☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמיט

סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמיט

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16148

לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 4, 2023 11:59 pm

· #523824
סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמיט
אוי טאטע טאטע, וויפיל אידיש בלוט איז נעבעך פארגאסן געווארן בלויז אין די יארן פון תרצ''ט ביז תש''ה (1939-1946), כמעט גאנצע 7 יאר זענען רח''ל רוב רובם פון די אייראפעישער אידענטום נעקד געווארן על קידוש השם, למען כבודך.

אידן וואס האבן דאן געהאט א געלעגענהייט זיך ראטעווען מיט ממש א קלייניגקייט, זיי האבן נאר געדארפט אריין סטעמפלען א  C בוכשטאב אויף זייערע אינדענטיפיקאציע פאפירן וואס די קירכע אין טשעכסלאוואקיע האט פארקויפט, איז  דאס  געווען א פאס נישט צו ווערן דעפארטירט.

די אידן וואס האבן די געהאט די דאזיגע געלעגענהייט זענען געגאנגען אנפרעגן די דעת תורה צו מען מעג לייגען אט די C.

געוואלד עס איז דאך פקוח נפש, כל התורה כלו מעג מען דאך לייגן אין די זייט ווען מען רעדט פון א לעבן פון א איד. און נישט סתם א איד, נאר אפי' א איד וואס האלט ל''ע ביי די גסיסה מעג מען אויך עובר זיין על כל התורה כלו אויסער לייקענען אין הקב''ה. א היתר אן אויסרייד איז דאך אזוי פשוט צו ניצען דא. לייקען איך דען מיין אידישער אידענטיטעט מיט לייגן א C אויף מיינע אינדענטיפיקאציע פאפירן,  איך לייקן נישט אז איך בין א איד בפה, עס שטייט נאר א C אין די פאפירן מאן יימר אז עס מיינט קריסט אפשר מיינט עס גאר עפעס אנדערש?

אפי' הכי האבן זיך סתם פשוטער עמך אידן אפגעהאלטן פון ראטעווען דאס אייגענער לעבן פון זיך און די גאנצע משפחה נאר נישט עובר צו זיין אויף א ספוק כפירה. זיי האבן זיך געלאזט פירן כצאן לטבח נאר נישט צו האבן דעם C אויף די אינדענטיפיקאציע פאפירן.

כאף נישט, פון וואס רעדסטו דא עקזעקטלי, ווי פאלסטו פלוצלינג אריין אין טשעך מיט C אין צאן לטבח. וואס די פליף רעדסטו דא פון.

בדרך אגב, סתם פאר נייגעריגקייט וויל איך מפסיק זיין פאר א רגע פונעם ארטיקל און פרעגן א שאלה אייך ליינער. איז דא איינער וואס ליינט די תגובה און ער ווייסט נישט פון וואס און ווען  איך שרייב דא?  

איך מיין אַז אז עס איז נישטא דא אזא איינער.

ווי ציל איך דא מיט די מאדנע אריינגעהאקטע שאלה? ווארט א מינוט ליין מיט געדולד וועסטו זייער גוט פארשטיין.

קריסטאל נאכט אום אלול תרצ"ט סעפטעמבער 1939 אין דייטשלאנד האט אויס געבראכן די פאגראם פונקט ווי אין די אלטע צייטן פון אריבער הונדערט יאר פריער. פאר ציוויליזאציע, און LAW & ORDER איז בכלל נישט געווען א מושג. א יעדער פריץ האט געטוהן כל מה שליבו חפץ, זיך איזדעקעווען אויף די איינוואוינער פון זיין דארף ווי א טאבא איןַ זייןַ שפיל גארטן, געווארפן, געשטויסן, צופלאצט דעם טאבע. ממש אזוי זענען די איינוואוינער געווען אין די האנט פון די פריצים פון די דערפלעך אין אייראפע.

עס האט זיך געקענט אויף שטעלן א גלח א וויסטער מנובל, אן אנטיסעמיט און פרעפלען אין קירכע,  די אידן דאס, די אידן יענץ, און ווידער די אידען, דאן האט זיך די יעניגער זונטאג געגאסן אומשולדיג בלוט אין די גאסן.

פון וויפיל נפשות מיינסטו טייערע ליינער איז געווען ביי אזא פאגראם (אפי' איינס איז שוין איינס צו פיהל. אבער לאמיר טראכטן פון דזשאסט די נאמבערס נישט פון די פאקט אז איד ווערט געהארגעט אין א שונאת ישראל אטאקע וואס גאנץ כלל ישראל האט אין די גאנצע וועלט געכאפט א קלאפ). רוב מאל, ניטאמאל איינס (גוטע קלעפ האט מען געקענט כאפן, אבער רציחה לאו דוקא ביי יעדע פאגראם). אויב האט זיך שוין יא געמאכט אז עס איז געווען געהארגטע, איז עס געווען אחד מעיר. אויסער ביי די באקאנטע גרעסערע פאגראמען וואס איז געווארן אריין געקריצט אין די בלוטיגע אידישע היסטאריע זענען רח''ל געוועזן מערערע טויט פעלער.

אבער די יעניגער פראגראמישע נאכט "קריסטאל נאכט" ווי עס איז געווען אנגעריפן די נאכט פון גלאז אלע אידישע פענסטערס אין בערלין זענען געווארן אויסגעשאסן דורך די עס. עס. וואנדאליזים. יענער נאכט אליינס זענען רח''ל אומגעקומען 89 אידן שתו''מ. איבער 40 פון די נישט פרומע קרייזן
(איסמילירטע).

עס איז נישט צום גלויבן אבער פארט א פאקט זייער אסאך איסמילירטע אידן האבן זיך געגוי'ד כאחד הגוים און אפי' געווען שטארקע פאטריאטן פאר די מוטערלאנד דייטשלאנד, אפי' נאך וואס היטלער ימח''ש איז געווארן די לאנד'ס פירער. קיינעם איז נישט אין וויסטען חלום איינפגעאלן אז די קריסטאל נאכט פאגראם איז א אויסגערכענטע אקציע פון די העד קוואדערס פון די  עס. עס. פארטיי אנגעדרייט געווארן. געטראכט האט מען סתם א צווילדעוועטער אינגאטש האט אנגעדרייט די אנטיסעמיטישע אינגאטשעס, און זענען דא סתם צו מאכן פאן. די פאליציי וועט ווערן גערופן אן אפאר מינוט וועט ווערן ארדענונג און שטיל.
קיינער האט נעבעך נישט געוויסט אז די אפיציעלע עס. עס. פראטאקאל איז געווען אז די לאקאלער בערלינער פאליציי האט באין/ביש ברירה געפאלגט די עס. עס. אז עס זאל נישט זיין קיין שום פאליצייאישע סעקיוריטי ווען די ריאטן וועלן אויסברעכן ביינאכט. עס איז שטרענג אנגעזאגט געווארן צו די פאליצייאישע ביוראען אז די עמטליכע פאליציי זאלן זיך נישט מישען פרובירן ראטעווען אויב ווערן זיי גערופן צו אן אנפאל אמערדזשינסי, סיי וועמען אוןַ ווי אויכעט זאל די פאליציי נישט פאטראלירן די נאכט די גאסן כדי צו היטן  אויף די געזעץ, (אט אט וועלן די נייע געזעצן אריין גיין אין קראפט אז א אידישער פערזוין נישט קיין חילוק ווי אלט אדער אינג ער/זי איז ווייניגער ווי די קאקעראוטש וואס מען צוטרעיט מסיח לפי תימן, אזוי איז אויך א איד, די אלטע געזעץ פון גלייכבארעכטיגקייט און די די דייטשע דעמעקראטיע איז אט אט א פארגאנגענהייט. די פאליציי זאל זיך נישט דרייען אין די גאסען און לאזן  די עס. עס. מיליטער לייט פון די פארטיי קאנטראלירן די גאסען דעם דאזיגער נאכט.

(כדי צו פארשטיין דעם לעצטע פאראגראף, דארף מען צולייגען אן הערה קטנה. די עמטליכע דייטשע פאליציי, און ווי אויך די עמטליכע לאנד'ס מיליטער, זענען לאו דוקא געווען שטארק לויעל צו די נאצי פארטיי, נישט 100% פונעם דייטשען פאלק האט עגריד מיט פירער היטלער'ס פאליטיק. אבער די נאצי פארטיי איז דאן געווען די גרעסטע פארטיי,  דער איצטיגער פירער פון לאנד (היטלער) איז די קא- פאונדער פון די פארטיי. ווי אויך האט די נאצי פארטיי שוין דאן געהאט די מערסטע בענקלעך אין פארלימענט. די אנדערע פארטייען, מיט זייערע הויפט פירערס האבן ממש מורא געהאט פאר זייער לעבן. אזוי טאקע האט פאסירט מיט ווייניגער ווי א יאר שפעטער. אלע פאליטישע שונאים (די אנדערע פארטיי לידערס) זענען נעלם געווארן פונעם האריזאנט איינס נאך איינס אויף אויסער ארדענליכע אופנים)

אין די היינטיגע יארן תשפ"ג 2023 למספ' זענען דא 20 יעריגע אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט די זכיה צו זעהן די אין האנט אריין געקריצטע ציפערן פון די אוישוויץ איבער לעבער וואס עס איז היינט א יקר המציאות. אבער פאר 25-35 יאר צוריק האבן מיר אלע געהאט זיידעס און באבעס מיט די אוישוויציר טעטא ציפערן אױף די האנט אריין געקריצט. נישט אלע אונזערע עלטערן האבן גערעדט פון די יסירי הנפש והגוף וואס זיי זענען אדורך אין די מלחמה יארן אין אייראפע. אבער וויפיל זיי האבן נישט גערעדט האבן מיר דא דארט געקענט הערן ווי זיי פארציילן פון די ארבעה מיתות בי''ד וואס זיי האבן מיטגעהאלטן אויף די בארבארישעסטע אופנים. און אויך ווי אזוי מען האט פארפייניגט די לעבנס געבליבענע, צוויגענדיג זיי מיט צו האלטן די (ספעקטאלישע) שחיטות פון טאטע, מאמע,  ברידער, און שוועסטער. (עס איז נישטא די פלאץ פון די ארטיקעל צו באשרייבן די רציחות מיט די אחזריותדיגע אויפגעקומענע רשעות ווי אזוי די האפטלינגען זענען פארפייניגט געווארן אין די לאגערן אונטער די עס. עס. רוצחים) די 60-50 יעריגער אידן האבן גובה עדות געווען פון די אינהיומעינישער התנהגות פון די קאמעדאנטן ביז די יוצא משרתים פון די עס. עס. ווי וואס מער אחזריותדיגער אלץ העכער איז געווארן די ראנג פון דעם אחזור. יותר מה שכתבתי אליכם כתיב כאן.

איך פרוביר צו נישט ארויס צולאזן די פעדער אויף הפקר. ווייל די ענין פון אוישוויץ און די פיינגונגס לאגערן און ווי אויס זענען שוין קורצע/לאנגע תגובה'ס ווי עס איז שוין פארגאסען געווארן ימים פון טינט, פארמעט פון הימלען. די ביימער זענען פארשניטן געווארן פאר די סכום בליי וואס מען האט געברויכט צו שרייבן פון יענע תקופה.
6 מיליון קדושים אומגעקומען אויף קידוש השם. 6 מיליון מעשיות וואס זענען פארשטילט געווארן פאר אייביג, מער וועט עס שוין נישט געשריבען, אדער געהערט ווערן. די 6 מיליון מעשיות וואס איז טמיר ונעלם מיט די הייליגע נשמות מיט נעמענדיג מיט זיך זייערע מעשיות אין די מאסן קברים אין די אייראפישע וועלדער און פעלדער,  האט א יעדע ליאדע מינוט פון זייערע לעבנס טעג ביזן דערמארדעט ווערן נאך א מעשה פון צענדליגער בלעטער וואס ליגט אויך צוזאמען מיט די הייליגע גופים באגראבן און מער וועלן מיר נישט הערן די מעשיות קיינמאל.
זכור אשר עשה לך עמלק!!!!

און איצטערט צום עיקר ציל פון די תגובה.
מאכט זיך א קרעמעל פון מאנכע מענטשען/חיות וואס זיי ארבעטן אויף קעסט און אין כלים צו פארלייקענען די אטראסיטיס פון אוישוויץ און שרייען מיט טענער וואס ווערן מיט די יארן העכער אז עס האט בכלל נישט פאסירט. לא דובים ולא יער.

רובוש''ע, ווי אזוי קען מען לייקענען היסטאריע ווען מענטשען וואס זענען דארט געווען זענען נאך דא היינט בלויז 80 יאר שפעטער. זיי פארציילן מיט דעטאלן וואס זיי אויף זייער הויט און ביין האבן די אטראסיטיס פאסירט. די מעשיות וואס איין איבער-לעבער פארציילט ווערט קאנפימירט ווען מען רעדט מיט א צווייטער איבער-לעבער אין די ווערטער זענען 100% אוטענטיש אנדעם וואס איין איבער-לעבער זאך בכלל אמאל האבן געטראפן דעם צווייטן איבער לעבער זונט די קריג זו פנה לכרמו אין ארה''ק וזו פנה לזיתו אין ניויארק, זיך צו קענען אפי' אפ-שמיעסן צו פארציילן גענוי אט דעם זעלבן סיפור. ווי אזוי קען אזא זאך פון לייקענען אזאנא פרישע היסטאריע קוים 80 יאר יונג, ווערן אנגענומען בכלל.

אט טאקע די לעצטערע פראגעס זענען דא דעם ציל פון די תגובה.

שוין יארן וואס איך גיי נאך די לייקענערס טעארעטישער סיבה פון לייקענען. און וואס זיי ניצען צו אויפ-ווייזן אז עס איז ליגענט. עס איז מיר פלאי פלאים ווי שוואך זייערע הוכחות זענען אבער נאך אלס איז עס א מאוומענט וואס ווערט מער און מער במשך די יארן ריקען זיך ווייטער פון די היסטאריע. וויפיל צייט מער עס גייט פארביי ווערן זיי זיכערע און זיכערער מיט זייער פאזישאן עס איז א פליכט פאר אונז צו איבער געבן פאר די קומענדיגע דורות וואס עס איז פארגעקומען אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט.

פארזעצונג אי''ה בקרוב ממש וועלן מיר באארבעטן די לייקענונגען פון אוישוויץ/בירקאנאו מיט די טענה פון דאס שולדיגע אורטייל פאר די אומשולדיגע נאציס אפ''ל.
  
Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 5, 2023 12:00 pm

· #523858
ווי אזוי
איך וויל שרייבן א פארזעצונג ווי אזוי מאכט מען דאס אז עס זאל ישט ציטירן אדער זאל ווערן כאילו א לינק. בקיצור וואס די בעסטע וועג צו מאכן די פארזעצונג.
צו זיין קאנעקטינג צו די פריערדיגע תגובה

לייביששרייבער » פרייטאג מאי 5, 2023 1:19 pm

· #523871
אוישוויץ/טרעבלינקע לייקענער
דער קאמענדאנט פון אוישוויץ איז געווען רודאלף האס.

רודאלף האס איז געבוירען געווארן אין יאר תרס''א 1901 למס' אין די שטאט באדען דייטשלאנד.

און צווישען תר''צ 1930 און תרצ''א האט ער זיך רעגיסטרירט צו די נאצי פארטיי. און ווי אויך האט ער אריינגעשטעלט אן אפליקאציע צו דינען די עס. עס. געווארדיע.

א שטיקעל הפסקה פון ידיעות און היסטאריע כדי צו פארשטיין ווי אזוי זאכן האבן זיך איוואלווד.

ווי באקאנט די ערשטע וועלט'ס קריג נאך פיר יאר פון שווערע שלאכטן און שרעקליכע חרבנות ממש על לא דבר, פשוט אייראפישע פאוערפול מדינות האבן זיך געוואלט אויסשפרייטן, און אויך די עססעסינעשאן פון ארטש פראנז פארדינאנד (א לענגערע אריכות) איז געווען די גורם פון די שווערע שלאכטן. האט זיך ב''ה געענדיגט אין נאוועמבער תרע''ח 1918 למס' מיט א שווערע פארלוסט פאר די דייטשע מיליטער. די דייטשן זענען דאן באשטראפט געווארן מיט גאר שווערע סאנקציעס דורך די גרויסע וועלט'ס מאכטן, אן קיין שום מעגליכקייט זיך צו הייבן דעם קאפ צו נישט מאכן קיינע חרבנות נאכאמאל.

די סאנקציעס האבן ממש פארקריפעלט דייטשלאנד אויף אלע פראנטן. די עקאנאמיע איז געווען ממש אזוי טויט עס איז נישט געווען קיין געלט צו פיטערן דאס פאלק. די מאסען האבן זיך געדרייט אין די גאסן ווערענדיג משוגע מיט די צייט, פיין, הונגער און דערשלאגען. כסדרדיגע אומרוען האט אויס געבראכען כסדר אין די גאסן פון דייטשלאנד. דראגס איז געווארן די נאמבער 1 אייטעם פון וואס מענטשען האבן פשוט אדורך געטראגן דעם טאג. דראגס ברענגט וויילענדס.

איז אויף געשטאנען א חיה רעה מיטן נאמען אנטאן דרעקסלאר Anton Drexler (נישט צו וויכטיג צו וויסען פאר די השתלשלות ווער און וואס, און פון ווי ער איז געווען וכ''ו, פאר יעצט. עוד חזון למועד) און מחליט געווען אז די ווערסייל אפמאך האט פארשעמט און דערנידערט דעם דייטשען הויך געשפיצטער כבוד.

אנטיסעמיטישע, און אפאזיציע אנטשויעישע מענטשען האט די געדאנקען פון א נאציליסטישע נייער פארטיי געדאנק גאנץ פיין געשמעקט, אזוי וועט מען זיך ארויס זעהן פון די שווערע לאגע.

א יונגער דורך געפאלענער פעינטר, א סאלדאט פון די געוועזענע דייטשע מיליטער, א וויסטער אנטיסעמיט איז אויך געווען א יונג וואס האט נישט געקענט אראפ שלינגען די פארשעמונג פון די דייטשע רייך, א נאציליסטישע פארטיי האט עים אויס געזעהן א גוטער בריק צוריק צו ברענגען די דייטשע שטאלץ ווי עס איז געווען פארן ערשטן וועלט'ס קריג. און זיך צו אופרייסן פון די ווערסייל אפמאך.

צוביסלעך האט די נאציליסטישע שיטה אנגעהויבן שלאגען ווארצלען צווישען אנטיסעמיטן, און אנטי-קומניסטען וכ''ו.

דער אינגער היטלער האט אין תרע''ט 1919 למס' מחליט געווען אז די נאציליסטישע פארטיי איז גאנץ א גוטער פארצוג צו הייבן די דייטשער סטאטוס צו וואס עס איז געווען בעפאר די ערשטע וועלט'ס קריג און זיך איינגעשריבן פאר א פארטיי מיטגליד.

ביי די געווענליכער מיטינגס פון די נאצי פארטיי וואס די מיטגלידער האבן זיך געטראפן אדורך צו שמועסן זייערע פלענער ווי אזוי צו ווערן אן אפיציעלער איינערקענטע פארלימענט פארטיי מיטגליד און שטעלן די פאונדעישאנס פון פארטיי ליניעס, האט זיך דער אינגער היטלער קופץ געווען בראש ביי די מיטינגען געיאוועט מיט קאריזמאטישע רעדעס פון נאציליזים און ווי אלע מיטגלידער האב געקלאטשט אין סופורט פון זיינע שטארקע נאציליסטישע אנטשויאינגען. און אזוי איז ער ארויף געקראכן אין זיין סטאטוס אין די פארטיי ביז אין יאר תר''פ 1920 איז געווען וואלן אין די נאצי פארטיי צו טוישען די נאצי הויפט פון דרעקסלער צו היטלער.

די עס. עס. (שיץ שטאפעל) געווארדיע איז געגרידעט געווארן אין יאר תרס''א 1921 פאר די איינציגסטער ציהל פון באדי-גארדירן דעם נייען אינגער פארטיי לידער היטלער. אזוי ווי ער איז געווארען פארפיינטעט ביי די אנדערע פארלימענט פארטייען וואס האבן אנגעהויבן רילייזען דעם ציהל צו ווי די נאצי פארטיי ציהט צו.

צו לעגיטימירן די פארטיי אין פארלימענט איז נאר געווען די ערשטע סטאנציע. און דאן איבער ווארפן אלע אנדערע דעמאקראטישע פארטייען און ווערן אן איבערוויגענדע רוב און אזוי קענען ברענגען דייטשלאנד צו א נאציליסטישע לאנד ווי מינאריטעטן, שונאים פון די נאצי פארטיי וועלן קענען ווערן אונטערדריקט און גערודפט דורך די געזעץ אפיציעל, וויבאלד רוב פארלימענט מיטגלידער וואס זענען נאציס וועלן שטומען ביי די וואוטס פאר די נייע דייטשע/נאצישע קולטורישע געזעצן.

גענוג מאריך געווען מיט היסטאריע דיטעילס וואס זענען נוגע צו די לייקענערס ארטיקעל. די איבעריגע היסטאריע וויאזוי היטלער איז געווארן קאנצלער און איבער גענומען די מאכט איז א לענגערע ארטיקעל פאר אן אנדערע תגובה. איך וויל נישט פארלירן טרעק פון וואס מיר פאוקעסירן.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 5, 2023 6:05 pm

· #523894
לייביששרייבער: ייש"כ. דו האסט מיך ממש מחיה געווען מיט דיינע קלוגע און ריכטיגע דיבורים פון די השתלשלות פונ'ם קומען צו די מאכט דורך די נאצי פארטיי אין דייטשלאנד.

אמת, דו האסט געזאגט אז דו ווילסט נישט אריינגיין אין צו-פיהל זייטיגע פרטים כדי נישט אוועקצוקריכן פון דעם הויפט ציהל. ווייל די אלע פרטים און פרטי פרטים פארלאנגען, נישט איין עקסטרא אשכול נאר צען אשכולות און גאנצע ביכער. פונדעסטוועגן דאך איז דא איין גרויסער און וויכטיגער פרט וואס דארף דערמאנט ווערן אין קומען צו די מאכט דורך די נאציס, ימ"ש.

איינע פון די גרופס וועלכע זענען געווען די הויפט שונאים פון די נאציס זענען געווען די קאמוניסטן. וואס זיי זענען געווען גאנץ שטארק פאליטיש און אין נאמבערס צוליעב דעם שווערן עקאנאמישן מצב אין דייטשלאנד

אויסער וואס די נאצי פארטיי אונטער די פיהרערשאפט פון היטלער האט געהאט די מערסטע זיצן אין דעם רייכסטאג. דער פארלאמענט, האבן די נאציס געמאכט א פראוואקאציע. זיי האבן אנגעצינדן א פייער אין דעם רייכסטאג. און די פאליציי האט "געכאפט" א יונגן קאמוניסט וועלכער זאלל דאס האבן אנגעצינדן. איז היטלער געקומען מיט די טענה אז מ'מוז סוספענדירן די דעמאקראטיע און איינפיהרן שטרענגע געזעצן. וואס דאס האט איהם געגעבן אבסאלוטע מאכט. מ'האט געקענט ארעסטירן וועם זיי האבן געוואלט און פארשיקן אין קאנצענטראציע לאגערן. אן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר סיי וועם. דאס איז געווען מיט די "הסכמה" פונ'ם פאלק.

איך, און די אלע אנדערע חברי הקאווע שטיבל ווארטן צו הערן נאך און נאך חידושים איבער דעם גאר פארצווייגטן און אינטרעסאנטן סאבדזשעקט...!

לייביששרייבער » מוצ"ש מאי 6, 2023 11:09 pm

· #523900
איך וועל דיר זאגן דעם אמת berlbalaguleh@ איך בין נישט געווען באקאנט מיט די פאקט.
יא די פייער אין רייכסטאג בין איך געווען באקאנט אבער די פאקט אז דאס אז איז געווען א אינגער קומוניסט איז מיר גראדע אינטערסאנט. ווייל עס שטימט מיט אסאך שפערדיגע.
ישר כח פאר די הערה.

לייביששרייבער » מוצ"ש מאי 6, 2023 11:50 pm

· #523903
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
פון די יארן תר"צ - תרצ''ג 1930-1933 למס' האבן זיך די נאצי פארטיי געשטארקט ישרצו וירבו במאוד מאוד, עד כדי כך אז בתוך די יארן איז היטלער געווארן די שטערקסטע מענטש נאך פאן וואן לינדענבערג.

און דאן אין יאנואר 1933 איז ער געווארן אפוינטעד נאך לינדענבערג פאר קאונסלער אויף דייטשלאנד. מיט פארשידענע טריקס פון פאליטיק און מיליטערישע אקציעס וואס זענען געמאכט געווארן אדורך די עס. עס. גרופע וואס איז במשך די יארן געווארן צו גאר א גרויסער געווארדיע פאר די פארטיי'ס סעקיוריטי פירמע און אכטונג געבען אויף די אינטערעסע פון די נאציס.

און יאר תרצ''ח 1938 למס' איז ענדליך די פארטיי געווארן לעגיטים אין די רייכסטאג אין דאן האט זיך אנגעהויבן די דיקטאטורישער מלאכה פון היטלער @berlbalaguleh האט פריער אין א תגובה דערמאנט וויאזוי עס איז געשעהן אזוי פליצלונג.

דאן האט זיך דער היטלער דערווארבען די ווילדע איינצוגען פון פוילן, און ווי באקאנט ווייניגער ווי א יאר שפעטער איז פוילן געווען אונטער זיינע שטיוועל.

די דייטשע מיליטער האבן זיך געטוהן דאס זייעריגער. אבער דא האט זיך אנגעהויבן א פרישער דעפארטמענט די עס. עס. וואס זיי זענען געווארן אקטיוויזירט צו קענען זיך נוקם זיין אין אלע שונאים פון דעם פירער און פונעם לאנד.

די עס. עס. האבן זיך ארויס געלאזט אויף א ריקרוטמענט פראסעס, פארשטייט זיך די גרעסטע שדים, בלוט זויגערס. מען האט ארויס גענומען ווילדע בלוט דארשטיגע פארברעכערס פון תפיסה צו העלפן איינשפארן און אילימנירען די שונאים פונעם פירער און פון די פארטיי. פון יפרוץ מלחמה ועלוי מן הארץ. מען האט נישט געקענט צו לאזן אז א שונא זאל נישט צוטערן אימת מות זיך צו דערוואגען צו זאגען, אדער פרעגן.

און פאר די תפיסה האט די עס. עס. (וואס איז געווען ממונה אויף די שיץ פונעם פארטיי און פירער) מחליט געווען אז די תפיסה איז דאס בעסטע צו שטעלן אויסער דייטשלאנד, מען זאל דאס אויף שטעלן אין די ווייט איינקעסירטע פוילן וואס קיינער זאל זיך דארט די נאז אריין שטעקן. אומר ועושה.

דער ערשטער עמטליכער לאגער אוישוויץ/בירקאנאו ווערט אויף געשטעלט אין ת''ש 1940. 40 מייל ווייט פון קראקא א קליין פארווארפן שטעטל ארום גענומען מיט גאר שטארק געדיכטע ביימער. דאס פלאץ איז פאסיג פאר כמה וכמה סיבות. אויס צופירן השחתה און די וועלט וועט נישט זעהןַ נאך א מעלה וואס אושוויץ האט געהאט וואס לכך נבחר. עס איז געווען אן איזולירטע פלאץ שווער צו אנטלויפן און אויך נאנט צו ריזיגע אידישע צענטערן וואס דאס וועט פילפאכיג פארגרינגערן די אידן פראגע מיט די טראנספארטאציע. עס איז א געגענט וואס איז רייך אין מינעראלן, קוילן, וואס די דייטשען האבן געהאפט צו קענען ניצען אין די קריגס אפעראציע, און עס אויס גרובן מיט די אינםארסירטע ארבעט פון די עריסטאנטען.

אן פאר דעם קעמף איז אויס דערוועלט געווארן דעם רודאלף האס פאר די קאמענדאנט פון די לאגער.

רודאלף האס איז געווען דער באקאנטער פיגור וואס האט מיט סייענטס אויס געטראפן אז מען קען ניצן דעם צייקעלאן בי געזאלין וואס איז פרודעצירט געווארן אין יאר תר''פ 1920 ביי א קאמפאני אין דייטשלאנד וואס הייסט דעגעש אויסצוראטן אינזעקטן אין ביניינים קען אויך ווערן גענוצט צו פארגאזן די אלע וואס ווערן נידון למיתה פאר די חטא פון טרעזיןַ

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג מאי 7, 2023 12:43 pm

· #523938
לעומת די SA...שטורם אפטיילונג. דאס זענען געווען א באנדער גאר צולאזטע יונגען און רוצחים און אנטיסעמיטן. זייער אנפיהרער איז געווען ראהם. א האמאסעקסואלער פערווערט און רוצח. וועלכער איז געווען אן אנגעבליכער פריינט פון היטלער. זיינע באנדעס האבן (אין די אנהייב יארן) געמאכט די מערסטע טעראריסטישע שטיק. געשלאגן אידן. אנגעשמירט אידישע געשעפטן און הייזער מיט די העסליכע אויפשריפט..."JUDE"...זיי האבן זיך אויך אוועקגעשטעלט ביי געשעפטן וועלכע האבן באלאנגט פאר אידן און געשריגן, און אויך געהאלטן פלאקאטן מיט די אויפשריפט...DEUTSCHE WEHRT EUCH, KAUFT NICHT BEI JUDEN...!

שפעטער האט ער זיך צוקריעגט מיט אדאלף היטלער'ן. ווייל היטלער האט געוואלט איבערנעמען די מאכט בהדרגה. סטעפ ביי סטעפ. און ראהם האט זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער איהם. האט ער איין נאכט געשיקט זיינע עס. עס. באנדעס אז זיי זאללן הרג'נען דעם פיהרער ראהם, ימ"ש. מיט נאך הונדערט פון זיינע מיטהעלפערס. דאס האבן זיי אנגערופן די נאכט פון די לאנגע מעסערס...! אזוי ארום האבן די עס. עי. באנדע אויפגעהערט צו עקזיסטירן. נאר די עס. עס. מערדערס האבן איבערגענימען זייער ארבעט פון רציחות און הריגות פון אידן...!

לייביששרייבער » זונטאג מאי 7, 2023 9:39 pm

· #524003
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
עס טוהט מיר זייער לייד.

א יעדעס מאל וואס איך וויל זיך נעמען צו די נושא וואס מיר ווילן דא אדרעסירן, טרעף איך זיך ווייטער ארויס ברענגען די היסטאריע מיט די פאקטן פון ווי אזוי און וואס אוישוויץ/בירקאנאו זענען געווען און וויאזוי מען איז אנגעקומען אהין, נקידות קטנות כדי צו צו קומען צו די לייקענערס דארפן לכאורה די אלע זאכן קודם באשריבן ווערן. אבער וויבאלד איך בין נישט קיין גוטער שרייבער קען איך בעצם נישט קומען צום ווארט, אדער ווייס איך נישט ווי אזוי. אבער טאמער איך באור נישט דעם ליינער מיט באורדינג לייען מאטריאל דזשאסט ליינט ווייטער.

ווי נאר די דייטשע שטיוועל האבן זיך געשטויסן און אידעקעוועט אויף דעם דזשאסט איינגענומענער פוילישער באדן, האבן די דייטשען אנגעהויבען בויען לאגערן אוואו איינצושפארן די פאליטישע שונאים פונעם רייך. פון אלע פלעצער האט מען עקספארטירט שונאים צו דיין נייע עטוואס טיף געבויעטע קאנצעטראציע לאגערן ווי מען וועט די שונאים מאכן פאר מענטשען. (אזוי געמאלדן, און די צייטונגען, קיינעם זאל חלילה נישט איינפאלן אז אין די קאנצעטראציע לאגערן וועט פאסירן עפעס מער ווי סתם האלטן די עריסטאנטען פאר ווערן באשטראפט פאר נישט זיין פאלגזאם דעם ריי, ווי נאר זיי וועלן זיך דער-לערנען ווי אזוי צו זיין מענטשען וועט מען צוריק אריין לאזן אין סאסייעטי.
שונאים נומבער איינס, באלשעוויקן, קאמיניסטן, דזשיפסיס, אידן.

אידן זענען געווארן אויסגערעכנט די לעצטע אפי' עס איז געווען די ערשטע מיט א טיפערע באדייט װי מיר וועלן שפעטער זעהן.

ובכן האט מען איינגעשפאנט די געסטאפא (געהיים שטאטס פאליציי) וואס היטלער האט איינגעשטעלט אין תרצ''ג 1933. לכאורה איז דאס געווען די ערשטע בוק אויף ביזנעס וואס היטלער האט געטוהן ווען ער האט איבער גענומען דאס בענקל אין רייכסטאג.

היינריך הימלער איז געווארן געשטעלט צו אנפירן מיט די נייער געהיים פאליציי. עס איז וואויל באקאנט די נעטרוישעס מעטאדן פון די געסטאפא ארויס צו באקומען אינפארמאציע פון זייערע קרבנות.

עכ''פ ווי נאר די געסטאפא האט געענדיגט מיט די קרבנות זענען די אלע קרבנות אוועק געשיקט געווארן קיין אוישוויץ/בירקאנאו פאר שווערע עבודת הפרך אזש ביז'ן טויט.

אזוי ווי די אידן זענען געווען אויף די ליסטע פון נומבער איינס שונאים וואס דאס רעכנט אריין אנשים נשים וטף. האט מען פאר זיי געדארפט האבן אן עקסטערע מהלך ווי אזוי מען פארוויקליכט צו עקספארטירן אזא ריזיגן סכום פון אזוי פיל מענטשען צו טראנספארטירן אויף איינמאל.

זענען די עס עס אויף געקומען מיט די אלט געזעסענע קעטל-קארס טראנספארטאציע איידיע, וואס איז די ביליגסטע אופן און טראנספארטירט די מערסטע מענטשען אויף איין מאל עספעשעלי ווען די פאסאזשירן פארן שטייענדיג ווי סארדינען.

און אזוי זענען טעגליך אנגעקומען קיין אוישוויץ/בירקאנאו טויזענטער פער טראנספארט א יעדן איינציגן טאג.

איצטערט הייבט זיך אן די פראגע ווי אזוי דילד מען מיט אזוי פיל מענטשען אויף איינמאל און עס זאל נישט ווערן קיין וואלדטאטן, און אלע זאלן גיין כצאן לטבח מיט א מיינסטער ארדענונג.

איז אזוי. א האלב פון דער פלאן איז דאך שוין מסודר אזוי ווי די מענטשען זענען צובראכן און צושטיוסען ארויס געווארפן פון די דירות. שוין פארלוירן דאס גאנצע האב און גוטס ביז אהער. שוין געפארן אין די וואגאנען דריי פיר טעג און אסאך פעלער מער ווי דאס אן קיין שום מענטשליכער געברויך. נישט קיין ביה''כ, קיין וואסער, און עסן מאן דכר שמיה. איז וויפיל ווידערשטאנד קען מען שוין ערווארטן פון אזעלעכע מענטשען. אבער דזשאסט אין קעיס האט מען אפגעווארט מיט א ברוך הבא אין אוישוויץ/טרעבלינקע אז עס האט זיך נישט פארגליסט צו רעוואלטירן. (אגב אין בוכנוואלד איז די ברוך הבא געווען פילפאכיג אנדערשט. עוד חזון)

די קעטעל-קאר באנען האבן זיך אדורך גשמאגעלט די ברייטע טויערן (דאס באקאנטע בילד, ווי אלע טרעקס קומען זיך צוזאם) צו אין ביטערע פרעסטן, אדער שרעקליכע היץ האבן אפ געווארט די נידריג ראנגקיגע עס. עס. סאלדאטן ביי די טירן מיט א רעמפ וואס פון דעם רעמפ האט מען זיך אראפ געלאזט צו דער באנס פלאטפארמע צו דער ערד. מיט די באקאנטע דזשערמען שעפערדס הינט, אין איין האנט, און נאגייקעס אין די צווייטע האנט זענען די קלעפ געפאלן מיט קולות וברקים אויף די מענטשען וואס פאלן ארויס פון די טירן שנעלער שנעלער, זיך אױס שטעלן.

די רענצלעך אין וואס די האפטלינגען האבן מיט זיך מיט גענומען. דאס לעצטע האב און גוטס וואס זיי זענען נאך געבליבען מיט. געווענליך קליינע סענטימענטאלישע ווערטפולע טייערע חפצים זענען גלייך אוועק גענומען געווארן פון זיי און איבער געגעבען פאר א ספעציעלער האפטלינגען געווארדיע וואס האט דאס סארטירט לפי די ערך און לויט די אייטעם מאטריאל איז געוועזן.

די העכער ראנגיקע (אויבער-שטורם פירערס) דרייען זיך ארום בלויז צו קוקנדיג ווי אזוי די ארדער גייט צו. (זיי זענען דערקענט מיט די אנדערע אוניפארמען. די פאליס היטלעך לאפוקי' די מיליטערישע היטלעך)

די סדר גייט צו אזוי. שורות ווערן אויס געשטעלט מיט די פענימער צו איינע פון די אויבער שטורם פירער (און אסאך פעלער דר. מענגעלע ימח''ש וואס האט פשוט געזוכט א געוויסער מין גענע פאר זיין סאדיסטישע שטודיעס) אבער אין א יעדעס פאל פון די ברייטע שורות וואס זענען געווענליך געווען אין די רייע אויס געשטעלט משפחה ומשפחה זענען געווארן ציטיילט צו צוויי שורות רעכטס און לינקס. דורך די אויבערשטראם פירער וואס האט באטראכט א יעדעם וואס איז איז אנגעקומען פאר עים און געוועזען צו רעכטס אדער לינקס. לינקס האט מען געשיקט די עלטערע אויסגעדינטע מענטשען וואס די רייך קען שוין פון זיי גארנישט יונק זיין, פרויען וואס האבן זיך געטראגן קינדער אין די האנט. און קינדער אונטער די אויסזעהנדע יארגאנג פון 15-16.

די אלע איבעריגע וואס זענען ארבעט'ס פעהיגע זענען מכלומר'שט געגאנגען דינען דעם רייך'ס אינטערעסע זענען געשטעלט געווארן צו רעכטס אין א שורה.

די געוויינערייען און געשרייען פון די צוטיילטע שורות זענען געווען עד לב השמים, נאך אזאנא צרות האבן זיי שוין מער ווייניגער געוואוסט וואס דאס מיינט, אבער א דייטש מיט א הויכהילכער האט אויס גערופן נישט פארפירן און עס פאסירט איצטערט גארנישט מער ווי די פריש אנגעקומענע וואס זענען ראוי צו ארבעטן גייען צו די באראקן ווי דער ארבעט איז צוגעשטעלט. און די לינקע שורה גייען זיך קודם טושן, און דאן גיין צו די געלעגער באראקן זיך צו מסדר זיין און ווארטן אויף די משפחה מיטגלידער ביז ווען זיי קומען צוריק פון דער ארבעט ביינאכט.

מאנכע האבן בלית ברירה געוואלט גלייבן דעם אויסרוף, אבער וואס עס האט דערנאך פאסירט דארפן מיר דא נישט מאריך זיין, פון די לינקע שורה איז מען געגאנגען סטרעיט צו די צייקעלאן בי. שויערס, און פון דארט צו די קראמעטאריעםס האט שוין נישט גענומען מער פון 25 מינוט.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

הייליגע קאקאש קעיק » זונטאג מאי 7, 2023 9:51 pm

· #524004
די עולם ווערט געבעטן זיך נישט צו פטר'ן מיט איין לייק ביי די ערשטע תגובה, נעמט אין אכט אז יעדע פארזעצונג קאסט פרישע כוחות און עס איז ווערט א עקסטערע לייק'ל

לייביששרייבער » זונטאג מאי 7, 2023 11:59 pm

· #524018
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
צוריק צו רודאלף האס.

א שרעק איז געווען נאר צו דערמאנען דעם נאמען. ער האט געהאט א ספעציעלער הנאה פון זיין געדאנק צו ניצען דעם קעמיקאל וואס מען האט געמאכט צו פארטיליגן אינזעקטן יארן פריער, ווי אויך עס צו ניצען אנטעקעגן די נומבער איינס שונא פונעם רייך אן אינסעקט מיטן נאמען איד.

איינער וואס איז נישט פון די ריינע ראסע איז אוטאמאטיש א שונא און ער איז אויסגעשטעלט צו ווערן פארטיליגט אן א משפט, און ער דארף ווערן פארטיליגט מיט א שנעלקייט. עס איז פשוט דא זייער אסאך פון די און טויזענטער מענטשען דארפן ווערן ערלעדיגט אויף איין שאס, שוס פולווער דארף מען פארן קריג עס איז פשוט א שאד אויס צוניצען, ווען מען קען עס טוהן שנעלער, ביליגער און גרינגער.

א באזונדערע געשמאק האט ער געהאט פון אריין קוקען אינעם לעכעל דורך דעם קליינעם גלאז וואס איז געווען אינסטאלירט אין דעם שטאלענעם שווערן טיר, מיטהאלטן ווי עס דראפן זיך אויף די גראדע ווענט די וואס טושן זיך און מאכן זיך ריין מיט דעם צייקעלאן בי גאז. סוכ''ס איז עס געווען זיין געדאנק אז דאס וועט די שנעלסטע און לעגעטימסטע וועג צו פאראורזאכן די שווערסטע פיין און אויך פארטילגען אלע וואס גייען אריין אהין אין ממש מינוטן אזוי קען מען אניאגען אסאך נפשות אין א קורצע צייט. עס איז געווען זייער וויכטיג פאר די רייך אז עס זאל זיין שנעל, אבער אויך בארבאריש.

דער רודאלף האס האט אויך געהאט א ספעציעלער הנאה פון פייניגן זיינע העפטלינגען מיט בארבעריזם וואס זייט די אינקוויזיציע האט מען נאך נישט פרובירט ביז דאן. אזוי ווי ער איז געווען פויבסטליכער פונעם אינקוויזיציע פויבסט האט ער אויס געטראפן בעסערע מעטאדן צו בארבארזירן די העפטלינגען (מיר וועלן נישט שרייבן די בארבעריזם כדי איר זאלט קענען שלאפן, און עסן ווען איר ליינט ווייטער)

ער האט כסדר געברענגט פרישע ריקוועסטס צו דר. מענגעלע צו שטודירן, און זעהן וויפיל פיזישע יסורים א מענטש קען דערהייבן און בלייבן וואך. וכ''ו (מיר זענען נישטא עקסטער ארויס ברענגען זיינע רשעותדיגע פיסכילאגישע דראנג צו מיטהאלטן און אינדזשויען אזאנא בארבעריזם)

עס דערנענטערט זיך די ענדע פונעם קריג. אין תש''ה, יאנעווער 27 1945 אוישוויץ/טרעבלינקע ווערט באפרייט דורך דעם דרייי הונדערטע און צוויי און צוואנציגסטער רייפעל דעוויזשען. געפירט דורך גענעראל איוואן קאנעוו Ivan Konev. פון די רויטע ארמיי.

די רויטער ארמיי טרעפט זיך דא פליצלינג מיט האלב טויטע און גאנצע טויטע, טויזענטער פארפייניגטע גופים, נישט וויסענדיג וואס צו טוהן, דער רויטער ארמיי זענען פון רוסלאנד געווען געוואוינט אז פליכטלינגען אן שונאים פון די מדינה ווערן געהארגעט. אינעם קרעמלין איז עס געווען באקאנט אבער אזוי פיל שונאים צו דער הארגענען אזוי. און די איבערגעלעבטע ווי אזוי זיי קוקען אויס, אפי' אין סיביר איז דאס געווען א חידוש. דאס האט זיי זייער צומישט און פארלוירן פון וואס זיי זעהן דא. דערפאר האבן קודם די אלע דייטשען וואס זענען פאראנטווארטליך אויף וואס דא קומט פאר געקענט הייבן פיס און זיך אויס באהאלטן אין לעכער, נעלם ווערן פון ווערן באמערקט אין אט די צומעשיניש פון די אום טרענירטע רויטע פויערן האט סיי געגעבן די מעגליכקייט שטייטלעך, און שטיל זיך ארויס כאפן פון די לאגער וויסינעטי.

(מאנכע זאגן אז די דייטשען האבן פארלאזט די לאגערען אפאר טאג פארן באפרייאונג, אדער געמאכט די טויט מארשען מיט די לעבן געבליבענע העפטלינגען, אוועק צו נעמען די עדות'שאפטן פון דאס וואס עס איז פארגעקומען דארט. עס זעהט מיר אויס, איך ווייס נישט צו עס 100% ריכטיג. (אדרבה קומט אריין מיט אינפארמאציע אויב איר ווייסט) אז דאס איז געוועזען מער ביי אנדערע קאנצעטראציע קעמפס. ווי טרעזינשטאט, בוכנוואלד, באכניע, אא''וו).

עס זעהט מיר ענדערשט אויס אז דוקא די אוישוויץ קאנצעטראציע קעמף זענען די עס. עס. געווארדיסטן געכאפט געווארן מער אין סורפרייז פון די רויטע ארמיי אריינשפאצירענדיג אינמיטן די פול אנגייענדע ארבייט. די עס. עס. אין אוישוויץ זענען נישט געווען 100% באריכטעט ווי די קריג האלט און אז די רויטע ארמיי איז נאנט צו זיי. ווייל אוישוויץ איז געווען ווייט אוועק פון אלעם ווי שוין פריער דערמאנט. און די קריג האט טאקע זיך נאך געצויגען א שיינע פאר חדשים נאך יאנעווער 1945 ערשט מאי 9-10 4 חדשים שפעטער יענע יאר זענען די דייטשען ערשט געווארן קאפיטאלירט.

היטלער האט דאך נישט געלאזט קיין ריקצוג און אויף געבען שטח. די ארמיי האט נישט געטארט לאזן וויסען פאר די אנדערע אפטיילונגען פון די ארמיי אדער די עס. עס. אז אין די ווייטע פוילן מאכן די רוסן פארשריט. ע''כ איז מסתבר צו זאגען אז די עס. עס. אין אוישוויץ זענען געכאפט געווארן ביי סורפרייז.
עכ''פ איך בין נישט זיכער דערינען.

איך וועל אי''ה מברר זיין און אפדעיטן די אינפארמאציע.

נאך א סברה צו זאגען אז אזוי איז עס געוועזען, ווייל די מערסטע אנטלאפענע נאציס וואס זענען שפעטער געזוכט געווארן, דורך די נאצי האנטער גרופעס ווי שמעון וויזענפעלד און זיינע העלפער, וואס האבן זיך געהאט אויס באהאלטן אין אנדערע לענדער וואס האט נישט געהאט קיין עקסטרעדישאן, זענען געווען די אוישוויץ פארברעכער. די וואס האבן זיך אויס באהאלטן ערעגץ בשעת די באפרייאונג פון די לאגער, און אזוי עלימינירט גלייך צו ווערן ארעסטירט. די צעמישעניש פון די רוסישע ליבערעישאן ארמיי וואס האט נישט געהאט זייער קאפ אויפ'ן פלאץ (זיי האבן געהאלטן אינמיטן אויס ליידיגען די וואדקע פלעשער אין זייערע העלזער) צו ארעסטירן די פירער אזוי ווי עס איז געווארן געטוהן ביי אנדערע באפרייטע לאגערן)

אבער ווי אזוי עס זאל נישט זיין איז רודאלף האס מיט נאך אסאך פון די געהילפן געמאכט א פליטה פונעם שטח אין זענען נישט געווען צום האבן וויפיל מען זיי נאר געזוכט שפעטער.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 5:44 am

· #524025
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
ארבעט פון איבער א שעה איז יעצט געגאנגען שלאָפן. ה׳ נתן וה׳ לקח, יהי׳ שם ה׳ מבורך וכ׳׳ו.

פארפאלן, מיר וועלן יעצט מוזן צו-ווארטן ביז די נעקסטע געלעגענהייט ווען איך נאכאמאל צייט (איך האף אז וואס פריער) אנפילן די איצטיגע פארלורענע תגובה אתכם הסליחה.
החותם בצער
הק׳ לייביש שרייבער

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 9:36 am

· #524036
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
טאמעס הארדינג Thomas Harding א שרייבער פון פארש ארבעט האט געשריבן א בוך אין 2013 מיטן נאמען האנס און רודאלף. א נאנפיקציע פון דעם גייעיג פון אלקסאנדער האנס, נאך דעם קאמעדאנט פון אוישוויץ רודלאף האס.

ברענגט ער צווישן די באשרייבונג אז רודאלף האס איז פארלוירן געווארן פון די איסטאנצען׳ס ראדאר אין 1945 ביי די ליבערעשאן פון אוישוויץ וואס איז געווארן ליבערעיטעד דורך די רויטע רוסיש ארמיי.

דער שאק מיט וואס די רויטער ארמיי האט זיך געטראפן אריין שפאצירנדיג אין די לאגערן פון אוישוויץ מיינעדוג אז זיי קומען אן צו א מיליטערישער באזע פון די דייטשען (איך וויס נישט ווי אזוי דאס קען זיין, אין די צייט וואס מען האט זיך געבעטן בײ די אלעאירטע צו באבאדירן די וועגן וואס פירט צו אוישוויץ ווייל דארט ווערן א יעדן טאג דערהארגעט טויזענטער מענטשן מיט מיתות משונות, איז ווי אזוי זיי האָבן געטראַכט אז דאס איז א מיליטערישער לאגער ווייס איך נישט. קײן זיין אז די דריי הונדערט און צוויי און צוואנציגסטער דעוויזיע האט נישט געוואוסט די דעטאלן פון די איטעלעדזשענס קאמיונעטי).

די ליבעראציע איז נישט מעגליך צו באשרייבן מיטן פעדער אז די ליינער זאל בכלל פארשטיין וואס די באפרייער האבן זיך אנגעטראפן אריין שפאצירנדיג אין די אוישוויצער קעמפ. זאגט דער קעפטן פון די דריי הונדערט און צוויי צוואנסיגסאער רייפל דעוויזיע. מיט וואס א טריט טיפער מיר טרעטן אריין אינעם אוישוויצער קאנסיטראציע קעמפּ. (די רוסישע נישט קיין קליינע רשעים, וואס האבן אויך אומגעברעמגט מיליאנען מענטשן אין זייערע קאנסיטראציע לאגערן וואס ווי די קומניסטישע שונאים ובתוכם אסאך ערליכע אידן רח׳׳ל וואס פארן בלויז ער חטא פון דינען דעם רבוש׳׳ע זענען זיי נחשד געווארן פארן נישט זיין איינשטימונג מיט קאמניזם און זענען געווארן פארעכענט אלץ א שונא פאר קאמיניזים, און זענען דירעקט אומגעברענג געווארן אין די רוסישע לאגערן, אדער גאר פארפייניגט געווארן צום טויט דורך די נישט מענטשליכע בענעימונגען אין די לאגערן דארט).

די רויטע ארמיי האט אויך געזען אז אוישוויץ איז ווייט פון וואס זיי האָבן זיך בכלל געקענט פאָרשטעלן און די רשעות און סיסטאמאטישע רציחות האבן די סאלדאטן ממש שאקירט, און נישט געהאט דאס קאפ אויפן פלאץ צו איינשטעלן א שנעלער בלאקאדע אז די קריגס פארברעכער זאָלן נישט קענען אנטלויפן.

די צומשעניש האט געגעבן צייט פאר מאנכע פון די לאגער פירער זיך ארויס צו גליטשען פון די הענט פון יוסטיץ און נישט ווערן ארעסטירט אלץ קריגס פארברעכער.

(איך בין נישט זיכער אין די קומענדיגע שורות אבער אזוי קומט עס מיר פאר. אז איינער ווייסט אנדערשט צו ער קען אריין קומען קלאר מיט די פאקטן לטובת די ליינער און פינקטליכקייט פון היסטאריע).

די אוישוויצער לאגער איז געווען פון די ערשטע לאגערן אדער גאר די ערשטע לאגער צו ווערן באפרייט פון די אלעאירטע ארמייען אין פוילן מאי 10 תש׳׳ה 1945 ווען די מלחמה האט נאך טיף געפלאקערט. היטלער ימח׳׳ש האט נישט געלאזט זיין ארמיי מאכן א ריקצוג זיך צו רעארגענייזן. אפי׳ דער דייטשער ארמיי האט געוואוסט אז די מלחמה איז שוין פארשפילט פאר זיי האָבן זיי אבער אויף די פוילישער פראנט אנטקעגן די רוסן זיך נישט געוואלט אונטער געבען, וואוסענדיג אז ביי די רוסן וועלן זיי עז פריסענערס אף וואר נישט לעקן קיין האָניג. זיי האָבן ענדערש געוואלט זיך אונטער געבען פאר די ענגלענדער/אמעריקאנער וואס זיי פאלגן די דזשעניווע געזעצן ווי אזוי זיך צו באנעמען מיט פי. או. דאבעליוס. דער דייטשער סאלדאט האט ענדערש געקענט באשטיין צו ווערן אומגעברעמגט אויפן שלאכט פעלד ווי איידער ווערן א מלחמה ארעסטאנט ביים רוס. מילא האבן זיי נאך געשטיצט א שטאַרקע ווידערשטאנד אין פוילן אפי׳ זיי האָבן געוואוסט אז זיי זענען פארלוירן, ווארטענטיג אז די אנדערע אלעאירטע זאָלן אנקומען, און זיך אונטער געבען פאר זיי ענדערשט.

נאך וואס די מלחמה איז ענדליך געווען פאראיבער מיט די ריזיגע פארלוסטן פאר די דייטשע ארמיי האט זיך אנגעהויבן א געיעג צווישען פארשידענע גרופעס איבערהויפט דעם באקאנטעא נאצי יעגער (האנטער) שמעון וויזענפעלד וואס האט אויף געשטעלט אן אפיס צו דערגיין ווי די אלע הויכגעשפריצטע עס. עס. אפיצירן באהאלטן זיך אויס. עס איז באקאנט אז אסאך פון די חברה האט ער טאקע דערווישט מיט מינים ממינים שונים. געזעצליך און נישט געזעצליך, זייער אסאך פון די עס. עס. אפיצירן האבן געטראפן עטוואס יוסטיץ דורך זיין האנט.

אבער אלעקסאנדער האנס האט זיך געמאכט א פערזענליכער לעבנס מיסיע ווי פריער דערמאנט, צו דערשנאפן דעם רודאלף האנס און עים ברענגען זיין פארדינטע שטראף.

די פאזיציע פון זיין ראנג העכערונג צו אינוועסטיגעטאר אויף די עס. עס. קריגס פארברעכער האט אים געגעבן צוטריט צו אלע ארכיוון פון קריגס פארברעכער מיט די פארש ארבעט וואס עס איז געווארן אנגעזאמעלט אויף זיי די צוויי יאר בערך נאכן קריג.

אויף רודאלף איז זייער ווייניג אינפארמאציע געווען אין די ארכיוון. אלעקסאנדער האט נישט דערקענט דערגיין פארוואס עס איז נישטא קיין אינפארמאציע אויף עים און ווי זיין געביין איז נעלם געווארן.

אלעקסאנדער האנס איז די לעצטע צוויי יאר ממש געווען אבסעסד מיט האס. ער גובה עדות געווען אויף זיינע ארכי מערדערייען און געדונגען פראפעסיאנאלער סקעטשערס צו בערך האבן א בילד פון אוישוויץ איבער לעבער ווי אזוי דער רודאלף דארף אויסצוזעהן.

ויהי היום, אלעקסאנדער באקומט אינפארמאציע אז רודאלף האנס ארבעט אויף א פארם אין גורטפול נעבן פלענסבורג. ער האט גלייך אינפארמירט אן ענגלישער סאלדאט מיטן נאמען בערנארד קלארק פון פוילישע אפשטאמונג וואס איז געווען איינגעשפארט אין אוישוויץ פאר די חטא פון זיין אין די פוילישע רעזיסטאנס גרופע.
ער פארט אדורך די קליין זייטיגער שטעטל נארט דייטשלאנד פאר די מיסיע צו אינדענטיפיצירן צו זאמען מיטן סאלדאט בערנארד קלארק. און זיי זעהןַ טאקע אז דער פארמער איז נישט קיין צווייטער ווי רודאלף האס'ס. און עס שטימט טאקע אויךַמיט זדי סקעטשעס וואס ער ער האט פון רודאלף האס.

עס האט זיך עים נישט געשטעלט אויפן שכל אז רודאלף זאל זיך געפונען אין דייטשלאנד גופא ער זאל נישט האבן עוקר געווען צו א מדינה אזוי ווי זיינע חברים וואס האט נישט קיין עקסטרעדישאן. אבער בערנארד האט באשטעטיגט אז דאס איז טאקע דער רודאלף האס ימ''ש.

שטעלט זיך ארויס אז רודאלף איז געבליבען וואוינען אין דייטשלאנד נישט וועלענדיג ארויס גיין פון די גרעניצען און ווערן געכאפט ביי א גרעניץ וועכטער.

ער האט כסדר געשאלטן די צייט וואס ער האט מחליט געווען צו לאזן לעבן העפטלינגען פאר צוואנגס ארבעט, און זענען שפעטער געראטעוועט געווארן און אזוי וועלן זיי אים קענען אינדענטיפיצירן ביים אריבער גיין א גרעניץ אפי' מיט פאלשע אינדעטיפיקאציע. אבער אין א קליין פאריקטער דארף אין דייטשלאנד האט ער זיך געשפירט עטוואס מער פארזיכערט פארשלייענדיג זיך מיט א פאלשער נייער נאמען.

ווי נאר אלעקסאנדער האט עים אידענטיפיצירט מיט בערנארד איז ער באלד אריבער געקומען אהין מיט א מיליטערישער איינהייט און ארעסטירט דעם פארמער מיטן נאמען פראנז הענג Francz Hang וואס זעהט אויס אויף די האר ווי רודאלף האס'ס סקעטשעס.

און פארשטייט זיך נאך א קורצע דין ודברים ביי די נירנבערגער טרייעל מיט עדות און החכות איז רודאלף פארמשפט געווארן צום טויט דורך הענגן אום תש''ז 1947. זיין הינריכטונג איז פארגעקומען טאקע אין די קאנצעטראציע קעמף אוישוויץ, ווי ער האט הינריכטעט איבער א מיליאן העפטלינגען צוזאמען מיט די געשוויסטער פון אלעקסאנדער האנס.

ופני אלעקסאנדער שככה.

די קומענדיגער תגובה בעז''ה גייען מיר ענדליך צו די תגובה מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן. די לייקענער לייקענען דאס גאנצער עקזיסטענץ פון די ארכי מערדער רודאלף האנס. און אז די אטראסיטיס האבן בכלל פארסירט.

די נירנבערגער טריביונעל. האט הינריכטעט דייטשע בירגער על לא עול בכפם, בלויז פאר נקמה אין די בלוט פארגיסונג פון די סאלדאטן אויף די שלאכטן וואס איז קלאר אנטקעגן די געזעץ פון די דזשעניווע קאנווענשאן. קריגס פארברעכער זענען נישט די סאלדאטן אויפן פראנט וואס הרגענען דעם שונא אויפן פראנט.

Salford » מאנטאג מאי 8, 2023 12:17 pm

· #524043
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 12:54 pm

· #524045
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
Salford
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע
איך האב נאך נישט שטודירט וועלעכע לאגערן זענען בעפאר אוישוויץ. און פון וועלעכע זייט די רוסן זענען געקומען אריין אין פוילן אינוואדירן.
אזוי ווי איך האב געשריבן בעפאר, איך קען נאך נישט די דאזיגע פאקטן. אבער לויט ווי דער שרייבער הארדינג לייגט אראפ דעם שאק אין די מיסברוכען װי די רויטער ארמיי האט דאס געהאנדעלט, זעהט אױס איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס זיי האָבן געזען אזא צורה. אבער מוז טאקע נישט זיין. איך וועל אי׳׳ה איבער לײענען דעם סדר און רעפארטען ווי אומשנעלסטן.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 12:56 pm

· #524046
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
Salford
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע
ישר כח פאר די אינפוט, עס איז א געוואלדיגער טובה פאר די ליינער און שרייבער ווען עס זענען דא וואס זענען מאיר עינים דא אזוי ווייס איך אז איך שרייבן פאר איינעם.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

אלע צוזאמען » מאנטאג מאי 8, 2023 2:42 pm

· #524053
א גוטן הרב @לייביששרייבער, איך האב אייך געלייקט, איך וויל אבער פארשטיין, ווי צילט איר? ווי ווילסטו אנקומען? סתם באשרייבן די בלוטיגע היסטאריע, דאן כל הכבוד keep it up!
פון די ערשטע פאר שורות קוקט אויס ווי די ווילסט אוועקשטעלן אז צו לייקענען די האלוקאוסט איז נאריש, ביזדערווייל אבער פארסטו ארום און ארום.

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 6:35 pm

· #524059
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
אלע צוזאמען
א גוטן הרב @לייביששרייבער, איך האב אייך געלייקט, איך וויל אבער פארשטיין, ווי צילט איר? ווי ווילסטו אנקומען? סתם באשרייבן די בלוטיגע היסטאריע, דאן כל הכבוד keep it up!
פון די ערשטע פאר שורות קוקט אויס ווי די ווילסט אוועקשטעלן אז צו לייקענען די האלוקאוסט איז נאריש, ביזדערווייל אבער פארסטו ארום און ארום.
אוי ווי גערעכט די ביסט.

סתם באשרייבונגען איבער די היסטאריע פון די צווייטע וועלט'ס קריג איז בכלל נישט געווען מיין ציל, אבער אזוי ווי מיינע טאלאנטען איז נישט אין די שרייבן ערא ווייס איך נישט וויאזוי צו מינימיזירן די זייטיגע היסטאריע און קומען צום ווארט.

אבער אזוי ווי אין די היסטאריע איז אויכעט דא חידושים וואס נישט אלע ליינער זענען באקאנט שפיר איך אז עס שאט נישט צו גיין ארום און ארום ביז מיר וועלן אי''ה גאר בקרוב אנקומען צו די לייקענערס אנטשויאינגען און זייערע דברי דופי.

בדרך אגב מיר זענען שוין אט אט דארט ווי דער לייקענונג באשרייבונג פון אוישוויץ הייבט זיך אן אין די תגובה וואס איך האלט איצטערט אינמיטן שרייבן.

א גרויסער דאנק פאר די הערה עס מאכט מיר שרייבן מיט חשק.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » מאנטאג מאי 8, 2023 8:16 pm

· #524067
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
דער לייקענער, דער בלאגער וויל זיך נישט מיט זיין נאמען אינדענטיפיצירןַ

אבער לשונו הטמא שרייבט ער אין זיין בלאג און ציטירט דעם ביכעל פון הארדינג וואס מיר האבן פריער דערמאנט "האנס אנטקעגען האס".

"פון דעם ביכעל וואס הארדינג האט ארויס געגעבן איבער די ארעסט פון רודאלף האנס זעהן מיר קלאר אז רודאלף האס איז פארפייניגט געווארן מיט אויסער ארדענליכע אוממענטשליכע מעטאדן כדי צו ארויס קוועטשן א קאנפעציע אז ער איז געווען די בעל אחריות און ערפינדער פון די אלע אויסגעטראכטע אטראסיטיס וואס עס האט (נישט) פאסירט און די קאנסיטראציע לאגער אוישוויץ".

ער שרייבט ווייטער אז די אוישוויציר קאנסיטראציע לאגער איז אויסדריקליך געווען פאר דיסעדענטן און סאבאטדזשירער, די אלע וואס זענען געווען שפיאנען אדער האבן זיי קאמיטעט טרעיזן אנטקעגען די דייטשע רייך זענען פארמשפט געווארן צום טויט (קעפיטאל פאנישמענט). אגב זענען דארט געוועזען זייער אסאך אידן ווייל די אידן האבן געהאלפן די פוילישער אונטערגרונט. די גאסטאפוי איז דאס זייער שטארק נאך געגאנגען און זיי האבן טאקע געכאפט גאר אסאך פון די רעזיסטאנס פירער וואס זענען אויף געוועזען אידן, און די אלע זענען טאקע פארמשפט געווארן צום טויט פאר שפיאנאזש, סאבטאדזש בשעת א מלחמה כדי צו העלפן דעם שונא.

"די פסקים זענען אויסגעפירט געווארן מיט אנגענומענע מיטלן פון אויס פירן קעפיטל פאנישמענט. ווי למשל הענגען, פארסאמען, וכדו' עס איז נישט פארגעקומען דארט קיינע מאסען מערדערייען אויף אומשילדיגע פרויען און קינדער פארן חטא פון זיין א איד, אדער סיי וואספארא מאסן מערדעריי מיט צייקעלאן בי גאז איז בכלל נישט פארגעקומען דאס איז אן אויסגעטראכטע געשיכטע בעיסד אויף די עדות'שאפט פון האס, און איז נישט קיין עדמיסיבל עדות'שאפט אין א קארט פון געזעץ".

דער בלאגער שרייבט מיט קארקעדייל טרערען ווי איז יוסטיץ? די פיינונגען וואס דער ארכי מערדער איז אדורך געגאנגען זיך צו מודה זיין אויף פארברעכן וואס ער האט קיינמאל נישט געטוהן, אדער אפי' נישט געשען בכלל. (וואס איז ממש א ליצנות אנטעקעגן די פיינגונגס מיטלען וואס איז פארגעגאנגען אין אוישוויץ ווי עס זענען מעיד די הונדערטער איבערלעבער).

די לשון פונעם בוך איבער געטייטשט אין אידיש וואס הארדינג האט געשריבען איז ווי פאלגענד. וואס די שריפט ניצט דער בלאגער אויף אן אפפרעיג אויף די התנהגות פון אוישוויץ בכלל, און האס בפרט.

"נאך וואס מען האט געענדיגט סעלעברירן די פארכאפונג פון רודאלף האס. האט אלעקסאנדער האנס שפאצירט צו ארינטער פונעם טראק און ארויס געשלעפט רודאלף האס פון דארט געבינדען די האנט מיט העמד קאלפס, אראפ גענומען פון זיין לייב די בלענקעט פון זיינע אקסלען מיט וואס ער האט זיך געווארעמט און געמאכט שפאצירן צו די תפיסה וואס איז געשטאנען ביי די אנדערע זייט פונעם סקווער, ווען א שוכט שניי ליגט אויף דער ערד . ענדליך ווען דער ארכי מערדער רודאלף איז שוין אנגעקומען אין דער תפיסה אינעווייניג איז האנס צוזאמען מיט זיין סערדזשענט אריין צו אים אין די אינטעריגאציע צימער און אריין געשלויכט אין אים ביז דערשטיקענעיש ביטערע ברוינפען, און דאן האבן זיי אים געשלאגן מיט זיין אייגענער פערדן שמייסער וואס זיי האבן פון זיין פארם אוועק גענומען בשעת די אינוואזיע.

די הענד קאלפס זענען פון אין נישט אראפ גענומען געווארן ווען ער איז אריין געפירט געווארן אין םארשנס צימער מיט א טעמפעראטור ממש אונטער פריזינג. זיינע פיס וואס זענען נישט געווען אנגעטוהן האט גלייך געכאפט פראסט בייטס.

דריי טעג שפעטער אין מערץ 15 האט האנס געטראנספארט רודאלף האס צו די בריטישע קאנטראלירטע קעמפ טאמעיטא נעבן די שטאט מעידן ווי נאך א רונדע פון שווער געפייניגט אויספארשונגען אויף רודאלף איז געווארן פראקטיצירט מיט דריי וואס האבן זיך איזדעקעווען אויף אים אן רחמנות. קאלאניעל געראלד דרעיפער, דער לויער פון די גרופע וואר קריימס, פאר אפאר שעה בריציפות כדי ארויס צו ציען פון אים א קאנפעסיע פאר חטאים וואס ער האט קיינמאל נישט עובר געווען.

אפאר שעה דעראויף איז געווארן אפ געשריבען 8 בלעטער פון קאנפעציעס וואס רודאלף האט קאנפעסירט בשעת די דאזיגע אויס פארשונג.

נאך די 8 בלעטער אויף דעטאלן האט זיך די רעפארט געענדיגט מיט די איינע סענטענס.

"עס איז דאס ערשטע מאל וואס א קאמענדאנט פון א קאנסיטראציע לאגער האט אראפ געמאלן פאר פארשער די פונקטליכער דעטאלן פונעם פיינעל סאלושאן פון די אידן פראגע (ווי היטלער האט די מאסן רציחות אויף אידן גערופן) און דיר רודאלף האט קאנםעסט אויף רציחות פון אריבער 2 מיליאן מענטשען א קאמעדאנט פון דעם אוישוויציר לאגער.

עכ''ד לגבי די ארעסטירונג פון רודאלף האנס אין די באשרייבונג פון הארדינג אין די ביכעל האנס אנטקעגן האס.

שרייבט ווייטער דער בלאגער,
"עס איז דא סיבות צו גלייבן אז אויסער די פיזישע פיינגונגס מעטאדן וואס עס איז גענוצט געווארן אנטקעגן רודאלף האס ווי דערמאנט אינעם ביכעל פון הארדינג (ציטירט) איז אויך זיין פאמילע פארזיכערונג גענוצט געווארן ארויס צו דריקן פון רודאלף א קאנפעציע פאר די איינציגער אחראית אויף די אטראסעטיס פון אוישוויץ.

דער בלאגער ציטירט ווייטער. די מיליטערישע דאקומענטן צייגען אז רודאלף האס איז געווען א גאר א ווארעמער משפחה מענטש. גארנישט אויף דער וועלט איז עים געווען טייערער ווי זיין פרוי און זיינע קינדער.

און ברענגט ווייטער צו זיין שלשלת היוחסן, זיין פרוי און 6 שרצים מיט נעמען אין געבורטס טעג וכ''ו.

און בעיסד אויף די טיפישע צוויי דריי בלעטער מיז זיין אז דאס גאנצער אוישוויץ איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
הארגענען רודאלף אויף זיין קאנפעציע איז אבסאלוט נישט געזעצליך ווייל אין קאורט אוו לאו דארף די עדות'שאפט זיין 100 פראצענט אדמיסעבל אין דאס איז 100% נישט אדמיסעבל.

און דאן ברענגט די לאגער א לינק צו מארק וועבערס אבזערוואציע אויף די נירנבערג טרייעל וואס איז א לענגערע באשרייבונג פאר זיך.
עד כאן איז די בלאג שריפט פון די לייקענערס גרופע לגבי דעם ענין פון אוישוויץ/בירקאנאו. און די קאמענדאנט רודאלף האס.

די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף נישטא קיין ווערטער.

געשריבען אזא לאנגער היסטארישע אשכול, מיט אזויפיל תגובה'ס, פארזעצונגען נאר צו צוקומען צי די שורות. די לאנגע תגובה'ס פון די היסטאריע זענען ווארט ביי ווארט צוזאמגענומענע אינפארמאציע פון הונדערטער איבער לעבער און צוזאם געשטעלט פון צענדליגער אנדערע פעלער און פלעצער וואס עס קומט אויס אז די אלע מענטשען און אלע ביכער ווייסען נישט איינע פונעם צווייטן ווי דערמאנט אנהייב פון דעם אשכול.

כדי צו שטעלן די אוטענטישקייט פון די היסטאריע. און איך קען אייך (בדרך צחות) ווייזען אן החכה. איך קען נישט דעם @berlbalaguleh איך האב אים נאך קיינמאל נישט געטראפן. קוקט נאר אונטען ווי מע''כ הרמה צייכענט ער צו צוויי הערעה'ס וואס ער האט געהערט פון זיין מאמע ע''ה וואס איז דארט געווען וואס עס שטימט ממש מיט וואס מיר האבן דא געשריבען.

ער האט נאר צוגעלייגט איין דיטעיל אז דער רשע מרושע דר. מענגעלע איז דארט געזעצען א יעדעס טראנספארט אבער די רעכטס לינקס לאנגע שורות צו די קאמערן אלעס איז גענוי ווי אנכי הק' האב געשריבען אן עים אדער זיין מאמע ע''ה קענען אדער אפי' האבן אמאל גערעדט צו איינע פון זיי.

הער צו צו די אינטערוויוס, און די היסטאריע טשענעלס אדער אנדערע רעסורסן, ווייטער ממש די זעלבע מעשיות נאך אמאל און נאכאמאל מיט א דיטעיל ארויף א דיטעיל אראפ. ווי אזוי קען אזא ביכעל פון הארדינג וואס ברענגט ארויס די פארכאפונג פון האס און זיין אויספארשונג קריעטן א בלאג וואס אדאנק די קאארשען פון רודאלפס קאנפעשאן, לייקענען היסטאריע?
וואס ברענגט א רעכט דענקער מענטש צו טוהן אזאנס. אדער סימפאטיע צום דייטש אדער סתם א וויסטער אנטיסעמיט.

איז דען נישט שייך צו פארשטיין אלעקסאנדערס הארש מעטאדן נאך שיין ער האט עים נישט געשינדען די הויט שטייטלעך, און אראפ גענומען פון עים אבר ביי אבר מיט א מעסער און אים לאזן אויס בליטן.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

דאס איז די א פאטא קאפי פון דעם בלעטעל וואס דער בלאגער צייכענט אן. https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230509/7bef70e4ade80191ffc311d44b93e4f7.jpg
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230509/ef7f19ac05ec423e88dbe18764bccded.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 8, 2023 9:38 pm

· #524075
Salford
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע
אוישוויץ איז אבער געווען די סאמע ערשטע גרויסע קאנצענטראציע/טויט לאגער וואס די רוסן האבן באפרייט. דאכט זיך אין יאנואר, 1945. ווייל אין אנהייב מאי פון יענע יאר האבן זיך די שלאכטן שוין אויפגעהערט. די רוסן זענען שוין געווען אין בערלין. זיי האבן שוין געהאט אויפגעהאנגען דעם רויטן פאן אויף די דאך פון די רייכסטאג...!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 8, 2023 9:50 pm

· #524076
לייביששרייבער: 2 נקודות להערה. דער דייטשער נאצי מלאך המות דר. מענגעלע, ימ"ש האט אייביג "מקפיד" געווען צו גיין אנגעטון אין זיין שענסטן יוניפארם מיט ווייסע הענטשקעס ווען ער האט געוואוסט אז ס'קומט אן א טרעין קיין אוישוויץ. ער איז געזיצן אויף זיין כסא מלוכה מיט א שטעקעלע אין די האנט. נאכ'ן באטראכטן א יעדן פריזאנער אויף אן אויגנבליק האט ער געווינקען וואו די אידן (נעבעך) זאללן גיין. די רעכטע זייט איז געווען פאר ארבעט. (וואו מיין מאמע, ע"ה איז געגאנגען) די לינקע זייט איז געווען וואו ער האט פארשיקט די אלטע און שוואכע מענטשן וועלכע האבן שוין נישט געטויגט פאר ארבעט. אויך מאמעס מיט קליינע קינדער האט ער געשיקט אויף די לינקע זייט.

די צווייטע הערה: אז א סאך מאל איז געווען זייער א לאנגע שורה פון מענטשן וואס די נאציס האבן פארשיקט צו די גאז קאמערן, אז די מאשינען (ס'איז געווען עלעקטריק פאמפס וועלכע האבן אריינגעפאמפט די ציקלאן גאז אין די קרעמאטאריום'ס כדי די מענטשן זאללן שנעלער שטארבן, ר"ל. האבן די רשעים די נאציס געהייסן פאר די אידן וועלכע זענען געווען אין די שורה צו ווארטן. זיי האבן זיך אראפגעזעצט און געווארט מיט געדולד. נעבעך. מיינענדיג אז זיי גייען אין שאוער.

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 9, 2023 3:57 am

· #524096
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
berlbalaguleh
Salford
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע
אוישוויץ איז אבער געווען די סאמע ערשטע גרויסע קאנצענטראציע/טויט לאגער וואס די רוסן האבן באפרייט. דאכט זיך אין יאנואר, 1945. ווייל אין אנהייב מאי פון יענע יאר האבן זיך די שלאכטן שוין אויפגעהערט. די רוסן זענען שוין געווען אין בערלין. זיי האבן שוין געהאט אויפגעהאנגען דעם רויטן פאן אויף די דאך פון די רייכסטאג...!
דאכטסעך מיר אויך אזוי

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 9, 2023 5:03 am

· #524099
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
איך מיין אז מיט דעם ענדיגט איך די לייקענעכץ אשכול פון אוישוויץ/בירקאנאו פון די וואורלד וואר 2 פאלס קלעימס גרופע.

לגבי אנדערע קלעימס איז נאך דא פילפאכיג מער וואס צו שרייבן, אבער דער בלאגער טיילט עס איין אין חלקים פון די פלעצער, און יארן ממילא אויב איז מען ממשיך מיט די סעריעס איז פשוט גרינגער נאך צו לויפן זייןַ ריטעם.
ת.ו.ש.ל.ב.ע

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

מחונך » דינסטאג מאי 9, 2023 9:04 am

· #524104
berlbalaguleh

די צווייטע הערה: אז א סאך מאל איז געווען זייער א לאנגע שורה פון מענטשן וואס די נאציס האבן פארשיקט צו די גאז קאמערן, אז די מאשינען (ס'איז געווען עלעקטריק פאמפס וועלכע האבן אריינגעפאמפט די ציקלאן גאז אין די קרעמאטאריום'ס כדי די מענטשן זאללן שנעלער שטארבן, ר"ל. האבן די רשעים די נאציס געהייסן פאר די אידן וועלכע זענען געווען אין די שורה צו ווארטן. זיי האבן זיך אראפגעזעצט און געווארט מיט געדולד. נעבעך. מיינענדיג אז זיי גייען אין שאוער.
הערה בעלמא: די קרעמאטאריעס האט מען גענוצט צו פארברענען די טויטע גופים פון די קדושים נאכן פארגאזן אין די גאז קאמערן מיט ציקלאן בי.

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 9, 2023 12:40 pm

· #524121
די אידן וואס האבן די געהאט די דאזיגע געלעגענהייט זענען געגאנ
אידן וואס האבן דאן געהאט א געלעגענהייט זיך ראטעווען מיט ממש א קלייניגקייט, זיי האבן נאר געדארפט אריין סטעמפלען א  C בוכשטאב אויף זייערע אינדענטיפיקאציע פאפירן וואס די קירכע אין טשעכסלאוואקיע האט פארקויפט, איז  דאס  געווען א פאס נישט צו ווערן דעפארטירט.

די אידן וואס האבן די געהאט די דאזיגע געלעגענהייט זענען געגאנגען אנפרעגן די דעת תורה צו מען מעג לייגען אט די C.

פרישע אינפארמציע לגבי די שאלה פון לייגען א C אויף די אידענטיפיקאציע איז געווען א ריזיגער מחלוקה צווישען הרה''צ ר' מיכאל דוב ווייסמאנדעל זי''ע וואס האט געהאלטן אז עס איז פקיח נפש און מען זאל עס יא פרובירן צו באקומען ווער אימער מעגליך.

ר' אלחנן וואסערמאן זצ''ל און רבי אהרן קאטלער זי''ע זענען געווען נגד
אדמור מליבוויטש ז''ל מהריי''ץ איז אויך געווען נגד

געוואלד עס איז דאך פקוח נפש, כל התורה כלו מעג מען דאך לייגן אין די זייט ווען מען רעדט פון א לעבן פון א איד. און נישט סתם א איד, נאר אפי' א איד וואס האלט ל''ע ביי די גסיסה מעג מען אויך עובר זיין על כל התורה כלו אויסער לייקענען אין הקב''ה. א היתר אן אויסרייד איז דאך אזוי פשוט צו ניצען דא. לייקען איך דען מיין אידישער אידענטיטעט מיט לייגן א C אויף מיינע אינדענטיפיקאציע פאפירן,  איך לייקן נישט אז איך בין א איד בפה, עס שטייט נאר א C אין די פאפירן מאן יימר אז עס מיינט קריסט אפשר מיינט עס גאר עפעס אנדערש?

אפי' הכי האבן זיך סתם פשוטער עמך אידן אפגעהאלטן פון ראטעווען דאס אייגענער לעבן פון זיך און די גאנצע משפחה נאר נישט עובר צו זיין אויף א ספוק כפירה. זיי האבן זיך געלאזט פירן כצאן לטבח נאר נישט צו האבן דעם C אויף די אינדענטיפיקאציע פאפירן.

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 9, 2023 1:12 pm

· #524132
די יודן אין אונגארן האבן אויך געהאט די ברירה? זיי האבן ניטאמאל געוויסט ווי מען טראגט זיי. די צוויי יודן וואס זענען אנטלאפן פון אוישוויץ Alfred Wetzler און Rudolf Vrba האבן פראבירט צו אויפוועקן די וועלט און לאזן וויסן פאר די אונגארישע יודן עכט ווי מען טראגט זיי און זיי זאלן נישט גיין כצאן לטבח. די נאציס וואלטן נישט געקענט אויסשיסן טויזענטער יודן אין די גאסן זיי האבן געמיזט האבן די קאפירירונג מיטן ציבור , און ליידער איז עס זיי נישט געלונגען

פארוואס טאקע? פארוואס זענען זיי דעי יודן געגאנגען צו Slovakia פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען סטרעיט אויף אונגארן און געמאכט א געוואלד?

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 9, 2023 1:16 pm

· #524133
ווי צוגעזאגט אז מיר וועלן דאס מברר זיין:
לייביששרייבער
Salford
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע
איך האב נאך נישט שטודירט וועלעכע לאגערן זענען בעפאר אוישוויץ. און פון וועלעכע זייט די רוסן זענען געקומען אריין אין פוילן אינוואדירן.
אזוי ווי איך האב געשריבן בעפאר, איך קען נאך נישט די דאזיגע פאקטן. אבער לויט ווי דער שרייבער הארדינג לייגט אראפ דעם שאק אין די מיסברוכען װי די רויטער ארמיי האט דאס געהאנדעלט, זעהט אױס איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס זיי האָבן געזען אזא צורה. אבער מוז טאקע נישט זיין. איך וועל אי׳׳ה איבער לײענען דעם סדר און רעפארטען ווי אומשנעלסטן.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
אין יולי תש''ד 1944 ווי 79,000 העפטלינגען זענען אומגעבראכט געווארן דאס איז קארגע 6% פון אוישוויץ ווי עס זענען אומגעקומען אומגעפער 1.1 מיליאן העפטלינגען.

אוישוויץ איז געווען דער צווייטער אויף די רייעצו ווערן באפרייט און יאנעווער 27 תש''ה 1945. עס איז פארשטענדיך אז דער רויטער ארמיי איז געווארן געכאפט אין שאק אריינקומענדיג קיין אוישוויץ

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 9, 2023 1:37 pm

· #524134
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
קאצקע ציקער
די יודן אין אונגארן האבן אויך געהאט די ברירה? זיי האבן ניטאמאל געוויסט ווי מען טראגט זיי. די צוויי יודן וואס זענען אנטלאפן פון אוישוויץ האבן פראבירט צו אויפוועקן די וועלט און לאזן וויסן פאר די אונגארישע יודן עכט ווי מען טראגט זיי און זיי זאלן נישט גיין כצאן לטבח. די נאציס וואלטן נישט געקענט אויסשיסן טויזענטער יודן אין די גאסן זיי האבן געמיזט האבן די קאפירירונג מיטן ציבור , און ליידער איז עס זיי נישט געלונגען

פארוואס טאקע? פארוואס זענען זיי דעי יודן געגאנגען צו Slovakia פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען סטרעיט אויף אונגארן און געמאכט א געוואלד?
די אידן וואס זענען געלאפן קיין אונגארן האבן לכאורה געוואלט גלייך דערנאך גיין קיין סלאוואקיי. אונגערן איז מיינט 50-60 מייל פריער פון סלאוואקיי אויב מען גייט פון ווארשא. ע''כ זענען זיי קודם אנגעקומען אויף אונגערן.

די נייעס פון וואס עס גייט פאר אין פוילן פון ווען די נאציס האבן עס אקופירט איז זייער נישט גוט געפאלן אויף די אונגארישע אידענטום, נאך מער זיי האבן געטענהט אז די עדותשאפט איז מוגזם און בכלל נישט מעגליך אז די דאזיגע סיפורים זאלן בכלל פאסירן. עס איז פארגאנגען דעם אפעטיט פאר די אנטלאפענע צו גיין ווייטער ווען זיי זענען געווארן אויף גענומען ביי די קהל'ישע טאטעס ווי בעלי דמיונות, און חלומער.

עס איז דאר אפאר באקאנטע נעמען אין די היסטאריע וואס זענען אנטלאפן פון די לאגערן קיין אונגארן צו רעפארטירן אין סיי שרייבן אין זייערע ביכער מאנאלאגען ווי אזוי זיי זענען אויפגענומען געווארן ווי חסר דעה'ניקיס

איינע פון זיי וואס איך האב געליינט זיין בוך איז געווען וועריען פריי. א פוילישער רעסיסטענס פייטער וואס איז געגאנגען רעפארטירן צו די וועסטערן וועלט וואס עס קומט פאר אין די ווארשעווער געטא נאכן אינפילטרירן די געטא צו זעלבסט מיט האלטן וואס, ווען און וויאזוי די מענטשהייט ווערן דארט פארהאנדלט. שרייבט ער אין זיין בוך אז די אויסהערער זיינע האבן געוואלט איינשפארן אין א פיסכיאטארישער אינסטיטוציע, זאגענדיג אז דער אורח איז א סכנה פאר די ארומיגע ווייל ער האט אזאנע משוגענע מושגים אין האראר.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » דינסטאג מאי 9, 2023 2:23 pm

· #524137
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
לייביששרייבער
לייביששרייבער
Salford
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע
איך האב נאך נישט שטודירט וועלעכע לאגערן זענען בעפאר אוישוויץ. און פון וועלעכע זייט די רוסן זענען געקומען אריין אין פוילן אינוואדירן.
אזוי ווי איך האב געשריבן בעפאר, איך קען נאך נישט די דאזיגע פאקטן. אבער לויט ווי דער שרייבער הארדינג לייגט אראפ דעם שאק אין די מיסברוכען װי די רויטער ארמיי האט דאס געהאנדעלט, זעהט אױס איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס זיי האָבן געזען אזא צורה. אבער מוז טאקע נישט זיין. איך וועל אי׳׳ה איבער לײענען דעם סדר און רעפארטען ווי אומשנעלסטן.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
אין יולי תש''ד 1944 ווי 79,000 העפטלינגען זענען אומגעבראכט געווארן דאס איז קארגע 6% פון אוישוויץ ווי עס זענען אומגעקומען אומגעפער 1.1 מיליאן העפטלינגען.

אוישוויץ איז געווען דער צווייטער אויף די רייעצו ווערן באפרייט און יאנעווער 27 תש''ה 1945. עס איז פארשטענדיך אז דער רויטער ארמיי איז געווארן געכאפט אין שאק אריינקומענדיג קיין אוישוויץ
די ציפערן פון די אומגעקומענע ביי די פעלקער וואס זענען געוועזען אין אוישוויץ.
960 טויזענט אידישע קינדער
75 טויזענט פוילישע
21 טויזענט ראומא (דזשיפסיס)
15 טויזענט סאוועטישע מלחמה אריסטאנטען
10 טויזענט פון אלע אנדערע שונאים (אריין גערעכנט דייטשע פאליטישאנס וואס האבן נישט עגריט צו היטלער'ס שינעניגענס)

נו זאג די אליינס זענען די אידן געוועזען די טארגעט אדער נישט ?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2023 10:07 pm

· #524188
לייביששרייבער
אידן וואס האבן דאן געהאט א געלעגענהייט זיך ראטעווען מיט ממש א קלייניגקייט, זיי האבן נאר געדארפט אריין סטעמפלען א  C בוכשטאב אויף זייערע אינדענטיפיקאציע פאפירן וואס די קירכע אין טשעכסלאוואקיע האט פארקויפט, איז  דאס  געווען א פאס נישט צו ווערן דעפארטירט.

די אידן וואס האבן די געהאט די דאזיגע געלעגענהייט זענען געגאנגען אנפרעגן די דעת תורה צו מען מעג לייגען אט די C.

פרישע אינפארמציע לגבי די שאלה פון לייגען א C אויף די אידענטיפיקאציע איז געווען א ריזיגער מחלוקה צווישען הרה''צ ר' מיכאל דוב ווייסמאנדעל זי''ע וואס האט געהאלטן אז עס איז פקיח נפש און מען זאל עס יא פרובירן צו באקומען ווער אימער מעגליך.

ר' אלחנן וואסערמאן זצ''ל און רבי אהרן קאטלער זי''ע זענען געווען נגד
אדמור מליבוויטש ז''ל מהריי''ץ איז אויך געווען נגד

געוואלד עס איז דאך פקוח נפש, כל התורה כלו מעג מען דאך לייגן אין די זייט ווען מען רעדט פון א לעבן פון א איד. און נישט סתם א איד, נאר אפי' א איד וואס האלט ל''ע ביי די גסיסה מעג מען אויך עובר זיין על כל התורה כלו אויסער לייקענען אין הקב''ה. א היתר אן אויסרייד איז דאך אזוי פשוט צו ניצען דא. לייקען איך דען מיין אידישער אידענטיטעט מיט לייגן א C אויף מיינע אינדענטיפיקאציע פאפירן,  איך לייקן נישט אז איך בין א איד בפה, עס שטייט נאר א C אין די פאפירן מאן יימר אז עס מיינט קריסט אפשר מיינט עס גאר עפעס אנדערש?

אפי' הכי האבן זיך סתם פשוטער עמך אידן אפגעהאלטן פון ראטעווען דאס אייגענער לעבן פון זיך און די גאנצע משפחה נאר נישט עובר צו זיין אויף א ספוק כפירה. זיי האבן זיך געלאזט פירן כצאן לטבח נאר נישט צו האבן דעם C אויף די אינדענטיפיקאציע פאפירן.
לייביששרייבער: אט די נקודה האב איך (אויך) געוואלט ארויסברענגען. אז הרה"צ ר' מיכאל דוב ווייסמאנדל האט נישט נאר ערלויבט פאר אידן זיך צו ראטעווען אויף דעם אופן. נאר ער האט אליין אויך געשתדל'ט ביי דעם רשע און צורר ישראל דער פרעזידענט פון סלאוואקיע, דער (הויפט) גלח טיסא, ימ"ש. ער איז געקומען צו איהם אין א זונטאג און ער האט געוואלט רעדן איבער די גזירה אז מ'גייט דעפארטירן די אידן. האט דער גלח דער רשע געזאגט אז אום זונטאג קען ער זיך נישט באשעפטיגן מיט די זאכן. ווען ר' מיכאל בער האט איהם געזאגט אז ס'האנדלט זיך דא וועגן אומשולדיגע קינדער. האט דער רשע מרושע, ימ"ש געזאגט אז ס'זענען נישט דא קיין אומשולדיגע אידישע קינדער. אלע אידן זענען שולדיג. תיפח רוחו של אותו רשע. אזוי ווי רמ"ב ברענגט עס אין זיין ספר "מן המיצר"...!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2023 10:17 pm

· #524190
קאצקע ציקער
די יודן אין אונגארן האבן אויך געהאט די ברירה? זיי האבן ניטאמאל געוויסט ווי מען טראגט זיי. די צוויי יודן וואס זענען אנטלאפן פון אוישוויץ Alfred Wetzler און Rudolf Vrba האבן פראבירט צו אויפוועקן די וועלט און לאזן וויסן פאר די אונגארישע יודן עכט ווי מען טראגט זיי און זיי זאלן נישט גיין כצאן לטבח. די נאציס וואלטן נישט געקענט אויסשיסן טויזענטער יודן אין די גאסן זיי האבן געמיזט האבן די קאפירירונג מיטן ציבור , און ליידער איז עס זיי נישט געלונגען

פארוואס טאקע? פארוואס זענען זיי דעי יודן געגאנגען צו Slovakia פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען סטרעיט אויף אונגארן און געמאכט א געוואלד?
קאצקע ציקער: אלס א טיילווייזער ענטפער אויף דיין (רעטארישע) שאלה 'על איך דיר זאגן אז די "אידישע" פיהרערס פון אונגארן קרי די ציוניס'טישע פיהרערס וואלטן זיי נישט געלאזט רעדן פאר א פאבליק. א ציבור. אזוי ווי זיי האבן טאקע געטון צו רודאלף וורבא און וועטצלער. זיי האבן זיי געהאלטן איינגעשפארט אין א האטעל. און נישט געלאזט קומען אין קאנטאקט מיט די מענטשן. ווייל די ציוניס'טישע פיהרערס אין אונגארן. אריינגערעכנט רודאלף קאסטנער האבן געארבעט צוזאמען מיט די נאציס נישט צו פארציילן פאר די אידן וואס זייער גורל איז.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2023 10:26 pm

· #524193
לייביששרייבער
לייביששרייבער
לייביששרייבער
Salford
די רוסן זענען געגאנגן טריט ביי טריט פון אנפאנג פולין אושוויץ איז נישט געווען בכלל פין די ערשטע
איך האב נאך נישט שטודירט וועלעכע לאגערן זענען בעפאר אוישוויץ. און פון וועלעכע זייט די רוסן זענען געקומען אריין אין פוילן אינוואדירן.
אזוי ווי איך האב געשריבן בעפאר, איך קען נאך נישט די דאזיגע פאקטן. אבער לויט ווי דער שרייבער הארדינג לייגט אראפ דעם שאק אין די מיסברוכען װי די רויטער ארמיי האט דאס געהאנדעלט, זעהט אױס איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס זיי האָבן געזען אזא צורה. אבער מוז טאקע נישט זיין. איך וועל אי׳׳ה איבער לײענען דעם סדר און רעפארטען ווי אומשנעלסטן.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
אין יולי תש''ד 1944 ווי 79,000 העפטלינגען זענען אומגעבראכט געווארן דאס איז קארגע 6% פון אוישוויץ ווי עס זענען אומגעקומען אומגעפער 1.1 מיליאן העפטלינגען.

אוישוויץ איז געווען דער צווייטער אויף די רייעצו ווערן באפרייט און יאנעווער 27 תש''ה 1945. עס איז פארשטענדיך אז דער רויטער ארמיי איז געווארן געכאפט אין שאק אריינקומענדיג קיין אוישוויץ
די ציפערן פון די אומגעקומענע ביי די פעלקער וואס זענען געוועזען אין אוישוויץ.
960 טויזענט אידישע קינדער
75 טויזענט פוילישע
21 טויזענט ראומא (דזשיפסיס)
15 טויזענט סאוועטישע מלחמה אריסטאנטען
10 טויזענט פון אלע אנדערע שונאים (אריין גערעכנט דייטשע פאליטישאנס וואס האבן נישט עגריט צו היטלער'ס שינעניגענס)

נו זאג די אליינס זענען די אידן געוועזען די טארגעט אדער נישט ?

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
און די פוילישע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל ומח שמם וזכרם האבן אויפגעשטעלט אין אוישוויץ א מאנאסטיר לזכר א געשמד'טע קאטוילישע נאנע פון אידישן אפשטאם וועם די נאציס האבן אומגעברענגט. כאילו צו פארלייקענען אז די אידן זענען געווען די גרופ וועלכע די נאציס האבן געטארגעטעד מער ווי אלע אנדערע גרופס.

ראביי אבי ווייס און אנדערע אידן בעלי מסירות נפש האבן זיך טאקע (פיזיש) געשלאגן מיט די פאלאקן און געווארן ארעסטירט דורך די רשעים כדי צו פארהיטן די פארלייקענונג פון די אידישע ליידן ביי די נאציס...!

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 9, 2023 10:45 pm

· #524197
berlbalaguleh
קאצקע ציקער
די יודן אין אונגארן האבן אויך געהאט די ברירה? זיי האבן ניטאמאל געוויסט ווי מען טראגט זיי. די צוויי יודן וואס זענען אנטלאפן פון אוישוויץ Alfred Wetzler און Rudolf Vrba האבן פראבירט צו אויפוועקן די וועלט און לאזן וויסן פאר די אונגארישע יודן עכט ווי מען טראגט זיי און זיי זאלן נישט גיין כצאן לטבח. די נאציס וואלטן נישט געקענט אויסשיסן טויזענטער יודן אין די גאסן זיי האבן געמיזט האבן די קאפירירונג מיטן ציבור , און ליידער איז עס זיי נישט געלונגען

פארוואס טאקע? פארוואס זענען זיי דעי יודן געגאנגען צו Slovakia פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען סטרעיט אויף אונגארן און געמאכט א געוואלד?
קאצקע ציקער: אלס א טיילווייזער ענטפער אויף דיין (רעטארישע) שאלה 'על איך דיר זאגן אז די "אידישע" פיהרערס פון אונגארן קרי די ציוניס'טישע פיהרערס וואלטן זיי נישט געלאזט רעדן פאר א פאבליק. א ציבור. אזוי ווי זיי האבן טאקע געטון צו רודאלף וורבא און וועטצלער. זיי האבן זיי געהאלטן איינגעשפארט אין א האטעל. און נישט געלאזט קומען אין קאנטאקט מיט די מענטשן. ווייל די ציוניס'טישע פיהרערס אין אונגארן. אריינגערעכנט רודאלף קאסטנער האבן געארבעט צוזאמען מיט די נאציס נישט צו פארציילן פאר די אידן וואס זייער גורל איז.
יא איך ווייס דעי אלע תורות אז דו פרעגסט מיר סמאכט נישט קיין טראפ סענס זערא אבער מיין פראגע איז פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען אויף אונגארן פארוואס זענען זיי געגאנגען אויף סלאואקיי ??

און פארוואס האט נישט ר' מיכאל בער געשיקט בריווען פאר די חסידישע רבנים אין אונגארן לאמור גייטס נישט צו די באנען!!! גייטס נישט צו ענקער טויט כצאן דאס איז אויך די ציונים שילדיג??

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 10, 2023 1:52 am

· #524217
קאצקע ציקער: דאס איז טאקע א (לעגיטימע) קשיא. לאחר המעשה. נאר אויב דו מיינסט אז איך בין פארקויפט פאר די "סאטמאר'ע" פראפאגאנדע/אגענדא קענסטו מיך נישט. ווייל איך בין דער לעצטער מענטש צו פארן אין אט די ליניע. כידוע ליודעים. דא אויף קאווע שטיבל. און איך באקום טאקע א סאך היץ איבער דעם. אבער וואס איז אמת איז אמת. איך קען נישט פארענטפערן אלע קשיות.

בד"וו: איך האלט אז ס'קומט זיך (לכה"פ) א שטיקל הכרת הטוב פאר רודאלף קאסטנער מיט ארגאניזירן די "קאסטנער באן". סיי וואס פארא תירוצים און סיבות מ'געט אן איבער זיינע פערזענליכע מאטיוון.

(נעגאטיווע) געשיכטעס ארום זיין פערזענליכקייט זענען דא אזוי פיהל וויפיהל פאסאזשירן ס'זענען געווען אויף די באן...!

לייביששרייבער » מיטוואך מאי 10, 2023 7:22 am

· #524224
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
berlbalaguleh
קאצקע ציקער: דאס איז טאקע א (לעגיטימע) קשיא. לאחר המעשה. נאר אויב דו מיינסט אז איך בין פארקויפט פאר די "סאטמאר'ע" פראפאגאנדע/אגענדא קענסטו מיך נישט. ווייל איך בין דער לעצטער מענטש צו פארן אין אט די ליניע. כידוע ליודעים. דא אויף קאווע שטיבל. און איך באקום טאקע א סאך היץ איבער דעם. אבער וואס איז אמת איז אמת. איך קען נישט פארענטפערן אלע קשיות.

בד"וו: איך האלט אז ס'קומט זיך (לכה"פ) א שטיקל הכרת הטוב פאר רודאלף קאסטנער מיט ארגאניזירן די "קאסטנער באן". סיי וואס פארא תירוצים און סיבות מ'געט אן איבער זיינע פערזענליכע מאטיוון.

(נעגאטיווע) געשיכטעס ארום זיין פערזענליכקייט זענען דא אזוי פיהל וויפיהל פאסאזשירן ס'זענען געווען אויף די באן...!
איך פארשטיי נישט קיין פיצי פון די ציוניסטישע אינפארמאציע בלאקאדע, איך האב נישט קיין אנונג וואס זיי האבן געוואלט.

איך ווייס נישט וואס האט זיי געבאדערט צו לאזן ראטעווען אידישע נפשות.

איך גלייב נאך נישט די דערציילטע מציאות 100% ווי אזוי עס ווערט געשריבן ביי די פרומע ערליכע שרייבער ווי מן המצר און נאך, איך שפיר אז זיי רעדן מער פון די ווייטאג אז די ציונים האבן פלאטעזירט דעם מצב און עס גענוצט פאר אן אגענדע פון אן אייגען מדינה, אבער צו זאגען אז זיי האבן נישט געלאזט ראטעווען און זיין האבן געוואלט וואס מער הרוגים שטעלט זיך מיר נישט אויפן שכל.

דאס וואס חיים ווייצמאן האט געשריבן רק בדם תיהי לנו ארץ קען זיין א ריכטיגער אבער אן אנגיוויטאגטער מציאותדיגער סטעיטמענט, אבער צו זאגען אז ער האט געהאלטן מען זאל נישט ראטעווען אדער הארגענען ווי אנדערע ווילן זאגן פאר א מדינה?

ער האט נישט מיט דעם געמיינט אז מען זאל ארבעטן מיט די נאצי מארד מאשין צו הארגענען וואס מער אידן. ער האט געמיינט צו זאגן אז ווי באלד אידיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער און קיינער וויל זיי נישט העלפן, נאר אזוי וועלן מיר האבן א לאנד, עס האט בכלל נישט אויסגעפעלט אז ער זאל דארפן צו הארגענען נאך אידן צו האבן א בליטיגיר לאנד. עס זענען געהארגעט געווארן 6 מיליאן און מען האט שוין געראטעוועט וויפיל מען האט געקענט.

דאס אז די דזשוינט האט נישט געוואלט שיקן דאס געלט אויף די אנפראגע פין גיזי פלײשמאן ועוד, איז אויך נישט קיין הוכחה אז דאס האט געמיינט דירעקט.

איך זאג נישט אז ווען זיי האבן ווען א טראפ מסירות נפש פאר א צווייטער איד אפשר וואלט מען געקענט עפעס מער אויף טוהן, שטערנבוך פון שווייץ מוכיח. רעבעצין שטערנבוך איז אםי׳ געזעצן אין תפיסה פארן פעלשען פוילישע פאפירן פאר פליטים צו קענען אדורך קורבירן שווייץ צו קענען ווייטער ממשיך זיין צו די פרייער וועלט און ווי אויך האט זײ געהאלטן אין שטוב נישט קיין לעגאלע פליטים, אז מען האט אריין געארבעט און געווען גרייט פאר מסירות נפש האט מען איינצינגווייז געקענט ראטעווען דא און דארט. יא געלט האט געקענט העלפן ויסליצי איז געווען גרייט צו אפשטעלן די טראנספארטן פאר געלט, עס איז אבער נישט געווען קיין געלט. מאיזה סיבה שהיה און מסירות נפש איז ל''ע אויך נישט געווען. אבער צו זאגן אז זיי האבן דעליברעטלי געבלאקד ראטעווען פאר אדזשענדע. איי. דאונט. קנאו. (אסור להרר אחריה. אזוי האט ר' מיכאל בער ז''ל געשריבען מן הסתם איז אזוי געווען 100%)

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 11, 2023 3:48 am

· #524326
לייביששרייבער: ייש"כ. איך האב הנאה אז דיין ברייטער פארשטאנד און אפענע מיינד לאזט נישט אדורך פראפאגאנדע און שקרים.

איך וועל מיך שטעללן צוערשט אויף דיין לעצטן פאראגראף. איבער דעם סטעיטמענט פון חיים ווייצמאן..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...! ס'איז אמת אז ער האט עס געזאגט. נאר אין א גאנץ אנדער'ן קאנטעקסט און צייט ווי די היימישע פראפאגאנדע לייגט עס אראפ.

ווען ס'איז אנגעגאנגען א ויכוח ביי די ציוניסט'ישע פיהרערס אין יענע צייט אויב די אידן זאללן (אין מאסן) זיך אנשליסן אין די בריטישע ארמיי צו קעמפן אקעגן די נאציס, האט חיים ווייצמאן געזאגט אז זיכער דארפן די אידן זיך אנשליסן צו די בריטישע ארמיי, ווייל אויב מ'וויל א מדינה מיט וואספארא רעכט וועללן זיי קענען בעטן, אויב זיי זענען זיך נישט מקריב בשעת הצורך..."אויף דעם ארויף האט ער גזאגט זיין בארימטן סטעיטמענט. נאר די היימישע פראפאגאנדע האט עס פארדרייט. בשוגג אדער במזיד.

אויף דיין ערשטע נקודה אז ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די ציונים אלס ארגאניזאציע האבן געהאט א פאליסי פון צוזאמענארבעטן מיט די נאציס, ביזסטו אויך גערעכט. ס'איז נישט געווען אפיציעל אזא פאליסי. נאר איינצלנע ציוניסטישע פיהרערס און מאכערס האבן על דעת עצמם געמאכט דיעלס מיט די נאציס אלס יחידים. ווייל די נאציס האבן שוין געזעהן אז זיי זענען פארלוירן. האבן א טייל פון זיי (אזוי ווי הימלער. און אנדערע) זיך געוואלט ראטעווען ביי די טריבונאלן וואס זיי האבן געוואוסט גייען פארקומען נאך די מלחמה. האבן זיי געוואלט אז די אידישע עסקנים זאללן קומען עדות זאגן לטובת זיי.

אויך דאס וואס הרב מיכאל בער ווייסמאנדל האט געהאט איבריגע קאנפידענץ אין דעם רשע און מאסן מערדער וויסליצעני ימ"ש אז ער וועט האלטן ווארט און גענצליך אפשטעללן די טראנספארט פון די אידן קיין אוישוויץ, איז במחכת"ה געווען א טעות. ווייל די נאציס בכלל, און בפרט וויסליצעני זענען געווען פארברענטע אנטיסעמיטן און רוצחים. זיי האבן קיין שום דיעל און צוזאג נישט איינגעהאלטן. זיי האבן אייביג דאבל-קראסס'ד די אידן. און ער (וויסליצעני) האט אין 4 טעג איס געריסן דעם אלטן אידישן ישוב אין גריכנלאנד. זיינע אדיוטאנטן האבן אויסגעהרג'עט אדער אוועקגעשיקט די אידן קיין אוישוויץ. זיי זענען געווען דאגמאטישע נאציס און גרויסע רוצחים.

ס'איז דא נאך א סאך קשיות וואס מ'קען פרעגן. נאר די היימישע פראפאגאנדע (אנגעפיהרט דורך אונז אלע ווייסן ווער. נאר "זיי" שפרינגען ארויף אויפ מיר און זיי ווילן מיך צורייסן ווען איך זאג אזא סעטיטמענט. ואין צריך לפורטם. ווייל אונז אלע ווייסן ווער זיי זענען.) האט פארדרייט א סאך פאקטן און פארלייקנט אנדערע כדי ס'זאלל שטימען מיט די אגענדא.

לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:40 am

· #524335

די זעלבע קען מען זעהן ביי די ווארשעווער אויפשטאנד ווי אריבער 100 אדער מער האבן זיך מוסר נפש געווען פאר די איין איינציגער סיבה. צו קענען ארויף מארשירן קיין פאלעסטינע און האבן אן אייגען לאנד.

רק בדם תיהי לנו ארץ איז נישט נאר געווען די שיטה פון דר. חיים ווייצמאן פון אונגארן דאס איז אויך געווען די שיטה פונעם פוילישער דר. ווייס וואס איז געווארן דעפארטירט פון בערלין אנהייב קריג ווי נאר ער האט איינגעזעהן וואס דער דייטש וויל דא אפטוהן. אפי' אנהייב קריג האט ער נישט געוואלט פארלאזן דייטשלאנד. ער איז געווען א לאיאליסט וואס האט געזעהן דייטשלאנד פאר אן אפערטונעטי ביז 1940-1941.

א סטעיטמענט פון דר. ווייס ביי די אויפשטענדלער גרופע Warsaw Ghetto Uprising. (זיי האבן זיך עמטליך א נאמען געגעבן ZOB דאס איז געווען א פוילישער ר''ת Zydowska Organzacja Bojowa, אין יודיש: אידישע קטמבעטס ארגינאזאציע. אדער ווי אנדערע קענין עס ZZW אין פויליש Zydowski Zwiazek Wojskwy אין אידיש: די אידישע מיליטערישע יוניאן) פאר זייער גרעסטע שחיטה אין 1943 תש''ג ווי צענדליגער עס. עס. סאלדאטן זענען ביי יענע שחיטה דערמארדעט געווארן פון די אויף שטענדלער (אויב די זכרון ארבעט מיר נאך גוט, איז די לעצטע שלאכט ווי דאן זענען די אויפשטענדלער דערשטיקט געווארן איז געווען צווישען מיטן צו סוף מאי May) פון די "די וועלט דארף איינזעהן אז מיר אידן זענען נישט קיין פאראזיטן און מיר נעמען גארנישט בחינם. מיר וועלן זיך שלאגען מיט אונזערע לייבער צו זיך פראטעקטן און אנהאלטן אונזערע רעכטן אזוי ווי א יעדער מיליטער פון א יעדעס לאנד. אויב זענען מיר געווארפן געווארן צו די הינט צו ווערן צו פליקט וועלן מיר מיט אונזער בלוט זיך שלאגען פאר אונזערע רעכטן ביזן סוף". We are not going down without a fight
אויך איז אינטערסאנט צו באמערקן אז די אלע פייבערס פונעם אויף שטאנד זענען דערמארדעט געווארן פון ציל שיסער נאכן פארגעסען דעם בעיסמענט (די העד קוואדערס פונעם אויפשטאנד אויסער צוויי דריי ובתוכך דר. ווייס)

עס איז באקאנט (פארוועם עס איז באקאנט פארשטייט זיך) אז די שלום בית ביי דר. ווייס פון בערלין (מלפנים פוילן) איז געווען איי איי איי וועגן די לאעלטי וואס זי האט האט געהאט צו דייטשלאנד אפי' נאך די קריסטאל נאכט פאגראם. ער דר. ווייס האט שוין יא געשפירט די וויסטע שנאה און רציחה'ס וואס גייען דא פארקומען און אפי' געוואלט אין 1939 זיך אויפהייבן און אנטלויפן האט זי דאס נאך נישט געוואלט איינזעהן און גלייבן אז די אפערטוניסטיקער דייטשלאנד זאלן אזוי פאלן אין שעמבלס.

בשום אין אופן האט זי נישט געוואלט אנטלויפן ביז די גאנצע ווייס פאמיליע א יעדער איינער אויף אן אנדערען אויפן איז ל''ע אומגעקומען אויסער זייער זוהן רודי ווייס וואס איז געווארן באאויפטראגט מיטן אריבער שווערצן טויזענטער קינדער וואס האבן ל''ע פארלוירען זייער עלטערן און געווען אינגע יתומים מאב ואם קיין פאלעסטינע צו זיי טרענירן פאר די קומענדיגע געשלעג מיט די ארומיגע שכינים פון א''י.

אינטערסאנט איז אז מרס ווייס די ווייב פונעם דר. איז ל''ע אום-געקומען אין די גאז קאמערן הארט פארן באפרייאונג. ארום דר. ווייס איז ל''ע אום-געקומען אונטער גאר שווערע לעבאר פון די קאנצעטראציע לאגער.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:08 pm

· #524337
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
berlbalaguleh
לייביששרייבער: ייש"כ. איך האב הנאה אז דיין ברייטער פארשטאנד און אפענע מיינד לאזט נישט אדורך פראפאגאנדע און שקרים.

איך וועל מיך שטעללן צוערשט אויף דיין לעצטן פאראגראף. איבער דעם סטעיטמענט פון חיים ווייצמאן..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...! ס'איז אמת אז ער האט עס געזאגט. נאר אין א גאנץ אנדער'ן קאנטעקסט און צייט ווי די היימישע פראפאגאנדע לייגט עס אראפ.

ווען ס'איז אנגעגאנגען א ויכוח ביי די ציוניסט'ישע פיהרערס אין יענע צייט אויב די אידן זאללן (אין מאסן) זיך אנשליסן אין די בריטישע ארמיי צו קעמפן אקעגן די נאציס, האט חיים ווייצמאן געזאגט אז זיכער דארפן די אידן זיך אנשליסן צו די בריטישע ארמיי, ווייל אויב מ'וויל א מדינה מיט וואספארא רעכט וועללן זיי קענען בעטן, אויב זיי זענען זיך נישט מקריב בשעת הצורך..."אויף דעם ארויף האט ער גזאגט זיין בארימטן סטעיטמענט. נאר די היימישע פראפאגאנדע האט עס פארדרייט. בשוגג אדער במזיד.

אויף דיין ערשטע נקודה אז ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די ציונים אלס ארגאניזאציע האבן געהאט א פאליסי פון צוזאמענארבעטן מיט די נאציס, ביזסטו אויך גערעכט. ס'איז נישט געווען אפיציעל אזא פאליסי. נאר איינצלנע ציוניסטישע פיהרערס און מאכערס האבן על דעת עצמם געמאכט דיעלס מיט די נאציס אלס יחידים. ווייל די נאציס האבן שוין געזעהן אז זיי זענען פארלוירן. האבן א טייל פון זיי (אזוי ווי הימלער. און אנדערע) זיך געוואלט ראטעווען ביי די טריבונאלן וואס זיי האבן געוואוסט גייען פארקומען נאך די מלחמה. האבן זיי געוואלט אז די אידישע עסקנים זאללן קומען עדות זאגן לטובת זיי.

אויך דאס וואס הרב מיכאל בער ווייסמאנדל האט געהאט איבריגע קאנפידענץ אין דעם רשע און מאסן מערדער וויסליצעני ימ"ש אז ער וועט האלטן ווארט און גענצליך אפשטעללן די טראנספארט פון די אידן קיין אוישוויץ, איז במחכת"ה געווען א טעות. ווייל די נאציס בכלל, און בפרט וויסליצעני זענען געווען פארברענטע אנטיסעמיטן און רוצחים. זיי האבן קיין שום דיעל און צוזאג נישט איינגעהאלטן. זיי האבן אייביג דאבל-קראסס'ד די אידן. און ער (וויסליצעני) האט אין 4 טעג איס געריסן דעם אלטן אידישן ישוב אין גריכנלאנד. זיינע אדיוטאנטן האבן אויסגעהרג'עט אדער אוועקגעשיקט די אידן קיין אוישוויץ. זיי זענען געווען דאגמאטישע נאציס און גרויסע רוצחים.

ס'איז דא נאך א סאך קשיות וואס מ'קען פרעגן. נאר די היימישע פראפאגאנדע (אנגעפיהרט דורך אונז אלע ווייסן ווער. נאר "זיי" שפרינגען ארויף אויפ מיר און זיי ווילן מיך צורייסן ווען איך זאג אזא סעטיטמענט. ואין צריך לפורטם. ווייל אונז אלע ווייסן ווער זיי זענען.) האט פארדרייט א סאך פאקטן און פארלייקנט אנדערע כדי ס'זאלל שטימען מיט די אגענדא.
ערעב בערל, @berlbalaguleh
איך דאנק און לויב השי''ת אז איך האב גענומען די נושא צו שרייבן פשוט צו זעהן אז עס איז נאך דא היינט 85 יאר שפעטער מענטשן וואס קענען די נושא בכל פרטיה, ודקדקיה. (אדער בכלל נישט, עס איז נאר פאר זיי א פיקיציע)

מיר פונעם דור פריער (לויט ווי איך האב פארשטאנען פון איינע פון דיינע תגובות זענען נאך דיינע עלטערן געווען אידים מוצלים מאש) האבן מיט דעם קריג געלעבט מדי יום ביומו. וויפיל מאל האבן מיר אינמיטן נאכט געקענט הערן פון אונזערע עלטערנס שטיבער קולות וברקים פון די טראמאטישע חלומות וואס זיי האבן זיך גחולמט (און יא אסאך מאל ממש בהקיץ) וויפיל מאל זענען מיר געזעצן איינגענעם ביי א שבת סעודה אדער א יו''ט סעודה מיט פרייליכע איינגענעמע שטימונגען און פליצלינג אן אויסבראך פון איינע פון אונזערע עלטערן זיך דערמאנענדיג זיצען ביי זיך אין שטוב אין די זעלבע מצבווי איצטערט אין גאנץ א צווייטער וועלט מיט זייערע קינדער כשתולי זיתים ארום דעם טיש אין פוילן, אדער אונגערן, צו סיי ווי.

מיר אין די פריערדיגע דור האבן געהאט עקסטערע געשוויסטער פון אונזערע טאטעס און עקסטערע געשוויסטער פון אונזערע מאמעס וואס זענען אומגעקומען אין פארנט פון אונזערע עלטערנס אויגען מיט מיתות משינות.

ווי קענען מיר היינטיגע דור אפי' משיג זיין וואס די איבערלעבער זענען אריבער אפי' שוין זייענדיג באפרייט אין זייענדיג רואיג אונטער די ביימער און די וויינגערטנער פון זייער אייגענער געזעלשאפט און נאר האבן אין די בעק פון זייער מיינדס די בילדער פון אינדערהיים פוילן, אונגארן צו סיי ווי נאר.

איך ווייס נישט ווי אזוי צו ענדיגען דעם מאמר פון די תגובה קען אנגיין פאר נאך מיליאנער קאראקטערס פון הרגשים, עס וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן. ממילא וועל איך ענדיגן מיט דעם.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 11, 2023 2:36 pm

· #524342
לייביששרייבער: ייש"כ. איך האב הנאה צו הערן אז ס'איז דא נאך א איד א בר דעת און מיט די ריכטיגע אידישע רגש ווי דיר. ווייל (רוב פון) די היינטיגע דור זענען שוין די דריטע אדער פערטע גענעראציע פון די האלאוקאוסט איבערלעבער. זיי האבן שוין (ליידער) נישט דעם רגש און דעם געפיהל אין זייער נשמה וואס אונז האמיר געזעהן ביי אונזערע עלטערן. און זיי פאללן ליידער פאר די פאלשע, שעדליכע און געפערליכע פראפאגאנדע וועלכע פארסמ'ט זייערע מוחות און פארשטאפט זייערע הערצער. ביי א סאך פון די היינטיגע יונגערע דור איז די גאנצע האלאקאוסט פרשה נישט מער ווי א טעאריע. און אסך פון זיי האבן ש טארקע סימפאטיע צו די דייטשע עמלקים. וויפיהל שיינע אידן אין סאטמאר'ע קהילה דרייוון טייערע קארס פון דייטשע פראדוקציע אן קיין טראפ פון נקיפת מצפון אדער לב. די ציונים, זעהסטו זענען די ריכטיגע שונאים און עמלקים.

ס'איז אפילו דא פארשידענע תינוקות שנשבו, נעבעך וואס זאגן אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס...! האביך געזאגט פאר אזא איינעם... פרוביר אויס . דו זאלסט זיין זעקס חדשים אונטער די ציונים און זעקס חדשים אונטער די נאציס. נאכדעים זאלסטו זאגן ווער ס'איז ערגער.. ביי די נאציס וואלטן זיי נישט געווען קיין זעקס מינוט. נישט נאר זעקס חדשים.

ס'נישט אז די ציונים (די אלטע, אריגיאנלע) זענען געווען עפעס ל"ו צדיקים. אבער צו פארגלייכן אידן צו נאציס... שומו שמיים... ווי פארשטאפט דארף מען זיין צו דעים...!

לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 11, 2023 3:52 pm

· #524346

ביי אונז אינדערהיים האט מען געקענעטן חלות מיט די האנט ווי איידער ניצען א באש מאשין. Bosch Machine
ובכן מערצעדעס Mercedes אדער וואלקן וואגאן Wolks Wagen האט מען זיך ניטאמאל אריין געזעצט.

איך דארף טרעפן דעם ארטיקעל פון יארן צוריק האב איך געזעהן אז ווען דיימלער Daimler- Benz און קרייסלער Chrysler זענען אריין אין א מערדזשער אפמאך אין נאוועמבער תשנ''ח 1998 האט איינע פון די עקזעקיוטיווס א פרייער איד זיך אנטזאגט פון זיין פאזיציע ווי איידער ווערן א שותף מיט מערצעדעס וואס איז די פערענט Parent Company פון דיימלער וואס איז געווארן פאונדעד ביי די צוויי פארשאלטענע נאצי קאלאבארירער גוטליב דיימלער און ווילהעלם מעיבאך Gotlieb Daimler and Wilhelm Maybach אין 1926 תרפ''ו.
די קאמפאני האט דעמאלס געהייסען דיימלער מאטארען געזעלשאפט Daimler - Motoren-Gezellschafy.

ביידע די קאמפאניס זענען שפעטער געווארן איינס מיט א מערדזש און קרא שמו מערצעדעס בענז Mercedes Benz

ביידע די קאמפאניס זענען געווען גרויסע נדבנים פאר די וואר עפארטס War efforts לטובת דעם דייטשען קריג מאשין פאר מאטארן, מיליטערישע קארס און טראקס.

א געוואלד מיט העפטלינגען האבן ל''ע אויסגעהויעכט זייערע נשמות זייענדיג געצווינגען צו פראודעצירן די מאטארן, קארס און טראקס פאר דיימלער.

מעיבאך איז נישט באוויסט אזוי ווי דיימלער אין אט די נקידה.

עס איז נישטא קיין דירעקטע דאקומענטירטע דאקומענטן פון דיימלער'ס העפטלינגען, אבער עטוואס עדות'שאפטן פון דעם איז בנמצא. ליינט דעם ביכעל פון דיימלער בענז אין די דריטע רייך פונעם אוטער ניעל גרעיגאר Daimler - Benz in the Third Reich by Neil Gregor

אין 1988 תשמ''ח האט דיימלער געהאט א גרויסער קאנפערעמס האט דער דעמאלסדיגער דיימלער פרעזידענט עי. דזשי. דיימלער אויס געדריקט חרטה (א פייג) ביי די הויפט רעדע פונעם עווענט אויף די היסטארישע פאקט וואס פריער דא דערמאנט.

און דאן האט דער עי. דזשי. אויף געשטעלט א רימעמבערענס און פיוטשער פאונדעשאן Remeberence and Future foundation צו צושטעלן ווידער-גוטמאכונג פאר די געוועזענע העפטלינגען וואס האבן נאך געלעבט. און ווי איך צו לערנען דעם יוגענט פון די היסטארישע פאקטן וואס עס איז פארגעקומען בשעת די קריג מיט די העפטלינגען קנעכטעריי.

די היינטיגע אינגווארג האבן נישט דאס מינדענסטע אנונג, און וועלן קיינמאל נישט פארשטיין איז די צווייטע וויליס קריג איז נישט קיין באבע מעשה פון חיים אליאב'ס נאוועל באשרייבונגען. עס איז עכטע מענטשען, מיט עכטע משפחות. וואס זענען געראצחעט געווארן אויף אופנים וואס די מענטשליכער דעת קען נישט פארשטיין.

א מאמע האלט צוויי קליינע קינדערלעך שעפעלעך אין די האנט שלא טעמו טעם חטא, זיי זענען נאך אין די ווינדלען אין זייגן נאך, די שעפעלעך זענען זיך בוטח אויף זייער מאמע פאר זייער פראטעקשאן, ווי דער חובת הלבבות שרייבט. זיי וויינען נישט זייער קוים צוויי יעריגער שכל פארשטייט שוין אז וויינען איז דא נישט קיין אפציע. זיי קוקען אויף זייער מאמע מיט שרעק פארנט פונעם צר צורר היהידים דר. מענגעלע ימח''ש וזכרו און פרעגט איר, וועלעכע פון די צוויי קינדער האסטו בעסער ליב. אויב איז נישט געקומען קיין ענטפער גלייך וואס האט געשטעלט צופרידען דעם אכזור איז א קויל אין קאפ פאר דס קלענער קינד (געווענליך) זייענדיג אויף די האנט פונעם מאמען. דאס אט גרצחנטע קינד'ס בלוט הייבט אן רינען אויפן מאמען ווי פון א סינק. קענט איר זיך מצייר זיין אזא ציור? איך נישט.

דאס איז נישט א פיקציע אדער אויסגעטראכט, אונזערע עלטערן האבן דאס מיט געהאלטן טאג טעגליך נישט איין מאל א טאג, נאר צענדליגער מאל אין איין טאג.

איר פארשטייט אפי' וואס מען רעדט דא פון. די נביא איז מקונן נשים רחמניות בשלו ילדיהם. (איכה פרק ד' פסוק י')
מיינט איר א מאמע האט גענומען א לעבעדיג קינד און עס געשאחטן כדי צו האבן וואס צו עסן ?

ניין נישט דאס מיינט עס!!

עס מיינט אז זיי זענען געווארן דער-געקאכט פאר צער און יסורים זעענדיג וואס עס פאסירט מיט זייערע קינדער. (עי' ספר חומד אויף פרק הנ''ל. און ברענגט א ראי', אז עס מיינט אז זיי האבן נישט געקענט מניק זיין ווייל די ברוסטען האבן נישט געגעבן קיין מילך פון די הונגער וואס זיי האבן נעבעך געליטען. האישה הזאת אמרה אליי תני את בנך ונאכלנו היום ואת בני נאכל מחר . ונבשל את בני ונאכלהו ואומר אליה ביום האחר תני את בנך ונאכלנו ותחביא את בנה " ( מלכים - ב ו , כח - כט ) דא צייכען איך צו א לינק צו קענען זעהן דעם גאנצער פשט קלאר און דייטליך https://kotar.cet.ac.il/kotarapp/index/Page.aspx?nBookID=104229286&nTocEntryID=104230969&nPageID=104230466
איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז, אבער דער פירוש מאכט סענס) איבעריגע ווערטער איז שוין מבחינת כל המוסיף גורע. אכמ''ל.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

רוחין חדתין » מאנטאג יוני 12, 2023 1:32 am

· #528009
ח. וו. פרידמן. האט געהערט פון א יוד וואס איז געווען צוזאמען מיט ר׳ שלום ליעזר׳ל אין אוישוויץ, אז ר׳ שלום אליעזר האט אים צוגעזאגט אז ער וועט איבערלעבן, און אנגעזאגט ער זאל יעדן טאג רעדן און דערציילן די רשעות וואס די נאציס האבן מיט אונז געטהון. איך ברינג עס דא ארויף ווייל ליינענדיג די אשכול האב איך מיר דערמאנט א ויכוח וואס כ׳האב געהאט אפאר יאר צוריק מיט יונגערמאן בנוגע די הרגש פון וועלן נקמה נעמען אין דייטש און די חוב צו געדענקען דעם שרעקליכן חורבן, צו איז דאס אן ערך קדוש, יענע האט געטענהט אז דאס קומט פון ציונות, די סארט הילוך המחשבה האט מיר ממש צוטרייסלט, וואס גייט פאר מיט אונזער אוטערדוקסיה, זענען אונזער גדולים אויך געווען אזוי קרום ולא נתקררה דעתי עד ששמעתי סיפור הנ״ל.

רוחין חדתין » מאנטאג יוני 12, 2023 2:48 am

· #528018
ומכאן הקריאה יוצא לקיים רצון צדיק להרבות פעלים בענין נחוץ זה.
און יישר כוח פאר לייבוששרייבער פארן מאכן דעם וויכטיגען און וויטאגליכן אשכול, דער צדיק וועט דיר נישט שולדיג בלייבען

לייביששרייבער » מאנטאג יוני 12, 2023 3:50 am

· #528020
רוחין חדתין
ומכאן הקריאה יוצא לקיים רצון צדיק להרבות פעלים בענין נחוץ זה.
און יישר כוח פאר לייבוששרייבער פארן מאכן דעם וויכטיגען און וויטאגליכן אשכול, דער צדיק וועט דיר נישט שולדיג בלייבען
נאך מער פון דעם עס קען לכאורה אריין גיין אין די מצות עשה פון תמחה את זכר עמלק וכ"ו לא תשכח

רוחין חדתין » מאנטאג יוני 12, 2023 11:56 am

· #528045
נאך מער פון דעם עס קען לכאורה אריין גיין אין די מצות עשה פון תמחה את זכר עמלק וכ"ו לא תשכח
זיכער, וקם ליה בדרבה מיניה, איך האב נאר געמיינט אז מיין מאדערענע קאפ טראכט אזוי, לדאבוננו יעדע זאך וואס האט נישט קיין הסכמה פון א פרומע גליציאנע צדיק איז נחשד לדיעות כוזבות,

לייביששרייבער » מאנטאג יוני 19, 2023 8:03 am

· #528847
Re: סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמ
רוחין חדתין
נאך מער פון דעם עס קען לכאורה אריין גיין אין די מצות עשה פון תמחה את זכר עמלק וכ"ו לא תשכח
זיכער, וקם ליה בדרבה מיניה, איך האב נאר געמיינט אז מיין מאדערענע קאפ טראכט אזוי, לדאבוננו יעדע זאך וואס האט נישט קיין הסכמה פון א פרומע גליציאנע צדיק איז נחשד לדיעות כוזבות,
עס האט איצטערט באקומען

Sent from my SM-S908U using Tapatalk