איך פיר זיך שוין אזוי זייער לאנג, צו האלטן קאפ און וויסן, ווער דער שרייבער איז וכו', עס מאכט א גרויסע חילוק וויפיל איך גליי , און צו פארשטיין וויאזוי ער צו זי קוקן אויף די זאך, אפגערעדט עדיטאריעלס.
רעפארטער פראפילן
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1611
אינטערעסאנט, כ'ליין יעצט די משפחה אין ענגליש פון צוויי וואכן צוריק, זע איך אז איתן קאברע ברענגט אראפ אז די דזשואיש וויק האט געפיטשורט א פראפיל איבער יוסף בערגער און זיי האבן אים אינטערוויוט. איז די ארטיקל אוועילעבל אנליין? קאברע רייסט אונטער בערגער ווייל ער האט געזאגט אז די טיימס איז נישט אנטי-אידיש.
אה גערעכט. שכויח. קאברע שעלט אוועק אז בערגער איז נישט קיין משגיח נאר פלעין א רעפארטער און ווייל ער שרייבט פאר די טיימס קיוט ארטיקלעך מיינט נאך נישט אז די טיימס איז נישט אנטי אידיש.
צוריק צום נושא, מענין לענין באותו ענין, קען איינער שרייבן א פראפיל פון טאמעס פרידמאן, דער וועלט בארימטער קאמענטאטאר אויך פון די ניו יארק טיימס?
און נישט פארגעסן צו פראפאלירן דעם ארכי ליבעראלן, גרויליגן עקלהאפטיגען שנאה כבושה'דיגן פאלשער עקאנאמיסט פאול קרוגמאן. ווען איך זעה נאר זיין נאמען ריטש איך פאר מיינע בלוט דרוקן פילן.
פארפוילט זאל ער ווערן.
פארפוילט זאל ער ווערן.
"ארי שאפירא" איז דער ווייט האוז רעפארטער פאר ען. פי. אר., איך הער כסדר זיינע באריכטן שוין היבשע יארן, האביך געמיינט אז ער איז אן עלטערער סיניאר רעפארטער. ער איז געבוירן אין 1978... א איד, אין נארט דעקאטע, אויפגעוואקסן אין פארטלענד ארעגאן, אומגערישט ליין איך ווייטער דארט אין וויקיפידיע אז:
א וואונדער ען פי אר האט אים אריינגענומען...

On February 27, 2004, Shapiro and longtime boyfriend Michael Gottlieb were married at San Francisco City Hall
א וואונדער ען פי אר האט אים אריינגענומען...

בערגער האט נעכטן ארויסגעגעבן א בוך איבער חסידים. דער בוך הייסט The Pious Ones: The World of Hasidim and Their Battles with America - די ערליכע: די וועלט פון חסידים און זייערע מלחמות מיט אמעריקע. כ'האב עס נארוואס דאונלאודעט אויפן קינדל און כ'האף עס צו ליינען דעם וואך. רעדנדיג פון בערגער איז כדאי צו באמערקן אז דער ארטיקל אין ניו יארק טיימס איבער מחנה רב טוב - היבש פאזעטיוו גראדע - וועלכע איז ערשינען דעם זומער איז אויך געווען פון בערגער און קען צוגעלייגט ווערן צו יאנקל'ס ליסטע.


גם אני מצטרף כ'האב געדאונלאדעד דעם ביכל אויף קינדל. אויב וועל איך ליינען עפעס חידושים וועל'ך שרייבן דא בעז"ה.