☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הכתרה פון ענגלישן קעניג

הכתרה פון ענגלישן קעניג

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16125

דיכטער » זונטאג אפריל 30, 2023 9:38 am

· #523299
הכתרה פון ענגלישן קעניג
דער קרוינונג פון דעם קעניג, טשארלס דער דריטער.

אזא זאץ שלעפט אונז צוריק, אומוועלענדיג, צו דעם ווייטן פארגעסענעם אמאל. עס דערמאנט אונז די צייטן וואס אונז קענען נאר פון די דיקע, אלט-אידיש-געשריבענע, ביכער וועלכע שילדערן מיט גאפט, דער גלאררייכן אמאל און די אידישע צרות און מיטמאכענישן פון יענער פארגעסענע צייטן וועלכע אין פארגלייך צו די היינטיגע גזרות קוקן די שפעטערע אויס ווי א שפילצייג.

דער בריטישע מאנארך אדער דער קעניג פון גרויס-בריטאניע און צפון אירלאנד, איז אן איבערגעבליבענע שראפנעל פון די אמאליגע מאנארכיעס, זייערע רייכטום און מאכט. קוקענדיג אויף איהם, צוזעענדיג די כבוד און פראכט וועלכע ווערט פאר איהם אפגעראכטן, עפענט זיך א קליין שפאלט אינעם פארשטויבטן פענסטערל וועלכע קוקט צום ווייטן פארגאנגענהייט ווען דער קעניג איז געווען אין שפיץ פונעם פאלק, אינעם צענטער פון די רעגירונג און העכער דאס געזעץ.

די בריטישער מלוכה ווערט געפירט מיט א פאנאטישע פונקטליכקייט לויט די אלטע טראדיציאנעלער מנהגים און לעבנסשטייגער. אלעס אינעם ענגלישן פאלאץ האט א וועג וויאזוי עס ווערט געפירט, יעדער זאך האט א פלאץ און א צייט, אלעס איז אויסגערעכנט און מיט א סדר. און ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו אזעלכע היסטארישע צערעמאניעס און פאראדעס, ווערן די טראדיציאנעלע פראצעדורן און ריטואלע איבונגען פארגרעסערט און פארמערט צו דער קלימאקס. אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכן סדר און יעדער זאך וואס פאסירט האט א שטוינענדע ארדענונג.

זיך אומצוקוקן און צוזען וויאזוי זאכן ווערן געפירט אין אט די היסטארישע צערעמאניעס, איז איבערהויפט העכסט אינטערעסאנט און באצויבערנד.

דער קרוינונג קומט נאכדעם וואס זיין מאמע, דער פריעדיגע קעניגן, עליזעבעט דער צווייטע, איז געשטארבן און ער, וועלכע איז געווען דער דירעקטע יורש צו דעם טרוין, איז גלייך געווארן קעניג, נאכדעם וואס דער טרוין קען נישט בלייבן ליידיג לויט די ענגלישע געזעצן. דער טאג פאר דעם אפציעלן קרוינונג איז באשטומט געווארן שוין פאריאר סוף זומער נישט לאנג נאך דער טויט פונעם קעניגן און זינט דאן האבן זיך שוין אנגעהויבן די צוגרייטונגען און העפטיגע הכנות צום גרויסארטיגן קרוינונג.

דער קרוינונג אליין וועט פארקומען אינעם היסטארישן קירכע אין וועסטמיניסטער וואו טשארלס וועט זיין דער 40'סטע ענגלישע קעניג געקרוינט צו ווערן אין דעם ארט. דער קרוינונג ווערט אויסגעפירט דורך דער ארכיבישאפף פון קענטעבערי וועלכע טוט באשווערן דעם קעניג, זאלבט איהם מיט ספעציעלע אויל און דערנאך טוט אן דער קעניגליכע קרוין אויף זיין קאפ. דער קרוין מיט וועלכע דער בריטישע קעניג ווערט באקרוינט איז באקענט אלס אדווערט'ס קרוין און ציעט שוין א היסטאריע פון הונדערטע יארן. דער קרוין וועלכע איז געמאכט פון טייערע גאלד און דיאמאנטן איז זייער שווער צו האלטן אויפן קאפ און דעריבער גלייך נאכן קרוינונג טוישט מען דער קרוין צו דער לייכטערע אימפעריאל קרוין. דאן ווערט ער באצירט מיט עטליכע טייערע צירונגען און סימבאלישע געצייג און ער נעמט אין האנט דעם בריליאנטן שרביט צוזאמען מיט דעם ארב וועלכע איז א קריסטליכע צייכן פון מאכט און הערשאפט.

נאכן ווערן געקרוינט ווערט דער קעניג געפירט אין זיין קעניגליכן קאראטע געטריבן דורך באצירטע פערדן, צו זיין פאלאץ, מיט א פאראדע אויפן העכסטן קעניגליכן פארנעם, אין באגלייטונג פון די העכסטע פערזענליכקייטן און געערטע מיניסטארן און באגלייט מיט א מיליטערישע ארקעסטער.

דער גאנצע צערעמאניע וועט געדוירן בערך צוויי שעה ביז ווען עס וועט קומען צו אן ענדע.

Salford » זונטאג אפריל 30, 2023 12:58 pm

· #523303
טשיף ראביי מאכט א ספעציעלע תפלה

שערי יושר » זונטאג אפריל 30, 2023 4:20 pm

· #523325
Re: הכתרה פין ענגלישן קעניג
זיין בוגד'ל וועט זיין דארט?

דיכטער » זונטאג אפריל 30, 2023 4:25 pm

· #523326
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט זיין זון הערי זיין אנוועזענט און זיין ווייב מעיגען וועט פארבלייבן אין קאלעפארניע.

מכסה לשפנים » זונטאג אפריל 30, 2023 4:40 pm

· #523329
דיכטער
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט זיין זון הערי זיין אנוועזענט און זיין ווייב מעיגען וועט פארבלייבן אין קאלעפארניע.
נישט קאנאדע?

מחונך » זונטאג אפריל 30, 2023 7:01 pm

· #523338
Who cares? Seriously.

מחונך » זונטאג אפריל 30, 2023 7:02 pm

· #523339
ווען מען הערט קול בחצרות הערט מען איבער מענטשן מיט מער פאוער א יעדן טאג.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 30, 2023 8:57 pm

· #523362
ס'קומט אריין די נייעס אז די קרוינונג פון טשארלס III וועט זיין קורצער און מיט ווייניגער פאמפ ווי זיין מאמע'ס קרוינונג און די קרוינונגען פון די בריטישע מאנארכען פון די פארגאנגענע פאר הונדערט יאר, צווישן אנדערן וועט די בערפארשטייענדע מעמד געדויערן בלויז 1 שעה אין פארגלייך צו זיין מאמע'ס קרוינונג וואס האט געדויערט 3 שעה, און קעניגן וויקטאריע'ס 5 שעה. ווי אויך וועלן די באטייליגטע אדעללייט קומען מיט "נארמאלע" קליידונג אנשטאט די טראדיציאנאלע קליידונג, א רחמנות אויף די אדעללייט וואס ווארטן שוין זיבעציג יאר צו קענען אנטוהן זייערע קרוינעלעך אין פאבליק, די איינציגסטע מאל וואס זיי פלעגן דאס קענען טוהן פלעגט זיין ביים קרוינען א מאנארך, יעצט האט מען דאס פון זיי אויך צוגענומען. איין זאך וואס די אדעללייט וועלן יא פארדינען פונעם גאנצן געשעפט אז אנדערש ווי ביז היינט וועלן זיי ביי דעם בעפארשטייענדן קרוינונגס צערעמאניע נישט דארפן שטיין אין א רייע זיך צו בוקן צום קעניג, נאר דעם קעניג'ס קינדער און אייניקלעך וועלן זיך דארפן בוקן. אינטערעסאנט נאר אז די פארשווענדערישקייט און פאמפ פון די בריטישע קרוינונגס צערעמאניעס קומען אין גרויסנטייל פון די פארשריפטן פונעם היינטיגן קעניג'ס פארגייער, טשארלס II, וואס האט עס פארשריבן אין יאר 1661 קורץ נאך זיין צוריקקער פון גלות אין פראנקרייך (וואו ער האט באקומען א געשמאק אין די פארשווענדערישקייט פונעם הויף פון קעניג לואי XIV), יעצט קומט זיין אייניקל וואס טראגט זיין נאמען און איז עס מבטל..

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 30, 2023 8:58 pm

· #523363
מחונך
ווען מען הערט קול בחצרות הערט איבער מענטשן מיט מער פאוער א יעדן טאג.
די מענטשן איבער וועם מ'רעדט אין קול בחצרות האבן מער פאוער פונעם בריטישן קעניג.

מחונך » זונטאג אפריל 30, 2023 11:22 pm

· #523371
א יעדער רבי'לע וואס זיין ווייב פירט א פלעיגרופ האט מער פאוער ווי אים מיט זיין מאמע צוזאמען.

Nanach » מאנטאג מאי 1, 2023 12:35 am

· #523381
נישט ריכטיג ער האט בעצם מער פאוער, נאר די ענגלישע מלוכה האט זיך געלערנט א לעסאן ביי טשארלס נישט צו טוהן וואס מען מעג....
אבער בעצם האבן זיי בעקיפון אסאך כח

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 1, 2023 12:40 am

· #523382
קענסט אפשר געבן איין ביישפיל פון פאוער וואס ער האט מער פון א צווייטן? פאוער וואס ער האט ווייניגער פון א צווייטן ווייס איך, צ.ב. ער טאר נישט זאגן א פאליטישע מיינונג, איך און דו מעגן יא, אבער מאכט וואס ער האט מער פון א צווייטן האב איך נאכנישט געהערט.

Nanach » מאנטאג מאי 1, 2023 1:00 am

· #523383
טעארעטיש קען ער וועטאען געזעצן (אפילו ער טוט עס נישט, אויב געדענק איך גוט האט עס די קעניגן געניצט 3 מאל דורך'ן לעבן)
למעשה די האוז אף לורדס קען די קעניג אריין שטעלן וועם ער וויל, (און ער קען אויך פייערן, כאטש מטוט עס נישט) וויפיל ער וויל און א יעדע געזעץ דארף דארט אדורך גיין, סאו טעקניקעל קען ער אדורך פירן וואס ער וויל

מחונך » מאנטאג מאי 1, 2023 6:40 am

· #523388
דער סיבה פארוואס דער ענגלישער מאנארך טוט גארנישט ווייל אויב וועט פארדרייען זיין כוח פון טעאריע צו פראקטיק, וועט די רעגירונג מעלדן אז די פלעי האט זיך געענדיקט.

חב''ד הויזן » מאנטאג מאי 1, 2023 7:52 am

· #523394
פארוואס האט ער מבטל מנהג געווען די גאנצע פאמפע?

חב''ד הויזן » מאנטאג מאי 1, 2023 7:54 am

· #523395
מחונך
דער סיבה פארוואס דער ענגלישער מאנארך טוט גארנישט ווייל אויב וועט פארדרייען זיין כוח פון טעאריע צו פראקטיק, וועט די רעגירונג מעלדן אז די פלעי האט זיך געענדיקט.
וועט ער עס וועטאאירן... כ'מיין, לכאורה האט די רעגירונג נישט די מאכט דאס צו אפשטעלן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 1, 2023 9:12 am

· #523400
Nanach
טעארעטיש קען ער וועטאען געזעצן (אפילו ער טוט עס נישט, אויב געדענק איך גוט האט עס די קעניגן געניצט 3 מאל דורך'ן לעבן)
למעשה די האוז אף לורדס קען די קעניג אריין שטעלן וועם ער וויל, (און ער קען אויך פייערן, כאטש מטוט עס נישט) וויפיל ער וויל און א יעדע געזעץ דארף דארט אדורך גיין, סאו טעקניקעל קען ער אדורך פירן וואס ער וויל
די פארשטארבענע קעניגן האט נאר אויסגענוצט איר וועטא מאכט איין מאל ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון א געזעץ וואס איז געוועהן נוגע צו איר ווען פארלימענט האט געוואלט אוועקנעמען א טייל פון איר סימבאלישע מאכט... אין אנדערע פעלער האט זי געשטערט געוויסע געזעצן ווען דער פרעמיער מיניסטער האט איר געבעטן... דאס איז גארנישט אנדערש ווי אין אמעריקע וואו דער פרעזידענט האט א וועטא מאכט, נאר דארט דארף מען הייסן דעם מאנארך אונטערצושרייבן דעם וועטא... אויב וואגט זיך טשארלס III אויסצונוצן זיין טעארעטישע מאכט קען מען איהם אפילו אנקלאגן מיט מרידה במלכות, פונקט ווי מ'האט געטוהן מיט זיין פארגייער טשארלס I אום יאנואר פון 1649. (דעמאלטס האט מען אויך אינגאנצן מבטל געוועהן דעם מאנארכיע, און פאר 11 יאר האט ענגלאנד נישט געהאט קיין קעניג, ביז טשארלס II האט מסכים געוועהן צו זיין וואויל און פארלימענט האט איהם געלאזט צוריקקומען פון גלות.)

מחונך » מאנטאג מאי 1, 2023 9:30 am

· #523401
די גאנצע מלוכה איז בערך ווי קינדער שפילן חדר און איינער איז מנהל. טעארעטיש, מוזן זיי אים פאלגן, אבער מען קען אייביג מחליט זיין אז מען שפילט מער נישט.

Salford » מאנטאג מאי 1, 2023 9:37 am

· #523403
מוזט פארשטיין וואס מיינט א Lord

מחונך » מאנטאג מאי 1, 2023 9:51 am

· #523404
דער קעניג האט נישט קיין שום פאקטישע כוח צו שטעלן א לארד. עס איז נאר אין טעאריע. אויב גייט ער עס טוען גייט די רעגירונג אים עפענען די אויגן און צונעמען פון אים אלעס. אפילו זיינע פאלאצן. עס איז דא א קאמפליצירטער הסכם צווישן די מאנארכיע און די רעגירונג וואס עס באלאנגט פאר וועמען. אבער דער גרעסטער וויץ איז אז די גאנצע מאנארכיע באלאנגט פאר די רעגירונג! עס איז בלויז אן אקט פון עטלעכע אקטיארן צו ברענגען געלט פאר די רעגירונג. דער פראבלעם איז אז די בריטישע המון עם האט עס נאכנישט געכאפט.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 1, 2023 11:20 am

· #523411
מחונך: די ענגלישע רעגירונג און דאס פאלק זענען זייער שטארק אריינגעלעבט אין טראדיציע. להבדיל אזוי ווי אידן. זיי טוען אלעס אזוי ווי זייערע עלטערן און זיידעס האבן געטון פאר הונדערטער יארן.

אויך איז מעגליך אז זיי ווילן נישט ארויסגיין פון זייער קאמפארט זאון און אויסטרייען נייע זאכן. דער היפוך פון דעם אמעריקאנעם ספיריט פון רעוואלוציאנערישקייט.

מחונך » מאנטאג מאי 1, 2023 1:16 pm

· #523421
ערעב בערל. ריכטיג. אבער ווען מען טוט אדורך די היסטאריע פון די ענגלישע מלוכה און מען טוט אדורך וואס זיי זענען היינט, זעט מען אז דאס איז א "דזשאב" וואס נאר א ריכטיגער ליידיקגייער וועט אננעמען. אפילו זיצן אין קאווע שטיבל און אויסדריקן א מיינונג, אפילו אונטער א ניק, טאר ער אויך נישט.

שערי יושר » מאנטאג מאי 1, 2023 2:09 pm

· #523424
Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג
מחונך
דער קעניג האט נישט קיין שום פאקטישע כוח צו שטעלן א לארד. עס איז נאר אין טעאריע. אויב גייט ער עס טוען גייט די רעגירונג אים עפענען די אויגן און צונעמען פון אים אלעס. אפילו זיינע פאלאצן. עס איז דא א קאמפליצירטער הסכם צווישן די מאנארכיע און די רעגירונג וואס עס באלאנגט פאר וועמען. אבער דער גרעסטער וויץ איז אז די גאנצע מאנארכיע באלאנגט פאר די רעגירונג! עס איז בלויז אן אקט פון עטלעכע אקטיארן צו ברענגען געלט פאר די רעגירונג. דער פראבלעם איז אז די בריטישע המון עם האט עס נאכנישט געכאפט.
עס איז מער פון דעם. טראדיציע און נאכמער גאווה איז זייער גרויס ביי די ענגלישע. די מלוכה דערמאנט זיי וועגן זייער אלטע היסטאריע ווען זיי האבן קאנטראלירט א האלבע וועלט

Nanach » מאנטאג מאי 1, 2023 6:48 pm

· #523439
מחונך
דער קעניג האט נישט קיין שום פאקטישע כוח צו שטעלן א לארד. עס איז נאר אין טעאריע. אויב גייט ער עס טוען גייט די רעגירונג אים עפענען די אויגן און צונעמען פון אים אלעס. אפילו זיינע פאלאצן. עס איז דא א קאמפליצירטער הסכם צווישן די מאנארכיע און די רעגירונג וואס עס באלאנגט פאר וועמען. אבער דער גרעסטער וויץ איז אז די גאנצע מאנארכיע באלאנגט פאר די רעגירונג! עס איז בלויז אן אקט פון עטלעכע אקטיארן צו ברענגען געלט פאר די רעגירונג. דער פראבלעם איז אז די בריטישע המון עם האט עס נאכנישט געכאפט.
פארוואס זאגסטו אזוי? די קעניגן האט אריין געשטעלט א שיינע פאר. די וועג צו ווערן א לארד איז אדער בירושה אדער ווען די מאנארך שטעלט אריין און עס איז אנלימיטעד.
דאס איז חוץ מזה וואס די פריים מיניסטער דארף אפגעבן דין וחשבון פארן מאנארך וועכנטליך (וואס אויב די ווילסט וויסן וויפיל השפעה עס האט, טראכט ווי שווער עסקנים/לאביעסטן ארבעטן פאר א עפאוינטמענט מיט א פאליטישען)

שערי יושר » מאנטאג מאי 1, 2023 7:21 pm

· #523443
Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג
קען מען זאגן אז איך האב מער power פונעם קעניג טשאלס דער דריטער?

ס'הייסט, מיין ווייב און אלע קינדער ציטערן פאר מיך איך פארפיר מיט מיין נארסיסטישע טענראמס און קיינער פון זיי וואגט זיך נישט מיך נישט צי פאלגן.

דער תירוץ איז עס איז דא אזאך וואס הייסט דיפלאמאטישע power אדער the power of words
און ווייל עפעס א רבי'לע האט אפאר צענדליק צו אפאר הינדרעט שוואנצנים וואס פאלגן זיינע קאפריזן, איז דער ענגלישע קעניג נאך אסאך מער מאכטפול מיט זיינע באגרעניצונגען און צערמאניאלע פליכטן

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 1, 2023 7:35 pm

· #523448
מחונך
ערעב בערל. ריכטיג. אבער ווען מען טוט אדורך די היסטאריע פון די ענגלישע מלוכה און מען טוט אדורך וואס זיי זענען היינט, זעט מען אז דאס איז א "דזשאב" וואס נאר א ריכטיגער ליידיקגייער וועט אננעמען. אפילו זיצן אין קאווע שטיבל און אויסדריקן א מיינונג, אפילו אונטער א ניק, טאר ער אויך נישט.
מחונך: מאן יימר?. נאר דער פאקט אז זיין גאנץ לעבן איז פראגראמירט. חוץ וואס ער האט משרתים און יוצר משרתים. אפילו זיינע קליידער וואס ער טוט אן טעגליך איז דא א באדינער וואס איז ממונה אויף דעם.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 1, 2023 9:17 pm

· #523461
Nanach
פארוואס זאגסטו אזוי? די קעניגן האט אריין געשטעלט א שיינע פאר. די וועג צו ווערן א לארד איז אדער בירושה אדער ווען די מאנארך שטעלט אריין און עס איז אנלימיטעד.
און וויאזוי מיינסטו האט זי באשלאסן וועם אריינצושטעלן? די פרעמיער מיניסטארן איז ארויפגעקומען צו איר מיט א צעטל און איר געזאגט, "מאדאם, שרייבט דא אונטער אז איר באשטימט יואלי ציטראענעבוים אלס לארד", און זי האט ערפילט אירע "royal duties" און ברייטהארציג אונטערגעשריבן.
Nanach
דאס איז חוץ מזה וואס די פריים מיניסטער דארף אפגעבן דין וחשבון פארן מאנארך וועכנטליך (וואס אויב די ווילסט וויסן וויפיל השפעה עס האט, טראכט ווי שווער עסקנים/לאביעסטן ארבעטן פאר א עפאוינטמענט מיט א פאליטישען)
ווען זי איז א פשוט'ע רייכע לעידי קען זי דינגען א לאביאיסט סייוויסיי... קענסט זאגן סתם אזוי אז בילליאנערן האבן אסאך פאליטישע מאכט, און ס'וועט זיין אמת אויך...

למעשה גערעדט, אז מ'רעדט שוין פון די אייראפעאישע "constitutional monarchies", מיין איך אז די איינציגסטע אייראפעאישע מאנארך מיט עכטע מאכט איז דער פרינץ פון ליכטענשטיין. https://www.youtube.com/watch?v=rTiLTnWM7vQ&t=496s

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 2, 2023 1:59 am

· #523485
דאס איז דאך ידוע אז די בריטישע מאנארכן זענען געווען זייער מאכטפול, אין אלע דורות. ווייל בריטאניע איז דאך געווען איינס פון די גרויסמאכטן. סיי מיליטעריש. און אויך אין קאמערס (האנדל) און אינדוסטרי.

מיין שאלה איז ווען האט זיך עס געטוישט אז די מאנארכן האבן פארלוירן זייער (עכטע) מאכט. און זענען נאר געווארן אויספיהרערס פון צערעמאניעס

שערי יושר » דינסטאג מאי 2, 2023 2:09 am

· #523486
Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג
ענגלאנד איז אייביג געווען א לאנד געפירט דורך לארדן אזוינע פריצים וואס האבן אויפגענומען דעם קעניג און א יעדע קעניג האט זיך זיך געמיזט זיך רעכענען מיט זיי אדער עכ"פ געפעלן פאר זיי, א באוויסטע קאפיטעל איז דער מאגנא קארטא אין יארע 1215 וואס האט ארויפגעלייגט באגרעניצונגען אויף John דער ערשטער א ברידער פון ריטשארד די לייבהארץ וואס האט אנגעפירט די לעצטע פון די קרייץ צוגען

Salford » דינסטאג מאי 2, 2023 2:53 pm

· #523516
הכתרה פין קעניג וועד זיין שבת דע טשיף ראביי וועד שלאפן אין פאלאץ נישט נכשל ווערן אין חילול שבת

שערי יושר » דינסטאג מאי 2, 2023 8:58 pm

· #523560
Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג
@שמן למאור . איך דארף א היתר עס צי קענען מיטהאלטן לייוו.

וואלווי » דינסטאג מאי 2, 2023 9:06 pm

· #523562
שערי יושר
@שמן למאור . איך דארף א היתר עס צי קענען מיטהאלטן לייוו.
מלך פורץ גדר ואין מלך בלא עם..

Salford » מיטוואך מאי 3, 2023 1:38 pm

· #523631
אולי פיקוח נפש

די אנדערע זייט » דאנערשטאג מאי 4, 2023 10:05 pm

· #523814
מודעות לקראת די גרויסע שבת
📎 IMG_20230504_220007_302.jpg 📎 IMG_20230504_220006_065.jpg 📎 IMG_20230504_220003_118.jpg

שערי יושר » פרייטאג מאי 5, 2023 12:51 pm

· #523863
Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג
קהילת נשמת ישראל טוהט צים זאך, געיבט א פיינע קידוש