☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?

וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16086

מתבודד » זונטאג אפריל 23, 2023 12:03 am

· #522104
וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?
לעצטנס האב איך באמערקט אז אויף געוויסע פעקלעך פערפל (מן הסתם אויף אנדערע פראדוקטן אויך) שטייט "מיר זיפן די מעהל, גיעפנט די אייער".

איינער פארשטייט וואס דאס מיינט? געוויסע קאמפעניס לייגן אריין גאנצע אייער???
אדער איז עס סתם א ביליגע טאקטיק צו מאכן די קאסטומער מיינען אז זיי באקוקן יא די אייער?...

קורקלענד » זונטאג אפריל 23, 2023 12:21 am

· #522107
כמדומה מיינען זיי קלויזנבורג, אז די אייער זענען נישט קיין גענעכטיגטע.

קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 23, 2023 12:23 am

· #522108
מען קען קויפן גאנצע קענס מיט אויפגעפענטע אייער, זאגן זיי אז זיי ניצן דאס נישט!

מתבודד » זונטאג אפריל 23, 2023 12:42 am

· #522111
קורקלענד
כמדומה מיינען זיי קלויזנבורג, אז די אייער זענען נישט קיין גענעכטיגטע.
גראדע געזען אויף אנדערע פעקלעך שטיין "נישט גענעכטיגטע אייער", וואס זיי וואלטן מסתם אויך געשריבן אויב וואלט דאס געווען די כוונה. קוקט ענדערש אויס ווי @קאצקע שרייבט
קאצקע ציקער
מען קען קויפן גאנצע קענס מיט אויפגעפענטע אייער, זאגן זיי אז זיי ניצן דאס נישט!
די שאלה איז, אויב באקוקן זיי אויך נישט וואס פארדינען זיי פון עפענען אליין?

הרב שיף » זונטאג אפריל 23, 2023 1:14 am

· #522120
זיי זעהן אז עס קומט פון א טישקען עס האט די סימנים פון א כשרע איי.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 23, 2023 1:43 am

· #522123
קאצקע ציקער
מען קען קויפן גאנצע קענס מיט אויפגעפענטע אייער, זאגן זיי אז זיי ניצן דאס נישט!
למען הדיוק וואלט גוט געווען ווען זיי שרייבן צו דאס ווארט..."אליין"... להוציא פון אריינלייגן שוין געעפנטע אייער...!

מרדכי מרדכי » זונטאג אפריל 23, 2023 11:45 am

· #522178
מזכרוני הטוב געדענק איך די נוסף ווי פאלגענד "מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער"

מתבודד » זונטאג אפריל 23, 2023 12:59 pm

· #522212
מרדכי מרדכי
מזכרוני הטוב געדענק איך די נוסף ווי פאלגענד "מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער"
*נוסח

יש ויש. און דאס איז געווען מיין שאלה, באקוקן די אייער מילא אבער עפענען די אייער איז א שטיקל חידה.

כרם זית » זונטאג אפריל 23, 2023 3:03 pm

· #522250
Re: וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?
לכאורה איז די פת פג וואס די סריסים האבן סערווירט פאר דניאל וחבריו, געווען געמאכט מיט די אויבדערמאנטע אפנע אייער.

וואלווי » זונטאג אפריל 23, 2023 5:04 pm

· #522257
מתבודד
מרדכי מרדכי
מזכרוני הטוב געדענק איך די נוסף ווי פאלגענד "מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער"
*נוסח

יש ויש. און דאס איז געווען מיין שאלה, באקוקן די אייער מילא אבער עפענען די אייער איז א שטיקל חידה.
א טעאריטישע ענטפער צו דיין חידה: נישט מער נישט ווייניגער ווי אכשר דרא'דיגע לשון פאר באקוקען די אייער...

לעצטע וואך האט מען געדארפט זיכען מיט לעכט אויף די מודעות און גליונות אז איינער זאל שרייבן "פרשת תזריע מצורע". פר' טהרה. פונקט אזוי ווי הל'טהרה און "די לעצטע מסכתא אין שס".

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:37 am

· #522376
Re: וואס מיינט "גיעפנט די אייער"?
די אידן פון די אלטע דור געדענקן נאך ווען ס'פלעג שטיין:
מיר זייפן די מיהלע און באטאפן די ביצים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

בעל אחריות » מאנטאג אפריל 24, 2023 8:45 am

· #522377
טאמבל סאס
די אידן פון די אלטע דור געדענקן נאך ווען ס'פלעג שטיין:
מיר זייפן די מיהלע און באטאפן די ביצים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
וואסי פשט? קוקן איז נישט גענוג? איך האב מורא דאס האט געשריבען א לץ...