☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הקדמה צו פארשטיין קבלה

הקדמה צו פארשטיין קבלה

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16122

שעפטאל » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:37 pm

· #523130
הקדמה צו פארשטיין קבלה
נ.ב דאס איז די וועג וואס כ'זעה אין יסוד האמונה [עיין אין: ווי איז די גיהנום]

הקדמה 1. השגת הגשם הוא על ידי דמיון
לאמיר קודם פארשטיין מיט וועלכע טאָל מען פארשטייט גשמיות? מיט די כוח הדמיון.

[ וואס זוכט א טאָפּ אויף א שטענדער?!!!!!!!!!!!!!
ביטע געט א טראכט!! איר ווייסט?

איר האט יעצט געזעהן א בילד (אין קאפ) פון א שטענדער, און אויפדעם איז דא א טאפ...
דאס איז די כוח הדמיון.]

ביי השגה גשמי - ניצט מען א בילד אין קאפ

הקדמה 2. די חילוק פון רוחניות מיט גשמיות
וואס איז רוחניות?
פייער איז רוחנית? לופט איז רוחניות? זיי זענען גשמיות.
גשמיות איז יעדע זאך וואס איז 3D [ס'האט 3 עק'ן. לענג, ברייט, און הויעך'קייט]
אפי' לופט האט א גרויסקייט. [סיי די גרויסקייט פון די "לופט באבעל" ארום די וועלט, און סיי יעדע אַטאָם פון לופט האבן א שיעור וויפיהל פלאץ ס'נעמט אויף]

אויב אזוי וואס איז טאקע רוחניות?
רוחניות איז נישט 3D
לדוגמא. די פאקט אז 5 מיט 5 איז 10 איז רוחניות.
עס האט נישט קיין שיעור אין פלאץ ווי גרויס עס איז - איז עס נישט אין פלאץ.
[פארדעם האט עס נישט קיין שעיפ, קאליר, וכו'.]

הקדמה 3. השגת הרוחניים אינו ע"י דמיון
דמיון (דהיינו א בילד אין מוח,) איז נאר פון עפעס וואס איז 3D
די קענסט מצייר זיין א בילד פון א נשמה? ווי גרויס איז זי? וועלכע שׁעיפּ? וועלכע קאליר?
דו האסט א ענטפער? אויב יא אשרי חלקך! האסט געזעהן דעם קוימען קערער פון שטאט. נישט דעם נשמה...

אין איין ווארט: מ'קען נישט האבען א בילד (כוח הדמיון) אויף רוחניות ווייל איז נישט 3D [דמיון איז די נישט ריכטיגע טאָל]
פארדעם האסטו נישט קיין בילד אין מוח פון 5+5=10

הקדמה 4. השגת המציאות והשגת המהות
המשך יבא

שעפטאל » פרייטאג אפריל 28, 2023 1:35 am

· #523146
חלק ב'
הקדמה 4. השגת המציאות והשגת המהות
א מענטש פארשטייט די מציאות אז ער האט שכל און קען טראכטען
מ'פארשטייט אויך די מהות פון די אייגענע שכל ווי טיעף ס'איז

א קינד כאפט אז די טאטע'ס שכל איז גרעסער פון זיינ'ס
אבער ער פארשטייט נישט די מהות פון די טאטע'ס שכל
ער איז משיג די מציאות אז ס'איז דא א גרויסע שכל, אבער נישט איר מהות

אונז קענען משיג זיין רוחניות'דיגע מציאות,
[דוגמא: עס איז דא א מציאות פון חיות-לעבן, שכל, וכדו']
אבער היות אונזער שכל ארבעט מיט 3D קענען אונז נישט פארשטיין די מהות פון רוחניות

כ'האף ס'איז קלאר ארויסגעברענגט, (כ'האב פראבירט מיין בעסט 🙂

הלוואי וועט מען הערן מער פון אנדערע [איבער דעם שיטה, די אנדערע שיטות, און מקורות]

שמן למאור » פרייטאג אפריל 28, 2023 12:00 pm

· #523171
שעפטאל
וואס איז טאקע רוחניות?
רוחניות איז נישט 3D
לדוגמא. די פאקט אז 5 מיט 5 איז 10 איז רוחניות.
עס האט נישט קיין שיעור אין פלאץ ווי גרויס עס איז - איז עס נישט אין פלאץ.
[פארדעם האט עס נישט קיין שעיפ, קאליר, וכו'.]
אפשר ביסטו אביסל מער מרחיב אויף דעם נקידה, עס איז מיר געבליבן אומקלאר. וואס פונקטליך איז דאס 'רוחניות'?

לויט ווי דו ביסט דא מסביר (דו גיבסט נאר איין ביישפיל, אפשר דארף מען פשוט בעסער אויסשמועסן) ריפסטו אן רוחניות, זאכן וואס זענען בלויז מושגים, אבער זענען נישט קיין 'זאכן' בכלל. א שטייגער ווי די 'געדאנק' אז 5 מיט 5 איז 10. איך וואלט אין דעם קאטעגאריע אריינגעלייגט די 'מושג פון אהבה' אדער די 'מושג פון פרייליכקייט' (נישט די פילינג וואס א מענטש האט בשעת מעשה, וואס דאס קען מען מעסטן און דיטעקטן, נאר די 'מושג בכלליות')

מיין פראבלעם מיט די סארט הגדרה איז אז ס'טאקע נישט קיין אמת'ע 'זאך', ס'נאר עפעס וואס מיר האבן אין אונזער מוח מגדיר געווען כדי צו פארשטיין די נושא. למשל די געדאנק אז 5 מיט 5 איז 10, איז נישט קיין זאך; ס'איז נישטא עפעס א פלאץ ווי מען קען גיין זען ווי די ארגינעלע 5+5=10 געפינט זיך, אזוי אויך איז נישטא קיין ספעציעלע 'כוח' פון 5+5=10 וואס מאכט אז 5+5 זאל טאקע ווערן 10... ס'איז פשוטע מושגים וואס מיר האבן געגעבן נעמען דערצו.

אבער ווען עס קומט צו אונזער רוחניות, רעדן מיר יא קלאר פון 'זאכן' וואס געפינען זיך אויף פלעצער. א שטייגער ווי גאט, וואס ער איז 'עפעס' וואס וויל זאכן, און טוט זאכן. דאס דארף שוין א נייע דעפעניציע..

אויב איז גיהנם נישט קיין פאקטישע פלאץ, נאר אזא מושג, דאן וויאזוי קענען פאקטישע מענטשן לייגן דערין? אהה נישט פאקטישע מענטשן נאר.. נשמות.. אבער איין רגע.. וואס איז דאס נשמות? אויך נאר אזא מושג? ווייטער נישט קיין 'פאקטישע עכטע זאך'...

שעפטאל » פרייטאג אפריל 28, 2023 1:33 pm

· #523186
שמן למאור

גערעכט. 5 מיט 5 איז טאקע נישט די ריכטיגע משל אינגאנצען. [ר' שמן'ס שפראך איז אזוי קלאר אז די טיעפסטע זאכן ליינט זיך גרינג ווי א מעשה ביכל!]

אנדערע ביישפילען פון דוקא אמת'ע זאכן .

חיות. ווען איך זעה א מענטש לעבט, זעה איך נאר די תוצאה פון די חיות.
בעלות. עפעס איז דיינס, [אוי, דעי משל אליין דארף הקדמות... ווייל ווער זאגט ס'איז טאקע דא א זאך פון בעלות...]
שכל. [אונז קענען זעהן די צעל'ס לויפען אין מוח, אבער די געדאנקען אליין איז נישט 3D]
נפש. ווי אין די מענטש איז די עכטע "איך" וואס כאפט אויף די געדאנקען? און וואס איז מחליט: לאמיך יעצט טראכטען פון עפעס א נושא? [כ'מיין סייענס זוכט עס נאך]

שמן למאור » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:06 pm

· #523192

נ.ב. הרב סקעפטיק'-שמן. כ'האב קיינמאל נישט אוועקגעמאכט די קשיות אויף די גיהנום התחתון, פארקערט ס'אז א אינטרעסאנטע שמועס.. כ'באציה זיך דוקא צום גיהנום פון "יענע וועלט"
בעלות, איז טאקע א אויפגעמאכטע זאך... וואס טוישט זיך אין די חפץ אדער אין דיר נאכן האבן די חפץ? סך הכל איז עס א סאושל קאנטראקט וואס מיר מענטשן האבן אפגעמאכט אז מען פארמאגט בעלות אויף זאכן.

חיות, און נפש, איז די זעלבע זאך, אכ"פ וויאזוי מיר קוקן עס אן. איך זע בכלל נישט קיין סיבה צו זאגן אז ס'איז דא א 'עכטע' איך, אויזער מיין גוף, אטעמען, טראכטן, און געפילן. ווער איז דער וואס טראכט? ווער איז מחליט אז איך גיי יעצט עפעס טראכטן? אלעס די מוח! די מוח פירט אונז ביי די נאז, מען טראכט נאר וואס די מוח מאכט טראכטן... קיין איין מענטש אויפן כדור העולם האט נאכנישט געטראכט פון עפעס אן דעם וואס זיין מוח האט געוואלט...

צו איז שכל רוחניות? דו זאגסט דאך אליין אז מען קען טאקע אויפכאפן מיט מאשינען ווי די מענטש טראכט, אבער צו זענען די עצם מחשבות רוחניות? אויב עפעס איז עס דמיונות.. נישט קיין 'עכטע' זאכן.. ווען איך חלום למשל פון א נייע פראדוקט וואס איך וויל ערצייגן און פארקויפן, איז די פראדוקט נאך בכלל נישט 'עכט' דא, סך הכל האב איך עס אין מיין דמיון...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:13 pm

· #523196
וואס איז נייעס, מ׳גייט דא איינמאל פאר אלעמאל אויפדעקן די טיפע סודות פון קבלה, טעגטס מיר אריין ווען מ׳האלט ביי די עליות נשמות און קפיצת הדרך..

שמן למאור » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:17 pm

· #523198
רביה''ק זי''ע
וואס איז נייעס, מ׳גייט דא איינמאל פאר אלעמאל אויפדעקן די טיפע סודות פון קבלה, טעגטס מיר אריין ווען מ׳האלט ביי די עליות נשמות און קפיצת הדרך..
נעע... דא גייט מען נאר אויפדעקן די 'הקדמות' צו קבלה... פון דארטן אין ווייטער מוזטו אליין טריפן..

פאר עליות נשמות און קפיצת הדרך, גיי צום סייקעדעליקס אשכול...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:54 pm

· #523204
אקעי, און וואס איז מיט תופס זיין מחשבות און אויסהיילן קראנקע? (פוקד זיין עקרות קען איך שוין 😛 ) סתם פילאזאפירן אין דער וועלט אריין האבן מיר שוין גענוג מי אני אשכולות…

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:02 pm

· #523209
רביה''ק זי''ע
אקעי, און וואס איז מיט תופס זיין מחשבות און אויסהיילן קראנקע? (פוקד זיין עקרות קען איך שוין 😛 ) סתם פילאזאפירן אין דער וועלט אריין האבן מיר שוין גענוג מי אני אשכולות…
ביזט זיך יעצט סותר מיט דיין סיגנאטור סטעטמענט. ווילסט די ׳ריעל׳ טינג אדער נישט?

פאלטשע מופתים רבי׳סטיוועריי האמיר שוין גענוג אשכולות... כ׳מיין צו זאגן חצרות...

שעפטאל » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:31 pm

· #523217
שמן למאור
בעלות, איז טאקע א אויפגעמאכטע זאך... וואס טוישט זיך אין די חפץ אדער אין דיר נאכן האבן די חפץ?
בעלות איז א רעלאטיווע הגדרה. נישט וואס די חפץ איז - נאר ווי ס'איז - אין וועמען'ס דשאריסטריקציע.
רעלאטיווע הגדרות, אזוי ווי מלכות (על עם), אדנות (על עבד), אישית.

[ס'קומט מיך ארויף א תאוה צו עפענען א אשכול "וואס מיינט עפעס איז מיין'ס" 🙂 רביה"ק איז גערעכט כ'ווער אינספארירט פון די גאנצע לייבערי'ס וואס מי אני האט ארויס אזוי קלאר, כ'וויל אויך זיין א אזא ידען - אבער כ'קען גאר ווייניג.]

דיינע ווערטער: סך הכל איז עס א סאושל קאנטראקט וואס מיר מענטשן האבן אפגעמאכט אז מען פארמאגט בעלות אויף זאכן.

רעד'סט מן הסתם פון די מושג "ס'איז מיינ'ס" (שלו)
כ'בין נאכנישט קלאר אויב דעס איז אויך אזוי ביי "רשותו" (דשאריסטריקשען), וואס דאס האט א גנב אויך [יא, רשות איז א חלק פון בעלות, אויב דעי חלק פעהלט, קען מען עס נישט מפקיר זיין, מקדיש זיין וכו' עיין בב"ק גנב זה וזה אינו יכול להקדיש. זה משום שאינו שלו, וזה משום שאינו ברשותו]
שמן למאור
חיות, און נפש, איז די זעלבע זאך, אכ"פ וויאזוי מיר קוקן עס אן. איך זע בכלל נישט קיין סיבה צו זאגן אז ס'איז דא א 'עכטע' איך, אויזער מיין גוף, אטעמען, טראכטן, און געפילן. ווער איז דער וואס טראכט? ווער איז מחליט אז איך גיי יעצט עפעס טראכטן? אלעס די מוח! די מוח פירט אונז ביי די נאז, מען טראכט נאר וואס די מוח מאכט טראכטן... קיין איין מענטש אויפן כדור העולם האט נאכנישט געטראכט פון עפעס אן דעם וואס זיין מוח האט געוואלט...

צו איז שכל רוחניות? דו זאגסט דאך אליין אז מען קען טאקע אויפכאפן מיט מאשינען ווי די מענטש טראכט, אבער צו זענען די עצם מחשבות רוחניות? אויב עפעס איז עס דמיונות.. נישט קיין 'עכטע' זאכן.. ווען איך חלום למשל פון א נייע פראדוקט וואס איך וויל ערצייגן און פארקויפן, איז די פראדוקט נאך בכלל נישט 'עכט' דא, סך הכל האב איך עס אין מיין דמיון...
וואס איז די נקודת המחלוקת?

איר האט א אנדערע מהלך אז רוחניות איז 3D אין פלאץ? אזוי ווי איר שרייבט: אבער ווען עס קומט צו אונזער רוחניות, רעדן מיר יא קלאר פון 'זאכן' וואס געפינען זיך אויף פלעצער. א שטייגער ווי גאט, וואס ער איז 'עפעס' וואס וויל זאכן, און טוט זאכן.

אדרבה פארדעם בין איך דא, ברענגט דעם מהלך, מקורת אדער ביאורים.

ווילט איר הוכחות אז ס'עקזעסטירט מציאות'ען וואס זענען נישט 3D?

מיסטישע זאכען קען מען נישט אויפווייזען, מ'קען זיך נאר טענה'ען... [און מיינע ווערטער לגבי בעלות איז אויך נישט פאר אייך]

אין דעם אשכול בין איך דא צו וויסן פון מהלכים ווי אזוי מ'טייטש אפ רוחניות (-הקדמה צו פארשטיין קבלה) נישט: אויב קבלה און רוחניות זענען אמת (אויף דעם האבען מיר דאך דעם קלארן דעת תורה פון רביה"ק - כ'מיין דעם ניק 🙂 שליט"א

למעשה, די טענה איז אויף מיך.
כ'האב נאר מסביר געוועהן וואס רוחניות איז נישט, אבער נישט וואס ס'איז יא.
אנשטאט דעם שרייב איך אז מ'קען עס נישט פארשטיין (השגת המהות) מ'קען נאר וויסן די מציאות
[זעה קוואנטום פיזיקס וויפיהל אומזיסטע קריטיק דער פותח באקומט, ומהאי טעמא.]

כ'דארף אפשר ברענגן מער הקדמות [כ'צווינג דאך קיינעם נישט עס צו ליינען... אויב האט איר ליב מיסטישע זאכען עיין אין מיסטיש.]

שעפטאל » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:53 pm

· #523220
בְּתוֹךְ עַמִּי
רביה''ק זי''ע
אקעי, און וואס איז מיט תופס זיין מחשבות און אויסהיילן קראנקע? (פוקד זיין עקרות קען איך שוין 😛 ) סתם פילאזאפירן אין דער וועלט אריין האבן מיר שוין גענוג מי אני אשכולות…
ביזט זיך יעצט סותר מיט דיין סיגנאטור סטעטמענט. ווילסט די ׳ריעל׳ טינג אדער נישט?

פאלטשע מופתים רבי׳סטיוועריי האמיר שוין גענוג אשכולות... כ׳מיין צו זאגן חצרות...
זעה די פירוש רש"י אויף דברי רביה"ק: כלומר שגם פיליסופיה אינו אמת.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:58 pm

· #523221
שעפטאל
אין דעם אשכול בין איך דא צו וויסן פון מהלכים ווי אזוי מ'טייטש אפ רוחניות (-הקדמה צו פארשטיין קבלה) נישט: אויב קבלה און רוחניות זענען אמת (אויף דעם האבען מיר דאך דעם קלארן דעת תורה פון רביה"ק - כ'מיין דעם ניק 🙂 שליט"א
די מענטשן אונטער וועם איך לערן האלטן אז ס'נישט דא אזא זאך ווי "רוחניות" נאר מ'קען אלעס מסביר זיין דורך פיזיקס (פרעג מיך נישט וויאזוי ווייל ס'אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג, אז ס'ארבעט ארבעט עס, וואס גייט מיר אן די הסברים), אפילו די זאכן וואס זיי האבן נישט קיין הסבר ע"פ פיזיקס האלטן זיי אז ס'איז זיכער דא א הסבר נאר זיי ווייסן עס נאכנישט. אויסער אז מ'וועט reinterpret'ן "רוחניות" און מ'וועט ארויפקלעבן דעם לעבל אויף יעדע electromagnetic charge וואס מ'קען נישט זעהן, אפשר איז static electricity "רוחניות"? אפשר זענען געפילן "רוחניות"? די לעבל איז נישט אזוי וויכטיג ווילאנג מ'איז אויפריכטיג איבער וואס מ'רעדט. צו ס'איז "אמת" צו נישט איז נישט אזוי ווייט נוגע, וואס איז נוגע איז וואס מ'קען טוהן דערמיט, אויב קען מען פראקטיש גארנישט טוהן דערמיט איז עס סתם אן אויגן פארבלענדעניש.

ארנאני » פרייטאג אפריל 28, 2023 4:20 pm

· #523226
רביה''ק זי''ע
וואס איז נוגע איז וואס מ'קען טוהן דערמיט, אויב קען מען פראקטיש גארנישט טוהן דערמיט איז עס סתם אן אויגן פארבלענדעניש.
וואס מיינט טהון אז מ'זאל זאגן דעראויף אז עס הייסט טהון? וואס געט די ווערד פאר עניטהונג איז, די אייגענע וועליא וואס די אינווידאל עסיינעט צי א געוויסע פענאמענע.

שעפטאל » פרייטאג אפריל 28, 2023 6:13 pm

· #523248
צוריק צום פוינט הקדמה צו פארשטיין קבלה

בעזה"י קומעדיגע הקדמות וועלען זיין

הקדמה. דאס וואס איז נישט אין פלאץ איז אויך נישט אין צייט
(שטומט מיט איינשטיין'ס טעאריע אז פלאץ און צייט זענען די זעלבע זאך נאר ס'שטעלט זיך אויס אנדערש.)

הקדמה. יעדע זאך וואס איז דא אויף איין עולם איז דא אין יעדע עולם [נאר ס'שטעלט זיך אויס אויף א אנדערע אופן]

הקדמה. גשמיות'דיגע משלים אויף רוחניות'דיגע זאכן, ווי אזוי צו זיכען דעם נמשל?
עיין תחילת מורה נבוכים (שעפטאל געבט מראה מקומות אלס הכנה לשיעור)

הקדמה. אויף דעי וועלט איז נישט דא קיין נשמה, די אופן פון די נשמה אויף דעי וועלט איז - א לעבעדיגע גוף
[ס'איז א אמת'דיגע שיטה. כ'לייג עס אריין סתם ענק אנצודרייען]

דערנאך וועט מען זיך אפשר נעמען צו קבלה אליין...

די ביישפילען, און מראה מקומות וועלען נאכקומען

שמן למאור » פרייטאג אפריל 28, 2023 6:25 pm

· #523249
רביה''ק זי''ע
אקעי, און וואס איז מיט תופס זיין מחשבות און אויסהיילן קראנקע? (פוקד זיין עקרות קען איך שוין 😛 ) סתם פילאזאפירן אין דער וועלט אריין האבן מיר שוין גענוג מי אני אשכולות…
תופת זיין מחשבות ארבעט טאקע נישט אלעמאל.. אבער עס ארבעט אויף אן אויפן אז מען טוט גאר א מאדנע זאך.. און דערנאך איז מען תופס די מחשבה פונעם חסיד אז ער טראכט, "וואס איז פשט אז די רבי טוט אזא זאך"? וכדומה..

אויסהיילן קראנקע ארבעט אזוי, מען וואונטשט טעגליך אן צענדליגע קראנקע מענטשן אז זיי זאלן ווערן געזינט. צווישן די אלע זענען טאקע דא די וואס ווערן געזינט, טייל מאל אפילו עס האט אויסגעזען אנדערש. דערנאך וועלן די פאר מעשיות פארשפרייט ווערן און יעדער וועט וויסן אז די קענסט אויסהיילן קראנקע מיט דיינע ברכות, און אזוי וועלן די הונדרעטע מענטשן וואס ווערן נישט אויסגעהיילט פון דיינע ברכות טראכטן אז זיי זענען בלויז די יחידים וואס די שטן איז געשטאנען אין וועג.. און די גזירת המקום איז ליידער געווען אנדערש.. וכ' וכ'...

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 29, 2023 9:34 pm

· #523260
לאמיר זיך האלטען צום ענין
אזוי ווי הרב שמן שרייבט אין זיין הערליכען אשכול שו"ת אין ביקורת המקרא
שמן למאור
רביה''ק זי''ע
און וואס איז שלעכט מיט די תירוץ פון די צוויי גירסאות? אז מ'קען גיין גראד פארוואס גיין קרום?
רביה"ק, די אשכול איז געווידמעט פאר די מאמינים בתורת משה וואס גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני און משה האט עס געשריבן ווארט ביי ווארט מפי הגבורה. די אשכול איז געמאכט אויסצושמועסן תירוצים אויף קשיות וואס מען האט אליינס, אדער מען הערט פון אנדערע. קענסט דרייען א קאפ אין אנדערע אשכולות, איך בעט אז מען זאל זיך האלטן דא צום אקטועלן נושא. ביטע נאר קשיות און תירוצים אויף די פסוקים זעלבסט.
אזוי אויך דא
שכוח

סקעפטיקער » מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:31 pm

· #523265
די ראב"ד אויפן רמב"ם (הל' תשובה פ"ח הל' ב) לערנט אז מלאכים האבן א גוף גשמי

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:46 pm

· #523268
שעפטאל
לאמיר זיך האלטען צום ענין
אזוי ווי הרב שמן שרייבט אין זיין הערליכען אשכול שו"ת אין ביקורת המקרא
שמן למאור
רביה''ק זי''ע
און וואס איז שלעכט מיט די תירוץ פון די צוויי גירסאות? אז מ'קען גיין גראד פארוואס גיין קרום?
רביה"ק, די אשכול איז געווידמעט פאר די מאמינים בתורת משה וואס גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני און משה האט עס געשריבן ווארט ביי ווארט מפי הגבורה. די אשכול איז געמאכט אויסצושמועסן תירוצים אויף קשיות וואס מען האט אליינס, אדער מען הערט פון אנדערע. קענסט דרייען א קאפ אין אנדערע אשכולות, איך בעט אז מען זאל זיך האלטן דא צום אקטועלן נושא. ביטע נאר קשיות און תירוצים אויף די פסוקים זעלבסט.
אזוי אויך דא
שכוח
בקיצור, די מטרה פון דעם אשכול איז סתם ארומצוחושן מיט אוננות אינטלקטואלית, נישט אויף ארויסצוהאבן און פארשטיין עפעס, קיבלתי.

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:53 pm

· #523270
שכוח ר' סקעפטיקער פאר האלטן ווארט און ברענגן מקורות 🙂

כ'מיין אז ס'איז נישט קיין סתירה.
ס'האט צעטוהן מיט איין ווארט: התלבשות.
אבער אליהו (מלאך, צו נשמה) זייענדיג אין א גוף איז נישט רוחני

פונקט ווי מ'זאגט אלעס אין די וועלט איז נאר אלקות, מיינט מען צו זאגן אז גאט איז גשמיי? מ'רעד פון התלבשות אלקות בסדר השתלשלות

די העכערע עולם איז די זלעבע זאך נאר אויף א אנדערע אופן
די שאלה איז נאר: פון וועלכע דרגא און אראפ הייסט גשמיי

כ'האף מער מסביר צו זיין ביי די הקדמות
אויף דעי וועלט איז נישט דא קיין נשמה, די אופן פון די נשמה אויף דעי וועלט איז - א לעבעדיגע גוף
און
יעדע זאך וואס איז דא אויף איין עולם איז דא אין יעדע עולם [נאר ס'שטעלט זיך אויס אויף א אנדערע אופן]

סקעפטיקער » מוצ"ש אפריל 29, 2023 11:13 pm

· #523274
שעפטאל
די שאלה איז נאר: פון וועלכע דרגא און אראפ הייסט גשמיי
גשמי איז יעדע זאך וואס איז פיזיש, ד.מ. אלעס וואס מיר קענען און ווייסען

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 29, 2023 11:41 pm

· #523277
סקעפטיקער
שעפטאל
די שאלה איז נאר: פון וועלכע דרגא און אראפ הייסט גשמיי
גשמי איז יעדע זאך וואס איז פיזיש, ד.מ. אלעס וואס מיר קענען און ווייסען
גאט איז פיזיש?
איר מיינט צו זאגן יעדע זאך וואס אונז ווייסען איר עקזיסטענס הייסט פיזיש?
אויב אזוי אפי' פנימית דאדם קדמון איז פיזיש, ווייל מ'קען עס משיג זיין דורך סוף מעשה במחשבה תחילה
און נאר העכער פון צמצום איז רוחני.

איר מיינט לכאו' עפעס טיעפער, ביטע זייט מסביר

כוואליעס » זונטאג אפריל 30, 2023 12:03 am

· #523279
קודם כל שכוח הרב המקובל שפטאל שליטא, די הקדמות דא זענען הערליך קי"פ אי"ט א"ן

איך אמאל געהערט א שיינע הגדרה איבער די חילוק פון רוחניות און גשמיות,
ווען אדם הראשון איז ארפגעקומען אויף די וועלט און זיך אומגעקוקט האט ער אינמיטן געזען ווי עס הייבט אן צו רעגענען פון הימל וואסער, ער זעט פאר זיך ווי עס קומט אראפ פון הימל וואסער, ער קען דאס מקבל זיין אין א כלי, עס איז א מציאות וואס ער קען פילן, שפעטער האט ער געפילט ווי עס בלאזט א ווינט, ער פילט ווי לופט האקט זיך אריין אין אים, עס שאקאלט די ביימער אבער ער קען עס נישט זען, ער ווייסט נישט וואס דאס איז, ער ווייסט אבער אז דאס עקזיסטירט, האט ער אנגערופן אלעס וואס ער קען פילן\מקבל זיין\ ארומנעמען האט ער אנגערופן 'גשמ'יות א לשון פון רעגן, און אלעס וואס ער קען נישט אנטאפן אבער ער ווייסט אויף זיכער אז דאס עקזיסטירט האט ער אנגערופן 'רוח'ניות א לשון פון א ווינט

סקעפטיקער » זונטאג אפריל 30, 2023 12:56 pm

· #523302
שעפטאל
סקעפטיקער
שעפטאל
די שאלה איז נאר: פון וועלכע דרגא און אראפ הייסט גשמיי
גשמי איז יעדע זאך וואס איז פיזיש, ד.מ. אלעס וואס מיר קענען און ווייסען
גאט איז פיזיש?
איר מיינט צו זאגן יעדע זאך וואס אונז ווייסען איר עקזיסטענס הייסט פיזיש?
אויב אזוי אפי' פנימית דאדם קדמון איז פיזיש, ווייל מ'קען עס משיג זיין דורך סוף מעשה במחשבה תחילה
און נאר העכער פון צמצום איז רוחני.

איר מיינט לכאו' עפעס טיעפער, ביטע זייט מסביר
גאט "קענען" מיר נישט, מיר קענען האלטן אז ער עקזיסטירט מכח הוכחות, אבער מיר ווייסן נישט וואס ער איז בכלל
יעדע זאך וואס מיר קענען איז צוזאמגעשטעלט פון Matter און energy וואס דאס איז גשמי

שעפטאל » זונטאג אפריל 30, 2023 1:17 pm

· #523304
כוואליעס
קודם כל שכוח הרב המקובל שפטאל שליטא, די הקדמות דא זענען הערליך קי"פ אי"ט א"ן
שכח!!
קיין מקובל בין איך נישט, אבער הינגעריג פאר הבנה בין איך, בעיקר: איך פֵּגֶר פאר לייק'ס 😃 ס'מאכ'ט מיך פיהלען אז..
מיין 2 שעה שרייבן און מעקן איז געוועהן ווערד

די נושא פון לייק'ס איז שוין אויסגעשריבן אין ק"ש אפאר מאל. כ'וויל עס איבערשרייבן מיט פערזענדליכע דעטאלען

זייענדיג אן אנטוואריסט בטבע, האב איך אביסל נושאים וואס זענען נישט בארירט געווארן דא, כ'פראביר אויס, און לויט די לייק'ס ווייס איך אויב כ'זאל גיין ווייטער אדער קיינער איז נישט אינטרעסירט
אבער דאן קומען אריין די דאיט'ס, אפשר רעד איך נישט צום זאך, אפשר איז די שרייבן נישט קלאר, אפשר באלמיטשע איך סתם די מענטשהייט מיט אומ'אינטרעסאנטע ענינים.

כ'שרייב דא זייט לעצטע וואך מאנטאג
מיין שטופ איז געוועהן אז די לייק'ס האבען ארויף פון 60 צו 119
[מיין לאי סעלף עסטיעם שטופט מיך צו קוקן יעדע'ס מאל וועלכע תגובות זענען געלייקט, ווער ס'לייקט, א.א.וו.]

ווען 2 חברים האבען זיך גענומען האק'ן ווערטליך אויף די חשבון פון מיינע אויסגעהארעוועטע קבלה הקדמה [שוין עוסק אין דעם נושא איבער 7 יאהר] אז מ'פאהרט שוין באלד צו קפיצת הדרך.. (יא, כ'האב געלאכט.. אבער) כ'האב אפגעמאכט נישט צו גיין ווייטער דערמיט, פיהלען'דיג ווי א מגי"ש וואס רעד צום לאמפ.
דערנאך האבען אריינגעקומען די גוטהארציגע לייק'ס און מיך געוויזען, כ'האב פארוועם צו שרייבען.

ס'איז ראטזאם צו לייק'ן יעדע'ס מאל א תגובה ברענגט ארויף א שמייכל, געבט מער נאלידש, וכדו'. הכרת הטוב ברענגט מער דערפון.

ווען איך זעה א מי אני אשכול (ווען מיין IQ לעוועל ערלויבט מיך עס צו פארשטיין..) כ'וויל עם געבן אסאך מער ווי א לייק. מיין הארץ שטעכט צו זעהן ווי ער ציהט אמאל ארויף אפאר קארגע לייק'ס.
אבער שכוח הרב מי אני פאר וויסען דיין מעלות, און ווייטער דערליווערען!

ס'וועט נאך קומען דעם טאג וואס די טרענד פון ק"ש וועט זיין נישט אבי צו לאכן - נאר צו וויסן
פון דיינע אשכולות וועט יעדער געניסן און שמיסען
דיינע לייק'ס וועלען ארויפשיסן
תגובות און שאלות וועלען אריינפליסן
אבער מי יודע אויב מי אני וועט נאך זיין דא די סוגיות אויפצושליסן!

שעפטאל » זונטאג אפריל 30, 2023 1:30 pm

· #523305
סקעפטיקער
גאט "קענען" מיר נישט, מיר קענען האלטן אז ער עקזיסטירט מכח הוכחות, אבער מיר ווייסן נישט וואס ער איז בכלל
יעדע זאך וואס מיר קענען איז צוזאמגעשטעלט פון Matter און energy וואס דאס איז גשמי
מ'זעהט אסאך מאל פון אייערע תגובות אז:
הרב סקעפטיקער רעדט נישט (אלעס) וואס ער ווייסט - ער ווייסט וואס ער רעדט!!

ביטע שענקט אונז פון אייער צייט, גייט אריין אין קלארע דעטאלן
תאבים וצמאים לשמוע דבריך הנעימים וברורים!

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג מאי 1, 2023 2:09 pm

· #523425
קיעפ איט אפ!
שעפטאל
תאבים וצמאים לשמוע דבריך הנעימים וברורים!

כוואליעס » מאנטאג מאי 1, 2023 9:37 pm

· #523466
סקעפטיקער
שעפטאל
סקעפטיקער
שעפטאל
די שאלה איז נאר: פון וועלכע דרגא און אראפ הייסט גשמיי
גשמי איז יעדע זאך וואס איז פיזיש, ד.מ. אלעס וואס מיר קענען און ווייסען
גאט איז פיזיש?
איר מיינט צו זאגן יעדע זאך וואס אונז ווייסען איר עקזיסטענס הייסט פיזיש?
אויב אזוי אפי' פנימית דאדם קדמון איז פיזיש, ווייל מ'קען עס משיג זיין דורך סוף מעשה במחשבה תחילה
און נאר העכער פון צמצום איז רוחני.

איר מיינט לכאו' עפעס טיעפער, ביטע זייט מסביר
גאט "קענען" מיר נישט, מיר קענען האלטן אז ער עקזיסטירט מכח הוכחות, אבער מיר ווייסן נישט וואס ער איז בכלל
יעדע זאך וואס מיר קענען איז צוזאמגעשטעלט פון Matter און energy וואס דאס איז גשמי
https://youtu.be/lfWk6DRVZ0k

בנימין » דינסטאג מאי 2, 2023 9:20 am

· #523498
יישר כח שעפטאל, עס איז מיר זייער אינטערעסאנט צו ליינען וואס דו שרייבסט אין די נושאים. איך בין שוין נייגעריג צו הערן ווייטער.

שמן למאור » דינסטאג מאי 2, 2023 3:10 pm

· #523517

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג מאי 2, 2023 5:51 pm

· #523531
שמן למאור
מיט די ריכטיגע אפטייטש פון ׳אמונה׳ שטימט גאר גוט וואס ער זאגט...
׳גלייב׳ נישט (השגת המהות) אין עפעס וואס דו ׳ווייסט׳ (ידיעת המציאות) נישט. ווייל ס׳ידוע מפי ספרים וסופרים אז אויף ׳מציאת׳ הבורא דארף מען נישט קיין ׳אמונה׳ ווייל דאס איז מושג בחוש, מיט די כח האמונה פון א איד קען ער זוכה זיין צו משיג זיין דעם בורא אליין.

אין אנדערע ווערטער, ס׳מאכט נישט קיין סענס צו וועלן ארויסהאבן עפעס איידער דו ווייסט צו די זאך עקזיסטירט בכלל

שעפטאל » זונטאג מאי 7, 2023 4:06 pm

· #523949
הקדמה צו פארשטיין קבלה
חלק ג'

הקדמה. ווער ס'איז נישט אין פלאץ איז אויך נישט אין צייט.

אונז לעבן אין אזא מין באבל פון פלאץ און אונז שטייען אינטער דעם פארענדיגע באן פון צייט. משא"כ רוחניות איז נישט אין פלאץ און צייט.
פאר אילסטראציע קען מען פראבירן ווירטל ריעליטי. מ'גייט איבעראל און מ'בלייבט אויף איין פלאץ.

די הסבר פון זמן ומקום פארשטיי איך נישט, כ'ברענג נאר די טרוקענע ווערטער:
די פיליסופישע הסבר. אז צייט האט צעטוהן מיט תנועה, אויב גארנישט טוישט זיך נישט ביי דיך ביסטו אינדערויסן פון צייט. עפעס וואס איז אין א פלאץ קען זיך בהכרח טוישען.
די איינשטיין טעאריע. פלאץ מיט צייט איז די זעלבע זאך נאר אין א אנדערע אויפן, [ווי ווייניגער מ'ניצט פון די פלאץ אלס מער האט מען עס אין צייט, און אזוי קומט מען אהן צום מושג פון "טיים מאשין"] ע"כ

[איי מ'טרעפט צייט אין רוחניות ווי א עת רצון ביי חצות, וכדו'?
עת רצון מיינט נישט א צייט וואס די אייבישטער איז אין א גוטע מאד... ס'איז א צייט וואס אונז קענען האבן שייכות מיט די רצון העליון וואס איז אייביג דא.
אין אנדערע ווערטער. אונז זענען אזוי ווי א הענטשעך וואס קען אמאל זיין אויף די רעכטע האנט און אמאל אויף די לינקע האנט, די פלאץ פונעם הענטשקע טוישט זיך, אבער די רעכטע האנט בלייבט אלעמאל די רעכטע האנט.
אין איין ווארט: די צייט וואס מ'זעהט ביי רוחניות איז אונזער צייט צו קאננעקטען, אריין טעפּ'ן, אין געוויסע רוחניות'דיגע נקודות. אבער די צייט מאכט גארנישט אויס ביי רוחניות אליין. ס'וועט קלארער ווערן ביי א קומעדיגע הקדמות בעזה"י]

די חזו"א רירט אהן דעם נקודה אין א תשובה (אבער אין די צענזור'טע חזו"א הוצאה פון די גריינעמאן'ס פעהלט עס... ווייל די שאלה דארט קומט נישט נאך זייער "חזו"א סטאנדארט". לכאו' איז עס צו כפירה'דיג לויט זיי)
---

הקדמה. גשמיות'דיגע משלים אין רוחניות'דיגע זאכן. ווי אזוי צו זיכען דעם נמשל

נעם ארויס די נקודה פון צייט און פלאץ.

דוגמאות

הארץ. אין די הארץ פון בארא פארק: ביים הארץ ווירבלט אסאך היות ס'איז א עיקר פונעם גוף.

בלב ים, עד לב השמים: ס'מיינט אינמיטען. ווייל די הארץ איז אינמיטען פון די גוף [לויט אסאך חשבונות איז די פיס איז נישט א חלק פון די גוף, יסוד סיומא דגופא]

קודם. ווען דו הייבסט עפעס אויף, הייבסטו קודם אויף דיין האנט. נישט קודם אין צייט , נאר קודם בתורת מחייב אויפהייבן די הענט איז דער מחייב אז די חפץ זאל זיך צו הייבן.

די אייבישטער איז דער קדמון אלס מחייב פון אלעס [ער איז אפי' דער מחייב פון די נברא וואס הייסט זמן]

שבת איז תחילה למקראי קודש סיי אלס די צייט (מ'האט עס געגעבן צו אונז אין מרה), און סיי אלס מחייב, (ווייל נאר דורך שבת קען זיין אזא מושג ווי ימים טובים.)

פלאץ. מ'קען ניצן דעם ווארט אלס א סטעיט אוו מיינד, [עד שתגיע למקומו]. ס'קען אויך מיינען א מדריגה. ווייל פלאץ קען געזעהן ווערן מיט זיין תכונה פון גבולים, רשיות. ווען דו ביסט דא, ביסטו נישט ערגעץ אנדערש.
אלזא מ'קען זיין אין א פלאץ וואס איז נישט אין פלאץ...
---

הקדמה. אלעס וואס איז דא אין איין וועלט איז דא אין א יעדע וועלט, נאר ס'איז אנדערש לויט די כללים פון יענע עולם

א קליינע הקדמה אין די הקדמה.

די תורה גייט מיט פיר אנדערע וועגען, פשט רמז דרוש און סוד. די גר"א שרייבט אז ס'איז נישט סתם אנדערע וועגן פון אפטייטשען די תורה, ס'איז בעצם די זעלבע וועג. נאר אויף א אנדערע פארנעם. פשט איז די נידריגסטע וועג און סוד איז די העכסטע. עכ"ד

לאמיר אייך געבן א ביישפיל. מצות יבום. די נאמען פון ברידער וואס האט געשטארבן אהן קינדער זאל נישט ווערן פארגעסן.
אין פשט איז עס א מעשה ביאה על שם די ברידער (ס'קען אפי' זיין די ביאה ראשונה וואס איז נישט מוליד)
אין רמז. די קינד וועט הייסן נאך אהים.
אין סוד. די נשמה פון די ברידער וועט אריינגיין אין דעם קינד.
אלס איז די זעלבע געדאנק: זיין נאמען זאל נישט פארגעסן ווערן, נאר אין יעדע עולם שטעלט זיך עס אויס לויט יענע מצב און דרגא.

וואס מיינט קדושה? אין פשט. אפגעטיילט פון יעדעם צו זיין מיוחד פאר עפעס (תוס' קידושין ב: ). אין סוד. מרכבה לשכינה. ס'איז בעצם די זעלבע זאך, אין הקב"ה שורה אלא על דבר הבטל אליו. [עיין פירושי הזוהר על המימרא פני אדון ה' דא רבי שמעון]

יעצט צוריק צום ענין

די באשעפער האט אלעס באשאפען מאין ליש, אבער נישט גלייך צו גשמי. די גאנצע וועלט איז קודם באשאפען געווארען אין א רוחניות'דיגע וועג. און ס'ווערט נשתלשל ממדריגה למדריגה אין די פארעם פון אסאך עולמות [אהן א שיעור],

[אין יעדע עולם ווערן די פרטים מער ארויסגעברענגט מכח אל הפועל, ווייל ווי ווייטער פון די מקור אלס מער פירוד איז דא. די העכסטע מדריגה איז אחדות הפשוט, די ווייטסטע וועלט איז עלמא דפרודא]

איינס פון די סטעידשעס פון די וועלט איז תורה.[הסתכל באורייתא וברא עלמא מיינט נישט אז די תורה איז סתם די בּלא פּרינט, נאר אונזער וועלט איז די תורה אויף א אנדערע אופן. דורך די הסתכלות אין די תורה האט די תורה ארויסגעברענגט פון זיך א קלענערע ווערסיע וואס איז נידריגער אין ראנג.]

פארדעם איז פשוט אז ס'קען נישט זיין אז עפעס וואס איז אויף דעי וועלט איז נישט אין די העכערע וועלטן, ס'קומט דאך פון דארט. [פונקט ווי א קערנדל פון א עפל קען נישט ארויסגעבן א טרויבן בוים].

לדוגמא מדת הדין. נישטא קיין עולם וואס האט נישט קיין דין, די שאלה איז נאר וואס איז די סטאטוס פון דעם מדה אין יעדע עולם. לאמיר גיין פון אויבן אראפ. אין די העכסטע פלאץ איז עס אין די פארעם פון צמצום. דערנאך, בינה, גבורה, הוד, ביי די נידריגסטע פלאץ איז עס עלמא דפרודא. אלעס איז די זעלבע דין אין א אנדערע צורה.
---

נ.ב. פאר מ'גייט אוועק פון דעם אשכול, לאמיר נעמען א נקודה און טרעפען די זעלבע נקודה אין א העכערע פלאץ

וואס זענען די כללים פון קירוב, העלפען איינער וואס סטראגלט אין אידישקייט? [קירוב איז אויך אויף זיך אליין, די וועג ווי אזוי מ'רעדט צו זיך]

מ'קומט מיט ליבשאפט, נישט מיט גבורה. (אוהב את הבריות ומקרבן לתורה.)
דעס איז כולל נאך 2 פרטים.
1. מ'קאנצעטרירט זיך אויף די גוטע נקודות אין אהים, און מיט דעם דיעל'ט מען [מ'בויעט עס מער דורך די ליבשאפט]
2. מ'איז נישט מקפיד ער זאל זיין פונקטלעך אויף די ריכטיגע סדר, נאר ער טוהט וואס ער קען יא דערווייל.

ביי שבירת הכלים האט די רבוש"ע פונקטלעך אזוי געטוהן.
ער האט געקומען מיט די שם מ"ה החדש וואס איז דוקא חסד, נישט אזוי ווי ביז דאן וואס ס'איז געוועהן עלה ברצונו לבראו במדת הדין
1. מ'האט זיך קאנצעטרירט אויף די גוטע חלקים פון די אורות וואס זענען נאך דא - נישט אויף די איבריגע חלקים, [און מיט די שם מ"ה האט מען עס צוריק אנגעהויבן צוזאם שטעלן]
2. היות די כלים קענען נישט אויסהאלטען אז ס'זאל זיין די ריכטיגע סדר בחד סמכא (-אלע ספירות איינס אינטער דעם אנדערען) איז עס בתלתא קוין (-רעכט'ס איז חכמה חסד נצח, לינקס איז בינה גבורה הוד, און אינמיטען איז כתר תפארת יסוד מלכות) און אזוי בלייבט עס ביז דעם תיקון השלם.

המשך יבא..

קייןנאמען » זונטאג מאי 7, 2023 4:54 pm

· #523957

הקדמות love your
you have it all figured out קירוב I'm sure you are doing