☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א רעבשייע געבעט

א רעבשייע געבעט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16104

תוהו ובוהו » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:02 pm

· #522472
א רעבשייע געבעט
אוי אוי אוי

הייליגער רעבשייע
געב'זשע מיר א מאה

הייזער אין א רייע
אויך קריפטו מטבע

א טעסלע א נייע
דזשירקי א מחיה

קעגן מייז א קמיע
וועק מיך אויף דרייע

קליענטן א חבריא
ארבעטער געטרייע

מיין קאנקורענץ, שמעיה
שיק דם און צפרדע

שאף מיר א שיינע רעיה
אנשטאט מיין מיאוס'ע לאה

א שיקסע, א פרייע
שלעפ מיר ביי דער פאה

א באלדיגע לוויה
פאר'ן פאליציי דער חיה

דער שונא הוי"ה
מיך געטיקעט אנע ראיה

אוי, וואס ס'מערסטע נוגע:
א באנטש 'סעיאטע דישמאיע'!

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:04 pm

· #522473
Re: א רעבשייע געבעט
וואוו!

תרמב » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:35 am

· #522970
😂 😂

דאס האט מיר געקאסט א פיינעם לאך...

גוט איז גוט!

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:43 pm

· #522989
Re: א רעבשייע געבעט
כווייס כל המוסיף גורע
אבער מלאים מצוות כפאפייע

כ'האב שדים ווי אביי
דיעל אויך מיטדעם בעיה

אינאיינוועגס זעהן זונה מאיה
פרימאטשורלי קומען זיי מונע

צו זונדיגן זיי מסייע
כ'וויל ברענגען דעם מעסייע

כ'בין נישט א בעל גאה
ווייסע האר זיי זורע

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 8, 2023 10:06 am

· #524039
נאר כ'בעט דיך, כ'בין קורע
אל השערה אני קולע

כ'בין שוין אלט און כהה
די נסיעות שאטן מיר די ריאה
אַן אלטערנאטיווע פליז זיי קובע

למשל נעם אדמור מפּייע
מקום מנוחתו איה
און זאג, כי בשמחה יצאו
ער איז דער פועל ישועות דער נייע