☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » עצות קעגן מיד לייף קריזיס

עצות קעגן מיד לייף קריזיס

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16200

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:22 pm

· #525377
עצות קעגן מיד לייף קריזיס
רעדט זיך א נאנטער חבר מיינער אפ צו מיר אז ער איז אנגעזעצט! וואסי די מעשה? פרעג איך אים אזוי מיטגעפיליש. איז ער מיר מסביר אז ער קוקט זיך אזוי אום און ער דערזעהט זיך אז ער איז נישט וואו ער האט געמיינט ער גייט זיין. ער האט געמיינט אז די וועלט גייט זיין זיינס! און ער דערזעהט זיך נאך אזויפיל יארן און מוטשענישן אז ער איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען, די וועלט איז נישט זיינס, אפילו נישט למחצה לשליש ולרביע, קוים וואס ער זעלבסט איז זיינס...

הא! טיפיקל מיד-לייף קרייסעס!

פרוביר איך אים צו בארואיגן (און מיך אויך). כ'בין אים מסביר אז ער איז אליין שולדיג דערין... הגם כ'ווייס אויך פון דעם כלל אז קודם ברויך מען יענעם וואלידירן, אבער דא, אזויווי כ'מיין מיך אויך, בין איך גלייך צוגעטרעטן צום שמועס מיט'ן געבן עצות מיט פלייצעס. כ'בין אים מסביר אז די סיבה פארוואס ביז היינט האט ער אזוי גוט געשפירט מיינענדיג אז די וועלט גייט איין טאג זיין זיינס איז ווייל אזוי האט ער פאנטאזירט, ממש ביז זיינע פאנטאזיעס האט אים געברענגט צו א צופרידנקייט און שמחה.

דער פראבלעם איז נאר געווארן ווען ער האט אויסגעשאלטערט די פאנטאזיע דראטן, און אלל אף עי סאדן זענען זיינע פאנטאזיעס צופאלן און הופס! ער האט זיך דערזעהן מיט ריעליטי... האלא, פאנטאזיר ווייטער! אז ס'גוט געווען פאר די ערשטע פופציג יאר פון דיין לעבן, פארוואס זאל עס נישט ארבייטן פאר די נעקסטע פופציג יאר?!

איי, פרעגט ער מיך, אבער יענער?! פאר יענעם גייט עכט גוט?! שוטה איינער.. זאג איך אים, יענער פאנטאזירט פונקט ווי דו, נאר יענער האט זיך נישט אפגעשטעלט! יענער פארט ווייטער אויף די פאנטאזיע שינעס און אלס איז א מחיה. ער טוט פיינע פאנטאזיע שידוכים ווייל מיט יענעם עושר מיט וועם ער האט זיך משדך געווען פאנטאזירט אויך... אלעס פאנטאזירט!

עטץ לאכטס פון מיר, הא?! ענקער לאכן איז אויך א פאנטאזיע! קאווע שטיבל איז פאנטאזיע, דער מנהל מיט זיין מעקערייען אויך א פאנטאזיע. ליטוואק פון בודאפעסט מיט זיסע-זויערע האלעפצעס אויך א פאנטאזיע, שמן למאור מיט זיינע אידישקייט-לומד'ישע חקירות, אויך א פאנטאזיע! וואלווי מיט זיין קאנווערטיבל טו-דאר ספארטס קאר מיט די שיקסע מיט די בלאנדע האר וועלכע זיצט אין דער זייט פון אים און רייסט אראפ דעם ניינטי פייוו, אויך א פאנטאזיע! (גראדע נישט קיין שלעכטע פאנטאזיע).

לייביששרייבער מיט זיינע שיינע מדינת ישראל'דיגע ארטיקלען, שמעלקע מיט זיינע ריב סטעיקס (ווער געדענקט נאך), יואב מיט זיינע הומאריסטישע ארטיקלעך, שמעקעדיג מיט זיינע שלום בית ארטיקלעך, אויך פאנטאזיע! (באמת, ווער האט דען א גוטע שלום בית... שוין, לאמיר רעדן פון שמחות...). פליקער מיט זיינע דיעטע ארטיקל, קרן זויות מיט זיינע מוסר'דיגע ארטיקלעך, קל וחומר מיט זיינע נפיחות און שלשול אשכול, אלעס איין גרויסע פאנטאזיע! (גראדע וואלט איך נישט געוואלט דארט שטיין אפילו אין פאנטאזיע מאוד...).

צוזאמענגעדרייט מיט זיינע פאנטאזיעס, איז דאך פשוט אז ס'איז א פאנטאזיע! צקון לחש, ערענסטגערעדט, שמחהלע קאפשטיק, שעפטאל, דיכטער, שערי יושר וכו', אלעס איין גרויסע פאנטאזיע... רביה"ק זי"ע מיט זיין בייסיגע פעדערל, מיט זיינע שדים ורוחות, א פאנטאזיע ווי אלע פאנטאזיעס. מונטסורי מיט זיין זיסע פעדערל, תוהו ובוהו מיט זיינע הערליכע פאעטישע ארטיקלעך, אויכעט א גרויסע פאנטאזיע! די צוויי צווילינגלעך ששון ושמחה מיט חתם סופר מיט זייערע בליציגע נייעס דא אין שטיבל, קאך לעפל מיט זיינע ריין אידישע ארטיקלעך, טאמבל סאס מיט זיינע קאמפיוטער ווערק ארטיקלעך, שאלתיאל מיט זיין שטרענגן פנים... אלעס איין גרויסע פאנטאזיע.

הוגה מיט זיינע באלערענדע ארטיקלעך, לעיקוואד מיט זיינע סטוטשינע תורות, שמעון וואלף מיט זיינע ליצנות, אויך א פאנטאזיע קייט. סמבטיון מיט דערהויבענע איד מיט די בעלזער חבורה דא אין שטיבל, אויך א פאנטאזיע... ר' בערל מיט זיין געלן באס וואס ער דרייווט אין ב. פ. אויך א פאנטאזיע. קהל'ס נער מיט אלע זיינע לאגישע סברות, יעקב מעקסוועל מיט זיינע ביקורת המקרא, אלעס איין גרויסע לאנגע פאנטאזיע!

אזוי קען מען אנגיין און אויסרעכענען אלע פאנטאזיעס... הזמן יוכלו והפאנטאזיעס לא יוכלו! די קונץ איז זיך צו האלטן צו די פאנטאזיע שינעס און ח"ו נישט אראפטרעטן דערפון, ווייל דאן קען מען ווערן געכאפט אין א געפערליכע שאק וואס די קאנסקעווענצן קען נאך זיין פיל ערגער ווי א שאק פון 220 וואלט דראטן.

מען זאל פארבלייבן אריינגעשאלטערט מיט די פאנטאזיע דראטן עמו"ש! העכסטענס נאכדעם קען מען זיך אויפוועקן... אדער אפשר איז יענץ אויך פאנטאזיע, הו קנאוס?!

‏באלד קומט מי אני אריין מיט עפעס א מאטעמאטישע פילאזאפישע חשבון מיר צו ברענגן ראיות אז מיר זענען טאקע איין גרויסע שטיק פאנטאזיע, והנה גם זה הבל, דאס איז אויך פאנטאזיע, הכל הבל...

איך הער.. » זונטאג מאי 21, 2023 12:01 am

· #525386
Re: עצות קעגן מיד לייף קריזיס
גאלדענער אדלער: די ביסט אייזען ס'האט מיר געקאסט א לאך אזוי איידעלערהייט אראפגעצויגען די הויזען פינעם עולם דא..

אבער צריק צי וואס די שרייבסט, מ'דארף טאקע אראפ ריקען וואס מען ערווארטעט פון לעבען אזוי קען מען לעבען מיט ריעליטי, נאר וויבאלד דיין שוואגער, ברידער, טאטע האט אפאר דאללער מיינט נאכנישט די גייסט האבען, קען גאר זיין אז די וועסט זיין א פאלנער שנארער קענטסט גארנשט טון, וויש דיך אפ און שלום על ישראל.

וואלווי » זונטאג מאי 21, 2023 12:05 am

· #525388
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, וכו' וּבֵין שֶׁחָלמוּ אֲחֵרִים עָלַי, אִם טוֹבִים הֵם חַזְּקֵם וְאַמְּצֵם, וְיִתְקַיְּמוּ בִי וּבָהֶם כַּחֲלוֹמוֹתָיו וכו'..

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 1:07 am

· #525406
איך בין דאך ארויף אויפן שטיבעל נאר ריסענט ווייל דא מיין איך פאנטאזירט זיך א מחיה.
וואס איך בין נישט געווען סוקסעספול צו טוהן אין למען לייף ארבעט דא וואנדערס.

yesiknow » זונטאג מאי 21, 2023 1:35 am

· #525411
איך הער..
גאלדענער אדלער: די ביסט אייזען ס'האט מיר געקאסט א לאך אזוי איידעלערהייט אראפגעצויגען די הויזען פינעם עולם דא..

אבער צריק צי וואס די שרייבסט, מ'דארף טאקע אראפ ריקען וואס מען ערווארטעט פון לעבען אזוי קען מען לעבען מיט ריעליטי, נאר וויבאלד דיין שוואגער, ברידער, טאטע האט אפאר דאללער מיינט נאכנישט די גייסט האבען, קען גאר זיין אז די וועסט א פאלנער שנארער וואס קען מען טון, וויש דיך אפ און שלום על ישראל.
נישט טראכטען וואס יענער טראכט (פון דיר) די וועלט זאגט טראכט נישט וואס די פערד טראכט ווייל ער טראכט נישט.


ווי ווייניגער מען טראכט (פון יענעם) אלץ מער פראדאקדיב איז מען.
יענער האט געזאגט טראכט גיט וועט זיין גיט האט א צווייטער צוגעלייגט טראכט ניט וועט זיין נאך בעסער . טראכטען איז איינע פון די גרעסטע שונאים פון די מענטש (איך האב עס גיט דורעכגעטראכט..) עס נעמט דיך איבער דיין נאכט דיין טאג דיין לעבען = מיטלייף קריזיס

אז מען טראכט גיט אריין קען זיין אז עס גאר יא א גיטע זאך צו טראכטען אבער עס איז נישט כדאי צו טראכטען

Food for thought

שמעקעדיג » זונטאג מאי 21, 2023 2:09 am

· #525415
ענק זאגן פיינע סברות, נישט טראכטן פון יענעם וכדו', אבער וואס האט דאס מיט'ן מידלייף? פארוואס פונקט דעמאלסט הייבט מען אן טראכטן וואס יענער זאגט?
אולי ווייל ווען מען טוט שידוכים פאַקט מען דיר אויס אויפ'ן טיש און יעדער רעדט פון דיר?...

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 21, 2023 2:12 am

· #525416
שמעקעדיג
ענק זאגן פיינע סברות, נישט טראכטן פון יענעם וכדו', אבער וואס האט דאס מיט'ן מידלייף? פארוואס פונקט דעמאלסט הייבט מען אן טראכטן וואס יענער זאגט?
אולי ווייל ווען מען טוט שידוכים פאַקט מען דיר אויס אויפ'ן טיש און יעדער רעדט פון דיר?...
היינטצוטאגס פאקט מען שוין אויס דעם מענטש אסאך פריער. ווען מ'לייגט אריין די קינדער אין חדר/ישיבה, גארנישט צו טוהן מיט מיד-לייף קרייסעס.

פאליטיקאנט » זונטאג מאי 21, 2023 2:58 am

· #525420
Re: עצות קעגן מיד לייף קריזיס
פאליטיקאנט מיט זיין גראדע שכל הישר און נוטראליטעט אויכעט א פאנטאזיע.

הרב שיף » זונטאג מאי 21, 2023 9:45 pm

· #525590
ווען א מענטש ווערט דיפרעסט מיט די אויבערדערמאנטע מחשבות איז א סימן אז ער איז מיד לייף?

איינער וואס קומט די מחשבות ביי די 20?

יין שרף » זונטאג מאי 21, 2023 9:58 pm

· #525592
מידלייף קריסיס מן התורה מנין? ת"ל וקדשתם את שנת החמישים..

מונטסורי » זונטאג מאי 21, 2023 10:09 pm

· #525596
נע, איך זאג ענק ס׳איז ריעל! עז ריעל עז איט געטס! איך בין פעסט אויפן זאטל און פשוט עטץ פארגינטס מיר נישט זאגט עטץ איך פאנטאנזיר…

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 21, 2023 10:18 pm

· #525599
מונטסורי
נע, איך זאג ענק ס׳איז ריעל! עז ריעל עז איט געטס! איך בין פעסט אויפן זאטל און פשוט עטץ פארגינטס מיר נישט זאגט עטץ איך פאנטאנזיר…
יא יא. איך אין דיינע יארן האב אויך געמיינט אז ס'איז ריעל. למעשה איז עס נאר א פאנטאזיע! האלט דיך פעסט! לאז דיך נישט פון די בייזע ווינטן וואס פארגינן דיר נישט און ווילן פשוט אוועקנעמען דיין פלעזשור.

מונטסורי » זונטאג מאי 21, 2023 11:34 pm

· #525609
ערעב איד! איר זענט דעלוזשענעל!

I’M KING OF THE WOOOORLD

:געוואלדיג: :געוואלדיג: :געוואלדיג:
📎 IMG_0425.jpeg

מונטסורי » זונטאג מאי 21, 2023 11:39 pm

· #525610
און פאר אלל יו קנאו, איך קען זיין דאבל דיין עידזש!

״איך אין דיינע יארן…״ ס׳ארא ביצים דער האט 😈