☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען

מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16170

צוזאמגעדרייט » זונטאג מאי 14, 2023 3:10 pm

· #524493
מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען
פאלגנד זענען פראזען און סטעיטמענטס וואס איך הער שוין זיייט איך געדענק. א גרויס טייל האט אין זיך אמת, טייל מער טייל ווייניגער, אבער אין אלגעמיין קומט דאס וויבאלד מענטשן האבן ליב זיך איינצורעדן אז עס קומט א טויש. נישט קיין חילוק צו די טויש איז צום בעסערונג אדער פארקערט, אזוי איז דאס מענטשן האבן דאס ליב. פארוואס דאס איז אזוי וועט איר מוזן נאכפרעגן ביי אקאדעמיקער, איך קען אייך בלויז מלקט זיין וואס איך טו הערן.

ווער עס האט נאך אזאנע געדאנקען קען צולייגן.

-אין די לעצטע פאר יאר זענען נפטר געווארן די לעצט פארבליבענע צדיקים פונעם פריערדיגן דור.

-טשיינע גייט בקרוב ווערן די וועלט'ס גרויסמאכט.

-די היינטיגע אינגווארג לאכט זיך שוין אויס פון די רבנים.

-ס'איז געווארן היינט א וועלט ווי יעדער טאנצט נאך יעדעם.

-היינט צוטאגס קען מען שוין נישט וויסן ווער ס'איז אן עכטע עושר.

-די סיסטעם (וואַט עווער ס'מיינט) האלט אט אט ביים צוזאמפאלן.

-צרות ישראל מערן זיך לעצטענס מער און מער.

-ס'איז קלאר אז משיח קומט דעי יאר.

-אין צוויי דריי יאר ארום גייט נישט זיין מעגליך צו לעבן אן א סמארטפאון, די רבנים שלאגן זיך אויף א פארלוירענע קאמף.

-היינט קען מען שוין טון וואס מען וויל מיט קאפל און פיאות.
ענליך: היינט זענען דא מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום מיט שטריימל-בעקיטשע וואס אינווענדיג האלטן זיי ביי גארנישט!

-די לעצטע פאר יאר האט זיך יעדעס שמויגער זיין מיינונג.

-עס קומט א דריטע וועלט מלחמה.

-פאר די נייע דור קען מען שוין נישט איינרעדן וואס מען פלעגט אמאל.

-די וועלט גייט אויסלויפן פון אויל. (רוסלאנד לויפט אויס פון וואפן, לאל.)

-איראן האלט צוויי חדשים אוועק פון האבן א פארטיגע נוקלעארע וואפן.

-ארגענעזאציעס זענען היינט געווארן ביזנעסער.

-מענטשן האבן לעצטנס פארלוירן די געדולד, אלעס דארף געשעהן שנעל, מען אינוועסטירט נישט אין די "לאנג טערם".

-טאטעס גייען אויפהערן שיקן זייערע קינדער לערנען קיין ארץ ישראל.

יואב » זונטאג מאי 14, 2023 3:31 pm

· #524500
👍

סקעפטיקער » זונטאג מאי 14, 2023 3:34 pm

· #524502
באכמוט פאלט

מתבודד » זונטאג מאי 14, 2023 4:34 pm

· #524512
די דאזיגע נסיון איז "דאס לעצטע" פאר משיח קומט. (ציונות, טעלעוויזיע, ראדיא, עם פי טרי, אינטערנעט, לעיס פראנט...)

שפילער » זונטאג מאי 14, 2023 5:06 pm

· #524515
היינטיגע בחורים... 20 יאר ציריק האט מען געזאגט די זעלבע זאך

אינטיליגענטער » זונטאג מאי 14, 2023 5:09 pm

· #524516
א חוץ די סיסטעם איז אלעס אמת מער ווייניגער

טאמבל סאס » זונטאג מאי 14, 2023 5:17 pm

· #524517
היינט מאכט מען שוין נישט שידוכים ווי אמאל. היינט זעהט מען זיך אפאר מאל בעפאר. מען געט א טשויס..

היינט שלאגט מען שוין נישט אין חדר. די חינוך סיסטעם האט זיך דראסטיש געטוישט. די רעבעס זענען פראפעשאנעל און א נייע, אינגע און ערגענישע דור..

צוזאמגעדרייט » זונטאג מאי 14, 2023 5:53 pm

· #524531
Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען.
אינטיליגענטער
א חוץ די סיסטעם איז אלעס אמת מער ווייניגער
עס גייט יא צוזאמפאלן אדער נישט? און מען פלעגט עס נישט זאגן אדער מען זאגט עס נאכאלץ נישט?

שערי יושר » זונטאג מאי 14, 2023 6:04 pm

· #524533
Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען.
די סיסטעם פאלט נישט צעזאם.
מענטשן קענען אבער ארויספאלן.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 14, 2023 6:13 pm

· #524536
וואס פארשטייען דען די היינטיגע יונגווארג??

די אמאליגע פלעיס זענען געווען צו דער זאך!

די אמאליגע אמעריקאנער קארס זענען געווען פעסטע קארס, די היינטיגע? ווי פלעסטיג!

די אמאליגע סוטס האבן זיך געהאלטן לאנג! די היינטיגע ווי פאפיר ס'צוגייט גאנץ שנעל.

שערי יושר » זונטאג מאי 14, 2023 6:25 pm

· #524537
אדלער, די דערמאנסט מיך פון ר' ברוך וואלף פון יי זינגער'ס בוך 'פון א וועלט וואס מער נישט דא'

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230514/e7114c7d75774d08ca63abd2c4eced2c.jpg

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 14, 2023 6:33 pm

· #524538
ייש"כ פאר'ן דערמאנען.

עטס מיינטס היינטיגע ווינטערס זענען קאלט?! היינטיגע שניי זענען הויך?! ווען אונז זענען געווען קינדער איז די שניי אנגעקומען ביז די בויך!

שבת שקלים ווען מ'איז ארויסגעפארן קיין קרית יואל צו זיין מיט'ן רעבן זחיסעיוגענעליינו איז געווען אזאנע פרעסטן מיט הויכע שניי אז קארס זענען פשוט געבליבן שטעקן אויפ'ן טרווועי און אויפ'ן סעווענטין.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 14, 2023 7:27 pm

· #524547
דארפסט נישט זיין צעבראכן, "עס קומט גוטע צייטן!" (באגלייט מיט א קלאפ אין רוקן)

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 14, 2023 8:05 pm

· #524552
אמאל האבן אפילו די באמי'שע ניגונים געהאט א שטיקל טעם.

ווען איך בין געווען א בחור איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן אז איך זאל טון/ זאגן /טראכטן

אמאל זענען אפילו די פויערן אויסגעגאנגען פאר'ן באשעפער

אמאל האבן אפילו די גוים געוויסט צו זאגן פון צניעות

היינט זעט שוין יעדער איינער אז סאטמער רב איז געווען גערעכט לגבי די ציונים, און חת''ס וועגן די טיילונג (אבער דעמאלטס האבן אלע רבנים געהאלטן אזוי).

היינטיגע אינגערלייט קענען נישט עפארדען קיין הויז, די געקויפעכט'ס גייט זיך ענדיגן מארגן

berlbalaguleh » זונטאג מאי 14, 2023 9:07 pm

· #524555
די מדינה (הטמאה) גייט בטל ווערן. (מתוך רחמים וחסדים.). ...נו...!

ווייסעכניש » מאנטאג מאי 15, 2023 11:33 am

· #524642
וואס פארשטייען די יונגווארג

הבחור_הזעצער » מאנטאג מאי 15, 2023 12:12 pm

· #524645
מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען
״קיין איינע פון די היינטיגע בדחנים קומען נישט צו, צו חיים מענדל״

הבחור_הזעצער » מאנטאג מאי 15, 2023 8:10 pm

· #524679
Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען
דער פרישער דור געדענקט שוין נישט ווי מען פלעגט פאָרן אינעם סטאַנציע וואַגאָן אויפן אָלד רוט סעווענטין, בשעת די קינדער פון הונטן זיצן ריקווערטס…

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 15, 2023 10:04 pm

· #524713
הבחור_הזעצער
״קיין איינע פון די היינטיגע בדחנים קומען נישט צו, צו חיים מענדל״
דעיס איז די בעסטע דשאוק וואס איך האב נאר אמאל געהערט....

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 15, 2023 10:27 pm

· #524718
קהל'ס נער: ר' חיים מענדל אין זיין צייט איז געווען איינער פון די גרעסטע און בעסטע בדחנים. נאר ווען מ'זאלל נעמען און איבערזאגן היינטיגע צייטן זיינע דזשאוקס וולכע האבן אפגעשפיגלט דאס לעבן אין די פופציגער און זעכציגער יארן וועט קיינער נישט פארשטיין. (און נישט לאכן). די היינטיגע בדחנים זענען (ב"ה) זייער גוט אין זייער פאך. און זיי מאכן דעם עולם שמייכלען און לאכן. און זענען משמח חתן וכלה אויף דעם שענסטן פארנעם...!

איין קליינער משל. ווען א בדחן זאלל זיך אויפשטעללן היינטיגע צייטן און פארציילן א מעשה. אז א שלאס האט געקאסט 5 דאללער און דער שליסל האט געקאסט 14 טויזנט דאללער וועט קיינער נישט לאכן. ווייל מ'עט נישט פארשטיין וואס ס'איז פאני. נאר אין די צייטן (פון די '80גער יארן) ווען ס'איז אין וויליאמסבורג געווען איינגעפיהרט צו נעמען שליסל געלט פאר א דירה, האט עס אפגעשפיגלט דעם מצב. און א יעדער איינער האט געלאכט. משא"כ היינט. וואלט קיינער נישט געלאכט אויף דעם דזשאוק...!

קידוש » מאנטאג מאי 15, 2023 11:11 pm

· #524730
דערהויבענע איד

היינטיגע אינגערלייט קענען נישט עפארדען קיין הויז, די געקויפעכט'ס גייט זיך ענדיגן מארגן
שטארקע ווארט

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 16, 2023 12:59 am

· #524751
ס'קומט א קראך
די פאריגע דור האמיר נאך געהאט אמת'ע צדיקים
ואס פארשטייט די היינטיגע יונגווארג

פונדאַמענטאַל » דינסטאג מאי 16, 2023 1:06 pm

· #524805
אמאל פלעגן אפילו די בעלעבאטעם זיין תלמידי חכמים.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 16, 2023 1:38 pm

· #524814
פונדאַמענטאַל
אמאל פלעגן אפילו די בעלעבאטעם זיין תלמידי חכמים.
דהיינו? זיי האבן געקענט עין יעקב אויסנווייניג? 🙄

יעקב מעקסוועל » דינסטאג מאי 16, 2023 2:35 pm

· #524817
זייער אינטערסאנט, לאמיר שרייבן מיינע מיינונגען איבער דיין ליסט @צוזאמגעדרייט.

-אין די לעצטע פאר יאר זענען נפטר געווארן די לעצט פארבליבענע צדיקים פונעם פריערדיגן דור.
די געפיל איז פארשטענדליך, יעדער האט מער רעספעקט צו די עלטערע צדיקים ווען ער איז א קינד, פילט מען די לעצטע פארבליבענע זענען דזשאסט אוועק פון אונז.

-טשיינע גייט בקרוב ווערן די וועלט'ס גרויסמאכט.
דאס מאכט סענס לדעתי, ווייל זיי גייען אין די דירעקציע פאר א שיינע שטיק צייט.

-די היינטיגע אינגווארג לאכט זיך שוין אויס פון די רבנים.
דאס ווערט מער און מער אמת, אין מיין עקספיריענס.

-ס'איז געווארן היינט א וועלט ווי יעדער טאנצט נאך יעדעם.
איך וואלט געזאגט עס איז פונקט פארקערט היינטיגע טעג. עס איז היינט דא א גרעסערע פראצענט וואס טוען וואס זיי ווילן, ווי עס איז געווען 20 יאר צוריק.

-היינט צוטאגס קען מען שוין נישט וויסן ווער ס'איז אן עכטע עושר.
עס איז אמת היינט, און פונקט אזוי 20 יאר צוריק. קען זיין 50 יאר צוריק איז געווען אנדערש.

-די סיסטעם (וואַט עווער ס'מיינט) האלט אט אט ביים צוזאמפאלן.
גארנישט פאלט נישט.

-צרות ישראל מערן זיך לעצטענס מער און מער.
אייביג געדענקט מען בעסער די פרישע צרות.

-ס'איז קלאר אז משיח קומט דעי יאר.
דאס איז זיכער אמת.

-אין צוויי דריי יאר ארום גייט נישט זיין מעגליך צו לעבן אן א סמארטפאון, די רבנים שלאגן זיך אויף א פארלוירענע קאמף.
עס גייט זיין אידן וואס וועלן לעבן אן א סמארטפאון, און אנדערע קענען שוין יעצט נישט לעבן אנדעם.

-היינט קען מען שוין טון וואס מען וויל מיט קאפל און פיאות.
דאס איז שטארק אמת. 15 יאר צוריק האט זיך קיינער נישט דערוואגט צו גיין פלעצער און טון זאכן וואס ווערן היינט געטון בגדול. און נישט סתם פיאות, נאר לאנגע פיאות...

ענליך: היינט זענען דא מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום מיט שטריימל-בעקיטשע וואס אינווענדיג האלטן זיי ביי גארנישט!
דאס איז שווערער צו וויסן אויב עס איז געווארן מער, עס איז שטארק מעגליך אז די אינטערנעט האט געמאכט עס זאל ווערן מער. מצד שני איז מעגליך די אינטערנעט האט פשוט געמאכט אונז זאלן מער וויסן דערפון.

-די לעצטע פאר יאר האט זיך יעדעס שמויגער זיין מיינונג.
אייביג געווען. (די אמאליגע שמויגער מאכט אוועק די היינטיגע שמויגער).

-עס קומט א דריטע וועלט מלחמה.
אוודאי, צוזאמען מיט משיח.

-פאר די נייע דור קען מען שוין נישט איינרעדן וואס מען פלעגט אמאל.
איך מיין עס איז טאקע געווען א שטערקערע תמימות 30 יאר צוריק.

-די וועלט גייט אויסלויפן פון אויל. (רוסלאנד לויפט אויס פון וואפן, לאל.)
אלעס גייט אויסלויפן עט סאם פוינט, אבער נישט עניטיים סאאן.

-איראן האלט צוויי חדשים אוועק פון האבן א פארטיגע נוקלעארע וואפן.
צוויי חדשים איז א גוזמא, אבער עס איז שטארק מעגליך זיי האבן שוין געהאלטן נאנט מערערע מאל, און זיי זענען געווארן אונטערשטעליג א דאנק כל'ערליי מעשים.

-ארגענעזאציעס זענען היינט געווארן ביזנעסער.
ווען אן ארגענעזאציע ווערט גרעסער, האט עס א שטערקערע טשענס צו ווערן א ביזנעס. מער און מער ארגענעזאציעס ווערן גאר גרויס.

-מענטשן האבן לעצטנס פארלוירן די געדולד, אלעס דארף געשעהן שנעל, מען אינוועסטירט נישט אין די "לאנג טערם".
דאס איז זיכער אמת א דאנק טעכנאלאגיע, אויך אין די אלגעמיינע וועלט. מען דארף באוואוסטזיניג אריינלייגן כח, זיך צו האלטן צו וואס מען וויל.

-טאטעס גייען אויפהערן שיקן זייערע קינדער לערנען קיין ארץ ישראל.
נישט געהערט דערפון.

דיכטער » דינסטאג מאי 16, 2023 4:34 pm

· #524824
Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען
- ווען דו 'עסט עלטער ווערן, וועסטו פארשטיין...
- אין רוסלאנד וואלט מען זיך געוואונשטן פאר אזאנס (אלטע ברויט מיט א דורכזיכטיגע לעיער טשאקלאטספרעד)...
- וויפיל מ'רעדט דערוועגן איז נאכאלס נישט גענוג (טעכנאלאגיע)...
- אונזערע זיידעס האבן נישט געוואוסט פון אזעלכע זאכן צו זאגן...
- אינדערהיים האט מען נישט אזוי מקפיד געווען אויף דעם...
- דער היינטיגע יוגנט...
- די אלטע האבן זיך פיל בעסער געהאלטן... היינט איז אלעס שמאטעס...
- עס קומען גוטע צייטן...

הארה: נאכן שוקן האב איך געזען אז עטליכע זענען שוין דערמאנט געווארן והה"י (והשם הטוב יכפר)

צוזאמגעדרייט » זונטאג מאי 28, 2023 2:08 pm

· #526219
Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען
-די היינטיגע שידוכים קריזיס

berlbalaguleh » זונטאג מאי 28, 2023 5:40 pm

· #526241
שערי יושר
די סיסטעם פאלט נישט צעזאם.
מענטשן קענען אבער ארויספאלן.
דער סיסטעם גייט יא, איין טאג צוזאמפאלן. ווילאנג קען עס דען אזוי אנגיין...!

גאנצל » זונטאג מאי 28, 2023 6:28 pm

· #526245
עס איז אבער אנדערע מענטשן וואס זאגן עס

דיזע וואס האבן דאס געזאגט פאר 20 יאר צוריק האבן 40 יאר צוריק געלאכט ווען זיי האבן דעס געהערט און דיזע וואס האבן געלאכט 20 יאר צוריק די זאגן עס היינט און די וואס לאכן יעצט גייען עס זאגן אין 20 יאר ארום....

שערי יושר » מאנטאג מאי 29, 2023 12:54 am

· #526323
Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען
berlbalaguleh
שערי יושר
די סיסטעם פאלט נישט צעזאם.
מענטשן קענען אבער ארויספאלן.
דער סיסטעם גייט יא, איין טאג צוזאמפאלן. ווילאנג קען עס דען אזוי אנגיין...!
ווייל אפילו ניינציג פראצענט טוישן זיך וועט אייביג בלייבן מענטשן וואס וועלן אנהאלטען די סיסטעם און זיי וועלן פאפן מאסן קינדער...

פונדאַמענטאַל » מאנטאג מאי 29, 2023 1:07 am

· #526327
berlbalaguleh
שערי יושר
די סיסטעם פאלט נישט צעזאם.
מענטשן קענען אבער ארויספאלן.
דער סיסטעם גייט יא, איין טאג צוזאמפאלן. ווילאנג קען עס דען אזוי אנגיין...!
די סיסטעם גייט נישט צוזאמפאלן. עס גייט צוביסלעך ווערן מער ווי א קולט - אזוי ווי מען זעהט שוין יעצט אז עס ווערט מער און מער א קאנטראלירטע סיסטעם, ווי מענטשען גייען זיין איינגעבינדן אן קיין וועג צו זיין א פריוואטער מענטש מיט אן אייגענער מהלך. חוץ פון א מיעוט וואס וועט אנטלויפן וועלן רוב בלייבן איינגעבינדן און מיטטאנצן אויס מורא פון צוטיילן משפחות - בושות וכדו'. עי' ערך חסידות גור והדומים להם.
אלנפאלס דאס איז מיין שווארצע נבואה. איך וועל מיר אבער פרייען צו זעהן אייער נבואה מקוים ווערן...

לייביששרייבער » זונטאג יוני 18, 2023 12:02 am

· #528702
דער גאלדענער אדלער
ייש"כ פאר'ן דערמאנען.

עטס מיינטס היינטיגע ווינטערס זענען קאלט?! היינטיגע שניי זענען הויך?! ווען אונז זענען געווען קינדער איז די שניי אנגעקומען ביז די בויך!

שבת שקלים ווען מ'איז ארויסגעפארן קיין קרית יואל צו זיין מיט'ן רעבן זחיסעיוגענעליינו איז געווען אזאנע פרעסטן מיט הויכע שניי אז קארס זענען פשוט געבליבן שטעקן אויפ'ן טרווועי און אויפ'ן סעווענטין.
נישט געווען קיין 17 עס איז אין יענע יארן געבויט געווארן.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 18, 2023 2:06 am

· #528728

berlbalaguleh » זונטאג יוני 18, 2023 3:42 am

· #528732
לייביששרייבער
דער גאלדענער אדלער
ייש"כ פאר'ן דערמאנען.

עטס מיינטס היינטיגע ווינטערס זענען קאלט?! היינטיגע שניי זענען הויך?! ווען אונז זענען געווען קינדער איז די שניי אנגעקומען ביז די בויך!

שבת שקלים ווען מ'איז ארויסגעפארן קיין קרית יואל צו זיין מיט'ן רעבן זחיסעיוגענעליינו איז געווען אזאנע פרעסטן מיט הויכע שניי אז קארס זענען פשוט געבליבן שטעקן אויפ'ן טרווועי און אויפ'ן סעווענטין.
נישט געווען קיין 17 עס איז אין יענע יארן געבויט געווארן.
לייביששרייבער: ס'איז א גוטע אגדתא. נאר למען הפונקטליכקייט. ווען די מעשה מיט דעם אויטאבוס און קארס וועלכע זענען געבליבן שטעקן אויפ'ן הייוועי איבער שבת פרשת שקלים אויפ'ן וועג קיין קריתו יואל, איז שוין געווען א רט. סעווענטין. ווען איך בין געווען א יונגל/בחור האט מען געהאלטן אינמיטן בויען דעם (גרויסן) סעווענטין. אן אלד רט.17 איז אייביג .געווען

berlbalaguleh » זונטאג יוני 18, 2023 3:50 am

· #528733
דער גאלדענער אדלער
But NY17/ (Quickway) was completed much later. I remember in 1965 we went to camp traveling on the old Rt. 17. On the way back from camp we traveled a few exits that were already conpleted on the "Quickway".

לייביששרייבער » זונטאג יוני 18, 2023 4:35 am

· #528735
Re: מען זאגט עס שוין זייט איך קען געדענקען
דער גאלדענער אדלער
איך מיין אז דאן האט מען דאס אנגעהויבן.
איך דענק שוין נישט די קאנסטראקציע אבער וויסענדיג אז עס איז געווארן געענדיגט אין די מיטן/שפעטער 70'גער יארן

Sent from my SM-S908U using Tapatalk