☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר

נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16113

היכי דמי » מיטוואך אפריל 26, 2023 7:16 pm

· #522849
נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
די בארימטע בעל מנגן שמואלי אונגאר האט געמאלדן אז ער הייבט אן א נייע אידישע פאדקעסט מיט די נאמען ״שמואלי קעסט״

אויף איי וועלט רייסט מען עס שוין אונטער. איך ווייס נישט פארוואס.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=61937&sid=934484dd4841d757f217ce55d7d9cb35&start=25

פונדאַמענטאַל » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:31 pm

· #522859
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
היכי דמי
די בארימטע בעל מנגן שמואלי אונגאר האט געמאלדן אז ער הייבט אן א נייע אידישע פאדקעסט מיט די נאמען ״שמואלי קעסט״

אויף איי וועלט רייסט מען עס שוין אונטער. איך ווייס נישט פארוואס.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=61937&sid=934484dd4841d757f217ce55d7d9cb35&start=25
טיפישע אייוועלט ויכוחים. א נייע זאך - קיימאל נישט געווען - עס איז א חשש קירבה לTV - רבנים - אונזער השקפה - סכנה פאר די חינוך הטהור וכו'. נישט אינטרעסאנט בכלל וואס אייוועלט קעפ טראכטן.
איין נקודה וועל איך יא זאגן, איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דער מדובר האט צופיל וואס צו פארקויפן אויף א פאדקעסט פארמאט ואכמ''ל.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

מרדכי מרדכי » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:58 pm

· #522871
זע איך טאקע אז אויף אייוועלט האבן מאנכע טענות אויף עפעס וואס איז נאך אפילו נישט ארויסגעקומען.
ווען מיר צונעמען די טענות 1 ביי 1

עטליכע גלייכן נישט דעם פערזאן - זיי מוזן נישט צוהערן.

אנדערע האלטן אז א פאדקעסט ברענגט די דור נענטער צי די גוישע וועלט - דאס האט מען געזאגט אויף אסאך זאכן און עס איז נישט געשען, אלעס ווענדט זיך אין וועלכע דיירעקשן שמואלי גייט עס נעמען.

טייל זאגן אז די פראבלעם איז אז שמואלי איז א סעלעבריטי ח"ו - נו וואס איז ער שולדיג אז ער איז א סעלעבריטי? מוז ער יעצט בלייבן שטיל לעולם ועד?

עס געפעלט מיך ווי מענטשן באשמוצן עפעס וואס איז נישט גע'אסר'ט אויף א פלאץ וואס קיין איין רב האט נישט מתיר געווען .

מתבודד » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:58 pm

· #522872
איין נקודה וועל איך יא זאגן, איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דער מדובר האט צופיל וואס צו פארקויפן אויף א פאדקעסט פארמאט ואכמ''ל.
ער האט פונקט אזוי סאך צו פארקויפן ווי יעדע צווייטע פאדקעסטער אין די וועלט האט ואכמ"ל...

שערי יושר » מיטוואך אפריל 26, 2023 9:04 pm

· #522875
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
מרדכי. דאס אז וואס די זאגסט אויב זיי האבן א פראבלעם דארפן זיי נישט ציהערן און זיי דארפן נישט בונטעווען. קען מען זאגן די זעלבע ווען די עקסטרעמע טערארעזירן געשעפטס אייגענטומער, צוליב אידישקייט.
אבער סאיז נישט קיין טענה ווייל זיי פארפירן קעגן פריצות אויך פאר יענעם (אדער נאר פאר יענעם)

מרדכי מרדכי » מיטוואך אפריל 26, 2023 9:10 pm

· #522878
שערי יושר
מרדכי. דאס אז וואס די זאגסט אויב זיי האבן א פראבלעם דארפן זיי נישט ציהערן און זיי דארפן נישט בונטעווען. קען מען זאגן די זעלבע ווען די עקסטרעמע טערארעזירן געשעפטס אייגענטומער, צוליב אידישקייט.
אבער סאיז נישט קיין טענה ווייל זיי פארפירן קעגן פריצות אויך פאר יענעם (אדער נאר פאר יענעם)
עס איז טאקע די זעלבע זאך
איך האלט אז עס איז יא א טענה

שערי יושר » מיטוואך אפריל 26, 2023 9:17 pm

· #522880
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
למעשה אייוועלט איז א פארום ווי מען ליפטערט זיך אויס מיטן זאגן מיינונגען.
קען דער איד זאגן אז ער האלט אז סאיז א פראבלעם. ווי לאנג ער רודפט נישט קיינעם.

שפילער » מיטוואך אפריל 26, 2023 11:29 pm

· #522906
שערי יושר
למעשה אייוועלט איז א פארום ווי מען ליפטערט זיך אויס מיטן זאגן מיינונגען.
קען דער איד זאגן אז ער האלט אז סאיז א פראבלעם. ווי לאנג ער רודפט נישט קיינעם.
אבער סאיז טו מאטש , יעדע זאך מיזן זיי מוחה זיין , און די פראבלעם איז אז זיי זענען משפיע ווען זיי זענען מוחה דערשרעקן זיך מענטשן למשל פאריגע וואך האט וועלוועל שמעלצער געהאלטן שיינע אינטערוויוס איינס נאכן אנדערן וועגן מיכאל פליצלינג האט זיך עס געסטאפט און ביי זיין ליל שישי שמיעס האט ער גערעדט פון עים אפשר דריי מיניט און נארמאל וואלט ער זיכער מאריך געווען אבער וויבאלט די אייוועלט מוחים האבן געמיזט מוחה זיין האט ער גענימען א שווייגעניש

שפילער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:16 am

· #522914
[ציטאט אראפגענומען]
וועם גייט עס אן פונקטליך? וועסט האבן נאך א גשמאקע אינטערוויו אויסצוהערן אויפן הייוועי

און דיין צווייטע נקודה , מענטשן כאפן נישט אז למשל שמואלי אונגר קען אויך ליינען אייוועלט און ער ליינט לכאורה, וויזוי דארף ער פילן ווען ער ליינט דעי אלע קריטיק אויף עים?

מתבודד » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:16 am

· #522922
גראדע האב איך לעצטנס געטראפן אויף אייוועלט א ריזיגע הערליכע אינטערוויו וואס זיי האבן אפגעהאלטן מיט שמואלי אונגאר, כ'מוז זאגן, אפילו כ'האב נישט געהאט קיין נערוון צו ליינען די גאנצע איז עס געווען א הערליכן שטיקל און גאר זאפטיג אראפגעלייגט.

הרבי האמיתי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:19 am

· #522932
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
ס'געפעלט מיר ווי די מענטשן וואס האבן א פראבלעם ווען שמואלי טיילט דיעות אין אידישקייט זענען די זעלבע וואס האבן א מיינונג אויף יעדע נייע זאך וואס קומט ארויס
היוצא לנו מזה מען מעג נאר זאגן א מיינונג אויב די מיינונג איז להחמיר און אויב די טאטע האט א שול

Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk

הרבי האמיתי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:26 am

· #522934
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
נאך א נקודה ווען זיי זאגן אז די עצם געדאנק פון א פאדקעסט איז א פראבלעם וואס זיי מיינען באמת איז אז entertainment איז א פראבלעם וואס מען קען אויך ליינען אז מיר טארן נישט זיין entertained אין אנדערע ווערטער די פראבלעם איז אז מענטשן ענדשזויען אבער דאס הערט זיך זייער פארביטערט לייגט מען עס אריין אין שיין קלינגענדיגע ווערטער ווי גויישע זאכן און דאס גלייכן

Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:05 am

· #522937
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
פאדקעסטס זענען זעלבסשטענדיקע voices
אן קיי ןאיינפלוס פון מידיע קאמפאניס, ממילא האבן די פרומע א פראבלעם

צקון לחש » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:54 am

· #522959
עצה טובה פאר א פאדקעסטער וואס וויל דורך מאכן די היימישע עפראוועל אלגאריטאם, צו זיכער מאכן צו דערמאנען אין יעדע עפיזאד די פאלגנדע קאוד ווערטער ווי מער;
- "אונז פשוט'ע מענטשן"
- "אזא שווערע וועלט"
- "אונז האבן אוודאי נישט קיין השגה.. אבער.."
- "יעדער זאל אוודאי פרעגן זיין דעת תורה"
- "דאס אלס קומט פון לערנען גמרא אלץ בחור"
- "נישט אז מ'מוז פארשטיין, אבער ס'קען זיין.."
- "נו, חכמה בגויים תאמין שטייט דאך"
- "ס'איז דאך א צורך הדור פאר די אלע קראנקע און גרושים נעבעך"

גדעון » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:04 am

· #522963
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:24 am

· #522964
הרבי האמיתי
ס'געפעלט מיר ווי די מענטשן וואס האבן א פראבלעם ווען שמואלי טיילט דיעות אין אידישקייט זענען די זעלבע וואס האבן א מיינונג אויף יעדע נייע זאך וואס קומט ארויס
היוצא לנו מזה מען מעג נאר זאגן א מיינונג אויב די מיינונג איז להחמיר און אויב די טאטע האט א שול

Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
ניין, איך האב א פראבלעם מיט שמואלי פאר א פארקערטע ריזען: ביי מיר איז ער אין די זעלבע קאטעגאריע פון מאטי אילאוויטש - ווייל ער גיבט נישט אובאכט וואסערע ווערטער ער זאגט אין זיינע ניגונים. אגב, האט נאך איינער געזעהן דער איוואנדזשעליקעל און פעדאפיליק (סאררי פאר די סלייטלי מיסרעפרעזענטירנדע לעיבל..) יוטיוב קליפ וואס ער האט געמאכט? די אייזקירעים, די קאלערינג פאודערס און דאס שאו-קעיסינג פון די אלע עבודה זרהל'עך און פסלים וואס אכשר דרא'דיגע אידישקייט האט צו פארקויפן?

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:28 am

· #522966
Re: נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר
איך האב עם נישט ליב פשוט אלס זיין פויערישקייט

לייביש לעבאוויטש » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:40 pm

· #522982
צקון לחש
עצה טובה פאר א פאדקעסטער וואס וויל דורך מאכן די היימישע עפראוועל אלגאריטאם, צו זיכער מאכן צו דערמאנען אין יעדע עפיזאד די פאלגנדע קאוד ווערטער ווי מער;
- "אונז פשוט'ע מענטשן"
- "אזא שווערע וועלט"
- "אונז האבן אוודאי נישט קיין השגה.. אבער.."
- "יעדער זאל אוודאי פרעגן זיין דעת תורה"
- "דאס אלס קומט פון לערנען גמרא אלץ בחור"
- "נישט אז מ'מוז פארשטיין, אבער ס'קען זיין.."
- "נו, חכמה בגויים תאמין שטייט דאך"
- "ס'איז דאך א צורך הדור פאר די אלע קראנקע און גרושים נעבעך"
Copyright by Y S Dresdner

צקון לחש » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:51 pm

· #522990
מ'קען מיינען אז איינער צווינגט איינעם צו צוהערן די אדער יענע פאדקעסט..

כוואליעס » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:35 pm

· #523096
די אייוועלט אידן זענען די חברה וואס שעפן זייער חיות דורוך אראפרייסן אנדערע אויף אידישקייט, דאס מאכט זיי זיך פילן פאר א שטערקערע איד, עס איז אזא בחינה פון א סאטמערע ווי מער ער האקט אויף די ציונים אלס א שטערקערע איד איז ער,
מיר באדערט עפעס אנדערש פון אייוועלט, די אדווערטייזינג דאס גייט אויף די נערוון

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 1, 2023 12:59 pm

· #523420
איך דארף מוחה זיין און סארי אויב איך טוה עמיצן וויי, אבער לדעתי פאסט נישט צו ברענגען גארבידזש פון אייוועלט דא, ווער איז נייגעריג? לאז זיי זיין אייוועלט און לאז אונז מנוחה, יא ער האלט זיך גרויס. ניין טאקע, אפילו אויב ס'איז לגנאי, לאז געמאכט! ווען ס'איז איינער וואס האט נישט די אייגענע שיטות הער איך, אבער א געווענליכע ניק וואס דרייט זיך דא דא טראכט פאר זיך, פארמאגט א היבש אפענע סאנרוף וואס קען דערהייבן די היץ פונעם זון.. איז וואו קומט אריין דא בכלל די נארישע "לעבן פאר יענעם, און מ'קען קיינמאל נישט זיין פרומער (ליין: קרומער) פונעם נעקסטן" אייוועלט אהער? ס'איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ!

און נאכדעם באקלאגט מען זיך אז ק"ש האט שוין נישט די שרייבערס ווי אמאל, און די זעלבע טיפע "תוכן" ווי די אלטע אמאליגע סוויטע.. יענס איז געווען קריעטיוויטי אך... צצצ.. היינט? מעע בעע.. האלא ברענג נאך אייוועלט מיינונגען דא אהער.. כ'זאג דיר צו ס'וועט אסאך רייכער מאכן דאס פלאץ.. שכח

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 1, 2023 1:24 pm

· #523422
[ציטאט אראפגענומען]
דארפסט נישט מאכן די מיסטעיק וואס מענטשן וואס האבן קיין נישט אידישע פאדקעסט אין זייער לעבן נישט געהערט מאכן.. לאמיר דיר אויפקלערן, א פאדקעסט איז נישט שייך יא צוגעפאסט נישט צוגעפאסט, א פאדקעסט מיינט סך הכל א אודיא וואס איז ריקארדירט און ארויפגעלייגט אויף די אינטערנעץ. דאס קען זיין אין א פארמאט פון א אינטערוויא, א שמועס פון צוויי צו דריי, א מענטש אליין, און אז דו פרעגסט מיך, אויב וואלט אידיש געווען מער א נאצינאלע שפראך, קען מען ווען אויפסעטן אפאר מייקס ביי קידושים ווי ס'איז דא אפאר געשמאקע שמועסער'ס און מאכן גאנצעטע שאו'ס דערפון וואס איך מיין אסאך מענטשן וואלטן געקליקט דערויף.. ס'קומט אפילו אריין די קאלטע קאטס, מיט די מאטיאש הערינג און מ'שמועסט געמיטליך. ווער האט אפגעמאכט אז א פאדקעסט האט צוגעפאסטע און נישט צוגעפאסטע קאנדידאטן? א פאדקעסט קען זיין סתם א פאברענג, אין א געוויסן זון די מער נישט פראפעשינאל, די בעסער איז עס! פאר די סארט פארמאט. ס'איז נישט קיין נייעס סטעישן, ס'איז א שמועס! וואס נעמט עס שוין צו מאכן א שמועס?

ס'איז דא רעדיא סטייל פאדקעסטס, סעריעס, אינטערוויא, אדער... סתם מ'טשילט, מ'שמועסט און דעציט. וויפיל ס'לאזט זיך. ווי שוין ערווענט, די גרעסטע פאדקעסטער היינט צוטאג מיט שווערע מיליאנען ליסענערס גייט אינגאנצן אויף די מהלך, מ'פארברענגט א צוויי דריי שעה און א פריינטליכע ענווייערמענט, און דו הערסט דיך אונטער.

כוואליעס » מאנטאג מאי 1, 2023 9:34 pm

· #523465
די עיקר פראבלעם פון די גאנצע פאדקעסט מעשה איז אזוי, עס זענען דא אידן וואס א גאנצע לעבן זענען זיי מקריב אויף איין זאך, שוין אנגעהויבן אין ישבה האט ער זיכער געמאכט צו לערנען פלייסיג און זיין די בעסטע בחור, ווען ער האט שוין געטון די געלונגענע שידוך האט ער זיך אריינגעזעצט אין כולל פון צופרי ביז ביינאכט, געזיצן און דורוך'געאקערט גאנץ שלחן ערוך פון דעק'ל צו דעק'ל, אלס מיט איין ציל, אז איין טאג זאל ער קענען ווערן די ווארט זאגער פאר כלל ישראל, ער זאל קענען אראפרייסן און מוחה זיין אויף אלעס וואס שמעקט אים נישט, זאל עס זיין פשוטו של מקרא חומש אדער אפילו מער וויכטיגע נושאים ווי למשל צו מען מעג גיין אויף מירון ל''ג בעומר, פינקט יעצט ווען ער האלט שוין נאך יארן זיך מוסר נפש זיין פאר דעם קומט זיך אן עפעס א זינגער וואס האט הנאה יעדע מינוט פון זיין לעבן, עס פעלט אים נישט גארנישט, און וויל צונעמען די איין זאך פון אים אויף וואס ער ארבעט שוין אזויפיל יאר צו באקומען, ווען דו זאגסט איס עס ווען אפאר יאר פריער וואלט ער אינוועסטירט זיין גאנצע לעבן צו ווערן א זינגער 😂 😂 😂 😂 (יענס געלעכטער)

סאנטיאגא » מיטוואך מאי 10, 2023 3:01 am

· #524219
כוואליעס

Lol
ווי ליפא האט געזאגט ביים לוויה, מיין נישט אז דעם זינגער'ס לעבן גלאנצט און שיינט, פארהאנען זינגער און ענטערטעינערס וואס פעלט זיי אין לעבן מער ווי דער וואס איז נישט בארימט

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג יולי 17, 2023 8:08 pm

· #531650
מעשה שהיה כך היה, איך האב געענדיגט יעצט קוקן זיין פאדקעסט מיט דוד קויפמאן.

שמואלי דעליווערט אסאך בעסערס ווי כ'האב מיר געראכטן ער וועט. הגם ער האקט אסאך אריין שלא בעניין, אבער עטליכע מאל האב איך ליב געהאט וויאזוי די שמועס ציהט זיך ווייטער ווייל ער האקט אריין.

איך בין נישט קיין גרויסע פאדקעסטער צוהערער אבער די שמועס איז זייער לופטיג. לטב, ס'איז געשמאק צו קוקן. ולמוטב, לאמיך הערן מער וועגן זיין מארקעטינג און/אדער זיין מוזיק. אנשטאט דעם איז דא אפאר מינוט וועגן לאו הענגינג פרוט און אפאר מינוט וועגן לערנען גמרא.

דוד קויפמאן האב איך נאך קיינמאל געהערט רעדן, געשריבענע אינטערוויוס מיט איהם האב איך שוין יא געליינט (וועגן מארקעטינג). איך גיי פאר זיין פערזענליכקייט.

איך וואלט נישט געענדיגט א גאנצע עפיזאד מיט שמואלי'ס לופטיגע פערסאנעליטי אליין אהן זיין געבעלענסד מיט דוד'ס טיפע מהות. און מאוד יכול להיות אז אן עפיזאד נאר מיט דוד'ס טיפע מהות וואלט געווען צו בארינג פאר מיר אהן שמואלי'ס לופטיגקייט.

אונטערשטע שורה, איך האב הנאה געהאט.