☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Spellers The Movie

Spellers The Movie

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16150

סקעפטיקער » זונטאג מאי 7, 2023 12:21 pm

· #523937
Spellers The Movie
די נייע מאווי "Spellers" מאכט א געוואלדיגע קלעים, אז אסאך קינדער מיט אוטיזם אדער אנדערע ענליכע מחלות וואס קענען נישט קאמיוניקערן מיט אנדערע און קוקן אויס נישט צו זיין צווישן אונז און וויסן וואס גייט פאר, זענען באמת געהעריג דא און האלטן אלעס מיט און פארשטייען פונקטליך וואס גייט פאר, און עס פארציילט די געשיכטע פון עטליכע קינדער וואס די עלטערן האבן "צוריקבאקומען" נאך צוואנציג יאר דורך זיך אויסלערנען צו קאמיוניקירן מיט ספעלן

די וועבסייט
https://spellersthemovie.com/

די גאנצע מאווי - קאווע שטיבל עקסקלוסיוו
https://drive.google.com/file/d/1uHAML-qYROsuO2sqKDMP3zlwwKexnv0O/view?usp=sharing

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 8, 2023 10:11 pm

· #524078
די מאווי פארציילט די מעשה פון 8 קינדער מיט אוטיזם וואס זענען געווען פארשפארט און נישט געקענט קאמינוקירן מיט זייערע ארומיגע, ביז א מעטאד גערופן Spell to Communicate האט זיי אויסגעלערנט צו נוצן ספעלן פאר א מיטל צו קאמיוניקירן, און היינט זענען זיי אין קאנטאקט מיט זייערע ארומיגע

די אכט נעמען זענען ווי פאלגענד:
1) Aydan Boden

2) Jamie Handley
https://images.squarespace-cdn.com/content/v1/63b6e5aea7c6e746162bdb2c/1675277665981-SLZSLWP66FPUB499JJ2F/Jamie%2BHandley.jpg?format=500
ער האט קאָ-אָטערד א בוך מיטן נאמען Underestimated: An Autism Miracle

3) Evan Tastor און זיין ברודער Trey Tastor

4) Caden Larson
https://images.squarespace-cdn.com/content/v1/63b6e5aea7c6e746162bdb2c/1675277244912-3KR89UZIDHYZ7E23SNDC/Caden+Larsen+Spellers+Method+Speller?format=500

5) Madison Hollman
https://images.squarespace-cdn.com/content/v1/63b6e5aea7c6e746162bdb2c/1675277858207-DQP22FVN1SY5RBX3BNF1/Madison+Hollman+Spellers+Method+Speller?format=500

6) Sid Sarathy

7) Vincent Rinicella
https://images.squarespace-cdn.com/content/v1/63b6e5aea7c6e746162bdb2c/1675277926772-QPV2IM3W8LIKEX8D92AZ/Vince%2BRinicella.jpg?format=500
ער שרייבט אויך אויף זיין וועבסייט

8) Elizabeth Breen
https://images.squarespace-cdn.com/content/v1/63b6e5aea7c6e746162bdb2c/1675277384676-YW63VEHBLVDLS1W1ISP7/Elizabeth%2BBonker.jpg?format=500
זי האט א וועבסייט ווי זי אדוואקעטעד צוצושטעלן די אפציע אין סקולס צו ספעלן פאר אוטיסטיק קינדער
זי האט דעליווערט א געשריבענע Valedictorian Commencement Address ביים גראדואירן פון קאלעדזש

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 8, 2023 10:20 pm

· #524079
איך פארשטיי נישט די הו"א פון איינשפארן אוטיסטישע קינדער, זיי זענען טאקע נערמאלע מענטשן מיט ביהעווירעל פראבלעמען, נישט אנדערש ווי א מענטש מיט א אינגראון-טאו-נעיל.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 8, 2023 10:24 pm

· #524080
קהל'ס נער
איך פארשטיי נישט די הו"א פון איינשפארן אוטיסטישע קינדער, זיי זענען טאקע נערמאלע מענטשן מיט ביהעווירעל פראבלעמען, נישט אנדערש ווי א מענטש מיט א אינגראון-טאו-נעיל.
איינשפארן איז איין נושא, אבער דא רעדט מען פון קאמיוניקירן. זיי טענה'ן אז די אוטיסטיק קינדער (לכה"פ גאר אסאך פון זיי) זענען געהעריג בעלי שכל מיט א עווערידזש אדער אבאוו עוורידזש IQ, זיי האבן פשוט א מאטאר אישו אז זייער גוף פאלגט זיי נישט און זיי קענען נישט רעדן אדער ווייזן צוליב דעם. טייפן פארלאנגט נישט קיין סך מאטאר סקילס און וועגן דעם ארבעט עס