☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט

ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16193
בלאט: 1 2

אבטח ולא אפחד » דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:31 pm

· #525153
ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט
וויבאלט אסאך אירע דא זענען פליטים פון א "נישט" רואיג ווינקל מיטן נאמען ==אייוועלט==, ואני בתוכם.
אונז האמער געהאט אונזערע געפעכטן און פארבונדיגונגען אונזערע אפס און דאWנס, אונזערע גוטע מאמענטן און שווערע מצבים מיט חברים פון אייוועלט. ממילא וויל איך דא הערן אייערע מיינונגען איבער די ניקים פון אייוועלט.
ווער זענען די אויפגעקלערטע? ווער זענען די קנאים?
וועם לוינט זיך צו פאלויען?
ווער איז עכט א ק"ש'ניק און שפילט קדוש אויף אייוועלט?

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:52 pm

· #525163
יעדער וואס שרייבט אויף די אינטערנעט איז אן אויפגעקלערטע בלב

אבטח ולא אפחד » דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:59 pm

· #525166
צקון לחש
יעדער וואס שרייבט אויף די אינטערנעט איז אן אויפגעקלערטע בלב
קענסט נישט די עכטע אייוועלטניקעס...

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:53 pm

· #525176
Re: ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט
מען מעג דאס נישט דיסקוסירן אויף איי-שעלט? איך פרעג נאר?

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:33 pm

· #525181
זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
📎 Screenshot_20230518-193311_Gallery.jpg

דערהויבענע איד » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:52 pm

· #525196
איינער ''טערעפיע'' האט זייער שיין און קלוג גערעדט ביי די אשכול פון געבן ליבשאפט פאר קינדער.

גליקלעך » דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:20 pm

· #525202
שמן למאור
זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:25 pm

· #525203
גליקלעך
שמן למאור
זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש

אבטח ולא אפחד » דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:39 pm

· #525208
קאצקע ציקער
גליקלעך
שמן למאור
זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
אויב האט ער דאס געשריבן בין איך זיכער אז דער גאנצער ניק איז דערנאך.

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:47 pm

· #525210
קאצקע ציקער
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
ס'מאכט טאקע מער סענס אז ער האט געמיינט צו זיין סארקאסטיש, אבער איך גלייב אז ער האלט עכט אזוי אין הארץ

yn.NY » דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:55 pm

· #525212
קאצקע ציקער
גליקלעך
שמן למאור
זיין תגובה האט מיר באיינדריקט, כמובן אז ס'שוין אראפ...
איך גלייב ממוצע האט עס געשריבן סארקאסטיש, אויף וויפיל איך געדענק איז ער א רעספעקטירטע ניק און א שטיקל זאך דארטן,און וואלט קיינמאל נישט גענומען די גאטס צו רעדן אזוי אפי’ טאמער ער האלט באמת אזוי.
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
צו ער האט עס נישט געמיינט סארקאסטיש, צו יא: זיין פוינט בלייבט א שטארקע פוינט! (אפשר ווייסט ער אליינס נישט ווי גוט ער זאגט...)

בעל אחריות » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:00 pm

· #525218
צקון לחש
קאצקע ציקער
הינדערט פערסענט אז דאס איז סארקאסטיש יעצט ביים ליינען בין איך געווען שאקט אז ממוצע זאל דאס שרייבן אבער סאיז זעכער סארקאסטיש
ס'מאכט טאקע מער סענס אז ער האט געמיינט צו זיין סארקאסטיש, אבער איך גלייב אז ער האלט עכט אזוי אין הארץ
יעדער וואס דרייט זיך אויף אייוועלט וועט דיר זאגן אז ממוצע האט עס געמיינט סארקאסטיש, גראדע האט ער א שטארקע שכל ישר אבער ער איז מער פון די פרומערע,

דאס וואס דו שרייבסט אז אין הארץ האלט ער אזוי האסטו מסתמא סתם געשריבען, אבער עכט האלטסטו נישט אזוי...

דו מיינסט מסתמא צו זאגן אז אויב קען ער אזוי שרייבן מיז זיין אז ער האט עטליעסט עפעס א צד ספק אין זיין הארץ אז דאס וואס ער שרייבט איז בערך אמת, אבער דעי צד ספק קען זיין זייער קליין, ודוק

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:09 pm

· #525221
איך ווער זייער צומישט אין אייוועלט ווייל ס'מיר זייער שווער צו כאפן ווער ס'רעדט צו וועם, אסאך מאל זעהט מיר עס אויס ווי ס'איז צוויי דריי מענטשן וואס שרייבן אונטער פארשידענע ניקים. אין קאוועשטיבל האט כמעט יעדע אקטיווע ניק אן אייגענארטיגע קערעקטער און אגענדע דערפאר איז מיר גרינגער צו כאפן די מהלך פון א שמועס, אין אייוועלט האב איך עס נאכנישט אויפגעכאפט, ס'פילט זיך ווי reddit. הגם איך גלייב באמונה שלימה אז ס'טוט זיך דארט טיפע חילוקי דעות אין דברים העומדים ברומו של עולם צו צמצום איז כפשוטו אדער נישט און צו אלטא פייגא האט געמאכט באקסעדיגע לאקשן נאר פאר די חגי תשרי אדער אויך שבועות, אבער פאר אזא עם הארץ ווי מיר וואס ליגט נישט אזוי אין די ענינים זעהט מיר אויס ווי ס'אלעס איין זאך. ס'איז אזא בחינה ווי פאליטיק, דארט גלייב איך אויך באמונה שלימה אז די חילוקי דעות זענען ממש כרחוק מזרח ממערב, אבער פאר מיינע פליישיגע אויגן זעהט אויס ווי אלע פאליטיקאנטן זאגן די זעלבע זאך נאר מיט אן אנדערן נוסח, והשם הטוב יכפר.

ערנסטגערעדט » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:16 pm

· #525223
כהאב מיך נישט קיין סאך געדרייט אויף איי וועלט
אבער דאס ביסל וואס יא עקלט מיר
סאיז אזעלכע קופקעס צו וואס איך וואלט נישט צוגעגאנגען
סהערט זיך מוראדיג קינדעריש , פאר סאם ריזאן סאונד ק״ש אביסל מער מעטשור
בכלל איז דא צופיל מענטשן דארט אזויווי @רביה״ק זי״ע זאגט מכאפט נישט ווער רעדט צו וועם
אביסל טו מאטש פאר מיר

בעל אחריות » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:19 pm

· #525224
רבינו, ביסט גערעכט אז אויף אייוועלט זענען דא אסאך אירע וואס מיינען טאקע אז די וועלט ענדיגט זיך ביי באקסיגע לאקשאן (?), אבער פון די אנדערע זייט האסטו דארט אויך גענוג געריבענע חברה מיט וועם מען קען גיין צום טיש, סיי פון די פרומערע און סיי פון די קאווע שטיבל סארט אידן, מען קען באמערקן אויף אסאך חברה דארט אז זיי זענען "אנוסים"...

תוהו ובוהו » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:30 pm

· #525228
[ציטאט אראפגענומען]
אדער גאר עפענען א באזונדערע וועבסייט דערפאר. כ'מיין מ'זאל עס א נאמען געבן 'אייוועלט'...

שעפטאל » דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:55 pm

· #525236
תוהו ובוהו'ס עצה עפענען א נייע סייט מיטן נאמען אייוועלט.

גלגל החוזר...

א דור צוויי נאך אונז וועט מחליט זיין אז די פשוטע גדרי השטיבל זענען אויך עפעס צו פארמאכט
[העי אונז זענען אפענמיינדעד.. א ניק קען זיך נישט רופן משיגענער? וואט די פראבלעם?..]

זיי גייען עפענען א סייט מיטען נאמען ריעל קאווע
[זייער גדרים וועלען זיין: מ'טאר נישט שרייבן עפעס וואס שמעקט פון אמונה
יעדע תגובה מוז זיין א דשאק אדער עפעס א קעטש
אדער גאר ס'גייט נישט זיין קיין שומר הפתח בכלל. [גוים מעגן נישט שרייבן? דיסקרימענאציע!! פארמאכטע קעפ דעי אלטע קאווע]

אבער שיין גייען זיי אויסקוקען
זיי גייען א גאנצע צייט צוריק קוקן וואס אונז שרייבען דא
וואס אונז מעגן און וואס נישט
וועלכע תגובה איז באמת נאר סארקאסטיש
וועלכע ניק איז פון די אנוסים
א.א.וו

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 18, 2023 11:23 pm

· #525239
בעל אחריות
רבינו, ביסט גערעכט אז אויף אייוועלט זענען דא אסאך אירע וואס מיינען טאקע אז די וועלט ענדיגט זיך ביי באקסיגע לאקשאן (?), אבער פון די אנדערע זייט האסטו דארט אויך גענוג געריבענע חברה מיט וועם מען קען גיין צום טיש, סיי פון די פרומערע און סיי פון די קאווע שטיבל סארט אידן, מען קען באמערקן אויף אסאך חברה דארט אז זיי זענען "אנוסים"...
כ'האב מיך טאקע נישט באצויגן צו געריבן אדער פרום, כ'האב פשוט גערעדט פון די variety of opinions וואס איז דא דא אין שטיבל און נישט אין אייוועלט. ביי אונז קענסטו האבן אין איין שמועס צעהן סארטן מענטשן, אפיקורסישע מאמיני אבולוציה (סיי אזעלכע וואס עוואלוציע האט זיי געפירט צו אפיקורסת און אנדערע וואס האבן אנגעפאנגען גלייבן אין עוואלוציע נאר נאכ'ן ווערן אפיקורסים), פרומע מאמיני אבולוציה (סיי אזעלכע וואס האלטן אז ס'נישט קיין סתירה און סיי אזעלכע וואס האלטן אז דאס איז די "ריכטיגע השקפה"), פרומע אנטי-אבולוציה חברה, אפיקורסישע אנטי-אבולוציה (אזעלכע פלעט ערטה סטייל חברה...), אזעלכע וואס געבן נישט קיין דעקל, א.א.וו., אין אייוועלט, אפילו אן די צענזור וואלטן נאר געוועהן צוויי מחנות, פרומע אנטי-אבולוציה און אפיקורסישע מאמיני אבולוציה. ס'האט אויך מיט דעם וואס דא אין שטיבל איז מער אזא סארט קולטור וואו אז מ'האט נישט וואס צוצולייגן האלט מען זיך דאס מויל, אין אייוועלט וואו ס'נישט דא דיעס סארט קולטור קענסטו טאקע זעהן פופצן ניקים זאגן אקוראט די זעלבע זאך, און דערנאך ווען די אנדערע פופצן ניקים זאגן פארקערט ווייסטו נישט ווער ס'באציהט זיך צו וועם און צו ס'איז בכלל צוויי מענטשן וואס שרייבן יעדער אונטער 15 ניקים.

דערהויבענע איד » פרייטאג מאי 19, 2023 12:10 am

· #525241
סטאוו יא פיטא איז אזא בהמה, ער האלט זיך פאר א ''עכטע'' איד, א ''קלוגע'' קנאי, זיין שגעון גדלות מיט זיין סאטמער'ע טיפשות שטינקט מיילן ווייט.

פראקטיש איז א סאטמערע אינטולעקטואל, א איד וואס איז זייער קלוג און נישט ווייניגער סענסעטיוו, א זאך וואס ברענגט אים צו האלטן דעות געשטופט פון רגשות. אזוי אויך האט ער עמעצונאלע בלאקעזשעס וואס מאכן אים אוועק פון זען דער אמת.

נשמת הכל איז א טערעפיסט וואס ווייסט אסאך פון מענטל העלט, אבער דאך צו מיט א סאטמערע בליק. לדוגמה איז ער זייער סטאק מיט די ''משפיע- מקבל'' סיטואציע לגבי שלום בית, מיט נאך אזעלכע געביידעס וואס זייער מקור איז אומבאקאנט. ער האט לכאורה גענומען אזא האלבע לעגאלע דעגרי, און זיין ווייב האט אים געהאלפען מאכן די טעסט.

טישטוך האט ב''ה א אפענע קאפ, זעט אויס ווי ער וואוינט אין א''י, טאקע צומאל מעקט מען זיינע אנטי קנאי'שע תגיבים.

יצחק אייזיק איז א נארמאלע מענטש, טראכט גראד, וואס ווערט נישט פארקויפט לדוגמה פאר לעיזער קרויס'ס אפפאל.

הרב יאל קליין קען זייער אסאך טעקניקעלס פון עלעקטעראניקס, קאמפיוטער'ס און מיוזיק, דאך קומט ער עקרא''ס זייער פארביסן וועגן די היינטיגע מיוזיק, און נאך קנאות אנגעלעגענהייטן. דוכט זיך מיר אז אין פריוואטע לעבן איז ער גאר א פריינטליכער און געשמאקער, מו הסתם שרייבט ער ווען ער איז נערוועס.

קאצקע ציקער » פרייטאג מאי 19, 2023 1:13 am

· #525252
זייער גיט שרייבסטו keep it coming

טישטיך האט בלי ספק דא א ניק lol און יצחק אייזיק מסתם נישט אבער כמעט ...

אבטח ולא אפחד » פרייטאג מאי 19, 2023 1:53 am

· #525256
זייער רעפארטאדזש אויף די רוס-אוקריינע מלחמה איז באמת צום באוואונדערן.
קרעדיט פאר זייער נקדימון, הכל הבל, ישראל הלוי.

מאניש בנבנשתי בין איך זיכער אז ער האט אויך א ניק דא. ער איז פאר די בוקס...

מתבודד » פרייטאג מאי 19, 2023 4:09 am

· #525269
@נקדימון קום אריין קלאר...

Visionary » פרייטאג מאי 19, 2023 8:41 am

· #525275
וואס איך האב גאר שטארק הנאה איז פון די ולאחיו יאמר חזק. מען קען דארטן פרעגן סיי וועלכע שאלה וואס מען דארף הילט מיט און עס ווערט געעפערט. עס איז דא דארטן צוויי חברה, @הענדימען און @מרנן ורבנן וואס זענען דא צו העלפן אידן מיט עני שאלה וואס איינער דארף נאר הילף מיט עלעקטאריק, פאלמבינג, היים רענאוואציעס, AC, קארס, און נאך.

דער מרנן ורבנן כמעט וואס ער שרייבט נישט א חוץ פון די אויבערדערמאנטער אשכולות. איך האב אים שוין א פאר מאהל געניצט פאר יעוץ דארך אים שרייבן אין אישי. כ'ווייס נישט ווער עס איז, אבער ער האט זיך איינמאהל אינטערגעשריבן "טערעפיסט".

דער הענדימען, קען זיך אויס און גאר א סאך נושאים נישט נאר מיט די אויבערדערמאנטער.

אייוועלט האט מיר שוין געהאלפן מיט פאריכטן זאכן אסאך מער ווי די אלגעמיינער פאראם'ס וואס מען טרעפט אויף גוגל.

צקון לחש » פרייטאג מאי 19, 2023 12:07 pm

· #525293
מתבודד
@נקדימון קום אריין קלאר...
דא זעהט אויס אז @הדד בן בדד ציהט אן @אנאנים סארט פרענק אויף אחב"י התמימים
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4325522#p4325522

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 2:20 pm

· #525305
[ציטאט אראפגענומען]
ניין.

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 2:24 pm

· #525306
צקון לחש
מתבודד
@נקדימון קום אריין קלאר...
דא זעהט אויס אז @הדד בן בדד ציהט אן @אנאנים סארט פרענק אויף אחב"י התמימים
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4325522#p4325522
איך ווייס בידועה ברורה אז דער הדד בן בדד האט אן אקטיווער ניק ביי אונז אין שטיבל. פרעגטס מיר נישט וויאזוי איך ווייס...

למעשה האב איך הנאה ווי דער אייוועלט עולם קויפט נישט אפ די מעשה. אפילו זיי האבן זיך שוין אויסגעלערנט צו הייבן די מאס סקעפטעסיזם אויף אונזער מעשיות אינדוסטריע..

שלג זהב » פרייטאג מאי 19, 2023 6:53 pm

· #525346
Re: ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט
Visionary
וואס איך האב גאר שטארק הנאה איז פון די ולאחיו יאמר חזק. מען קען דארטן פרעגן סיי וועלכע שאלה וואס מען דארף הילט מיט און עס ווערט געעפערט. עס איז דא דארטן צוויי חברה, @הענדימען און @מרנן ורבנן וואס זענען דא צו העלפן אידן מיט עני שאלה וואס איינער דארף נאר הילף מיט עלעקטאריק, פאלמבינג, היים רענאוואציעס, AC, קארס, און נאך.

דער מרנן ורבנן כמעט וואס ער שרייבט נישט א חוץ פון די אויבערדערמאנטער אשכולות. איך האב אים שוין א פאר מאהל געניצט פאר יעוץ דארך אים שרייבן אין אישי. כ'ווייס נישט ווער עס איז, אבער ער האט זיך איינמאהל אינטערגעשריבן "טערעפיסט".

דער הענדימען, קען זיך אויס און גאר א סאך נושאים נישט נאר מיט די אויבערדערמאנטער.

אייוועלט האט מיר שוין געהאלפן מיט פאריכטן זאכן אסאך מער ווי די אלגעמיינער פאראם'ס וואס מען טרעפט אויף גוגל.
שוין עטליכע מאל גענוצט @קנאפער ידען פאר הילף, ער איז מסתמא א טעקנישאן פאר פרנסה, לעצטע מאל איך האב געזעהן זיינע תגובות איז עס געווען מיט א סיגניטשור אז ער נעמט א ברעיק, אבער מען קען אים אלץ קאנטעקטען דורך אימעיל, ער ריפלייט ביז מינוטן ממש.

תנחום » פרייטאג מאי 19, 2023 7:00 pm

· #525348
שוין גענוצט @קנאפער כמה פעמים אין לעצטע פאר יאר. כ'האב איהם אויך געטראפן פרעזענדליך אין פיליס טעררעס. א געווייקטע וויזניצער.

שרייבען » זונטאג מאי 21, 2023 2:28 pm

· #525493
תנחום
שוין גענוצט @קנאפער כמה פעמים אין לעצטע פאר יאר. כ'האב איהם אויך געטראפן פרעזענדליך אין פיליס טעררעס. א געווייקטע וויזניצער.
אין ער האט נישט קיין דרייווערס לייסענס אבער ער קען קאמפויטער כשבלי דנהרדאה

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 22, 2023 2:02 am

· #525630
תנחום
שוין גענוצט @קנאפער כמה פעמים אין לעצטע פאר יאר. כ'האב איהם אויך געטראפן פרעזענדליך אין פיליס טעררעס. א געווייקטע וויזניצער.
ווייסעך נישט אויב מען מעג פארציילן, אבער ער האט אמאל געהאט אן אקטיווער ניק דא, אבער ווען די שטיבל איז געווארן צו לינקס האט ער אפגעטראגן פון דאנעט, און איינמאל אפילו שווארץ אראפגעלייגט אונזער שטיבל אויף אייוועלט.

Media » מיטוואך מאי 31, 2023 3:07 pm

· #526664
שמעקעדיג

לינק צום ארטיקל?

Media » מיטוואך מאי 31, 2023 3:07 pm

· #526665
תנחום
שוין גענוצט @קנאפער כמה פעמים אין לעצטע פאר יאר. כ'האב איהם אויך געטראפן פרעזענדליך אין פיליס טעררעס. א געווייקטע וויזניצער.
דא גייט אויך אן גילוי? בין איך זייער נייגעריג ווער קנאפער איז...

שמן למאור » מיטוואך מאי 31, 2023 3:13 pm

· #526666
גילוי איז פון די ג' חמורות...

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 31, 2023 3:39 pm

· #526667
שמן למאור
גילוי איז פון די ג' חמורות...
וואס זענען די אנדערע 2, חוץ גילוי?...

ישראל הלוי » מיטוואך מאי 31, 2023 4:05 pm

· #526671
גראדע לעצטענס זע איך א שטארקע אויפשטייג און צענזור דא, אזווי אין אייוועלט.
דער מנהל מעקט מער, (ס'גארנישט מ'עלטערט זיך) און די ארגומענטן וואס גייען דא פאר זענען מער איינגעהאלטן.

ישראל הלוי » מיטוואך מאי 31, 2023 4:07 pm

· #526672
שמעקעדיג
שמן למאור
גילוי איז פון די ג' חמורות...
וואס זענען די אנדערע 2, חוץ גילוי?...
ציונות.... און קיכעלעך פון ענג'ל...

מתבודד » מיטוואך מאי 31, 2023 5:36 pm

· #526681
ישראל הלוי
גראדע לעצטענס זע איך א שטארקע אויפשטייג און צענזור דא, Ok, אזווי אין אייוועלט.what???

צומישט און צוחישט » מיטוואך מאי 31, 2023 6:52 pm

· #526693
שמעקעדיג
שמן למאור
גילוי איז פון די ג' חמורות...
וואס זענען די אנדערע 2, חוץ גילוי?...
ער האט געמיינט צו זאגן גילוי עריות איז פון די ג' חמורות,,, די אנדערע צוויי זענען ע"ז און שפ"ד,,,

חובב ציון » מיטוואך מאי 31, 2023 9:18 pm

· #526735
שמעקעדיג
שמן למאור
גילוי איז פון די ג' חמורות...
וואס זענען די אנדערע 2, חוץ גילוי?...
עירוב און כותל.

שפילער » מיטוואך מאי 31, 2023 9:29 pm

· #526738
שמעקעדיג
שמן למאור
גילוי איז פון די ג' חמורות...
וואס זענען די אנדערע 2, חוץ גילוי?...
רעדן פון קאווע שטיבל, אדער ברענגען א קאווע שטיבל ארטיקל

מתבודד » מיטוואך מאי 31, 2023 9:45 pm

· #526742
שמעקעדיג
שמן למאור
גילוי איז פון די ג' חמורות...
וואס זענען די אנדערע 2, חוץ גילוי?...
ג' חמורות איז א בחינה, נישט קיין מספר...

משה זעקעל » מיטוואך מאי 31, 2023 10:04 pm

· #526749
צל עובר איז א מאסיווער ניק דארט
פאר ווער עס האט ליעב פאליטישע אנאליזן אין נומערן
אויף די רעפאבליקאנער זייט איז נישט עכט דא קיין גוטע ניקס

חובב ציון » מיטוואך מאי 31, 2023 10:06 pm

· #526750
Re: ניקים אויף אייוועלט וועלכע האבן דיך באיינדרוקט
Visionary
וואס איך האב גאר שטארק הנאה איז פון די ולאחיו יאמר חזק. מען קען דארטן פרעגן סיי וועלכע שאלה וואס מען דארף הילט מיט און עס ווערט געעפערט. עס איז דא דארטן צוויי חברה, @הענדימען און @מרנן ורבנן וואס זענען דא צו העלפן אידן מיט עני שאלה וואס איינער דארף נאר הילף מיט עלעקטאריק, פאלמבינג, היים רענאוואציעס, AC, קארס, און נאך.

דער מרנן ורבנן כמעט וואס ער שרייבט נישט א חוץ פון די אויבערדערמאנטער אשכולות. איך האב אים שוין א פאר מאהל געניצט פאר יעוץ דארך אים שרייבן אין אישי. כ'ווייס נישט ווער עס איז, אבער ער האט זיך איינמאהל אינטערגעשריבן "טערעפיסט".

דער הענדימען, קען זיך אויס און גאר א סאך נושאים נישט נאר מיט די אויבערדערמאנטער.

אייוועלט האט מיר שוין געהאלפן מיט פאריכטן זאכן אסאך מער ווי די אלגעמיינער פאראם'ס וואס מען טרעפט אויף גוגל.
אויכעט שוין געהאלפן געווארן פין @הענדימען
און זיך איינגעשפארט געלט פאר א עכטע הענדימען...

Sent from my iPhone using Tapatalk

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יוני 1, 2023 3:13 am

· #526789
משה זעקעל
צל עובר איז א מאסיווער ניק דארט
פאר ווער עס האט ליעב פאליטישע אנאליזן אין נומערן
אויף די רעפאבליקאנער זייט איז נישט עכט דא קיין גוטע ניקס
נע ער איז צו אנגעביסן און פאנאטיש נישט ווייניגער ווי די רעכטע.

פאליטישע עקספערט איז קאפי פעיסט פון צל. בכלל רעגט מיך אויף די פרומע כאנדראגס וואס ליגן אין אמעריקאנע פאליטיק. ווילסט זיין אויפגעקלערט, פיל דיך אן מיט באלאנסירטע ישוב העולם חכמה. נישט ליג אין שטותים און ווען עפעס איז נישט לפי רוחך שטויסטו ווי א קי.

נפה » דאנערשטאג יוני 1, 2023 12:22 pm

· #526839
הדד בן בדד, פעמון ורימון, תרמ"ב,

לאמיר זאגן » דאנערשטאג יוני 1, 2023 2:46 pm

· #526847
@פעיק ניוז פלעגט זיין א שטארקע זאך דארט. כ'מיין אז ער האט פארלאזט דעם מקום לעצטנס.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 1, 2023 2:49 pm

· #526848
רבותי איך האב די וויץ פון די יאר . א היכי תמצא איך האב באקימען א לייק פון די זעלבע מענטש אינעם זעלבן שעה סיי אין אייוועלט און סיי אין קאווע שטיבל! נישט געווען היינט...

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 1, 2023 3:02 pm

· #526851
לאמיר זאגן
@פעיק ניוז פלעגט זיין א שטארקע זאך דארט. כ'מיין אז ער האט פארלאזט דעם מקום לעצטנס.
אדער האט ער געטוישט ניק

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 1, 2023 8:45 pm

· #526892
קאצקע ציקער
רבותי איך האב די וויץ פון די יאר. א היכי תמצא איך האב באקימען א לייק פון די זעלבע מענטש אינעם זעלבן שעה סיי אין אייוועלט און סיי אין קאווע שטיבל! נישט געווען היינט...
תרמב??

תרמב » זונטאג יוני 18, 2023 11:48 pm

· #528831
גראדע איז געווען פארקערט, תרמב אויף אייוועלט האט אמאל געהייסן tarmab, און איינע פון די מנהלים האבן עס געטוישט על פי בקשתו.

צום קעפל, דער תרמב פון קאווע שטיבל ווערט באאיינדרוקט פון תרמב אויף קאווע שטיבל, און אסאך מאל פארקערט...
בלאט: 1 2