☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דניאל פענני ווערט אנגעקלאגט אויף צווייטע גראד מארד

דניאל פענני ווערט אנגעקלאגט אויף צווייטע גראד מארד

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16179

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 2:31 am

· #524771
דניאל פענני ווערט אנגעקלאגט אויף צווייטע גראד מארד
פאר א וואך צוויי צוריק איז דניאל פענני, א פיר-און-צוואנציג יעריגער רעטייערטע מארין ווילד געסטראשעט און אנגעשריגן געווארן דורך ירדן נילי אויף א סובוועי אין ניו יארק. ירדן, א היימלאזער מאן, איז ארויף אויפן באן הונגעריג און ווילד און ארומגעלאפן צווישן די פאסאזשירן שרייענדיג אז ער גייט זיי שעדיגן. אין א אקט פון זעלבסט באשיצונג איז דניאל געקומען פון ארונטער און אנגעכאפט ירדן אין א טשאקהאלד פאזיציע פאר עטליכע מינוטן, פון וואס ירדן איז - לויט די מעדיקל עקזעמינער - געשטארבן א קורצע וויילע שפעטער.

די פאליציי האט נישט לאנג נאכ'ן אים ארעסטירן ארויסגעלאזט דניאל, אבער אלווין ברעג, דער דיסטריקט אטוירני האט געעפנט אן אינוועסטיגאציע און אום מאי 12 איז דניאל אנגעקלאגט געווארן מיט צווייטע דעגרי מארד, אויף וואס מ'קען פאראורטיילט ווערן צו 15 יאר אין טורמע.
📎 Daniel Penny.jpg ביז דא איז אין קורצן די ברייט פארשפרייטע פאקטן איבער די אינצידענט. ס'וואלט אבער געווען אינטרעסאנט צו הערן וואס די חכמי השטיבל וואלטן אין אזא פאל גע'פסק'נט, און בעיקר - פארוואס.

ס'איז קלאר אז דניאל האט נישט געהאט קיין כוונה צו הרג'ענען ירדן וואס אין אזא פאל וואלט עס געווען ערשטע דעגרי, אבער מצד שני האט ער למעשה יענעם דערמארדעט - און ווי געוויסע מיטרייזנדע גיבן איבער האט מען דניאל געווארנט אז ער קען שטארבן.

אלזא, לאזט ענק הערן לארכה ולרחבה און נאכאמאל בעיקר - 'פארוואס' די האלסט ער זאל יא אדער נישט זיצן.

עסקן בדברים » דינסטאג מאי 16, 2023 5:51 am

· #524776
מתבודד
ס'איז קלאר אז דניאל האט נישט געהאט קיין כוונה צו הרג'ענען ירדן וואס אין אזא פאל וואלט עס געווען ערשטע דעגרי
נישט אזוי פשוט. ערשטע דעגרי איז נאר פאר premeditated, דהיינו אז דער מערדער האט שוין פאר א שטיק צייט אויסגעפלאנט דער מארד. צווייטע דעגרי איז אפילו דער מערדער האט געהאט 100% כוונה צו הרג׳נען אבער ס׳ געווען א פלוצעמדיגע החלטה.

לייבל שטילער » דינסטאג מאי 16, 2023 7:57 am

· #524782
ס'איז א טיפיקל Manslaughter קעיס, (כוונה צו שעדיגן, נישט צו הרג'נען) איך כאפ נישט וואו די מארד קלאגע קומט דא אריין.

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 16, 2023 8:18 am

· #524783
לייבל שטילער
ס'איז א טיפיקל Manslaughter קעיס, (כוונה צו שעדיגן, נישט צו הרג'נען) איך כאפ נישט וואו די מארד קלאגע קומט דא אריין.
ס'קומט נאר אריין ווייל ס'איז דא פאלטיקעל און ראסיסטישע פרעשור.

ער האט אים קלאר נישט געוואלט הארגענען, ווייל די ווידיאו ענדיגט זיך ווי ער דרייט אים איבער צו די ריקאווערי פאזיציע, ער האט בסך הכל אים געוואלט מאכן שטיל פאר ביז ווען פאליציי קומט אן.
הונדערט פראצענט אז ווען ער איז אויך א שווארצער וואלט ער געגאנגען פריי.

לייבל שטילער » דינסטאג מאי 16, 2023 9:20 am

· #524786
קען זיין אז לויט קריטישע ראסע טעאריע נעמט מען אן אז אונטערן באוואוסטזיין וויל יעדע ווייסע הרג'נען דעם שווארצע ממילא שטומט די מארד קלאגע......

גאלדמאן » דינסטאג מאי 16, 2023 9:47 am

· #524787
לייבל שטילער
ס'איז א טיפיקל Manslaughter קעיס, (כוונה צו שעדיגן, נישט צו הרג'נען) איך כאפ נישט וואו די מארד קלאגע קומט דא אריין.
נישט ריכטיג, דא איז נישט קיין כוונה צו שעדיגען אויך נישט, אבער למעשה האט ער אומוועלענדיג גע'הרג'ט א מענטש! און פאר דעם ווערט ער אנגעקלאגט.

ער האט געהאט שותפים, דארף מען ווארטן צו זעען וואס עס גייט זיין מיט זיי.

לייבל שטילער » דינסטאג מאי 16, 2023 10:02 am

· #524788
אויב דו טוסט א זאך וואס גייט איינעם שעדיגן ע''פ דרך הטבע, קענסטו נישט זאגן אז ס'איז נישט דיין כוונה, א בחינה פון פסיק רישא ולא ימות, עניוועי, לשיטתך קען מען איהם נאר אנקלאגן אויף צווייטע גראד Manslaughter (אומ'אחריות'דיגע אויפירונג וואס פיהרט צו טויט), אבער לדעתי קען מען נאך שטיפן ערשטע גראד כאטש וואס אפילו אויף דעם קען ער טענה'ן אז ער האט עס געמוזט טוען צו ראטעווען די רייזנדע אויפן באן, אבער דאס איז שוין די פארטיידיגונג, יעצט רעדט מען פון די פאקטן.

וואלווי » דינסטאג מאי 16, 2023 1:27 pm

· #524810
זעהט אויס אז די שערוריה דרייעט זיך ארום די נקודה פון סעלף דעפענס. אויב ס'איז אין סעלף דעפענס איז ער פטור, אבער הא גופא ווענדט זיך צו ער איז געווען threatened אדער ווי שטארק איז געווען threatened.

מ'שטודירט די אָנגענומען מהלך אז נישט מיט א יעדע מאדנע בריאה אויף די טראנסיט סיסטעם פעלט אויס זיך פייטן, אזוי ווי מ'זעהט מעשים בעל יום אז מ'איגנארט און מ'רוקט זיך ווייטער. הגם דאס איז נישט קיין בארעכטיגן פאר סאבוועי קריים, דאך איז עס א מעסטער אויף די threat. אז מ'פארשטייט פארוואס ער האט זיך דא יא צוטוהן געמאכט, ווארפט עס ליכטיגקייט אויף די סעלף דעפענס ארגומענט, צו ס'איז ווארענטעד אדער נישט.

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 16, 2023 1:50 pm

· #524815
לויט ווי איך האב פארשטאנען איז עס נישט געווען פאר סעלף דיפענס, נאר צו ראטעווען אנדערע.
'דזשארדען נילי' פלעגט רעגולער'לי פרובירן אראפ צו ווארפן מענטשן אויף די שינעס, און ער האט זייער אסאך העררעסט מענטשן אויפן טרעין.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 16, 2023 5:27 pm

· #524831
עסקן בדברים
מתבודד
ס'איז קלאר אז דניאל האט נישט געהאט קיין כוונה צו הרג'ענען ירדן וואס אין אזא פאל וואלט עס געווען ערשטע דעגרי
נישט אזוי פשוט. ערשטע דעגרי איז נאר פאר premeditated, דהיינו אז דער מערדער האט שוין פאר א שטיק צייט אויסגעפלאנט דער מארד. צווייטע דעגרי איז אפילו דער מערדער האט געהאט 100% כוונה צו הרג׳נען אבער ס׳ געווען א פלוצעמדיגע החלטה.
ס'איז נאכאלץ סעקאנד דעגרי מענסלאוטער. דאס הייסט געהרג'ט בשוגג. ווייל במזיד וואלט געווען סעקאנד דעגרי מוירדער.. וואס פארדינט א סאך הארבערע שטראף.

דער געמיינער און קארופטירטער די.עי. פון מאנהעטן אלווין ברעג האט דאך נישט געהאט די חוצפה איהם (דניאל פענני) אנקלאגן פאר מוירדער. רציחה. ווייל די עווידענס האט דאס נישט אונטערגעשטיצט.

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 23, 2023 8:38 am

· #525763
אפי' אן אטורני קען מען דא אין שטיבעל טרעפן. ממש וואונדערליך!