☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » התאחדות הרבנים דארצות הברית ומעקסיקאו

התאחדות הרבנים דארצות הברית ומעקסיקאו

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16123

מחונך » פרייטאג אפריל 28, 2023 12:44 pm

· #523175
התאחדות הרבנים דארצות הברית ומעקסיקאו
איך דריי מיך שוין ארום א לענגערע צייט מיט פארשידענע טעאריעס וועגן אידישקייט. ווי מיר אלע ווייסן, האט דער אידישקייט בוך זיך געשלאסן מיט בערך זעכציק יאר צוריק. זייט דעמאלסט, איז חדש אסור מן התורה. אזא, איך שפעקוליר שוין לאנג איבער געוויסע היפאטעטישע פעלער וויאזוי זאכן וואלטן אויסגעזען היינט ווען געוויסע זאכן שטעלן זיך אויס אויף געוויסע אופנים. וזה החלי.

שטעלט אייך פאר אז אלע גדולי ישראל פונעם פאריקן דור לאנדען אין פלארידע. קודם כל, התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדע, (איך האב בדוקא נישט געניצט דעם ציונישן אויסלייג , פוי!) וואלט געווען דארצות הברית ומעקסיקאו. קרית יואל וואט געווען אין טענעסי. אבער די גלילות וואלטן אריינגענומען אויך פלארידע. אלע היימישע ווייבלעך וואלטן נישט אויסגעהאלטן די היצן און וואלטן אפגעזונדערט און דעם טרייפענעם ניו יארק. התאחדות דאצהבו"מ, וואלט ארויסגעגעבן שטרענגע קול קורא'ס אז מען טאר נישט גיין קיין ניו יארק! וועלכער איז באקאנט אלס הויפטשטאט פון טומאה רח"ל!
עס וואלטן געוועזן שוידערליכע מעשיות וויאזוי היימישע פרויען גייען אן בושה קיין מעיסי'ס! דרייען זין אין וויליאמסבורג! וועלכע איז באקאנט אלס הויפטשטאט פון די יאפיס רח"ל! און ווער רעדט נאך וועגן קריים!
זיי ווילן זיך אפקילן, זאלן זיי טרינקען וואסער מיט אייז! נישטא קיין בעסערס! נישטא קיין היתר אפילו "לצורך פרנסה!"
אלס, גדר, ווי אויך אלס חשש שעטנ"ז, וואלטן די רבנים געאסרט קויפן מאנטלען.
די רבנים פארשטייט זיך , וואלטן אלע געזומערט אין ברוקלין. עס וואלטן נאר געמעגט מיטקומען מיט זיי די גבאי, הויז בחור, איסורים פארוואלטער, און צוויי פאטאגראפירער. ווער עס וואלט געפרעגט וואלט מען פארשריגן אלס לץ און אפיקורס.
די היימישע ווייבלעך, וואלטן אנשטאט אנגעטוען שטיוול אינעם ווינטער, וואלטן זיי אין די זומער, אנגעטאן $700 דאלארדיקע סליפערס וואס זייער שוויגער האט זיי געקויפט ווען זי איז געווען אין ניו־יארק.
די היימישע עולם וואלט געגאנגען מיט די שמונה בגדים, אבער די וואס אין איצטיקן גילגול האבן קוטשמעס אין די ווינטער, וואלטן געהאט ווייסע שטאפענע הוטן אין אין די זומער.
איין ספק האב איך נאך, וואס וואלט געווארן מיט די רבישע פעלצן?

פרנס החודש » פרייטאג אפריל 28, 2023 4:08 pm

· #523225
Re: התאחדות הרבנים דארצות הברית ומעקסיקאו
מייסטער ארבייט.

דערהויבענע איד » פרייטאג אפריל 28, 2023 4:21 pm

· #523227
ווען א אינגערמאן גייט צוריק קומען פון ניו יארק רח''ל גייט ער זיין מיט א קלענערע סא''ן טע''ן און זיין רב גייט שבת נאכ'ן אריבערגיין געבן אזא פליק ''האסט זיך פיין אויסגעטשויכעט מיט'ן ניו יארק'ער ווינטעל,הע?''

ווען איינער וואס גייט רח''ל קיין נ''י גייט פארן אביסל שנעלער גייט מען אים זאגן, ''ווי מיינסטו דו ביסט דא, מיינסט ביסט אין ניו יארק??!?!? ביסט אין פלארידע מיין פריינט''....

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 28, 2023 4:35 pm

· #523231
מחונך: די רבנים (פון סאכדעס) וואלטן קיינמאל נישט געאסר'ט צו טראגן פעלצן. ווייל אלע (זייערע) גדולים האבן געהאט פעלצן. דעאודארענטס. דאס שוין נישט, רח"ל. דאס איז דאך אסור בתכלית האיסור.

דו ביסט שוין אמאל אריינגעגאנגען צו אן אסיפת הרע-בנים אויף 85 דיוויזשן. האסטו געזעהן זויערע פיקלס פרצופים. און א ריח ניחוח. ווייל דארט האלט מען נישט פון 2 זאכן. נעמען שויערס און אנשפריצן דעאדארענט.

זיי שרייבן אין אלע זייערע קול קורא'ס...ולהשומע יונעם ותבוא עליו ברכת טוב...ווי גוט און זיס קען שוין זיין ווייל זיי אסר'ן אלעס אויף די וועלט (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם). נאר ראללאש קעיק און מים חיים טשערי סאודע איז (נאך) מותר...ויאכלו ענוים וישבעו...!

קהל'ס נער » פרייטאג אפריל 28, 2023 6:05 pm

· #523246
:
berlbalaguleh
מחונך: די רבנים (פון סאכדעס) וואלטן קיינמאל נישט געאסר'ט צו טראגן פעלצן. ווייל אלע (זייערע) גדולים האבן געהאט פעלצן. דעאודארענטס. דאס שוין נישט, רח"ל. דאס איז דאך אסור בתכלית האיסור.

דו ביסט שוין אמאל אריינגעגאנגען צו אן אסיפת הרע-בנים אויף 85 דיוויזשן. האסטו געזעהן זויערע פיקלס פרצופים. און א ריח ניחוח. ווייל דארט האלט מען נישט פון 2 זאכן. נעמען שויערס און אנשפריצן דעאדארענט.

זי שרייבן אין אלע זייערע קול קורא'ס...ולהשומע יונעם ותבוא עליו ברכת טוב...ווי גוט און זיס קען שוין זיין ווייל זיי אסר'ן אלעס אויף די וועלט (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם). נאר ראללאש קעיק און מים חיים טשערי סאודע איז (נאך) מותר...ויאכלו ענוים וישבעו...!
😂 😂 😂
בערל קיפ איט גאוינג און שרעק זיך נישט פון די העיטערס איך פייגער פאר דיינע אויסברוכן......

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 2, 2023 10:07 am

· #523499
berlbalaguleh
דו ביסט שוין אמאל אריינגעגאנגען צו אן אסיפת הרע-בנים אויף 85 דיוויזשן. האסטו געזעהן זויערע פיקלס פרצופים. און א ריח ניחוח. ווייל דארט האלט מען נישט פון 2 זאכן. נעמען שויערס און אנשפריצן דעאדארענט..!
למעשה ווער שטינקט מער, די זויערע רבנים אדער נטורי חרתא? ווי אזוי רעכנט מען דאס אויס? האסט א ספעציעלע שטונק מעסטער?

פארווע חסיד » זונטאג מאי 14, 2023 11:46 am

· #524479
אמת? דעטאלן?
📎 image.jpg

פרנס החודש » זונטאג מאי 14, 2023 3:06 pm

· #524492
Re: התאחדות הרבנים דארצות הברית ומעקסיקאו
לכאורה אמת