☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פריידע וויזעל האט א כשר'ע טעלעפאון

פריידע וויזעל האט א כשר'ע טעלעפאון

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16183

קלעראוןשער » דינסטאג מאי 16, 2023 7:52 pm

· #524866
פריידע וויזעל האט א כשר'ע טעלעפאון
"איך האב זייער ליב מיין כשר'ע סעל, איך האב שוין יארן נישט קיין סמארטפאון, איך וויל זיין א א סוקסעספולער טור גייד אן קיין דיסטרעקשאנס"
- פריידע וויזעל

נו, ווער גייט עס אריינלייגען אין 'השמעיני את קולך'?!

וואטשט דא אויף יוטיוב

סקעפטיקער » דינסטאג מאי 16, 2023 8:34 pm

· #524874

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 16, 2023 11:40 pm

· #524912
א כשר'ע סעל אדווערטייזט אויף... יוטוב?
אירע טורס פיגורירן אויף יוטוב?

נו נו, לייג עס אריין אין השמיעיני.

לייביששרייבער » מיטוואך מאי 17, 2023 12:04 am

· #524919
Re: פריידע וויזעל האט א כשר'ע טעלעפאון
איך זעה די ביזנעס וואקסט. מען דארף שוין אריין נעמען נאך אן אַרבעטער צו אונטערהאלטן די אודיענטס.



Sent from my SM-S908U using Tapatalk

קלעראוןשער » מיטוואך מאי 17, 2023 3:47 am

· #524931
שמעקעדיג
א כשר'ע סעל אדווערטייזט אויף... יוטוב?
אירע טורס פיגורירן אויף יוטוב.
השמעיני איז פראפאגאנדע, ווילאנג מ'לאזט אויס די "הייקעלע" פרטים ווי די נאמען, יוטוב, וכו'איז עס מער ווי וועלקאם ווייל עס שטופט די אגענדע:
"טייערע אידן אפילו פרייע יודן מכשילי הרבים פארשטייען...."
יו געט דע פיקטשער..

גאלדמאן » מיטוואך מאי 17, 2023 10:43 am

· #524951
לייביששרייבער
איך זעה די ביזנעס וואקסט. מען דארף שוין אריין נעמען נאך אן אַרבעטער צו אונטערהאלטן די אודיענטס.
ווער איז איר שותף אינעם ווידיא מיט וועם זי גייט ארום? פארוואס גייט ער מיט א קאפל?

סקעפטיקער » מיטוואך מאי 17, 2023 11:03 am

· #524956
גאלדמאן
לייביששרייבער
איך זעה די ביזנעס וואקסט. מען דארף שוין אריין נעמען נאך אן אַרבעטער צו אונטערהאלטן די אודיענטס. Sent from my SM-S908U using Tapatalk
ווער איז איר שותף אינעם ווידיא מיט וועם זי גייט ארום? פארוואס גייט ער מיט א קאפל?
איר זוהן

גאלדמאן » מיטוואך מאי 17, 2023 11:25 am

· #524961
ער גייט געווענליך א קאפל אדער נאר יעצט לפי המצב?

סקעפטיקער » מיטוואך מאי 17, 2023 11:44 am

· #524965
לכאורה נאר יעצט

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 19, 2023 1:01 am

· #525247
ניין: איהר זון (סעטה) האט איהר א ביסל צוריקגעשלעפט צו אידישקייט. ער איז געגאנגען אין א חבד"ס'קער ישיבה אלס קינד. ער האט "געצווינגען" זיין מאמע צו קויפן כשר'ע פלייש מיט א השגחה.

אויף שמירת שבת האט זי (בראשית או.טי.די. דרכה) זיך פארענטפערט אז זי קען נישט האלטן שבת. ווייל איהר "יונגל" האט נישט געהאט קיין אקטיוויטיס אום שבת. כאטש זי האט געצאלט געלט. ביז זי איז "געצווינגען" געווען איהם צו דרייוון צו א JCC אום שב"ק. נאר שפעטער איז ער (בזכות אבותיו הק') אנגעקומען צו א חב"ד ישיבה. און ער האט ,א ביסל "צוריקגעשלעפט" זיין מאמע...!

אוי. זיידי ווערטהיימער. ווען דו האסט אפגעטון דעם הייליגן אקט פון קנאות (אלס בחור) און אריין געדרייווט דעם טראק מיט די פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער האסטו נישט געחלומ'ט אז דיין טאכטער די געוועזענע שפיצל לעידי וועט גיין מיט "סלעקס" און פארן א קאר אום שב"ק...!

בעל אחריות » פרייטאג מאי 19, 2023 6:12 pm

· #525341
berlbalaguleh

אוי. זיידי ווערטהיימער. ווען דו האסט אפגעטון דעם הייליגן אקט פון קנאות (אלס בחור) און אריין געדרייווט דעם טראק מיט די פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער
tell me more

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 19, 2023 7:10 pm

· #525349
ווען הרה"ק ר' ר' מאיר ווערטהיימער שליט"א איז נאך געווען א בחור האט סאטמאר געפיהרט (איינס פן די מערכות) א מערכה אקעגן דעם מארגן זשורנאל און דעם פארווערטס. די אידישע צייטונגען וואס דער היימישער עולם האט געליינט. ווייל קיין ענגלישע צייטונג האבן זיי נישט געקענט ליינען.

אמת. דער פארווערטס האט אפן מחלל שבת געווען און אן בושה ארויפגעפרינט אויף זייער אויסגאבע פון שבת די ווערטער "שבת". דער מארגן זשורנאל וואס איז אויך ארויסגעקומען (אין א געוויסע תקופה) אום שבת, האט כאטש ארויפגעשריבן אויף די אויסגאבע..."ערב שבת"... ד.ה. אז נאך פרייטיג קומט ערב שבת...לאל.

בקיצור: דער פארווערטס האט נישט געהאט קיין אייגענע פרינט שאפ. זיי האבן געלאזט דרוקן זייערע צייטונגען ביי די נ.י. פאוסט. וועלכע האבן (געהאט) זייער הויפט אפיס און שאפ אין לאוער מאנהעטן. איין טאג. ווען א דעליווערי טראק פון די נ.י. פאוסט איז געווען געפארקט. נאנט צום ברעג פון האדסאן ריווער. האבן עטליכע בחורים, מפי השמועה איז עס געווען הרה"ק ר' מאיר אויפגעמאכט די פארקינג ברעיק פונ'ם טראק. און דער טראק מיט אלע פארווערטס צייטונגען זענען געגאנגען שווימען...יענעם טאג איז נישט געווען קיין פארווערטס צייטונג...קדוש יאמר לו....!

בית הלוי » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:49 pm

· #525380
berlbalaguleh
ווען הרה"ק ר' ר' מאיר ווערטהיימער שליט"א איז נאך געווען א בחור האט סאטמאר געפיהרט (איינס פן די מערכות) א מערכה אקעגן דעם מארגן זשורנאל און דעם פארווערטס. די אידישע צייטונגען וואס דער היימישער עולם האט געליינט. ווייל קיין ענגלישע צייטונג האבן זיי נישט געקענט ליינען.
מאיר ווערטהיימער וואס האט געעפענט המספיק?

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:56 pm

· #525383
יא: נישט דער ר' מאיר ווערטהיימער וואס איז אקארשט נפטר געווארן אין א"י...!

חב''ד הויזן » זונטאג מאי 21, 2023 12:18 am

· #525394
בית הלוי
מאיר ווערטהיימער וואס האט געעפענט המספיק?
אגב, מאיר ווערטהיימער האט נישט געעפנט המספיק. המספיק האט ארגינעל באלאנגט פאר די ווילעדזש/מוסדות/קהל (עפעס אזוי) און ווען מ'האט געוואלט ווארפן ווערטהיימער'ן פון די באורד האט מען אים צוגעווארפן א ביינדל 'המספיק' וואס ער האט למעשה פארוואנדלט אין א גאלדן-גרוב. מאיר הירש האט עס שפעטער געוואלט צוריקכאפן אבער ס'איז געווען צו שפעט.

קרעדיט: מפי השמועה.

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 1:02 am

· #525405
פי השמועה זייער נישט גוט געהערט. איך דענק די מעשה זיך אפשפילן.

עס איז נישט געווען מיין המוסד, עס איז געווען א פריוואטע אונטערנעמונג פון צוויי שותפים. איין שותף ליפא גראסס און דער צווייטער שותף מאיר ווערטהיימער.

ליפא גראסס האט געוואלט זיך צוטיילן און מאיר ווערטהיימער האט אים פארווארפן פון ביידע וועלטן דאן.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2023 3:40 am

· #525429
לייביששרייבער: און דער המשך הסיפור גייט נאך ווייטער אן. 'עמיר רעדן אין (בערך) 2 יאר ארום.

נאר דער אשכול פארפארט. ס'איז דאך איבער פריידע וויזעל און איהר כשר'ע פאון. נישט איבער מאיר וועטרהיימער און המספיק.

ווער איז שולדיג? עז יוזשועל... בערל בעל העגלה...!

מאיר זרח » זונטאג מאי 21, 2023 8:26 am

· #525443
berlbalaguleh
יא: נישט דער ר' מאיר ווערטהיימער וואס איז אקארשט נפטר געווארן אין א"י...!
זי האט איבערגעלאזט די עשירות און געווארן א ביליגע tour guy?

קהל'ס נער » זונטאג מאי 21, 2023 10:45 pm

· #525604
מאיר זרח
זי האט איבערגעלאזט די עשירות און געווארן א ביליגע tour guy?
ווי גייט נאר די ניגון?
אויב נישט קיין אמונה צוזאמען מיטן געלט.....

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 22, 2023 12:41 am

· #525619
שוין: מ'עט אריינלייגן אין "בליצן" זשורנאל (נישט מעגעזין, ח"ו) וואס איך באקום א יעדן חודש אומגעבעטן אן אינטערוויו מיט די סוקסעס'פולע'ר (ווי האט נאר דער בעלזער חסיד פון א"י געזאגט סוקסע(ק)ספולער) טור גייד הרבנית הצדיקת מרת פ. וויזל (ווערטהיימער) שתליט"א און צוזאמען מיט איהר זון הב' החשוב כמר"סעטה", הי"ו, אז זיי ווילן בכונה נישט האבן קין "סמארטפאון", רח"ל הס מלהזכיר. נאר א כשר'ע פאון. א "פליפ" פאון, כלשונם הטהור.

די אנדערע זייט » מאנטאג מאי 22, 2023 9:21 am

· #525643
איך האב נאר געזעהן איר טור ערב שבת אין וויליאמסבורג, ס'איז זייער אינטערעסאנט ווי איינער וואס האט אפגעלאזט אונזער קולטור, זאל רעדן אזוי פאזאטיוו, מיט אזעלכע געפילען צי אונזערע מנהגים, כל הכבוד

גאלדמאן » מאנטאג מאי 22, 2023 11:16 am

· #525659
berlbalaguleh
ניין: איהר זון (סעטה) האט איהר א ביסל צוריקגעשלעפט צו אידישקייט. ער איז געגאנגען אין א חבד"ס'קער ישיבה אלס קינד. ער האט "געצווינגען" זיין מאמע צו קויפן כשר'ע פלייש מיט א השגחה.

אויף שמירת שבת האט זי (בראשית או.טי.די. דרכה) זיך פארענטפערט אז זי קען נישט האלטן שבת. ווייל איהר "יונגל" האט נישט געהאט קיין אקטיוויטיס אום שבת. כאטש זי האט געצאלט געלט. ביז זי איז "געצווינגען" געווען איהם צו דרייוון צו א JCC אום שב"ק. נאר שפעטער איז ער (בזכות אבותיו הק') אנגעקומען צו א חב"ד ישיבה. און ער האט ,א ביסל "צוריקגעשלעפט" זיין מאמע...!

אוי. זיידי ווערטהיימער. ווען דו האסט אפגעטון דעם הייליגן אקט פון קנאות (אלס בחור) און אריין געדרייווט דעם טראק מיט די פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער האסטו נישט געחלומ'ט אז דיין טאכטער די געוועזענע שפיצל לעידי וועט גיין מיט "סלעקס" און פארן א קאר אום שב"ק...!
דיסלייק,

כמעט יעדער האט קינדער און אייניקליך וואס זענענן ארויסגעקאלערט פונעם ליין בגשם אדער ברוח, עס קומט נישט צו דערמאנן די חטאת נעורים פון די עלטערן אדער די זיידעס.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 22, 2023 9:21 pm

· #525738
גאלדמאן: דו האסט א טעות. קיינער זאגט נישט אז הרה"ק ר' מאיר ווערטהיימער האט נישט גוט געטון מיט זיין קנאות אקט אלס בחור. דאס רעפלעקטירט אויך נישט אויף זיין טאכטער'ס ארויסגיין פון די ליניע. ס'פראווט נאר א קליינטשיגע נקודה. אז הייליגקייט ביים טאטן אדער זיידע גאראנטירט נאכנישט אז די קינדער און אייניקלעך וועלן בלייבן קדושים וטהורים. ווייל פאר אלעם אויף די וועלט באשולדיגט מען די אינטערנעט מיט די סמארטפאונס און טעכנאלאגיע.

ס'איז דא נאך א מענטש וועלכער ווערט פאררעכנט פאר א קדוש וטהור. און זיין אייניקל איז רחמנא ליצלן אפגעפארן טויזנט מאל ערגער ווי פרידא וויזעל. און יענע איז נאך א בהמה אויך דערצו. און מ'קען נישט באשולדיגן איהר זיידע אין איהר מצב ברוחניות...!

מרדכי מרדכי » מאנטאג מאי 29, 2023 11:29 am

· #526352
קלעראוןשער
"איך האב זייער ליב מיין כשר'ע סעל, איך האב שוין יארן נישט קיין סמארטפאון, איך וויל זיין א א סוקסעספולער טור גייד אן קיין דיסטרעקשאנס"
- פריידע וויזעל

נו, ווער גייט עס אריינלייגען אין 'השמעיני את קולך'?!

וואטשט דא אויף יוטיוב
א באקאנטע נישט היימישע (מזרע ישראל?) טור גייד האט זיך לעצטנס אויפגעטון אז ער האט נישט קיין סמארטפאון ווייל ער וויל זיין סוקסעספול. "איך וויל זיין א סוקסעספולער טור גייד" האט ער געזאגט.
אוודאי דארפן מיר נישט צוקומען צו יענעמס חיזוק אבער דאס ווייזט נאר אז אפילו ביי די דאזיגע וואס ליגן אין דעם פארשטייען אויכעט אז עס איז נישט גוט און זיכט נישט קיין התרים לצורך פרנסה.

נו ווער לייגט עס אריין אין השמיעיני? כ'האב עס אפילו געכשרט פאר זיי.
אדער קען איך עס אימעילן צי זיי