☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אלטע בילדער פון וויליאמסבורג

אלטע בילדער פון וויליאמסבורג

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16164

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 7:19 pm

· #524281
אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
דעי אשכול מאך איך אויף מיטן ציל ארויפצולייגען אלטע בילדער פון וויליאמסבורג אין לויף פון די יארן און בעיקר פון די "בראשית יארן".

אויב קענט איר איינעם פון די בילדער, אדער איר ווייסט מער פרטים איבער א בילד, שרייב אריין.

אויב האט איר אלטע בילדער ביטע לייג ארויף און זיי מהנה די עולם.

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 7:26 pm

· #524282
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
מלמד לערנט מיט תלמידים אין סאטמאר תלמוד תורה אויף 95 boerum תשכ"ה-1965

אויב ווייסט איר ווער דער מלמד איז ביטע שרייבhttps://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/ac9b3bc9706fb6c48404262c3977225b.jpg

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 7:31 pm

· #524283
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
איד שטייט אין פארנט פון נעפ מענשאן אין וויליאמסבורג מערקט העכער די סיין שטייט תורה ויראה אין ענגליש תשכ"ג-1963

ווייסט איר ווער די איד איז און ווי די בנין איז ביטע שרייב https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/1996f82a53e6159e83dc516a6d549579.jpg

הבחור_הזעצער » מיטוואך מאי 10, 2023 7:35 pm

· #524284
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 7:36 pm

· #524285
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
לערערין מיט תלמידות פון בית רחל סאטמאר זיצן אין קלאס אין די סקול אפטיילונג פון 95 boerum
תשכ"ה - 1965

אויב ווייסט איר ווער די טיטשער איז ביטע שרייב.https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/213fc675c03ea599865e1cef30c7fa41.jpg

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 7:43 pm

· #524287
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
חסידישע קינדער אין די וויליאמסבורגע לייבערי אויף מארסי. דאטום אומבאקאנטhttps://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/9f3db841758284fa8b7546446203b49a.jpg

הבחור_הזעצער » מיטוואך מאי 10, 2023 7:48 pm

· #524288
אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/f0e058cd5cc1bc0f98c4f3740fb66de4.jpg
זקנים ביים טעגליכן שיעור אין סאטמארער ביהמ״ד אויף ראדני סטריט. דאטום אומבאקאנט.

הבחור_הזעצער » מיטוואך מאי 10, 2023 7:54 pm

· #524289
אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/831b01b1e7499f8bc5737f6b64bc6a6c.jpg
זקנות ביים איינקויפן פירות אין א פרוכט געשעפט אויף לי עוועניו. דאטום אומבאקאנט.

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 9:09 pm

· #524303
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
פיצא געשעפט אויף 108 Lee av. תשכ"ה - 1965
היינט איז דארט grill on lee

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230511/51ed8f86c7b2b871da4230c13ee5fbfd.jpg

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 9:44 pm

· #524307
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
קינדער אין וויליאמסבורג תשכ"ה - 1965

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230511/5cbd4ffb316d73fd4c628981d7e6b970.jpg

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 9:59 pm

· #524308
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
צוויי אידן מיט א מיידל אויף א גאס אין וויליאמסבורג תשכ"ה - 1965.

עלטערע איד קוקט צי זיין א רב.
מערקט די לענג פון די קלייד פון די מיידל https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230511/5b3d55e304c6d748d7efc245b2153e6b.jpg

כפתור » מיטוואך מאי 10, 2023 11:30 pm

· #524311
שערי יושר
מלמד לערנט מיט תלמידים אין סאטמאר תלמוד תורה אויף 95 boerum תשכ"ה-1965

אויב ווייסט איר ווער דער מלמד איז ביטע שרייבhttps://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/ac9b3bc9706fb6c48404262c3977225b.jpg
מ'האט מער מורא געהאט פון די רבי'ס פנים ווי פונעם שטעקן(פלעכטער)

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 10, 2023 11:50 pm

· #524312
שערי יושר
פיצא געשעפט אויף 108 Lee av. תשכ"ה - 1965
היינט איז דארט grill on lee

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230511/51ed8f86c7b2b871da4230c13ee5fbfd.jpg
ילכו מחיל אל חיל: איך געדענק די מחאות וואס האבן זיך דאמאלס (1965 למספ' ) דארט אפגעטון. איך. א תמימות'דיגער בחור (דאמאלס) האב נישט פארשטאנען וואס די גאנצע מהומה איז. איבער א שטיקל פיצא. א געשמאקע מאכל.

דאס איז געווען מיינע "בראשית" יארן אין וויליאמסבורג...!

בעל אחריות » דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:01 am

· #524313
שכח שערי יושר פארן עפענען דעם אינטערסאנטן אשכול

דוד שריפטליך » דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:43 am

· #524320
berlbalaguleh
שערי יושר
פיצא געשעפט אויף 108 Lee av. תשכ"ה - 1965
היינט איז דארט grill on lee

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230511/51ed8f86c7b2b871da4230c13ee5fbfd.jpg
ילכו מחיל אל חיל: איך געדענק די מחאות וואס האבן זיך דאמאלס (1965 למספ' ) דארט אפגעטון. איך. א תמימות'דיגער בחור (דאמאלס) האב נישט פארשטאנען וואס די גאנצע מהומה איז. איבער א שטיקל פיצא. א געשמאקע מאכל.

דאס איז געווען מיינע "בראשית" יארן אין וויליאמסבורג...!
דעמאלט איז נאך געווען א תקופה פאר די סקריקים זענען געבוירן געווארן דעמאלט איז געווען אסאך נישט חסידישע אין וויליאמסבורג און אין די רעסטוראנטן פלעגט מען גיין דעיטן....

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:59 am

· #524321
שערי יושר
איד שטייט אין פארנט פון א בנין אין וויליאמסבורג מערקט העכער די סיין שטייט תורה ויראה אין ענגליש תשכ"ג-1963

ווייסט איר ווער די איד איז און ווי די בנין איז ביטע שרייב https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/1996f82a53e6159e83dc516a6d549579.jpg
דאס איז די סאטמערע בית מדרש - נעפ מענשאן

שערי יושר » דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:08 am

· #524332
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
קינדער גייען ארויף אויף א קלויזענבורגע באס אין וויליאמסבורג תשכ"ה - 1965https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230511/f2c4683890021eae26736d714e52a252.jpg

שערי יושר » דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:35 am

· #524334
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג

פלייש » דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:15 pm

· #524352
זאל איך מאכן די אלטע בילדער מער שארפער און קאלירט?

elter-zeide » דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:43 pm

· #524354
שערי יושר
צוויי אידן מיט א מיידל אויף א גאס אין וויליאמסבורג תשכ"ה - 1965.

עלטערע איד קוקט צי זיין א רב.
מערקט די לענג פון די קלייד פון די מיידל https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230511/5b3d55e304c6d748d7efc245b2153e6b.jpg
דער איד מיט דע לאנגע בארד איז ר' שמואל מארגענשטערן ז"ל רבי יואל מארגעשטרנ'ס ז"ל שטיף פאטער

elter-zeide » דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:47 pm

· #524355
שערי יושר
מלמד לערנט מיט תלמידים אין סאטמאר תלמוד תורה אויף 95 boerum תשכ"ה-1965

אויב ווייסט איר ווער דער מלמד איז ביטע שרייבhttps://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/ac9b3bc9706fb6c48404262c3977225b.jpg
רבי (,,,,,,) שענוואלד

הקורא » פרייטאג מאי 12, 2023 12:35 am

· #524373
הבחור_הזעצער
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230510/831b01b1e7499f8bc5737f6b64bc6a6c.jpg
זקנות ביים איינקויפן פירות אין א פרוכט געשעפט אויף לי עוועניו. דאטום אומבאקאנט.
איז דאז די "ביי האר" וואס מ'רעדט וועגן?!!! 😃

שערי יושר » מאנטאג מאי 15, 2023 12:42 am

· #524591
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
קינדער שמועסן אויף קליימער סטריט 1965
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230515/b153855069ff8eb6984ea614dd89d833.jpg

שערי יושר » מאנטאג מאי 15, 2023 12:43 am

· #524592
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
דער יונגל מיטן רוקען צום בילד איז @berlbalaguleh

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 15, 2023 2:17 am

· #524607
שערי יושר: דו מאכסט מיר קוילערן פאר געלעכטער...! אפילו היינט זעה איך נישט אויס אזוי...!

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 15, 2023 2:34 am

· #524609
פאפאנע חסידים און חסידעסטעס אין יאר תשט"ז
📎 Screenshot_20230515_022522_Chrome.jpg

אוהב ספרים » מאנטאג מאי 15, 2023 3:54 pm

· #524650
ווען האבן זיי געטוישט פון PAPA צו PUPA?

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 15, 2023 8:41 pm

· #524684
אוהב ספרים
ווען האבן זיי געטוישט פון PAPA צו PUPA?
ווייס איך נישט, אבער די ריכטיגע הברה פון פאפא אין אינגעריש איז טאקע מיט א פתח, נישט ווי מען זאגט היינט מיט א קמץ.

נאך א אינטערסאנטע זאך ס'שטייט אויפן סיין קהלת יעקב מפאפא, לאמור אז דאס איז די ישיבה פון שטאט פאפא וואס איז איבערגעפלאנצט געווארען אין וויליאמסבורג, אבער די ווארט פאפא אליין האט נישט קיין שום מיינונג פאר זיך, לאפוקי היינט וואס די נאמען פון די חסידות איז א גברא פאר זיך אן קיין שום מיינונג.
איינער כאפט וואס איך זאג?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 15, 2023 9:05 pm

· #524691
קהל'ס נער: ס'איז דא נאך א גאנצע ריי מיט בויך קווענטשענישן אויף וואס מ'קען קאמפלעינען איבער פאפא. די קהילה וואס איך האב זייער ליעב. איך האב די בעסטע זיכרונות פון די פאפא ישיבה. איך שפיר מיך ווי אינדערהיים ווען איך גיי באזוכן אין פאפא ביהמ"ד. און טרעף מיך מיט אלטע חברים פון ישיבה..

נאר אמאל האבן זיי נישט מקפיד געווען אויף די סאטמאר'ע משוגעת'ן פון פון ארויסזאגן און שרייבן "העברעאישע" ווערטער ,רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אמאל האבן זיי געשריבן די נאמען פון די ישיבה מיט די העברעאישע הברה. ישיבת קהילת יעקב. נאר די לעצטע פאר יאר האבן זיי געטוישט צו ישיבה קהילאסס יאנקויב...! מעגליך מפני אימת הסיקריקים...!

פארקערט אמאל (בשנת תשכ"ה-כ"ו) האט מען זיך געריסן מיט סאטמאר (נישט ממש געשלאגן, ב"ה) איבער פארשידענע עניינים. ווי עירוב. און עפעס א פראגראם וואס כ'האב שוין פארגעסן דעם נאמען דערפון.

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 15, 2023 9:48 pm

· #524708
כ'האב נישט געמיינט דווקא פאפא, כ'האב זיי געניצט ווייל פון זיי רעדט מען יעצט, וה"ה אלע.

פלייש » דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:12 am

· #525082
ביסט א פופערע?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 18, 2023 2:00 am

· #525100
יא, איז וואס?!. אויך א קאשויער. און א ראשית חכמה'ער. און נאך עטליכע שאין אני רוצה לפורטם. (מחמת אימת ה'יענע חברה...לאל)

עסקן בדברים » זונטאג מאי 21, 2023 9:59 am

· #525449
331 בילדער [update: די בילדער זעהען אויס 15-20 יאר אלט-קרעדיט קהל׳ס נער׳ס תגובה אונטן]
https://www.flickr.com/photos/59348247@N06/sets/72157625887675233/?fbclid=IwAR0brOIf52LVhttMp7WkXfJrzzSKY4Oe-cbxeZ7Waou5vk-My60VWSg01kQ

צקון לחש » זונטאג מאי 21, 2023 11:45 am

· #525454
עסקן בדברים
געוואלדיג, א דאנק

פלייש » זונטאג מאי 21, 2023 3:08 pm

· #525496
כ'בין נישט קיין גרעפיקער, אבער כ'האב פראבירט עס צו מאכן דאס בעסטע וואס שייך.
איר קענט עס נוצען פאר א אוועטער...
📎 5471534087_10b96efcd9.jpg
📎 5471534087_10b96efcd9-removebg-preview.png 📎 5471534087_10b96efcd9-removebg-preview.png

yn.NY » זונטאג מאי 21, 2023 4:05 pm

· #525505
קהל'ס נער
פאפאנע חסידים און חסידעסטעס אין יאר תשט"ז
ווילד! וואסעפשט? סגעווען נארמאל זיך צו לאזן פאטאגראפירן אינאיינעם אמאל? עפעס מאכט נישט קיין סענס (אפשר איז עס א משפחה צאמקום?)

אבטח ולא אפחד » זונטאג מאי 21, 2023 4:31 pm

· #525511
צקון לחש
עסקן בדברים
געוואלדיג, א דאנק
מערקט הגאון הצדיק הקדוש רבי יצחק אליעזר משאקאוויטש משאץ שליט"א שפאציערנדיג מיט זיין זוהן.
(ער'ט נאכנישט קיין שווארצע זאקן?)
הגאון הצדיק ר' נחום רז"ב שליט"א
הגאון הצדיק ר' וואזנער שליט"א
הגאון הקדוש מנאסאד זי"ע
הגאון הקדוש רבי שראכאיעמענשע (ריח"מ) פר"מ זי"ע

סקעפטיקער » זונטאג מאי 21, 2023 5:03 pm

· #525520
פלייש
כ'בין נישט קיין גרעפיקער, אבער כ'האב פראבירט עס צו מאכן דאס בעסטע וואס שייך.
איר קענט עס נוצען פאר א אוועטער...
📎 5471534087_10b96efcd9.jpg5471534087_10b96efcd9.jpg
דאס איז ר' שמואל יצחק ראטה (ב"ר חיים ראטה מפעסט)

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 5:04 pm

· #525521
Re: אלטע בילדער פון וויליאמסבורג
פלייש
ביסט א פופערע?
וואס די האסט א פראבלעם?!?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

קהל'ס נער » זונטאג מאי 21, 2023 5:41 pm

· #525529
yn.NY
קהל'ס נער
פאפאנע חסידים און חסידעסטעס אין יאר תשט"ז
ווילד! וואסעפשט? סגעווען נארמאל זיך צו לאזן פאטאגראפירן אינאיינעם אמאל? עפעס מאכט נישט קיין סענס (אפשר איז עס א משפחה צאמקום?)
זעהט אויס אז דעמאלטס האט מען נאכנישט געהאט אינווענטירט די חומת הברזל צווישן די מינים.

קהל'ס נער » זונטאג מאי 21, 2023 5:43 pm

· #525532
קני (המכונה קני דער גראבער)
די בילדער זעהען אויס 15-20 יאר אלט
📎 Screenshot_20230521_175000_Chrome.jpg

קהל'ס נער » זונטאג מאי 21, 2023 5:57 pm

· #525538
אוי האט מען געציטערט פונעם
📎 Screenshot_20230521_175048_Chrome.jpg

קהל'ס נער » זונטאג מאי 21, 2023 5:58 pm

· #525539
מר. וויזנער פון די דריי גודס
📎 Screenshot_20230521_174852_Chrome.jpg

קהל'ס נער » זונטאג מאי 21, 2023 6:02 pm

· #525540
גאלי ע"ה
📎 Screenshot_20230521_174553_Chrome.jpg

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 21, 2023 6:17 pm

· #525542
קהל'ס נער
גאלי ע"ה
קהל'ס נער: ביסט דען א היימישער?
[emoji1787]
פון וואנעט קענסטו/דערקענסטו יעדעם אזוי פינקטלעך מיט די צונעמען??

פלייש » זונטאג מאי 21, 2023 10:47 pm

· #525605
קהל'ס נער
yn.NY
קהל'ס נער
פאפאנע חסידים און חסידעסטעס אין יאר תשט"ז
ווילד! וואסעפשט? סגעווען נארמאל זיך צו לאזן פאטאגראפירן אינאיינעם אמאל? עפעס מאכט נישט קיין סענס (אפשר איז עס א משפחה צאמקום?)
זעהט אויס אז דעמאלטס האט מען נאכנישט געהאט אינווענטירט די חומת הברזל צווישן די מינים.
און אפשר איז עס סתם א משפחה וואס האט זיך אויסגעשטעלט נאך א שמחה ערגעץ דארט, און ס'איז געלונגען פונקט א גוטע פלאץ... אויך אויף פאפא'ס קאפ.