☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א יסודות'דיגע חילוק פון א מאן און פרוי [ניצלעך פאר שלום בית]

א יסודות'דיגע חילוק פון א מאן און פרוי [ניצלעך פאר שלום בית]

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16103

שעפטאל » מאנטאג אפריל 24, 2023 7:36 pm

· #522465
א יסודות'דיגע חילוק פון א מאן און פרוי [ניצלעך פאר שלום בית]
מענער זענען גרויסע קינדער. אנשטאט פון שפילען מיט א קליינע קאר, און מאנאפעלי געלט, שפילט מען מיט גרויסע טויס. פרויען זענען מער ערוואקסען און קענען קאנצעטרירען אויף בויען די שטיב, די עתיד. [אויב איינער ווייסט די מקור זאל ער ביטע צוצייכענען]
אבער ווען עס קומט צו געפיהל איז פארקערט, א מאן לאכט זיך אויס פון א טשעפע שנעלער און איז נישט אזוי מאָדי, אבער די פרוי איז א קינד אין געפיהל.
ווען א קינד ווארפט א טענדרום נעם עס נישט צום הארצען...
[פארשטייט זיך, ארויסווייזען מיטלייד שאד נישט, אבער מ'דארף זיך נישט צעקראצען פון א קינדערישע געפיהל]

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 24, 2023 7:47 pm

· #522467
מענער האבן אן אריינגעבויטע דעפעקט אז זייער מוח'ס רעכטע זייט ארבעט אפגעטיילט פון די לינקע זייט וואס דאס מאכט אז זיי זאלן טראכטן קרום, פרויענ'ס דיפעקט איז אז זייערע הארמאונען פליט ארויף און אראפ און דאס מאכט זיי אומסטאביל. אויף צו פאראייניגן די צוויי זייטן פונעם מוח איז דא אסאך זאכן וואס מ'קען טוהן, אבער צו באלאנסירן די הארמאונס איז נאר דא איין זאך וואס מ'קען טוהן...

סקעפטיקער » מאנטאג אפריל 24, 2023 7:52 pm

· #522468
רביה''ק זי''ע
מענער האבן אן אריינגעבויטע דעפעקט אז זייער מוח'ס רעכטע זייט ארבעט אפגעטיילט פון די לינקע זייט וואס דאס מאכט אז זיי זאלן טראכטן קרום, פרויענ'ס דיפעקט איז אז זייערע הארמאונען פליט ארויף און אראפ און דאס מאכט זיי אומסטאביל. אויף צו פאראייניגן די צוויי זייטן פונעם מוח איז דא אסאך זאכן וואס מ'קען טוהן, אבער צו באלאנסירן די הארמאונס איז נאר דא איין זאך וואס מ'קען טוהן...
זיי מסביר, און מיט מקורות אויב שייך

דערהויבענע איד » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:09 pm

· #522475
חוץ פון די געפיל מיינעך איז אלעס שטותים מיט לאקשען. מ'לייגט אריין מענער און פרויען אין א באקס, און נאכדעם זאגט מען אז ''אזוי איז די טבע''.

נאך א חילוק איז, אז בדרך כלל זענען מענער שטערקער פיזיש.


הצלחה מרובה!

מאנטריאל » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:12 pm

· #522476
Re: א יסודות'דיגע חילוק פון א מאן און פרוי [ניצלעך פאר שלום
איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן אויב עס איז טאקע אמת דאס אז מען מאכט די מאן און פרוי ווי צוויי אנדערע באשעפענישן האט עס א מקור חוץ פון ספרים וואס דאס קען איך ברוך השם
אויכעט דאס אז א מאן איז דער נותן און א פרוי איז די מקבל איז עס אמת איך הער עס נישט אויף קיין שום פארלעסליך טעריפיסט אדער סייענס בוך און ביי אונז איז עס א דבר פשוט.
גיי פרעג נאר מיין ווייב זי ווייסט אז איך בין דער נותן אלעס וויל זי מקבל זיין.
עס קען דער זיין אז עס איז א פשוט'ע רילעישאנשיפ ווי צוויי מענטשן ביידע געבן און ביידע נעמען.

Sent from my SM-G950W using Tapatalk

בעל אחריות » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:12 pm

· #522477
רביה''ק זי''ע
מענער האבן אן אריינגעבויטע דעפעקט אז זייער מוח'ס רעכטע זייט ארבעט אפגעטיילט פון די לינקע זייט וואס דאס מאכט אז זיי זאלן טראכטן קרום, פרויענ'ס דיפעקט איז אז זייערע הארמאונען פליט ארויף און אראפ און דאס מאכט זיי אומסטאביל. אויף צו פאראייניגן די צוויי זייטן פונעם מוח איז דא אסאך זאכן וואס מ'קען טוהן, אבער צו באלאנסירן די הארמאונס איז נאר דא איין זאך וואס מ'קען טוהן...
דו רעדסט ווען זיי האבן קינדער?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:15 pm

· #522478
דערהויבענע איד
חוץ פון די געפיל מיינעך איז אלעס שטותים מיט לאקשען. מ'לייגט אריין מענער און פרויען אין א באקס, און נאכדעם זאגט מען אז ''אזוי איז די טבע''.

נאך א חילוק איז, אז בדרך כלל זענען מענער שטערקער פיזיש.


הצלחה מרובה!
די אלע יסודות'דיגע הגדרות זענען שטותים והבלים און האבן נאך קיינמאל קיינעם נישט געהאלפן מיט שלום בית, ס'איז פונקט ווי דו זאלסט זיך באציען צו א כינעזער באזירט אויף כינעזע סטיריאוטייפס. איך זאג נישט, סטיריאוטייפס האבן זיך זייער פלאץ, אבער נאך אלע מעשיות זענען מיר אלע די זעלבע בלוט און פלייש וואס לעכצן נאך אביסל אטענשאן און אנערקענונג, די סטיריאוטייפס מאכן אויס ניטאמאל איין פראצענט פון די גרויסע בילד.

לגבי געפילן, אויב געדענק איך גוט שרייבט זי אינעם בוך The Male Brain אז שטודיעס האבן געוויזן אז מענער האבן דורכשניטליך שטערקערע געפילן נאר זיי אונטערדרוקן עס subconsciously (ווייל די מוח'ס רעכטע זייט וואס קאנטראלירט די געפילן איז נישט integrated מיט די לינקע זייט וואס קאנטראלירט די אינטעלעקט), ביי פרויען ווידער ארבעטן ביידע זייטן פונעם מוח צוזאמען דערפאר פליסן זייערע געפילן מער נאטורליך און ס'קען זיך דאכטן אז זיי זענען מער געפיליש.

משה זעקעל » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:18 pm

· #522481
איך זעה נישט קיין שום חילוק צווישן א מאן און א פרוי

שעפטאל » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:19 pm

· #522482
טאקע געהערט די ערשטע חלק [מענער זענען קינדעריש] בשם א משפיע

צוזאמגעדרייט » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:09 am

· #522631
משה זעקעל
איך זעה נישט קיין שום חילוק צווישן א מאן און א פרוי
ווייל דו קוקסט נישט וואו מען טאר נישט...

הקטן » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:33 am

· #522635
צוזאמגעדרייט
משה זעקעל
איך זעה נישט קיין שום חילוק צווישן א מאן און א פרוי
ווייל דו קוקסט נישט וואו מען טאר נישט...
די היינטיגע לגב"ט בליק זאגט דאס דארט קען מען אויך גארנישט זעהן.

מאנטריאל
איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן אויב עס איז טאקע אמת דאס אז מען מאכט די מאן און פרוי ווי צוויי אנדערע באשעפענישן, האט עס א מקור חוץ פון ספרים,
איך הער עס נישט אויף קיין שום פארלעסליך טעראפיסט אדער סייענס בוך און ביי אונז איז עס א דבר פשוט.
גיי פרעג נאר מיין ווייב זי ווייסט אז איך בין דער נותן אלעס וויל זי מקבל זיין.
עס קען דער זיין אז עס איז א פשוט'ע רילעישאנשיפ ווי צוויי מענטשן ביידע געבן און ביידע נעמען.
ווייל דו קוקסט נישט דארט וואו מען דארף.

דא האסטו אן אלטע קלעסיק Men-Mars-Women-Venus

דערהויבענע איד » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:33 am

· #522646
שעפטאל
טאקע געהערט די ערשטע חלק [מענער זענען קינדעריש] בשם א משפיע
כ'בין נייגעריג וועלכע...בכל אופן איז עס נאר אן אפיניען.

פאר סאם ריזען זענען דא משפיעים וואס האלטן אז ס'איז גוט פאר מענער צו ווערן אראפגעקלאפט, אזוי אז די ביסל ביצים וואס ס'איז נאך געבליבן זאל מען זיך אויך אראפקלאפן.

חב''ד הויזן » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:40 am

· #522648
משה זעקעל
איך זעה נישט קיין שום חילוק צווישן א מאן און א פרוי
דו קענסט זען א פרוי זיך שלאגן אויפ'ן פראנט אין אוקריינע? קענסט זען א פרוי זיין א אקטיווע פייערלעשער?

איך האב געזען לאנג צוריק א קליפ ווי א מדינת ישראל מיליטערישע טראק איז אטאקירט געווארן דורך אראבער. די פרוי סאלדאט האט זיך גענומען מאכן יאמערליכע קולות און די מאן האט גענומען צוריק פייטן און רופן פאר בעקאפ...

איך געדענק נאך ווען הילערי קלינטאן האט זיך ציוויינט ווען זי האט אויפגעגעבן די פריימערי פארמעסט צו אבאמא. (זי האט שנעל זיך פארענטפערט אז זי וויינט פאר אמעריקע וואס האט פארלוירן א פאטענציאלע געלונגענע פירער...)

שעפטאל » דינסטאג אפריל 25, 2023 6:04 pm

· #522701
דערהויבענע איד
שעפטאל
טאקע געהערט די ערשטע חלק [מענער זענען קינדעריש] בשם א משפיע
פאר סאם ריזען זענען דא משפיעים וואס האלטן אז ס'איז גוט פאר מענער צו ווערן אראפגעקלאפט,
דערפאר האב איך ארויסגעברענגט די שוואכקייט פון פרויען...
רביה''ק זי''ע
די אלע יסודות'דיגע הגדרות זענען שטותים והבלים און האבן נאך קיינמאל קיינעם נישט געהאלפן מיט שלום בית,
גערעכט! אבער ס'קען העלפען אומדירעקט, [עכ"פ ביי מיך...] זיך נישט פארלירען פון א געפיהל'ישע טענדראם, נישט אננעמען וואס זי זאגט דעמאלס ליטערלי [נאך זירע שטורעמישע ראלערקאסטער, ווייסט זי אויך אז די געוויין אז "קיינמאל" און "אלעמאל" איז שטותים]

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 25, 2023 7:13 pm

· #522706
דאס האט לאו דווקא מיט פרויען, דאס איז אמת ביי מענערישע טענטראמס אויך. 😉

שעפטאל » מיטוואך אפריל 26, 2023 11:13 pm

· #522901
רבותי! ווארענונג!
זייט קיינעם נישט מסביר ווי אזוי פרויען טראכטען
מ'גייט דורעכדעם געוואר ווערען די נאטורען פון דיין בני בית און דיין שלום בית סטאטוס...