☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע

ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16156

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 9, 2023 10:45 am

· #524107
ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע
מירון: שוד ושבר! שרעקליכע נייעס קומט יעצט אריין פונעם הייליג דערפל, אז לדאבון לב פון די סקריקים פון 'אש דת' און פון די 'קנאים', האט דער מדינה-געשטעלטער 'פריוקטר ההלילא' יוסי דייטש 'ביזדערווייל' אויסגעפירט און אויפן מינוט הערשט א געוואלדיגע סדר אויף הר מירון...!

ווי סאך מ'האט נאר פרובירט אנצודרייען אלימות און אומריען, האט די עצת היצר שטענדיג געווינען און עס איז ווייטער דא א רואיגקייט אויפן בארג.

מיט פארווייטאגטע הערצער האבן אלע צוגעקוקט ווי ווען דייטש האט געבעטן אז ביי ר' מיילעך'ס הדלקה זאל מען אראפגיין פון די אויבערשטע שטאקן פון די פארענטשעס צוליב סכנת נפשות, האט די עולם געפאלגט און אזוי איז 'ליידער' פארמיטען געווארן א טראגעדיע מיט וואס מ'וואלט ווען געקענט באשולדיגן די מדינה....

עיני עיני ירדה מים אז מ'איז צוגעקומען צו אזא שטאפל איז איבערן גאנצן בארג איז דא הונדערטער היימישע עסקנים פון די אגודה קרייזן רח"ל, וואס פירן א העכסט געניטע סיסטעם אויפן וועג ארויף, און אין די מערה.

שרעקעדיגע און הארצרייסענדע באריכטן קומען אריין, איז אפי' די באסעס וואס מ'האט געדארפט אפשטעלן אינמיטן וועג צוליב די מלחמה צושטאנד, האבן זיך אפגעשטעלט אין פארקינג לאטס ווי ס'איז ל"ע געווען צוגעשטעלט עסן און טרינקען בהרחבה...

די זארג איז גאר גרויס אז אויב וועט ער ח"ו באווייזען ס'זאל דורכגיין די טאג אהן שטארקע מהומות און געוואלטאטן וועט מען אפשר דאס קומענדיגע יאר הבעל"ט איבערטוהן דאס זעלביגע היל"ת!!

נצח ישראל לא...
כלל ישראל וואס איז אינטער די 'שיטה הקדושה' רופן אויס: 'מיר וועלן ווייטער טוהן כל מה שביכלתנו צו צושטערן די היינטיגע סדר אין מירון!' 'מיר וועלן נישט צולאזן אז מירון זאל ווערן א מסודר'דיגע פלאץ אנע שלעגערייען, הפגנות, און וואנדאליזעם!'

הייליגע קאקאש קעיק » דינסטאג מאי 9, 2023 11:10 am

· #524110
עפעס איז יא געווען, ביי די ביאאן הדלקה זענען די נארנים געגאנגען מאכן א פראטעסט קעגן ביאאן'ער רבי 😂 😂

יאסל ראקאווער » דינסטאג מאי 9, 2023 11:33 am

· #524114
אויב מיינסטו אז סאיז דא ערענסטע מענטשן וואס האלטן אז חסידים טויגן נישט צו מאכן סדר מאכסטו א ערנסטע טעות. יעדער פארשטייט אז זיי זענען גאר טויגליך, זיי טויגן זייער גוט! און פארדעם באשולדיקט מען זיי אויף די אסון-45. דהיינו, די קענסט יא סעיפטי, פארוואס האסט עטץ געווען אזוי reckless ביז יעצט?!?!

וואס יא? יעדער דא ווייסט אז חרידזם האבן א tendency צו neglecten safety און פארדעם ציטערט מען אז סאיז נאר א הראות שעה פאר זיי! יעצט וועגען די רשעים מיז מען ליידער זיין סעיף! אבער פאר וואס ווי ווען, איינמאל זיי זענען זיכער מיט די בענקעל, מפטירים כדאתמול.

calculator » דינסטאג מאי 9, 2023 12:00 pm

· #524116
די קנאים טאנען אז פאר זיי קומט די קרעדיט אז עס נישט קיין משטרה און אלעס אויפן מערה און אינעם חצר ווערט געפירט דורך שומרי תורה, נישט דא קיין תערובות. זיי האבן געהאט א מיטונג מיט @דייטש און ער האט זיי אלעס נאכגעגבן .

calculator » דינסטאג מאי 9, 2023 12:02 pm

· #524117
.

אויסער געווענדליך » דינסטאג מאי 9, 2023 1:40 pm

· #524135
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......................................


לי הקטן זעט אויס, אז די געוואלדיגע זכות פון די מסירות נפש זעלנער פון אונזער מדינה'לע, צו שיקן ראקעטן אין עזה און אויסשחט'ן די שונאי ישראל די רוצחים פון איסלאמיק דזשיהאד ליל ל"ג בעומר, האט ערוועקט גרויסע זכותים אויף כלל ישראל, און דאס האט באשיצט די אידן אין מירון צו פועלן אלס גוטס.
און מיר קענן אוודאי ברענגן א ראיה פון דעם אז מאשין מצות זענן מותר אום פסח, ווייל פונקט ווי דאס דרוקן א קנעפל אין אפיס אין תל אביב הייסט א מעשה, אזוי אויך ביים באקן מצות, וד"ל.

כן יאבדו כל אויביך הוי"ה, שירבו זכיותינו אזעלכע.

הרב שיף » דינסטאג מאי 9, 2023 2:09 pm

· #524136
ב"ה עס איז געווען צוזזאמן ארבעט פון אסאך אפטיילונגן און כלל ישראל, יעדער וואס וויל קען נעמען קרעדיט. אדער קרטיקירן.

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 9, 2023 2:31 pm

· #524141
יאסל ראקאווער
וואס יא? יעדער דא ווייסט אז חרידזם האבן א tendency צו neglecten safety און פארדעם ציטערט מען אז סאיז נאר א הראות שעה פאר זיי! יעצט וועגען די רשעים מיז מען ליידער זיין סעיף! אבער פאר וואס ווי ווען, איינמאל זיי זענען זיכער מיט די בענקעל, מפטירים כדאתמול.
נישט אמת, חרדים האבן עפעס א פראבלעם מיט זיכערהייט? זייט ווען?! נאר, וואס יא, אין מירון איז ביז יעצט געווען שווערע פאליטיק צווישן די חרדים, האט קיינער נישט געוואלט טון צו די זאך.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2023 8:29 pm

· #524175
אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......................................


לי הקטן זעט אויס, אז די געוואלדיגע זכות פון די מסירות נפש זעלנער פון אונזער מדינה'לע, צו שיקן ראקעטן אין עזה און אויסשחט'ן די שונאי ישראל די רוצחים פון איסלאמיק דזשיהאד ליל ל"ג בעומר, האט ערוועקט גרויסע זכותים אויף כלל ישראל, און דאס האט באשיצט די אידן אין מירון צו פועלן אלס גוטס.
און מיר קענן אוודאי ברענגן א ראיה פון דעם אז מאשין מצות זענן מותר אום פסח, ווייל פונקט ווי דאס דרוקן א קנעפל אין אפיס אין תל אביב הייסט א מעשה, אזוי אויך ביים באקן מצות, וד"ל.

כן יאבדו כל אויביך הוי"ה, שירבו זכיותינו אזעלכע.
אויסער געווענדליך: אמת. די זכותים פון די מסירות נפש'דיגע מדינת ישראל סאלדאטן (אידן) צו ראטעווען אנדערע אידן זענען זייער גרויס. נאר דא איז אויך געווען א שטארקע השתדלות אויף סעיפטי (בעז"ה) דורך די ציונים, רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

כה יתן ה' וכה יוסיף לטובת כל עם ישראל. ועל אפם וחמתם פון די פאררוקטע סיקריקים און זיייערע נאכשלעפערס...!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2023 8:34 pm

· #524177
אלע צוזאמען: פאר דעם דאזיגן עסיי פארדינסט דו א פוליצער פרייז. אדער (לכה"פ) א שריפטשטעלער טיטל.

איך האב געמיינט אז איך ליין אין דער בלאט אן ארטיקל פון הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער (אמאל איז דער שם הכינוי. דער פסעוודאנים דער עיקר. אפילו ביי א גט.)

בת קול » מיטוואך מאי 10, 2023 12:27 am

· #524202
אזא קעפל. כ׳האב געמיינט מען רעדט דא פון ריכטיגע טראגעדיע.

די טאג האט זיך געענדיגט מיט א דאפלטע טראגעדיע. א מיידל בעיבי נפטר געווארן נאכן טרעפן נישט בין החיים אין א הייסע קאר, און א 17 יעריג מיידל אראפגעקלאפט אין לעיקוואד.

ברוך דיין האמת. איך קען נישט קומען צו זיך.

קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 10, 2023 12:45 am

· #524204
בת קול
אזא קעפל. כ׳האב געמיינט מען רעדט דא פון ריכטיגע טראגעדיע.

די טאג האט זיך געענדיגט מיט א דאפלטע טראגעדיע. א מיידל בעיבי נפטר געווארן נאכן טרעפן נישט בין החיים אין א הייסע קאר, און א 17 יעריג מיידל אראפגעקלאפט אין לעיקוואד.

ברוך דיין האמת. איך קען נישט קומען צו זיך.
ס'איז אין א שמייכל

שערי יושר » מיטוואך מאי 10, 2023 1:06 am

· #524210
בלוט זאל זיך גיסן, אבער כאאס זאל זיין!

קלוגע יודל » מיטוואך מאי 10, 2023 1:17 am

· #524212
ביטע נישט שרייבן אז די אגודאים קענען פירן א מעמד, אסאך היממישע יודן,ס פרנסה ווענדט זיך אין דעם!
מען ברויך נאך קענען מאכ'ן טיי אווענטס אין וויליאמסבורג אויסצוהאלטן מירון על טהרת הקודש

סיסטעם » מיטוואך מאי 10, 2023 9:35 am

· #524229
אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.

סיסטעם » מיטוואך מאי 10, 2023 9:38 am

· #524231
איך מיין עס זייער ערנסט.
איך בין בכלל נישט קיין פען אדער אנהענגער פון זיי.

אגרות צפון » מיטוואך מאי 10, 2023 2:22 pm

· #524248
סיסטעם
אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.
סטאקהאולם סינדראם בתפארתה

הרב שיף » מיטוואך מאי 10, 2023 2:36 pm

· #524251
סיסטעם
אלס איינער וואס איז געוועהן די לעצטע 6 יאר אין מירון (חוץ ביי די קרונה) מיין איך אז עס קומט זיך גאר אסאך קרעדיט פאר די סיקריקים אז דאס יאר האט אלעס געקלאפט.
ער קען פשוט נישט די דעפענישען.

ס'איז כדי אמאל צו מאכען סדר דא. איך קען אויך נישט פינקליך ווער איז ווער.

די פרומע, חרדים, סאטמאר, מאה שערים, ירושלמי עדה, סיקריקים. סאיז אלע'ס אנדערע חברה, ער מיינט אז די סיקריקים זענען דיע וואס האבען געלייגט א פינגער און קאלט ואסער.

סיסטעם » מיטוואך מאי 10, 2023 5:22 pm

· #524264
האסט א פוינט 😃

אבער אויב די מעשה גייט אז יעדע מאל ווען די איד האט זיך צולאזט פלעגט דער רב זיך בעטן אז קיינער זאל אים נישט פארשעמען נאר זיך נישט וויסענדיג מאכן און ממשיך זיין לכה דודי כאילו לא היה, למעשה פלעגט רוב עולם למחצה שליש ורביע טאקע פאלגן און מ'האט אים געלאזט אנגיין מיט זיינע שטיק, אחוץ אפאר עקסטרעמיסטן וואס פלעגן אים יא אנשרייען, ביז איינמאל האבן די עקסטרעמיסטן מחליט געווען צו אנהייבן א גרויסער קאמפיין אין בית המדרש קעגן אים און אנגעהויבן אויפקלערן דעם עולם אז עס איז נישט דא קיין ברירה ווייל צוליב אים קען נישט דער בעל תפלה אויפקומען מיט גוטע לידער פאר לכה דודי, בקיצור דער עולם האט זיך געלאזט איבעררעדן און צוזאמען האבן אלע אנגעהויבן שרייען אויף אים אז גענוג איז גענוג.

דא האט דער רב געזעהן אז ער האט נישט קיין צווייטע ברירה ווייל די ביהמ"ד ווערט איבערגעקערט א יעדע וואך, איז ער אויפגעקומען מיט דעם קלוגן פלאן אים צו געבן די שליסלעך פון בית הכסא וכו'.

למעשה קומענדיגע וואך גרייט זיך דער עולם צו א שיינע קבלת שבת אהן די אומאנגענעמע זאכן פון אלע וואכן, אבער נאך אפאר מינוט זעהט מען אז ס'הייבט זיך ווידעראמאל אהן און אפילו ערגער ווי אלע וואכן, דא זענען שוין אלע, אריינגערעכנט די שיינע אידן וואס פלעגן זיך קיינמאל נישט אריינמישן, שוין געשפרינגען פון די הויט, בקיצור עס האט נישט גענומען קיין צוויי מינוט און די איד האט זיך געטראפן אינדרויסן פון שול באגלייט מיט קלעפ, דא האט שוין דער רב געזען אז ער האט נישט קיין צווייטע ברירה און ארויסגעשטעלט א צעטל אז דער איד טאר מער נישט אריינטרעטן אין ביהמ"ד, אין צוגאב האט ער אנגעהויבן ברענגען ספרעיס וואס גיבן ארויס געשמאקע ריחות, און פון דעמאלס איז די שול געווארן די געשמאקסטע פלאץ צו קומען דאווענען.

איז פרעג איך דיך, קומט זיך דען נישט קיין קרעדיט פאר די וואס האבן אנגעדרייט די מערכה אז דער רב זאל אים פארשיקן?

אלבערט איינשטיין » מיטוואך מאי 10, 2023 6:24 pm

· #524277
עס קומט נישט קיין שום קרעדיט פאר זיי. איך האב געזעהן בילדער פון גענוג פאשקעווילן דאס יאר אין מאה שערים קעגן די עסקנים וואס ארבעטן צוזאם מיט די ציונים פוי. באשייגאצט יעדער וואס האט נאר אריין געשטעקט א קאלט פינגער צו העלפן די ציבור.

אז דו גייסט זיי געבן קרעדיט גייען זיי דיר לייגן א פאשקעעוויל אז א רשע א בעל סמארטפאון און קאווע שטיבל ליינער האט זיך געוואגט צו זאגט א גוט ווארט פאר זיי.

זיי זענען די מענטשן וואס מאכן די פראבלעמען פאר יעדע נייע זאך. אנגעפאנגען פון בויען א שויער אין א מקוה און יעדע זאך וואס מען קען האבן טענות...

סיסטעם » מיטוואך מאי 10, 2023 7:37 pm

· #524286
אלבערט איינשטיין
אז דו גייסט זיי געבן קרעדיט גייען זיי דיר לייגן א פאשקעעוויל אז א רשע א בעל סמארטפאון און קאווע שטיבל ליינער האט זיך געוואגט צו זאגט א גוט ווארט פאר זיי.
אז דו דערמאנסט שוין דעס, האב איך טאקע געהאט דאס יאר אז איינער כמעט צעבראכן מיין פאון בשעת'ן כאפן א קליפ אין חצר המערה.
עכ"פ איך מיין ארויסצוברענגען אז דעס אז זיי האבן ארויסגעשטויסן די פאליציי פון דארט שטעלט זיך דערווייל אויס צי זיין א גרויסער טובה, אבער צדיקים זענען זיי זיכער נישט.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך מאי 10, 2023 8:52 pm

· #524300
@סיסטעם, הייסט אז עס איז א לשיטתו אזא. לשיטתך אז די פאליציי און די מדינה זענען דער וואס האבן געמאכט די פראבלעמען - כשיטת הסיקריקים, און זיי זענען די וואס זענען דומה צו דער וואס האט גע'גדול'ט כמשל של @אנאנים. לפי זה קומט זיך קרעדיט פאר די סיקריקים פארן זיי ארויסשטויסן...

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 11, 2023 1:46 am

· #524323
קען איינער זאגן אז זיי האבן נישט געמאכט די פראבלעמען?
ווער האט געמאכט די מהומות מיט די פעפער ספריי אין אוהל א יאר פאר די טראגעדיע?

סיסטעם » דאנערשטאג מאי 11, 2023 3:51 am

· #524327
פונדאַמענטאַל
@סיסטעם, הייסט אז עס איז א לשיטתו אזא. לשיטתך אז די פאליציי און די מדינה זענען די וואס האבן געמאכט די פראבלעמען - כשיטת הסיקריקים, און זיי זענען די וואס זענען דומה צו דער וואס האט גע'גדול'ט כמשל של @אנאנים. לפי זה קומט זיך קרעדיט פאר די סיקריקים פארן זיי ארויסשטויסן...
פונקט אזוי!
איך זאג נישט אז זיי זענען די וועלכע האבן געמאכט סדר דאס יאר, ווייל דעס איז א באגריף וואס עקזיסטירט נישט ביי זיי, סה"כ האלט איך אז זיי האבן געטוהן א וויכטיגע זאך אז זיי האבן ארויסגעזעהן די פאליציי פון דארט.

הייליגע קאקאש קעיק » דאנערשטאג מאי 11, 2023 6:40 pm

· #524350
די פאליציי זענען קיינמאל נישט דארט געווען, מען האט קיינמאל נישט געלאזט די פאליציי טון וואס מען דארף טון, וואס זיי האבן געוואלט טון, וואס זיי האבן געקענט טון צו פארמיידן פראבלעמען, און דערנאך ווען עפעס איז געשען באשולדיגט מען די פאליציי. דו כאפסט ווי מען מאניפולירט דיר?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:05 pm

· #524351
הייליגע קאקאש קעיק: ס'איז נישט אינגאנצן אזוי (פשוט). די פאליצי אין מדינת ישראל, בד"כ זענען נישט קיין פיינע מענטשן. איך זאג נישט אז אלע, נאר ס'איז דא צווישן זיי א גרויס חלק וועלכע זענען מאכט-הונגעריג און סתם רשעים מיט אנטי רעליגיעזע געפיהלן. ביי זיי זיך צו איזדיעקעווען אויף א פאר חרדים איז א ספעציעלער תענוג. די עיקר איז דאך אז דער עולם זאלל זיין סעיף בעז"ה, אוןן ס'זאל זיין א שטיקל סדר. אויב מ'האט עס געקענט ערלעדיגן אן די הילף פון די פאליציי, הנה מה טוב. נישט קיין חילוק פאר וועם ס'קומט קרעדיט...זאל זיין אפילו פאר די סיקריקים...!

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:26 pm

· #524353
ר' בערל אזא סיסטעמיק רעיסיזם claim? אפשר קענט איהר מרחיב זיין פארוואס דאס איז אזוי? איך זעה נישט קיין שום סיבה אדער באווייזן אז דאס זאל זיין די מציאות. די איינציגע סיבה וואס עס לאזט זיך טראכטן פארוואס פאליציאנטן זאלן זיין גענויגט אנטקעגן חרדים זענען די נאכאנאנדיגע ראיאטן וועלכע זיי פירן דורך יעדן שני וחמישי - וואס אויב דאס איז דער גורם דאן איז עס ווייטער די סיקריקים וועלכע זענען די שולדיגע.

הייליגע קאקאש קעיק » דאנערשטאג מאי 11, 2023 8:26 pm

· #524358
berlbalaguleh
הייליגע קאקאש קעיק: ס'איז נישט אינגאנצן אזוי (פשוט). די פאליצי אין מדינת ישראל, בד"כ זענען נישט קיין פיינע מענטשן. איך זאג נישט אז אלע, נאר ס'איז דא צווישן זיי א גרויס חלק וועלכע זענען מאכט-הונגעריג און סתם רשעים מיט אנטי רעליגיעזע געפיהלן. ביי זיי זיך צו איזדיעקעווען אויף א פאר חרדים איז א ספעציעלער תענוג. די עיקר איז דאך אז דער עולם זאלל זיין סעיף בעז"ה, אוןן ס'זאל זיין א שטיקל סדר. אויב מ'האט עס געקענט ערלעדיגן אן די הילף פון די פאליציי, הנה מה טוב. נישט קיין חילוק פאר וועם ס'קומט קרעדיט...זאל זיין אפילו פאר די סיקריקים...!
וואס די רשעים ארורים'ס חשבון איז ווייס איך נישט, איך ווייס נאר אז פונקט ווי אין תל אביב מאכן זיי זיכער אז עס זאל זיין ארדענונג, נישט ווייל זיי האבן זייער שטארק ליב די מענטשן וואס וואוינען דארט, אזוי האבן זיי געוואלט מאכן סדר אין מירון... און מען האט זיי נישט געלאזט... שטימט?

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:42 pm

· #524363
פונדאַמענטאַל
ר' בערל אזא סיסטעמיק רעיסיזם claim? אפשר קענט איהר מרחיב זיין פארוואס דאס איז אזוי? איך זעה נישט קיין שום סיבה אדער באווייזן אז דאס זאל זיין די מציאות. די איינציגע סיבה וואס עס לאזט זיך טראכטן פארוואס פאליציאנטן זאלן זיין גענויגט אנטקעגן חרדים זענען די נאכאנאנדיגע ראיאטן וועלכע זיי פירן דורך יעדן שני וחמישי - וואס אויב דאס איז דער גורם דאן איז עס ווייטער די סיקריקים וועלכע זענען די שולדיגע.
כאפסט אז די ביזט דיך סותר פון דיין אנהייב ביז דיין סוף?
קודם שרייסטו סיסטעמיק רעסיזם, אבער א מינוט נאכדעם פארשטייסטו פארוואס די משטרה האט אונז פיינט....

אלבערט איינשטיין » דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:46 pm

· #524364
דער פותח האשכול האט געשריבן מיט גרויס סארקאזם. אבער יעצט קומט ארויס די בלאט, וואס האט געהאקט אויף די ארדענונג אין מירון ווי א גרויסע סכנה פאר כלל ישראל איז. דער שרייבער האט נאך בעסער געהאקט ווי די פותח האשכול. עס איז שווער צו גלייבן אז עס איז געשריבן ערנסט, חוץ אויב מען איז אן עכטע פארמאכטע מענטש, פארגלייבט אינעם שיטה הקדושה אז יעדער יוד וואס איז נישט ווי דיר איז א שגץ.
מיינע אויגן האבן נישט געקענט גלייבן וואס עס שטייט דארטן. ווי אזוי זיי האבן פארוואנדלט די סוקסעספולע מירון פאר א סכנה פארן עתיד פון כלל ישראל.

אלבערט איינשטיין » דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:48 pm

· #524365
Re: ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע.

שלג זהב » דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:29 pm

· #524368
Re: ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע.
פון וועלכע סאטמארע פילאנטראפן רעדט מען?

פונדאַמענטאַל » פרייטאג מאי 12, 2023 12:13 am

· #524372
אלע צוזאמען
פונדאַמענטאַל
ר' בערל אזא סיסטעמיק רעיסיזם claim? אפשר קענט איהר מרחיב זיין פארוואס דאס איז אזוי? איך זעה נישט קיין שום סיבה אדער באווייזן אז דאס זאל זיין די מציאות. די איינציגע סיבה וואס עס לאזט זיך טראכטן פארוואס פאליציאנטן זאלן זיין גענויגט אנטקעגן חרדים זענען די נאכאנאנדיגע ראיאטן וועלכע זיי פירן דורך יעדן שני וחמישי - וואס אויב דאס איז דער גורם דאן איז עס ווייטער די סיקריקים וועלכע זענען די שולדיגע.
כאפסט אז די ביזט דיך סותר פון דיין אנהייב ביז דיין סוף?
קודם שרייסטו סיסטעמיק רעסיזם, אבער א מינוט נאכדעם פארשטייסטו פארוואס די משטרה האט אונז פיינט....
האסט געהערט אמאל פון די טערמין "ממה נפשך"?

ששון ושמחה » פרייטאג מאי 12, 2023 8:30 am

· #524383
טעות

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 12, 2023 7:38 pm

· #524437
אלבערט איינשטיין: די גרעסטע דזשאוק איז די לעצטע פאראגראף וואו דער שרייבער פיהרט אויס אז דער חורבן (אין מירון) קומט נאר ווייל מ'האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט'ן "דעת תורה(א)" פונ'ם בד"ץ...לאל לאל לאל. תקיעה, שברים תרועה...!

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש מאי 13, 2023 11:50 pm

· #524448
צוקער זיס...
בעיקר די ערשטע חלק וואס ער שרייבט לגבי היי יעריגען סדר אין מירון...

אוהב ספרים » מאנטאג מאי 15, 2023 3:55 pm

· #524651
berlbalaguleh
אלבערט איינשטיין: די גרעסטע דזשאוק איז די לעצטע פאראגראף וואו דער שרייבער פיהרט אויס אז דער חורבן (אין מירון) קומט נאר ווייל מ'האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט'ן "דעת תורה(א)" פונ'ם בד"ץ...לאל לאל לאל. תקיעה, שברים תרועה...!
דו האלטסט אנדערש?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 15, 2023 9:58 pm

· #524711
אוהב ספרים: זיכער. נאר איבער דעם ענטפער וואס איך וויל און קען דיר געבן רעדט שוין די גמ'. און ס'איז בעסער אז איך זאג עס נישט ארויס...!

nespresso » מיטוואך מאי 17, 2023 1:11 am

· #524924
Re: ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע
די קנאים פארפירן געפרליך אויף דעם וואס די סימבאל פון די פריאקטאר מירון איז געווען איבעראל