☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16149
בלאט: 1 2 3

צוזאמגעדרייט » זונטאג מאי 7, 2023 1:52 am

· #523912
באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"
נישטא קיין סאך צו צולייגן, דיטעילס זענען דערווייל נישט באקאנט.
ווידעאס צירקולירן ווי מען שלעפט ארויס באהאלטענע אויגן פונעם דאך אין בית הכבוד. איכסאַ!

פאלגנד איז א ליסטע פון פראגעס וואס הענגען נאך אין די לופטן און ווארטן אויף אן ענטפער:

ווער האט דאס אינסטאלירט, א פריוואטע מענטש אדער די ישיבה?
אויב די ישיבה, ווער האט אלס געהאט א האנט דערין, אפשר נאר איין שמוציגע איינגעשטעלטע, אדער קומט דאס פון די הנהלה?

פון ווען זיצן שוין די קעמערעס אויסבאהאלטן?

איז דא אן אויספארשונג בכלל? אפשר בשעת מיר שרייבן די שורות זענען שוין זאכן פארשטיקט, קעמערעס אין מיסט קאסטן וכו'.

וועט דאס ווערן פארדאמט דורך רבנים ועסקנים, אדער גייט די מעשה אריינפליען אינטערן זעלבע מאטראץ ווי עס ליגן אויסבאהאלטן אלע מאלעסטעישן'ס?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 7, 2023 1:55 am

· #523913
שוין געהערט אז עס זענען פאראן נאך פלעצער וואס מען לייגט עס, פשוט צו פארמיידן מכשולות וד"ל,

געווענליך האט נישט איין מענטש עקסעס דערצו, מען שעהרט א פעסווארד מיט עטליכע איינגעשטעלטע וואס נוצן עס נאר לעת הצורך.

צוזאמגעדרייט » זונטאג מאי 7, 2023 1:58 am

· #523914
וויאזוי און וועלכע מכשולות ווערן פארמיטן?

שמעון וואלף » זונטאג מאי 7, 2023 2:44 am

· #523915
האבן די קעמרעס אפגעכאפט וואס טיט זיך אין פריוואטע בית הכבוד (די טאילעט סיעט) אדער נאר די צימער?

אינטערסאנטער » זונטאג מאי 7, 2023 3:19 am

· #523918
צוזאמגעדרייט
ווידעאס צירקולירן ווי מען שלעפט ארויס באהאלטענע אויגן פונעם דאך אין בית הכבוד
וואס מיינט באהאלטן? אפילו אויב איך זעה א בלויזע דאך דארף איך מורא האבן אז מיין בית המדרש האט געלייגט אייגעלעך דארט? מען וואלט דאך עס געדארפט צו באמערקן לכאורה אויף א געוויסע וועג!

אונטער חכם » זונטאג מאי 7, 2023 4:17 am

· #523919
ווען איך בין געווען אין בחורים קעמפ פופצן יאר צוריק האבן בחורים שוין געטראפן אזעלכע זאכן, היינט איז עס מסתמא דא סאך מער.

די שאלה איז ווער עס קוקט עס איבער, יענער דארף ווארשיינליך צו זיין שווער קראנק אויף Coprophilia...

berlbalaguleh » זונטאג מאי 7, 2023 11:45 am

· #523934
שמעון וואלף
האבן די קעמרעס אפגעכאפט וואס טיט זיך אין פריוואטע בית הכבוד (די טאילעט סיעט) אדער נאר די צימער?
דו ווילסט וויסן די דעגרי צו וואס זיי זענען חזירים...!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 7, 2023 11:49 am

· #523935
אינטערסאנטער
וואס מיינט באהאלטן? אפילו אויב איך זעה א בלויזע דאך דארף איך מורא האבן אז מיין בית המדרש האט געלייגט אייגעלעך דארט? מען וואלט דאך עס געדארפט צו באמערקן לכאורה אויף א געוויסע וועג!
להוי ידוע לך, דו זאלסט וויסן אז די מערסטע בתי מדרשים היינט האבן (באהאלטענע) קעמרעס...!

ודברת בם » זונטאג מאי 7, 2023 12:16 pm

· #523936
ווער ס'וויל זען וויאזוי איך טוילעט יבא ויטול שכרו, תשואות חן חן לו.

באר מים » זונטאג מאי 7, 2023 1:48 pm

· #523940
אין די גרויסע ביהמ"ד אין ק"י (12) איז דא אפענע קעמערעס.

נפה » זונטאג מאי 7, 2023 3:11 pm

· #523943
שמעקעדיג
שוין געהערט אז עס זענען פאראן נאך פלעצער וואס מען לייגט עס, פשוט צו פארמיידן מכשולות וד"ל,

געווענליך האט נישט איין מענטש עקסעס דערצו, מען שעהרט א פעסווארד מיט עטליכע איינגעשטעלטע וואס נוצן עס נאר לעת הצורך.
עס איז דא אין זייער אסאך פלעצער און איך פארשטיי אז מען דארף זיין א גאווערמענט אפישעל צו האבן עקסעס (אנדערש קען מען יושב'ן )

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 7, 2023 3:17 pm

· #523945
שמעקעדיג
שוין געהערט אז עס זענען פאראן נאך פלעצער וואס מען לייגט עס, פשוט צו פארמיידן מכשולות וד"ל,

געווענליך האט נישט איין מענטש עקסעס דערצו, מען שעהרט א פעסווארד מיט עטליכע איינגעשטעלטע וואס נוצן עס נאר לעת הצורך.
וועלכע מכשולות?

איינער אין די סיסטעם גייט זיך צוקראצן אז צווי בחורים שפילן זיך? אויב אן עדאלט מאלעסט?

אדער מיינסטו מכשולות די היינטיגע כלים?

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 7, 2023 3:49 pm

· #523948
דערהויבענע איד
איינער אין די סיסטעם גייט זיך צוקראצן אז צווי בחורים שפילן זיך? אויב אן עדאלט מאלעסט?
אדער מיינסטו מכשולות די היינטיגע כלים?
ס’דערמאנט מיר א מעשה וואס האט פאסירט אין איינע פון די שטרענגע ישיבות דא אין נ.י. וואס מען האט געכאפט צוויי בחורים אינאיינעם אין בעט, דער משגיח האט בלויז זיכער געמאכט אז זיי האבן נישט קיין mp3 player און דאן האט מען זיי פריי געלאזט...

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 4:12 pm

· #523950
צו זעהן אויב 2 חברה גייען אריין אויף איינמאל איז גענוג די קעמרא אין די האלוועי פון די בית הכסא,

ס'איז געווענדליך צו זעהן אויב א בחור וועיפט חס וחלילה
אדער ער האט א mp3

ערענסט גערעדט: אויב ער האט א סמארטפאון

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 7, 2023 4:51 pm

· #523956
פאר א סמארטפאון ווערט נישט בארעכטיגט א איי אין טוילעט. משוגע'נע מענטשן.

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 6:06 pm

· #523962
דערהויבענע אידן וועלן קיינמאל נישט בארעכטיגן קיין ראיות אסורות. [אהן יענעם'ס וויסן...]
איך בארעכטיג עס אויך נישט [מיין דעה מאכט סיי ווי נישט אויס]

כ'קען פון דער נאנט אסאך בחורים וואס האבן טועם געוועהן פון די עץ הדעת אינטערנעט, און געוואר געווארן אז:

1. עבירות (כ'מיין נישט קיין לשון הרע וכדו' נאר **po) איז זיס, און נישט קיין בושה,
2. די וועלט איז אסאך גרעסער און קלוגער ווי זייער מגי"ש און רבי,
3. דער אייבישטער איז אויפגעוויזן פונקט ווי (להבדיל פארשטייט זיך) די אנדערע רעליגיעס,
4. מ'קען זיין א איד און באהאלטענערהייט נישט האלטן גארנישט,
5. מ'קען זיך טרעפן נייע חברים צו chat'n אויף שבת און א גאנצע וואך, און זיך אויסלאכן פון אלעס וואס אידישקייט זאגט,

די עלטערען חלום'ען נישט וואס זייער קינדער ווייסן.
איין אזא בחור קען ביז א קורצע צייט מיטשלעפן מיט זיין "אנטדעקטע אמעריקע" אסאך חברים אין זיין שיעור אדער יונגערע, בקיצור: איך האב מיטגעהאלטן א ישיבה וואס האט זיך פארמאכט נאר וועגן אינטערנעט.

ווען איך שיק מיין זוהן אין ישיבה, טראסט איך זיי אז זיי גייען עס אפהאלטן [כ'גיי איהם נישט האלטן אין די באקס לעולם ועד, אבער ביז ער סעטעלט זיך אין א נארמאלע לעבן איז עס זיין טובה]
ווי סאך איך האב פיינט דעם בעל הקעמרא'ס (פאר פערזענדליכע סיבות), ווייס איך נישט דערווייל פון א אנדערע עצה. זיינע בחורים זיצן ליידיג שעות ע"ג שעות, בטלה מביא לידי..

האט איינער א אנדערע סעלושען?

צוזאמגעדרייט » זונטאג מאי 7, 2023 6:24 pm

· #523965
@שעפטאל אפשר זאל איך אינסטאלירן אן אויג ביי דיר אין שלאף צימער. אויב דו ביסט עובר אויף זרע לבטלה וויל איך דיר אפהאלטן, נישט קיין חילוק צו דו ביסט פארהייראט אדער נישט, איז דאס לדעתי נישט גוט פאר דיר.

איך בין שאקירט פון אזא תגובה!

שערי יושר » זונטאג מאי 7, 2023 6:33 pm

· #523974
שעפטאל
האט איינער א אנדערע סאלושען?
לערנען חסידישע ספרים

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 6:36 pm

· #523977
הרב צוזאמגעדרייט: פונקטלעך אויף וועלעכע חלק ווער איך דא צוזאמגעדרייט...

איך האב עס קלאר נישט בארעכטיגט [הגם ס'איז דא אפענע קעמרא'ס אין מקוואות אויכעט, און קיינער שרייעט נישט]

איך האב געשריבן פון א טובה פון בלייבן אביסל פארמאכט ווען מ'איז יונג, מ'דארף נאר וויסן ווי אזוי - און דו גייסט אריין אין בולא דשיטה הקדושה?

איך האב געפרעגט פאר א אנדערע סעלושען - און דו קומסט פערזענדליך אטאקירען?

ס'וואלט געוועהן רייטזאם אז דו זאלסט קלאר שרייבן דיינע טענות [נאכן איבער ליינען מיין תגובות] און נישט סתם האקן און צימבלן

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 6:39 pm

· #523978
שערי יושר
שעפטאל
האט איינער א אנדערע סעלושען?
לערנען חסידישע ספרים
נאך כפירה איז חסידישע ספרים נישט קיין הילף.

ואם תאמר » זונטאג מאי 7, 2023 7:14 pm

· #523979
ווען זיי וואלטן געוויסט אז עס קומט א lawsuit וואלט גוט געווען. אבער ווייל עס גייט נישט זיין, פארוואס זאלן זיי דאס נישט פרובירן נאכאמאל.

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 7, 2023 8:18 pm

· #523988
שעפטאל
הרב צוזאמגעדרייט: פונקטלעך אויף וועלעכע חלק ווער איך דא צוזאמגעדרייט...

איך האב עס קלאר נישט בארעכטיגט [הגם ס'איז דא אפענע קעמרא'ס אין מקוואות אויכעט, און קיינער שרייעט נישט]

איך האב געשריבן פון א טובה פון בלייבן אביסל פארמאכט ווען מ'איז יונג, מ'דארף נאר וויסן ווי אזוי - און דו גייסט אריין אין בולא דשיטה הקדושה?

איך האב געפרעגט פאר א אנדערע סעלושען - און דו קומסט פערזענדליך אטאקירען?

ס'וואלט געוועהן רייטזאם אז דו זאלסט קלאר שרייבן דיינע טענות [נאכן איבער ליינען מיין תגובות] און נישט סתם האקן און צימבלן
ער האט געמיינט צו זאגן - לפי הבנתי - אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז אריינלייגן א קעמרע אין דיין בעדרום איז נישט קיין אפשען, איז אריינלייגן קעמרע'ס אין טוילעט אויך נישט.

להוי ידוע לך אז אויב ס'איז באשערט קען דיין זון אנטרעפן א חבר וואס קען אן קיין אינטערנעט אדער סמארטפאון טון אלע גוטע זאכן מיט אים, אויסלאכן פון אידישקייט מיט א mp4 אדער אן א גויש'ע תפילין בייטל, אויב דיין זון איז געבויט אויף נארמאלע יסודות און ער איז אקעפייט מיט גוטע זאכן גייט ער נישט אנקומען צו זאכן וואס ער וויל נישט, ווייל ער גייט נישט ווילן.

שוין, דאס איז א עקסטערע שמועס.

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 8:48 pm

· #523992
דערהויבענע איד
ער האט געמיינט צו זאגן - לפי הבנתי - אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז אריינלייגן א קעמרע אין דיין בעדרום איז נישט קיין אפשען, איז אריינלייגן קעמרע'ס אין טוילעט אויך נישט.
קוק ווי אזוי איך הייב אהן:
שעפטאל
דערהויבענע אידן וועלן קיינמאל נישט בארעכטיגן קיין ראוית אסורות. [אהן יענעם'ס וויסן...]
איך בארעכטיג עס אויך נישט [מיין דעה מאכט סיי ווי נישט אויס]
וכו'
האט איינער א אנדערע סעלושען?
כ'האב סך הכל ארויפגעברענגט אז זייער סיבה פון די קעמרא (ביז מ'ווערט געוואר מער דעטאלן) איז לכאו' די ציפעדיגע ברענענדיגע פראבלעם פון אינטערנעט אין ישיבות
און כ'בעהט זיך פאר א אנדערע עצה.
---

איר ענדיגט צו
דערהויבענע איד
להוי ידוע לך אז אויב ס'איז באשערט קען דיין זון אנטרעפן א חבר וואס אן קיין איטערנעט אדער סמארטפאוין טון אלע גוטע זאכן מיט אים, אויסלאכן פון אידישקייט מיט א mp4 אדער אן א גויש'ע תפילין בייטל
אנטשולדיגט, אבער איר גייט מיט דעם באשערט קארטל אנשטאט פון די ביטערע מציאות. יעדער וואס האט א אמת'ע קשר מיט ישיבה (גדולה) בחורים פון 2023 ווייסט אז אינטערנעט איז זייער אנדערש. [אויב ס'איז באשערט קען א מענטש לעבן אונטער די אייסיס און געהארגעט ווערן דורך זיין אייגענע טאטע]
---

איר פיהרט אויס:
דערהויבענע איד
אויב דיין זון איז געבויט אויף נארמאלע יסודות און ער איז אקעפייט מיט גוטע זאכן גייט ער נישט אנקומען צו זאכן וואס ער וויל נישט, ווייל ער גייט נישט ווילן
תמה אני אויב דו האסט טין עדזשער'ס אין דערהיים. אפאר טעג פון נישט לערנען געשמאק איז מען נישט צופרידן. מ'גלייבט א חבר פון די אייגענע עידזש אסאך מער ווי די עלטערן און מגי"ש
---

אבער איך בין שולדיג אין די קריטיק, ווייל מיינע ווערטער קומען נישט דא אריין. מ'האט געהאנדלט פון די חיה'שקייט פון לייגען א באהאלטענע קעמרא און נישט פון די פראבלעם וואס נאגט א יעדער וואס האט א בחור אינדערהיים!! האט ער געמיינט אז כ'קום בארעכטיגן וואס זיי האבן געטוהן.

אבער עכ"ז: די אינטלעקטועל וועג פון זיך טענה'ן איז - מ'טענה'ט זיך אויף יענעם'ס טענה און נישט אויף יענעם 😉

וואלווי » זונטאג מאי 7, 2023 9:04 pm

· #523994
שעפטאל
אבער עכ"ז: די אינטלעקטול וועג פון זיך טענה'ן איז - מ'טענה'ט זיך אויף יענעם'ס טענה און נישט אויף יענעם 😉
איך גיי טרייען צו זיין אן אינטעלעקטועלע למדן. אויב קאמעראס אין ביה"כ איז פארשטענדליך אז מ'מעג כדי צו מונע זיין רוחניות'דיגע שאדן, פארוואס דארף דאס זיין א סוד? זאל מען לייגען ביים ביה"כ די זעלבע גרויסע סיינס אזוי ווי אין בית החיים וועגען אריינגיין מיט דורכזיכטיגע שטרימפ וכו'. עפעס אזא לשון "מודעא וואזהרה, די ביה"כ אין די גאנצע בנין ווערט אפגעכאפט 24 א טעג, זייט נישט קיין צוער לשעבר און פארשפארט אייך עגמת נפש, וכו' וכו'...". פארוואס נישט? די גאנצע געדאנק איז דאך אויסגעהאלטן פאר די "וואוילזיין פון די עתיד פון אונזער קינדער.." וואס איז די סוד? זאל מען דאס שרייבן אפען. די חברה ווייסען זייער גוט ווי אזוי צו דערשרעקן די יצר הרע בינינו, פארוואס באהאלטן זיי זיך? ווי איז די לא תגורו?.

זעהט אויס ס'איז א בעד ביזנעס דיסיזשען.

הייליגע קאקאש קעיק » זונטאג מאי 7, 2023 9:13 pm

· #523996
איך מיין אבער אז צו דעם וועט יעדער מודה זיין אז פאר בחורים על פי רוב אונטער די 17 איז אפענע אינטערנעט א שטיקל פראבלעם, (חוץ אויב איך רעד דא צו בחורים אונטער די 17 😂 )

וואלווי » זונטאג מאי 7, 2023 9:26 pm

· #524001
הייליגע קאקאש קעיק
איך מיין אבער אז צו דעם וועט יעדער מודה זיין אז פאר בחורים על פי רוב אונטער די 17 איז אפענע אינטערנעט א שטיקל פראבלעם, (חוץ אויב איך רעד דא צו בחורים אונטער די 17 😂 )
פראבלעם אהין פראבלעם אהער.

ביי מלקות שטייט א פסוק אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ לֹא יֹסִיף פֶּן יֹסִיף לְהַכֹּתוֹ עַל אֵלֶּה מַכָּה רַבָּה וְנִקְלָה אָחִיךָ לְעֵינֶיךָ, און חז"ל דרש'ענען אויף דעם אז אויב נתקלקל בין ברעי בין במים, פטור, דהיינו אז אויב ס'איז גורם אז דער נידון באנעצט זיך בכל מיני אופנים בשעת מלקות דעמאלט ווערט ער פטור אויפן פלאץ. דאס וואלט געדארפט אויף הייבן אויגן אויפן פלאץ, הלמאי, דא ארבעט מען אויף תיקון הנפש, די בורא האט מזכה געווען א מענטש מיט תיקון מלקות, און דא קומען די חכמים מיט א דרש אוועק צו נעמען דעם תיקון? אלא מאי כבוד בריות שאני. אזוי דא אויך, תקנות אהין תקנות אהער, גארנישט טראמפט כבוד הבריות, קיינמאל נישט. די מושג איז אומדערהערט יהי' מה שיהי'.

הייליגע קאקאש קעיק » זונטאג מאי 7, 2023 9:28 pm

· #524002
ר' זאב: איך בין מסכים מיט\צו דיר 100 פראצענט

פיינער טראכטער » זונטאג מאי 7, 2023 10:13 pm

· #524007
פארמיידן מכשולות
אז די מנהלים פארשטייען אז יעצט לטובת הענין דארף יעצט דעס זיין ןןאס איז די שאלה?

בעל אחריות » זונטאג מאי 7, 2023 10:17 pm

· #524008
פיינער טראכטער
אז די מנהלים פארשטייען אז יעצט לטובת הענין דארף יעצט דעס זיין ןןאס איז די שאלה?
מעגליך אז זיי מאכן א טעות

תקע בשופר » זונטאג מאי 7, 2023 11:04 pm

· #524009
אין די נייע קלויזענבוירגער שוהל אויף מעין סטריט אין מאנסי איז דא אפאר קעמארעס אין טוילעט

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 7, 2023 11:09 pm

· #524010
שעפטאל
דערהויבענע איד
ער האט געמיינט צו זאגן - לפי הבנתי - אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז אריינלייגן א קעמרע אין דיין בעדרום איז נישט קיין אפשען, איז אריינלייגן קעמרע'ס אין טוילעט אויך נישט.
קוק ווי אזוי איך הייב אהן:
שעפטאל
דערהויבענע אידן וועלן קיינמאל נישט בארעכטיגן קיין ראוית אסורות. [אהן יענעם'ס וויסן...]
איך בארעכטיג עס אויך נישט [מיין דעה מאכט סיי ווי נישט אויס]
וכו'
האט איינער א אנדערע סעלושען?
כ'האב סך הכל ארויפגעברענגט אז זייער סיבה פון די קעמרא (ביז מ'ווערט געוואר מער דעטאלן) איז לכאו' די ציפעדיגע ברענענדיגע פראבלעם פון אינטערנעט אין ישיבות
און כ'בעהט זיך פאר א אנדערע עצה.
---

איר ענדיגט צו
דערהויבענע איד
להוי ידוע לך אז אויב ס'איז באשערט קען דיין זון אנטרעפן א חבר וואס אן קיין איטערנעט אדער סמארטפאוין טון אלע גוטע זאכן מיט אים, אויסלאכן פון אידישקייט מיט א mp4 אדער אן א גויש'ע תפילין בייטל
אנטשולדיגט, אבער איר גייט מיט דעם באשערט קארטל אנשטאט פון די ביטערע מציאות. יעדער וואס האט א אמת'ע קשר מיט ישיבה (גדולה) בחורים פון 2023 ווייסט אז אינטערנעט איז זייער אנדערש. [אויב ס'איז באשערט קען א מענטש לעבן אונטער די אייסיס און געהארגעט ווערן דורך זיין אייגענע טאטע]
---

איר פיהרט אויס:
דערהויבענע איד
אויב דיין זון איז געבויט אויף נארמאלע יסודות און ער איז אקעפייט מיט גוטע זאכן גייט ער נישט אנקומען צו זאכן וואס ער וויל נישט, ווייל ער גייט נישט ווילן
תמה אני אויב דו האסט טין עדזשער'ס אין דערהיים. אפאר טעג פון נישט לערנען געשמאק איז מען נישט צופרידן. מ'גלייבט א חבר פון די אייגענע עידזש אסאך מער ווי די עלטערן און מגי"ש
---

אבער איך בין שולדיג אין די קריטיק, ווייל מיינע ווערטער קומען נישט דא אריין. מ'האט געהאנדלט פון די חיה'שקייט פון לייגען א באהאלטענע קעמרא און נישט פון די פראבלעם וואס נאגט א יעדער וואס האט א בחור אינדערהיים!! האט ער געמיינט אז כ'קום בארעכטיגן וואס זיי האבן געטוהן.

אבער עכ"ז: די אינטלעקטועל וועג פון זיך טענה'ן איז - מ'טענה'ט זיך אויף יענעם'ס טענה און נישט אויף יענעם 😉
איך האב זיך נישט גע'טענה'ט, איך גלייב אז אונז האלטן אנדערש, אבער כ'האב געמיינט אויסצושמועסן די נושא.

איך האב געזען אז דו זאגסט אז דו האלסט אויך אז קעמרע'ס אין ביה''כ איז א רעד ליין, סך הכל שמועסט מען אויס די צדדים.

בעפאר מ'ברענגט אראפ א קינד אויפן וועלט דארף מען וויסן אז ס'איז דא א גרויסע טשענס אז ער וועט זינדיגן, ס'דא עבירות וואס לא ימלט אז מ'זאל זיך ארויסדרייען. כן הוא בלשון הרע, וכן הוא בענייני קדושה. זה בכה וזה בכה, הכל לפי מדרגתו.

עפ''י תורה איז 2 בחורים פאטשקענען הארבער ווי קוקן פ***, און מוציא זרע ערגער - לויט אסאך ספרים - ווי קוקן מאווי'ס.

דאס איז חוץ המעשה ווי די ישיבה אינטערעסירט נישט אז א בחור זינקט אין שאול תחתית פון גילט און דעפרעשען, וואס ס'גייט זיי אן בעיקר איז די בחורים זאלן מאכן א גוטע נאמען און נישט זיין צו קלוג. די בחור'ס חיות, פראדאקטיוועטי, ספירטואל וואקסונג, און זיין וואוילזיין גייט זיי אן ווי א הויקער.

דאס אז א טאטע זארגט זיך? אסאך מאל איז עס היי עקספעקטעישענ'ס, אמאל סתם פחד ווי וואס וועט זיין, אמאל דארף מען זיך מוחל זיין די אייגגענע עבירות און מ'פארגעסט אז אזוי גייט די וועלט, און נישט ערווארטן קיין שלימות.

מ'קען ווילן די בעסטע פאר'ן קינד, אבער נישט אז דיין קינד זאל זיין די בעסטע.

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 11:11 pm

· #524011
יוש הייליגע וואלווי און עמעזאן

ב--י--ט--ע
ליינט איבער שעפטאל'ס תגובות פארן ענטפערען 😃

כ'וועל שרייבען די זיבעטע מאל מיט באקציינער

אונז [כ"ק אדמו"ר משעפטאל] האלטען אויסדריקלעך נישט פון באהאלטענע קעמרא'ס אין ביה"כ!!!

מיר האבען נאר אויסגעשריגען דעם וויי געשריי: וויי אר ווי היר טאדעי - איט'ס עי רעגילער ביזנעס דעי!
די אינטערנעט מאכט חרוב די ישיבות!
מיר דארפן א אנדערע עצה

און די קהל הקודש האבען אויסגעשריגען דעם הייליגע פוי וואס האט זיך אריין געהערט אינעם ביה"כ

לא ליהורא כאתינא אבל דא עיקר: כתיבת ר' שעפטאל אינה כתיבת סתם אלא חושב וסופר ומונה, ועל כל שורה ושורה תלוי תילי תילין של מחשבות קדושות.
זייט די לעצטע 2 וואכן וואס מיר שרייבן דא, זעהן מיר פאר וויכטיג מעורר צו זיין דעם ציבור: גיסט נישט אויס ר' שעפטאל'ס קאווע אהן איבער ליינען אפאר מאל.
ס'איז פיינע אויסגערעכנטע קאווע

ועל זאת אנו חותמים בקריאה קדושה
לא לשים ביצים בביה"כ

די אנדערע זייט » זונטאג מאי 7, 2023 11:12 pm

· #524012
אפשר איז טאקע כדאי צי מפרסם זיין אלע פאבליק פלעצער וואס לייגן אריין קעמרעס אין ביה''כ כדאי די אידן וואס לעבען פריוואט און זיכען נישט דווקא אז מ'זאל אלעס מיט האלטן זאלן זיין געווארענט

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 11:21 pm

· #524013
דערהויבענע איד:
גאר שטארקע פוינט!!!

גראדע איז מיין פערזענדליכע דאגה נישט וועגען די "בושות" פון די גאס וכדו' [איך בין פרייליך אויב מיין זוהן האט א פרייליך לעבן]
נאר וועגען כ'וויל נישט מיינע קינדער זאלן זיך טרעפען אויפן גאס
פשוט פאר זייער עמאצניעלע געזונט

ס'איז שוין אויסגעשריבן געווארען אין א אשכול אז די ריכטיגע חורבן פון אינטערנעט איז: כפירה
און די סוקסעס ראטע פון א דראפ אוט'ס איז גאר נידריג

כ'וואלט עס צוגעצייכענט מיט אזא קוק דא אבער די הייליגע רבי קען זיך נישט אויס מיט די טעכנעלאגיע ווי אזוי עס צו טוהן
מ'וועט בעהטן די חשובע גבאים אויס צו פיהרן דעם דא

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 8, 2023 12:33 am

· #524019
די אנדערע זייט
אפשר איז טאקע כדאי צי מפרסם זיין אלע פאבליק פלעצער וואס לייגן אריין קעמרעס אין ביה''כ כדאי די אידן וואס לעבען פריוואט און זיכען נישט דווקא אז מ'זאל אלעס מיט האלטן זאלן זיין געווארענט
וועיסט אוו טיים. איך האב שוין פון לאנג אפגעמאכט אז חוץ פון מיין אייגענע הויז איז נישטא קיין פריוואטקייט. ווי די גייסט דארפסטי זיין גערישט אז די ווערסט מעגליך אפגעכאפט.

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 8, 2023 12:37 am

· #524021
berlbalaguleh
שמעון וואלף
האבן די קעמרעס אפגעכאפט וואס טיט זיך אין פריוואטע בית הכבוד (די טאילעט סיעט) אדער נאר די צימער?
דו ווילסט וויסן די דעגרי צו וואס זיי זענען חזירים...!
ס'איז אפשר נישט קיין חילוק?

ס'דא די צימער וואס פון דארט גייט מען אריין אין די פריוואטע קיוביקעלס לעשות צרכיו. א קעמרא וואס כאפט אפ די צימער צו זעהן טאמער צוויי בחורים גייען אינאיינעם אדער צו זעהן טאמער איינער פארברענגט צופיל צייט דארט, קען מען פארענטפערן (איך האלט עקטיולי אז דאס איז א גוטע זאך, אבער ס'זאל זיין א סיין וואס לאזט דאס וויסן), משא"כ טאמער כאפט ער אפ די טוילעט סיעט איז א צווייטע מעשה אינגאנצן.

וואס איז דא געווען די מעשה?

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 8, 2023 5:13 am

· #524024
אין כאן לא אינטערנעט ולא ז"ל אבל יש כאן פיגיס וקינדער-פאכערס..
ווען וועלן שוין בחורים און מיידלעך איינזעהן אז די אינסטיטוציעס זענען סתם דא צו פערווען אויף זיי?
און ווען וועלן שוין עלטערן איינזעהן אז מען נוצט זיי סתם דא צו מאכן קינדער ליהנות בהם?
פעך!

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 5:51 am

· #524026
זייער א שיינער אויפגעטראכטע מעשה. אולי? ווער קען בעקען אפ די סטארי?

Salford » מאנטאג מאי 8, 2023 6:12 am

· #524027
די פאליציי שווייגט?

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 8, 2023 7:12 am

· #524028
די פאליציי קענען געווענליך גארנישט טוהן אויב עלטערן זענען cowards צו קאפערירן.

shem-tov » מאנטאג מאי 8, 2023 7:54 am

· #524029
דע נארמאלע זאך לכה"פ וואלט געווען אז דער ראש ישיבה מ. ב. וו. זאל ריזיינען. די יודעי דבר ווייסן שוין לאנג אז דער גרויזאמער בעל הסעלעקציע איז אויך געשלאגן מיט מאדנע פעטישע פאנטאזיעס. דארט שטינקט פון קאפ, אין טשעסטער רירט זיך נישט קיינער אן די הסכמה פון דעם דיקטאטור. איך האף נאר אז דאס איז די אנהויב פון זיין עקעלדיגע עקספאושער.טראסט מי קעמערעס אין ביה"כ איז פון זיינע קלענסטע פארברעכענס. ריזיין

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 8:16 am

· #524030
shem-tov
דע נארמאלע זאך לכה"פ וואלט געווען אז דער ראש ישיבה מ. ב. וו. זאל ריזיינען.
דאס זעהט שוין אויס ווי א תלמיד.

פלייש » מאנטאג מאי 8, 2023 8:20 am

· #524031
אז איר וועט גוט קוקען, זענען אין אלע גרויסע קהילות אין ניו יורק דא 'אפענע' אויגעלעך געשטעלט אין די דורכגאנג ווי מ'גייט אריין אין די טוילעט שטיבעלעך.

און טאמער זענט איר נאך אנדער עידזש, קען מען אייך איינרעדן אז ס'ארבעט...

בכל אופן, דאס לייגן 'באהאלטענע' קעמערעס, איז שוין א ממה נפשך; ווילסטו אנשרעקן חוטאים, לייג עס אפען.

צפת » מאנטאג מאי 8, 2023 9:03 am

· #524032
לאו-דוקא.

באהאלטענע קעמערס זענען דא פאר א סיבה. די לייגערס האלטן אז באמת וואלט מען געדארפט לייגן אפענע אין ביה"כ, נאר וויבאלד ס'זענען דא מענטשן וואס וועלן האבן טענות און וועלן דאס נישט פארשטיין, לייגט מען דאס באהאלטן, אז מען זאל דאס נישט באמערקן.

די שאלה איז, ווער קוקט איבער די קעמערעס? - ווער שטייט א שטיק צייט קעגן א קאמפיוטער און קוקט איבער בעיון רב די קעמערעס אין יענעם וואונקל? - ווער איז דער מענטש, איך וואלט אים געדארפט קענען...

מיר האט דערציילט איינע וואס איז אמאל געווען איינגעשטעלט אין איינע פון די גרעסטע קהילות אין אמעריקע (איינע פון די צוויי סאטמאר), און ס'איז געווען די תקופה וואס מען האט אינסטאלירט ווידאו קעמערעס אין די גרויסע מקוה, און מענטשן זענען געקומען מיט טענות, היתכן (ס'איז נאך דעמאלס געווען א נייע זאך), און קהל האט געענטפערט פאר יעדן וואס האט געפרעגט, "ס'קומען פאר מכשולות אין מקוה. דו נעמסט אחריות?" - מיט דעם האט מען שטיל געמאכט יעדן וואס האט געפרעגט.

מפי השמועה שמעתי, אז אין א געוויסע גרויסע קהילה, האט מען גענומען איין שעה פרייטאג, וואס דעמאלס לאזט מען גיין אלע חשודים בעוון אין מקוה. מען זאגט זיי אן אז זיי טארן זיך נישט געפינען אין מקווה נאר בלויז אין יענעם שעה. און דעמאלס זיצט איינער ביי א קעמערע און קוקט נאך די אלע מענטשן אין מקוה וואס זיי טוען, און דערויף איז געמאכט די קעמערעס (איך בין נאך אלס נייגעריג, ווער דער קוקער איז למען השם... איר וואלט אנגענומען אזא דזשאב?).

קען זיין אז קעמערעס אין ביה"כ איז געמאכט פאר די זעלבע סיבה, מען זאגט פאר געוויסע בחורים חשודים אז זיי מעגן גיין אין ביה"כ נאר יענע און יענע שעה, און דעמאלס קוקט דער ראש-ישיבה אינעם קעמערע...

אגב, אין ארץ-ישראל איז געווען א ראש-ישיבה און רב, וואס האט געהאלטן אויפן וועג ארויף צו ווערן זייער גרויס אין די אידישע גאס. מען האט אים געכאפט אונטערלייגן קעמערעס און זיך פארסמאקעווען אויף זיינע תלמידים זייענדיג אין מקוה (עס האט דעמאלס ארויסגעליקט א קליפ ווי ער זיצט ביי זיך אין צימער, קוקט אויף תלמידים אין מקוה, בשעת ער האלט די הענט אויף א געוויסע פלאץ וד"ל). דאס איז געווען די סוף פון זיין קאריער. מען דארף אכטונג געבן.

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 9:15 am

· #524033
איך פארשטיי נישט פארוואס דו וואלסט גענומען דעם דזשאב.
אויב וועסטו זאגן אז דו האסט א פעטיש צו אדם הראשון קודם החטא׳דיגע מענטשן, עס איז איז דא אסאך בעסערע פלעצער דאס צו זעהן. איז עס ווייל דו ווילסט זעהן די מי ומי ההולכים אין די נישט מענטשעהייט דרכים, פארוואס דארפסטו דאס וויסן?[emoji848]

shem-tov » מאנטאג מאי 8, 2023 9:21 am

· #524034
גענוי דאס האט דא פאסירט. מ. ב. וו. בראשו ובעצמו איז פארנומען מיט זיינע קעמערעס טאג און נאכט וזר לא יתערב במלאכתו ער אטעמט קעמערעס קען זיין ער האט אנגעהויבן לשם שמים אבער היינט איז ער דערטראנקען אין פ**** לדעתי זאל ער פאקען פעק איידער דער סקאנדאל שיסט אויף

Lesser » מאנטאג מאי 8, 2023 9:37 am

· #524037
דער פותח האשכול זאגט אז עס דרייט זיך ארום א ווידיאו. נו, ברענג ארויף א לינק צום ווידיאו.

יראה העם וישפוט!

טמיר » מאנטאג מאי 8, 2023 9:57 am

· #524038
Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט
ברענג די ווידיאס וואס די באהאלטענע קעמרעס האבן אפגעכאפט, אזוי וועט מען וויסן אויף זיכער למי החותמת והפתילים

אינטיליגענטער » מאנטאג מאי 8, 2023 11:39 am

· #524040
וואלווי
הייליגע קאקאש קעיק
איך מיין אבער אז צו דעם וועט יעדער מודה זיין אז פאר בחורים על פי רוב אונטער די 17 איז אפענע אינטערנעט א שטיקל פראבלעם, (חוץ אויב איך רעד דא צו בחורים אונטער די 17 😂 )
פראבלעם אהין פראבלעם אהער.

ביי מלקות שטייט א פסוק אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ לֹא יֹסִיף פֶּן יֹסִיף לְהַכֹּתוֹ עַל אֵלֶּה מַכָּה רַבָּה וְנִקְלָה אָחִיךָ לְעֵינֶיךָ, און חז"ל דרש'ענען אויף דעם אז אויב נתקלקל בין ברעי בין במים, פטור, דהיינו אז אויב ס'איז גורם אז דער נידון באנעצט זיך בכל מיני אופנים בשעת מלקות דעמאלט ווערט ער פטור אויפן פלאץ. דאס וואלט געדארפט אויף הייבן אויגן אויפן פלאץ, הלמאי, דא ארבעט מען אויף תיקון הנפש, די בורא האט מזכה געווען א מענטש מיט תיקון מלקות, און דא קומען די חכמים מיט א דרש אוועק צו נעמען דעם תיקון? אלא מאי כבוד בריות שאני. אזוי דא אויך, תקנות אהין תקנות אהער, גארנישט טראמפט כבוד הבריות, קיינמאל נישט. די מושג איז אומדערהערט יהי' מה שיהי'.
גם אני מצטרף
דאס איז עס
נישטא וואס זיך מפלפל זיין
חז"ל זענען נאך געווען אזוי קריעיטיוו און אויב וואלט דאס געווען אויסגעהאלטן וואלטן זיי געשטעלט באהאלטענע משגיחים ביי די בתי כבוד
אבער זיי האבן עס נישט געטון אבוויעסלי איז עס נישט אויסגעהאלטן און דאס איז נישט דעת תורה
דאס איז ניבול והשחתה מיט די מאנטל פון די תורה וקדושה

Salford » מאנטאג מאי 8, 2023 11:51 am

· #524041
shem-tov
דע נארמאלע זאך לכה"פ וואלט געווען אז דער ראש ישיבה מ. ב. וו. זאל ריזיינען. די יודעי דבר ווייסן שוין לאנג אז דער גרויזאמער בעל הסעלעקציע איז אויך געשלאגן מיט מאדנע פעטישע פאנטאזיעס. דארט שטינקט פון קאפ, אין טשעסטער רירט זיך נישט קיינער אן די הסכמה פון דעם דיקטאטור. איך האף נאר אז דאס איז די אנהויב פון זיין עקעלדיגע עקספאושער.טראסט מי קעמערעס אין ביה"כ איז פון זיינע קלענסטע פארברעכענס. ריזיין
כל כנסיה לשם שמים סוף להתקיים וכו וכו
בלאט: 1 2 3