☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ודע מה שתשיב (Comeback's)

ודע מה שתשיב (Comeback's)

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16106

איך הער.. » דינסטאג אפריל 25, 2023 5:58 pm

· #522700
ודע מה שתשיב (Comeback's)
מאכט זיך אמאל מ'הערט איינעם ענטפערן/ צריקענטפערן א צווייטען ווי מ'זאגט.. צו די זאך (comeback בלע"ז), זאל עס זיין א סעילסמאן, חבר, אדער סיי ווער אין די טראכסט צי דיר אהה דער האט גוט גענטפערט.

שוין האב איך געטראכט ס'איז דאך ממש א שאד ווען מ'הערט אזאנס נישט צי מיטטיילן מיטן ציבור, אין ברענגען א שמייכל אויפן פנים.

וועל איך אנהייבען, אין אדרבה זאל דער עולם צילייגען.



העניך א יונגערמאן ארויס פון כלול זיצט ביי זיין ערשטע דזשאב אינטערוויא..

בעה"ב: מיט וויפעל ווילסט אנהייבען ?

אנאנים: נישט אינטער $1500 א וואך..

(בעה"ב עפענט אפאר אויגן)

אנאנים: וואס איז ס'איז צי סאך פאר דיר ?

בעה"ב: פאר מיר? ניין, ס'איז צי סאך פאר דיר..

איך הער.. » דינסטאג אפריל 25, 2023 6:08 pm

· #522702
Re: ודע מה שתשיב (Comeback's)
יענקל זיצט קעגען איבער זיין חברותא אין ביהמ"ד פלוצלוג מאכט ער זיך אויף די מויל צי מאכן א גענעץ..

חברותא: נו יענקל דיין מאמע האט דיך נישט אויסגעלערנט לייג די הענט אויפן מויל, די ווילסט מיך איינשלונגען??

יענקל: הא נישט מורא צדיק איך עס נישט קיין חזיר..

איך הער.. » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:20 pm

· #522726
Re: ודע מה שתשיב (Comeback's)
פאציענט: דאקטער ווי נעמסטע מיך?

דאקטער: צי די פריזער

פאציענט: איך בין דאך נאכנישט טויט!!

דאקטער: נו נו אונז זעמער נאכנישט דארט..

איך הער.. » מיטוואך אפריל 26, 2023 2:23 pm

· #522821
Re: ודע מה שתשיב (Comeback's)
חיים יחזקאל פלעגט כסדר משוגע מאכן דעם מקוה איד פון זיין לאקעל שול, און א שיינעם טאג געטס זיך די מקוה איד א רעג אויף..

מקוה איד: זאג מיר חיים יחזקאל די מיינסט איך בין דיין נאר??

חיים יחזקאל: מיין נאר? די ביסט יעדענס נער..

איך הער.. » מיטוואך מאי 3, 2023 6:51 pm

· #523672
Re: ודע מה שתשיב (Comeback's)
נאך א שווערע טאג ארבעט האט יענקל באשלאסן צי גיין אויף א יאגעד (פאנגען), נאך א שטיק צייט איז אים געלאנגען אראפצישיסען א פייגעל, צי זיין שלעכט מזל איז עס אריין געפאלן ביי משה'ן אין בעקיארד,

משה קימט ארויס נאכען הערן א זעץ, נאכען זען דעם פייגעל זאגט ער פאר יענקל, זיי מיר מחול אבער דעס פייגל איז מיינס, שוין האט אוינגעהויבן גיין קולות, יענקל שרייט ס'מיינס!!! משה שרייט ניין ס'מיינס..

נאך א שטיק צייט איז מען געקימען צי א פשרה מ'גייט זיך שטויסען איינע די אנדערע אזוי בין הכרובים וד"ל, אין ווער קען זיך אויפשטעלן ערשט האלט דעם פייגעל, מסכים!

נו משה רופט זיך אן איך וועל שטויסן ערשט און לאמער זען, שוין געט ער אים א שטויס אזוי קע"ה אז יענקל האט ממש געזען דעם כסא הכבוד נאך אזא צען מינוט שטעלט זיך יענקל אויף, זאגט ער נו יעצט איז מיין רייע, זאגט אים משה ניין, יעצט קענסטו האלטען דעם פייגעל..

כרם זית » מיטוואך מאי 3, 2023 9:16 pm

· #523698
און איך האב געמיינט אז א טויטע פייגל לייגט מער נישט קיין אייער.

איך הער.. » מיטוואך מאי 17, 2023 8:25 pm

· #525053
Re: ודע מה שתשיב (Comeback's)
אין א אינטערוויא אויף אמעריקאנע טעלעוויזיע האט ר' מאיר כהנה שטארק גענטפערט אויפן קשיא פארוואס ער האלט אז מען קען נישט מאכן שלום אין לעבען ציזאמען מיט די ארבער.

מאיר כהנה: איך פארשטיי די אראבער'ס אין די אראבער'ס פארשטיין מיך, אבער קיינער פון אינז צוויי פארשטייען נישט דיך.

(ווי צי זאגען איך מיש מיין טאפ די מיש דיינס)