☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איבער זיך שאקלען ביים דאווענען

איבער זיך שאקלען ביים דאווענען

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16180

אבטח ולא אפחד » דינסטאג מאי 16, 2023 5:28 pm

· #524832
איבער זיך שאקלען ביים דאווענען
אסאך מאל פארט ארום ריקעדיגע בילדער פון אידן וואס געפינען זיך אין א גויש'ע פלאץ ווצב"ש א עירפארט א שפיטאל און זיי שאקלען זיך געפערליך בשעת'ן דאווענען.
מיר דארפן פארשטיין אז שאקלען זיך איז זייער מאדנע, ממש לאכעדיג אין די אויגן פון א צוקוקער.
עס זענען דא אפילו נישט אזוינע שיינע קאממענטס פון גוים וואס האלטן אז די פעולה פון שאקלען מיינט גאר עפעס נישט צניעות'דיג ואכהמ"ל.
איך מיין אז שאקלען בשעת'ן דאווענען איז נישט קיין דאורייתא (גאנץ דאווענען איז לויט רוב פוסקים נישט דאורייתא) נישט קיין דרבנן און לויט כמה פוסקים גאר א איסור, ווייל אזוי שטייט מען נישט בעפאר א קעניג.
סאו אז דו געפינסט זיך צווישן גוים שאקל זיך נישט!
דעטס איט!
טייערע לעיקוואדע מיידל, לייג נישט דיין סידור אויף די אויגן און שאקל זיך ווי א לולב הושענא רבה!
שטיי גלייך, דאווען אפ און גמרנו.
וויפיל כוונה דו האסט ביים דאווענען ווייסעך נישט, באט עט ליעסט מאך נישט קיין חילול השם!!

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 16, 2023 5:35 pm

· #524835
סאיז גאנץ פאני די מיידלעך וואס שאקלען זיך אין עירפארט
אבער דיין הנחה פון חילול השם איז בכלל נישט ריכטיג
ואידך זיל גמור

צוזאמגעדרייט » דינסטאג מאי 16, 2023 5:39 pm

· #524836
Re: איבער זיך שאקלען ביים דאווענען
ווער עס וויל זיך שאקלען זאל זיך שאקלען.

אמעריקע איז א פרייע לאנד מען קען און מען זאל טון וואס מען וויל! עס שטערט קיינעם נישט.

געניג קולטורן טוען מאדנע זאכן יעדער אויף זיין וועג, דאס איז סתם א קאמפלעקס.

אוהב ספרים » דינסטאג מאי 16, 2023 5:40 pm

· #524837
איך האלט זיי זאלן זיך ווייטער שאקלן, אויב איז ביי דיר קאמיש, אדער ביי אנדערע, איז דאס גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע מעשים וואס מענטשען טוען און זענען קאמיש און אויגען פון אנדערע.


ביי איינעם איז פינקע האר קאמיש, ביים צווייטען צוריסענע דזשינס, א.א.וו.


די נקודה איז, הער אויף צו האבן א קאמפלעקס וועגען דיין רעליגיע. ביסט א איד און דאס איז.

גאלדמאן » דינסטאג מאי 16, 2023 5:43 pm

· #524839
אבטח ולא אפחד
אסאך מאל פארט ארום ריקעדיגע בילדער פון אידן וואס געפינען זיך אין א גויש'ע פלאץ ווצב"ש א עירפארט א שפיטאל און זיי שאקלען זיך געפערליך בשעת'ן דאווענען.
מיר דארפן פארשטיין אז שאקלען זיך איז זייער מאדנע, ממש לאכעדיג אין די אויגן פון א צוקוקער.
עס זענען דא אפילו נישט אזוינע שיינע קאממענטס פון גוים וואס האלטן אז די פעולה פון שאקלען מיינט גאר עפעס נישט צניעות'דיג ואכהמ"ל.
איך מיין אז שאקלען בשעת'ן דאווענען איז נישט קיין דאורייתא (גאנץ דאווענען איז לויט רוב פוסקים נישט דאורייתא) נישט קיין דרבנן און לויט כמה פוסקים גאר א איסור, ווייל אזוי שטייט מען נישט בעפאר א קעניג.
סאו אז דו געפינסט זיך צווישן גוים שאקל זיך נישט!
דעטס איט!
טייערע לעיקוואדע מיידל, לייג נישט דיין סידור אויף די אויגן און שאקל זיך ווי א לולב הושענא רבה!
שטיי גלייך, דאווען אפ און גמרנו.
וויפיל כוונה דו האסט ביים דאווענען ווייסעך נישט, באט עט ליעסט מאך נישט קיין חילול השם!!
יעע, איך ווייס אויך, די גוים באקומען ממש היץ פונעם שטאפן היט, אבער ווי נאר די מיידליך הייבן זיך אן שאקלן ווערן זיי די פארקערטע, ממש צו שנאי ישראל.

שעפטאל » דינסטאג מאי 16, 2023 6:21 pm

· #524850
אז מ'רעדט שוין פון יא חילול נישט חילול
פארוואס טאקע שאקלט מען זיך בכלל ביים דאווענען?

ווייל מ'פיהלט אז מ'טוהט גארנישט מיט די צייט און מ'וויל שוין ענדיגען?

ווייל אמאל פלעגען אסאך אירע אריין'קוקען אין איין ספר, יעדער האט זיך געהויבן און געבויגן צו קענען זעהן איבער דעם חבר'ס אקסל אריין אינעם סידור [כ'מיין איינער פון די ראשונים זאגט עס], און היינט איז עס שוין סאשעל פראף

אדער?

פונדאַמענטאַל » דינסטאג מאי 16, 2023 8:42 pm

· #524875
Re: איבער זיך שאקלען ביים דאווענען
איבער שאקלען ספעציפיש האבן שוין כמה ארויסגעברענגט אז מיר לעבן אין א פרייע לאנד ווי אויסקוקן קאמיש איז די נארמע, און דאס איז נישט עפעס וואס דארף אויפברענגען גרויס זארג. איך מיין אבער אז אפילו אויב זענט איר גערעכט מיט דעם, איז דאס נישט פון די ערשטע אויפן ליסטע פון זאכן וואס היימישע אידן קענען מתקן זיין ווען עס קומט צו אויפפירונג אין לופטפעלדער. קודם זאלן מיר זיך אויפפירן ווי מענטשען בכלל און דערנאך וועל איך מיר זארגען איבער אויסזעהן קאמיש.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג מאי 16, 2023 9:01 pm

· #524879
שאקלן איז סימפל נאטורליכע ריעקשאן. אז די שעמסט זיך אז אין ערפארט שאקלן זיך די אידן ביים דאווענען, גיי ארויס אויפ'ן גאס און זעה די היפ חברה וואס זענען "plugged in" אויף די טרעין ווי זיי שאקלן זיך אויף זייער מוזיק. א יעדער ווערט עקסייטעד פון זיין עבודה, די סעם מויד ביי מנחה, דער ערל ביי רעפּ. אויב דיין הארץ איז נאכנישט בארוהיגט, דעמאלט נאדער אן עצה טובה, לייג די פאות אונטערן אויער וועט מען נישט וויסן ביסט א יוד און די בושות זענען פארמיטן געווארן.

איך הער.. » דינסטאג מאי 16, 2023 9:10 pm

· #524884
Re: איבער זיך שאקלען ביים דאווענען
צוזאמגעדרייט
ווער עס וויל זיך שאקלען זאל זיך שאקלען.

אמעריקע איז א פרייע לאנד מען קען און מען זאל טון וואס מען וויל! עס שטערט קיינעם נישט.

געניג קולטורן טוען מאדנע זאכן יעדער אויף זיין וועג, דאס איז סתם א קאמפלעקס.
קיינער האט נישט געזאגט אז מען מעג נישט, אבער אונז שטארצט מ'שוין ארויס אזוי ווי עס איז פארוואס ציען איבעריגע אויפמערקזאמקייט? גיי דאווען און א זייט אין שלום על ישראל, איך זאג דיר צי אז דער באשעפער הערט די זעלבע אויס.

וואלווי » דינסטאג מאי 16, 2023 9:13 pm

· #524890
איך הער..
צוזאמגעדרייט
ווער עס וויל זיך שאקלען זאל זיך שאקלען.

אמעריקע איז א פרייע לאנד מען קען און מען זאל טון וואס מען וויל! עס שטערט קיינעם נישט.

געניג קולטורן טוען מאדנע זאכן יעדער אויף זיין וועג, דאס איז סתם א קאמפלעקס.
קיינער האט נישט געזאגט אז מען מעג נישט, אבער אונז שטארצט מ'שוין ארויס אזוי ווי עס איז פארוואס ציען איבעריגע אויפמערקזאמקייט? גיי דאווען און א זייט אין שלום על ישראל, איך זאג דיר צי אז דער באשעפער הערט די זעלבע אויס.
מ'טאר נישט ארויסשטארצען?

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 9:15 pm

· #524891
וואס באדערט דיר??? ס'איז מאדנע ווי פונקט אין די היינטיגע וועלט וואס א הויכע ווייסער מאן קען זיך דערלערן אלס - און זיך אנטון ווי - א נידריגן שווארצן פרוי און מ'טאר אים נישט זאגן קיין ווארט נאר פארקערט, אים וואלידיטירן אלס וואס ער וויל זיין, זענען אונז ביזי מיט די שוין לאנג עקספייערטע קאמפלעקס פון זיך נישט ארויסשטארצן...

און סתם פאר די העק, חילול השם אין קאפ אריין. אפשר פאר יעדע גוי וואס מאכט חוזק אדער טראכט פון אכהמ"ל וד"ל (וואטעווער ס'דארף מיינען) איז דא פינעף וואס קוקן פאר דעם ארויף דעם איד און זענען אים מחשיב דערפאר? אפשר איז עס א קידוש השם? כ'מיין, פון ווי קומען די סטאטיסטיקס? ס'בכלל דא??

קל וחומר » דינסטאג מאי 16, 2023 9:26 pm

· #524896
Re: איבער זיך שאקלען ביים דאווענען
כ'בין אמאל געווען ביי תשליך און איינער האט זיך דארט גאר שטארק צעשאקלט נעבן א גרופע נישט-אידן און זיי האבן נישט געקענט אויפהערן לאכן.
אבער דער איד איז הייליג גערעכט, בפרט וואס דאס שאקלן זיך קומט פון בעש"ט הק' וואס ווי עס ווערט געברענגט אין צוואת הריב"ש איז דאס דוגמת זיווג עם השכינה כביכול, (און ער פירט אויס אז ווען ס'איז בייחוד גדול (קלימאקס?) שאקלט מען שוין נישט).

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 9:28 pm

· #524898
הייסט די גויים האבן עס יא ארויס?!
אבטח ולא אפחד
עס זענען דא אפילו נישט אזוינע שיינע קאממענטס פון גוים וואס האלטן אז די פעולה פון שאקלען מיינט גאר עפעס נישט צניעות'דיג ואכהמ"ל.

איך הער.. » דינסטאג מאי 16, 2023 9:32 pm

· #524900
Re: איבער זיך שאקלען ביים דאווענען
וואלווי: די גייסט צריק צי מען מעג אדער נישט, די מעגסט טון וואס די ווילסט קענסט גיין מיט גאטקעס אויפן קאפ פאר אלל איי קער, אבער אז ס'פעלט נישט אויס דעמאלס לאז געמאכט.

בעל אחריות » דינסטאג מאי 16, 2023 10:10 pm

· #524903
מען כאפט נישט ווי אנדערש דו זעהסט אויס מיט דיין גאנצע (אדער אפילו האלבע...) חסידישע טראגע אז מען מיינט אז מיטן שטיין גראד ביים דאווענען וועסטו שיין אריינבלענדען....

משל למה הדבר דומה, דו טרעפסט אן א טיילאנדישער אינגערמאן א בודהיסט אין עירפארט וואס גייט אנגעטוהן מיט די גאנצע מאדנע בודהיסטישע קליידונג אבער דו זעהסט אז אנדערש ווי די מנהג גייט ער מיט פשוטע ברוינע סניקערס, אויף דיין שאלה פארוואס ער איז משנה, זאגט ער דיר אז ער וויל נישט מאכן קיין חילול ה-----

שעפטאל » מיטוואך מאי 17, 2023 12:33 am

· #524922
פארמעקט

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 17, 2023 1:00 am

· #524923
אבטח ולא אפחד
אסאך מאל פארט ארום ריקעדיגע בילדער פון אידן וואס געפינען זיך אין א גויש'ע פלאץ ווצב"ש א עירפארט א שפיטאל און זיי שאקלען זיך געפערליך בשעת'ן דאווענען.
מיר דארפן פארשטיין אז שאקלען זיך איז זייער מאדנע, ממש לאכעדיג אין די אויגן פון א צוקוקער.
ווען דו האסט אזא נסיון, געדענק "אבטח ולא אפחד"! ובזה תנצל מכל המרעין בישין.

אבטח ולא אפחד » מיטוואך מאי 17, 2023 1:54 am

· #524925
קל וחומר
כ'בין אמאל געווען ביי תשליך און איינער האט זיך דארט גאר שטארק צעשאקלט נעבן א גרופע נישט-אידן און זיי האבן נישט געקענט אויפהערן לאכן.
אבער דער איד איז הייליג גערעכט, בפרט וואס דאס שאקלן זיך קומט פון בעש"ט הק' וואס ווי עס ווערט געברענגט אין צוואת הריב"ש איז דאס דוגמת זיווג עם השכינה כביכול, (און ער פירט אויס אז ווען ס'איז בייחוד גדול (קלימאקס?) שאקלט מען שוין נישט).
יא, איך געדענק ווענסע ארומגעפארן אזא קליפ פון איינעם דאווענען נעבן א קאר, און ער האט זיך געשאקלט, האבן די קאמענטירער געפרעגט צו עס איז עפעס אזא ואכהמ"ל זאך. פארגעס נישט, צו א נישט היימישע אויג זעט עפעס אויס ווי ריקט דווקא די אונטערשטע טייל פון די קערפער, שוין וואטעווער.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מאי 17, 2023 2:28 am

· #524928
Re: איבער זיך שאקלען ביים דאווענען
ביי די מערב וועלט מיינט אלעס ס*** אדער הערעסמענט. מען וועט זיי מילא קיינמאל נישט צעפרידן שטעלן.

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 17, 2023 6:57 am

· #524933
.

הרב שיף » מיטוואך מאי 17, 2023 8:29 am

· #524934
זיך שאקלען העלפט די קאנצעטראציע.

גראדע איז שאקלען זייער קיוט.

קבצו זקנים » מיטוואך מאי 17, 2023 12:57 pm

· #524973
לכאורה האט עס נישט מיט חילול השם אבער ס׳איז ווערד אמאהל אריין צי טראכטען אין די סוגיא פין זיך שאקעלן אויב ס׳איז א מנהג שטות אדער גאר א הייליגע מנהג און איך וועל דא ברענגען א פאר מקורות:

השל"ה
המתנועע בתפילתו, גורם בטול כוונתו. והעמידה בלי התנועעות כלל עוזר על הכוונה. ומה שאמר (תהלים לה, י) כָּל עַצְמוֹתַי תֹּאמַרְנָה וגו', היינו בשירות ותשבחות, וברכות קריאת שמע, ותלמוד תורה, אבל לא בתפילה. ואם יש מי שאמר כן גם בתפלה, נראה לי שאין לחוש לדבריו, כי הנסיון מוכיח, שהעמידה בלי נענוע בתפילה, גורם לכוון הלב. וראה בעיניך, הישאל אדם שאלות ממלך בשר ודם, וגופו מתנועע כנוע עצי יער מפני רוח?! (השל"ה הוא מסכת תמיד בספר נר מצוה)

כף החיים והרמ"ע מפאנו ורבי ישראל סרוג
כף החיים (סימן מח אות ז: שם בהגה) ונהגו המדקדקים להתנועע וכו'. אבל בתפלה אין להתנועע, הרמ"ע (בתשובותיו סימן קי"ג) וכן כתב עוד הרמ"ע (באלפסי זוטא פרק אין עומדין) 'רַק שְׂפָתֶיהָ נָּעוֹת' (שמואל א' א, יג) מסתברא לן ד'רַק' אתא למעוטי נענוע הגוף לא אמרו כָּל עַצְמוֹתַי תֹּאמַרְנָה אלא בפסוקי דזמרה ודומיהן עכ"ל.
ובשיטת רבו אמרה הרב המקובל מוהר"ר ישראל סרוק שכן כתב בהגהותיו דלא יתנועע בתפלה רַק שְׂפָתֶיהָ נָּעוֹת' והגם דכל דעביד כמר עביד ודעביד כמר עביד כמו שכתב הרב מגן אברהם מכל מקום שפרא מילתא להנהיג עצמו שלא להתנועע בתפלה שהוא כעומד לפני המלך וכמו שכתבו מהר"י סרוק והרמ"ע. מחזיק ברכה אות ה'. ועיין לקמן סוף אות ט'.

חיד"א
אפילו המתנועע יהיה בנחת לא בתנועות גדולות וקולות משונים, וידעו שעומדים לפני מלך הכבוד. (מחזיק ברכה אות ו')

רבי רחמים נסים יצחק פלאג'י והזוהר
ט. שם בהגה. דוגמת התורה שניתנה ברתת. וז"ל ה"ר דוד אבודרהם (דף י"ח ע"ג) ונהגו ישראל להתנועע בשעה שקורין כי כשנתנה התורה נרתעו כולם שנאמר (שמות כ, יד) 'וַיַּרְא הָעָם וַיָּנֻעוּ' וכן כתב רבינו יעקב בעל הטורים ברמזיו על התורה שם בפרשת יתרו וז"ל 'וַיַּרְא הָעָם וַיָּנֻעוּ' על כן מתנענעים בשעת לימוד התורה לפי שהתורה ניתנה באימה ברתת בזיע ע"כ. (יפה ללב אות ז') וז"ל הזהר הקדוש (פרשת פינחס סוף דף רי"ח ע"ג) נשמתהון דישראל אתגזרו מגו בוצינא קדישא דדליק דכתיב נר ה' נשמת אדם וכו', נהורא דשרגא כיון דאתאחדא גו פתילה ההוא נהורא לא שכיך לעלמין אלא מתנענעא נהורא לכאן ולכאן ולא משתכיך לעלמין, כגוונא דא ישראל דנשמתייהו מגו ההוא נהורא דשרגא כיון דאמר מלה חדא דאורייתא הא נהורא דליק ולא יכלין אינון לאשתככא ומתנענען לכאן ולכאן ולכל סטרין כנהורא דשרגא דהא 'נֵר הֳ' נִשְׁמַת אָדָם' (משלי כ, כז) כתיב עכ"ל. משמע דהנענוע הוא בשעה שלומד בתורה, אבל לא בשעת התפלה שהיא בקשת רחמים, על כן יש ליזהר בשעת תפלת י"ח שלא להתנועע וכמו שכתבנו לעיל אות ז'.

שם משמואל
ויש לומר שמחמת מקור מוצא התפילה, אם מהמוח או מהלב, נולד ההפרש אם בלחש או בקול. כי הלב הוא חם ומתפעל ומוליד תנועה וקול, והמוח הוא קר ובלתי בעל תנועה ובלחש. ועל כן הקדושים והצדיקים היותר גדולים שהם בחינת מוח אין נראות מהם תנועות והתפעלות בתפילתם.

ובאזנינו שמענו שהקדוש הרבי ר' בונם מפרשיסחא זצללה"ה הי' מתפלל בלי שום תנועה, אלא הי' עומד כמו עמוד של אבן ורק עיניו זולגות דמעות ושופעות בלי הפוגות. וכ"ק אבי אדמו"ר זצללה"ה סיפר שבהיותו חולה רחמנא לצלן נצטוה מאת כ"ק זקיני האדמו"ר הגדול זצללה"ה מקאצק להתפלל בראש השנה ויום הכיפורים אתו עמו בחדרו המיוחד שעל יד בית המדרש הגדול, ולא הי' רואה בזקיני זצללה"ה שום תנועה והתפעלות בכל התפילה, אלא פניו היו בוערות כלפידים וכמלאך ה' נורא מאד. ובספר ישמח משה להקדוש ר"מ טייטעלבוים זצללה"ה מאוהעל (ריש פ' אחרי) שזוהי בחינת הצדיקים שהם מבתי גואי ומהם הי' משרע"ה ואהרן שבכל עבודתם ותפילתם לא היתה ניכרת בהם שום תנועה והתפעלות. (שם משמואל, פרשת ואתחנן תרע"ה)

לקוטי יקרים
התפלה היא זיווג עם השכינה (זוהר ויקהל י׳) וכמו שבתחלת הזיווג יש נענוע כן צריך לנענע עצמו בתחילת התפלה ואחר כך יכול לעמוד כך בלא נענוע ויהא דבוק להשכינה בדביקות גדול. ומכח מה שמנענע עצמו יכול לבא להתעוררות גדול שיחשוב למה אני מנענע את עצמי כי מסתמא השכינה בודאי עומדת לנגדי, ומכח זה יבא להתלהבות גדול. (לקוטי יקרים מהמגיד ממעזריטש סעיף יח.)
📎 וְלֹא אֹתִי קָרָאתָ יַעֲקֹב כִּי יָגַעְתָּ בִּי יִשְׂרָאֵל [נִעְנוּעַ].pdf 📎 מִנְהָגֵי חַתַם סוֹפֵר.pdf 📎 פִּסְקֵי תְּשׁוּבוֹת.pdf 📎 תִּקּוּנֵי הַגּוּף בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה.pdf

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 17, 2023 6:41 pm

· #525034
דיעס אשכול דערמאנט מיר פון אייוועלט, אידישקייט האט נישט גענוג הלכות אזוי אויך? לאז אידן לעבן, אז אידן ווילן זיך שאקלען לאז זיי זיך שאקלען, הו קערס. אני כשלעצמי שאקל מיך ביים דאווענען ווען ס'פאקט מיר אן, און ווען ס'פאקט מיר נישט אן שאקל איך מיך נישט, ווענדט זיך לויט מיין גוסטע (ווען איך וואלט משוגע געוועהן וואלט איך געזאגט אז ס'ווענדט זיך אין די אורות אדער אנדערע מינ"י (פאן אינטענדעד) קרעפ פשט'לעך). די אישו פונעם פותח האשכול האב איך קיינמאל געהאט ווייל ביי אונז פירט מען זיך נישט צו דאווענען ווען מ'איז אונטערוועגנס. (כ'האב גראדע לעצטנס געטראפן א מקור צו דעם מנהג אין עירובין סה. אמר רבי אליעזר הבא מן הדרך אל יתפלל שלשה ימים. אבוה דשמואל כי אתי באורחא לא מצלי תלתא יומי, הגם איך ווייס נישט צו דאס איז טאקע די מקור אבער ס'איז א שיינעם צושטעל.)

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 17, 2023 10:06 pm

· #525060
רביה"ק זי"ע: איך מיין אז דו ביסט נאכאלץ אונטערוועגנס...! ממילא לא מצלית בתוך ג' ימים הראשונים והאמצעיים והאחרונים...!

עסקן בדברים » דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:47 am

· #525092
אין אנדערע קולטורס איז אויך דא אזא געוואוינהייט זיך צו שאקעלען. א צייט צוריק איז דאכט זיך ארום געגאנגען א קליפ ווי מוסלימענישע קינדער ערגעץ וואו שקעלן זיך ביים חזר׳ן די קוראן. דא קען מען זען אין א סקעם קאל צענטער אין קאלקאטא, אינדיע ווי עטליכע שאקעלען זיך ביים ארבעט. קוקטס פון 1:16 ביז 2:32, און פון 3:11 ביז 4:05. https://www.youtube.com/watch?v=0dT6jB2Dbmk

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:57 am

· #525099
און וואס איז מיט זיך בוקן ביז דער ערד ווי די מוסלמענער?
היינט איז פארגעקומען אן אינצידענט אויף א פליגער ווי א מוסלמנער האט זיך געבוקט אין קיך און געשטערט די פלייט אטענדענטס, און נאך געהאט די חוצפה צו געבן א דזשאכע אין די נאז פאר איינע פון די ארבעטערס. (פאליציי האט אים ארעסטירט נאכ'ן לאנדן).
קוקט נישט אויס ווי די חברה שעמען זיך פון איימיצן...

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 21, 2023 7:44 pm

· #525561
ער איז א מחלל שם אללא בפרהסיה.