☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איך בין א גרויסע רבי

איך בין א גרויסע רבי

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16152

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 8, 2023 9:35 am

· #524035
איך בין א גרויסע רבי
כ'וואוין אין וויליאמסבורג
חסידים איך פארמאג

איך בין א גרויסע רבי
איך האב א גראבע גבאי

א בעקיטשע א בלוע
איך וואונטש בּוהע, בּוהע

א קאר גרויס און ברייט
מיט א טשערי לייט

אלארעמעס און בליצערס
ארום מיך הייסע שוויצערס

כ'פאר שנעל, איך רייס שטיקער
מ'מאכט מיך פאר דר'עיקר

כ'push יעדעם אוועק
מיין קאר איז טינטעד בלעק

כ'מאך א נויז גאר rude
כ'דריי איבער די שטאט

כ'ברענג אהן פאליציי
ס'טוט זיך א פייפעריי

כ'זאג איך מאך ניסים
איך ווייס ס'איז אלעס שטותים

מ'גלייבט כ'מאך מופתים
עולם גולם פאָפּט'צעם

כ'נעם גרויסע פדיונות
כ'זאמל אהן מעלאונעס

כ'קויף מיך שיינע הייזער
ווען דו לעבסט ווי א חזיר

איך אויך » מאנטאג מאי 8, 2023 12:10 pm

· #524042
כבר קדמוך שאולי גראסמאן.

הרב שיף » דינסטאג מאי 9, 2023 2:43 pm

· #524144
איך קען נישט כאפען וועמען מען מיינט, איך מיין אז קיין איין רבי און ווילאמסבורג קומט נישט נאך אלע תנאים.

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 9, 2023 3:17 pm

· #524146
איך אויך
כבר קדמוך שאולי גראסמאן.
נישט נאר דאס
משרייט שוין דאס זעלביגע זאך פאר יארן לאנג
מאיז מקנא די רבי'ס
איי געס מוועט אויפהערן שרייען ווען זיי הערן אויף מיט שרייען אויף די פירצות...
ליוו ענד לעט ליוו