☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק

שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16102

היכי דמי » מאנטאג אפריל 24, 2023 6:09 pm

· #522440
שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק
אין בארא פארק האט א כינעזער געקויפט פראפערטי אויף זיבן און פופציגסטע גאס ווי ער פלאנט אויפצובויען א ריזיגע דעוועלעפמענט פון 10 שטאק, אזאנס וואס איז נאכנישט דא אין בארא פארק.

די שכנים האבן זיך צוזאמגענומען אין געמאכט א העפטיגע קאמפיין צו דאס בלאקירן. די וואך איז פארגעקומען א הירינג אין די קאמיוניטי באורד 12 און ווי די עסקנים זאגן איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא ציבור אידן ביי א הירינג.

ליינט מער דא: https://www.boropark24.com/news/residents-deeply-concerned-about-unprecedented-planned-development-ask-for-community-support-at-hearing

זיי האבן טאקע גערעכטע טענות ווי געוווענליך זענען אזעלכע בנינים אויף א עוועניו און נישט אויף א בלאק, און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז.

איך פרוביר נאר טראכטן וויאזוי דאס קוקט אויס פארקערט, ווען גוי'שע שכינים פרובירן צו בלאקירן די אידישע בליענדע געגענטער ווי אונז זענען פארנומען שרייען אז זיי זענען אנטיסעמיטן.

איך הער.. » מאנטאג אפריל 24, 2023 6:33 pm

· #522451
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...

מר. קלונימוס » מאנטאג אפריל 24, 2023 6:34 pm

· #522452
היכי דמי
,און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז. .
איז וויאזוי וויל יענער בויען?

שמן למאור » מאנטאג אפריל 24, 2023 6:59 pm

· #522455
איך הער..
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?

איך הער.. » מאנטאג אפריל 24, 2023 7:15 pm

· #522458
מר. קלונימוס
היכי דמי
,און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז..
איז וויאזוי וויל יענער בויען?
ער פלאנט צי טוישן די zoning

היכי דמי » מאנטאג אפריל 24, 2023 7:18 pm

· #522459
מר. קלונימוס
היכי דמי
,און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז. .
איז וויאזוי וויל יענער בויען?
זיי ווילן עס ריזאונען.

אלע צוזאמען » מאנטאג אפריל 24, 2023 7:28 pm

· #522462
שמן למאור
איך הער..
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אין קיין איינס נישט!
אבי צו בארעדן אידן ווען מען קען.

איך הער.. » מאנטאג אפריל 24, 2023 7:30 pm

· #522463
שמן למאור
איך הער..
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אז דו ווילסט דיך שטעלן אויפן ווארט "וואלקענקראצער" דאן האסט מיך אפגעפרעגט, וואס איך מיין איז א high-rise building וואס איז געווענליך 6 שטאק און העכער. מסודר?

שמן למאור » דינסטאג אפריל 25, 2023 12:59 am

· #522575

וואו אין ניו דזשערסי האבן מיר זיך אריינגעריקט און ארויפגעצויגן 6 שטאקיגע בנינים?

Salford » דינסטאג אפריל 25, 2023 3:44 am

· #522611
וואלקןקראצער
וואס איז וואלקןקראצר

הערשער » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:09 am

· #522640
Salford
וואס איז וואלקןקראצר
cloud rubber

דערהויבענע איד » דינסטאג אפריל 25, 2023 11:11 am

· #522654
שמן למאור
איך הער..
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אויב איז ניו יארק גוט פאר דיר, האסטו א קלאסישע דוגמה ווי מאנסי און מאנרא. 5-6 שטאקעדיגע ביניינים אין א פלאץ ווי אלעס איז געווען 1 פעמעלי הייזער אפגערוקט אפאר פיס איינס פון צווייטן.

שטרומפ » דינסטאג אפריל 25, 2023 3:43 pm

· #522687
Re: שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק
איך הער..
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון איינער וואס בויט אומלעגאל אין א נישט היימישער געגנט. ס'איז כמעט אומעגליך!

וואלווי » דינסטאג אפריל 25, 2023 8:13 pm

· #522711
דערהויבענע איד
שמן למאור
איך הער..
גערעכט, נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס ווען מען גייט אריין אין איינע פון דע שטילע געגנטער אין new jersey ווי היימישע דעוועלאפערס זענען אריינגעקומען אין ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס אן טראכטען א רגע וואס די אפעקט גייט זיין אויפן געגנט אז יעדע צווייטע גוי האט אונז פיינט...
אין וועלכע געגנט אין ניו דזשערסי זענען מיר אריין און ארויפגעצויגן וואלקנקראצערס?
אויב איז ניו יארק גוט פאר דיר, האסטו א קלאסישע דוגמה ווי מאנסי און מאנרא. 5-6 שטאקעדיגע ביניינים אין א פלאץ ווי אלעס איז געווען 1 פעמעלי הייזער אפגערוקט אפאר פיס איינס פון צווייטן.
בארא פארק עצמו יוכיח. מיט יארן צוריק איז בארא פארק געווען א געגנט פון 1-2 פעמילי הייזער, ליידיג פלאץ פון אלע פיר זייטן פון די לאט, גרין און לעכטיג, שיין און פריש. צוביסלעך האבן אחינו בני ברית (נישט כינעזע...) צופליקט א נארמאלע באטעמטע געגנט מיט בויען ריזיגע באמבעס איבערן גאנצע שטאט, פארדעקט די זוהן אויף אייביג, געווארן אן אווערפאפיולעיטעד געגנט, גארבעדזש ליגט ביי די סיידוואלק כסדר, דרייווערס פייפן איינער אויפן צווייטען.

דעמאלטס האט מען אויך פרובירט צו קאמפלעינען, שכנים האבן פרובירט צו ראטעווען זייער וואוין ארט, פון עשירים וואס האבן זיך געוואלט אויפרייסן, פון מוסדות וואס זענען פטור פון הלכות נזקי שכנים, נישט געווען צו וועם צו רעדן, די גאווערמענט איז אונטערגעקויפט פון די עסקנים, און די רבנים לאכן סתם אזוי אין פנים. פאר זעכציג יאר האבן אונזער אייגענע ברידער געבויט א ווארשא געטא סטייל געגנט, מ'טוט עס אין מאנסי מאנרא אויך. נישטא קיין שו"ע נישטא קיין געזעץ.

גוט מארגן כינעזע שכנים. קומט אריין און מאכט אייך באקוועם.

מתבודד » דינסטאג אפריל 25, 2023 8:20 pm

· #522712
וואלווי

גוט מארגן כינעזע שכנים. קומט אריין און מאכט אייך באקוועם.
by now דארף מען שוין זאגן, כינעזע שכנים לאזט מיר איבער פלאץ. (און פארקינג ביטע, אויב מעגליך)

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:45 am

· #522763
היכי דמי
אין בארא פארק האט א כינעזער געקויפט פראפערטי אויף זיבן און פופציגסטע גאס ווי ער פלאנט אויפצובויען א ריזיגע דעוועלעפמענט פון 10 שטאק, אזאנס וואס איז נאכנישט דא אין בארא פארק.
פינעקל איז נישט 10 שטאק? איך פארשטיי אז מ'קען פראבירן מחלק זיין, אבער דיין סטעיטמענט איז אומריכטיג

תנחום » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:54 am

· #522765
פינעקל האט גראדע אויך געהאט א מערכה פאר ווער ס'געדענקט. געוועהן אפילו א טאון האל מיטינג מיט'ן דעמאלסטיגען קאונסילמאן שמחה פעלדער וואס מ'זאגט איז געווארן באצאלט דורכ'ן דעוועלאפער.