☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » דער מוזיק ארעינדזשער ישראל לאם

דער מוזיק ארעינדזשער ישראל לאם

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1610
בלאט: 1 2

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:29 pm

· #38858
דער מוזיק ארעינדזשער ישראל לאם
ישראל לאם, אן ארעידזשער וואס האט שוין בעארבעט און קאנדאקטעט שווערערע טויזנטע ניגונים אין די פארגאנגענע פערגציג יאר מיט א געוואלי
דיגע הצלחה, ווי איינע פון די גרעסטע פראפעסארן אין מוזיק, און גייט נאך אן מיט א שטארקייט ולא נס ליחו

וואס זאגט איר אויף זיין מוזיק?

טראכט » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:35 pm

· #38860
איך גלייך זייער זיינע שטאטע ארענדזשמענטס, אבער די שנעלע צוהט מיר עפעס נישט,

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:44 pm

· #38864
דאס איז זייער אינטרעסאנט, אז טראץ וואס ער איז א אייזן שטארקע ארעידזשער, פארמאגט אבער זיין מוזיק נישט קיין כח המושך, ס'פעלט עפעס אינערליכע טעם. אויך האט ער לפי ידיעתי נישט קיין סך פארברענטע "פענס" ("חסידים" אין מאמע לשון) פאר זיין מוזיק אויף סידיס, אין פארגלייך צו מונה, רובי, און אפילו לאופר

אבער לאמיר זיך נישט נארן, ער איז א ריז אין מוזיק, ס'איז איבעריג אויסצורעכענען זיינע מעלות, ווייל ער איז אן ספק א ריזן פראפעסער אין מוזיק, מ'קען אים מיט רעכט אנרופן דער שטארקסטער ארעינדזשער, יעדע ניגון איז געבויט לתלפיות, ער מאכט פון יעדער סארט ניגון עפעס א זאך, נישט קיין נפ"ק צו ס'איז א גוטע ניגון צו נישט, עס בלייבט נישט לעכעריג, און אלעס וואס קומט ארויס פון זיינע הענט איז א דבר השלם, ס'איז אפגעשפילט , און אבער געשפילט,

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:53 pm

· #38867
הרישא סותר לסיפא.

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:54 pm

· #38870
פארוואס?

gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:33 am

· #38909
he is the best
We all have to admit that Yisroal Lam was always a phenomenal talented band leader. And he was takeh the band leader at most concerts or live performances no difference how big the event.or how small the event. In the 70. 80 90 it was always yisroal lam as the band leader

טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:05 am

· #38915
די לעצטע פאר יאר האט ער זיך ציזאמגעשטעלט מיט די אהרן טייטלבוים ארקעסטרע, און ווי ער פירט אן (קאנדאקט) די בענד ווי אויך שפילט ער צימאל טראמפעט, הערליך שיין! (איך רעד בעיקר פין די שטאטע נגינים, הגם שנעלע איז ער אויך נישט אוועקצימאכן, נאר ס'איז נישט מיין טעיסט פאר א חתונה)

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:46 am

· #38929
אסאך מאל לייגט ער איין א גאנצען מעלאדיא ביים הקדמה...

גלות יוד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:15 pm

· #38992
איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק, ער שפילט לויט די באאק, ער איז נישט קיין גרויסע מחדש, שפילט זיך אסאך ארום מיט סטרינגס כאילו עס קומט אריין ביי יעדע ניגון, ער אררענזשד ווי א יעקע, ער איז נישט out of the box, בקיצור איך האלט ער איז פון די שוואכערע אררענזשערס פון פאריגען דור, פון די היינטיגע רעד איך אפילו נישט זיי זענען גארנישט ווערד, ביי מיר איז דא נאר איינער מאנא.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:43 pm

· #39004
איך בין נישט דער גרעסטער חכם און מבין, און יעדער וואס קען בעסער ווי מיר איז א ג'יניעס.

איך האב זיי אלע ליב. אבער ווען איך הער די אלע מיאמי אלבומ'ס, מנעורי עד היום הזה, קען איך נישט בלייבן גלייכגילטיג און נישט אויסדרוקן מיין באוואונדערונג אויף די מוזיק.
איך פערזענליך ווער משוגע דערויף.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:48 pm

· #39007
ווער אראנדזשירט ביי מיאמי?

טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:10 pm

· #39159
גלות יוד
איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק, ער שפילט לויט די באאק, ער איז נישט קיין גרויסע מחדש, שפילט זיך אסאך ארום מיט סטרינגס כאילו עס קומט אריין ביי יעדע ניגון, ער אררענזשד ווי א יעקע, ער איז נישט out of the box, בקיצור איך האלט ער איז פון די שוואכערע אררענזשערס פון פאריגען דור, פון די היינטיגע רעד איך אפילו נישט זיי זענען גארנישט ווערד, ביי מיר איז דא נאר איינער מאנא.

ניטאמאל א פארגלייך צו מונה, מונה איז א דורכגעווייקטע מיוזישאן, ארנעדזשער, קאמפאזער, זינגער, שפילער אויף א שיינע פאר אינסטראמענטס, און וואס נישט?!!.. איך מיין אז פאר אים פארדינט זיך א באזינדערע אשכול דא

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:39 pm

· #39194
זר זהב
ווער אראנדזשירט ביי מיאמי?


אויף די מיאמי אלבום'ס ארעינדזשן די דריי אלטע קעניגן, לאם, לאופער און מונה.

די ערשטע צוואנציג יאר האט פרחי מיאמי בעיקר געניצט ישראל לאם און צו מאל אויך לאופר, אין די לעצטע פופצן יאר ווען מיאמי פרחי האט אנגעהויבן צו ניצן עטליכע ארעידזשער פאר איין טעיפ איז אריין געקומען אויך מונה אין די פיקטשער, וואו ער בעארבעט אין יעדע סידי עטליכע ניגונים, צווישן זיי דער פאפולערער ניגון "רוח", "אדיר היה" "שנים עשר אלף תלמידי ר' עקיבא" און דער דראמא פון אליהו בהר חורב (בערך 14 יאר צוריק [אן זעלטענע ארעידזשמענט וואס מ'הערט כמעט נישט]) און נאך.

אין די לעצטיגע סידי'ס, ארעידזשט אויך דער פירער פון פרחי מיאמי, "מר ביגאן" זעלבסט און צומאל מר. ריגלער (אן ארעידזשער פאר שטייטע ניגונים, ער האט ארעידזשט "שמע ישראל" פון שוואקי), אין צוגאב צו די דריי דערמאנטע ארעידזשערס, מונה לאופר און לאם.

ווידער ביי די מיאמי קאנצערטן, איז רוב מאל דער קאנדאקטער ישראל לאם, אבער ער לאזט עס ווי די ארגינעלער ארעידזשמענט, צו ס'איז פון אים אדער פון לאופר אדער מונה.

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:04 pm

· #39233
טראכט
גלות יוד
איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק, ער שפילט לויט די באאק, ער איז נישט קיין גרויסע מחדש, שפילט זיך אסאך ארום מיט סטרינגס כאילו עס קומט אריין ביי יעדע ניגון, ער אררענזשד ווי א יעקע, ער איז נישט out of the box, בקיצור איך האלט ער איז פון די שוואכערע אררענזשערס פון פאריגען דור, פון די היינטיגע רעד איך אפילו נישט זיי זענען גארנישט ווערד, ביי מיר איז דא נאר איינער מאנא.

ניטאמאל א פארגלייך צו מונה, מונה איז א דורכגעווייקטע מיוזישאן, ארנעדזשער, קאמפאזער, זינגער, שפילער אויף א שיינע פאר אינסטראמענטס, און וואס נישט?!!.. איך מיין אז פאר אים פארדינט זיך א באזינדערע אשכול דא


פארגעסט נישט אז ישראל לאם איז אחראי אויף א סך גאר פאפולערע אלבומען אדער איינצעלע ניגונים, צ.ב.ש. דאבל אלבום פון מבד (16 ניגונים) וואס איז א לעגנדארער טעיפ, איז כמעט אלעס זיין מוזיק (אויסער שמחם וואס איז דורך לאופר) הגם די קווייער איז פון מונה, "אמן ואמן" איז זיין מוזיק. דער ניגון פון שוואקיס טעיפ אם אשכחך איז זיין ארענידזשמענט.

ער איז זייער פאפולער ביי די פרחי טעיפס (מיאמי עטליכע טעיפס, ישיבה בויס 1 אדער 2 טעיפס, פרחי לונדון 2 אדער 3 טעיפס, פרחי קעמפ שלוה פון מ. גאלדמאן 5 טעיפס ועוד), און ביי קינדער טעיפט אויף ענגליש און אפילו אידיש (איך בין שוין גרויס 2 חלקים, די אלף בית וועלט, לכל זמן 1 טעיפ ועוד) און ביי טעיפס פון זינגערס (מבד 4 טעיפס פלאס נאך ניגונים צושפרייט אין צוויי דריי אנדערע טעיפס, אברהם פריד 1 טעיפ, שוואקי היפש אפאר ניגונים צעשפרייט אין זיינע טעיפס, און נאך א גרויסער צאל זינגערס צווישן זיי יוצאי מיאמי).

זעה ווי ער שפילט א מארש אדער קלאסישער ניגון (צ.ב.ש. מאדזשיץ שבת), אן אריינפיר צו א קאנצערט וכדו' מיט א מורא'דיגער שלימות רייכקייט אין קעניגליכקייט ווי אין א חלום, אזש צום פארבלענדעט און באגייסטעט ווערן וויאזוי ער קאנטראלירט זיינע סטרינגס און הארן'ס, געבויט מיט א מהלך אריח על גבי אריח אז אלעס קלאפט מורא'דיג שטארק.
ער איז הונדערט פראצענט מוזיקאליש אן קיין קינדער חכמות, יעדער תניעה האט א קארד, יעדער ניגון באקומט זיין ריטעם, אן אריינפיר א דורכנפיר וואס דינט די אינטערעסן פונעם ניגון מיט א נאמנות,

ס'איז נישט קיין ספק אז ער איז אן ענק שבענקים. ער איז דער איינציגסטער וואס וואלט געווען פאסיג אנצופירן דעם קעניגליכן סימפאניע פאר קווינס עליזאבעט.

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:59 pm

· #39251
טראכט
די לעצטע פאר יאר האט ער זיך ציזאמגעשטעלט מיט די אהרן טייטלבוים ארקעסטרע, און ווי ער פירט אן (קאנדאקט) די בענד ווי אויך שפילט ער צימאל טראמפעט, הערליך שיין! (איך רעד בעיקר פין די שטאטע נגינים, הגם שנעלע איז ער אויך נישט אוועקצימאכן, נאר ס'איז נישט מיין טעיסט פאר א חתונה)


ביי די שטייטע מוזיק ביי די חופות מאכט ער א מלאכת מחשבת, ווידער ביי די שנעלע מוזיק מאכט ער קוים ארעינדזשמענטס. איך בין מודה אז ביי די לעבעדיגע איז ער נישט עפעס עקסטער (ספעציעל אס די גיטאריסט, דראמער, און פידלער מאכן צופיל אומבאזאלצענע משוגע'תן), ער לעקטערזירט דארט ווייט נישט ווי ביי די קאנצערטן, און אפשר איז ער טאקע נישט קיין ספעציאליסט ביי איינפאכע טאנץ ניגונים

שמייכל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:29 pm

· #39260
איך וועל אריינווארפן מיינע 2 צענט
לאם און לאופער׳ס אררעינדז׳מענטס האבן ביי מיר א געוויסע סימפליסעטי און די צייט וואס מונה׳ס איז אייביג פיל מיט גאונות און עקסייטמענט.

עס איז אבער דא לדעתי דריי זאכן מיט וואס אלע דריי זענען אויסערגעווענטליך גוט

1. קלאסיקל ארקעסטרעישאן - אלע פון זיי האבן שוין באוויזן נאכצומאכן הערליכע שטיקלעך פון סימפאני ארקעסטרא׳ס, עספעשאלי לאם וואס האט ארויסגעגעבן די חתונה אלבומס The Philharmonic Experience וואס פארמאגט זייער שיינע קלאסישע שטיקלעך, און קוקט אפט מאל אויס ווי א געהעריגע Chopin תנועה אדער א Mozart שטיקל, (מאנכע זאגן אז ער גנב׳עט אסאך, ואכמ"ל).

2. ראק מוזיק - זייערע ראק רידעמס האבן זייער א smooth טעקסטשור, עס הערט זיך זייער געשמאק, און עס האט נישט די פארגרעבקייט פון סתם א ראק-בענד רידעם מיט די דיקע אווער-דרייוו גיטאר געקראצעכץ, נאר פארקערט, עס האט די ׳סינגולדה׳ חן, מיט זיינע זיסע אריינגעזאגעכצער וואס איז נישטא זיינס גלייכן, און בכלל איז סינגולדה׳ס אווער-דרייוו גיטאר סאונד זייער א רואיגע און געשמאקע.

3. אויפקומען מיט אינטראוס - אלע דריי האבן דעם חוש פון אויפקומען מיט געלונגענע אינטרעדאקשענס פאר ניגונים וועלכע ווערט אויטאמאטיש א חלק פונעם ניגון, דא וואלט איך געגעבן דעם 5 סטאר פאר לאופער, יעדער וועט וויסן צו זאגן פון אסאך ניגונים ווי לאופער אררעינדזשט אז דער הקדמה צום ניגון איז ממש א שטיק פונעם ניגון, פרובירט צו נעמען עני משה גאלדמאן ניגון וועט איר זיך זעהן וואס איך מיין.

אבער נאך אלעם שטיי איך צו מונה׳ס זייט, וועמענס אלבומס איך האב שוין איבערגעהערט אנע שיעור מאל, חוץ מזה וואס איך בין א גרויסע חסיד פון זיינע וואקעל ווערק, זיינע אפערא קווייער ארבעט, וואס דארטן שטארט ארויס א גרויס חלק פון זיינע טאלאנטפולע קענטעניסן.

גלות יוד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:38 pm

· #39266
איך האב שוין לאנג געוואלט צאמשטעלן א סידי פון מונה'ס אינטרא קיין איינס איז נישט דומה צים צווייטן משא"כ משה לאופר אלעס איז סימילער נאך א זאך, ווען איך הער מונה פיל איך, אה אזוי מוז זיין די מוזיק עס קען נישט זיין אנדערש, משא"כ די אנדערע פיל איך נישט ווי זיי נעמען ארום די ניגון בשלימות.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:38 pm

· #39267
שלום עליכם "שמייכל"....

וואס גייט פאר מיט דיר? איך זעה אז ס'איז דיין ערשטע תגובה דא מיט 4 'לייקס'... אבער איך זעה נאר 2 לייקס?!?!

שמייכל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:46 pm

· #39270
גלות יוד
איך האב שוין לאנג געוואלט צאמשטעלן א סידי פון מונה'ס אינטרא קיין איינס איז נישט דומה צים צווייטן משא"כ משה לאופר אלעס איז סימילער נאך א זאך, ווען איך הער מונה פיל איך, אה אזוי מוז זיין די מוזיק עס קען נישט זיין אנדערש, משא"כ די אנדערע פיל איך נישט ווי זיי נעמען ארום די ניגון בשלימות.

נישט דוקא
לאופער איז נישט אוועקצומאכן

קווארטין » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:26 am

· #39293
אונז גלייך מיר לאם, נאך פון אלץ קינד, זיין חכמה, אז ער בלענדט אריין זיין ארט, גארנישט איז נישט סטרייקונג. משא"כ מונה, טאקע זייער שיין אבער צו סטרייקונג יעדע אינסטרומענט סטרייקט שטארק ארויס. אין מיין מוזיק וועלט, פונקט ווי ביי חזנות הייסט יאסעלע די בעסטע כאטש ס'איז דא אנדערע וואס אין סערטן פיעלדס האבן זיי געקאנט בעסער ווי אים, און זיי שטעלן זיך ארויס שטערקער, אבער ער האט אלעס אריינגעבלענדט, ווען דו הערסט זיינס א שטיקל וועסטו כמעט נישט הערן ווי מ'זאגט "דא ציהט ער שטארק ארויף", וכדו.ווייל ער זינגט נאטורליך אריינגעבלענדט, הערשט ווען דו וועסטאך שטעלן נעבן קיבארד און אים באגלייטן וועסטו זיין אז ער גייט גאנץ הויעך. בעק טו ישראל לאם, ער בלענדט זייער גוט אריין אלעס אין זיין מוזיק, נישט אגרעסיוו, און דאסיז לענ"ד פון די גרעסטע חכמת ביי ארט (לאו דוקא מוזיק). כ 'מיין אז רוב ארעינדזשערס זענען נישט אזוי, מונה, שוין פריער ערוועינט, רובי באנעט, הערליך, אבער זיין ברעסס סעקשאן דאסיז זיין ינוקנעס, סך מאל שטעלט ער ארויס א סעקסיפאון היבש לאוד. משה לויפער איז יא היבש קלאסיקל און זיין מיוזיק טייטשט זייער שטארק אויס דעם ניגון, אבער כ'מיין אז לאם איז מער "פיל".
אה, זיך דערמאנט פון גינזבערג, הי איז דאונג אי פענטעסטיג דזשאב אויף מיכאל'ס טעיפס. רעדענדיג פון מוזיק אררענדזשער, אויף אברהם פריעד'ס יו"ט ערליך טעיפס איז דא עפעס אן אויסטערליש שיינע אררעינדזשמענט, נאר כ'קאן זיך היצט נישט דערמאנען זיין נאמען.

גלות יוד » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:29 am

· #39296
איך וואלט עס אזוי אוועקגעשטעלט

#1 מונה
#2 ירון גערשאווסקי
#3 סוקי ברי
#4 ישראל לאם
#5 רובי בנט
#6 משה לאופר

ווייטער מיין איך איז נישט אינטרעסאנט זיי אלע מאכן נאך די פריערדיגע, הערשי גינזבורג ווייסט גיט ווי צי גיט גנבנ"ן סטיילס מיט דעם איז ער גיט.

גלות יוד » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:44 am

· #39305
איינער קען דא קארדס? איך וואלט געוואלט צוצייגן די ניגון אני מאמין פון די גרויסע חתונה פון מונה, ווי ער מאכט דארט א job אזעלכע פשוטע קארדס, אזוי וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן יעדער מאכט אויף דעם ניגון הימל און ערד, א שטייגער ווי רובי בנט אויף ליפא לטובה, אבער מונה קומט צי צום point דאס הייסט גאונות.

חאצקל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:07 pm

· #39465
קווארטין
אויף אברהם פריעד'ס יו"ט ערליך טעיפס איז דא עפעס אן אויסטערליש שיינע אררעינדזשמענט, נאר כ'קאן זיך היצט נישט דערמאנען זיין נאמען.

ירון גערשובסקי דער פיאניסט

חאצקל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:22 pm

· #39471
גלות יוד
איך וואלט עס אזוי אוועקגעשטעלט

#1 מונה
#2 ירון גערשאווסקי
#3 סוקי ברי
#4 ישראל לאם
#5 רובי בנט
#6 משה לאופר

ווייטער מיין איך איז נישט אינטרעסאנט זיי אלע מאכן נאך די פריערדיגע, הערשי גינזבורג ווייסט גיט ווי צי גיט גנבנ"ן סטיילס מיט דעם איז ער גיט.

ירון גערשובסקי און סוקי בערי קומען נישט דא אריין אין פיקטשער (הגם זיי זענען זייער גוט) ויבאלד עס איז נישט באקאנט פון זיי קיין סך ארעינדזשמענט, אין פארגלייך צו די אנדערע פון וועמען ס'זענען באקאנט הונדערט מאל מער ארעינדזשמענטס

(פון ירון גערשובסקי ווייס איך בלויז די צוויי אידישע אוצרות פון א. פריד (אגב א פאכמאנישע ארבעט אין כדוגמתו) און פאר דוד ווערדיגער צוזאמען מיט מבד און פאר בן ציון שענקער און נאך א צוויי דריי אינסטרומענטאלישע סידי'ס, דאס איז אלס וואס איך ווייס פון ירון [מעגליך איז ער מער ביזי אין די גויאישע וועלט]. ווידער פון סוקי בערי ווייס איך פון די עטליכע סעריעס קינדער קלאסיק, אידיש קלאסיק, און עטליכע מעדלי טעיפס פאר מבד און פריד, און איין אדער צויי געווענליכע טעיפס פאר מבד, איין וויזניצער טעיפ, 2 בעלזע טעיפס און אפשר נאך אפאר אנדערע טעיפס און דעטצאיט.

ס'איז אינו דומה אן ארעינדזשער וואס נאכן ארעינדזשן טויזנטע ניגונים איז ער נאך פיל מיט איידיעס, ווי אן ארעינדזשער וואס איז נאך פרוטבאר נאך צענדליגער ניגונים

חאצקל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:27 pm

· #39472
קווארטין
אונז גלייך מיר לאם, נאך פון אלץ קינד, זיין חכמה, אז ער בלענדט אריין זיין ארט, גארנישט איז נישט סטרייקונג. משא"כ מונה, טאקע זייער שיין אבער צו סטרייקונג יעדע אינסטרומענט סטרייקט שטארק ארויס וכו' אבער כ'מיין אז לאם איז מער "פיל".

איך האלט פונקט ווי דיר

חאצקל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:30 pm

· #39475
גלות יוד
איינער קען דא קארדס? איך וואלט געוואלט צוצייגן די ניגון אני מאמין פון די גרויסע חתונה פון מונה, ווי ער מאכט דארט א job אזעלכע פשוטע קארדס, אזוי וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן יעדער מאכט אויף דעם ניגון הימל און ערד, א שטייגער ווי רובי בנט אויף ליפא לטובה, אבער מונה קומט צי צום point דאס הייסט גאונות.

איך ווייס וואס די מיינסט, אסער ס'שאדט נישט דאס איבערצושמיעסן, איך בין אינטרעסירט צו אויסשמועסן די איינצעלהייטן

גלות יוד » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:05 pm

· #39530
דיין פאוינט חאצקל אז אינו דומה איז אלטס פיין ווען מען מאכט נייע זאכן, אין מיין אפיניאן מאכט משה לאופר קיין נייע זאכן, אלעס לויפט די זעלבע, ישראל לאם איז אביסל בעסער, ווייטער סוקי ברי האט אייביג געמאכט אנדערש פארשטייסט? the same goes for yaron gershovski

קווארטין » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:42 pm

· #39557
גלות יוד


והערשי גינזבורג ווייסט גיט ווי צי גיט גנבנ"ן סטיילס מיט דעם איז ער גיט.

מיין פריינט, וועמען באגנב'ט ער?, ער פירט עפעס אזוי גוט ארום מיכאל, א "ר' שמחה", א "סימן טוב ס'יז א גוטע שידוך", סא שאד כ'קען נישט קיין מוזיק לענגוויטש , כעלעס אבער עקספלעינען אין אמעראצישע לשון, ווען הערשי הייבט אן מיט האלבן דראם (די צימבלען), און נאכהער פירט ער אריין דעם גאנצן דראם, (ווייסט וואסיך מיין, יא?), וכהנה וכהנה, ביים לעצטען קאסעטע, דעם ערשטן ניגון, ער מאכט מיר זייער עקסייטעד נאך פאר מיכאל הייבט אן דעם ניגון. יעצט, כ'דענק נישט ווער נאך ס'מאכט די סטייל.

חאצקל » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:42 pm

· #39593
גלות יוד
דיין פאוינט חאצקל אז אינו דומה איז אלטס פיין ווען מען מאכט נייע זאכן, אין מיין אפיניאן מאכט משה לאופר קיין נייע זאכן, אלעס לויפט די זעלבע, ישראל לאם איז אביסל בעסער, ווייטער סוקי ברי האט אייביג געמאכט אנדערש פארשטייסט? the same goes for yaron gershovski


איך בין נישט זיכער אז שוקי מאכט אלס אנדערש, למשל לא אירא רע פון מבד דערמאנט זייער שטארק זיינע ארעינדזשמענס אויף דעם טעיפ תהא השעה הזאת פון בעלז מיט ירמי' דאמען. ווידער משה לאופר'ס ארעינדזמשענטס, ער האט לדעתי יא קאלירפילע סטיילס. איך וועל געבן עטליכע דגומאות פון טעיפ סעריעס מיט לאופר'ס ארעינדזשמענטס וואס כמעט לא קרב זה אל זה:

א. פריד'ס טעיפ'ס מיט לאופר,מ. גאלדמאן'ס טעיפס מיט לאופר, מיאמי ניגונים מיט לאופר, די צוויי מבד'ס טעיפ מיט לאופר, די צוויי טעיפס שופר של משיח פון זושע שמעלצער, אייזיק האניג'ס טעפ'ס, המלך פון וויזניץ, רוגע מיט לאופר, און כהנה וכהנה נאך פארשידנארטיגע סעריעס וואס איז נישט צום דערקענען איינס מיטן אנדערן.

צומאל האט עס צו טון מיט די דאטום ווען דער טעים איז ארויס, וואס אפילו ביי טעיפס פון די זעלבע סעריע וועלן די אלטע זיין גאר אנדערש ווי די נייערע צ.ב.ש. חזק פון מ. גאלדמאן איז גענצליך אנדערש ווי כנשר פון גאלדמאן וואס איז ארויס געקומען מיט בערך 7 יאר שפעטער. פארשטייט זיך אז ס'האט אויך צו טון מיט וועלעכע און מייט וויפיל מוזיקאנטן ער ארבעט, ווי טאקע דער דערמאנטער חזק וואס איז רעקארדירט אין ניו יארק מיט די ארטיגע מוזיקאנטן (אן סטרינגס), לעומת כנשר וואס איז רעקארדירט אין ישראל מיט די ארטיגע מוזיקאנטן (מיט סטרינגס).

נאר וואס דען, ביי די שפעטערדיגע טעיפס פון גאלדמאן מיט לאופר האט זיך יעדער טעיפ געהערט די זעלבע און בכלל הערן זיך א גרויסער טייל פון זיין מוזיק די זעלבע פלאכקייט און תמימות. אויך דאס וואס ביי שטייטע ניגונים מאכט ער שטענדיג (ביי אלע טעיפס אין די לעצטע צוואנציג יאר) די זעלבע זיסע זינגבארע אינטראו'ס און ענדיגט מעין הפתיחה (וואס דאס גלייך'ט דער עולם גראדע) אדער די זעלבע אריין געפייפכעכצט ביי אלע ראק ניגונים. אבער דאך האט ער געניג און נאך סטיילס (ספעציעל ביי הארא ניגונים) אין די איבער הונדערט טעיפס וואס ער האט שוין ארויס געגעבן, אזוי אז ס'שטייגט נאך פילפאכיג איבער די סטיילקס פון שוקי און גערשאווסקי.

ס'דא א סך צו רעדן וועגן לאופר, וועגן זיין דראם פיאנא און בעיס -בקיצור דער "רידעם" ארעידזשמענטס, און געוויסע סארט פאסיגע און אטעם פארכאפענדע קארדס, וואס ביי די זאכן איז ער א יחיד מומחה, און נאך ספעציאליטעיטן, אבער נישט אין דעם אשכול.

הכלל, לדעתי קומען שוקי און גערשאבסקי נישט אריין אין דעם פארמעסט אינאיינעם מיט מונה לאופר לאם און רובי.

חאצקל » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:46 pm

· #39595
קווארטין
גלות יוד


והערשי גינזבורג ווייסט גיט ווי צי גיט גנבנ"ן סטיילס מיט דעם איז ער גיט.

מיין פריינט, וועמען באגנב'ט ער?, ער פירט עפעס אזוי גוט ארום מיכאל, א "ר' שמחה", א "סימן טוב ס'יז א גוטע שידוך", סא שאד כ'קען נישט קיין מוזיק לענגוויטש , כעלעס אבער עקספלעינען אין אמעראצישע לשון, ווען הערשי הייבט אן מיט האלבן דראם (די צימבלען), און נאכהער פירט ער אריין דעם גאנצן דראם, (ווייסט וואסיך מיין, יא?), וכהנה וכהנה, ביים לעצטען קאסעטע, דעם ערשטן ניגון, ער מאכט מיר זייער עקסייטעד נאך פאר מיכאל הייבט אן דעם ניגון. יעצט, כ'דענק נישט ווער נאך ס'מאכט די סטייל.


קווארטין, איך בין מיט דיר! גינזבערג איז קל כנשר און אייגנארטיג

קווארטין » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:03 am

· #39632
יאפ, קאן זיין אז זיין אייגענארטיקייט, קומט אלץ ער יוראפעיש, אלענספאל, ער איז יוניק און הערליך.

בנוגע משה לאופער, קעמפ שלוה ווס. אברהם פריעד, כ'בין נישט דיטעילד ווי די רעקארדינגס זענען געווען וכדו. נאר מיר האטעס אלעמעל אויסגעזען ווי פאר קעמפ שלוה מאכט ער מער א חניאקיש עררענדזשמענט, פארשטייט זיך אז כ'רעד בימים ההם פון "חזק", פון יענע תקופה, און פאר אברהם פריעד מאכט א מער "ראסערישע" עררענדזשמענט. עכ"פ אזוי האטעס אויסגעזען אין מיינע אויגן, און סיז פארשטענדליך פארוואס.

שמייכל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:56 pm

· #39754
קווארטין
מונה, טאקע זייער שיין אבער צו סטרייקונג יעדע אינסטרומענט סטרייקט שטארק ארויס

איך האב שוין באגעגנט דעם קאנווערסעישאן זייער אסאך מאל אינעם מוזיק וועלט, האבנדיג שוין געליינט אנע שיעור מוזיק ארטיקלען, עס זענען אלץ דא מענטשן וועלכע פרעפערן די רואיגקייט און סמוטנעס ביי מוזיק, ווען פון די אנדערע זייט זענען דא מענטשן וואס קענען עס נישט סובל זיין און זיי וועלן נאר הערן עקסיידינג מוזישאנס (מערסטנס פאל אין די Jazz וועלט וואו מ׳זעהט דאס) עכ"פ - עס איז נאכאלעם נאר אן אפיניען, עס איז נישט תלוי אין א פאקט, עס איז ווי א מענטש, אלזא - ביי אונזער נושא - וועט מען טרעפן שטארקע מונה פענס און שטארקע מונה קעיגנערס וואס די סיבה דערצו איז דאס אויבנדערמאנטע.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:04 pm

· #39758
מונה מאכט אסאך מאל (בפרט ביי נאכגעשפילטע ניגונים) פאלשע קארדס, וואס איך האלט איז זייער נישט שיין.
ער טוט עס פשוט כדי צו זיין "דיפפערענט" פון אריגינעלן ארענזשער.

גלות יוד » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:27 pm

· #39769
ווייז מיר ווי ער מאכט פאלשע קארדס איך געב דיר הונדרעט לייקס

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:32 pm

· #39774
אסאך מאל.
איינס וואס כ'האב לעצטנס געהערט איז ביי די מסיבה פון "מתיבתא" גמרא אין א"י, כ'געדענק שוין נישט גענוי די מאורע,
מען זינגט דארט דעם ניגון פון אייזיק האניג "א אידעלע", אויף א בחור'ל וואס וויל לערנען און ער קען נשט נאר מיטן הילף פון די מתיבתא גמרא...
בקיצור, אויף יענעם ניגון האב איך געהאט תרעומות אויף אים. די אריגינעלע קארדס איז דאך אזויפיל שענער און ערנסטער.

כ'דארף טרעפן נאך, אבער דאס איז ממש לעצטנס געווען.
אז כ'וועל זיך דערמאנען נאך וועל איך שרייבן.

(און שקויעך פאר די הונדערט לייקס. 50 וועט זיין גענוג)

גלות יוד » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:33 pm

· #39775
ווייז מיר צי פונקטליך איך בין זייער נייגעריג האסט א לינק?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:35 pm

· #39777
ניין. געהערט אויף א CD.

גלות יוד » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:42 pm

· #39782
בקיצור די מיינט צי זאגן אז די האסט בעסער ליב די אריגינאלע מאכט עס נאך נישט פאלש שטימט?

שמייכל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:03 pm

· #39803
אזויווי שוין פריער בארירט - מונה איז א שטארקע חסיד פון jazz
אויב עמיצער פון אייך פארשטייט צו jazz וועט ער וויסן צו זאגן פשט אין יעדן "פאלשן" קארד וואס מונה מאכט
הערט נאר איינמאל אויס א ריעל jazz אלבום, צו דאס איז Be-Bop צו דאס איז Fusion און זאגט מיר וויפיל קארדס איר האט פארשטאנען

קווארטין » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:30 pm

· #39808
שמייכל, איך בין נישט זיכער וואס דו מיינט, מיינסט אפשר א שטייגער ווי ביי שרגי געשטעטנערס "בנה ביתך", אררענדזשט ביי יובל סטופל?,

דרך אגב, כ'גלייכעס זייער.

שמייכל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:59 pm

· #39811
איך האב נאך ליידער געשטעטנער׳ס אלבום נישט אויסגעהערט, סוי קענעך דיר נישט ענטפערן

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:03 pm

· #39826
איך ציטיר דא פונעם אשכול אין אייוועלט "ווער איז אייער פעווארד ארעינדזשער":

Yield: מונה וועט קיינמאל מאכן א 7 ער וועט אייביג מאכן אזא כיטרע minor chord

מר. פאטאשאפ: די מיינאר קארד איז א מיינאר וואס הערצעך ווי א זיבענער, צ.ב.ש. אויף לחיים יודן ביים ניגון פון יודעלע האב קיין מורא (אנא עבדא) מאכט גוטפריד ביים ערשטן פאל אזוינס כנ"ל, א קליינע קוועטש אנדערש ווי די געווענדליכע קארדס אויף דעם, אבער מאכט אסאך אויס

Yield: די זעלבע פארקערט lam קען נאר זיבענערס עפעס אנדערש נישט און רובי אויף זיין invitation cd קיין איין גראד chord איך מאך נישט אינגאנצן אוועק but u get my point

אלזא, וואס איז אייער מיינונג דערויף?

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:09 pm

· #39831
שמייכל
אזויווי שוין פריער בארירט - מונה איז א שטארקע חסיד פון jazz
אויב עמיצער פון אייך פארשטייט צו jazz וועט ער וויסן צו זאגן פשט אין יעדן "פאלשן" קארד וואס מונה מאכט
הערט נאר איינמאל אויס א ריעל jazz אלבום, צו דאס איז Be-Bop צו דאס איז Fusion און זאגט מיר וויפיל קארדס איר האט פארשטאנען


א דזשעס קארד איז געוויס פאלש ווען מ'ניצט עס אלץ אן אפיציעלער הארמאניע פאר א איינפאכער ווארימער ניגון, נישט אזוי?

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:13 pm

· #39834
שמעקעדיג
מונה מאכט אסאך מאל (בפרט ביי נאכגעשפילטע ניגונים) פאלשע קארדס, וואס איך האלט איז זייער נישט שיין.
ער טוט עס פשוט כדי צו זיין "דיפפערענט" פון אריגינעלן ארענזשער.

ווארשיינליך מאכט ער עס נישט בלויז צו זיין דיפרענט, ער מאכט קארד'ס לויט זיין תכונת הנפש מיט וואס ער פילט אז דער ניגון ווערט די בעסטע ארויסגעברענגט לויט זיין פרעספעקטיוו און צוגאנג צום ניגון

שמייכל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:22 pm

· #39839
חאצקל
א דזשעס קארד איז געוויס פאלש ווען מ'ניצט עס אלץ אן אפיציעלער הארמאניע פאר א איינפאכער ווארימער ניגון, נישט אזוי?

פארוואס עפעס פאלש? קענסט זאגן אז צומאהל נעמט א דזשעס קארד אוועק ווארימקייט, אבער דאס איז אויך נישט קיין כלל, ס׳זענען דא אסאך קארדס וואס מאכן פשוט אסאך מער עמאציענאל א ניגון אפילו עס איז א דזשעס קארד, (נעם דעם פשוט׳ן מיינער 7 אדער מעידזשאר 7 קארד וועלכע איז סוכ"ס א דזשעס קארד), מ׳קען קיין כללים נישט זאגן, און זיכער נישט נוצן דעם ווארט פאלש.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:36 pm

· #39842
גלות יוד
איך האלט אז ישראל לאם האט זיך אויסגלערנט מוזיק...

ביי א אינטערוויו שוי מיט קאנטרי יוסי און ל. שמעלצער זאגט לאם אז ער האט זיך דער עיקר אליין געלערנט פון ביכער און פון הערן קלאסישע מוזיק טעיפס און פון פראקטיק. זיין ערשטער טעיפ -לויט ווי ער דערציילט- האט ער געמאכט פאר נגינה אן צופיל ידועות אינעם וועלט פון ארעינדזשמענט, און ער האט זיך אויסגעלערנט פון פראקטיק.

אגב, ער זאגט דארט אז ער האט שוין ארעינדזשט 7 אדער 8 הונדערט אלבומס!!!

קען מיר איינער העלפן מאכן א חשבון וויאזוי ער קומט אן צו אזא ריזיגער נומער. פון וויפיל ס'ליגט מיר אין קאפ קען איך נישט צוקומען צו הונדערט אלבומען וואס ער האט ארעינדזשט, איך האב אריין גערעכנט אלע זיינע טעיפס פון די פארשידענע פרחי'ס, פארשידענע סאלא זינגערס, קינדער טעיפס למינהם, אינסטרומענטאלע טעיפס, געציילטע חצרות חסידות טעיפס, און אנדערע פארשידנארטיגע פראיעקטן וואס איך ווייס אז ער האט געמאכט, און קוים וואס איך דערגרייך א הונדעטער, ווער רעדט נאך פון זיבן הונדערט...

חוץ אז איך וועל זאגן אז פאר יעדער טעיפ וואס איך ווייס וואס ער האט געמאכט, זענען פאראן נאך זיבן טעיפס וואס איך ווייס נישט דערפון, וואס דאס איז א דוחק.

אדער זאל איך זאגן אז ער רעכנט אריין זיינע אלע קאנצערטן וואס כידוע איז ער די מערסטע פארנומענע קאנדאקטער אין די אידישע וועלט, אבער ס'איז מיר אויך שווער צו גלייבן אז ער האט אין די לעצטע פערציג יאר געהאט 7 הונדערט קאנצערטן.

אדער זאל איך זאגן אז ער האט געמיינט צו זאגן 7 אדער 8 הונדערט "ניגונים" און נישט "אלבומס", אולי...

וואס האט איר צו זאגן דערויף?

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:50 pm

· #39844
קווארטין
גלות יוד


והערשי גינזבורג ווייסט גיט ווי צי גיט גנבנ"ן סטיילס מיט דעם איז ער גיט.

מיין פריינט, וועמען באגנב'ט ער?.


קווארטין, מיר מוזן מודה זיין אז הערשי קען נעמען צומאל פארטיגע שטיקלעך פון אנדערע ארעינדזשערס און קאמפאזערס און עס ניצן פאר אן אינטראו, צ.ב.ש. דער אינטראו פאר די לעכטעלע ניגון ביי מ. שניצלר וואס איז אן אלטער באקאנטע ניגון אין די גויאישע וועלט (דאכט זיך ס'הייסט "שינדלערס"), אויך דער אינטראו ביי "סימן טוב ס'איז א גיטער שידוך" וואס איז די זעלבע ווי דער אינטראו פון מאנא אויף "מודה אני" ביי נודה לך פון מתיקות.
אבער נישקשא, אויב איז עס פאסיג פארן ניגון אין שום בעיה!

אגב אז מ'רעדט שוין פון גע'גנב'עטע אינטראו'ס. האט איר אמאל געהערט דעם אינטראו פון ישראל לאם אויף ארזי הלבנון פון ל. שמלצר, און דער אינטראו פון מונה אויף ברשות מורי ורבותי פון י. שוואקי?
ווער עס האט געהערט ביידע וועט פארשטיין וואס פאר א פראגע איך האב דא...

חאצקל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:59 pm

· #39846
שמייכל
חאצקל
א דזשעס קארד איז געוויס פאלש ווען מ'ניצט עס אלץ אן אפיציעלער הארמאניע פאר א איינפאכער ווארימער ניגון, נישט אזוי?

פארוואס עפעס פאלש? קענסט זאגן אז צומאהל נעמט א דזשעס קארד אוועק ווארימקייט, אבער דאס איז אויך נישט קיין כלל, ס׳זענען דא אסאך קארדס וואס מאכן פשוט אסאך מער עמאציענאל א ניגון אפילו עס איז א דזשעס קארד, (נעם דעם פשוט׳ן מיינער 7 אדער מעידזשאר 7 קארד וועלכע איז סוכ"ס א דזשעס קארד), מ׳קען קיין כללים נישט זאגן, און זיכער נישט נוצן דעם ווארט פאלש.


צ.ב.ש. ס'פאראן א סטייל וואס הייסט "ראק" וואס איז זייער פאסיג פאר געוויסע קאמפעזאציעס, אבער פאלש פאר דעם סאטמאער זעקסטע הקפה ניגון, ספעציעל אז דער ניגון דארף זיין פאסיג פאר א רבישע מעמד לויט ווי דער עולם איז געוואוינט.
לענינינו, א קארד וואס דינט נישט די אינטערעסן פון וואס דער ניגון דארף ארויס ברענגען לויטן פרעספעקטיוו פון די צוהערער, קען אין געוויסן זון גערופן ווערן "פאלש"! כנלע"ד

גלות יוד » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:36 pm

· #39859
חאצקל
איך ציטיר דא פונעם אשכול אין אייוועלט "ווער איז אייער פעווארד ארעינדזשער":

Yield: מונה וועט קיינמאל מאכן א 7 ער וועט אייביג מאכן אזא כיטרע minor chord

מר. פאטאשאפ: די מיינאר קארד איז א מיינאר וואס הערצעך ווי א זיבענער, צ.ב.ש. אויף לחיים יודן ביים ניגון פון יודעלע האב קיין מורא (אנא עבדא) מאכט גוטפריד ביים ערשטן פאל אזוינס כנ"ל, א קליינע קוועטש אנדערש ווי די געווענדליכע קארדס אויף דעם, אבער מאכט אסאך אויס

Yield: די זעלבע פארקערט lam קען נאר זיבענערס עפעס אנדערש נישט און רובי אויף זיין invitation cd קיין איין גראד chord איך מאך נישט אינגאנצן אוועק but u get my point

אלזא, וואס איז אייער מיינונג דערויף?

איך מיין אז מונה ניצט די ווייניגסטע 7 קארדס ער ווייסט ווי אזוי צי דיזיינען קארדס אנדערש ווי ישראל לאם וואס פרובירט עס צי מאכן אויסזען קאמפליצירט איך עגרי צי דעם yield

שמייכל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:41 pm

· #39861
איך ווייס נישט וואס די שמועס דארט אויף ייוועלט איז, אבער די חברה רעדן צו די זאך
בלאט: 1 2