☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא

דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16185

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 17, 2023 9:04 am

· #524938
דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא
אי''ה אפאר וואכן גייט מען הערן די מעשה פון די היימישע מגידים אין שטאט, המשפיע ר' אלימלך בידערמאן עט מאכן א לאנג'ס און א ברייט'ס פון די סיפור, לכאורה על'ן די פרטים שוין זיין געטוישט ביז דעמאלטס, איז דא האט עט'ס עס פירסט הענד.

פאריגע וואך פרייטאג מיטאג איז א וויליאמסבורג'ע אינגערמאן ארויסגעקומען פון איינע פון די פלייש סטאר'ס אין שטאט, און ער האט געזען א יונגערמאן שטיין נעבן זיין קאר און וויינט פשוטו כמשמעו, דער ערשטער יונגערמאן א שטיקל רעבישע האט עס נישט אויסגעהאלטן, איז ער צוגעגאנגען צו אים און אים געפרעגט למה אתה בוכה? דער צווייטער זעהענדיג אז ער מיינט עס מיט אן ערנסטקייט, האט ער אים דערציילט, 'איך בין יעצט געווען אין בוטשער סטאר איינצוקויפן לכבוד שבת, און איך האב געדארפט ארויסגיין מיט ליידיגע הענט ווייל מיין קארד איז געווארן דיקליינד, מיט א שוין אלטע ריזיגע באלאנס, און איך גיי נישט יעצט האבן קיין פלייש פאר שבת, און שבר על שבר, זיך יאגענדיג האב איך געפארקט ווי מ'מעג נישט, און ארויסקומענדיג האב איך באמערקט א טיקעט אויף די פארנט פענסטער, איז פארוואס זאל איך נישט וויינען'.

דער ערשטער זאַך האט דער צווייטער אויסגעליידיגט זיין בערזל פון וואס איז געווען דארט, און אים עס געגעבן, פון אינסטינקט האט ער אראפ גענומען די שרעקעדיגע ענוועלאופ פון די ווינדאו, און עס געוואלט באטראכטן, נאך פאר ער האט עס געעפענט, האט ער געפילט אז ס'איז אביסל צו דיק, ער האט עס אויפגעמאכט ס'האט אנטהאלטן א פעסטן טיקעט, אונטער די קוויטל איז אבער געליגן עפעס בעסער, $730 קעש מיט נאך אביסל טשעינדזש, אפילו די רעסיט פון טשעיס באנק! די נארישע פאליסמאן איז לכאורה געווען געציילטע מינוט פארדעם אין באנק צו דעפאזיטן זיין טשעק, זיכענדיג אן ענוועלאופ ווי אריינצולייגן דאס געלט, האט ער עס געלייגט אינעם רויטן קאנווערט, און דאן עס ווייטער געניצט.

די צוויי יונגעלייט האבן זיך גענומען טאנצן אויפן פלאץ.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 17, 2023 9:25 am

· #524941
כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין אבער ס'איז א שיינע מעשה.

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 17, 2023 9:37 am

· #524942
ס'פאסירן אזעלכע מעשיות אסאך נאר נאך א מזל אונז זעמיר אזא גאסיפינג סאסייעטי, און דוקא פאר אזעלכע געשיכטעלעך, אנדערש וואלטן מיר אונז נישט זוכה געווען צו הערן.

צקון לחש » מיטוואך מאי 17, 2023 10:26 am

· #524945
רביה''ק זי''ע
כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין אבער ס'איז א שיינע מעשה.
דער באשעפער האט געמאכט אז געלט האט ווערט, אז מענטשן פארגעסן זיך און מאכן מיסטעיקס, און אז דאס קען גורם זיין לפעמים אז מענטשן זאלן טאנצן אויפ'ן גאס, וואס הייסט דאס וואו קומט ער אריין?

הרב שיף » מיטוואך מאי 17, 2023 10:39 am

· #524949
טאקע א שיינע מעשה.

עס הערט זיך שוין אביסל צוגעפיצט, אבער איך וועל ווארטען אפאר וואכן, מען זאל ציענדיגן דאס גלאנצן און פארבן.

וואלט געקענט מאכען א קידוש השם און מחזיר זיין די אבידה זאל דער גוי זאגען ברוך ה' אלקי שמעון בן שטח.

צקון לחש » מיטוואך מאי 17, 2023 10:41 am

· #524950
הרב שיף
וואלט געקענט מאכען א קידוש השם און מחזיר זיין די אבידה זאל דער גוי זאגען ברוך ה' אלקי שמעון בן שטח.
שמעון בן שטח אלץ פיין און וואויל, אבער דער איד האט דאך נישט קיין פרוטה צו די נשמה!!!

ערנסטגערעדט » מיטוואך מאי 17, 2023 11:26 am

· #524962
מגייט עס צופיצן
פונקט א וואך פריער האט דער איד צוגעזאגט אז ער וועט געבן 72 דאלער פאר (אינסערט ארגענעזאציע דא) און ווי דער צדיק (אינסערט פריערדיגן צדיק דא) האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט שטיצן מיינע מוסדות וועט באקומען פי עשר
איי שטעלט זיך די קשיא פארוואס האט ער געמאכט 730 און נישט 720 ממילא איז דא וואס זאגן סאיז מוכרח פון דעם אז ער האט געגעבן פאר א כולל, קומט אויס מיטן כולל האט ער גאר געגעבן 73, פארשטייט מען שוין

לייביששרייבער » מיטוואך מאי 17, 2023 12:59 pm

· #524974
רביה''ק זי''ע
כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין.
ווי נישט?
ווי האסטו געהערט אז אַ פאליסמאן לאזט איבער אזא שיינער מטבע אנשטאט א טיקעט?

דאס איז א קלארער יד השם, איך קען עס נישט אנדערש אפלערנען, עס איז נישט קיין שכל'דיגע מעשה.

יא לייגן עס אריין אין מגושם'דיגער טבע'דיגער עבסענט מיינדעד מענטש. אבער דאס איז א מעשה וואס איז לא אתרחש אן א יד השם משגיח פרטי על כל.

א פאליסמאן וואס מאכט עטליכע דרייסיג טויזענט דאלער א יאר, האט נישט קיין איבעריגע פיאסטער אין טאש, זאל איבערלאזן א קאנווערט וואס ער האט דזשאסט יעצט ארויסגענומען פון באנק פאר סיי וואספארא סיבה איז נישט קיין מעשה וואס איז נישט א דירעקטע השגחה פרטית.

איך הער.. » מיטוואך מאי 17, 2023 1:45 pm

· #524981
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
א שיינע מעשה אפשר טאקע שיקען פאר ר' יואל גאלד זאל לייגען אויף יו טוב, כ'ווייס נישט אויף מיין קאר לייגט קיינער נישט קיין געלט, איז אפשר דא א וועג צי הינטען דעם באשעפער אז די צייט איז רייף עפעס צי איבער לאזען אויף מיין קאר אויך?

כ'מיין איך טי אלעס עקארדינג צי די בוך איך פיל ווי א פאסיגע קאנידאדט פאר א בינטעל גרינע.

לייביששרייבער » מיטוואך מאי 17, 2023 2:07 pm

· #524982
קען אפשר געמאלן זיין אז דו דארפסט א צווייטע בוק.

איך הער.. » מיטוואך מאי 17, 2023 2:09 pm

· #524984
וויפיל תורה'ס האסטו?

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מאי 17, 2023 2:30 pm

· #524986
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?

די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".

אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.

לשיטתך.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 17, 2023 2:39 pm

· #524987
לייביששרייבער
רביה''ק זי''ע
כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין.
ווי נישט?
ווי האסטו געהערט אז אַ פאליסמאן לאזט איבער אזא שיינער מטבע אנשטאט א טיקעט?
https://www.reddit.com/r/self/comments/jr0zo/reddit_someone_left_an_envelope_full_of_cash_on/

שמן למאור » מיטוואך מאי 17, 2023 3:09 pm

· #524991
מה דאך ווען א פאליסמאן לייגט אריין געלט בטעות, איז דאס א סימן אויף גאט, כל שכן אז ווען Mr Beast געבט אוועק צען אלפים בכוונה איז דאס א ראיה אויף גאט.

ווער רעדט נאך ווען ער מאכן די בלינדע זעעדיג און די טויבע הערן...

ווייס איך נישט פארוואס די רבנים האבן גע'אסר'ט יוטוב, מען זעט דאך גאט אפענערהייט איבעראל...

שושן פורים » מיטוואך מאי 17, 2023 3:15 pm

· #524993
צוזאמגעדרייט
וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?

די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".

אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.

לשיטתך.
לאמיר האפן אז דער פאליסמאן/טיקעט טיילער ווייסט אויך פון די 'הסתר פנים' קארטל און נוצט דאס זיך צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע געשיכטע.

ער איז אויפגעשטאנען, געגאנגען ארבעטן באמונה פאר די דזשאב וואס האט איהם געהייערט און דא פארלירט ער זיין אויסגעהארעוועטע געלט וואס ער האט ספעציעל ארויסגענומען צו קויפן א וואלענטיין מתנה פאר זיין אשת חיל.

דיין פוינט איז אבער א פאוערפול שכל'דיגע פוינט, סיי וועלכע זאך וואס מען נוצט אלץ ראי' פאר סיי וואס מיינט דאס אז ביי דיפאולט אויב געשעהט פארקערט איז עס א ראי' אויף די פארקערטע זאך. אויב דרעשט מען ארויס תירוצים צו פארענטפערן קשיות קען מען פונקט אזוי פארענטפערן די ראיות.

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 17, 2023 3:17 pm

· #524994
לייביששרייבער
א פאליסמאן וואס מאכט עטליכע דרייסיג טויזענט דאלער א יאר, האט נישט קיין איבעריגע פיאסטער אין טאש, זאל איבערלאָזן א קאנווערט וואס ער האט דזשאסט יעצט ארויסגענומען פון באנק פאר סיי וואספארא סיבה איז נישט קיין מעשה וואס איז נישט א דירעקטע השגחה פרטית.
וואלט ער הערשט געברויכט עס צוריקגעבן.

דיכטער » מיטוואך מאי 17, 2023 3:50 pm

· #525001
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
א שיינע זיסע מעשה.

דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?

לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...

צקון לחש » מיטוואך מאי 17, 2023 4:21 pm

· #525004
שמן למאור
...ווייס איך נישט פארוואס די רבנים האבן גע'אסר'ט יוטוב, מען זעט דאך גאט אפענערהייט איבעראל...
נו גלייבן איז דאך א גרעסערע מדרגה ווי זעהן

טראפעלע » מיטוואך מאי 17, 2023 4:43 pm

· #525015
דיכטער
א שיינע זיסע מעשה.

דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?

לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
רבונו של עולם
טשיז קעיק מיט פיש זאפט.
ווי קומט צו דער אזעלכע איידיעס? 😂

לייבל שטילער » מיטוואך מאי 17, 2023 5:11 pm

· #525018
רביה''ק זי''ע
כאפ איך נישט וואו פונקטליך די (דער?) באשעפער קומט אריין אבער ס'איז א שיינע מעשה.
(דאס)

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 19, 2023 2:27 am

· #525260
צוזאמגעדרייט
וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?

די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".

אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.

לשיטתך.
פונקט קאפויער, דער פאליציי פערזאן האט באקומען א מידה כנגד מידה שטראף פאר מאכן שאדנס פון מענטשען אזויפיל געלט על לא דבר.

די קאר איז געשטאנען 15.1 פיס נעבן דעם פאמפ האט ער באקומען א טיקעט. פארוואס, ווייל ער קען געבן, נישט ווייל יענער האט פוגע געווען אין געזעץ. עס איז דא 750 דוללער ווערט טיקעטס וואס די פאליציי האט געשריבן ממש על לא דבר און דער פאר איז ער/זי געווארן באשטראפט מיט אט די סכום.

אוי אוי איז דא א גוטער באשעפער ער איז משגיח פריי על כל פרט ופרט. עפען די אויגן וועסטו זעהן א יד השם אין יעדע ריר פון דיין לעבן ווי דער יד השם לאזט דיך איבער פאר קיין רגע. צום בויען און צום (אין דיינע אויגן) איז נאר ער און ווייטער ער. דזשאסט קוק דיך אים אויף אלעס וואס פאסירט מיט א טיפערע בליק, נישט סתם אויבערפלעכליך.

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 19, 2023 2:31 am

· #525261
טאמבל סאס
וואלט ער הערשט געברויכט עס צוריקגעבן.
צו וועמען? ער ווייסט דאך נישט ווער?

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 19, 2023 2:32 am

· #525262
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
דיכטער
א שיינע זיסע מעשה.

דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?

לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
נישטא קיין איין מעשה וואס ווייזט אויף נישט. די פראבלעים איז די קוקסט נישט זעהסטו נישט. עפן דיינע אויגן וועסטו זעהן אז עס איז נישטא קיין רור אן קיין דירעקטע השגחה פונעם רובוש''ע דו''ק ותשכח.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 2:40 am

· #525263
לייביששרייבער
טאמבל סאס
לייביששרייבער
א פאליסמאן וואס מאכט עטליכע דרייסיג טויזענט דאלער א יאר, האט נישט קיין איבעריגע פיאסטער אין טאש זאל איבער לאָזן א קאנווערט וואס ער האט דזשאסט יעצט ארויס גענומען פון באנק פאר סיי וואספארא סיבה איז נישט קיין מעשה וואס איז נישט א דירעקטע השגחה פרוטיות.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
וואלט ער הערשט געברויכט עס צוריקגעבן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
צו וועמען ער ווייסט דאך ווער ?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
עס שטייט דאך די נאמען פונעם פאליציי מאן אויפן טיקעט, נישט אזוי? ער קען פארלאנגען א קאורט דעיט און אזוי טרעפן די פאליסמאן. ס'איז לכאורה דא מהלכים אויב וויל מען נאר.

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 19, 2023 2:41 am

· #525264

מאן יאמר אז נישט ?
און ער/זי האט איבער געלאזט געלט נישט קיין טיקעט. נישט אזוי גייט די סטארי?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 2:46 am

· #525265
לייביששרייבער
דיכטער
א שיינע זיסע מעשה.

דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?

לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
נישטא קיין איין מעשה וואס ווייזט אויף נישט. די פראבלעים איז די קוקסט נישט זעהסטו נישט. עפן דיינע אויגן וועסטו זעהן אז עס איז נישטא קיין רור אן קיין דירעקטע השגחה פונעם רובוש''ע דו''ק ותשכח.
אויב וואונדערליכע מעשיות זענען א צייכן אויף השגחה פרטית אדער גאט, דאן איז לכאורה די פאקט אז מיליאנען פון קינדער שטארבן יערליך פון הינגער אדער מגיפות א ראיה אז ס'נישט קיין גאט חלילה.

וועגן דעם איז זייער נישט ראטזאם צו 'מוכיח' זיין גאט דורך מורא'דיגע מעשיות.

איינער וואס גלייבט 'עניוועי' אין באשעפער, קען און דארף גלייבן אז די אלע מורא'דיגע מעשיות זענען טאקע די יד השם. איך זע אבער נישט וואס איז מער וואונדערליך פון א מאדנע מעשה ווי די פשוטע טאג טעגליכע רוטין. אלעס פירט דאך דער באשעפער, נישט נאר אויסער-ארנטליכע פאסירונגען.

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 2:49 am

· #525266
לייביששרייבער
מאן יאמר אז נישט ?
און ער/זי האט איבער געלאזט געלט נישט קיין טיקעט. נישט אזוי גייט די סטארי?
לויט ווי דער פותח האשכול פארציילט דא, איז יא געווען א טיקעט. ס'איז אפילו געווען א רעסיט פונעם באנק, סאו מען קען זיכער זען ווער דאס איז.
אלע צוזאמען
פון אינסטינקט האט ער אראפ גענומען די שרעקעדיגע ענוועלאופ פון די ווינדאו, און עס געוואלט באטראכטן, נאך פאר ער האט עס געעפענט, האט ער געפילט אז ס'איז אביסל צו דיק, ער האט עס אויפגעמאכט ס'האט אנטהאלטן א פעסטן טיקעט, אונטער די קוויטל איז אבער געליגן עפעס בעסער, $730 קעש מיט נאך אביסל טשעינדזש, אפילו די רעסיט פון טשעיס באנק!

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 3:15 am

· #525267
לייביששרייבער
צוזאמגעדרייט
וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?

די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".

אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.

לשיטתך.
פונקט קאפויער די פאליציי פערזאן האט באקומען א מידה כנגד מידה שטראף פאר מאכן שאדנס פון מענטשען אזויפיל געלט על לא דבר.
דער קאר איז געשטאנען 15.1 פיס נעבן דעם פאמפ האט ער באקומען א טיקעט. פארוואס ווייל ער קען געבן נישט ווייל יענער האט פוגע געווען אין געזעץ. עס איז דא 750 דוללער ווערט טיקעטס וואס די פאליציי האט געשריבן ממש על לא דבר און דער פאר איז ער/זי געווארן באשטראפט מיט אט די סכום.
דו ווייסט אז אזוי זענען געווען די פרטים פון די מעשה, אדער דו האקסט סתם? און אויב וועט מען נאכקוקן און זען אז דער פאליסמאן האט דווקא יא געגעבן דא א גערעכטע טיקעט און ער האט גראדע נישט קיין 750 רשעות'דיגע דאלארן וואס ער מוז אפגעבן אויף דעם דין וחשבון, וואס וועסטו זאגן דעמאלטס? איז דען נישטא קיין ארענטליכע מענטשן וואס ליידן געלט שאדנס? א נייע מהלך אינעם קשיא פון צדיק ורע לו... מען לייקנט גאר די מציאות הדברים.. קשיא מעיקרא ליתא...
לייביששרייבער
אוי אוי איז דא א גוטער באשעפער ער איז משגיח פריי כל כל פרט ופרט. עפען די אויגן וועסטו זעהן א יד השם אין יעדע ריר פון דיין לעבן ווי דער יד השם לאזט דיך איבער פאר קיין רגע. צום בויען און צום (אין דיינע אויגן) איז נאר ער און ווייטער ער. דזשאסט קוק דיך אים אויף אלעס וואס פאסירט מיט א טיפערע בליק נישט סתם אויבערפלעכליך.
סאו לאמיר זיין קלאר, די אפיקורסים זאגן אז ס'איז חלילה נישטא קיין גאט, (אדער אז גאט האט באשאפן די וועלט אבער ער פירט עס מער נישט, ער לאזט די טבע טון דאס זייניגע, הנקרא דאיאיזם) זיי האלטן אז אלעס וואס פירט זיך נאר אויף די וועלט, פון רעגן, ביז שניי, די שטערנס, די מערכת השמים, אלע מעשי בני אדם, חיות, עופות און צמחים, אלעס אלעס פירט זיך לויט די חוקי הטבע אן קיין העכערע גאט וואס מישט זיך אריין אין וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן. אריינגערעכנט אין דעם איז די טעגליכע געשעענישן וואס מיר זענען געוואוינט צו דעם, און אזוי אויך וואונדערליכע זאכן וואס געשעען נאר מיט א מורא'דיגע צופאל. (לדוגמא, אז צוויי מענטשן מיט די זעלבע נעמען, פארן פונקט מיט די זעלבע טעקסי דרייווער פונקט צען יאר אפגערוקט, און די קאר לויפט אויס פון געז פונקט ביי די זעלבע געז סטאנציע!!!) היות טריליאנען זאכן פאסירן יעדן איינציגסטן טאג, איז נישט מער ווי לאגיש צו זאגן אז פון אזויפיל 'נארמאלע' זאכן וואס געשעען, וועלן אויך אמאל פאסירן מאדנע צופאלן.

מיר אידן גלייבן אבער אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט, וואס הגם השגחה פרטית איז לאו דווקא געווען א דבר מוסכם ביי אונזער אלע פריערדיגע צדיקים, דאך האבן מיר עס כהיום שטארק אנגענומען. פיין! גאט פירט אלעס ממש ביזן לעצטן דעטאל. אבער פארוואס ווייזט א מאדנע געשיכטע אז ס'איז דא א גאט מער ווי די טאג טעגליכע ערשיינונגען? די זעלבע הסבר וואס די כופרים וועלן געבן אויף די 'נארמאלע' טאג טעגליכע פאסירונגען, וועלן זיי אונז מיט דעם פונקט אזוי קענען מסבר'ן די מאדנע צופאלן און געשיכטעלעך.

יואב » פרייטאג מאי 19, 2023 3:45 am

· #525268
אפילו די פעדעראַלע רעזערוו קען פּרינטן פריש געלט, דאַרף גאָט אַוועקנעמען ביים פּאָליסמאַן? עפּעס מאַכט נישטאָ קיין סענס.

במחשבה שניה, די לעצטע זאַך מסתם וואָס דער אייבערשטער זוכט זיך איצט איז צו מאַכן אינפלאַציע ערגער. הויכע אינטערעס-רעיטס וואָלט באַדייט העכערן די APY וואָס דער הימל צאָלט פּער מצווה.

מאָראַל אָף דע סטאָרי: אויב דאַרפט איר געלט, פּאַרקט אייער קאַר ביי א פּאָמפּ.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג מאי 19, 2023 4:36 am

· #525270
יואב
מאָראַל אָף דע סטאָרי: אויב דאַרפט איר געלט, פּאַרקט אייער קאַר ביי א פּאָמפּ.
וואַרט מיך ביים פּאָמפּ...

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 19, 2023 8:28 am

· #525273
שמן למאור
מיר אידן גלייבן אבער אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט, וואס הגם השגחה פרטית איז לאו דווקא געווען א דבר מוסכם ביי אונזער אלע פריערדיגע צדיקים, דאך האבן מיר עס כהיום שטארק אנגענומען. פיין! גאט פירט אלעס ממש ביזן לעצטן דעטאל. אבער פארוואס ווייזט א מאדנע געשיכטע אז ס'איז דא א גאט מער ווי די טאג טעגליכע ערשיינונגען? די זעלבע הסבר וואס די כופרים וועלן געבן אויף די 'נארמאלע' טאג טעגליכע פאסירונגען, וועלן זיי אונז מיט דעם פונקט אזוי קענען מסבר'ן די מאדנע צופאלן און געשיכטעלעך.
איה"נ דער טאג טעגליכער ערשיינונג איז אסאך א שטערקערע הכרח אז עס איז דא א גאט און מען דארף בכלל נישט קיין שום מאדנע מעשה צו העלפן ווייזן אז עס איז דא א גאט.
אזוי ווי געשריבן וועסט קוקן וועסטו זעהן אפי' אן א מעשה.

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 19, 2023 8:30 am

· #525274
לגבי השגחה פרטית אדער נישט, א לאנגע מדובר, אבער מיר תלמידים פונעם הייליגען בעש''ט האבן דירעקט יא אזוי אנגענומען מיט כמה הכרחים און סיבות.
דאס וואס דער סאטמאר רב זי''ע שרייבט אז נשתכח דרך הבעש''ט מיינע נאך נישט אז דער רבש''ע האט פארגעסן און ער קען ווייטער זיין משגיח פרטי. ער קען עס הענדלען אידער וועי.

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 19, 2023 9:51 am

· #525284
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב זייער א שטארקע הרגשה אז די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
איינער דא געדענקט מאיר לעהמאנס ביכער? ער האט געשריבען פיקציעס מיט השגחה פרטית דורך זיינע פיקציעס האט ער געוויזן השגחה פרטית.
ווען איינער מאכט א קעפל "עס איז נאך יא דא א גאט" און שרייבט אזא מעשה, ריגארדלעס צו די מעשה איז אמת צו נישט, ווערט אזא מדובר צו אט די מעשה קען ווייזן אז עס איז יא (אדער נישטא) א גאט, איז זיכער אז די מעשה ווייזט אז יא, עס איז יא דא א גאט.
דער @שמן למאור איז מער גערעכט פון אלעם, די טאג טעגליכע ערשיינונג אן קיין שום אווענטוריס איז איבער גענוג צו זעהן גאט אין א יעדע רגע.

עס איז נישט געווען קיין שאלה ביי מיר צו די מעשה ווייזט אז יא, און ווען נישט די מעשה האב איך א ספק. קוק אריין און זוך גאט וועסטו אים טרעפן מיט א יעדן איד מיט די פינגער זיינע.
נאר דער יעניגער זוכט גאט און נאך די מעשה גיט א געשריי מה נורא, עס איז יא דא א גאט, דאס מיינט איצטערט האט זיין זוכן גיי אריינגעבליצט אין זיין מח. איינמאל די הנחה איז געמאכט, עס האט רעזינעיטעד מיט זיין פארשטאנד, וועט ער שוין קענען זעהן גאט אין אנדערע פעלער אין סתם א יעדעס טאגיגע הלוך ילך'דיגע מציאות'ער אויכעט בס''ד.

אלע צוזאמען » פרייטאג מאי 19, 2023 10:29 am

· #525286
אקעי, מ'איז אנגעקומען צו די פוינט ווי מ'ספיקות שוין צו ס'בכלל געשען.
קודם געפעלט מיר ווי @אנאנים, ווען מ'האט אים אראפגעריסן ביי די בארא פארק ערב פסח קרבן, האט ער זיך אויפגערעגט כאילו די וועלט האט זיך גענדיגט, אבער ער האט נישט קיין פראבלעם צו קוועשינען יענעם.
די מעשה איז געשעהן אזוי ווי כ'האב עס געשריבן, קיין ווארט נישט משנה פון וואס די בעל המעשה האט דערציילט.
יעצט לגבי די רייצערישע טיטל.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, איך זאג עס יעדן טאג, און איך פרוביר צו גלייבן אין דעם אויפן ברסלב'ע שטייגער, בפשטות לגמרי.
ווען איך האב עס געשריבן האב איך געהאט א קלער צו טעגן עטליכע מעמבער'ס דא, באקאנטע נישט גלויביגע, אפאר פון זיי זענען שוין געווען דא אינעם אשכול, כ'האב אבער זיך בארעכנט אז ס'גייט זיין אביסל צו פערסאנעל האב איך עס נישט געטון, כ'האב אבער געוואלט אז די מעשה זאל אביסל ארומפארן האב איך דירעקט געלייגט א מאדנעם קעפל.
און ניין איך דארף נישט קיין באווייזן אז השי''ת פירט די וועלט, מיך איז גענוג וואס ר' אביגדור מילער האט געזאגט ווען איינער איז געפארן צו 'שווייץ' פאר נפלאות הבורא' האט ער גענטפערט 'באטראכט דיין האנט, יעדע אדער און ביין, עס'טו טרעפן מער נפלאות הבורא'.

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 10:49 am

· #525290
לייביששרייבער
לגבי השגחה פרטית, אדער נישט, א לאנגע מדובר אבער מיר תלמידים פונעם הייליגען בעש''ט האבן דירעקט יא אזוי גענומען מיט כמה הכרחים און סיבות.
דאס וואס דער סאטמאר רב זי''ע שרייבט אז נשתכח דרך הבעש''ט מיינע נאך נישט אז דער רובוש''ע האט פארגעסן און ער קען ווייטער זיין משגיח פרטי. ער קען עס האנדלען איידער וועי
דאס איז דאך א דבר פשוט אז היות מיר -די שרייבערס פון קאווע שטיבל, זענען אידיש רעדנדע, וואס מיר ריפן אן אין די אידישע וועלט 'חסידישע אידן' און מיר פאריפן זיך אלס נאכפאלגער פונעם בעל שם טוב, מוז דאך זיין אז ער איז גערעכט געווען, און גאט פירט די וועלט לויט ווי מיר האבן אנגענומען, אפילו אויב פארן בעש"ט האט ער זיך געפירט אנדערש...

ס'וואלט מיר נאר געווען אינטערסאנט אויב דו קענסט אויסשמועסן די הכרחים און סיבות וואס זענען מוכיח אז דאס איז די ריכטיגע מהלך.

שמן למאור » פרייטאג מאי 19, 2023 10:56 am

· #525291
לייביששרייבער
שמן למאור
די זעלבע הסבר וואס די כופרים וועלן געבן אויף די 'נארמאלע' טאג טעגליכע פאסירונגען, וועלן זיי אונז מיט דעם פונקט אזוי קענען מסבר'ן די מאדנע צופאלן און געשיכטעלעך.
איה"נ דער טאג טעגליכער ערשיינונג איז אסאך א שטערקערע הכרח אז עס איז דא א גאט און מען דארף בכלל נישט קיין שום מאדנע מעשה צו העלפן ווייזן אז עס איז דא א גאט.
אזוי ווי געשריבן וועסט קוקען וועסטו זעהן אפי' אן א מעשה.
לדאבוני, האסטו עפעס פארזען די לעצטע פאר ווערטער מיינע און דו האסט ארויסגענומען פונקט דאס פארקערטע פון וואס איך האב געשריבן.

וואס איך האב געשריבן איז, אז אלע נאטורליכע ערשיינונגען וואס עס קומט פאר אויפן וועלט, מאדנע ווי נארמאלע צוגלייך, זענען ביידע די זעלבע 'נישט' קיין הוכחה צו גארנישט.

טמיר » פרייטאג מאי 19, 2023 12:09 pm

· #525294
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
קודם וואלט איך געראטן פאר אלע וואס ווילן זיך קלאמערן אין די השגחה פרטית הוכחות זאלן זיך זאפארט אפטראגן פון די סארט אשכולות. ווייל גרויסע שאנסן זיי וועלן ארויסגיין אנדערש ווי אריינגעקומען [emoji1]

לעצם העניין. וויאזוי וויל מען מוכיח זיין פון די מעשה אז עס איז דא א גאט: פון די עצם זאך אז עס איז געשען אזא מאדנע ערשיינונג, אדער די קא-אינסידענס אז עס האט פאסירט ביי איינעם וואס די באשעפער האט זיכער ליב?

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 12:46 am

· #525399
שמן למאור
לייביששרייבער
לגבי השגחה פרטית, אדער נישט, א לאנגע מדובר אבער מיר תלמידים פונעם הייליגען בעש''ט האבן דירעקט יא אזוי גענומען מיט כמה הכרחים און סיבות.
דאס וואס דער סאטמאר רב זי''ע שרייבט אז נשתכח דרך הבעש''ט מיינע נאך נישט אז דער רובוש''ע האט פארגעסן און ער קען ווייטער זיין משגיח פרטי. ער קען עס האנדלען איידער וועי
דאס איז דאך א דבר פשוט אז היות מיר - די שרייבערס פון קאווע שטיבל, זענען אידיש רעדנדע, וואס מיר רופן אן אין די אידישע וועלט 'חסידישע אידן' און מיר פאריפן זיך אלס נאכפאלגער פונעם בעל שם טוב, מוז דאך זיין אז ער איז גערעכט געווען, און גאט פירט די וועלט לויט ווי מיר האבן אנגענומען, אפילו אויב פארן בעש"ט האט ער זיך געפירט אנדערש...

ס'וואלט מיר נאר געווען אינטערסאנט אויב דו קענסט אויסשמועסן די הכרחים און סיבות וואס זענען מוכיח אז דאס איז די ריכטיגע מהלך.
בסדר. גייען מיר מסדר זיין די דברים כהוייתן פאר דער בעש''ט האט געהאלטן אז אזוי איז עס בהכרח.
גאר אין קורצן וועל איך זיין צוריק מיט די ערשטע תגובה דערוועגן.

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 12:57 am

· #525401
לייביששרייבער
גאר אין קורצן וועל איך זיין צוריק מיט די ערשטע תגובה דערוועגן.
א מורא'דיגע באשרייבונג פון ר' נחום גרינוואלד פון די מחלוקת אין דעם ענין פון השגחה און די הכרחים פארוואס דער בעש''ט הק' איז צו געקומען צו דעם הכרח.
וזל'ק:

"כיום הכל מאמינים בהשגחה פרטית, היינו שהקב"ה משגיח על כל פרט בבריאה, מהדבר הגדול ביותר ועד גורלו של עלה נידף ביער. אך למעשה זהו חידוש עצום של הבעש"ט, לעומת רבים מגדולי ישראל שקדמו לו. הסבר השיטות, וחשיפת העומק המופלא של ההשגחה המיוחדת על עם ישראל ע"פ שיטת הבעש"ט".

"היינט ווייסט שוין יעדער איינער אין די השגחה פרטית ד.ה. אז דער בורא ומנהיג הבריאה איז משגיח אויף א יעדן בלעטל אין וואלד ווי ער זאל די סעקונדע פונקט ליגן. אבער בעצם די מהלך פון השגחה איז די מקור א בעש''ט ווי מיר וועלן אריינגיין דערינען מיט אלע שיטות ובהירות, און די וואס האבן געקריגט וואס האבן זיי געהאלטן, ווי הייבט זיך אן ווי ענדיגט זיך די דירעקטע השגחה".

די שמועס איז דוקא נישט פאר שוואכע הערצער. אבער שוין.

שמן למאור » זונטאג מאי 21, 2023 2:03 am

· #525414
ברענגט ביטע די עצם טענות און סברות, נישט סתם לויב ווערטער מיט גלאנציגע חארא.

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 6:05 am

· #525436
שמן למאור
ברענגט ביטע די עצם טענות און סברות, נישט סתם לויב ווערטער מיט גלאנציגע חארא.
איך זיך נישט דוקא איבער צו שרייבן וואס ער האט געשריבען.

הנה די לינק וזול גמור
https://toratchabad.com/%D7%94%D7%A9%D7%92%D7%97%D7%94-%D7%A4%D7%A8%D7%98%D7%99%D7%AA-%D7%A2%D7%9C%D7%A4%D7%99-%D7%A9%D7%99%D7%98%D7%AA-%D7%94%D7%91%D7%A2%D7%A9%D7%98

הקטן » זונטאג יוני 11, 2023 7:20 pm

· #527947
שמן למאור
דאס איז דאך א דבר פשוט אז היות מיר -די שרייבערס פון קאווע שטיבל, זענען אידיש רעדנדע, וואס מיר ריפן אן אין די אידישע וועלט 'חסידישע אידן' און מיר פאריפן זיך אלס נאכפאלגער פונעם בעל שם טוב, מוז דאך זיין אז ער איז גערעכט געווען, און גאט פירט די וועלט לויט ווי מיר האבן אנגענומען, אפילו אויב פארן בעש"ט האט ער זיך געפירט אנדערש...
א איד וואס האט ממש נישט, אויף אזוי ווייט דאס זיין קארד ארבעט נישט און ווען ער באקימט א טיקעט פאנגט ער ליטערלי אן צו וויינען אויפן גאס
דאך וויל ער זיך לאזן קאסטען און באצאלן צו האבן א ביסל פלייש לכבוד שבת איז זייער מעגליך דאס אויך לויט די רמב"ם איז אויף אים דא השגחה פרטית...

הקטן » זונטאג יוני 11, 2023 7:37 pm

· #527949
דיכטער
א שיינע זיסע מעשה.

דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?

לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
אויב נניח אויף די ענוועלאפ שטייט פינקט די ווערטער "לכבוד שבת..." - וואלט דאס געטוישט עפעס בא דיר?

געדענק די שואה איז נאך אלץ געשען און אימשילדיגע קינדער שטארבן נאך פין דראנג-דרייווערס