☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אנקעטע: מי ומי ההולכות קיין לעיקפראנט פלארידע

אנקעטע: מי ומי ההולכות קיין לעיקפראנט פלארידע

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16135

עדיאל » דינסטאג מאי 2, 2023 10:40 pm

· #523574
אנקעטע: מי ומי ההולכות קיין לעיקפראנט פלארידע
ווי באקאנט, גרייטן זיך אידן צו אויסוואנדערן קיין פלארידע. ווייל אז שוין יא גלות, איז לאז כאטש זיין זוניג.

אבער אידן גיין זיך נישט אבי. ואת יהודה שלח לפניו. מ'באדארף צום ערשט פעסטשטעלן מיט וועמען מ'גיימער דא צום טיש. מ'וויל דאך חלילה נישט אריינפאלן מיט א שכן רע אדער פגע רע.

איז וועמען זאל מען פרעגן, וועמען. וואס הייסט וועמען. די נשים צדקניות. זיי זענען דאך די עקרות הבית. און ס'דאך א משנה. הוא אומר לצאת והיא אומרת שלא לצאת, כופין אותו.

פאלגענד איז אן אנקעטע וואס זאל ווארפן א שיין וואסערע סארט משפחות עיסות גרייטן זיך צו נעמען די וואנדערשטעקן אין האנט, און אויב די פיס וועלן נישט זיין קיין מידע, זיך אריבערזידלען קיין פלארידע.

האר
  • מיין מאן גייט די פיאות געווייערט איבער די אויער אחוץ ביי שמו"ע.
    מיין מאן גייט די פיאות אונטער די ברילן
    מיין מאן גייט א קנאבל בארד
    מיין מאן גייט געהאקטע וואנצן
    מיין מאן גייט אפענע האר אין די נאז
    מיין מאן גייט א בארד אין די אויער
לבוש
  • מיין מאן גייט א ביבער הוט
    מיין מאן גייט א קריעת ימסוף היטל
    מיין מאן גייט א וועסטל מיט טאשן זייגער
    מיין מאן גייט סלים הויזן
    מיין מאן גייט שלייקעס און רעדט הויך אין גראסערי
    מיין מאן גייט א וואלענע טלית קטן מיט פראנזן
    מיין מאן גייט א דריי-פערטל רעקל מיט די ציצית פארשטעקט אין הויזן טאש
    מיין מאן גייט א כאלאט אין א תענית
שבת
  • מיין מאן גייט א זיידענע בעקישע צו שלש"ס
    מיין מאן גייט א כאלאט בעקישע צו קבלת שבת
    מיין מאן גייט ווייסע זאקן מיט סניקערס
    מיין מאן גייט א לעדער טלית בייטל מיט סקריפט אותיות
    מיין מאן גייט א שפיגל עטרה
    מיין מאן גייט תכלית מיט מגן דוד'לעך אויפן עטרה

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 2, 2023 11:51 pm

· #523592
עדיאל
האר
  • מיין מאן גייט די פיאות געווייערט איבער די אויער אחוץ ביי שמו"ע.
וואס איז טאקע פשט פון דעם געווייערט חוץ ביי שמונה עשרה?

איך הער.. » מיטוואך מאי 3, 2023 11:32 am

· #523625
כאלאט אין א תענית, [emoji1787][emoji1787] דעס האט מיר געכאפט.

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 3, 2023 8:40 pm

· #523691
מיין מאן גייט שלייקעס און רעדט הויך אין גראסערי
יא יא דער מיטן קוטשמע אין די זוממער 😂

שערי יושר » מיטוואך מאי 3, 2023 11:00 pm

· #523709
Re: אנקעטע: מי ומי ההולכות קיין לעיקפראנט פלארידע
[ציטאט אראפגענומען]
זעסטו. דאס איז די פראבלעם, "איינפירן" יעדער זאל טוהן וואס ער וויל, מדארף נישט איינפירן און אנטיילן די עולם. פארדעם קען מען בלייבן אין וויליפעסט

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 3, 2023 11:05 pm

· #523711
אז מ'פירשט שוין יא איין נייע זאכן זאל מען איינפירן אז יעדער זאל טוהן וואס איהם שמעקט ושלום על ישמעאל.

שעפטאל » מיטוואך מאי 3, 2023 11:13 pm

· #523716
רביה''ק זי''ע
אז מ'פירשט שוין יא איין נייע זאכן זאל מען איינפירן אז יעדער זאל טוהן וואס איהם שמעקט ושלום על ישמעאל.
כ'מיין אז מ'קען עס נישט איינפירען, אבער אסאך זאכן וואס מ'רעדט אויף קאווע שטיבל היינט, וועט זיין אנגענימן און די נארמע אין אפאר יאהר