☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » וועלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?

וועלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16139

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 3, 2023 3:48 pm

· #523649
וועלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?
א גוטן טייערע חברים המקשיבים.

איך בין יעצט אין א מצב וואס כ'האב די צייט און מאטעוועישן זיך צו לערנען א פאך. לאמיר גראד גיין צום פינטל, די זאך איז אז עני זאך וואס דארף א גרעסערע טרעיניג - אזוי ווי דאקטעריי - איז צו סאך פאר מיר און איך וויל עס שוין נישט טון יעצט, נאר א זאך וואס איך קען עס זיך אויסלערנען אין מערסטנס צווי יאר.

פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.

אקאוינטיג און סאפטווער דעוועלאפמענט, איז נישט געמאכט פאר מיר. ס'איז צו קלאציש, און עס זעט מיך אויס אז ס'איז געמאכט פאר גרויסע אינטערווערט'ס.


מ'בעט די עולם זאל אריינקומען מיט געדאנקען פון א זשאב וואס כ'קען הנאה האבן און מאכן געלט. די סיבה פארוואס איך קום אויף ק''ש איז ווייל דא דרייען זיך מענטשן וואס כ'קען זען אז מ'זאל מיר געבן סאלי''ד איידיעס.

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 3, 2023 3:50 pm

· #523651
א פילאט.

פרנס החודש » מיטוואך מאי 3, 2023 4:00 pm

· #523654
Re: ןןעלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?
Depends in your nature, if you would tell us what your general interests are I would have good suggestions

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 3, 2023 4:04 pm

· #523655
פרנס החודש
Depends in your nature, if you would tell us what your general interests are I would have good suggestions
ביזנעס וואלט מיך געצויגן. מוזיק האב איך אויך ליב. פסיכילאגיע האב אויך ליב, ווי ערווענט אויבן.

גרעפיקסער » מיטוואך מאי 3, 2023 4:06 pm

· #523656
אויב גרעפיקס איז געאייגנט פאר דיר, בין איך גרייט דיר עס צו לערנען. קום אין אישי מיט דיין/אן ׳אנדערע׳ ניק 😛

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 3, 2023 4:12 pm

· #523657
גרעפיקסער
אויב גרעפיקס איז געאייגנט פאר דיר, בין איך גרייט דיר עס צו לערנען. קום אין אישי מיט דיין/אן ׳אנדערע׳ ניק 😛
פאר מיר וויל איך עפעס בעסער....ס'איז נישט שלעכט, אבער כ'האב נישט דווקא ליב גרעפיקס. בכלל איז קאמפעטישען צו גרויס, און צופיל מענטשן קענען עס.

גרעפיקסער » מיטוואך מאי 3, 2023 4:15 pm

· #523658
דערהויבענע איד
גרעפיקסער
אויב גרעפיקס איז געאייגנט פאר דיר, בין איך גרייט דיר עס צו לערנען. קום אין אישי מיט דיין/אן ׳אנדערע׳ ניק 😛
פאר מיר וויל איך עפעס בעסער....ס'איז נישט שלעכט, אבער כ'האב נישט דווקא ליב גרעפיקס. בכלל איז קאמפעטישען צו גרויס, און צופיל מענטשן קענען עס.
ס׳אפשר דא אסאך וואס קענען עס, אבער דער פארלאנג פאר גרעפיקער איז סאך מער ובפרט פאר טויגליכע

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך מאי 3, 2023 6:36 pm

· #523670
ווען איך קען ווען היינצוטאגס צוריק ריקן דעם זייגער און נאכאמאל אנהויבן פון דאסניי וואלט איך בפשטות זיך געגאנגן לערנען Actuary.
אבער לויט ווי כ'פארשטיי פון דיינע ווערטער קען די לימוד זיין צו בארינג פאר דיר.
מ'קען גאר גוט פארדינען דערפון אפילו אן א מעסטער'ס דעגרי, נאר מיט א פשוט'ע דעגרי.

אויב אבער גלייכסטו מער אן אקטיווע ארבייט דאן גיי אריין אין קאנסטראקשן רילעיטעד ליין ווי למשל קולינג און עיר קאנדישאנינג, סיי פאר קעמערציעל און סיי פאר רעסידענטשל, שיינע רווחים דערין.

קייןנאמען » מיטוואך מאי 3, 2023 6:43 pm

· #523671
דערהויבענע איד
א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 3, 2023 7:18 pm

· #523675
אלע צוזאמען
א פילאט.
די סקעדזועל פון א פילאט איז א שווערע זאך פאר מיר

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 3, 2023 7:21 pm

· #523676
קייןנאמען
דערהויבענע איד
א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim
קען זיין. איך וועל נאכאמאל אריינקוקן דערין.

א גרויסן יישר כוח.


צוריק צום אשכול

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 3, 2023 7:53 pm

· #523679
קייןנאמען
דערהויבענע איד
א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim
ס'האט (לכאורה) א מעלה. די טעראפיסט הערט נישט די קוועטשערייען אז דער מאן קומט אהיים שפעט שבת אנגעגעסן מיט הערינג, גאלע און טשאלנט. און 3 ערליי קוגלען. און איך מוז ארויסווארפן די גאנצע עסן וואס כ'האב געקאכט פאר שבת. אויך. אז מ'געט איהם נישט געניג פלאץ אין ביהמ"ד. און אז ר' יאסל איצקאוויטש האט געקוקט קרום אויף איהם.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 3, 2023 8:20 pm

· #523685
וואס הערט ער יא?
קום אריין קלאר ביטע...

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 3, 2023 8:22 pm

· #523686
דערהויבענע איד
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
אז דו גלייכסט פסיכאלאגיע, קענסטו האנדלען נאר מיט קינדער אדער בחורים, דו זאלסט טשוזן מיט וועמען דו ביסט באקוועם, נישט יעדער איז קאטשעניו קראנק...

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 3, 2023 8:32 pm

· #523688
גיי אריין אין בלוי קאלער ארבעט (אויב ס'פאסט דיך).
קאנדריקטערערי (אזוי זאגט מען עס?) צו קאממען בעליף, קען א בלוי קאללער ארבעטער מאכט צוויי הונדרעט גראנדיעזע און ארויף א יאר, אויב איז ער א זעלבסט ארבעטער (סעלף עמפלויד) און איז נישט פויל.

(אין הכי נמי א ווייס קאללער ארבעטער האט סאך א העכערע פאטענטשעל, אבער אלץ א בלוי קאללער ארבעטער איז גרינגער צו מאכן צוויי מאות ווי א ווייס-קאללער, פראוו מי wראנג)

יעצט טראכט אריין צי וואס קאנעקסטו.
לאקסמיט, פלאמבינג, עלעקטריק, טראק דרייוון, קוימען קערן 😂 , שמעלצען, טרימען, אפלייענס אינסטעלעשען, וכו'

ערנסטגערעדט » מיטוואך מאי 3, 2023 8:36 pm

· #523690
berlbalaguleh
קייןנאמען
דערהויבענע איד
א גוטן טייערע חברים המקשיבים.
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
you pick your clients. I know therapists that deal with goiyim
ס'האט (לכאורה) א מעלה. די טעראפיסט הערט נישט די קוועטשערייען אז דער מאן קומט אהיים שפעט שבת אנגעגעסן מיט הערינג, גאלע און טשאלנט. און 3 ערליי קוגלען. און איך מוז ארויסווארפן די גאנצע עסן וואס כ'האב געקאכט פאר שבת. אויך. אז מ'געט איהם נישט געניג פלאץ אין ביהמ"ד. און אז ר' יאסל איצקאוויטש האט געקוקט קרום אויף איהם.
סהערט זיך מוראדיג אינטרעסאנט און סגלוסט צו גיין ״אוט אף די באקס״
אבער לאמיר עס מאכן גויאיש און זען צו סאיז טאקע אזוי אנדערש
ברייען קומט אהיים שיכור פון די באר, און איך מוז אים צושטעלן וואס ער דארף, אויך אז עשלי האט אים נישט געגעבן רעספעקט אין ארבעט, און דזשאש האט אים נישט איינגעלאדנט צו וואטשן די געים.
רבי לעבן עגא איז יוניווערסעל, בויך וויי איז יוניווערסעל, נאר וואס דען האפסט צו הערן עפעס דזשוסי מעשיות? 😛

ערנסטגערעדט » מיטוואך מאי 3, 2023 8:50 pm

· #523692
@דערהויבענע איד
עטליכע תחומים אין וואס דו קענסט זיך אריינלייגן

סעילס - איז דאס עפעס וואס דו קענסט טון? עס איז דא אזויפיל פראדוקטן וואס מקען פארקויפן און מקען גאר שיין פארדינען
ריעל עסטעיט - underwriting איז עפעס וואס קאמפעניס זוכן שטארק
עידזשענט - ריעל עסטעיט רענטעלס אדער סעילס אדער לייף אינשורענס (איינער מוז עס זאגן…)
ארכיטעקט - אייביג דא פלאץ פאר נאך
דיזיינער - אינטעריער

קידוש » מיטוואך מאי 3, 2023 10:00 pm

· #523703
Business leadership
Cash advanced cindicator

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 3, 2023 10:35 pm

· #523705
דערהויבענע איד: לפענ"ד (וגם (עניית) דעת דער גאלדענער אדלער שליט"א. איז גוט אריינצוגיין אין איינס פון די פאכן וואס האבן צו טון מיט קאנסטראקשן. ספעציעל, זיין אן עלעקטרישן. צו מאכן די ווייערינג אין א הויז און קאנעקטן אלע אפלייענסעס. ס'איז אויך דא מעגליכקייטן פאר קלענערע דזשאבס. אזוי ווי סערוויס און ריפעיר. וואו מ'פארדינט שיינע סכומים און דער קאסטומער באדאנקט זיך נאך (אין מערסטע פאללן).

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 3, 2023 11:09 pm

· #523714
שמעקעדיג
דערהויבענע איד
פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.
אז דו גלייכסט פסיכאלאגיע, קענסטו האנדלען נאר מיט קינדער אדער בחורים, דו זאלסט טשוזן מיט וועמען דו ביסט באקוועם, נישט יעדער איז קאטשעניו קראנק...
איך האב נישט קיין געדולד פאר מיינער'ס. ספעציעל אז געווענליך איז דא דין תורה'ס מיט פאליטיק מיט די עלטערן.

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 3, 2023 11:12 pm

· #523715
קהל'ס נער
גיי אריין אין בלוי קאלער ארבעט (אויב ס'פאסט דיך).
קאנדריקטערערי (אזוי זאגט מען עס?) צו קאממען בעליף, קען א בלוי קאללער ארבעטער מאכט צוויי הונדרעט גראנדיעזע און ארויף א יאר, אויב איז ער א זעלבסט ארבעטער (סעלף עמפלויד) און איז נישט פויל.

(אין הכי נמי א ווייס קאללער ארבעטער האט סאך א העכערע פאטענטשעל, אבער אלץ א בלוי קאללער ארבעטער איז גרינגער צו מאכן צוויי מאות ווי א ווייס-קאללער, פראוו מי wראנג)

יעצט טראכט אריין צי וואס קאנעקסטו.
לאקסמיט, פלאמבינג, עלעקטריק, טראק דרייוון, קוימען קערן 😂 , שמעלצען, טרימען, אפלייענס אינסטעלעשען, וכו'
א גרויסן שכוח.

איך בין בטבע גאנץ א גרויסע פאסטוך, האסט עפעס וואס מ'קען גיין מיט א סוט בשעת'ן ארבעטן?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 3, 2023 11:29 pm

· #523721
דערהויבענע איד
איך בין בטבע גאנץ א גרויסע פאסטוך
😂

יין שרף » דאנערשטאג מאי 4, 2023 12:28 am

· #523726
[ציטאט אראפגענומען]
פעלט נישט אויס צו ארבייטן אויף זיך, איך קען עס פון אינסייד.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 4, 2023 2:54 am

· #523739
קויף דיך א וועגעלע, פיהל איר אהן מיט געקויפטע סענדוויטשעס און פארקויף זיי אין די שפיטעלער און דאקטערס וועיטינג רומס.

yatzmachp » דאנערשטאג מאי 4, 2023 3:44 am

· #523740
עס קוקט מיר אויס א דו ביזט סתם פויל און די האלסט נישט ביים אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער אדער חוש'סטו סתם ארום דא. דזשאסט גיי אראפ צום וועלפעיר אפיס און שרייב דיך איין אין אלע פראגראמען און שוין.

לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 4, 2023 11:09 am

· #523749
דערהויבענע איד
א גוטן טייערע חברים המקשיבים.

איך בין יעצט אין א מצב וואס כ'האב די צייט און מאטעוועישן זיך צו לערנען א פאך. לאמיר גראד גיין צום פינטל, די זאך איז אז עני זאך וואס דארף א גרעסערע טרעיניג - אזוי ווי דאקטעריי - איז צו סאך פאר מיר און איך וויל עס שוין נישט טון יעצט, נאר א זאך וואס איך קען עס זיך אויסלערנען אין מערסטנס צווי יאר.

פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.

אקאוינטיג און סאפטווער דעוועלאפמענט, איז נישט געמאכט פאר מיר. ס'איז צו קלאציש, און עס זעט מיך אויס אז ס'איז געמאכט פאר גרויסע אינטערווערט'ס.


מ'בעט די עולם זאל אריינקומען מיט געדאנקען פון א זשאב וואס כ'קען הנאה האבן און מאכן געלט. די סיבה פארוואס איך קום אויף ק''ש איז ווייל דא דרייען זיך מענטשן וואס כ'קען זען אז מ'זאל מיר געבן סאלי''ד איידיעס.
נישט ריכטיג.
איך בין נישט קיין אינטראווערט מיין איך.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג מאי 4, 2023 12:55 pm

· #523760
לייביששרייבער
איך בין נישט קיין אינטראווערט מיין איך.
אזוי זעט מיר אויס.
בכל אופן מיט מיר האט עס נישט.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג מאי 4, 2023 12:56 pm

· #523761
yatzmachp
עס קוקט מיר אויס א דו ביזט סתם פויל און די האלסט נישט ביים אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער אדער חוש'סטו סתם ארום דא..
מיין בלוט איז שוין ארויפגעקומען ביי די שורות.........זייער גוט געזאגט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 4, 2023 2:37 pm

· #523769
דערהויבענע איד
איך בין בטבע גאנץ א גרויסע פאסטוך, האסט עפעס וואס מ'קען גיין מיט א סוט בשעת'ן ארבעטן?
יא: נעמען געלט ביי מענטשן און זיי איינרעדן אז דו אינוועסט עס אין ביזנעס. דו וועסט קענען עסן אין טייערע רעסטאוראנטן (פארשטייצעך אויף יענעם'ס חשבון) און דרייוון א פענסי, לעיט מאדעל קאר. און געבן גרויסע נדבות פאר ישיבות. און באקומען א סאך כבוד. ביז ס'וועט פלאצן. דאמאלס וועסטו קענען ניצן דיין פאספארט פון בראזיל אדער סאוט אפריקע. און מאכן פליטה דארט אהין. לויט ווי איך הער האט אמעריקע ( און די מערסטע מדינות נישט קיין קרימינאלן אויסטויש אפמאך מיט בראזיל אדער ס' אפריקע...!

דו וועסט נאך האבן געניג געלט איבערגעבליבן זיך צו קענען פיין איין ארדענען אין יענע מדינות...!

דערהויבענע איד » פרייטאג מאי 5, 2023 12:29 am

· #523826
דאס קען איך טון פון איין מינוט אויפו צווייטן. איך וויל טון א געהעריגע ישוב העולם ארבעט.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2023 12:35 am

· #524087
דערהויבענע איד: זיפן די מעהל ביי די רחיים של יד מצות פון סאטמאר'ע רבי שליט"א. נאר ברענג נישט מיט דיין סמארטפאון...!ן

דוד שריפטליך » דינסטאג מאי 9, 2023 2:24 am

· #524095
וואס פאר א דזשאב וואלט געווען גוט פאר מיר?

פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 9, 2023 4:24 am

· #524097
Re: וועלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?
פרעגן שאלות.

דו עקספעקסט מען זאל דיר קענען פארשלאגן א קאריערע אן דעם וואס מען ווייסט עפעס פון דיר בכלל?
רוב מענטשן אליין ווייסן נישט וואס זיי ווילן.