צוזאמגעדרייטאלס האב איך חברים וואס פרעגן צו איך ווייס נישט פון עפעס א נישט כשרע מאסאדזש. עס פריידט מיר צו הערן אז עס זענען נאך דא אפגעהיטענע אידן!.
אז די רעדסט שוין פון נישט כשרע מאסאזש וויל איך ארויף ברענגען א האקעלע נושא ( מנהלים קענען מעקען אדער אריבערפירען)
די פורים האב איך אנגעשטאלפערט מיט א אנגעטרינקענע שיעור ד' בחור אין ער שרייט מיר "יונגערמאן" דו ביסט ב"ה מסודר, אבער גיב מיר ביטע $75 פאר מיינע צרכים".
איך קוק אים אן, און אזוי האלב פאר'שיכור'ט זאגט ער מיר "מאך דיר נישט ווי דו ווייסט נישט אז די שווארצע נקבה אין די בראנקס בעהט $75 פאר א האלבע שעה"
זאג איך אים וואס הייסט, וועלכע שווארצע און פארוואס? ער גייט אזא מורמל אונטער, א גוטע מאסאדזש אין די בראנקס, רעד צו מיר נאך פורים.
עס האט מיר געכאפט א שאק ווייל דער בחור גיט באמת אן ערליכע אויסבליק,
נאך פורים ווען איך האב עס דורכגעשמועסט מיט מיין חבר נעמט ער זיך לאכן "דו פארמאכטע מענטש, אסאך עלטערע בחורים/ אומצופרידענע יונגעלייט גייען צו גוי'אישע פרויען מאסאזשיסטן אין מען האט א גוטע צייט".
איך האף נאכאלץ אז ער איז נישט גערעכט.