפילו אכל שלוק והוא מזונו מברך שלוש. וואס א חילוק וואסערע פארעם די קאלעריעס זענען? נאר ס'איז אן outlier. מ'רעד נישט פון אידן מיט מאגן קרעמפן. נארמאלע מענטשן עסן פת, איז נמנו עליו חבריו אז א מאלצייט איז דוקא סיריעלס.

ברויט איז אלעמאל געווען די עיקר סעודה. א טשיקען האט געקאסט פיל פיל מער ווי היינט, אפילו פון די שחיטה המהודרת. צו זאגן אז דגן איז מחייב ברהמ"ז איז ווי צוזאגן אז פרישטאג און סאפער זענען. לעולם וואלט מען געדארפט בענטשן אין א זאגער'ל נאך א נאכטמאל פון טשיקן און פאטעיטאס. כ'מיין, ס'נארמאל זיך אנעסן בשר ודגים וכל מטעמים און זיך אפ'פטר'ן מיט א בורא נפשות געמורמעלעריי? נאר שו"ע האט זיך שוין ossified אז ברויט איז קובע, און מיר ווייסן אז הלכה וועט זיך נישט טוישן אפילו משה רבינו זאל שרייבן א חיבור מיט א הסכמה פונעם רבי'ן.

לעגאליז, זאגן חז"ל אז נישט אלע מיני סיריעלס. פת הבא בכיסנין נישט. קיפעלעך איז נישט קיין פרישטאג און פרעצעלס איז נישט קיין נאכטמאל. נו, פארשטייטצעך. קומען די צדיקים און קנעטן כשר'ע ברויט אין מאראנצן זאפט ויקרא שמו בישראל כיסנין. גרינע ברויט און פרישע בייגל, שטיקער כזיתים חמץ וואס מ'דארף זיך נישט שעמען צו פיטערן מלאכים ושרפים ווערט לויטער מזונות.

רבי איד, איר האלט נישט ביים בענטשן, איז טוט נישט קיין טובות פאר קיינעם און בענטשט נישט. פון מיינער זייט שטעלט אייך אויף פונעם זיצער און גייט לחיים ולשלום פיצן זיך די וואנצען פון די שיירי טונא בייגל מיט מייאינעיז. נאר זייט מיר נישט קיין נבל ברשות התורה. וואשן זיך גייט איר מילא. איר גייט דאך נישט עסן מיט פארשמירטע הענט. אויף זייף מיט ווארעם וואסער קען מען זאגן על נטילת ידים, אלץ קל וחומר. מה דאך א טעפל וואס מאכט מער שמוציג די הענט ווי דער האנטוך, דארף נישט מער ווי א רביעית, איז דאך א כל שכן זייף וואס מאכט באבעלס אין די גרייס פון מ' סאה. טא, איז זאגט שוין המוציא אויכעט.

די גאנצע קאנצעפט פון מזונות ראלס איז א סקעם צו סטאקן די פאליצעס מיט מער לעבלס. על כן נראה הלכה למעשה אז די מזונות זענען שהכל, און מאנגא אייסעס איז אמת'ע פרוכט, און פיצא איז פארווע. ויאכלו גנבים וישבעו.

מילך טראק » מיטוואך מאי 24, 2023 1:28 am

· #525921
כרם זית
מחבר או''ח סימן קסח: ואם אכל ממנו 'שיעור' שאחרים רגילים לקבוע עליו. וע''ש מחצית השקל ושלחן ערוך הגר''ז מחלוקת בכמות השיעור.
שכח פאר אראפברענגען

מילך טראק » מיטוואך מאי 24, 2023 1:31 am

· #525922
וואס איז די הלכה בדיעבד אויב איינער האט געמאכט על המחיה אויף ברויט ?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2023 1:34 am

· #525923
עדיאל: דו זאגסט זייער גוט. ווען אידישקייט וואלט געווען (נאר) פיעלינגס וואלסטו גערעכט געווען. וואס זאלל מען טון אבער אז ס'איז דא א הלכה קבועה ופסוקה אז א טייג וואס איז געקענטן אין מי פירות, זאלל זיין ארענדזש דזשוס אדער אייער הייסט עס מי פירות. און אויף א טייג פון מי פירות מאכט מען א בורא מיני מזונות. קעיס קלאוז'ד. דו קענסט יא בענטשן אדער נישט בענטשן. דאס איז שוין א צווייטע זאך. מ'רעדט דא פון דעם חיוב עפ"י הלכה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 24, 2023 8:40 am

· #525957
אין א הלכה ענין וויל איך אריין רעדן.

ר' בערל, דו ברענגסט א שלחן ערוך וואס עגזיסטירט נישט אין ערגעץ. דער מחבר האלט אז תערובות מי פירות מאכט עס פאר א מזונות טאמער די טעם פון די תבלין אדער מי פירות איז קענטיג. און אויף דעם שרייבט דער רמ"א וי"א שזה נקרא פת גמור אלא אם כן יש בהם הרבה תבלין או דבש כמיני מתיקה שקורין לעקי"ך.

די פשוט'ע שלחן ערוך נאך וואס אונז גייען מיר איז אז עס מוז האבן א טעם ווי קעי"ק, און דעריבער דארפן מיר מאכן א המוציא אויף 'מזונות ברויט'.

דער שלחן ערוך הרב (סעי' י"א) ברענגט נישט קיין רמז וועגן די טעם, אבער ער דערמאנט יא אז די מי פירות מוזן זיין די רוב. זיין מקור איז די ט"ז וואס וויל לכאורה יוצא זיין אלע שיטות. איך קען נישט די מציאות, אבער די פשוט'ער עפ"ל זאפט וואס מיר קויפן אין געשעפט איז רוב מים, ווארום עס איז צוריק געשטעלט פון קאנצעטרירטע זאפט.

דער ערוך השלחן איז נישט אזוי מחמיר, אבער ער שרייבט אויך 'אלא וודאי שיש גם מים אלא שאין המים עיקר'. די וואסער איז נישט די עיקר נאר די מי פירות, עיי"ש ווי ער שרייבט אז עס האט נישט מיט רוב און מיעוט.

נעקסטן טריט:

טאמער אבער איינער איז מצליח צו פאבריצירן א מזונות ברויט וואס איז טאקע פת הבאה בכיסנין, איז עס נאכאלס נישט אינדערארדנונג. אפילו פת הבאה בכיסנין האט א חיוב וואשן, בענטשן אא"וו טאמער דער מענטש איז קובע סעודה דערויף. וואס מיינט קביעות סעודה? לאמיר אפלאזן די שיעור לחם פון די פוסקים, ווייל די פוסקים ברענגן אן אנדערן מהלך פון 'קביעות סעודה', וואס דאס איז, כלשון המ"ב ואם אכלו עם בשר או דברים אחרים שמלפתים בו הפת סגי כשאוכל שיעור שאחרים רגילין לשבוע ממנו כשאוכלין ג"כ עם דברים אחרים אך אם אכלו לבדו ושבע ממנו אף שאחרים לא היו שבעין ממנו לבדו אבל כיון שאם אכלו אותו עם דברים אחרים היו שבעין ממנו ג"כ לא אמרינן בטלה דעתו וצריך לברך עליו המוציא ובהמ"ז . איינער וואס נעמט א געקאכטע איי, מיט טאמעיטאס און צוויבל, און ער שמירט פוטער אויף די מזונות ברויט און לייגט דערויף די איי, טאמעיטא און צוויבעל, האט ער קובע סעודה געווען, און ער מוז וואשן און בענטשן. וכן הוא ווען ער נעמט א 'מזונות פיתה' און ער לייגט אריין טשיקען אדער פאלאפעל מיט סאלאט, וואס דאס איז די שיעור ברויט וואס מענטשן עסן צוזאמן מיט אנדערע שפייזן זאט צו ווערן, און די הלכה איז אז ער מוז וואשן און בענטשן.

איך האב די קונטרס נישט געלערנט, אבער איידער די מזונות ברויט עפאכע איז דאס די פשטות ההלכה, און על המקילים להביא ראיה.

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 24, 2023 9:18 am

· #525963
אויף וויפיל מ'איז אינטערסירט דא פון היינטיגע פוסקים, ר' יצחק הערשקאוויטש דומ''ץ קלוזנבורג, איז אריין צו אן אייניקל'ס שמחה, געמאכט א הויכע מזונות אויף די בייגעל'ס און געמאכט נאר על המחיה ביים סוף.
לעומת זה, אלע פאפא דיינים האלטן אז צו מאכן א מזונות, מוז עס זיין אזוי זיס ווי קאקיס.

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 24, 2023 10:27 am

· #525969
אלע צוזאמען
אויף וויפיל מ'איז אינטערסירט דא פון היינטיגע פוסקים, ר' יצחק הערשקאוויטש דומ''ץ קלוזנבורג, איז אריין צו אן אייניקל'ס שמחה, געמאכט א הויכע מזונות אויף די בייגעל'ס און געמאכט נאר על המחיה ביים סוף.
לעומת זה, אלע פאפא דיינים האלטן אז צו מאכן א מזונות, מוז עס זיין אזוי זיס ווי קאקיס.
ביי די חתונה פון ר' שאול יהודה פריזאנט חדב''ן אדמו''ר מ'קלוזונבורג, איז געווען א טענט פאר די פרויען, ווען מ'האט געפרעגט די רבי ווי זיי גייען זיך וואשן צום סעודה, האט די רבי געזאגט, זאל מען זיי געבן מזונות ראל'ס.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך מאי 24, 2023 10:49 am

· #525973
אלע צוזאמען
ביי די חתונה פון ר' שאול יהודה פריזאנט חדב''ן אדמו''ר מ'קלוזונבורג, איז געווען א טענט פאר די פרויען, ווען מ'האט געפרעגט די רבי ווי זיי גייען זיך וואשן צום סעודה, האט די רבי געזאגט, זאל מען זיי געבן מזונות ראל'ס.
משום איזה סיבה בין איך חושש אז דאס איז געווען צוליב וואס די שאלה איז געווען לגבי די בריאה וואס רופט זיך 'פרויען', און נישט אז ער האלט אזוי לגבי די עצם הלכה.

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 24, 2023 3:15 pm

· #525990
און? פרויען זענען מחיוב מיט ברכת המזון די זעלבע ווי מענער.

יין שרף » מיטוואך מאי 24, 2023 3:18 pm

· #525991
פונדאַמענטאַל
משום איזה סיבה בין איך חושש אז דאס איז געווען צוליב וואס די שאלה איז געווען לגבי די בריאה וואס ריפט זיך 'פרויען', און נישט אז ער האלט אזוי לגבי די עצם הלכה.
:דיסלייק

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2023 10:10 pm

· #526037
ליטוואק פון בודאפעסט: לויט ווי איך האב אפגעלערנט דעם מחבר און משנ"ב איז משמע אז וואס ס'איז קובע די ברכה צי המוציא אדער מזונות אויב ס'איז געקנעטן מיט וואסער אדער מיט מי פירות. (אייער הייסט אויך מי פירות). און אויב ס'איז געקנעטן מיט מי פירות הייסט עס פת הבאה בכיסנין..

די צווייטע פאקטאר איז אויב מ'איז קובע א סעודה אדער מ'עסט עס סתם ווי מ'רופט א "סנעק".אויב מ'איז קובע א סעודה ווי למשל ביי א ברית (מלוה מלכה ביניך נישט זיכער) הייסט דאס קביעת סעודה און מ'דארף זיך וואשן און מאכן א המוציא. אבער א פשוט'ע פרישטאג (ברעקפעסט) אין א וואכנטאג ווען מ'איילט זיך הייסט נישט קיין קביעת סעודה. און מ'מאכט א מזונות און על המחיה...כנלענ"ד...!

אחרי ככלות הכל זעמיר נישט קיין בריסקער. און די תורה און הלכה זענען זייער קלאר. מ'דארף נישט ארויסזוכן נייע ספעקולאציעס און חומרות על גבי חומרות...!

יעקב מענטש » מאנטאג יולי 17, 2023 4:43 pm

· #531632
קאשויער רב ז"ל האט שטארק מיקל געווען אויף די מזונות ראלס ווייל מענטשען נעמן נאר דערפאר ווייל זיי ווילן נישט קיין געהעריגע סעודה, נאר ענדערש צו שטילן דעם הונגער

תשפג » מאנטאג יולי 17, 2023 6:00 pm

· #531638
אויפן צד אז ס׳נישטא אזא זאך מזונות ברויט, וואס איז די הלכה מיט pizza? די היתר איז דאך אויך רוב מי פירות…
דעיס קען נאך פארשווערן די גאנצע פיצא אינדאסטרי…

תנחום » מאנטאג יולי 17, 2023 7:07 pm

· #531643
אין ירושלים איז פיצא אן המוציא בהוראת עדה"ח און אלעס גייט אן געהעריג.

קורקלענד » מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm

· #531645
תשפג
אויפן צד אז ס׳נישטא אזא זאך מזונות ברויט, וואס איז די הלכה מיט pizza? די היתר איז דאך אויך רוב מי פירות…
דעיס קען נאך פארשווערן די גאנצע פיצא אינדאסטרי…
מצד שני וועט כאטשיג זיין בעסערע פיצא.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 17, 2023 7:38 pm

· #531647
ליטוואק פון בודאפעסט
אין א הלכה ענין וויל איך אריין רעדן.

ר' בערל, דו ברענגסט א שלחן ערוך וואס עגזיסטירט נישט אין ערגעץ. דער מחבר האלט אז תערובות מי פירות מאכט עס פאר א מזונות טאמער די טעם פון די תבלין אדער מי פירות איז קענטיג. און אויף דעם שרייבט דער רמ"א וי"א שזה נקרא פת גמור אלא אם כן יש בהם הרבה תבלין או דבש כמיני מתיקה שקורין לעקי"ך.

די פשוט'ע שלחן ערוך נאך וואס אונז גייען מיר איז אז עס מוז האבן א טעם ווי קעי"ק, און דעריבער דארפן מיר מאכן א המוציא אויף 'מזונות ברויט'.

דער שלחן ערוך הרב (סעי' י"א) ברענגט נישט קיין רמז וועגן די טעם, אבער ער דערמאנט יא אז די מי פירות מוזן זיין די רוב. זיין מקור איז די ט"ז וואס וויל לכאורה יוצא זיין אלע שיטות. איך קען נישט די מציאות, אבער די פשוט'ער עפ"ל זאפט וואס מיר קויפן אין געשעפט איז רוב מים, ווארום עס איז צוריק געשטעלט פון קאנצעטרירטע זאפט.

דער ערוך השלחן איז נישט אזוי מחמיר, אבער ער שרייבט אויך 'אלא וודאי שיש גם מים אלא שאין המים עיקר'. די וואסער איז נישט די עיקר נאר די מי פירות, עיי"ש ווי ער שרייבט אז עס האט נישט מיט רוב און מיעוט.

נעקסטן טריט:

טאמער אבער איינער איז מצליח צו פאבריצירן א מזונות ברויט וואס איז טאקע פת הבאה בכיסנין, איז עס נאכאלס נישט אינדערארדנונג. אפילו פת הבאה בכיסנין האט א חיוב וואשן, בענטשן אא"וו טאמער דער מענטש איז קובע סעודה דערויף. וואס מיינט קביעות סעודה? לאמיר אפלאזן די שיעור לחם פון די פוסקים, ווייל די פוסקים ברענגן אן אנדערן מהלך פון 'קביעות סעודה', וואס דאס איז, כלשון המ"ב ואם אכלו עם בשר או דברים אחרים שמלפתים בו הפת סגי כשאוכל שיעור שאחרים רגילין לשבוע ממנו כשאוכלין ג"כ עם דברים אחרים אך אם אכלו לבדו ושבע ממנו אף שאחרים לא היו שבעין ממנו לבדו אבל כיון שאם אכלו אותו עם דברים אחרים היו שבעין ממנו ג"כ לא אמרינן בטלה דעתו וצריך לברך עליו המוציא ובהמ"ז . איינער וואס נעמט א געקאכטע איי, מיט טאמעיטאס און צוויבל, און ער שמירט פוטער אויף די מזונות ברויט און לייגט דערויף די איי, טאמעיטא און צוויבעל, האט ער קובע סעודה געווען, און ער מוז וואשן און בענטשן. וכן הוא ווען ער נעמט א 'מזונות פיתה' און ער לייגט אריין טשיקען אדער פאלאפעל מיט סאלאט, וואס דאס איז די שיעור ברויט וואס מענטשן עסן צוזאמן מיט אנדערע שפייזן זאט צו ווערן, און די הלכה איז אז ער מוז וואשן און בענטשן.

איך האב די קונטרס נישט געלערנט, אבער איידער די מזונות ברויט עפאכע איז דאס די פשטות ההלכה, און על המקילים להביא ראיה.
למעשה איז געבליבן די איינציגסטע זאך איבער וואס מ'קען זיך דינגען...וואס הייסט "קביעת סעודה". אויב א מענטש עסט א שנעללן ברעקפעסט אדער לאנטש. אפילו ער שמירט אן פוטער און אפילו אמעריקען טשיעז אויף די סלייס ברויט, דאס הייסט נישט קיין קביעת סעודה. אדרבה. דאס איז מוכיח אז ער האט נישט קובע סעודה געווען. און ער מאכט א בורא מיני מזונות. ביי א ברית אדער מלוה מלכה איז שוין אנ'אנדער שאלה. אויב ער איז קובע סעודה אויף דעם דארף ער טאקע מאכן א המוציא. מיט נט"י און בהמ"ז. אויב ער עסט א שיעור כדי שביעה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 17, 2023 7:54 pm

· #531648
דו שרייבסט דא בויך סברות, און דו באשולדיגסט מיר גאר אין דעם.

דער משנה ברורה דערמאנט נישט עסן שנעל, פאוואליע, א סעודת ברית, א מלוה מלכה צו א סינקא די מאיא טיש. דו קומסט דא מיט אייגענע חידושים און סברות, וואס די פוסקים ברענגן נישט.

דער משנה ברורה שרייבט, כמבואר למעלה. נישט מער און נישט ווייניגער. א סענדוויטש פון מזונות ברויט מיט פלייש, פיש, פאלאפל, שניצל, אויפשניט, ווארשט, חומוס, אדער קעיז, איז א קביעות סעודה. עס האט גארנישט מיט ווילאנג עס נעמט צו עסן, וואס ער רופט עס אן, און וועלכע צייט ער עס עס. כך הוא דעת המשנה ברורה.

טמיר » מאנטאג יולי 17, 2023 8:02 pm

· #531649
Re: מהפיכה איבער מזונות ראלס
אויב מזונות בייגלעך האבן געקענט ארויסשלעפן דעם ליטוואק פון זיין קאוויד בונקער, האט זיך שוין אלעס געלוינט

אגרות צפון » דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:54 pm

· #531888
ליטוואק פון בודאפעסט
דו שרייבסט דא בויך סברות, און דו באשולדיגסט מיר גאר אין דעם.

דער משנה ברורה דערמאנט נישט עסן שנעל, פאוואליע, א סעודת ברית, א מלוה מלכה צו א סינקא די מאיא טיש. דו קומסט דא מיט אייגענע חידושים און סברות, וואס די פוסקים ברענגן נישט.

דער משנה ברורה שרייבט, כמבואר למעלה. נישט מער און נישט ווייניגער. א סענדוויטש פון מזונות ברויט מיט פלייש, פיש, פאלאפל, שניצל, אויפשניט, ווארשט, חומוס, אדער קעיז, איז א קביעות סעודה. עס האט גארנישט מיט ווילאנג עס נעמט צו עסן, וואס ער רופט עס אן, און וועלכע צייט ער עס עס. כך הוא דעת המשנה ברורה.
די סינקא די מאיא טיש האט מיר געקאסט אן אויספלאץ 😂

שמן למאור » מאנטאג יולי 24, 2023 11:58 am

· #532094
עס איז קודם ארויסגעקומען א קול קורא אינטערגע'חתמ'עט דורך צענדליגע גאר חשובע רבנים, ווי זיי שרייבן אז מען זאל אינגאנצן מבטל זיין די מזונות ראל'ס און מען זאל זיך געהעריג וואשן און בענטשן אויף דעם.
📎 20230724_032003.jpg שפעטער איז ארויסגעקומען א בריוו פון די סקווירא בי"ד וואס זאגט אז מען קען "יא" מאכן א מזונות אויף דעם.
📎 20230724_031958.jpg אינטערסאנט איז אז צוויי רבנים (ר שלום פאללאק, און ר' יהושע לייפער) זענען אינטערגע'חתמ'עט אויף ביידע צעטלעך...

ווייס איך שוין נישט ווי באגלייבט די צעטלעך זענען...

נחבא » מאנטאג יולי 24, 2023 12:18 pm

· #532100
שמן למאור
עס איז קודם ארויסגעקומען א קול קורא אינטערגע'חתמ'עט דורך צענדליגע גאר חשובע רבנים, ווי זיי שרייבן אז מען זאל אינגאנצן מבטל זיין די מזונות ראל'ס און מען זאל זיך געהעריג וואשן און בענטשן אויף דעם.
📎 20230724_032003.jpg20230724_032003.jpg שפעטער איז ארויסגעקומען א בריוו פון די סקווירא בי"ד וואס זאגט אז מען קען "יא" מאכן א מזונות אויף דעם.
📎 20230724_031958.jpg20230724_031958.jpg אינטערסאנט איז אז צוויי רבנים (ר שלום פאללאק, און ר' יהושע לייפער) זענען אינטערגע'חתמ'עט אויף ביידע צעטלעך...

ווייס איך שוין נישט ווי באגלייבט די צעטלעך זענען...
די סקווירא צעטל איז עלטער.

שמן למאור » מאנטאג יולי 24, 2023 12:47 pm

· #532101
גערעכט, כ'באמערק יעצט אז ס'שוין עטליכע חדשים אלט.

שמן למאור » מאנטאג יולי 24, 2023 2:35 pm

· #532104
איך האב גערעדט מיט עטליכע מענטשן איבער דעם ענין, און עס קוקט מיר אויס ווי געוויסע קוקן עס אן אז זיך וואשן און בענטשן איז מער א פרומערע זאך ווי מאכן א מזונות און על המחיה.

איך זעה פון וואו זיי קומען, ווייל זיך וואשן און בענטשן נעמט לענגער און איז שווערער, און מיר ווייסן דאך אז ווי שווערער עפעס איז, אלס מער אידישליך און פרום איז עס.

אבער למעשה דארף מען פארשטיין אז יעדע צד האט א חומרא און א קולא. אויב איינער גייט זיך וואשן און מאכט א ברכה על נטילת ידים אויף א קליין שטיקל קעיק באופן ווי עס קומט א מזונות, דאן איז ער נישט קיין מחמיר, נאר מאכט א געהעריגע ברכה לבטלה.

א ברכה לבטלה איז זייער א הארבע זאך אין הלכה, און דערפאר איז אלעמאל ספק ברכות להקל. אויב איז דא א ספק יא צו מאכן א ברכה אדער נישט, וועלן די פוסקים אייביג זאגן ענדערש נישט צו מאכן א ברכה, אדער מאכן די ברכה וואס מען איז זיכער יוצא.

איך קען א חשוב'ע דיין וואס וואשט זיך אויף מזונות ברויט, אבער מאכט נישט קיין ברכה על נטילת ידים. דהיינו ער האלט להלכה אז עס איז א מזונות און על המחיה, און דאס מאכט ער טאקע, נאר ער וואשט זיך לחומרא בעלמא, בלי ברכה.

איינער וואס וואשט זיך און בענטשט במקום וואו ער דארף באמת מאכן א מזונות, איז עובר אויף מער ברכות לבטלה ווי איינער וואס מאכט א מזונות און על המחיה באופן ווי ער דארף זיך באמת וואשן. דא איז עס נאר צוויי ברכות, און דא איז עס פינף!

יעדער זאל טון ווי זיין דיין ומורה הוראה זאגט, אדער זאל ער טון וויאזוי עס קומט אים אויס להלכה נאכן דורכלערנען די סוגיא, אבער גיין סתם בענטשן איז אויסדריקליך נישט קיין חומרא.

שעפטאל » מאנטאג יולי 24, 2023 6:33 pm

· #532113
שמן למאור
איינער וואס וואשט זיך און בענטשט במקום וואו ער דארף באמת מאכן א מזונות, איז עובר אויף מער ברכות לבטלה ווי איינער וואס מאכט א מזונות און על המחיה באופן ווי ער דארף זיך באמת וואשן. דא איז עס נאר צוויי ברכות, און דא איז עס פינעף!
צוויי ברכות לבטלה איז אויכעט אסאך דעריבער זאל מען בכלל נישט מאכן קיין ברכה...

גראדע רעק"א זאגט אז ספק ברכות להקל מיינט: מ'מאכט נישט קיין ברכה און מ'עסט נישט

יין שרף » מאנטאג יולי 24, 2023 6:56 pm

· #532118
יש לדון אויף ביידע פוינטס.
להלכה אויב מאכט מען המוציא האט מען יא יוצא געווען, און עס איז נישט א ברכה לבטלה (אזוי ווי שהכל).

און נאכן עסן כשיעור קביעת סעודה איז ברכת המזון א ספיקא דאורייתא וואס מען דארף גיין לחומרא (כדברי הפוסקים שאין אומרים בברהמ"ז ספק ברכות להקל, וכל זה "אויב" ס'איז בכלל א ספק..).